דיונים ועיונים בפרשת חיי שרה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 1:56 pm

נא_שכל האט געשריבן:הערליך רבי פייערמאן.

יישר כח!

דער קדושת לוי גייט לכאורה נישט מיט די מהלך אז ס'איז געווען די ערשטע טאג סוכות.

אויב רעדט מען פון היינטיגע צייטן איז אסור לקדש אישה במועד, אפילו חול המועד טאר מען נישט, אלא מאי מוז מען זאגן אז עס איז געווען פאר מתן תורה, און דעי אלע זאכן וואס זיי האבן געטוען איז נאר אלץ מעשה אבות סימן לבנים, און אלץ יפה שיחתן של עבדי אבות, אבער מיט הלכה שטימט עס סייווי נישט היינט צוטאגס
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג נובעמבער 27, 2016 12:17 pm

ראה ביהודה יעלה שהבאתי לעיל שמש"ה כתב דהקידושין היה לאחר הרגל לפי שאסור לקדש במועד.

לגבי דעם קדושת לוי, איז דא נאך אן הכרח אז ער גייט לויט די טעם פון שכרות ווייל די טעם פון מוחלין אותו כל עוונותיו איז לכאורה נאר ביי די חופה און נישט ביי קידושין אליין, וכ"כ במפורש הפמ"ג על המג"א הנ"ל בסי' תקע"ג שיש נפק"מ בין שני הטעמים אם צריך להתענות כשעושה אלא הקידושין, עס איז נאר ידוע א מימרא פון הרה"ק מקאצק זי"ע וואס קומט אויס אז אפילו נאר ביי קידושין וראה כאן

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 1:44 pm

כ'האב געזען אין צוואה פון הגה"ק מצעהלים זצ"ל מ'זאל מפריש זיין ביי זיין פטירה 400 ניקעלס לעניי ארץ ישראל, און זאגן דערביי דעם פסוק אין פרשת חיי שרה וישמע אברהם לעפרון כו' ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר.
לויט ניקעלס קומט עס אויס צוואנציג דאלער


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט