לקוטים וענינים על פרשת וירא

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

לקוטים וענינים על פרשת וירא

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 03, 2008 2:58 pm

ועקידת יצחק ברחמים תזכור

במשך ראש השנה און יום הכיפורים טון מיר כסדר דערמאנען אז די זכות פון די עקידה
זאל אונז ביישטיין דעריבער ברענג איך אראפ די מעשה עקידה מלוקט ממדרשים ומפרשי התורה

מלך זקן וכסיל, אזוי האט שלמה המלך אנגערופען דעם יצר הרע, אבער ער ווערט קיינמאל נישט אויסגעמיטשעט און קיינמאל נישט מיד.
חסידים, צדיקים, און ערליכע יודן, זענען שטענדיג אין מלחמה מיט איהם, אבער ער פרובירט נאכאמאל און נאכאמאל מיט זיינע תחבולות, און פאלט קיינמאל נישט אריין אין קיין יאוש. אויך אברהם אבינו האט זיך די שטן נישט דערשראקען איהם מכשיל צו זיין דורך א נסיון, און ער איז צוגעגאנגען צום אויבערשטער און מקטרג געווען אויף אברהם אבינו און געזאגט:
רבונו של עולם, דו האסט געגעבען פאר אברהם א קינד ביי די עלטער, ער האט געמאכט א סעודה לכבוד דעם, אסאך קעניגן מיט שרים האט ער איינגעלאדענט צו די סעודה, ער האט גע'שחט'ן אן א צאהל שאף און רונדער לכבוד דעם סעודה, און פאר דיר, פאר דער באשעפער וואס האט איהם געשענקט דעם קינד, האט ער זיך נישט באמוהט מקריב צו זיין אפילו נישט איין קליין קרבן.
האט דער אויבערשטער געענפטערט פאר די שטן: דער גאנצע גרויסע חשוב'ע סעודה, האט דאך אברהם נאר געטון פאר זיין זוהן, איך וועל דיר ווייזן, אז אפילו איך וועל איהם בעטן זיין אייגענע זוהן, וועט ער זיין גרייט איהם מקריב צו זיין פאר מיר פאר אן עולה.
בשעת דער שטן איז געווען פארנומען מיט זיין קטרוג אויף אברהם, האט זיך ישמעאל גערייצט מיט יצחק און עם געזאגט: איך בין גרעסער און חשוב'ער פון דיר, ווייל ווען מען האט דיר גע'מל'ט ביסטו געווען אכט טאג אלט, האטסו דען געהאט דעמאלס שכל, האסטו דען געקענט זיך קעגן שטעלן, ס'איז נישט קיין שום חשיבות אז דו ביסט גע'מל'ט. אבער איך ווען דער דער טאטע אברהם האט מיר געוואלט מל'ען בין איך שוין געווען אלט 13 יאר, און איך האב מיך נישט א קעגן געשטעלט נאר איך האט מסכים געווען צו טון דעם ווילן פון השי"ת.
האט יצחק געלאכט און געענטפערט: וועגן א קליינע ווייטאג ווילסטו זיך גרויס האלטן איבער מיר, אפילו דער אויבערשטער וועט מיר באפעהלן זיך צו שחט'ן פאר זיין כבוד וועגן, וועל איך עס טון בשמחה.
"אחר הדברים האלה", נאך די ווערטער פונעם שטן, און נאך די ווערטער פון יצחק, האט זיך דער אויבערשטער באוויזען צו אברהם אבינו, און עם געזאגט: "אברהם". האט אברהם געענטפערט "הנני", איך בין גרייט צו אלעס וואס די ווילסט מיר זאגען.
"ויאמר קח נא .." די אויבערשטער רעדט צו אברהם מיט א לשון בקשה (בעטן) "נא", פארוואס בעט זיך די אויבערשטער, פארוואס איז ער נישט גוזר אויף איהם מיט א גזירה. זאגען די חז"ל אויף דעם א שיינע משל, צו א קעניג וואס האט געהאט אסאך שונאים, און פארשידענע מלחמות זענען געקומען אויף זיין קעניגרייך, אבער ער האט געהאט איין גוטע גענעראל, א גבור, וואס דורך איהם האט די קעניגרייך געווינן אלע מלחמות.
איינמאל האט זיך געמאכט א שווערע קראפטיגע מלחמה, און די קעניג האט מורא געהאט אז דאס מאל וועט די גענעראל נישט מסכים זיין צו גיין פירן די מלחמה וועגען די שווערקייט פון די מלחמה, האט איהם די מלך צוגערופען און געזאגט:
דו ביסט ביי מיר זייער חשוב און באליבט, וועגען די אלע מלחמות וואס דו האסט געפירט ביז יעצט, אבער איך בעט דיר דאס מאל זאלסטו אויך גיין פירן די מלחמה, כדי די מענטשען זאלן נישט זאגען אז די אלע מלחמות ביז יעצט זענען געווען גרינג, פאר דעם האסטו זיי געווינען, אבער א שווערע מלחמה קענסטו נישט ביישטיין, און פאר דעם ווילסטו עס נישט פירן.
דאס זעלבע האט די אויבערשטער געזאגט, איך בעט דיר זאלסט ביישטיין די נסיון, כדי די מקטריגים זאלן נישט קענען טענה'ן אז די אלע פריעדיגע נסיונות זענען גארנישט ווערט.
נישט מיט איין מאל, און פלוצלונג האט די אויבערשטער מודיע געווען צו אברהם אבינו די בקשה נאר צוביסלעך און שטייטלעך.
קח נא את בנך! (נעם דיין זין) האט איהם די אויבערשטער געזאגט. אבער אברהם האט געענטפערט, צוויי קינדער האב איך, וועלכע זאל איך נעמען?
את יחידך! (דיין איינציגער) האט די אויבערשטער געענטפערט.
ביידע זענען געאיינציגט, ישמעאל איז געאיינציגט צו זיין מאמע, און יצחק איז געאיינציגט צו זיין מאמע. האט אברהם געפרעגט.
אשר אהבת! (וועמען די האסט ליב) געט איהם די אויבערשטער א סימן.
אבער אברהם האט ביידע ליב, קען מען דען נישט ליב האבן ביידע, האט אברהם אבינו צוריק געפרעגט.
דעמאלסט האט איהם די אויבערשטער געענטפערט בפירוש את יצחק!
ולך לך אל ארץ המוריה, והעלהו שם לעולה על אחד ההרים.. (גיי צו די לאנד מוריה און לייג עם ארויף פאר א עולה אויף איינע פון די בערג) אבער יצחק האט א מאמע, א מאמע וואס האט איהם זוכה געווען איהם צו געבוירען ביי די 90 יאר. וויפיל יאר האט שרה געווארט צו האבן א קינד, וויפיל טרערען האט זי פארגאסען, וויפיל תפילות האט זי מתפלל געווען, און ווען ער איז געבוירען וואספארא שיעור פון ליבשאפט האט זי געהאט צו דעם צדיק, וועט דען די מאמע קענען ביישטיין דעם נסיון, טראכט אברהם.
אברהם האט געזוכט אן עצה ווי אזוי שרה זאל זיך נישט קעגן שטעלן, ער האט זיך געזארגט אז דאס ליבשאפט פון שרה צום קינד זאל נישט שטיין אין וועג מקיים צו זיין דעם באפעל פון השי"ת.
דו ווייסט, זאגט אברהם צו שרה: ווען איך בין געווען קליין אזוי ווי 3 יאר האב איך שוין געקענט דעם בורא העולמים, אבער אונזער זוהן יצחק האט נאך נישט באקומען דאס ריכטיגע חינוך צו יראת ד', על כן וויל איך איהם שיקען צו א ישיבה צו לערנען, עס איז טאקע אביסל ווייט, אבער וואס טוט מען נישט פאר תורה.
גיי געזונטערהייט, זאגט שרה. די אלטע מאמע פון 127 יאר, איז מסכים זיך צו געזעגענען פון איהר קינד, איהר באליבט איינציגסטע זוהן, אלעס פאר די ריכטיגע חינוך פונעם קינד.
וישכם אברהם בבוקר, גלייך ביים נץ החמה איז אברהם אבינו אויפגעשטאנען מיט א זריזות, און מיט א ברען מקיים צו זיין די באפעל פון השי"ת.
ויחבוש את חמורו, (און ער האט איינגעשפאנט זיין אייזל) 318 קנעכט האט אברהם אבינו געהאט אבער ער האט נישט געלאזט קיין איינער פון זיי זאלן צוגרייטן דעם אייזל צו וועג, פארוואס? זאגט דער הייליגער תנא ר' שמעון בר יוחאי, האהבה מקלקת את השורה, פון גרויס ליבשאפט וואס אברהם האט געהאט און זיך צו דער מצוה, האט ער אליין צוגעגרייט די אייזל וואס די מטרה איז, אנצוקומען צו די מצוה פון שחט'ן יצחק.
וואונדערליכע זאכען זאגען חז"ל אויף דער אייזל, דער חמור וואס אברהם אבינו האט געריטען אנצוקמען צו די עקידה, דער אייזל האט משה רבינו גענוצט ווען ער איז געגאנגען פון מדין קיין מצרים אויסצולייזען די יודען פון מצרים. און דער אייזל וועט משיח צדקנו רייטן ווען די אויבערשטער וועט עם שיקען אויסצולייזען די יודען פון די ביטערע גלות, במהרה בימינו.
פאר'ן ארויסגיין אין וועג האט אברהם אבינו אלעס צוגעגרייט, געהאקט האלץ וואס איז כשר פאר אן עולה, צוגעגרייט די פייער, און זיך מיטגענומען א מעסער צו שחט'ן יצחק.
דער טאג האט אויפגעשיינט, אברהם מיט יצחק גיין ארויס אין וועג, זיי האבן מיטגענומען ישמעאל מיט אליעזר זאלן בייגלייטן, ווייל א ת"ח טאר נישט גיין אליין אין וועג.
אלעס איז שוין גרייט און מסודר, נאר איינער האט נאך נישט מסכים געווען צו די הכנות פון אברהם אבינו מקיים צו זיין די מצוה, און ער האט געזוכט ווי ער קען איהם שטרויכלען. דאס איז געווען דער שטן, דער יצר הרע.
אברהם מיט יצחק לאזען זיך ארויס אין וועג, ארום גענומען מיט שמחה דמצוה, און זיי זען אן עלטערע מענטש שלעפט זיך און דערנענטערט זיך צו זיי.
ווי גייסטו? פרעגט דער אלטער (דער שטן) צו אברהם אבינו, צום דאווענען, האט אברהם געענטפער. און פארוואס דארפסטו האקן די האלץ מיט די מעסער? פרעגט ווייטער די שטן, אפשר וועט מען דארטן בלייבען אפאר טעג, און מען וועט שחט'ן און בראטן פלייש, ענטפערט אברהם.
דער אלטער פלאצט אויס מיט א געלעכטער, דו מיינסט אז איך בין נישט געווען ווען די אויבערשטער האט דיך געהייסן נעמען דיין זוהן פאר אן עולה. דו טוסט דאס מיט ישוב הדעת? דו האסט פארלוירען דיין הארץ און דיין געפיהל צו דיין זוהן? קען דען זיין אז דער זוהן וואס דו האסט זוכה געווען צו די עלטער וועסטו הרג'ענען? דאס איז דיין שכר וואס די אויבערשטער טוט פאר דיר אויף דיין עבדות ד', פון א גאנץ לעבען? דו האסט מגייר געווען אזוי פיל גרים דאס איז דיין שכר?
איך טראכט ח"ו נישט אריין נאך די אויבערשטערס מידות, דער באפעהל פון השי"ת איז ביי מיר א געזעץ, איך פאלג אלעס וואס ער הייסט מיר - ענטפערט אברהם.
דער שטן זעט אז ער האט נישט מצליח געווען ביים טאטען גייט ער ווייטער פרובירען ביים זוהן יצחק.
אברהם מיט יצחק גיין ווייטער אין וועג, און זיי זען א יונגע מענטש וואס קומט זיי א קעגן. דער יונגע מענטש (שטן) גייט צי צו יצחק און פרעגט איהם: ווי גייסטו? לערנען תורה! ענטפערט יצחק. ווי אזוי גייסטו לערנען תורה לעבעדיג אדער טויט? פרעגט דער שטן. איז דען דא א מענטש וואס לערנט תורה נאכן טויט - ענטפערט יצחק.
דער פנים פונעם שטן איז געווארען ערנסט, און מיט א רחמנות'דיגע קול רופט ער זיך אן: נעבעכדיגע יונגעל! וויפיל טרערן האט דיין מאמע פארגאסען פאר דיר, וויפיל תעניתים האט זי געפאסט, און יעצט איז דיין אלטע טאטע אראפ פון זינען און וויל דיר שחט'ן.
ווען יצחק האט געהערט די ווערטער, אפילו ער האט נישט געוויסט די ריכטיגע מטרה פונעם יעצטיגען גיין, אבער דער אמונה אין זיין הארץ איז געווען פונקט ווי דער אמונה פון אברהם אבינו, און ער האט געענטפערט פארן יונגערמאן:
דער טאטע וועט נישט טון קיין שום זאך אן וואס דער אויבערשטער וועט איהם הייסען, און איך וועל נישט עובר זיין, נישט אויפ'ן באפעל פון השי"ת, און נישט אויף מיין טאטענס ווערטער.
און וואס וועט זיין אויף די אלע שיינע קליידער וואס דיין מאמע האט פאר דיר גענייט, און די אלע מתנות וואס זי האט דיר געקויפט.
יצחק האט פארשטאנען, אז עס ליגט עפעס אמת אין זיינע ווערטער, רופט ער זיך אן צום טאטן און זאגט:
אָבִי! (מיין טאטע) הנני בני (אט בין איך מיין זין) - ענטפערט אברהם.
הנה האש והעצים (אט איז די פייער און די העלצער) איך זעה אז די האסט מיט גענומען האלץ מיט פייער פון שטאט, איז דאך א סימן אז מיר גיין נישט אויף א פלאץ ווי מענטשען זענען, ווייל אויב יא, וואלסטו דאך געקענט דארט קויפן די האלץ מיט די פייער, נו, ואיה השה לעולה? (ווי איז די לעמעלע פאר די עולה).
אויב די פרעגסט שוין, וועל איך דיר אויסזאגן דעם אמת, זאגט אברהם, דער אויבערשטער האט דיך אויסגעוועהלט צו זיין דעם קרבן עולה!
אזוי ווי יצחק הערט די מטרה פון די נסיעה, זאגט ער, נפשי לד', און מיט גרויס שמחה אז דער אויבערשטער האט איהם אויסגעוועהלט פאר אן עולה, גייט ער ווייטער מיטן ווילן צו זיין דעם קרבן.
יצחק האט מסכים געווען און זיך געפרייט, אבער דער שטן האט נישט מסכים געווען, און האט זיך נישט געפרייט. וואס האט ער געטון? אזוי ווי זיי גיין נאך אביסל, האט זיך דער שטן געטוישט פאר א גרויסע טייך, וואס פארשטעלט די וועג, מען קען נישט ווייטער גיין.
אברהם בלייבט אבער נישט שטיין, ער ווערט נישט דערשראקן פון קיין שטערונגען. עס ליגט נאר איין זאך פאר די אויגען, מקיים זיין דעם באפעל פון השי"ת. אברהם שפרינגט אריין אין טייך, און יצחק נאך איהם. פאר די קנעכט איז קיין אנדערע ברירה נישט געבליבן, און זיי גייען אויך אריין אין טייך. דער קבוצה גייט און גייט, די וואסער איז שוין אנגעקומען ביז זייערע קניען, אבער זיי שטרענגען זיך אן, און זענען ממשיך צו גיין ווייטער, אבער די וואסער ווערט טיפער און טיפער. עס איז שוין אנגעקומען צו זייערע האלז.
די סכנה ווערט מער און מער. אזוי ווי עס איז שוין זייער געפערליך, אט אט גייט מען זיך שוין דערטרענקען, הייבט אויף אברהם זיינע אויגען צום הימל און זאגט:
רבונו של עולם, דו האסט דאך מיר באפוילן יעצט מקריב צו זיין מיין קינד פאר אן עולה, און איך האב מיך נישט פארזוימט פון דאס צו טון, אפילו נישט קיין איין טאג, און אויב איך וועל יעצט ח"ו דערטראנקען ווערן אינעם וואסער, ווער וועט מקיים זיין דעם באפעהל?
דער אויבערשטער האט גלייך אנגעשריגען דעם שטן, און אזוי שנעל ווי א אויגן בליק איז די וואסער פארשווינדען געווארן.
ווייטער איז דער קבוצה ממשיך אין זייער וועג, און די הארץ איז פיל מיט פרייד אז מען קען מקיים זיין די מצוה. דעם דריטן טאג, זענען זיי אנגעקומען צו "כפר צופים". אברהם האט באמערקט אז אויף איינער פון די בערג איז צוגעבינדען א וואלקן, און די הויכקייט פונעם וואלקן קומט אן ביזן הימל. אברהם האט גלייך פארשטאנען אז אויף דעם בארג איז דא די שכינה, און דארט דארף ער מאכן די עקידה.
די זעסט עפעס אויף איינע פון יענע בערג? פרעגט אברהם צו יצחק. אודאי! ענטפערט יצחק. ער האט געזעהן דאס זעלבע וואס דער טאטע האט געזעהן. יעצט פרעגט אברהם צו אליעזר מיט ישמעאל: עטס זעהטס עפעס אויף איינע פון די בערג?
ניין! מיר זען גארנישט, ענטפערן זיי. אויב אזוי טראכט אברהם, זענען זיי דאך גלייך צום אייזל, אזוי ווי דער אייזל זעט גארנישט זען זיי אויך גארנישט, זיי הייסן דאך טאקע עם הדומה לחמור (א פאלק וואס איז גלייך צו א אייזל).
שבו לכם פה עם החמור, (בלייבט דא מיט'ן אייזל) זאגט זיי אברהם, ואני והנער נלכה (און איך מיט'ן יונג וועלן גיין). אליעזר מיט ישמעאל, בלייבן שטיין אינטן ביים בארג, און אברהם מיט יצחק גייען ווייטער.
ויבואו אל המקום אשר אמר לו האלקים. (זיי זענען אנגעקומען צו די פלאץ וואס השי"ת האט זיי געהייסן) אן אלטן מזבח, האט די אויבערשטער געוויזען דארט פאר אברהם, אויף יענע מזבח האט קין מיט הבל מקריב געווען זייער מנחות, און אויף יענע מזבח האט נח מקריב געווען זיין קרבן תודה ווען ער איז ארויס פונעם תיבה.
אברהם איז צוגעגאנגען צו באפעסטיגן און פארעכטן די מזבח. ויבן שם אברהם את המזבח, (און אברהם בויט די מזבח) אברהם אליין, אבער דעם יצחק האט ער נישט געלאזט צוהעלפן מיטן בויען די מזבח, ווייל אברהם האט מורא געהאט, אז דער שטן וועט אינמיטן בויען אראפ ווארפן א שטיין אויף יצחק און עם מאכן פאר א בעל מום, און עם פסל'ען חלילה פאר א קרבן.
די הכנות האבן זיך שוין געענדיגט, מיט א הייליגע ציטערניש, נעמט אברהם זיין איינציגסטע זוהן, און לייגט איהם ארויף על המזבח ממעל לעצים, העכער די העלצער.
טאטע - רופט זיך אן יצחק. איך בין נאך יונג, און איך האב מורא אז מיין גוף וועט זיך ריקען פון שרעק, און פסל'ען די מעסער, ממילא בעט איך דיר בונד מיר גוט צו מיט שטארקע שטריק אז איך זאל נישט קענען פסל'ען די מעסער. ויעקד את יצחק בנו, (און ער האט אנגעבונדען זיין זין יצחק).
וישלח אברהם את ידו ויקח את המאכלת. (און אברהם האט אויסגעשטרעקט זיין האנט און ער האט גענומען די מעסער).
אלעס איז שוין גרייט, און ביז דערווייל זיצט דער אויבערשטער אין הימל און קוקט צו ווי א טאטע גרייט צו זיין זוהן צום שחט'ן, דעם זוהן וואס ער האט אזוי לאנג געווארט אויף איהם. דער זוהן ליגט יעצט אויפן מזבח, און שטרעקט אויס זיין האלז צום שחיטה. די מלאכים זען דאס אויך, און עס כאפט זיי אן א ציטער. רבונו של עולם, דו ווערסט אנגערופען א רחום וחנון, אונז בעטן דיר האב רחמנות אויף יצחק. די מלאכים האבן געוויינט און געוויינט, און זייער טרערען זענען גערינען אויפן מזבח, אריין אין יצחק'ס אויגען.
און אין יענע מינוט הערט אברהם א געשריי: אברהם אברהם!
ויאמר - הנני. און די קול זאגט ווייטער: אל תשלח ידך אל הנער (שטרעק נישט אויס דיין האנט צום יונגעל), אברהם הערט די קול, ער טראכט אבער צו זיך, ווער זאגט אז דאס איז נישט ווייטער דער שטן וואס וויל עם שטערן מקיים צו זיין די מצוה.
ווער ביסטו? פרעגט אברהם. א מלאך ה'! ענטפערט די קול.
אבער אברהם איז נאך נישט מְוַתֵּר, די אויבערשטער האט דאך מיר אליין געזאגט והעלהו שם לעולה (ברענג עם ארויף פאר א עולה), און א מלאך קען נישט מבטל זיין די רייד פון השי"ת.
בי נשבעתי - נאום ד'. די אויבערשטער אליין האט שוין יעצט געזאגט נישט צו שחט'ן, אבער אלעס איז דאך שוין גרייט, די קרבן דער מזבח, די פייער, די האלץ.
אפשר קען איך ארויס נעמען נאר אביסל בלוט נאר א סימן, פרעגט אברהם. אל תעש לו מאומה, (זאלסט איהם גארנישט טוהן), ענטפערט די קול. האסט שוין געוויזען אז ירא אלוקים אתה (דו ביזט א גאט פארכטיגער), און עס פעהלט שוין נישט אויס דו זאלסט שחט'ן את בנך את יחידך.
אברהם פרעגט די אויבערשטער: רבונו של עולם, צו דען זענען דיינע ווערטער אזוי ווי ווערטער פון א מענטש, וואס קען טוישן זיינע ווערטער, א שטיק צייט צוריק האסטו געזאגט "כי ביצחק יקרא לך זרע", (פון יצחק וועסטו האבן קינדער) שפעטער האסטו צוריק געצויגן, און געזאגט "קח נא את בנך", און יעצט טוישסט די שוין ווייטער פון דיינע ווערטער, און די זאגסט "אל תשלח ידך אל הנער".
ענטפערט איהם די אויבערשטער: לא אחלל את בריתי ומוצא שפתי לא אשנה, דער בונד וואס איך האב געמאכט מיט דיר כי ביצחק יקרא לך זרע, דאס בלייבט, ומוצא שפתי וואס איך האב דיר געזאגט קח נא את בנך, איז אויך ריכטיג, איך האב דיר נישט געזאגט זאלסט איהם שחט'ן, איך האב דיר געזאגט והעלהו שם לעולה, ברענג איהם נאר ארויף, יעצט אז דו האסט איהם שוין ארויף געלייגט, קענסטו איהם שוין אראפ נעמען.
והנה איל אחר נאחז בסבך בקרניו. (און אט א ווידער איז פארהאנקעט מיט זיינע הערנער אין א צווייג). דעם 6 טאג פון ששת ימי בראשית, בין השמשות, האט די אויבערשטער צוגעגרייט דעם איל, שוין הונדערטע יארן וואס דער איל וואקסט און עסט גראז, און ווארט אויף דעם טאג. יעצט איז געקומען די צייט, און אזוי ווי די צייט איז אנגעקומען האט ער גלייך געוואלט לויפען צו אברהם.
אבער דער שטן האט נאך פרובירט זיין לעצטע נסיון צו שטערן אברהם, און ער האט צוגעבונדען די הערנער פונעם איל אין די צווייגען פונעם בוים.
וילך אברהם ויקח את האיל ויעלהו לעולה תחת בנו. ווען אברהם האט גע'שחט'ן דעם איל האט ער געזאגט: יהי רצון, כאילו איך שחט מיין זוהן יצחק. ווען ער האט געשפריצט די בלוט, האט ער געזאגט: יהי רצון כאילו איך שפריץ די בלוט פון מיין זוהן. און אזוי האט ער געזאגט אויף יעדע עבודה וואס ער האט געטון.
דער אויבערשטער האט דעמאלסט געזאגט: ווען די יודען וועלן בלאזען פאר מיר ראש השנה מיט א שופר פון אן איל, וועל איך מיך דערמאנען די עקידה פון יצחק.


רבונו של עולם כמו שכבש אברהם אבינו את רחמיו לעשות רצונך בלבב שלם כן יכבשו רחמיך
את כעסך מעלינו, ויגולו רחמיך על מדותיך, ותתנהג עמנו במדת החסד ובמדת הרחמים

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 09, 2008 8:17 pm

וירא אליו ה'
זאגט רש"י לבקר את החולה
ווען דער אויבערשטער איז געקומען מבקר חולה זיין אברהם אבינו, שטייט נאר "וירא אליו ה'", אז דער אויבערשטער האט זיך באוויזען צו איהם, עס שטייט אבער נישט וואס דער אויבערשטער האט איהם געזאגט, ווייל פון דא לערנען מיר ארויס, אז ווען מ'גייט מבקר חולה זיין א קראנקע מענטש, זאל מען וואס ווייניגער רעדן, כדי מ'זאל נישט מטריח זיין דער קראנקע צו ענטפערן אויף דעם וואס די זאגסט, אפשר איז איהם שווער צו רעדן, פארדעם האט דער אויבערשטער דא גארנישט געזאגט פאר אברהם אבינו.
(ספרים)

והוא יושב פתח האוהל כחום היום
דער שטייגער איז, ווען א מענטש הייבט אהן צו טוהן א מצוה איז ער זעהר ווארים דערצו, אבער וואס מער צייט עס גייט אדורך ווערט ער צוביסלעך אפגעקילט פון זיין ברען צו דער מצוה.

אברהם איז אבער געוועהן אנדערש, כאטש עס איז שוין אדורך דריי טעג, און ער האט געהאט גרויסע יסורים און ווייטאגן פון דער מילה, פונדעסטוועגן איז ביי איהם געבליבן די התלהבות און ווארימקייט צו דער מצוה, "כחום היום", גענוי מיטן זעלבן ברען וואס ער האט געהאט ווען די באשעפער האט איהם באפוילן די מצוה פון מילה.
(תפארת שלמה)

פתח האוהל
זאגט רש"י, לראות אם יש עובר ושב
קען מען זאגן א רמז, "עובר ושב" מיינט דער בעל עבירה וועלכע טוט תשובה, האט איהם אברהם מקרב געוועהן מיט עסען און שלאפן און אלעם גוטן.
(מאור ושמש)

שלש סאים קמח
דער רמב"ן פרעגט, פארוואס האט אויסגעפעהלט אזוי פיהל מעהל? מען קען דאס פארענטפערן אזוי, ווייל לכאורה איז שווער, ווי אזוי האט אברהם אבינו געמעגט באקען ברויט פאר די מלאכים, ער האט דאך געמיינט אז זיי זענען גויים, און די גמרא זאגט דאך אז א איד טאר נישט קאכן אדער באקן פאר קיין גוי אין יום טוב? נאר דער תירוץ איז, ווייל די גמרא זאגט אז מ'מעג באקן אין יום טוב מער ברויטן ווי מ'דארף באמת האבן אויף יום טוב, ווייל דאס ברויט באקט זיך אסאך בעסער ווען עס זענען דא אסאך ברויטן אין דעם אויוון. ממילא ווערן שוין פארענטפערט ביידע קשיות, עס איז שוין נישט שווער ווי אזוי אברהם אבינו האט געמעגט באקן ברויט פאר די מלאכים, ווייל ער האט באמת געבאקן פאר זיך, נאר ער האט אריין געלייגט אסאך מער ווי ער האט געדארפט כדי עס זאל זיך בעסער באקן און דער איבריגע האט ער געגעבן פאר די מלאכים. און עס איז אויך פארענטפערט די קשיא פון די רמב"ן, פארוואס ער האט געדארפט האבען אזוי פיהל מעהל, ווייל ער האט געוואלט אז עס זאל זיך בעסער באקן.
(ספרים)

ויבואו שני המלאכים סדומה בערב ולוט יושב בשער סדום
זאגט רש"י אז אין דעם טאג וואס די מלאכים זענען געקימען ראטעווען לוט, האבו די מענטשען פון סדום אויפגענומען לוט אלץ א שופט איבער זיי. מען זאגן א טעם פארוואס דער אויבערשטער האט צוגעפירט אז לוט זאל פונקט דעמאלס ווערן אויפגענומען אלץ שופט, ווייל עס שטייט אין ירושלמי מסכת ביכורים (פרק ג', הלכה ג'), אז אין דעם טאג וואס א נשיא ווערט אויפגענומען אלץ געוועלטיגער אין זיין לאנד, איז אים דער אויבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות. ממילא קען מען זאגן, אז דער אויבערשטער האט געוואלט אז לוט זאל זיין ראוי געראטעוועט צו ווערן פון סדום, איבערדעם האט דער אויבערשטער צוגעפירט אז ער זאל אויפגענומען ווערן אלץ געוועטיגער, און אזוי וועט ער דעמאלס נישט האבן קיין עבירות.
(איל המילואים)

וישכם אברהם בבוקר אל המקום אשר עמד שם
די גמרא אין מסכת ברכות (כ"ו ע"א) לערנט ארויס פון דא, אז אברהם אבינו האט מתקן געוועהן די תפילה פון שחרית. לכאורה איז שווער, פארוואס לערנט מען ארויס פונקט פון דעם פסוק, אין דעם פסוק איז אברהם אבינו'ס תפילה אויף סדום נישט אהנגענומען געווארען? נאר מען קען זאגן, אז דאס קומט צו ןןייזן פאר'ן כלל ישראל, אז אפילו אויב א מענטש דאווענט צום אויבערשטען, און דער אויבערשטער האט איהם נישט צוליב געטוהן זיינע זאכען וואס ער האט געבעהטן דארף ער אבער נאך אלץ דאווענען צום אויבערשטען, און א ראי' דערצו איז, ווייל אפילו דא וואס אברהם אבינו'ס תפילה האט גארנישט אויפגעטוהן דאך ווערט עס אהנגעריפען א תפילה.
(הגה"ק ר' ישכר דוב רוקח מבעלזא זצ"ל)

הנה האש והעצים
ווען אברהם אבינו איז געגאנגן צו די עקידה, האט ער מיט גענומען פון די היים פייער און האלץ, האט איהם יצחק אבינו געפרעגט, "טאטע, פארוואס דארפסטו שלעפו האלץ פון די היים, איך בין זיכער אז דארט ווי גייסט וועט זיין גענוג האלץ?" האט איהם אברהם געענטפערט, "יא מיין קינט די ביסט זייער גערעכט, אבער ווען דער אויבערשטער האט מיר געזאגט אז איך זאל גיין שחט'ן א קרבן פאר איהם אויף א פלאץ וואס איז ווייט פון דא, האט מיך אהנגעכאפט א גרויסע התעוררות און א גרויסע תשוקה צו טוהן דער רצון הבורא, איך האב אבער נישט געוואלט אז דער געוואלדיגע התעוררות זאל ווערן אפגעקילט, דערפאר האב איך שוין געוואלט טוהן א פעולה וואס דאס וועט אהנהאלטען מיין ברען צו טוהן די מצוה אזוי ווי עס באדארף צו זיין, דערפאר בין איך שוין יעצט דא אינדערהיים געגאנגן און געהאקט האלץ, ווייל אז איך וועל שוין אהנהייבען די מצוה מיט א ברען, וועט די גאנצע מצוה אזוי זיין".
(נועם אלימלך)


ויאמר, אל נא תעבר מעל עבדיך:
אברהם אבינו איז געזעצען ביים טיהר פון געצעלט ווארטינדיג אז עס זאלן אדורך גיין מענטשען, אז ער זאל זיי קענען אריין נעמען אין שטוב. דאן איז דער אויבערשטער איהם געקומען מבקר חולה זיין, און אינמיט'ן האט אברהם באמערקט דריי מענטשען אויף די גאס, האט ער געבעהטן פון דער אויבערשטער צו ווארטן ביז ער וועט אריין ברענגען די געסט אין שטוב, מקיים צו זיין די מצוה פון "הכנסת אורחים".

פון דעם זעהן מיר אז די מצוה פון הכנסת אורחים איז גרעסער ווי קבלת פני השכינה, ווייל אברהם אבינו האט געלאזט דער באשעפער ווארטן ביז ער האט אריין געברענגט די געסט.

דער גרויסע שכר פון הכנסת אורחים
א) "ורחצו רגליכם", ווייל אברהם אבינו האט געגעבן א קריגל וואסער פאר די געסט זיך צו וואשען די פיס, האט דער אויבערשטער געגעבן די אידן אין די מדבר פערציג יאהר דעם "באר", וואס דערפון האבן די אידן געהאט וואסער צו טרינקען פערציג יאהר.

ב) "והשענו תחת העץ", ווייל אברהם אבינו האט געזעצט די געסט אונטער דעם שאטן פונעם בוים, האט דער אויבערשטער געפירט די אידן אונטער דעם שאטן פון די ענני הכבוד.

ג) "ואקחה פת לחם", ווייל אברהם אבינו האט געגעבן ברויט פאר די געסט, האט דער אויבערשטער געגעבן פאר די אידן אין די מדבר פערציג יאהר "מן" צו עסען.

ד) "וסעדו לבכם", ווייל אברהם אבינו האט אויך געגעבן פאר די געסט אלע סארט מאכלים, האט דער אויבערשטער געמאכט אז די אידן זאלן שפירען אין די מן אלע מינע טעמים.

ה) "ויקח בן בקר", ווייל אברהם אבינו האט זיי געגעבן צו עסען "פלייש", האט דער אויבערשטער געגעבן פאר די אידן אין די מדבר די פייגל "שליו", זיי זאלן האבן פלייש.

ו) ווייל אברהם אבינו האט ארויס באגלייט זיינע געסט פון שטוב אויף זייער וועג, האט דער אויבערשטער באגלייט די אידן פערציג יאהר אין מדבר מיט א וואלקען זויל און א פייער זויל.
(תנא דבי אלי')

זאגט דער מדרש:
מה דאך אברהם אבינו וואס האט געגעבן צו עסען פאר מלאכים וואס דארפן נישט קיין עסען, האט דער אויבערשטער באצאלט פאר זיינע קינדער מן, באר, שליו, ענני כבוד, עמוד אש וענן, כל שכן דער וואס טוט חסד מיט איינעם וואס דארף האבען דעם חסד, איז אוודאי אז זיין שכר איז זעהר גרויס.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 09, 2008 8:20 pm

נישט דיך האב איך געמיינט
דער רבי איציק'ל נעשכיזער זי"ע האט דערציילט, אז אין די צייטן פון דער צדיק ר' ליבער פון בארדיטשוב איז איינמאהל דורך געפארן א סוחר אינמיט'ן די נאכט און האט נישט געהאט ווי צו נעכטיגן. נאכן זוכן איבער די שטאט האט ער באמערקט ווי פון איין פענצטער שייינט ארויס א לעכטיגקייט און עס הילכט אפ פון דארט א זיסע קול תורה. איז ער גלייך צו געפארען צו דעם הויז, און האט אריין געקלאפט צו פרעגן אויב ער קען דא איבער נעכטיגן.

ווי די טיר האט זיך געעפנט האט ער דערזעהן פאר זיך א חשובע איד, וואס אויף זיין צורה האט מען געזעהן אז ער איז א גרויסע צדיק. (דאס איז געוועהן דער רב, ר' ליבער).

דער איד האט זיך שטארק אנשולדיגט פארן שטערן דעם רב'ס לערנען אינמיט'ן די נאכט, נאר ווי באלט ער דרייט זיך שוין לאנג איבער די שטאט צו זוכן אן ארט וואו צו נעכטיגן, און איבעראל איז שוין טונקל, איז ער געקומען דא אהער ווייל דא האט ער געזעהן ליכטיגקייט, דעראיבער וויל ער בעהטן א טובה איבער צו שלאפן דא די נאכט.

"אוודאי זייער גערן"!

רבי ליבער איז אליין געלאפען און האט צוגעגרייט א בעט און אליין אויסגעשפרייט א שיינעם ליילעך מיט אלעס וואס ער האט נאר געדארפט.

דעם איד האט זייער ווי געטוהן אז אזא חשוב'ער רב איז זיך אזוי מטריח פאר זיינעט וועגן, האט ער געזאגט:

"פארוואס דארף דער רב זיך אזוי שטארק מטריח זיין פאר מיר?"

"נישט פאר דיר בין איך זיך מטריח", ענטפערט איהם דער רב, "נאר פאר מיר אליין, איך גרייט מיר צו א גרויסע מצוה אויף יענער וועלט.



נישט אוועק געבן די מצוה
דער הייליגע בארדיטשובער רב זי"ע, זייענדיג א יונגערמאן האט ער אליין געשלעפט בונטלעך שטרוי אויסצושפרייטן אויף די בעטן פון די געסט. האט איהם זיין שווער געפרעגט, "איז דען נישט דא קיין גויים וואס וועלן דאס טוהן פאר אפאהר פרוטות, צי וואס דארפסטו עס אליין שלעפן?"

האט ער געענטפערט: "איז דען יושר אוועק צו געבן פאר א גוי אזא הייליגע מצוה און איהם נאך באצאהלן דערפאר?".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג נובעמבער 09, 2008 8:41 pm

ואל הבקר רץ אברהם (יח-ז) פארוואס האט ער געדארפט לויפן, נאר אברהם אבינו האט גארנישט געהאט גערעדט מיט די מלאכים אז ער גייט ברענגען פלייש, גייענדיג ברענגען די ברויט האט ער געטראכט אז ער וועט אויך געבן פלייש, האט ער דאך געוויסט אז דער יצר הרע וועט איהם באלד אפשטעלן און אויפקלערן אז עס איז נישט וויכטיג צו ברענגען פלייש, האט ער באלד אנגעהויבן צו לויפן, כדי דער שטן זאל נישט האבן אפילו קיין צייט צו מאכן מיט איהם א שמועס.
(חת"ם סופר)
ויבואו שני המלאכים סדומה (יט-א) פארוואס ווען די מלאכים זענען געקומען צו אברהם זענען זיי געקומען פארשטעלט ווי פשוטע מענטשן, און צו לוט זענען זיי באלד געקומען אלץ מלאכים? נאר ביי אברהם אבינו וועלכער איז געווען אזא גרויסער "מכניס אורח" איז נישט געווען קיין חילוק ווער עס קומט, יעדן האט ער מכבד געווען מיט'ן גרעסטן כבוד, אבער לוט, ווען די מלאכים וואלטן געקומען פארשטעלט ווי פשוטע מענטשן, וואלט ער זיי אפילו נישט געלאזט שטיין אויף זיין שוועל.
(רבי לייב שרה'ס)
ויקח את שני נעריו עמו (כב-ג) דער ווארט "שני" קען מען אויך טייטשן "יאהרן" אברהם אבינו האט מיטגענומען "שני נעריו" זיינע יונגע יאהרן, דאס מיינט אז ער האט מיט גענומען מיט זיך די התלהבות און דעם ברען פון די יוגענט, און ער האט דאס יעצט אויסגענוצט פאר מסירת נפש אין עבודת השם יתברך.
(בעל שם טוב)

ויקרא אליו מלאך .. אל תשלח ידך אל הנער... (כב-יא) פארוואס איז דער באפעל פון "קח נא את בנך" געזאגט געווארן פון באשעפער אליין, און דער באפעל פון "אל תשלח ידך" איז געזאגט געווארן דורך א מלאך? נאר עס קומט מרמז צו זיין, אז ווען עס האנדעלט זיך אומצוברענגען א מענטש טאהר מען קיינער נישט פאלגן, נאר אויב דער אייבערשטער אליין הייסט, אבער ווען עס האנדעלט זיך צו ראטעווען א מענטש, מעג מען פאלגן אפילו א מלאך.
(מפי השמועה)

וישלח אברהם את ידו ויקח את המאכלת (כב-י) לכאורה זעהן מיר נישט אז ביי אלע אנדערע פעולות, זאל שטיין אז אברהם אבינו האט אויסגעשטרעקט זיין האנט. למשל "ויקח בידו את האש", שטייט נישט "וישלח ידו ויקח" נאר דער תירוץ איז אז אברהם אבינו'ס איברים זענען געווען אזוי הייליג אז ווען ער האט געדארפט טוהן דעם רצון ה', זענען די איברים פון זיך אליין געגאנגען און געטוהן די מצוה, וועגן דעם ווען דער אייבערשטער האט איהם געהייסן "קח נא את בנך" זענען איהם זיינע פיס באלד גרינג געווארן צו טוהן דעם רצון ה' און ער איז באלד געלאפן אויסצופירן וואס דער אייבערשטער האט איהם געהייסן. אזוי האט אברהם אבינו אייביג געוואוסט צו איז דאס דער רצון ה' אדער נישט. אבער ווען ער האט געוואלט נעמען דעם מעסער צו שחט'ן זיין זון, זענען זיינע הענט בכלל נישט גרינג געווארן, האט אברהם אבינו געטראכט, "געוויס איז מיין סימן גאר קיין סימן נישט" ווייל ער האט דאך דא געזעהן אז זיינע איברים ווילן נישט טוהן דעם רצון ה', וועגן דעם האט ער געמוזט "מיט כח" אויסשטרעקן זיין האנט, דאס מיינט "וישלח אברהם את ידו" ער האט געמוזט אויסשטרעקן זיין האנט, ווייל עס איז נישט אליין געגאנגען. אויף דעם האט דער מלאך געזאגט, "אל תשלח ידך" די זאלסט נישט אויסשטרעקן דיין האנט, דיין סימן איז זייער א גוטער סימן, דער אייבערשטער וויל נישט אז דו זאלסט איהם שחט'ן.
(הרה"ק הרבי ר' מענדל מרימאנאוו)



דער הייליגער "קדושת לוי" זצוק''ל איז אמאל אנגעקומען אין די שטאט לבוב, ער האט אנגעקלאפט ביי די גביר פון שטאט, און זיך געבעטן צו ער קען ביי אים נעכטיגן, דער גביר האט אים נישט דערקענט און דעריבער האט ער אים נישט אריין געלאזט ביי זיך.

איז די הייליגער "קדושת לוי" געגאנגן צו אן ארימאן אין שטאט, און ער האט אים יא אריין גענומען מיט גרויס שמחה, אפילו ער האט נישט געוואוסט אז דאס איז דער הייליגער בארדיטשובער.

מיט די צייט איז באקאנט געווארן אין שטאט אז דער גאסט דאס איז די הייליגער בארדיטשובער, און די גביר האט יעצט איינגעזעהן אז ער האט אפגעזאגט אזא חשובע גאסט, איז ער געקומען פאלן צו די פיס פון די צדיק, און זיך געבעטן אז ער זאל צוריק קומען צו אים, און אז ער האט פשוט נישט געוואוסט ווער ער איז.

האט די הייליגער צדיק נישט געוואלט, און האט פאר דער גביר געגעבן צו פארשטיין, אז אין די פרשה טרעפן מיר אז צוויי מענטשען האבן געטאהן די מצוה פון הכנסת אורחים, "אברהם אבינו" און "לוט". און נאר אויף אברהם אבינו ווערט באצייכענט אלטס מכניס אורח. לכאורה האט דאך לוט אויך געטאהן די מצוה פון הכנסת אורחים. נאר די תירוץ איז, אז אברהם אבינו האט געמיינט אז זיינע געסט זענען פשוטע אראבעס און האט זיי אפילו אלטס פשוטע געסט זייער מכבד געווען. אבער אנדערש איז געווען ביי לוט, ער האט געזעהן אויף זיי אז זיי זענען מלאכים, און נאר וועגן דעם האט ער זיי מכבד געווען.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » מאנטאג נובעמבער 10, 2008 2:10 am

חזק וברוך הרב זיידעניו!!! אויסערגעווענליך! איר קענט ארויסגעבן א ספר.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 8:49 pm

וירא אליו ה' באלוני ממרא והוא ישב פתח האהל כחום היום. (יח-א)
ברענגט רש"י די פסוק אלקים נצב בעדת אל און די מדרש זאגט פתח טוב א גוטע עפענונג פתחת האסטו געעפענט, לעוברים ושבים צו די וואס גייען אריבער אהין און צוריק.
מען קען דאס פארשטיין לויט ווי די אלשיך הק' איז מסביר אז עס שטייט אין זוהר הקדוש אז ווען די דיינים פסקענען א דין אויף די וועלט און זיי ראטעווען די מענטש וועמען מען האט בארויבט דעמאלטס איז נישטא קיין דין אויבן און דורך דעם קען די מענטש וואס האט גערויבט תשובה טוען ווייל ער באצאלט עס, קומט אויס אז די דיינים זענען מעכב די מדת הדין פונעם אייבערשטן ווייל טאמער זיי פסק'נען, פסק'נט נישט די באשעפער וועגן דעם שטייט אלקים דאס מיינט מדת הדין. נצב דאס בלייבט שטיין אז ער זאל נישט פסק'נען. בעדת א-ל וועגן די דיינים אויף די וועלט.
און רש"י זאגט עס שטייט ישב אן א וא"ו אז ער האט געוואלט שטיין אבער דער אויבערשטער האט אים געזאגט די זיץ און איך וועל שטיין און דאס איז א סימן אז איך וועל שטיין בעדת הדיינים און זיי וועלן זיצן ווייל עס שטייט אלקים נצב בעדת אל און דאס מיינט אזוי ווי די אלשיך הק' אז דער אויבערשטער האט געוויזען אז ער וועט צוריקהאלטען די מדת הדין דורך די דיינים ווייל זיי וועלען פאסקנען און דורך דעם וועט מען קענען תשובה טוען מען וועט באצאלען די געלט און נישט דארפן באקומען קיין שטראף.
דאס שטייט און פסוק וירא אליו ה' באלוני ממרא והוא "ישב" פתח האהל כחם היום זאגט די מדרש פתח טוב פתחת לעוברים פאר די וואס טוען עבירות ושבים אז זיי זאלן קענען תשובה טוען וועגן דעם שטייט ישב אז די דיינים וועלן זיצן אין דן זיין וועט מען קענען תשובה טוען.

(בנין דוד)

וירא אליו ה' באלוני ממרא והוא יושב פתח האהל כחם היום (יח-א)
זאגט די מדרש פתח טוב א גוטע עפענונג פתחת האסטו געעפענט, לעוברים ושבים צו די וואס גייען אריבער אהין און צוריק.
מען קען עס מסביר זיין עס איז באקאנט דאס וואס די ספרים הקדושים שרייבן אז פארוואס העלפט תשובה, ווייל השי"ת האלט זיך קליין כביכול, במילא איז ער מוחל פאר די מענטשן ווייל די מדת הדין זאגט דאך נפש החוטאת, א זעהל וואס זינדיגט היא תמית דארף זי שטארבן און אויך מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול, אבער וועגן השי"ת האט אין זיך די מדת ענוה, וועגן דעם איז ער מוחל אויף עבירות.
און דא ביי אברהם האט השי"ת ארויסגעוויזן זיין מדת ענוה, אזויווי די מדרש זאגט רש"י ברענגט עס אראפ, עס שטיייט ישב און א ווא"וו, ווייל ער האט זיך געוואלט אויפשטעלן האט אים השי"ת געזאגט שב ואני תעמוד, זיץ און איך וועל שטיין און די נזר הקודש שרייבט אז ער האט געוואלט ווייזן אז ער איז אונטערטעניגט אונטער אים כביכול.
און דאס האט אים השי"ת געזאגט, פתח טוב פתחת א גוטע עפענונג האסטו געעפענט, לעוברים פאר די וואס זענען עובר אויף עבירות ושבים, און זיי טוען תשובה ווייל דורך דעם וואס איך שטיי און די זיצט ווייז איך כביכול אז איך בין אונטערטעניגט אונטער דיר ד.מ. איך האב אין מיר די מדת הענוה. וועגן דעם קען איך מוחל אויב מען טוט עבירות. והבן

(בנין דוד)

וירא אליו ה' באלוני ממרא והוא יושב פתח האהל כחום היום
מען קען מפרש זיין די המשך פון די פסוק, און אויך די מדרש הדא הוא דכתיב דאס איז וואס עס שטייט ואוהביו כצאת השמש בגבורתו וויבאלד ס'שטייט והצנע לכת עם אלקיך די פסוק קומט מיר צוזאגן אז עס איז נישט דא קיין בעסערע זאך ווי צניעות דאס מיינט אז א מענטש דארף דינען דעם באשעפער באהאלטענערהייט אז מענטשען זאלן נישט זעהן און אפילו מענטשן וועלן זיך נישט אפלערנען צו דינען השי"ת פונדעסטוועגן דאך איז נאך אלץ בעסער צו דינען השי"ת באהאלטענערהייט ווייל דורך דעם וועט נישט צו קומען ער זאל זיך האלטן גרויס און טראכטן שלעכטע מחשבות צו דינען וועגן די כבוד און די שיינקייט וואס ער וועט באקומען פון די מענטשען.
און מיט דעם קען מען מפרש זיין פסוק תמים תהיה עם ה' אלקיך תמים מיינט א עניו אזוי ווי איך האב שוין מפרש געווען אין מסכת ע"ז און דאס שטייט אין פסוק תמים תהיה ווען האסטו אן הבטחה אז דו וועסט זיין א עניו, און נישט קומען צו גאוה, אויב דו וועסט זיין עם ה' אלקיך מיטן באשעפער ווייל נאר השי"ת ווייסט דיינע מעשים אז מ'דינט השי"ת באהאלטערנערהייט מיט אזא מין אופן וואס אנדערע מענטשן זאלן נישט זעהן זיינע מעשים דורך דעם וועט ער צוקומען צו גאוה און ס'וועט נישט זיין תמים.
און מיט דעם קען מען מפרש געווען דעם פסוק רגלי עמדה במישור במקהלים אברך ה' לויט דעם וואס ס'ווערט געברענגט אין די גמרא אין מסכת ברכות [ל"א.] אז רבי עקיבא ווען ער פלעגט מתפלל זיין אליינס איז ווען ער פלעגט אנהייבן דאווענען איז ער געווען ביי איין ווינקעל און אינמיטן דאווענען האט ער זיך געטראפן ביי די אנדערע ווינקל וועגן די פלאם פייער פון תפלה און וועגן זיך ביקן א גאנצן דאווענען און ווען ער האט געדאווענט מיט די ציבור האט ער געדאווענט בקיצור און די טעם איז ווייל ווען מ'דאווענט ביחידות דעמאלט'ס דאווענט ער מיט א מורא'דיגע התלהבות וואס מ'קען נישט טוהן ביי א ציבור ווייל ער וויל נישט ווייזן זיין עבודה, און וועגן דעם איז ער מקצר און ער וועט דאווענען זייער שנעל, און דאס שטייט אין פסוק רגלי עמדה במישור אז ער וועט זיך שטעלן ביי איין פלאץ, און ער וועט נישט פארמערן מיטן ביקען און מיטן פלאם פייער פארוואס ווייל במקהלים אברך ה' ווייל ער האט זיך איינגעזאמלט אברך ה' וואס דאס מיינט צווישן די ציבור.
אבער אויך ווער ס'דינט דעם אויבערשטן לשם שמים האט ער נאך אלץ א מעלה, ווייל דורך דעם וועלן זיך אפלערנען אנדערע מענטשן צו טוהן אזוי ווי זיינע מעשים, די ערגסטע איז אבער אז דער וואס דינט דעם אויבערשטן אליינס טוט וואס זיין הארץ באגערט און ווען ער קומט צווישן מענטשן דינט ער דעם אויבערשטן כדי אויסצופאפן די מענטשן.
אזוי ווי די ישמח משה זצ"ל האט שוין מפרש געווען ביים דאווענען זאגט מען לעולם יהא אדם ירא שמים בסתר כבגלוי דאס מיינט מ'זאל מורא האבן פונעם אויבערשטן באהאלטערנערהייט פונקט אזוי ווי אפענערהייט און דאס איז געווען די וועג פון עשו הרשע אז אלעס וואס ער האט געטוהן האט ער נאר געטוהן כדי אויסצופאפן מענטשן אזוי ווי רש"י ברענגט אין פרשת תולדות אויף דעם פסוק ויהי עשו איש יודע ציד איש וכו', ער האט געפאפט די מענטשן אין יעקב איש תם יושב אהלים, אין די מפרשים וואונדערן זיך אויף דעם אז מ'רופט אן עשו איש וואס דאס איז א לשון פון מעלות אין חשיבות אבער לויט ווי מיר האבן יעצט מפרש געווען איז די כוונה פון עשו געווען, אז עשו ווערט אנגערופן איש ווייל ער איז געווען א צדיק ווייל ער האט געפאפט מענטשן אזוי ווי סשטייט יודע ציד ער האט געוואוסט וויאזוי צופאפן, און אזוי ווי רש"י האט שוין מפרש געווען וויבאלד ער האט געוויסט וויאזוי צו פאפן מענטשן אין וועגן דעם האבן אים אלע מענטשן אנגערופן איש א לשון פון צדיק, למשל ער האט געפרעגט וויאזוי מעשר'ט מען זאלץ.
ס'שטייט ווייטער אין די תורה איש שדה ער האט זיך געוויזן ווי א מענטש וואס גייט ארויס אינדערויסן צווישן מענטשן, אבער יעקב איש תם יושב אוהלים ער איז באמת געווען א איש תם אן קיין פניות אן קיין גאוה ווייל זיין עבודה איז געווען מיט'ן זיצן אין די געצעלט מיטן זיך מתבודד זיין מיט זיך באהאלטערהייט אין זיך נישט געוואלט באוויזען פאר מענטשן.
אבער ס'איז דא אפאר מאל וואס די צדיק מוז זיך באהאלטן מיט זיין גאנצע מעגליכקייט אז מענטשן זאלן אים נישט זעהן אבער אפאר מאל ווערט פארפלאמט זייין הארץ אזוי שטארק אז ער קען זיך שוין נישט צוריק האלטן פון זיין התלהבות אין הייליקייט און וועגן דעם ווייזט ער זיין עבודה פאר מענטשן און דאס איז אזוי ווי א טאפ וואס ער שטייט אויפ'ן פייער אויב ס'באבעלט נאך נישט איז נאך רואיג די פייער אין אויב סבאבעלט שוין דעמאלט'ס צושפרייט זיך די גאנצע טאפ מיט די עסן, און אזוי ווי די זון ווען ס'קומט ארויס שיינט עס נאר אויף יענע פלאץ, אבער אינמיטן טאג ווען די זון שיינט שוין פעסט דעמאלט צושפרייט זיך עס אין די גאנצע וועלט, און דאס שטייט אין פסוק ואוהביו כצאת השמש בגבורתו אז נאר דעמאלט'ס ווען די זון איז צושפרייט אין די גאנצע וועלט ווען זי קען זיך נישט האלטן נאר אויף איר פלאץ אזוי אויך זענען די צדיקים ווען זיי קענען זיך נישט איינהאלטן זייער התלהבות דעמאלט'ס דערקענען מענטשן זייער התלהבות אין ליבשאפט צום אויבערשטן.
און די מפרשים וואונדערן זיך אויף דעם וואס רש"י זאגט אז וועגן דעם האט זיך דער אייבערשטער אנטפלעקט צי אברהם אלוני ממרא ווייל ממרא האט אים געגעבן די עצה אויף מילה און איז דען געווען אזא אדם גדול ווי אברהם אבינו ע"ה וואס ער איז אויספרובירט געווארן דורכן אייבערשטען מיט צען נסיונות און ער איז בייגעשטאנען אלע נסיונות און ביי מילה האט ער געדארפט פרעגן ממרא צו ער זאל עס טוהן, נאר מ'קען עס מפרש זיין ווי אזוי די נועם מגדים שרייבט אז די כוונה פון אברהם אבינו איז געווען צו באהאלטן זיין צדקות כדי מענטשן זאלן אים נישט לויבן ווייל פון זיך אליין וואלט ער שוין בייגעשטאנען די נסיון וועגן דעם האט ער געפרעגט ממרא כדי מענטשן זאלן זאגן אז ביז ממרא האט אים נישט געגעבן די עצה פון מילה וואלט ער עס נישט געטוהן צו מקיים זיין די באפעל פונעם אויבערשטען און ער האט געוואלט מקיים זיין די פסוק פון הצנע לכת עם אלקיך.
אבער ער האט נישט געוויסט אויב ער טוט גוט אז ער באהאלט זיך צו ער טוט נישט גוט ווייל אפשר דארף ער זיך מפרסם זיין כדי מענטשן זאלן זיך אפלערנען פון אים, אבער נאכדעם וואס דער אויבערשטער האט זיך אנטפלעקט צו אים אין אלוני ממרא ווייל ממרא האט אים געגעבן די עצה פון מילה האט ער געוויסט אז ער טוט גוט אז ער באהאלט זיך.
און דאס איז וואס שטייט און פסוק וירא אליו ה' באלוני ממרא ווייל ער האט אים געגעבן די עצה אויף מילה און פון דעם האסטו א ראיה אז עס איז גוט צי טוען די עבודה באהאלטענערהייט, און פון דעם פארשטייט מען אויף דעם וואס די פסוק זאגט והוא יושב פתח האוהל ווייל נאר דעמאלטס קענסטו זיצן ביי די עפענונג פון די געצעלט, ער מיינט צי זאגן פאר מענטשן זאלן זען זיין עבודה אפענערהייט נאר אויב ער וועט זיין כחום היום אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין די גמרא אז ביי די זעקס שעות פון טאג ווייל דעמאלטס ווערט צושפרייט די זון און די גאנצע וועלט, און אזוי אויך א צדיק ווען ער קען זיך נישט איינהאלטן דעמאלטס יושב פתח אוהל פאר מענטשן, אבער ביז דעמאלטס מיז ער זיך באהאלטן ווען ער דאווענט, און דורך דעם שטימט זייער גוט די מדרש דורך דעם פסוק ואוהביו און דיינע ליבהאבערס די צדיקים כצאת השמש בגבורתו ווען זיי צופלאמען זיך אזוי ווי די זון, והבן הטיב.

(בנין דוד)

והוא עומד עליהם תחת העץ (יח-ח)
און די מדרש פרעגט אז דא זאגט ער והוא עומד עליהם אז ער איז געשטאנען אויף זיי אין פריער זאגט ער נצבים עליו אז זיי שטייען אויף עם, נאר כדי מען זאל דאס פארענטפערען, וועט מען קודם פארענטפערט מען די פסוק וישא אברהם את עיניו וירא את המקום מרחוק אז דער אייבערשטער האט זיך דערווייטערט פון אים וואס די אייבערשטער איז איבעראל, עס געפעלט מיר די כוונה דאס וואס שטייט אין ישמח משה אין נאמען פון הרה"ק הרבי אלימלך מליזענסק זי"ע, און אזוי שטייט אויך אין ספר הקדוש עבודת ישראל צי מפרש זיין וואס מען האט שוין געזאגט אז איינער וואס איז בלינד איז פטור פון עולה רגל זיין וועגן א מענטש איז באשאפן געווארן מיט צוויי אויגן, מיט איין אויג ארויפציקוקן ווי גרויס השי"ת איז און מיט די אנדערע אויג אראפציקוקן ווי נידריג די מענטש איז, און יעצט אז ער איז בלינד אויף איין אויג, עס קען זיין אז ער קוקט טאקע די גרויסקייט פון השי"ת אבער ער קוקט נישט אראפ מיט די אויג אויף דער ערד צו זעהן די נידריקייט פונעם מענטש דימאלטס איז ער פטור פון עולה רגל זיין ווייל השי"ת וויל נישט זעהן זיין פנים וועגן דעם האט זיך דער אייבערשטער דערווייטערט פון אים.
מיט דעם קען מען פארשטיין די מדרש וישא את עיניו וירא את המקום מרחוק דער אייבערשטער האט זיך דערווייטערט פון אים וואס דער אייבערשטער איז איבעראל אין א יעדע פלאץ יעצט קען מען פארשטיין די כוונה פון די פסוק וישא אברהם את עיניו, עיניו מיט ביידע אויגן האט ער ארויף געקוקט אבער ער האט נישט אראפגעקוקט וועגן דעם האט זיך השי"ת דערווייטערט פון אים וועגן א מענטש דארף אויך אראפ קוקן.
עס איז באוויסט אז עס איז דא פיר מדריגות אין א מענטש: דומם, צומח, חי', מדבר- די גרעסטע מדריגה איז מדבר איינער וואס רעדט, נאכדעם צומח די בוים וואס שפראצט אין אינטער דעם בוים איז דער ערד וואס דאס איז חי' דומם.
מיט דעם קען מען פארעפערן וואס איז געווען שווער אין מדרש אז דא זאגט ער והוא עומד עליהם און פריער זאגט ער נצבים עליו וויבאלד עס שטייט וישא עיניו וירא מיט ביידע אויגן האט ער ארויפגעקוקט צי זעהן די גרויסקייט פונעם אייבערשטער, אבער ער האט נישט אראפגעקוקט צי זעהן די נידריקייט פונעם מענטש וועגן דעם שטייט נצבים עליו אז די מלאכים זענען געווען אין מדריגה מער פון אים און פריער שטייט והוא עומד עליהם דעמאלטס איז ער געווען איין מדריגה העכער וועגן תחת העץ ער האט אראפגעקוקט אויף דער ערד וואס די בוים איז העכער די ערד, וועגן ער האט אראפגעקוקט אויף דער ערד ער האט געקוקט זיין נידריקייט וועגן דעם שטייט והוא עומד עליהם.

(בנין דוד)

שוב אשוב אליך כעת חי'. (יח-י)
מען קען עס מפרש זיין אז עס איז דא צוויי בחינות פון תשובה: תשובה מיראה און תשובה מאהאבה. תשובה מיראה איז ווייל ער האט מורא פון שטראפן וועגן דעם טוט ער תשובה און ער וועט באקומען עולם הבא און זיינע עבירות ווערן מכפר.
תשובה מאהבה מיינט אז אויב איינער איז צוגעקומען צו די מדריגה אז ער טוט תשובה ווייל ער האט ליב דעם אויבערשטן אין דאס איז מער פון תשובה מיראה אין דעמאלט'ס ווערט נתעורר די ליבשאפט פון אויבערשטן כמים הפנים לפנים פונקט אזוי ווי ווען איינער קוקט אריין אין וואסער זעהט ער זיין פנים כן לב האדם לאדם אזוי אויך ווען א מענטש האט ליב זיין חבר אין הארץ האט יענער מענטש אים אויך ליב אין הארץ און ווען איינער טוט תשובה מאהבה האט ער גיטס אויף די וועלט אויך.
אין מיט דעם קען מען מפרש זיין די פסוק שוב אשוב איליך אויב דו וועסט צוקומען צו די צווייטע מדריגה פון תשובה דעמאלט'ס כעת חי' נישט נאר נאכדעם וואס שטארבט האט ער גיט'ס נאר אפילו אויך ווען ער לעבט האט ער גיטס.

(בנין דוד)

האף תספה ולא תשא למקום. (יח-כד)
מען קען עס מסביר זיין די שם משמואל איז מסביר די פסוק מה חרי האף הגדול הזה, וואס איז די גרויסע צארן ואמרו על אשר עזבו את ברית ה', וועגן מ'האט פארלאזט די ברית ה', זאגט ער אז די ווארט אף איז די אלף פ"א אין דורך דעם וואס מלערנט די תורה וואס דעמאלט ווערט די מענטש אנגערופן א לומד א לערנער קומט די למ"ד [לימוד] אין גייט אריין צווישן די צוויי אותיות אלף פ"א און ס'ווערט די אות אלף דורך דעם באהעפט מען צום אלופו של עולם צו השי"ת און מ'איז מבטל די חרון אף פון די וועלט, אבער אויב מ'לערנט נישט פעלט די למד אין ס'בלייבט נאר איבער די צוויי אותיות א' פ', אף דעמאלטס ח"ו געוועלטיגן די דינים אין דאס זאגט די פסוק מה חרי אף הגדול הזה, וואס איז די אף ואמרו על אשר עזבו את ברית ה' מ'לערנט נישט די תורה וואס ווערט אנגערופן ברית אזוי ווי סשטייט אין פסוק אם לא בריתי יומם ולילה וגו' עיי"ש ודפח"ח.
אין א מענטש איז מחיוב צו לערנען די תורה אין יעדע צייט, און אפילו ס'איז א פלאץ וואס מ'האט נישט ליב די תורה, און די מענטשן פון די פלאץ האלטן נישט חשוב די לומדי תורה דארף מען נאך אלץ לערנען ווייל צום סוף וועט ער באקומען זיין שכר, אזוי ווי די חז"ל זאגן וסוף הכבוד לבוא אז צום סוף וועט די כבוד קומען [נדרים ס"ב:].
און דאס איז פשט אין פסוק האף תספה אויב ווילסטו פארלענדען די אף פון די וועלט דעמאלטס לא תשא למקום זאלסט נישט קוקן אויך די פלאץ אזוי ווי סאיז יעצט נאר קוק צום סוף אז צום סוף וועסטו באקומען דיין שכר, אין דורכן לערנען גייט אריין די ל' צווישן די אותיות א' פ' און ס'וועט מבטל מאכן די צארן והבן.

(בנין דוד)

ויתפלל אברהם אל אלקים וירפא אלקים את אבימלך וגו' כי עצר עצר ה' וגו', על דבר שרה (כ-יז-יח)
איז רש"י מפרש וואס מיינט על דבר שרה דורך די רייד פון שרה פרעגן די מפרשים פון ווי ווייסט דאס רש"י, אפשר מיינט על דבר שרה, דורך די זאך אז ער האט אוועק גענומען שרה.
מען קען עס פארשטיין לויט ווי אזוי די עקידה איז מפרש די פסוק "משה ואהרן בכהניו ושמואל בקוראי שמו" [תהלים צ"ט ו'] אז משה און אהרן זענען געווען אין בחינה פון מושלים אויף הקב"ה אזוי ווי עס שטייט אין פסוק מי מושל בי צדיק [שמואל ב' נ"ג ג'] ווייל מיטן רעדן אליין טוט שוין השי"ת וואס זיי ווילן אין דאס מיינט בכהניו כהן איז א לשון פון אדון א הער אבער שמואל איז נאר גענטפערט געווארן מיט תפלה אין וועגן דעם שטייט בקוראי שמו.
אין לויט דעם איז שווער פארוואס אברהם האט געדארפט מתפלל זיין ער איז דאך זיכער געווען אין די בחינה פון צדיק גוזר והקב"ה מקיים נאר מען קען זאגן אז די טעם פארוואס השי"ת טוט וואס א צדיק איז ווייל השי"ת היט מער אויף די כבוד פון א צדיק ווי אויף זיין כבוד אין וועגן דעם טוט ער וואס די צדיק וויל אבער דאס איז נאר ווילאנג עס איז נישט דא א אנדערע צדיק וואס וויל פארקערט ווייל אויב עס איז דא א צדיק וואס וויל פארקערט וועט נישט מיטן פשוט רעדן נאר ער מוז מתפלל זיין.
אין דאס איז וואס עס שטייט אין פסוק ויתפלל אברהם איז שווער פארוואס האט ער געדארפט מתפלל זיין עס איז דאך גענוג פשוט רעדן וועגן דעם זאגט די פסוק כי עצר עצר ה' וגו' על דבר שרי זאגט רש"י דורך אירע רייד ווייל וויבאלד השי"ת האט געשטראפט אבימלך דורך די רייד פון שכר וועגן דעם האט אברהם געדארפט מתפלל זיין ווייל ער האט געוואלט אז אבימלך זאל אויסגעהיילט ווערן פארקערט ווי שרה.

(בנין דוד)

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג נובעמבער 13, 2008 6:08 pm

חסידישע געדאנקען

וירא אליו ה' באלוני ממרא והוא ישב פתח האהל וגו' (יח, א)

איך האב געהערט נאכזאגן אין נאמען פון מוהר"ר נחמן קאסיווער אז ער פלעג מוסר זאגן פאר מענטשען פארוואס זיי זענען נישט מקיים דעם 'שויתי ה' לנגדי תמיד' אויך ווען זיי פירן די געשעפטן במשא ומתן. איי וועסטו פרעגן ווי אזוי איז דאס דען מעגליך? ..ווייל ווען דער מענטש זיצט אין בית המדרש און דאוונט פאר'ן אויבערשטען, מאכט זיך אויך אז ער טראכט פון זיינע ביזנעסער און געשעפטן, און אויב אזוי דארף דאך פארקערט אויך זיין מעגליך ודפח"ח.

און דאס וויל דער פסוק מרמז זיין: וירא אליו ה' באלוני ממרא – אין די גאסן פון ממרא, דאס מיינט אז דער מענטש זאל מקיים זיין דעם בכל דרכך דעהו, אויך ווען ער גייט ארויס אויף משא ומתן. טאמער וועסטו זאגן אז עס איז נישט מעגליך, זאגט דער פסוק ווייטער: והוא – ער דער יצר הרע ער זיצט דאך "ישב פתח האהל" אין בית המדרש, בשעת'ן דאווענען, רעדט ער אים איין צו טראכטן פון כל'ערליי געשעפטן, און אויב אזוי דארף דאך א איד זיכער טוהן פארקערט אויך. (תולדות יעקב יוסף)
--

ויאמר אדני אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבר מעל עבדך (יח. ג)

היה אומר להקב"ה להמתין לו עד שירוץ ויכניס את האורחים (רש"י)

אמר רב יהודה אמר רב גדולה הכנסת אורחין מהקבלת פני שכינה (שבת קכז/א)

וואס איז דאס אונז א נפקה מינה להלכה אז גדולה הכנסת אורחין מהקבלת פני שכינה?
ווייל פון דא לערנען מיר, אז כאטש צומאל איז הכנסת אורחים פארבינדן מיט ביטול תורה אדער אנדערע מצוות, זאל מען נישט קוקן דערויף נאר מקיים זיין הכנסת אורחים, ווייל עס איז דאך גרעסער ווי קבלת פני שכינה. (בשם הבעש"ט הק' זי"ע)
--

פון וואנעט לערנט מען ארויס אז הכנסת אורחים איז גרעסער פון קבלת פני השכינה, אפשר איז עס גאר פונקט די זעלבע, און יעדער קען זיך אויסוועהלן וואס ער וויל טוהן, און אברהם אבינו האט אויסגעוועהלט ענדערש מקיים צו זיין די מצוה פון הכנסת אורחים?

נאר עס ווערט דאך גע'פסקנט "הנפטר מרבו אל ילך ואחוריו כלפי רבו, אלא הולך לאחוריו ופניו כנגד רבו," (שו"ע יו"ד רמ"ב סעי' ט"ז). ווען אברהם האט געזען די אורחים און האט אנגעהויבן זיי אנטקעגן צו גיין און אוועק פון די שכינה, האט ער דאך לויט די הלכה געדארפט גייט אויף צוריקציוועגס מיט'ן פנים צו די שכינה. אבער וויבאלד אברהם האט געוואלט אויפנעמען די געסט ווי עס פאסט, און עס איז דאך נישט קיין דרך ארץ אויפצונעמען געסט מיט'ן רוקן צו זיי, האט ער זיך דאך געמוזט אויסדרייען, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: וירא וירץ לקראתם, לקראתם מיינט מען דאך קעגן זיי. האט אברהם אבינו זיך אויסגעדרייט צו זיי, כאטש דורך דעם האט ער זיך געדארפט אוועקדרייען פון די שכינה – זעהט מען דאך פון דא אז הכנסת אורחים איז טאקע א גרעסערע מצוה ווי קבלת פני השכינה. (הגר"א זיע"א)
--

די וועלט פרעגט: פון וואו האט טאקע אברהם אבינו געוואוסט דעם דין אז גדולה הכנסת אורחין מהקבלת פני שכינה, אז ער האט איבערגעלאזט די שכינה אינמיטן תפילה און געלאפן אנטקעגן די אורחים?

נאר אברהם האט זיך דאס ארויסגעלערנט פון דעם וואס "הוציא הקב"ה חמה מנרתיקה כדי שלא להטריחו באורחין" (רש"י פסוק א'). איז דאך פון דעם א ראי' אז ווען עס וועלן יא קומען אורחים, זאל ער נישט קוקן דערויף וואס הקב"ה געפינט זיך דארט, און זיך טאקע יא מטריח זיין פאר די אורחים. (הה"ק משפיטיווקא זי"ע)
--

דער גוף פון אברהם אבינו איז געווען אזוי אויסגעארבעט און געהייליגט, אז די איברים האבן אויטאמאטיש געטוהן דעם רצון הבורא און זענען אליין געלאפן. דערפאר, ווען אברהם אבינו האט געשפירט אז די פיס הייבן זיך פון זיך אליין און לויפן אנטפאנגען די געסט, האט ער דערפון פארשטאנען אז דער דין איז אזוי אז "גדולה הכנסת אורחין מהקבלת פני שכינה" (בשם הגה"ק רבי נתן אדלער זי"ע – בשם הרה"ק רבי מאיר'ל מפרימישלאן זי"ע)
--

גדולה הכנסת אורחין מהקבלת פני שכינה איז טייטש: אז דורך די מצוה פון הכנסת אורחים איז מען זוכה צו קבלת פני השכינה. ווייל ווער איז דען ביי די דרגה אז ער זאל זוכה זיין צו קבלת פני השכינה? אבער ווען מען נעמט אריין אורחים אין שטוב, אפילו אויב זיי זענען נישט קיין בעלי מדרגה (כסבור שהם ערביים שמשתחוים לאבק רגליהם - רש"י יח, ד), דאן באקומט ער שכר מידה כנגד מידה און איז טאקע זוכה צו קבלת פני השכינה. (ישמח משה)
--

דער הייליגער רבי משה לייב סאסובער זי"ע האט געטייטשט: גדולה הכנסת אורחין מהקבלת פני שכינה – ווייל די שכינה געפינט זיך איבעראל און מען קען אלץ מקבל פנים זיין דעם פני השכינה. ווידער א געלעגענהייט פאר הכנסת אורחים קומט נישט אלעמאל אונטער, און דערפאר איז גדולה הכנסת אורחים.
--

פארוואס וואלט נישט גענוג געווען ווען הכנסת אורחים איז די זעלבע חשוב ווי קבלת פני השכינה? נאר מען קען עס ערקלערן לויט די תנא דבי רבי ישמעאל (סנהדרין מג) אלמלא לא זכו ישראל אלא להקביל פני אביהם שבשמים פעם אחת בחודש, דיים. ממילא אויב מען וואלט ווען געזאגט אז הכנסת אורחים איז שקול אזוי ווי קבלת פני השכינה, וואלט א איד זיך באגנוגנט אריינצוברענגען אן אורח אין שטוב איינמאל אין חודש... דערפאר לאזט אונז די תורה הערן אז עס איז נאך חשוב'ער ווי קבלת פני השכינה. (אמרי שאול ממאדזשיץ זי"ע)
--

ותכחש שרה לאמר לא צחקתי (יח, טו)

שרה אמנו האט באלד תשובה געטוהן, און דער חטא איז טאקע אויסגעמעקט געווארן דורכ'ן תשובה. דעריבער האט זיך געזאגט "לא צחקתי". די תורה רופט עס אבער פארט אן א "הכחשה" ווייל די תשובה איז נאר געווען א "תשובה מיראה – כי יראה. און ווען מען טוט תשובה מיראה בלייבט א שטיקל רושם פון די עבירה. האט איר אברהם אבינו געזאגט: לא כי צחקת – אז די ווילסט אז די עבירה זאל אינגאנצן אויסגעמעקט ווערן, דאן דארפסטו תשובה טוהן מאהבה, אז דער צחוק אליין זאל באקומען זיין תיקון און ווערן א זכות, ווייל ביי תשובה מאהבה, איז דאך זדונות נעשו כזכיות.

און עס איז טאקע אזוי געווען, פון דעם צחוק איז געווארן יצחק. און שרה אליין האט נאכדעם געזאגט "צחוק עשה לי אלוקים" – אז דער אויבערשטער האט מיר מוחל געווען די חטא צוליב די תשובה מאהבה אז עס איז נהפך געווארן לזכות. (שפת אמת)
--

ויבואו שני המלאכים סדומה וגו' (יט א)
ולהלן קראן אנשים – רש"י

דער חילוק צווישן מענטשען און מלאכים איז דאך באקאנט אז דער מלאך איז א בחינת עומד, ווייל ער איז שטענדיג אין דער זעלבער מדרגה אזוי ווי ווען מען האט אים באשאפן. אזוי ווי דער פסוק זאגט (זכרי' ג, ז) ונתתי לך מהלכים בין העומדים האלה". מה שאין כן דער מענטש, איז א בחינה פון א מהלך, ווייל ער קען – און דארף שטענדיג ארויפגיין העכער פון איין מדרגה צום צווייטן.

ווען די מלאכים זענען געווען ביים אברהם אבינו, האט די קדושה פון אברהם גורם געווען אז זיי זענען יא ארויף אין זייער מדרגה, דערפאר ווערן זיי אין פסוק ביי אברהם אנגערופען "אנשים". ביי לוט ווידער, ווען זיי זענען נישט ארויף קיין העכער מדרגה, זענען זיי צוריק צום בחינת עומדים, דערפאר רופט זיי שוין דער פסוק אן אלס "מלאכים". (ערוגת הבושם)
--

וירא והנה שלשה אנשים נצבים עליו (יח, ב)

דער גאון רבי יהושע לייב דיסקין האט קיינמאל נישט מסיח דעת געווען פונעם לערנען. כאטש עס פלעגן עסן פיל געסט ביי זיין טיש אויך אין די וואכן טעג, האט ער זיך קיינמאל נישט געוואשן, נאר געזעצן אויבן אן פארטיפט אין לערנען, און געגעסן אן 'אכילת ארעי'.

איינמאל אינמיטן עסן האט זיך דער גאון פלוצלונג אויפגעשטעלט, צוגעגאנגען צום עק טיש און זיך דארט אראפגעזעצט נעבן אן אלטער ארימאן. די אנוועזענדע האבן מיט וואונדער צוגעקוקט וואס דער רב טוהט, און האבן געזען ווי דער רב נעמט א שטיקל ברויט, שיילט אפ די הארטע רונדל, און פיטערט דעם אלטן וועלכער האט נעבעך נישט געהאט קיין ציין און זיך געפלאגט מיט די ברויט.

נאכ'ן סעודה ווען אלע זענען זיך צוגאנגען האט דער גאון רבי דב בער גראסבערג וועלכער איז געווען א בן-בית ביים בריסקער רב געפרעגט: ווי אזוי האט דער רב באמערקט אז ביים עק טיש זיצט אן אלטער איד וואס קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די ברויט, דער רב איז דאך געווען פארטיפט אין לערנען?

"האסט גוט געפרעגט", האט אים דער רב געענטפערט. "אבער פארוואס האסטו זיך איצט דערמאנט צו פרעגן, וואו ביסטו געווען פר' וירא?"

און דער רב האט ערקלערט: אין פרשת וירא דערציילט אונז די תורה אז הקב"ה האט זיך אנטפלעקט פאר אברהם אבינו. קענען מיר זיך דען פארשטעלן וואס די מעלת הנבואה איז? האבן מיר דען אן אנונג ווי ווייט דבוק דער נביא איז דאן אינעם אויבערשטען ממש ביז א טאטאלער ביטול היש? און דאך, אינמיטן דעם געוואלטיגן התגלות אלוקית, באמערקט אברהם אבינו דריי ערביים, און לויפט זיי אנטקעגן אריינצורופן צו א סעודה. פארוואס האסטו נישט זיך דארט געוואונדערט ווי אזוי האט אברהם אבינו געקענט באמערקן די געסט אינמיטן די נבואה?
נאר וואזשע דען, האט דער הייליגער בריסקער רב אויסגעפירט, די ענטפער איז די זעלבע דא ווי דאן: ווען מען דארף א חסד טוהן, דאן זעהט מען שוין גאר גוט!
--

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מוצ"ש אוקטובער 31, 2009 11:23 pm

מעלין בקודש

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מוצ"ש אוקטובער 31, 2009 11:32 pm

איך האב אינזינען געהאט ארויפצולייגן דא א שיין טייטש אויף די וואכעדיגע סדרה, ממה שחנני השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו.

ויקרא אברהם שם המקום ההוא ה' יראה אשר יאמר היום בהר ה' יראה. ודרשו במדרש (פנ"ו ס"י) ויקרא אברהם שם המקום ההוא ה' יראה, אמר לפניו רבונו של עולם וגו' יהי רצון מלפניך ה' אלהינו בשעה שיהיו בניו של יצחק באים לידי עבירות ומעשים רעים תהא נזכר להם אותה העקידה ותתמלא עליהם רחמים.

ב) עוד דרשו שם במדרש, מלמד שהראה לו הקב"ה בית המקדש חרב ובנוי חרב ובנוי, שנאמר שם המקום ההוא ה' יראה, הרי בנוי כמו שכתוב (דברים טז טז) שלש פעמים בשנה יראה, אשר יאמר היום בהר, הרי חרב שנאמר (איכה ה יח) על הר ציון ששמם, ה' יראה, בנוי ומשוכלל לעתיד לבא כענין שנאמר (תהלים קב יז) כי בנה ה' בציון נראה בכבודו. ויש להבין לאיזה צורך הראהו הקב"ה ביהמ"ק בנוי וחרוב. עוד דקדק מרן רביה"ק זי"ע בדברי יואל (לראש השנה אות לא) דלפי זה דריש מתיבת בהר המורה על החורבן, אבל א"כ מה דריש בתיבת היום דכתיב אשר יאמר היום, עי"ש.

ג) במסורה ב' וירא, וירא את המקום מרחוק, מרחוק ה' נראה לי (ירמיה לא ב).

ויתבאר על פי מש"כ בקרן לדוד (פ' במדבר) לפרש מה שדרשו חכמינו ז"ל במדרש (שוחר טוב מזמור ג) על הפסוק קולי אל ה' אקרא ויענני מהר קדשו סלה, אמר ר' ברכיה, בשעה שהיה מקדשך בנוי היית עונה תפלתינו, אף עכשיו שהוא הר תהא עונה, שנאמר ויענני מהר קדשו סלה. כוונת הדברים כי מבואר במדרש תנחומא (וירא סכ"ב) שהר המוריה לא היה הר כי אם עמק, רק אחר תפלתו של אברהם אבינו ע"ה כתיב (בראשית כב ד) וירא את המקום מרחוק, אמר אין כבודו של מלך לשכון בעמק ונעשה הר. והנה בזמן שישראל עושים רצונו של מקום, אז באין בזרוע ויכולין להתפלל ולבקש ממנו יתברך ישועתם בדין, אמנם כשח"ו אין ישראל כדאים לכך, אעפ"כ הקב"ה עוזר לנו, כי אם לא למענינו אז למען שמו המחולל בגוים יעשה, כמו שהתפלל דניאל (דניאל ט יט) כי שמך נקרא על עירך ועל עמך, ואין זה כבוד השם באמור אלי כל היום איה אלהיך (תהלים מב ד), דכמו שמצינו בהר המוריה שאין כבודו לשכון בעמק, כמו כן אין כבודו לשרות שכינתו על עם דל השרוים בשפלות ע"כ צריך להושיע לנו, וזהו ויעננ"י מה"ר קדשו סלה, ממה שראינו שנעשה מעמק הר לפי שאין זה כבודו, ומהאי טעמא גופא עננו סלה גם אם אין אנחנו כדאין לזה, עכ"ד הנפלאים.

וזהו ביאור הכתוב, ויקרא אברהם שם המקום ההוא ה' יראה, והזכרנו למעלה דברי המדרש שהתפלל אברהם אבינו על דורות העתידים, אך לפי המבואר יש להוסיף ולומר שהתפלל אברהם אבינו שגם בזמן שאין ישראל ראוים עכ"ז יענם הקב"ה ויושיעם. וזהו אשר יאמר היו"ם, ופירש"י היום, הימים העתידין היינו דורות הבאים, עי"ש. בה"ר, ממה שראינו שנעשה הר מטעם שאין כבודו ית' לשכון בעמק, ה' יראה, זה יהיה לימוד זכות לישראל שיתקבלו תפלותיהם קדם רבון עלם ועלמיא, ולכוונה זו הראהו הקב"ה ביהמ"ק חרב בנוי חרב ובנוי, כלומר שגם בזמן שיהא חרב עם כל זה יתקבלו צלותהון דישראל לפניו ית'.

ויל"פ בזה המסורה, וירא את המקום מרחוק, היינו שאברהם אבינו ראה את המקום מרחוק ואמר אין כבודו של מלך לשכון בעמק וע"כ נעשה מזה הר, וזה יהיה לנו לחיזוק שאף אם אין אנחנו ראוים אפ"ה יתקבלו תפלותינו, וזהו מרחו"ק, הגם שרחוקין אנו מדרכי התורה, אעפ"כ ה' נראה לי.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

אינטערסאנטע קורצע ענינים אויף פרשת השבוע

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 11:00 am

מיר זעען די וואך אז הקב"ה הוציא חמה מנרתיקה אין עס זענען נישט געקימען קיין אורחים צי אאע"ה, אין נאכדעם ווען ער האט זיך מצער געווען אויף דעם האט דער אייבישטער געשיקט אורחים. איז לכאורה שווער, בתחלה מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר כביכול, דער אייבישטער האט דאך געוויסט אז אאע"ה ווועט זיך מצער זיין.

קען זיין, מיר זעען עס איז דא 2 מידות - חסד אין רחמים. וואס איז די חילוק פין די צוויי? רחמים מיינט אז ער האט רחמנות אויב איינער איז זיך מצער, אדער אויב איינער בעט עפעס. משא"כ חסד מיינט ער וויל געבן אפילו ער האט נישט פארוועם ציגעבן, אין ער איז זיך מצער אויב ער קען נישט געבן.

אאע"ה איז געווען חסד כידוע, אין די איינציגע אופן ווי מהאט עס געזעהן איז געווען ביי די מעשה אז עס איז נישט געווען קיין אורחים, אין ער האט זיך מצער געווען ער האט נישט פארוועם ציגעבן. ממילא יעצט איז ארויסגעקימען די מידת החסד פין אברהם מכח אל הפועל, אין דאס איז געווען כוונת השי"ת.

(מספר פרי העץ עם הוספות נופך)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג נובעמבער 06, 2009 9:35 am

געזהן א ווארט
ואקחה פת לחם.....אחר תעברו

חז"ל ברענגען א מעשה אז טורנוסרופוס האט געפרעגט רבי עקיבא אז אויב דער רבוש"ע האט באשאפען א מענטש מיט אן ערלה, פארוואס שנייט מען עס אף? מען דארף עפעס מתקן זיין די ווערג פון רבוש"ע?

האט רבי עקיבא אוהם געברענגט א ראיה פון ברויט. דער אייבערשטער האט באשאפען חיטים מיט שעורים. אזוי קען מען נישט הנאה האבען דערפון. נאכדעם ואס דער מענטש איז מתקן די חיטים מיט מאהלען, קנעטען און באקען, ערשט יעצט קען מען האנאה האבען און עסען.
דאס זעלבע איז ביי ערלה, דער תיקון פונעם מענטש איז ווען מען נעמט אראף די ערלה.

ביי אברהם, זענען געקומען די מלאכים פארשטעלט אוויא ערבים. אברהם האט געמיינט אז זיי קומען חוזק מאכען און טענה'ען מיט אוהם פארוואס דארף ער מתקן זיין דעם מענטש מיט אראף נעמען דער ערלה? הייסט אז דער רבוש"ע ווערק דארף א תיקון?

אברהם, נאך איידער זיי האבען אוהם עפעס געזאגט, האט געהייסען מאכען ברויט.
'ואקחה פת לחם' --- ברויט איז אויך אזוי.
דער מענטש איז עס מתקן און דערנאך האט מען הנאה.
'אחר תעברו'--- דערנאך וועט עטס אוועק גיין און אפלאזען ענקער דעה וואס עטס האטס, און עטס וועטס בעסער פארשטיין דער ענין פון הסרת הערלה.
the SCY is the limit

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מוצ"ש נובעמבער 07, 2009 9:41 pm

ועתה השב אשת האיש כי נביא הוא,
שטייט בשם הר"ר העשיל ער פרעגט לכאורה וואס א חילוק איז צי אברהם אבינו איז א נביא אדער נישט, זאגט ער אז די גמרא זאגט אז שרה אמנו איז געווען א איילונית, און סאיז דא מחלוקה אויב מען מקדש געווען א אילונית (און מען האט נישט געוויסט) אויב די קידושין האט תופס געווען, אדער עס הייסט א קידושי טעות, און סהאט בכלל נישט תופס געווען, חוץ אויב מען האט געוויסט בעפאר דעמאלטס איז די קידושין יא תופס, האט דאך אבימלך געקענט טענה'ן אז שרה איז נישט קיין אשת איש, וויבאלד זי איז א אילונית האט די קידושין נישט תופס געווען מעיקרא, אויף דעם האט דער אייבערשטער געזאגט השב אשת האיש כי "נביא" הוא ווייל ער איז א נביא און ער האט יא געוויסט בעפאר און ממילא איז עס געווען א גיטע קידושין און זי איז יא א אשת איש.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 17, 2010 12:19 am

וויאזוי טייטשט איר אויף אידיש לעשות "צדקה" ומשפט?

געווענליך טייטשט מען צדקה גערעכטיגקייט, אבער אז משפט טייטשט גערעכטיגקייט, ווי געט מען זיך אן עצה מיט צדקה?

אין חומש אורי וישעי שרייבט ער טאקע "צדקה און גערעכטיגקייט"

איז אפשר פאסיג "נאכגיביגקייט"?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג נובעמבער 06, 2011 12:01 pm

והנה עלה
the SCY is the limit

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

לקוטים וענינים על פרשת וירא

תגובהדורך זיס » זונטאג נובעמבער 06, 2011 12:49 pm

א. אינטערעסאנטע רבנו בחיי: כחום היום - וויבאלד אברהם האט זיך נישט גוט געשפירט פון די מילה, האט ער זיך געזעצט אונטערן זין, עס זאל אים בעסער ווערן.

ב. וירץ לקראתם: ברענגט דער רבנו בחיי אז זיי האבן זיך געשטעלט ביים טיר, נאר נאכדעם וואס זיי האבן זיך אוועקגעשטעלט ביים טיר זענען זיי אוועקגעגאנגען נישט מטריח צו זיין אברהם, אבער וויבאלד אברהם האט פארמאגט פיר טירן, איז ער זיי אנטקעגן געקומען פון א צווייטע טיר און אזוי זיי קעגנגעלאפן.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:29 pm

איך האב געשריבן א מאמר איבער אשת לוט, עי' בפארום ידיעות התורה.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

דיונים ועיונים בפרשת וירא

תגובהדורך וויל וועלן » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:40 pm

נאך אן אשכול מלא וגדוש אויף פרשת וירא:

דיונים ועיונים בפרשת וירא
viewtopic.php?f=4&t=5876

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

אשת לוט

תגובהדורך וויל וועלן » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 9:54 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:איך האב געשריבן א מאמר איבער אשת לוט, עי' בפארום ידיעות התורה.

אשת לוט

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 5:09 am

וירא אליו ה' (יח א).
וירא אליו. לבקר את החולה (סוטה יד.): (רש"י)
צריך ביאור היכן נרמז במקרא שהקב"ה נראה לאברהם כדי לבקרו בחליו, ומנין שלא נראה אליו לצורך אחר. ועיין במפרשי רש"י מה שכתבו בזה.
ואולי אפשר לבאר, דהנה להלן עה"פ (פסוק ג) 'ויאמר אדוני אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבור מעל עבדך', הביא רש"י שני פירושים אם לגדול שבהם אמר כן, או שאמר כן להקב"ה שביקש ממנו להמתין לו עד שירוץ ויכניס את האורחים. ולפירוש הראשון צריך ביאור, הן אמת שגדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה (שבת קכז.), אבל אין זה מדרך הכבוד לעזוב את הקב"ה בפתע בלי שום התנצלות.
ונראה ליישב לפי מה דאיתא באור החיים הק' (פסוק ב), שתיכף כשראה אברהם אבינו את המלאכים, מיד נתרפא ממכאובו ורץ לקראתם. ולפ"ז יובן למה לא הוצרך אברהם להתנצל בפני הקב"ה, כי הלא סיבת התגלותו של הקב"ה היתה לבקר את החולה, וברגע שנתרפא מיד הלך הקב"ה ממנו, כי נשלם הענין שבגינו נראה אליו השי"ת, וממילא היה אברהם יכול לרוץ לקראת האורחים.
ומעתה הדבר פשוט מנין לחז"ל שהקב"ה בא לבקר את החולה. דאם לא כן, אלא שבא לדבר עמו, דרך משל, בענין הפיכת סדום, איך הניח את הקב"ה ללא שום אמירה והלך אל האורחים. אלא ודאי שהקב"ה בא לבקר את החולה, וכשהגיעו המלאכים ונתרפא הלך ממנו הקב"ה, ומיד רץ אל המלאכים וביקש מהם שלא יעברו מעליו.
●●●
והשענו תחת העץ (יח ד).
תחת העץ. תחת האילן: (רש"י)
צריך ביאור מה מלמדינו רש"י בזה ומה תוספת ביאור יש בדבריו. ועיין בשפתי חכמים מה שכתב בזה, וצ"ע.
ונראה לבאר דמבואר במדרש (ב"ר נד ו) שהיה אברהם אבינו מאכיל ומשקה את אורחיו, וכשרצו להודות לו לימדם לברך לבורא עולם. ונרמז כאן בדברי רש"י שהוסיף ללמדם דרך העבודה בעניני אכילה, והוא מבואר בצעטיל קטן (טו) שצריך האדם בשעת האכילה לצייר לפניו אותיות 'מאכל' בכתב אשורית, ויהרהר שעולה צ"א כמנין הוי"ה בשילוב אדנ''י. וזה נרמז כאן כי תיבת 'אילן' עולה למנין צ"א, וזהו שאמר להם 'והשענו תחת העץ' דהיינו 'תחת האילן', שלימדם לאכול לשם יחוד קודשא בריך הוא.
●●●
ויאמר מהרי שלוש סאים קמח סולת וגו' (יח ו).
קמח סולת. סולת לעוגות, קמח לעמילן של טבחים, לכסות את הקדרה, ולשאוב את הזוהמא (ב"ר מח יב): (רש"י)
הרמב"ן מביא דאיתא שם במדרש שהיה שלש סאים לכל אחד. ותמה ע"ז למה הרבה כ"כ בלחם לשלשה אנשים, עיי"ש.
ונראה לבאר הענין שהרבה להם כ"כ בלחם, לפי מה דאיתא בשו"ע (או"ח סי' תקז ס"ו) שמותר לאפות ביו"ט תנור שלם אף שאינו צריך רק לפת אחד, כיון דע"י תנור מלא נאפה באופן יותר טוב. וזה היה טעמו של אברהם אבינו ע"ה שאפה כ"כ הרבה אף שלא היה צורך בכל הלחמים, מ"מ בכדי שישתבח טעם הלחם אפה כמות הממלא את כל התנור.
●●●
ותצחק שרה בקרבה לאמר אחרי בלותי היתה לי עדנה ואדוני זקן וגו' ואני זקנתי (יח יב-יג).
ואני זקנתי. שינה הכתוב מפני השלום, שהרי היא אמרה ואדוני זקן (יבמות סה:): (רש"י)
האוה"ח הק' תמה ע"ז איך יתכן שיצא דבר שקר מהקב"ה חלילה, ואף שמשנים מהאמת לצורך השלום, מ"מ לומר דבר שקר ממש הרי זה תימה, עיי"ש מה שמבאר בזה.
ושמעתי שאפשר לתרץ ע"פ מה דאיתא (סנהדרין לו:) שאין מושיבין זקן בסנהדרין כיון שאין לו רחמים, וכשתדקדק בדבר תראה כי כשנכתב לעיל (יז טו-כב) שבישר השי"ת לאברהם אבינו על לידת יצחק, לא הוזכר בכל הפרשה אלא שם 'אלוקים', שהוא מידת הדין. ועל זה תמהה שרה איך אפשר לומר שכל הבשורה נאמרה ע"י 'ואדוני זקן', דהיינו אדון העולם שנגלה במידת 'זקן' שהיא מידת הדין וכנ"ל שזקן אין לו רחמים.
ולפי"ז כשאמר הקב"ה 'ואני זקנתי' נתכוין לומר על עצמו, שכך היו כביכול דברי שרה על השי"ת שבשורת הלידה נאמרה במידת 'זקן' שהיא מידת הדין. ועל זה הוסיף לומר, 'היפלא מה' דבר', וכאן כתוב שם הויה שהוא מידת הרחמים, ור"ל, שגם בתוך הדין יש רחמים, ודפח"ח.
●●●
ותכחש שרה לאמר לא צחקתי כי יראה ויאמר לא כי צחקת (יח טו).
צריך ביאור למה האריך הכתוב לומר 'ותכחש שרה לאמר לא צחקתי', והלא לכאורה די לכתוב 'ותאמר שרה לא צחקתי'. עוד צריך ביאור למה הוצרך לומר לה 'לא, כי צחקת', לכאורה די לומר 'כן צחקת'. ובעיקר הענין תמוה איך צדקת כמו שרה כיחשה לומר 'לא צחקתי', בזמן שהכתוב מעיד עליה 'ותצחק שרה בקרבה' [ויעוין באור החיים הק' מה שפירש בזה].
ואולי אפשר לומר לפי מה שמפרש הכלי יקר, שלא צחקה שרה אלא במחשבה בלבד וכדברי הכתוב (לעיל פסוק יב) 'ותצחק שרה בקרבה', אלא שלפי גודל מדריגתה ורום מעלתה נחשב לה לעון כאילו צחקה כיון שהקב"ה מדקדק עם סביביו כחוט השערה (יבמות קכא.). ומעתה יבוא פירוש הכתוב אל נכון, 'ותכחש שרה', ר"ל, שכיחשה בעצם היותה 'שרה', דהיינו שנתכחשה לגודל מדריגתה. ומשום כך 'לאמר', היתה יכולה לומר 'לא צחקתי', כי באמת לא צחקה בפועל, ורק לפי מדריגתה נחשב לה כעון. 'ויאמר, לא', על זה השיב לה כי אין דברי ההכחשה נכונים ובאמת גדולה מעלתה מאוד, ולפי רום ערכה, 'כי צחקת' ודאי נחשב לה מחשבת השחוק כמעשה וכעון.
●●●
ויקומו משם האנשים וישקיפו על פני סדום ואברהם הולך עמם לשלחם (יח טז).
וישקיפו על פני סדום. כל השקפה שבמקרא לרעה חוץ מהשקיפה ממעון קדשך (דברים כו טו), שגדול כח מתנות עניים שהופך מידת רוגז לרחמים: (רש"י)
צריך ביאור סדר הכתוב, דהנה לכאורה קודם הלך עמם אברהם לשלחם ורק לאחמ"כ השקיפו על פני סדום להופכה, ומדוע היפך הכתוב את סדר הדברים. וגם אריכות דברי רש"י, חוץ מהשקיפה וכו', שגדול כח מתנת עניים וכו', צריכים ביאור, מה רצה בזה ומה ענינו לכאן.
ואפשר לומר שרש"י בא ליישב את לשון הפסוק, שגם כאן ניסו המלאכים למצוא פתח של זכות כדי שלא תיהפך סדום, ולכן 'וישקיפו על פני סדום', והיתה כוונתם לראות אם יש להם זכות מתנת עניים שהופכת מידת רוגז לרחמים, ויתפרש המשך הכתוב, 'ואברהם', ר"ל, מידתו של אברהם שהיא חסד, 'הולך עמם', ובזכות החסד והצדקה תתהפך ההשקפה לטובה.
אכן 'זעקת סדום ועמורה כי רבה' (פסוק כ), ונתרחקו ממידת החסד לגמרי בתכלית השלילה, וכמו שדרשו חז"ל (סנהדרין קט:) 'כי רבה' על עסקי ריבה [שהוציאה נערה לחם לעני, והענישוה שמרחו דבש על כל גופה ושמוה על גג החומה עד שאכלוה הדבורים], ולא זכו שתתהפך מידת הרוגז לרחמים.
●●●
חלילה לך מעשות כדבר הזה להמית צדיק עם רשע והיה כצדיק כרשע וגו' (יח כה).
צריך ביאור, דהנה אם ימית צדיק עם רשע, ממילא יהיה גורל הצדיק כגורל הרשע, ומדוע כפל הדבר. עוד צריך ביאור לשון 'והיה' שהוא לשון שמחה כמבואר בחז"ל (ב"ר מב ג), מה ענינה של שמחה לכאן.
ואולי אפשר לבאר בכוונת הכתוב 'חלילה לך וגו' להמית צדיק עם רשע', אלא להיפך, 'והיה כצדיק כרשע', דהיינו שיהיה גורל הרשע כגורל הצדיק וימלט אף הרשע מהדין. ולכן נכתב בלשון 'והיה' שהוא לשון שמחה כי מדבר בהצלת כל העיר.
●●●
חמשים צדיקים בתוך העיר (יח כו).
אפשר לבאר בדרך רמז שלא די לאדם בזה שהוא צדיק בתוך ביתו, דהיינו בין אדם למקום, אלא ענין הצדיקים הוא 'בתוך העיר', בינו לבין אנשי עירו דהיינו בין אדם לחבירו, כי בלא זה אינו כלום.
●●●
ואנכי עפר ואפר (יח כז).
צריך ביאור מהו כפל הענין של עפר ואפר. ונראה דעפר מתחילת מהותו אין לו ערך, משא"כ אפר מתחילתו היה חפץ בעל שויות, ורק לאחר ששרפו נתבטל שוויו. והיינו שיש שני מיני ענוה, האחד, שמרגיש בעצמו שאין לו שום שויות, והוא בטל במציאות כעפר שהוא בטל לכל. ויש עוד ענוה, שהאדם שקיבל כלים מהבורא ב"ה כדי שיוכל לעובדו, ירגיש תמיד, שלא השתמש ככל יכולתו בכלים אלו, והיינו 'אפר' שמתאונן ע"ז שכביכול שרף והפך לאפר את הכלים שקיבל לצורך עבודת השי"ת.
●●●
ויען אברהם ויאמר הנה נא הואלתי לדבר אל ה' ואנכי עפר ואפר, אולי יחסרון חמשים הצדיקים חמשה התשחית בחמשה וגו' (יח כז-כח).
(יח לב).
התשחית בחמשה. והלא הן ט' לכל כרך, ואתה צדיקו של עולם תצטרף עמהן: (רש"י)
החתם סופר מביא שתמהו רבים, מה ראה אברהם לומר דווקא כאן 'ואנכי עפר ואפר', עיי"ש מה שמבאר בזה.
ונראה דאפשר לבאר עוד, דהנה באמת מה שביקש אברהם שהקב"ה יצטרף עם תשעה צדיקים צריך ביאור, וכי היכן מצינו כזאת, האם שמענו כזאת שבדברים שבקדושה הצריכים עשרה, יעמדו תשעה ויצרפו את הקב"ה עמהם, ומהיכן לו לאברהם אבינו לבקש כזאת.
ונראה לומר בזה, דהנה האדם בעת עמדו לתפילה ולכל דבר שבקדושה, צריך להיות שפל ונבזה בעיניו, ושיהיה כמאן דליתא, וממילא חסר כביכול במנין האנשים ויש רק תשעה מבלעדיו, כי הוא בעיני עצמו אינו נחשב מהמנין, וע"כ דכל מנין עשרה הוא בצירוף הקב"ה.
וזה נרמז כאן 'הנה נא הואלתי לדבר אל ה'', הנה כשאני עומד לדבר אל ה' הרי אני בבחינת 'ואנכי עפר ואפר', בביטול עצמי גמור, וא"כ כל מנין של עשרה הוא בצירוף השי"ת, לכן הוא מבקש אברהם אבינו 'אולי יחסרון וגו' חמשה', ויצטרף הקב"ה למנין עשרה שבכל עיר.
●●●
וילך ה' כאשר כלה לדבר אל אברהם ואברהם שב למקומו (יח לג).
כ"ק מרן מהר"ש זי"ע מבעלזא ביאר את הפסוק 'ואברהם שב למקומו', דהיינו ברוחניות, ור"ל, שאע"פ שהתפלל על רשעים, מ"מ 'שב למקומו', למדריגותיו הקודמים.
ונראה לפרש עפ"י מה ששמעתי בשם הרה"ק ר' יצחק מבוהוש זי"ע , שביאר הטעם שמשה רבינו שבר את הלוחות, כי היה צריך לרדת כביכול למדריגת העם כדי שיוכל להעלותם מחטאם, וכיון שאמרו חז"ל (שבת קה:) על המשבר כלים בחמתו יהא בעיניך כעובד עבודה זרה, א"כ כששבר את הלוחות, היה לו ע"י זה קשר עמהם במה שחטאו בעגל, והיה יכול לתקנם.
ובדרך זה נראה לומר שבשעה שהתפלל אברהם אבינו על הרשעים בסדום, הוצרך שיהיה לו שייכות עמהם, ולפיכך אמר 'ואנכי עפר ואפר', שאינו חשוב יותר מהם. והעיד עליו הכתוב, שאע"פ שהתפלל עליהם והוצרך שיהיה לו קצת התחברות וקשר עמהם, מ"מ 'ואברהם שב למקומו', והיינו ששב למדריגותיו הקדושים.
●●●
ויבואו שני המלאכים (יט א).
המלאכים. ולהלן קראם אנשים, כשהיתה שכינה עמהם קראם אנשים (ב"ר נ ב): (רש"י)
מפרשי רש"י תמהו דאף אצל לוט מצינו כמה פעמים שנקראו 'אנשים', עיי"ש. ובשלמא במה שדיברו ביניהם אנשי סדום ולוט (פסוקים ה-ח), אפשר לתרץ בפשטות שכיון שאנשי סדום לא ידעו שמדובר במלאכים, לכן קראום אנשים ולוט השיב להם בשפתם. אך עדיין יקשה ממה שנאמר (פסוקים י-יב) 'וישלחו האנשים', 'ויאמרו האנשים'.
ויתכן שלאחר שלוט מסר את נפשו בשבילם והכניסם לביתם ועמד כנגד אנשי העיר להצילם, זכה ששרתה השכינה עמו, ולכן באותה שעה נקראו 'אנשים', ואתי שפיר דלאחר מכן נאמר שוב 'וכמו השחר עלה ויאיצו המלאכים' וגו', משום שלא היתה שכינה עם לוט אלא בשעה שמסר נפשו על הכנסת אורחים, ודוק.
●●●
ולוט ישב בשער סדום (יט א).
ולוט ישב בשער סדום. ישב כתיב, אותו היום מינוהו שופט עליהם (ב"ר וירא נ ג): (רש"י)
צריך ביאור מה מלמדינו הכתוב בזה שהתמנה באותו היום להיות שופט עליהם. ונראה שהכתוב משמיענו את גודל הנסיון שעמד בו לוט, שאע"פ שהתמנה באותו היום להיות ראש הדיינים, וידע שע"י מעשה זה של הכנסת אורחים ודאי יאבד את כל גדולתו וירד לשפל המדריגה בעיר, עם כל זה, לא נמנע מלהכניס אורחים לביתו.
●●●
עוד מי לך פה (יט יב).
עוד מי לך פה. ומ"א עוד מאחר שעושין נבלה כזאת מי לך פתחון פה ללמד סניגוריא עליהם: (רש"י)
אפשר לבאר על דרך זה באופן אחר, שאחר שאמר לוט לאנשי סדום (פסוק ח) 'הנה נא לי שתי בנות וגו' ועשו להן כטוב בעיניכם', והוא דבר מגונה ביותר וכמו שכתב הרמב"ן שמתוך שבחו אתה לומד גנותו שאין זה כי אם רוע לב, אמרו לו המלאכים, 'עוד מי לך פה' ללמד סניגוריא, אחרי שדיבר בשפלות כזו.
●●●
הנה נא העיר הזאת קרובה וגו', ויאמר אליו הנה נא נשאתי פניך וגו' (יט כ-כא).
העיר הזאת קרובה. קרובה ישיבתה נתיישבה מקרוב, לפיכך לא נתמלאה סאתה עדיין וכו': (רש"י)
יש לתמוה טובא על זה שתפילת לוט נתקבלה אע"פ שתפילותיו של אברהם לא נתקבלו כלל, ודבר תימה הוא לומר שלא ידע אברהם אבינו ללמד זכות על אנשי צוער שעוונותיהם של היושבים בה מועטים כי נתיישבה מקרוב, וכבר נאמרו בזה הרבה ישובים.
ונראה לבאר על פי מה דאיתא בזרע קודש (ד"ה וה' אמר המכסה אני) בביאור הפסוק (יח כב) 'ואברהם עודנו עומד', שתפילותיו של אברהם אבינו היו נצחיות, ואפשר לומר שענין זה שנתיישבה מקרוב, אין בו להועיל רק לזמן קצר עד שתתמלא סאתה ולכן לא לימד אברהם אבינו זכות על אנשי צוער, אבל לוט שביקש על עצמו ולא היתה תפילתו אלא לאותה שעה בלבד [ובפרט לפי מה דאיתא במדרש שכל טוב (יט כב) שמיד לאחר שיצא לוט אל המערה, נהפכה גם צוער (ראה בעץ יוסף נא ד שביאר כן בב"ר)] נתקבלה תפילתו.
ולפי זה אפשר לבאר בדרך רמז את דברי המדרש (ב"ר נא ט) אין כל שבת ושבת שאין קורין בה פרשתו של לוט. ובפשטות דברי המדרש סתומים ותמוהים ויש ששינו את הגירסא במדרש, ונאמרו בזה כמה ביאורים.
ומה שנראה לומר בזה בדרך רמז, כי הנה בכל שבת ושבת יש עילוי ותוספת לנשמת ישראל, כמבואר במסכת סופרים (פי"ז ה"ה) שבערב שבת בין השמשות מתווספת נשמה יתירה לישראל ולאחר השבת נוטלין אותה הימנו. ואע"פ שהיא עליה של עראי רק לזמן השבת, מ"מ יכול לבוא מזה ישועה גדולה לדורות. כמו שמצינו אצל לוט, שהישועה הזמנית שהיתה לעיר צוער גרמה להצלה לדורי דורות, מה עוד שיצאה ממנו מלכות בית דוד. וזהו אין כל שבת ושבת שאין קורין בה פרשתו של לוט. ללמדנו שמעלת השבת אף שהיא זמנית, יכולה להשפיע לדורי דורות.
●●●
מהר המלט שמה כי לא אוכל לעשות דבר עד בואך שמה על כן קרא שם העיר צוער (יט כב).
על כן קרא שם העיר צוער. על שם והיא מצער (פסוק כ): (רש"י)
רבי עובדיה מברטנורא בפירושו על רש"י מקשה, והלא כבר נקראה צוער מקודם, כמו שנאמר לעיל במלחמת המלכים (יד ב) 'ומלך בלע היא צוער', עיי"ש.
ואפשר לפרש בדרך צחות ע"פ מה שמפורסם שהיה הרה"ק ר' מאיר מפרעמישלאן זי"ע מקפיד שיכתבו 'צאנז' עם צ' ולא עם ס', בגלל שדר שם צדיק. ובדרך זה יתכן לומר כי העיר היתה נקראת 'צער' כבר קודם לכן, אלא שעתה נוסף האות ו' לשמה ונקראת 'צוער', כידוע שהאות וא"ו מרמז על הצדיק [עיין תיקוני זוהר (תיקון צט ק.) ובספר אוהב ישראל (לקוטים חדשים לשמיני עצרת ד"ה כתיב)], ו'על כן' בגלל מה שנכתב בסמוך לו 'מהר המלט שמה', שנמלט לשם לוט שנחשב כצדיק כלפי אנשי העיר, 'קרא שם העיר צוער' והיינו שנוסף לה ו' שהוא הצדיק.
●●●
ותבט אשתו מאחריו (יט כו).
ותבט אשתו מאחריו. מאחוריו של לוט: (רש"י)
צריך ביאור הכוונה בזה, ועיין בשפתי חכמים מה שהביא מהמהרש"ל.
ואפשר שראתה שעתידים לצאת מלוט עוד בנים שיהיו לגוים גדולים, וסברה שהיא תזכה להעמידם ולכן המרתה את פי המלאך, אבל לא ידעה שמבנותיו יעמיד ארץ. ומבואר הכתוב היטב, 'ותבט אשתו', ומדוע הביטה, 'מאחריו', 'מאחוריו של לוט' שראתה שיצאו ממנו עוד בנים.
●●●
וישכם אברהם וגו', וישקף על פני סדום ועמורה ועל כל פני ארץ הככר וירא והנה עלה קיטור הארץ כקיטור הכבשן (יט כז-כח).
האלשיך הק' תמה מה משמיענו הכתוב בזה שראה אברהם אבינו את קיטור הארץ. ועוד יש לתמוה, כי בפשטות כוונת הכתוב לומר עד כמה היה העשן גדול ועצום, אמנם המתבונן יראה, כי העשן העולה משריפת כמה ערים כבד בהרבה מן העשן העולה מכבשן, וא"כ הדימוי לעשן הכבשן תמוה ביותר.
ונראה לבאר לפי מה דאיתא בנועם אלימלך (ד"ה או יאמר ותצחק) לפרש ענין 'ותצחק שרה' (יח יב), שהצדיק צריך לקדש את עצמו ולהכיר את נפלאות השי"ת בדרכי הטבע עד שיבוא למדריגה כזו שגם אם יראה איזה דבר פלא, לא יהיה בעיניו חידוש כלל, כי כל דרכי השי"ת נפלאים הם. וזהו 'ותצחק שרה', פירוש לשון שמחה, שהיתה שמחה על גודל הפלא שעשה לה השי"ת, וע"ז נתבעה 'למה זה צחקה שרה', דהיינו למה שמחה בזה כל כך כאילו יש כאן חידוש גדול, 'היפלא מה' דבר', עיי"ש שמבאר עפי"ז את כל הענין.
ולפי זה יבוארו כאן הדברים היטב, כי משמיענו הכתוב את שבחו של אותו צדיק, שבאותה שעה ראה את אחד מהמהלכים הכי מופלאים שהנהיג השי"ת בעולמו, ודבר זה לא היה כדוגמתו קודם, מכל מקום בעיני אברהם אבינו שהיה מתבונן תמיד בנפלאות וגדלות השי"ת, היה זה 'כקיטור הכבשן', ולא התפעל מהפיכת סדום יותר ממה שהיה מתפעל מקיטור הכבשן.
●●●
ולא ידע בשכבה ובקומה (יט לג).
ובקומה. של בכירה נקוד, לומר הרי הוא כאילו לא נכתב, לומר שבקומה ידע ואף על פי כן לא נשמר ליל שני מלשתות (ב"ר נא ח): (רש"י)
בשפתי חכמים מביא את קושיית המהרש"ל והגור אריה, אם ידע בקומה, למה נכתב שלא ידע בקומה, ודבר תימה הוא שהניקוד מעקר את משמעות הכתוב לגמרי. עוד יש לבאר, דממה שנקוד דווקא אצל הבכירה משמע שאצל הצעירה (פסוק לה) באמת לא ידע אף בקומה, וצ"ב במה הרגיש יותר בקומה של הבכירה שלא הרגיש בקומה של הצעירה.
ונראה לבאר [כעין מה שמבואר בשפתי חכמים שבשעת קימה ממש לא ידע ורק אח"כ נתגלה לו, וביתר ביאור], שבאמת לא הרגיש בקומה של הבכירה וכמפורש בקרא, אלא שמזה שנקוד על 'ובקומה' ילפינן שנודע לו אח"כ לו על ידה, כיון שלא היתה צנועה כמבואר ברש"י בסמוך (פסוק לז), והיה לו להישמר בלילה השני. אבל אצל הצעירה שהיתה צנועה מהבכירה, לא ידע בקומה כלל.
●●●
ותאמר שרה צחוק עשה לי אלוקים כל השומע יצחק לי (כא ו).
יצחק לי. ישמח עלי: (רש"י)
הנה בפשטות פירוש תחילת הפסוק 'צחוק עשה לי אלוקים' שוה לסופו, וגם הוא מורה על ענין השמחה וכמו שתירגם אונקלוס, חדוא עבד לי ה' כל דשמע יחדי לי. ואף מי שפירש את ה'צחוק' מלשון תמיהה ופליאה, מ"מ פירש כך גם ברישא דקרא וגם בסופו, וכמו שכתב בתרגום יונתן תימהא עבד לי ה' כל דשמע יתמה עלי. ופלא על רש"י שכתב לפרש כן דווקא בסיפא דקרא, ומשמע דרישא דקרא מתפרש באופן אחר, וצ"ע.
ואולי אפשר לומר בביאור הפסוק שיש כאן ב' ענינים, הראשון הוא 'צחוק' מלשון לעג, ולא הוצרך רש"י לפרש זה כמו שלא פירש בתחילת הפרשה את הכתוב (יח יב) 'ותצחק שרה בקרבה'. ומש"כ אח"כ 'יצחק לי' הוא מלשון שמחה ולכן פירשו רש"י. ויתבאר הכתוב כך, בתחילה 'ותאמר שרה' על דבר זה שבתחילה לא האמינה, ככתוב (יח יב) 'ותצחק שרה בקרבה' וגו', הנה עתה לאחר שילדה, הרי שנהייתה למשל ולשנינה בזה שלא האמינה, וזהו 'צחוק עשה לי אלוקים', דהיינו שעשאה לצחוק ולשנינה, ולבד מזאת 'כל השומע יצחק לי', ישמח עלי, על הבשורה הטובה בהולדת הבן.
●●●
וירע הדבר מאד בעיני אברהם על אודות בנו, ויאמר אלוקים אל אברהם אל ירע בעיניך על הנער ועל אמתך כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה כי ביצחק יקרא לך זרע (כא יא-יב).
על אודות בנו. ששמע שיצא לתרבות רעה. ופשוטו על שאמרה לו לשלחו: (רש"י)
מקשה המזרחי לפי מה שפירש רש"י 'וירע וגו' בעיני אברהם על אודות בנו', שיצא לתרבות רעה, א"כ מהו שאמר לו אח"כ הקב"ה 'אל ירע וגו' ועל אמתך', מה ענין תרבות רעה אצל הגר, הרי באותה שעה לא עבדה ע"ז, כי רק לאחר שגירשה אברהם נאמר (פסוק יד) 'ותלך ותתע', ופירש רש"י שחזרה לגילולי בית אביה. עוד הקשה מה שייך לענין זה מה שנאמר בפסוק אח"כ 'כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה'. וגם ענין 'כי ביצחק יקרא לך זרע' אין לו שייכות לזה שישמעאל יצא לתרבות רעה. ובאמת הדברים תמוהים מעיקרם, איך שייך לומר 'אל ירע בעיניך' על מה שרואות עיניו שישמעאל יצא לתרבות רעה.
ונראה לפי מה דאיתא בתפארת שלמה (חיי שרה ד"ה א"י הראשון) ששרה אמנו כל ימיה היתה במסירות נפש להשי"ת, ומה שאמר הקב"ה לאברהם 'שמע בקולה' הוא רמז לקריאת שמע שצריך לאומרה במסירות נפש, עיי"ש. א"כ אפשר לומר שבזה ניחמו הקב"ה לאברהם אבינו 'אל ירע בעיניך', כי מה שראתה שרה בישמעאל פגם של ע"ז, היינו רק לפי מדריגתה הגדולה שכל ימיה הם במסירות נפש על יחוד הבורא ית"ש.
והוסיף לומר לו 'ועל אמתך', היינו לפי מה דאמרי אינשי, שותא דינוקא בשוקא או דאבוה או דאימיה (סוכה נו:), ופירש רש"י. משל הדיוט הוא, מה שהתינוק מדבר בשוק מאביו או מאמו שמע, ואם היה בישמעאל פגם ע"ז, מסתמא הגיע לזה מאמו, ומ"מ 'אל ירע', כי זהו רק לפי מדריגתה הגבוהה של שרה.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 3:08 pm

שיינע זאכן לכבוד שב"ק
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 10:24 pm

איך האב א שאלה/דילעמא,
אפשר קומט עס נישט אין דעם אשכול, ווייס איך נישט,


מיין ווייב שתחי' האט לעצטנס אנגעהויבן אויסהערן א געוויסע בעל דרשן, און זי איז זייער באגייסטערט פונעם, זי האט מיר לעצטע וואך געזאגט וואס יענער האט געזאגט און ס'האט מיר געפערלעך געבאדערט,

ביי די עקידה ווייסן מיר דאך אז דער באשעפער האט געזאגט "והעלהו שם לעולה" און אברהם אבינו האט פארשטאנען אז דאס מיינט אוודאי ער זאל באמת שחט'ן יצחק, און ווען נישט דער מלאך וואלט אים צוריקגעהאלטן זאגענדיג "אל תשלח ידך אל הנער" וואלט ער אים גשחט'ן פארן אייבערשטן,

האט דער בעל דרשן געזאגט אז ס'הויבט זיך נישט אן, אברהם האט נישט געהאלטן ביים שחט'ן יצחק, מען טאר נישט הרגנען קיין מענטש, ער האט נאר געטון וואס דער באשעפער האט געהייסן, דהיינו ארויפגעלייגט אויפן מזבח, אברהם האט קיינמאל אין פלאן געהאט צו שחט'ן יצחק, אברהם וואלט נישט געטון אזא שלעכטע אקט,
דאס איז דער תוכן הדברים פון דעם בעל דרשן,

יעצט, ביטע מיר נישט פרעגן ווי אזוי עס שטימט אדער ווי אזוי איך פארשטיי עס, ווייל איך פארשטיי נישט וואס ער זאגט,
___
וואס איך וויל דא פרעגן איז;
איז פארהאן כאטש איין ראשון וואס איז מפרש די עקידה און מ'קען אויף א געוויסע אופן פארשטיין אז וואס דער בעל דרשן האט געזאגט שטימט מיט וואס דער ראשון שרייבט?

איך בין געפערלעך אויפגעשוידערט און איך פראביר צו מלמד זכות זיין אז אולי אולי איז שייך צו זאגן אזא בחינה,

פאר א פרוי וואס איז דאך נשים דעתן קלות און א גוט צינגל קען זיי גרינג איבעררעדן, וואס וואלט געווען די שטערקסטע און קלארסטע וועג איר צו ווייזן אז דאס איז נישט ריכטיג על אף וואס איר הארץ ציט צי אזא פשט וואס איז מיט רחמנות?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 10:53 pm

יעקל אלטמאן האט געשריבן:איך האב א שאלה/דילעמא,
אפשר קומט עס נישט אין דעם אשכול, ווייס איך נישט,


מיין ווייב שתחי' האט לעצטנס אנגעהויבן אויסהערן א געוויסע בעל דרשן, און זי איז זייער באגייסטערט פונעם, זי האט מיר לעצטע וואך געזאגט וואס יענער האט געזאגט און ס'האט מיר געפערלעך געבאדערט,

ביי די עקידה ווייסן מיר דאך אז דער באשעפער האט געזאגט "והעלהו שם לעולה" און אברהם אבינו האט פארשטאנען אז דאס מיינט אוודאי ער זאל באמת שחט'ן יצחק, און ווען נישט דער מלאך וואלט אים צוריקגעהאלטן זאגענדיג "אל תשלח ידך אל הנער" וואלט ער אים גשחט'ן פארן אייבערשטן,

האט דער בעל דרשן געזאגט אז ס'הויבט זיך נישט אן, אברהם האט נישט געהאלטן ביים שחט'ן יצחק, מען טאר נישט הרגנען קיין מענטש, ער האט נאר געטון וואס דער באשעפער האט געהייסן, דהיינו ארויפגעלייגט אויפן מזבח, אברהם האט קיינמאל אין פלאן געהאט צו שחט'ן יצחק, אברהם וואלט נישט געטון אזא שלעכטע אקט,
דאס איז דער תוכן הדברים פון דעם בעל דרשן,

יעצט, ביטע מיר נישט פרעגן ווי אזוי עס שטימט אדער ווי אזוי איך פארשטיי עס, ווייל איך פארשטיי נישט וואס ער זאגט,
___
וואס איך וויל דא פרעגן איז;
איז פארהאן כאטש איין ראשון וואס איז מפרש די עקידה און מ'קען אויף א געוויסע אופן פארשטיין אז וואס דער בעל דרשן האט געזאגט שטימט מיט וואס דער ראשון שרייבט?

איך בין געפערלעך אויפגעשוידערט און איך פראביר צו מלמד זכות זיין אז אולי אולי איז שייך צו זאגן אזא בחינה,

פאר א פרוי וואס איז דאך נשים דעתן קלות און א גוט צינגל קען זיי גרינג איבעררעדן, וואס וואלט געווען די שטערקסטע און קלארסטע וועג איר צו ווייזן אז דאס איז נישט ריכטיג על אף וואס איר הארץ ציט צי אזא פשט וואס איז מיט רחמנות?

און וואס איז געווען די נסיון לפי דבריו?

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:48 am

איך ווייס נישט פונקטליך.

אוועטאר
איינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7848
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 10:03 am

וועלכע בעל דרשן?
ער ברענגט עס פון איינעם אדער ער זאגט מדעתו?

ובמושכל ראשון לא יתכן כלל לפרש כן ווייל די פסוק זאגט קלאר ויקח את המאכלת לשחוט את בנו
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט