מאמרים אויף די הגדה פון ר' שמשון פינקוס זצ"ל

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

מאמרים אויף די הגדה פון ר' שמשון פינקוס זצ"ל

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך מארטש 25, 2015 3:31 pm

כ'האב נאר געוואלט סתם שרייבען אפאר נקודות וואס זיי ברענגען צו אין די הגדה של פסח - תפארת שמשון פון רב פינקוס זצ"ל.

(די מאמרים זענען שטיקלעך פון פארשידענע שיחות'ער במשך השנים).

אט איז וואס ער שרייבט:

[בקידוש:] "ותתן לנו ה' אלוקינו באהבה"
- אהבת השי"ת את כל אחד באופן פרטי -


א יסוד גדול אינעם ענין פון אהבת הקב"ה צו זיין פאלק ישראל איז, אז דער אייבערשטער האט ליב יעדע איד באופן פרטי, דעס איז מיין ראובן, דעס איז מיין שמעון. אזוי ווי א טאטע וואס האט ליב זיין זוהן, וואס די ליעבשאפט איז נישט צוליב וואס ער איז 'נאך א קינד'.

למשל, א טאטע וואס ס'איז אים רח"ל נעדר געווארען א קינד, קומט איינער און ער טרייסט דעם טאטען: "נישט געפערליך, האסט דאך נאך קינדער". דער טאטע וועט דאך מאכן אויף אים אזאנע קולות: "דו שטוה שבעולם!! און דער איז דען נישט געווען מיין קינד?! ער איז דאך געווען מיין שימע'לה, מיט זיינע אלע מעלות, מיט זיינע אלע חסרונות, מיט זיינע כשרונות, בקיצור, זיין גאנצע פערזענליכקייט. ס'איז נישטא נאך אזאנס אין די גאנצע וועלט". 
די זעלבע זאך איז די אהבה פון הקב"ה צו יעדע יוד אין כלל ישראל, די שייכות פון הקב"ה צו אונז און זיין אהבה וואס ער האט צו אונז איז נישט עפעס אבי א אהבה כללי, נאר ס'איז א ליבשאפט צו זיין זוהן ראובן. דאס איז דער ראובן פונעם אייבערשטען. 

לאמיר זיך אויסמשל'ן א טאטע וואס קומט אן צום ישיבה זיך פאראינטערעסירן אויף די מצב פון זיין זוהן. ער קומט אן צום ישיבה, ער זוכט זיין זוהן און ער טרעפט אים נישט. מ'זאגט אים "ער האט נישט געהאט קיין חשק צום לערנען, און ער איז ארויסגעגאנגען". ווען מען זעהט אז דער טאטע רעגט זיך, פראבירט מען אים צו בארואיגען "נישט געפערליך, קוק דיך ארום, באטראכט וויפיל ס'לערנען, וויפיל האבן א התמדה, ס'איז נישט געפערליך אז איין בחור פעלט". ווען מען זעהט אז דער טאטע ווערט נאך מער גערעגט, זאגט מען אים "נו גוט, אבער קוק אן דיין זוהן שמעון ער זיצט און לערענט".
אבער דער טאטע רעגט זיך און ס'אינטערסירט אים נישט די אלע לומדים, און ער איז בכלל נישט צופרידען פון דעם אז שמעון לערענט. זיין ראובן וויל ער זעהן לערנען מיט התמדה. 

אזוי אויך איז הקב"ה בודק אונזערע מעשים, ער איז בודק יעדען איינעם ווי גלייך מיר זענען זיין ראובן. די שייכות וואס מיר האבן צום אייבערשטען איז א שייכות יחיד.!

נאך א נקודה אין דעם ענין פון אהבה איז דאס נעמען דעם וועם מ'האט ליעב כאילו אלס א שותף. ‏[למשל] ווען א טאטע בויט די סוכה און ער גיבט פאר'ן קליינעם יענק'לע צו העלפן לייגען די סכך. דער טאטע דארף בעצם נישט די הילף פון יענק'לע, אבער דאס איז אזא סארט אויסדריק פון אהבת האב על בנו. און דערנאך וואס די סוכה שטייט שוין גרייט זאגט דער טאטע "אונז האמיר געבויט די סוכה צוזאמען, סארא שיינע סוכה"...

די זעלבע זאך האט הקב"ה אונז געגעבען א שותפות אין די תורה הקדושה, און דערפאר זאגט די תורה "זכרו תורת משה עבדי". איז דאס דען די תורה פון משה רבינו? די ענטפער איז: "יענק'לע האט געבויט די סוכה"... דאס איז א ענין עמוק מאוד: צי דען דער אייבערשטער וואס איז א כל יכול, וואס לית מחשבא תפיסא ביה כלל, צו דארף ער דען אז מיר זאלן מקיים זיין זיינע מצוות?! 
נאר דער אייבערשטער צוליב די ליבשאפט וואס ער האט צו אונז וויל ער אז מיר זאלן כאילו זיין שותפים מיט אים און מיר זאלן טוען זיין רצון פאר אים!

* * *

"בין ישראל לעמים"
החכמה היחידות של ישראל - היכולת להגדיר

א מענטש און פארגלייך צו א בהמה צייכענט זיך אויס מיט דעם וואס ער איז א בר-דעת - ער האט חכמה. די ענין פון חכמה איז ער ווייסט מגדיר צו זיין זאכן לויט זייער אמת'ע פשטות.

לדוגמא: א מענטש און א בהמה שטייען אויפ'ן גאס און נעבען זיי פארט דורך א קאר. דער מענטש וועט אנרופען די זאך ביים נאמען - 'קאר', אבער אז מ'וועט פרעגן די בהמה וואס זי זעהט וועט זיך נישט זאגן קאר, נאר זי וועט זאגן די 'קאליר' וואס זי זעהט, למשל, 'שווארץ'. 
די זעלבע למשל ווען א מענטש זעהט א 'אנטענע' ווייסט ער אז דאס איז א אנטענע, אבער דער בהמה זעהט דערין א 'שטעקען'. דאס איז דערפאר ווייל נאר א מענטש האט די חכמה צו וויסען וויאזוי מגדיר צו זיין פשוטע זאכן.

די זעלבע זאך איז בעצם די הבדל צווישען א יוד און א גוי. ס'האט מיר פארציילט א חבר אז ער האט אריינגעגעבען זיין טלית צו א קלינערס אין חוץ לארץ און ער האט עס צוריקבאקומען צוזאמען מיט א נאוט: "איך האב דיר געטוען א טובה און אפגעשניטען די אלע שטריק וואס איז געווען באהאפטען צי די קלייד"...‏ 
וואס האט געפעלט פאר דעם גוי? די כוח ההגדרה! לויט זיין קורצען השגה איז דאס געווען אפאר בענדלעך אין די וועלט אריין וואס האט נישט קיין שום ניצען. אבער מיר יודן ווייסען די גרויסע חילוק ‏צווישען 'בענדלעך' און 'ציצית'; מיט א בענדעל קען מען צובינדען די מייקראפאון צום פלאץ, און ציצית איז מקשר דעם יוד צום כסא הכבוד! 
די זעלבע זאך איז מיט די מצה. ביים גוי אין די אויגען איז דאס נישט מער ווי עפעס א מין 'קרעקער'‏, אבער מיר וויייסען אז דאס איז 'מצה' - נהמא דמהימנותא. און די חילוק צווישען די צוויי איז מורא'דיג!

נאך א דוגמה: אויב דער חפץ חיים זצ"ל וואלט זיך דא געפונען און מיר וואלטן געפרעגט א בהמה 'וואס איז דעס"? וואלט די תשובה געווען "זיבעציג קילא פלייש"... און אויב מ'זאל פרעגען א גוי, וואלט ער זיכער געענטפערט "א אלטע מענטש". אבער יעדע יוד ווייסט אז דאס איז נישט סתם א אלטע מענטש, נאר דאס איז דע "חפץ חיים!" און 'חפץ חיים' איז נישט סתם עפעס א נאמען. אט דאס הייסט הגדרה!

* * *


"שבכל הלילות אנו אוכלים חמץ ומצה הלילה הזה כולו מצה"
‏- המסר הנלמד מאיסור חמץ


ס'איז פארהאנען דריי זאכן מיט וואס איסור חמץ איז אנדערש פון אלע אנדערע איסורים, למשל איסור אכילת חזר:
א) אויף חזיר שטייט נישט אין די תורה "בל יראה ובל ימצא";
ב) חזיר האט נישט קיין מצוה פון שריפה:
ג) מ'איז נישט חיוב כרת אויפ'ן עסן חזיר. 
לעומת דעם איז ביי חמץ יא דא א איסור פון 'בל יראה ובל ימצא', ס'איז דא א חיוב שריפה, און מ'איז חייב כרת אויב מ'עסט חמץ.

וואס איז די מוסר וואס מיר דארפן ארויסלענרען פון די איסור אויף חמץ?

חמץ - ברויט - איז די כוח החיים, די ענערגיע, ס'איז די עצם האדם. לכאורה וואלט געווען א מקום צו טראכטען: א מענטש וואס עסט חזיר, איז ער חזיר... אבער א מענטש וואס עסט חמץ איז ער כשר. פארוואס? ווייל חמץ איז "יעדער"! "יעדער" עסט דאך חמץ.

קומט א יו"ט פסח און פסח לערענט אונז אויס אז מען דארף בודק זיין אפילו אזעלכע זאכן וואס "יעדער" טוט און מען דארף עס מבער זיין. און ס'איז נישט גענוג צו צוזאמבינגען די חמץ און עס ארויפלייגען טיף אינעם 'בוידעם'. נאר מען דארף עס מבער זיין מן העולם! 
די זעלבע זאך דארף מען בפועל מבער זיין פון שטוב די אלע זאכן וואס זענען גורים א פניה פון השי"ת.

ווען א קינד פרעגט: פארוואס איז דא אזעלכע וואס האבן א קאמפיוטער? 
קען מען אים מסביר זיין אז ס'איז פונקט ווי א קאר אדער א פליגער. ווער ס'האט זיך געלערענט און ער ווייסט וויאזוי צי פירן די זאכן פארזיכטיגערהייט מעג עס טוען. אבער א קינד וואס האט זיך קיינמאל ‏נישט געלערנט צו פירען א קאר אדער א פליגער, אויב וועט ער זיך צוזעצען צים רעדל לייגט ער אריין זיך און די ארומיגע אין א סכנה. 

די אלע זאכן וואס זענען נישט שייך צו השם יתברך זאל מען נישט לייגען אין די זייט, אויפ'ן בוידעם. ווארף עס אוועק!‏ בל יראה ובל ימצא! ווייל אויב וועט מען עס נישט אוועקווארפן איז מען עלול חלילה צו עסן דערפון, און אויב מ'עסט דערפון איז דא דערויף אזא הארבע עונש. כרת!

און אויף וואס איז די "כרת"? אויף א שטיקעל ברויט. 

אט דאס איז די הגדרה פון חמץ: "יעדער"! "יעדער" האט חמץ. און די תורה באפעלט אונז אז אפילו א זאך וואס יעדער האט דארף מען ארויסטראגען פון שטוב. יעדער איז נישט איך. אנו עכשיו נולדים מחדש!

* * *

די ווערטער זענען דאך אזוי זיס... די שפראך, די משלים, די נקודה... איי, דפח"ח
זי"ע.‎
לעצט פאראכטן דורך שמאטע אום מאנטאג מארטש 30, 2015 4:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:41 pm

"ואפילו כלנו חכמים וכו' מצוה עלינו לספר"
- להתבונן ולהעמיק בניסים בכל יום ויום


אפילו א מענטש וואס וייסט אלע השלתשלות פון די מאורעות וואס איז געווען ביי יצי"מ דארף אבער איבערפרישען און איבערלעבען ביי זיך די ניסים יאר יערליך.

די נקודה איז לאו דוקא נוגע צי די ענין פון סיפר יצי"מ, נאר ס'איז אויך נוגע צו אנדערע ענינים אין עבודת השם.

דער סבא פון קעלם רבי שמחה זיסל האט זיך געוואונדערט פארוואס אזעלכע זאכן מיט וואס אונז זעמיר אויפגעוואקסען אלס קינד: אז ס'איז דא א באשעפער בשמים וארץ, און ער קען און טוט אלעס, יציאת מצרים, קריעת ים סוף, וכדו' - זאכן וואס זענען עפעס אבנארמאלע נפלאות, אבער מיר כאפן עפעס נישט קיין התפעלות דערפון?

איז מסביר דער סבא פון קעלם, אז די סיבה דערצו איז וויבאלד ווען מיר זענען באקאנט געווארען מיט די זאכן ווען מיר זענען געווען יונג און מיט א אומ-רייפע שכל, און די ידועה און הבנה אין די ענין איז צוגעגאנגען מיט די אינגע שכל, און די ידועה איז געווארן ממש א חלק פון אונז. און א גאנץ לעבן גייט מען מיט מיט די ידועה.

די ערשטע מאל וואס א מענטש לערענט "בראשית ברא אלוקים" איז ווען מ'איז א קינד פון 5 יאר. און א יאר שפעטער ווען מ'איז שוין 6 יאר און ער לערענט עס נאכאמאל - איז נישטא קיין שום חידוש דערין - ‏ער ווייסט דאך דאס שוין. דהיינו, ער איז מיחס די לימוד צי די ידועה וואס ער האט פון א יאר פארדעם. און אזוי גייט עס ווען מען איז 10 יאר און ער לערענט עס נאכאמאל‏ - און ס'איז ווייטער נישט קיין חידוש, ער ווייסט עס שוין פון ווען ער איז געווען 5 יאר. און די זעלבע איז ביי די 15, ביי די 20, ביי די 40. ער איז מתיחס זיין ידועה צי די ערשטע ידועה וואס ער האט געהאט ווען ער איז געווען א קינד פון 5 יאר.

און באמת, אויב וואלט א מענטש געבוירען געווארן אזויווי אדם הראשון, א 20 יעריגע מענטש, א בר שכל, וואלט ער נישט געקענט שטיין בלייבען מחמת רוב ההתפעלות והתרגשות!

אויב וואלט געקומען א מענטש פאר אונז און ער וואלט גענומען א פשוט'ע שטיקעל פאפיר, און ער וואלט געמאכט דערפון א עראפלען מיט פליגלעך, און ער וואלט געגעבען א שלעפ די וויידעל פון די עראפלען און די פליגער וואלט אנגעהויבען פליען און די פליגלעך וואלטן זיך געשאקעלט וואלטן מיט אלע געשטאנען מיט א אויסטערלישע התפעלות... ממש, אזא זאך! 
פארוואס אויב אזוי ווען א מענטש גייטט ארויס אויפ'ן גאס און ער זעט א נמלה מיט זעקס פוס, ס'איז נישט געמאכט פון פאפיר - נאר א בעל חיי, ס'לעבט, מיט אויגען, א הארץ, א מוח - ממש א גאנצע וועלט! אלע שרייבערס אין די וועלט קענען נישט אראפגעבען די גרויסע פלא וואס ליגט אין אזא פיצי בעל חיי!

פארוואס ווערען מיר נישט נתפעל?! 
ווייל די ערשטע מאל וואס מיר האבן געזעהן א נמלה זענען מיר געווען צוויי יאר אלט, און מיט די תפיסה פון א צוויי יעריג קינד טראגן מיר זיך ארום ביז היינט!

און די זעלבע איז שייך ביי יעדע תפיסה אין אלע עניני החיים.

די עבודה וואס ס'ליגט אויף א מענטש איז זיך מתבונן צו זיין אין יעדע זאך פון דאס ניי איינמאל און נאכאמאל כאילו ער האט עס נאכקיינמאל נישט געזעהן! נאר אזוי וועט ער זוכה זיין צו קענען אריינגיין אינעם עומק וואס ליגט באהאלטען אין די זאך און נתפעל ווערען פון די חכמה אלוקית וואס ווערט נתגלה אין יעדע פרט ופרט.
[און דאס איז די טייטש פון "ואפילו כלנו חכמים וכו' מצוה עלינו לספר]

* * *

"והגדת לבנך"
- מדוע מספרים לילדים את סיפור יציאת מצרים


פסח ביינאכט דערציילען מיר פאר אונזערע קינדער אסאך מעשיות - אויף זייער שפראך, און לויט זייער פארשטאנד און תפיסה: "פרעה לויפט ארום מיט פידשאמעס אינמיטען די נאכט זוכן משה רבינו און יעדער האט געלאכט פון פרעה"... דער טאטע זאגט פאר זיין קליין קינד מיט א שיינעדיג פנים "יענק'לע, קום הער א מעשה... ס'איז געווען א מכה פון ערוב - ס'איז אנגעקומען דארט א מחנה לייבען, בערן, און ווען די לייב האט פראבירט צי כאפן די מצרי, וואס האט די מצרי געטוען? ער האט פארהאקט די טיר און עס ציגעשפארט מיט א שלאס. וואס האט דער אייבערשטער געטוען? ער האט געשיקט א שלאנג מיט אזא לאאנגע האנט... די חיה האט אריינגשטעקט די הענט‏ פון אינטער די טיר און אויפגעשפארט די טיר פון אינעוענדיג, און דעמאלטס איז די לייב אריינגעגאנגען און אויפגעגעסן די מצרי"...

פרעגט זיך די שאלה, פארוואס פארציילט מען דאס אלעס 
פאר'ן קינד? וואס גייט ער ארויסנעמעןפון די אלע מעשיות?

‏נאר וואס דען. די אלע מעשיות אין די נאכט האבן איין ציל: יציאת מצרים איז געווען א בחינה פון לידת עם ישראל (כפי שנתבאר בכמה מקומות). יעדע יאר ביים סדר ווערען מיר, כביכול, נאכאמאל פריש געבוירן. די יודישע נקודה אין אונז ווערט נאכאמאל נתחדש. 

איינע פון די זאכן וואס שטערען אונז איז די נאטירליכע געפיל פון: "אינטערסירט דען טאקע פאר'ן אייבערשטער וויאזוי איך מאך א ברכה, וויאזוי איך דאווען און איך בין מקיים מצוות? אויב איך קום אן אין שול 5 מינוט פריער אדער 5 מינוט שפעטער איז עס דען מעלה און מוריד א טראפ פארן אייבערשטען? "

פארדעם דערציילען מיר פאר די קינדער די מעשה פון יציאת מצרים, וואס די צענטראלע נקודה דערפון איז: ווען א מצרי האט געטוען עפעס שלעכטס פאר א אינגע'לע/מיידעל'ע אזויווי דיר, האט דער הייליגער באשעפער, וואס ער קען און טיט אלעס, ער איז א אין סוף, ער האט באשאפען אלע וועלען, ער האט כביכול "פארלוירען זיין טעמפער", ער האט אנגעכאפט דעם מצרי, און ער האט געמאכט פון אים דאס גענאר! נישט נאר 10 מכות נאר 50, הינדערט און פופציג, צוויי הונדערט און פופציג מכות. פארוואס? ווייל ער זארגט זיך ווען מען טיט דיך עפעס שלעכטס, און ממילא אינטערסירט אים ווען דו זאגסט שיין "מודה אני"! און אז דו זאגסט שיין "מודה אני" ווערט דער אייבערשטער כביכול זייער איבערגענומען, און אלע מלאכים פון הימל ווערען פריילעך! און אויב דו זאגסט נישט "מודה אני" שיין, אלע מלאכים און כל צבא השמים וויינען. פארוואס? ווייל ס'אינטערסירט פארן אייבערשטען.  
דאס איז די מהות פון א יוד. דא הייבט ער אן אן דא ענדיגט ער!

אלע מצוות פון די סדר נאכט לערנען אונז אויס וויאזוי זיך מקשר צו זיין צום אייבערשטען. און פונקט ווי ביי א חתונה איז די קשר צווישען די מאן און ווייב באשאפען דורך די רינגעל און דורך די חופה, אזוי אויך פסח ביינאכט האבן מיר 'מצה ומרור, און די אנדערע זאכן, וואס זיי אלע האבן די זעלבע ציל: אריינציכאפן די גדלות, צו וויסען אז דער אייבערשטער איז נאנט צו אונז און ער איז אינטערסירט אין אונז, און דאס ליגט אויף אונז אלס חיוב איבערציגעבען פאר אונזערע קינדער, און זיי פאר זייערע קינדער עד סוף כל הדורות.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג מארטש 27, 2015 12:45 pm

"שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו"
- יש לזהות בכל דור ודור את שרו של עשו


דער גר"א (בפירושו לספרא דצניעותא פ"ה ד"ה והכלל) ברענגט פון חז"ל א כלל יסודי: די תורה הקדושה חזר'ט זיך איבער אין יעדע דור. דור נאך דור. דער וואס האלט אז נאר אמאל, אין די פריערדיגע דורות איז געווען אזאנע וואס האבן געקענט חרוב מאכן די וועלט, אבער היינטיגע צייטען זענען מיר פלעינע קליינע מענטשעלעך און אלעס ווערט געמאכט נאר אויב ס'איז דא א ציבור - דאס איז א טעות גמור!! אפילו היינטיגע צייטען איז אויך דא יחידים בעלי כח וואס קענען משפיע זיין אויף די גאנצע וועלט! 

די חילוק איז נאר אז אמאל איז דאס געווען דברים גלויים און היינט איז עס נסתרים. אין די דור פון נמרוד, האט יעדער געוויסט אז ער איז נמרוד. היינט ווייסט קיינער נישט ווער ס'איז דער 'נמרוד' פון אונזער דור, אבער ס'קלאר אז אזא איינער עקזיסטירט! ס'איז אויך דא א ‏"בלעם", און להבדיל איז אויך דא א "משה" אין אונזער דור, און א "יהושע", און "עזרא הסופר"... די היסטאריע פון די וועלט ווערט נקבע דורך די יחידים.

די יסוד האט אונז שלמה המלך ע"ה אויסגעלערענט אינעם פסוק "מה שהיה הוא שיהיה... ואין כל חדש תחת השמש". דאס וואס ס'איז געווען בעבר איז אויך דאס וואס ס'גייט זיין בעתיד - history repeats itself. די עבר איז אזויווי א שפיגעל וואס ווייזט אונז דאס וואס ס'גייט זיין. און דערפאר האט אונז דער אייבערשטער געגעבען די כח פון זכרון, כדי מיר זאלען געדענקען די עבר און וויסען לויט דעם וויאזוי זיך צו פירען אין די עתיד.

אונזער פראבלעם‏ איז נאר אז צימאל קוקט פון אינדרויסען אויס ווי די מציאות היום איז אנדערש ווי די מציאות פון די עבר, כאטש אז בעצם האט זיך גארנישט געטוישט. די [טעות'דיגע] שינוי איז עלול גורם צו זיין טעותים און א חסרון ידועה וויאזוי זיך צי שלאגן מיט די נייע - אלטע פראבלעמען.

אין דעם ענין האב איך אמאל געהערט א פשט נפלא אינעם פסוק פון די תורה. ווען יעקב אבינו האט זיך געשלאגן מיט שרו של עשו, האט יעקב געפרעגט פונעם מלאך "הגידה נא שמך". האט שרו של עשו גענטפערט "למה זה תשאל לשמי"? איז רש"י מפרש "אין לנו שם קבוע, משתנין שמותינו, הכל לפי מצות עבודת השליחות שאנו משתחלים" - די מלאכים האבן נישט קיין שם קבוע. אבער לעומת זה איז די ברכה פונעם מלאך צו יעקב געווען "לא יעקב יאמר עוד שמך כי אם ישראל".

דער שר של עשו, וואס בעצם איז עס דער ס"מ, האט נישט קיין באשטימטע נאמען. זיין נאמען טוישט זיך לויט די תקופה און , לויט די זמן: אמאל האט ער געהייסען "עבודה זרה"‏ ביז מען האט גע'שחט'ן דעם יצר הרע פון עבודה זרה. נאכדעם האט ער געהייסן "פילוסופיה" אבער אויך דאס האט זיך געענדיגט. ס'איז געקומען א תקופה וואס מען האט אים גערופען "השכלה", און דערנאך "קומוניזם". אזוי אין יעדע דור טוישט ער נאמען, כאטש ער בעצם אין זיין מהות טוישט זיך נישט קיין משהו. אבער - זאגט דער מלאך צו יעקב - דיר רופט מען "יעקב" און "ישראל", און די נאמען טוישט זיך קיינמאל נישט. פונקט ווי פאר טויזענטער יאר צוריק האט מען גערופען דעם טאטע פון די אידישע פאלק "ישראל", אזוי אויך איז דאס די נאמען פון זיינע קינדער ביז'ן היינטיגען טאג און מען קען דאס נישט טוישען לויט די מצב און די תקופה.

לערנען מיר דערפון ארויס א געוואלדיגע סוד: דער יצר הרע פון היינט איז דער זעלבער יצר הרע פון אמאל, נאר זיין 'נאמען' טוישט זיך, אבער זיין מהות בלייבט אקוראט דער זעלבער ‏ווי אמאל. ליגט אויף אונז אויב אזוי זיך גוט מתבונן צו זיין און קענען/דערקענען דען יצר הרע - דעם סיטרא אחרא - פון אונזער דור, ווייל אויב וועלען מיר זיך נישט קלוגען אים צו אידענטיפייען אין צייט איז ער עלול צו פארברענען און חרוב מאכן כל בית ישראל רח"ל, אזוי ווי ער האט שוין געטוען אין די פארגאנגענהייט אין די צייטען פון השכלה און קומוניזם.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

עבודת_הבורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » פרייטאג מארטש 27, 2015 1:51 pm

ביטע PDF

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג מארטש 27, 2015 3:16 pm

"ואת ערום ועריה"
- מעלות הבחירה בעם ישראל דוקא מנקודת השפל בהם


ווען דער אייבערשטער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים זענען מיר געווען אין א מורא'דיגע נידעריגע מצב, איינגעטינקען אין מ"ט שערי טומאה, און מיטדעם אלעם האט דער אייבערשטער אונז אויסגעקליבן פון אלע פעלקער אז מיר זאלן זיין פאר אים א פאלק. און נאכדעם איז דער אייבערשטער מער נישט בודק כסדר אויב מיר זענען נאך אלס ראוי צו זיין זיין עם הנבחר אדער נישט. דאס איז א מין קשר וואס איז בל ינתק לעולם!

ס'איז באקאנט די מאמר חז"ל (ברכות ח ע"א) "במערבא כי נתיב אינשי איתתא אמרו לי הכי, 'מצא, או מוצא?'. מצא - דכתיב: מצא אשה מצא טוב. מוצא - דכתיב: ומוצא אני מר ממות את האשה.

ס'איז דא אסאך אופנים צי מסביר זיין פארוואס דיקא די לשון "מצא" איז משמע א אשה טוב און די לשון "מוצא" איז משמע א אשה רע.

ס'קען זיין, אז אין די ווערטער איז מרומז נאך א נקודה. דער וואס האט "איינמאל געטראפען‏" א פרוי [לשון 'מצא'] און ער איז נישט בודק יעדען טאג אויב זי האלט נאך מיט אים, פון אים. אזא איינער האט א חיים טובים. אבער דער וואס "טרעפט יעדען טאג" [לשון "מוצא"] נאכאמאל, דהיינו, יעדען טאג איז ער בודק נאכאמאל אויב ער האט טאקע געטוען א גוטע שידוך און צי דאס איז טאקע זיין ריכטיגע זיווג, אזא איינער ווערט אים די אשה מר ממות רח"ל.

לויט דעם קען מען פארשטיין כמין חומר דאס וואס דער נביא זאגט (ירמיה לא א') "כה אמר ה' מצא חן במדבר עם שרידי חרב". נאך וואס הקב"ה האט אונז אויסגעקליבען אין מצרים צו זיין די עם הנבחר,‏ איז מער נישט אונזער דביקות אין הקב"ה תלוי יעדע מינוט אין אונזער אויפ-פירונג! דער אייבערשטער איז נישט בודק יעדע מינוט צו זעהן אויב מיר זענען ראוי צו זיין זיין פאלק! נאר פון דאן ביז היינט זענען מיר זיינס און מ'קען אונז נישט אפרייסען!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מארטש 27, 2015 6:22 pm

Herlich... Thank you
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » זונטאג מארטש 29, 2015 12:22 am

זיינע דיבורים זענען גין גאלד. געווען ווייניג אזאנע קאנאנען די לעצטע יאר הונדערט.

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » זונטאג מארטש 29, 2015 11:13 am


עבודת_הבורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג מארטש 29, 2015 2:24 pm

שכח

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג מארטש 30, 2015 11:23 am

"ונצעק אל ה' אלוקי אבותינו, וישמע ה' את קולנו"
- אין תפילה החוזרת ריקם - 


אייביג ווען א איד שרייט צום אייבערשטען - ווערט זיין תפילה דערהערט! אפילו ווען עס קוקט אויס אז די תפילות זענען נישט נתקבל געווארען איז עס אבער נישט ריכטיג - די תפילות זענען נתקבל געווארען און זיי ליגען אוועקגעלייגט ביים בורא עולם. נאר, די תוצאות זעהט זיך הערשט אן אין א שפעטערע צייט אדער אין א צווייטע ענין.

די יסוד טרעפען מיר ביי הפיכת סדום. שטייט אין פסוק "המכסה אני מאברהם את אשר אני עושה, ואברהם היה יהיה לגוי גדול ועצום ונברכו בו כל גויי הארץ". דער דובנא מגיד זי"ע גיבט צו פארשטיין די קשר צווישען די צוויי פסוקים בדרך משל: א אלטער מענטש קומט אריין אין א געשעפט קויפ'ן א אנצוג. ער פראבירט עס אן איינמאל און נאכאמאל צו זעהן אויב ס'איז זיין מאס אדער נישט. פלוצלונג קוקט אריין א אינגער מענטש און נעמט צוויי דריי אנצוגען און שפאצירט צו צום פארקויפער צו באצאלען. דער אלטער מענטש שטעלט אפ דעם אינגען מענטש און פרעגט אים "וויאזוי קענסטו קויפן עפעס אן עס אנפראבירען קודם?"‏ ענטפערט דער אינגער מענטש: "אויב ס'איז נישט גוט היינט וועט עס זיין דוט מארגען, אז ס'איז נישט גוט פאר מיר וועט עס זיין גוט פאר מיין זוהן, די קליידער וועלען שוין טרעפען א ניצן ערגעץ וואו.

הקב"ה זאגט: "איך קען דען באהאלטן פון אברהם די גזירה"?! ווערט אבער שווער - און וואס וועט זיין מיט די אלע תפילות וואס אברהם אבינו האט מתפלל געווען מיט מסירות נפש איבער די הצלה פון סדום, דער אייבערשטער האט דאך געוויסט אז די גזירה גייט מקיום ווערען און אז סדום גייט ווערען איבערגעדרייט? 
אויף דעם ענטפערט הקב"ה: "ואברהם היה יהיה לגו גדול" - אברהם גייט דאך אויפשטעלען א עם ישראל, נו, אויב אזוי וועלען זיינע תפילות נישט גיין לאיבוד, כלל ישראל קען ניצען די אלע תפילות וואס האבן נישט געהאלפן פאר סדום, אז נישט היינט אז מארגען, אבער צום סוף גייען די תפילות עפעס אויפטוען.

די זעלבע איז ווען מען איז מתפלל אויף א חולה און דער חולה ווערט רח"ל נפטר, טאר מען נישט טראכטען אז דאס מיינט אודאי אז די תפילות איז נישט נתקבל געווארען, און די תיפלות איז געווען לבטלה. ווייל די תפילות וואס האבן נישט געהאלפן פאר דעם חולה קען העלפן פאר א צווייטע חולה. אפשר וועלען די תפילות העלפען פאר אנדערע צדות, אפשר וועט די תפילות העלפן פאר א זכות פארן נפטר בעולם העליון ביים בית דין של מעלה. אבער, ס'איז נישטא א תפילה אויף די וועלט אדער א בקשה וואס איז חוזר ריקם!‏‏
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג מארטש 30, 2015 12:42 pm

"ויזכור אלוקים את אברהם את יצחק ואת יעקב"
- כוח התפילה בשכות האבות -


פאר אברהם יצחק און יעקב איז דא א ספעציעלע כוח, מיט וואס מיר באניצען זיך דערמיט ביז היינט. די גרעסטע 'חק' אין סיגיות התפילה איז די מעגליכקייט זיך צו באניצען מיט די גרויסע כוח פון די אבות העולם אין אונזערע תפילות, און דאס זענען די תפילות וואס אבותינו הקדושים האבן מתקן געווען.

ס'שטייט אין פסוק: "כי האלוקים בשמים ואתה על הארץ". אויב אזוי, א מענטש וואס וויל שטיין פארן כסא הכבוד דורך תפילה, ווער קען דען ארויפגיין השמימה פאר'ן אייבערשטען? 

אבער, אויף די אברהן אבינו שטייט "האדם הגדול בענקים". די אבות הקדושים זענען געווען א "סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה", דעריבער, אויב מיר וועלען זיך אויפהייבען אויף זייערע איקסלען קענען מיר אויך אנקומען ביז'ן כסא הכבוד. 

אויף דעם ארויף זאגן אונז חז"ל "אברהם תיקן תפילת שחרית, יצחק תיקן תפילות מנחה, יעקב תיקן תפילת ערבית‏". דאס הייסט, אז ווען א יוד דאווענט שחרית ארבייט ער ארום מיט די הילף פון אברהם אבינו'ס כוח וואס [אברהם אבינו] איז מעלה דעם יוד און זיין תפילה ארויף ביז הקב"ה. און אזוי אויך די נוסח התפילה וואס איז נתקן געווארן דורך די אנשי כנסת הגדולה, דאס איז דאך די פארכטיגע סידור התפילה וואס מיר האבן, וואס ווי [רח"ו] איז מאריך אין 'נפש-החיים', אז [אינעם סידור] פארמאגן מיר די כוח פון הונדערט און צוואנציג זקנים און אפאר נביאים.

משל למה הדבר דומה? צו א מענטש וואס ווארפט א אייזענע באל אויף א פעסטע חומה כדי עס איינציווארפן. אודאי אז דאס וועט פאדערען פון אים כוחות עצומות‏. אבער אויב לייגט ער צו אביסעל אויפרייס מאטריאל צום באל, דאן איז גענוג מיט א קליינעם ווארף און די חומה וועט זיך אויפרייסען.

און דאס איז די ענין פון די תפילות קבועות, וואס אבותינו הקדושים און די אנשי כנסת הגדולה האבן אריינגעלייגט דערין א כוח נורא ועצום, אז דער וואס איז מתפלל די תיפלות אויף די נוסח וואס זיי האבן אונז קובע געווען איז מפיל חומת גדולות ובצורות פון די מחיצות וואס זענען מפסיק צווישען דעם מענטש אין דעם אייבערשטען, און אנשטאד דעם בויט ער אויף בנינים נוראים ונשגבים, און מיר קענען זיך נישט פארשטעלן די שטארקע כוח פון תפילה וואס מיר האבן דורכדעם וואס ס'איז נכלל דערין די כח פון די אבות הקדושים.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג מארטש 30, 2015 3:38 pm

"ארבה"
- פחדו של משה לילך אל פרעה -


פאר מכת ארבה שטייט אין פסוק: "ויאמר ה' אל משה בא אל פרעה" וגו', זאגן חז"ל הקדושים אין זוה"ק אז משה רבינו האט מורא געהאט צו גיין צו פרעה, האט אים דער אייבערשטער געזאגט "בא עמי", דאס הייסט אז דער אייבערשטער איז מיטגעגאנגען מיט אים. ד‏ארף מען לכאורה פארשטיין פארוואס דיקא ביי די מכה האט משה רבינו געברויכט האבן די הילף פון הקב"ה?

קען מען זאגן, אז ס'איז ידוע אז די מספר שבעה (7) איז שייך צו די מערכת הטבע, און די מספר שמונה (8) איז למעלה מדרך הטבע.

משה רבינו האט געזעהן אז ס'איז שוין דורך זיבן מכות און מיטדעם אלעם האט זיך פרעה נישט אינטערגעגעבען. ‏דאס הייסט [האט משה רבינו געהאלטן] אז פרעה איז שייך צו די מהלכים פון למעלה מדרך הטבע, און דעריבער האט ער מורא געהאט זיך צו גיין איינרייסען מיט פרעה. און דערפאר האט הקב"ה געדארפט מיטגיין מיט אים.

און וויבאלד פרעה איז דאך באמת דער יצר הרע (רמב"ם באגרת המוסר), קען מען פון דא ארויסלערנען אז ער איז (האט) אויך א ‏כח עליון, און אויב אזוי איז פארשטענדליך פארוואס "אילמלי הקב"ה עוזרו אין יכול לו" (קידושין ל ע"ב), און אזוי ווי הקב"ה האט געזאגט פאר משה: "קום מיט מיר צו פרעה". און נאר דורך די תורה, וואס די תורה איז די מעדעצין אנטקעגען דעם יצר הרע, קען א מענטש מנצח זיין דעם יצר הרע.‏
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג מארטש 30, 2015 4:29 pm

באמערקונג: מ'האמיר צוגעלייגט א שטיקעל צום תגובה אנהייב אשכול.
(די שטיקעל "ותתן לנו ה' אלוקינו באהבה")
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » מאנטאג מארטש 30, 2015 8:22 pm

PDF עם כל ההוספות
https://copy.com/ZBY8uk8Mkcqu7MTS

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג אפריל 02, 2015 3:34 pm

(שיר השירים)
"אם תעירו ואם תתעוררו את האהבה עד שתחפץ"
- איך להחזיק את האהבה -


ס'איז דא א רמז מפורסם פונעם רמב"ן ז"ל (בספרו 'האמונה והבטחון פרק יט) אויף די פסוק, וז"ל: "... ופי' 'עד שתחפץ' - עד שתצא מן הכח אל הפועל, כלומר לא תעירו עצמכם... לא התעוררות האהבה עד שיהיה שם הדבר הראוי שיהיה התעוררות בזה על ידו. זהו 'עד שתחפץ' - שתעשה חפץ על ידי הסבה ההיא... כלומר כלי".

דאס הייסט, אז ווען די הארץ פון א איד ווערט נתעורר מיט א אהבה צי הקב"ה, אויב האט ער נישט קיין כלי וואס זאל ארייננעמען די אהבה - סיי וועלכע דבר 'מעשי' וואס זאל אויסדריקען די ליעבשאפט, וועט גארנישט בלייבען פון די התעוררות אהבה! נאר ס'ברויך זיין "עד שתחפץ" - מען דארף מאכן א חפץ פונדעם, עפעס א הלכה למעשה. א מענטש קען אריינגיין אין א מורא'דיגע ברען, אבער יעדע זאך וואס ‏ברענט וועפט צום סוף אויס און ס'בלייבט גארנישט דערפון. 

לדוגמה: די מצב פון א איד פארן לערנען א מסכת און נאך ער האט עס געלערענט, איז א הבדל פון חיים ומוות! אבער, אויב גייט ער בלייבען נאר מיט די געפיל פון דערהויבענקייט, גייט די דערהויבענקייט אויסוועפען. 

די איינציגסטע עצה אויף נישט איבערצילאזן די מסכת‏ איז דורכ'ן טרעפען א וועג וויאזוי מען זאל בלייבען באהאפטן דערמיט בצורה מעשית.

* * *


"אפריון עשה לו.. עמודיו כסף... תוכו רצוף אהבה"
- התוכן‏ הפנימי של הבית - 


מיר ווילען בויען א הויז פאר הקב"ה. וואס איז א "הויז"? [א הויז איז] א פלאץ פון אהבה, פון חיבה, און אין די פלאץ עסט מען און מען טרינקט.

ממש אזוי שטעלט אונז הקב"ה אוועק אין די פסוקים די הויז וואס שלמה המלך האט אים געבויט. ווי ס'שטייט אין פסוק: "אפריון עשה לו המלך שלמה מעצי הלבנון, עמודיו עשה כסף, רפידתו זהב מרכבו ארגמן" - א וואינדערליכע גשמיות'דיגע הויז באדעקט מיט גאלד און זילבער, אבער וואס איז געווען די פנימיות'דיגע תוכן דערפון? [זאגט די פסוק:] "תוכו רצוף אהבה מבנות ירושלים" - ער [שלמה המלך] האט געפלאמט מיט א פייער פון אהבה!

קומט אויס אויב אזוי, ווען א מענטש מורמעלט אפ א ברכה פארן טרינקען אזוי כלאחר יד, איז נישט די חסרון נאר אינעם עצם ברכה. פאר'ן אייבערשטער גייט נישט אזוי ווייט אן אויב אונז וואלט מיר געטרינקען אפילו אן א ברכה. די חסרון איז אין די "שייכות", אין די "נאנטשאפט, די ליעבשאפט". אזויווי א מאמע בעט צימאל פון א קינד "זאג שיין ש'כוח"!... כאטש די מאמע דארף נישט די ש'כח וואס דאס קינד זאגט. וויל זי אבער די 'שייכות' [וואס דאס זאגן שכח רעפריזענט].

פארדעם האבן מיר באקומען א חומש בראשית - "בראשית ברא אלוקים את השמים ואת הארץ". כדי מיר זאלן קענען דעם אייבערשטען און מיר זאלן לעבן מיט אים, און די עיקר - אז מיר זאלן אים משתף זיין אין אונזער טאג טעגליכען לעבן, כדי מיר זאלן לעבען צוזאמען מיט אים. מיר זענען כביכול ווי די 'אשת איש' פון השי"ת, און דורך דעם האבן מיר צי יעדע צייט און יעדע שעה, שטענדיג האבן מיר איין מחשבה ביי אונז: "דער אייבערשטער איז מיט אונז!"

דאס איז אויך די טעם פארוואס ווען מען זאגט קריאת שמע‏ פארמאכט מען די אויגן: ווייל אזוי דריקן מיר זיך אויס אז מיר האבן גארנישט עפעס אנדערש, נאר השי"ת!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8677
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג אפריל 05, 2015 9:03 pm

מחר האט געשריבן:PDF עם כל ההוספות
https://copy.com/ZBY8uk8Mkcqu7MTS

​האמיר ארויסגעפרינטן דער PDF פאר יו"ט און עס דורכגעלערנט אין יו"ט. אה הערליך הערליך שיין!! יישר כח פארן דולה ומשקה הרב שמאטע!​
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אפריל 12, 2015 9:56 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
מחר האט געשריבן:PDF עם כל ההוספות
https://copy.com/ZBY8uk8Mkcqu7MTS

​האמיר ארויסגעפרינטן דער PDF פאר יו"ט און עס דורכגעלערנט אין יו"ט. אה הערליך הערליך שיין!! יישר כח פארן דולה ומשקה הרב שמאטע!​
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

יקל
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2012 3:25 am

תגובהדורך יקל » מיטוואך אפריל 13, 2016 11:38 am

לכבוד יום טוב

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:39 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
מחר האט געשריבן:PDF עם כל ההוספות
https://copy.com/ZBY8uk8Mkcqu7MTS

​האמיר ארויסגעפרינטן דער PDF פאר יו"ט און עס דורכגעלערנט אין יו"ט. אה הערליך הערליך שיין!! יישר כח פארן דולה ומשקה הרב שמאטע!​


Pdf don’t work can somebody reload

משה שטינקאוויטש
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » זונטאג אפריל 17, 2016 1:40 am

ביטע איבער לייגען לכ' יו''ט די pdf thanks :mrgreen: :mrgreen: :mrgreen: :evil

וללמוד אני צריך
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך מארטש 28, 2018 1:50 pm

ארויף געברענגט לכבוד יום טוב...


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט