די שייכת צווישן ארי בן בלימא מיט פרשת שמיני - תזריע!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

די שייכת צווישן ארי בן בלימא מיט פרשת שמיני - תזריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

מיט א טיפערן בליק
פרשת תזריע
והיה בעור בשרו לנגע צרעת..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין די וואכעדיגע פרשת תזריע און אזוי אויך אין די קומעדיגע פרשת מצורע לערנט אונז די תוה"ק די פילע הלכות פון נגעים, צרעת, ספחת, בהרת, אבות, תולדות, ס'איז פיל מיט שווערע דקות'דיגע דינים, די כהן באקוקט די נגע, ס'איז גרעסער געווארן, מ'דארף וואשן די קליידער, ס'האט זיך געטוישט די קאליר, מ'האט געטוען איינשפארן דעם בעל הנגע, פארשיקן מחוץ למחנה און פיל נאך, ווי פארשטענדליך איז עס גאר א שווערע זאך פאר א מענטש אדורך צו גיין אבער טראץ די אלע שוועריגקייטן שטעלט זיך ארויס א אינטערעסאנטע זאך, די תוה"ק פאנגט אָן די פרשה מיט דעם לשון פון אָדָם כִּי יִהְיֶה בְעוֹר בְּשָׂרוֹ שְׂאֵת אוֹ סַפַּחַת אוֹ בַהֶרֶת "וְהָיָה" בְעוֹר בְּשָׂרוֹ לְנֶגַע צָרָעַת וְהוּבָא אֶל אַהֲרֹן הַכֹּהֵן אוֹ אֶל אַחַד מִבָּנָיו הַכֹּהֲנִים וואס ווי באקאנט איז 'והיה' א לשון שמחה, נו פרעגט זיך גאנץ פשוט ווי קומט צו די פרשה פון נגעים וואס איז שווער און קאמפלעצירט א לשון פון שמחה?!

איידער מיר זענען ממשיך - לאמיר צוריק מישן צו פרשת שמיני, דערנאך וואס די צוויי קינדער פון אהרן הכהן זענען אוועק פון די וועלט זאגט די פסוק וַיִּדֹּם אַהֲרֹן – אהרן הכהן האט געשוויגן און מיט ליבשאפט אנגענומען די גזירה פון הקב"ה. מיר דארפן פארשטיין דעם לשון 'וידם', בפשטות וואלט געדארפט שטיין 'ושתק' אהרן האט געשוויגן, פון ווי נעמט זיך דעם לשון פון וידם און וואס איז די טיפקייט דערפון? רש"י אויפן פלאץ ברענגט די מדרש קבל שכר על שתיקתו וכו' אהרן האט באקומען שכר אויף דעם וואס ער האט געשוויגן וכו'. לכאורה אויך דא דארף מען פארשטיין וואס איז געווען אזוי ספעציעל אז אהרן האט געשוויגן, אין חז"ל טרעפן מיר פילע מעשיות פון תנאים און אמוראים וואס האבן מקבל געווען יסורים באהבה, וואס איז געליגן אזוי יסודות'דיג דא ביי אהרן אז ער האט באקומען אזא געוואלדיגע שכר?! לאמיר זיך פארטיפן אין דער ענין און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

דוד דער סעילס-מאן האלט נאך א שווערע טאג ארבעט, ער האט געשוויצט און פרובירט מיט אלע זיינע כוחות צו מאכן עפעס סעילס אבער ס'איז נישט געגאנגען, עטליכע געשעפטן האבן אים געהייסן צוריק קומען נאך פסח אנדערע האבן אים געזאגט אז זיי וועלן אים בקרוב לאזן וויסן, דער סך הכל איז אז ער האט נישט געמאכט קיין איין פרוטה פארן טאג, צוריק קומענדיג אין אפיס באגעגנט ער זיך מיט זיין מענעדזשער שאולי ..נו דוד עפעס גוטע נייעס פאר מיר? כ'האף אז נעקסטע וואך וועל איך האבן, ענטפערט דוד מיט אַן אראפגעלאזטע געמיט, א טיפע ביטול'דיגע קרעכטץ לאזט שאולי ארויס ס'איז גוט ס'איז גוט די מצב איז גוט... דוד ווערט רויט פאר כעס און נעמט זיך שרייען וואס ווילסטו פון מיר די ווייסט צו וויפיל געשעפטן כ'בין געגאנגען, האסט אַן השגה ווי שווער כ'האב געארבעט? די פאקט איז אז אונזערע פרייזן זענען נישט די בעסטע, אונזערע פראדוקטן זענען נישט טאַפ-קוואלעטי וואס ווילסטו פון מיר איך פרוביר?! שאולי געבט אזא בליק ווי כאילו עפעס נישט נארמאל איז געשעהן מיט דעם דוד ..דוד וואס איז געשעהן מיט דיר כ'האב גארנישט געזאגט, פונקט פארקערט כ'האב געזאגט אז ס'איז גוט ס'איז גוט די מצב איז גוט וואס האסטו זיך אזוי פארלוירן?!?! זיי מיר מוחל שאולי דיין נישט זאגן איז ערגער ווי געזאגט, דיין טיפע אטעם האט גערעדט א טויזענט ווערטער...

טייערע ברידער מיר האבן געשריבן איין קליינע משל אבער אין אזוי פיל פעלער אין אונזער טעגליכע לעבן שטעלט זיך דאס אויס, מיר שפירן און דרייען זיך ארום מיטן געפיל ..וואס איז כ'האב אים/איר גארנישט געזאגט, כ'האב גארנישט געענטפערט?! דער אמת איז אבער אז אמאל מיטן נישט זאגן - זאגן מיר דאס מערסטע, ס'איז א לעבנס וויכטיגע יסוד צו געדענקן אז דער נישט ענטפערן איז אמאל די גרעסטע תירוץ – ס' איז א תירוץ עטליכע זייטן לאנג, דער אטעם וואס מען געבט, דער ווינק וואס מען מאכט, דער דריי מיט די הענט קען אמאל זיין אסאך מער און ערגער ווי סיי וואס דער מענטש קען נאר מיטן מויל ארויס זאגן, ער קען מיט זיין שטילן בליק אריין פליקן פאר יענעם מער ווי סיי וואס ס'קען נאר געזאגט ווערן...

דערמיט קומען מיר צוריק צום פרשה - ווען א איד זאגט 'גם זו לטובה' מיינט עס אז בעצם האט ער אַן הרגשה אין זיך וואס זאגט אז ס'איז נישט גוט, ער שפירט אז ס'איז שלעכט, אבער ער איז זיך מחזק זיין אמונה און בטחון, ער טוט זיך שטארקן און זאגט צו זיך גם זו לטובה אלעס וואס הקב"ה טוט איז גוט און דערפאר מיז זיין אז דאס איז אויך לטובה כאטש איך פארשטיי נישט איז עס זיכער צום גוטן, פארשטייט זיך אז דאס איז גאר א גרויסע הייליגע מדריגה און הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו האלטן אויף דעם מדריגה... אבער ברידער טייערע ס'איז פארהאן עפעס העכער און אמת טאקע אז ס'איז גאר א הויכע מדריגה דארפן מיר אבער וויסן אז ס'איז פארהאן אזא פלאץ און יא מיר דארפן צילן אנצוקומען אהין, ס'איז פארהאן א פלאץ וואס דער איד איז זוכה צו לעבן מיט אזא מין דביקת בה' אז ניטאמאל דארף ער זיך זאגן 'גם זו לטובה' ער זעט אלעס לכתחילה גוט, ביי אים עקזעסטירט גארנישט אויסער בורא עולם - אלעס אויף דער וועלט איז הקב"ה, ווען עפעס פאסירט האט ער ניטאמאל א שווערע הרגשה וואס דארף בארואיגט ווערן ווייל ער לעבט 24 שעה א טאג דעם בכל לבבך ובכל נפשך...

ושתק אהרן טייטשט טאקע אז אהרן האט געשוויגן אבער דאס וואלט אונז נאך נישט געזאגט אז אהרן האט נישט געגעבן דעם שווערן אטעם, אז אהרן האט נישט געהאט ברענעדיגע אויגן וואס האבן געשריגן פון יסורים, ס'וואלט אונז נישט געזאגט אז אין הארץ האט ער עס מקבל געווען באהבה, זאגט אונז די תוה"ק "וידם אהרן" אהרן איז געווען ווי די דומם ער האט נישט ארויסגעגעבן קיין שום הרגשה, ס'איז געווען ביי אים כאילו לא היה ווייל אדורך און אדורך אין די טיפענישן פון זיין נפש האט ער געוויסט מיט א קלארקייט אז ס'איז אלעס פון הקב"ה און נישט נאר וואס ער האט מקבל געווען די גזירת ה' מיט די גרעסטע מאס אהבה וואס נאר פארהאן - ער האט בכלל נישט נישט געזעהן דעם זאך פאר א גזירה ווייל ער האט געלעבט מיט די גרעסטע דביקות אז אלעס איז א שטיק ה' דער מענטש ווייסט נישט, פרעגט נישט, ווינקט נישט, מאכט נישט און טוט נישט נאר אלעס איז דער מלך העולם אליין מלא כל הארץ כבודו אלעס וואס ס'פאסירט איז הקב"ה...

און טאקע דאס זאגט אונז די תוה"ק אין אונזער פרשה ווען מען גייט צו צום ענין פון די נגעים וואס אמת טאקע אז ס'איז א שווערע זאך איבערצולעבן און אריבערגיין די גאנצע פראצעדור, דער מענטש גייט אריבער יסורים נוראים אבער אין די זעלבע צייט דארף מען געדענקן און וויסן מיט א קלארקייט אז ס'איז חלילה נישט קיין שלעכטס, ס'איז עפעס וואס האט א ציל און תכלית צו פארבעסערן דעם מענטש און די וועלט, ס'איז א רוף צום איד אויף תשובה ומעשים טובים ווי די גמרא מסכת ערכין (ט"ז) געבט עס צו פארשטיין באריכות, און דערפאר פארלאנגט זיך טאקע א 'והיה-שמחה' ס'פארלאנגט זיך אז דער איד זאל פארשטיין אז יסורים קומען נאר מיט א תכלית פון תשובה ומעשים טובים אבער חלילה קיין שלעכטס איז דערין נישט פארהאן, אלעס איז א שטיק דביקות בה', אלעס איז מיטן ציל צו ברענגן דעם איד און די וועלט נענטער צו אבינו שבשמים, ווען דער איד פארשטייט דאס איז ער זוכה צו לעבן אויף א צווייטע פלאנעט, ער איז זוכה אריבער צו שפאצירן די גרעסטע יסורים און שוועריגקייטן מיט א שמחה, זיין פרייליכקייט ווערט נישט קיין טראפל ווייניגער אדער שוואכער, ער לעבט א אמתע "וידם אהרן", ער פארשטייט מיט א קלארקייט אז נישט נאר וואס אלעס איז גוט - נאר אלעס איז הקב"ה ואין עוד מלבדו ס'איז אסאך מער ווי גוט, ס'איז הקב"ה אליין!

טייערע ברידער ס'ליינט זיך געשמאק אבער צו דער זעלבע צייט איז פארהאן עפעס א טיפע הרגשה וואס זאגט ..די שרייבסט העכערע זאכן – ס'איז גאר ווייטע און גרויסע השגות וואס האט נישט מיט מיר קיין שייכות, קום ברידער לאמיר דיר פארציילן א מעשה וואס הקב"ה האט מיר צוגעשיקט בהשגחה פרטית טאקע די וואך וואס מיר זענען עוסק אין דעם ענין, און מיר שפירן אז מיר האבן דערצו זוכה געווען כדי מיר זאלן עס קענען איבערגעבן און פארשפרייטן, אז צוזאמען זאלן מיר האבן דעם הרגשה אז יא אין תשע"ו איז דער בחינה פון וידם אהרן נאך שטערקער ווי סיי ווען. לאמיר אייך פארציילן!

ס'איז קוים א יאר נאך די חתונה און די גוטע נייעס טוט זיך בליץ שנעל פארשפרייטן מאטי האט געהאט א קינד בשעה טובה ומצלחת, די שמחה איז גאר גרויס אה ב"ה מ'האט דער זכות אהיים צוברענגן פון שפיטאל א לעכטיגע נשמה'לע מ'קען נישט גענוג דאנקן און לויבן, הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך זינגט זיך אָן אויפהער פון דעם יונגען פאָר פאלק וואס זענען נארוואס געקרוינט געווארן אלץ טאטע מאמע... אזוי זענען די ערשטע פאָר וואכן אריבער רואיג און געשמאק ביז יענעם דינסטאג נאכט ווען מאטי איז געזיצן אין בית המדרש איבער א בלאט גמרא ווען פלוצלינג נעמט זיך זיין טעלעפאן קלינגן איינמאל און נאכאמאל אָן אויפהער, אויפהייבנדיג האט ער געהערט ווי זיין טייערע אשת חיל זאגט "מאטי קום שוין אהיים זיי ארבעטן אויף ארי"! ווואאס?!?! ווער ארבעט ווער זיי?! קום קום שוין...
אנקומעדיג אויפן גאס פון זיין שטוב האט ער שוין קיינעם קיין פראגעס נישט געדארפט פרעגן ווייל די סצענע האט גערעדט א טויזענט ווערטער, ער האט געשפירט ווי א באמבע פאלט ארויף אויף אים - דאס הארץ איז אים צובראכן געווארן אויף א טויזענט שטיקלעך ווי גייט מען פון דא?! וואס טוט מען?! קיין סאך צייט צו טראכטן האט ער נישט געהאט ווייל אונטער א מינוט איז דער הצלה אמביולאנס אנגעקומען און זיי זענען געווען אויפן וועג אין שפיטאל, ברידער טייערע ס'רייסט די הארץ ווייל ליידער איז זייט דעמאלטס די מצב גאר שווער, ס'איז שוין באלד גאנצע פינעף חדשים וואס מען גייט פון איין שפיטאל צום צווייטן, פון איין דאקטער צום אנדערן, טעסט נאך טעסט און דערווייל ליידער ליגט נאך דער קליינע ארי בן בלימא על ערש דוי בשעת ווען עם ישראל חברים און גוטע פריינד זענען מתפלל און קוקן ארויס אויף ישועת ה' במהרה אמן.

זייענדיג גאר נאנטע ידידים האב איך געבעטן מאטי אז דעם קומעדיגן מאל וואס ער פאָרט אין שפיטאל וואלט איך מיט אים געוואלט מיטקומען, צו זיין אמתדיג כ'האב פשוט געוואלט געבן חיזוק פאר מאטי וב"ב און ארויסווייזן מיין מיטגעפיל אין דעם שווערן מצב וואס זיי געפינען זיך, וכך הוה לעצטע וואך זונטאג זענען מיר געפארן צום גרויסן קאלאמביע שפיטאל און ווי געזאגט אלעס מיטן ציל צו געבן חיזוק און ארויסווייזן מיין מיט געפיל כ'האב נישט געחולמט וואס ס'ווארט מיר אפ.

ווי נאר מיר פאַרקן די קאר זאגט מאטי מיט א שמייכל ..רבש"ע קיין שום איד זאל דא נישט קומען נאר אויף שמחות געזונטערהייט, און דערנאך ווען מיר שפאצירן אריין אינעם בילדינג זאגט ער מיר אה קוק ווי שיין ס'איז – ס'איז ממש חסדי ה' אז כ'האב זוכה געווען צו זיין אין אזא שיינע שפיטאל געלויבט השי"ת די סערוויס איז עפעס אויסטערליש, מיינע מחשבות פאנגן אָן פליען איך גלייב נישט וואס איך הער דער אינגערמאן זעט נאר איין זאך "חסדי ה'", כ'האב געמיינט אז ווי נאר מ'וועט קומען נענטער צום ציממער פון ארי'לע וועט ער זיכער אנפאנגן קרעכצן – אוי האב איך געמאכט א טעות, ווי נאר מיר קומען אָן צום שטאק פונעם איי. סי. יו. אפטיילונג ווייזט ער מיר אויף א דאקטער און ברומט זיך אונטער אה ברוך השם אז ער איז ארי'ס דאקטער ממש א מלאך המושיע, און ווי נאר מיר קומען אריין אין ציממער פון ארי'לע נאר זעהנדיג די מצב כאפט א פחד און א שרעק אבער מאטי רופט זיך אָן מיט די גאנצע אמת און תמימות קוק ווי שיין און לעכטיג ארי'לע איז - בסייעתא דשמיא וועט ער בקרוב האבן א גאנצע רפואה, די רבש"ע איז דאך אזא רחום ס'האט נישט קיין ווערטער ער ווייזט אונז כסדר אפענע ניסים און אט וועלן מיר זוכה זיין צו זעהן א רפואה שלימה!

פיל מיט רגש געב איך א זאג ..מאטי איך בין אזוי איבערגענומען ווי אזוי די טראגסט עס איבער מיט אזוי פיל שטארקייט, צו מיין שטוינונג זאגט מאטי מיט די גרעסטע רואיגקייט און ווארעמקייט ..איבערצוטראגן די מצב מיט ארי'לע איז נישט אזוי שווער ווייל מיט איעדע נסיון שיקט מען פון הימל מיט די ריכטיגע כוחות און דערפאר האב איך טאקע די כוחות, אבער וויסן זאלסטו אז די אמתע שוועריגקייט וואס איך האב זייענדיג דא אין שפיטאל איז צו זעהן אנדערע אידישע קינדער וואס ליגן דא מיט יסורים, אנדערע קינדערלעך וואס זענען מצפים לישועה, כ'קען עס נישט צוקוקן כ'קען עס נישט פארטראגן...

פון מיינע אויגן פאנגן טרערן אָן צו רינען כ'קען עס נישט פארטראגן, כ'בין אהערגעקומען מיטן מחשבה פון געבן חיזוק און דא שטייט א אינגערמאן און לעבט א וידום אהרן פשוטו כמשמעו, און טראץ זיין שרעקליכע שווערע מצב, טראץ דעם וואס ס'איז שוין חדשים וואס ער עסט נישט און שלאפט נישט געהעריג מען לויפט און קומט פון שפיטאל טאג און נאכט זעט ער בלויז חסדי ה', ער זעט אלעס ליכטיג און גוט, ער פארשטייט אז ס'איז נישט עפעס א פאסירונג צווישן אים מיט זיין ארי'לע - ס'איז אלעס א חלק פון א גרעסערע בילד, ס'איז אלעס א חלק פון עפעס גרעסער און מער וואס מיר האבן נישט קיין שום השגה דערין, און דערפאר קען ער מיט די גרעסטע רואיגקייט אדורך שפאצירן דאס שווערסטע... נישט קענענדיג זאגן א ווארט האב איך מיט הייסע טרערן געווינטשן דעם לעכטיגן נשמה ארי בן בלימא א רפואה שלימה און נאך איידער כ'האב געקענט אויספירן מיינע ווערטער רופט זיך מאטי אָן בתוך שאר חולי ישראל געדענק אז ארי'לע איז נישט אליין הקב"ה זאל שיקן א רפואה פאר אלע חולי ישראל...

ברידער טייערע די מעשה זאגט אזוי פיל, יא די בחינה פון וידם אהרן איז עפעס וואס מיר דארפן ארבעטן און שטרעבן קונה צו זיין, געדענקן און זיין קריסטאל קלאר אז אלעס איז בורא עולם ואין עוד מלבדו ס'עקזעסטירט נישט גארנישט אויף די וועלט אויסער הקב"ה, אלעס וואס ס'פאסירט איז נאר הקב"ה און ווען א איד פארשטייט דעם יסוד איז מען זוכה צו לעבן א העכערע לעבן וואס איז פיל מיט שמחה און מנוחת הנפש, מ'קען אריבער גיין דאס שווערסטע און זיין א וידם אהרן זיין איינער וואס אדורך און אדורך איז מען עס מקבל מיט די גרעסטע אהבה, לאמיר זיך נעמען צום ארבעט... ויה"ר אז אט בקרוב זאל ארי בן בלימא האבן א רפואה שלימה און מיר זאלן זוכה זיין זיך צוזאמען קענען פרייען ביים גרויסן סעודת הודאה בקרוב בתוך שאר חולי ישראל! און מיט א תפילה צו הקב"ה בעטן מיר טאטע זיסע קוק אראפ אויף עם ישראל טראץ אלע שוועריגקייטן זעהן מיר נאר די און דיינע חסדים רבים שיק אונז שוין רפואות וישועות עדי נזכה לביאת מלך המשיח בב"א.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
[email protected]דורך אי-מעיל בעז"ה
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בתוךשארישראל »

שלום ואחדות האט געשריבן:[b]
פיל מיט רגש געב איך א זאג ..מאטי איך בין אזוי איבערגענומען ווי אזוי די טראגסט עס איבער מיט אזוי פיל שטארקייט, צו מיין שטוינונג זאגט מאטי מיט די גרעסטע רואיגקייט און ווארעמקייט ..איבערצוטראגן די מצב מיט ארי'לע איז נישט אזוי שווער ווייל מיט איעדע נסיון שיקט מען פון הימל מיט די ריכטיגע כוחות און דערפאר האב איך טאקע די כוחות, אבער וויסן זאלסטו אז די אמתע שוועריגקייט וואס איך האב זייענדיג דא אין שפיטאל איז צו זעהן אנדערע אידישע קינדער וואס ליגן דא מיט יסורים, אנדערע קינדערלעך וואס זענען מצפים לישועה, כ'קען עס נישט צוקוקן כ'קען עס נישט פארטראגן...

... נישט קענענדיג זאגן א ווארט האב איך מיט הייסע טרערן געווינטשן דעם לעכטיגן נשמה ארי בן בלימא א רפואה שלימה און נאך איידער כ'האב געקענט אויספירן מיינע ווערטער רופט זיך מאטי אָן בתוך שאר חולי ישראל געדענק אז ארי'לע איז נישט אליין הקב"ה זאל שיקן א רפואה פאר אלע חולי ישראל...

...., מ'קען אריבער גיין דאס שווערסטע און זיין א וידם אהרן זיין איינער וואס אדורך און אדורך איז מען עס מקבל מיט די גרעסטע אהבה, לאמיר זיך נעמען צום ארבעט... ויה"ר אז אט בקרוב זאל ארי בן בלימא האבן א רפואה שלימה און מיר זאלן זוכה זיין זיך צוזאמען קענען פרייען ביים גרויסן סעודת הודאה בקרוב בתוך שאר חולי ישראל!



יישר כח, געוואלדיג, געוואלדיגע רייד.

השי"ת זאל העלפן אז ווער ס'באגרייפט נישט זאל דאס געזונטערהייט ווייטער נישט באגרייפען און נישט קומען לידי נסיון ח"ו, און אלע חולי ישראל וואס לעבן דערמיט זאלן שוין זוכה זיין צו א רפאה שלימה קרובה בניקל.

גוט שבת!
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”