מאמר על פסח - החדש הזה לכם (ר' שמשון פינקוס ז"ל)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

מאמר על פסח - החדש הזה לכם (ר' שמשון פינקוס ז"ל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בע"ה שטעלן מיר דא א מאמר פון ר' שמשון ז"ל לכבוד חג הפסח.

איך האב אן געדאנק צו שטעלן נאך א מוראדיגן מאמר ביאור סימני ליל הסדר. זייט מתפלל איך זאל אנקומען דערצו אין צייט.



ב"ה
החדש הזה לכם ראש חדשים
מאמר על פסח מהרה"צ ר' שמשון דוד פינקוס ז"ל


זו מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל
עס איז באוואוסט די רש"י אנהויב פ' בראשית "אמר רבי יצחק לא היה צריך להתחיל את התורה אלא מהחדש הזה לכם שהיא מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל". די מצוה פון ציילן חדשים איז די ערשטע מצוה, און בדרך כלל ליגט אלעס אין די "ערשטע" וואס איז די ראש וראשון פאר אלע נאכפאלגענדע מצוות.

לאמיר מתבוננן זיין וואס איז די מצוה פון ראש חדשים אזוי ספעציעל אז דאס זאל זיין די שורש פון אלעם, און מיט וואס איז דאס די הקדמה צי יציאת מצרים.


מציאות פון א מענטש איז דביקות בה'
אין ספרים איז מבואר אז יציאת מצרים איז געווען די לידת עם ישראל, דאן איז נולד געווארן די אידישע פאלק. און די שעבוד מצרים איז געווען א בחינה פון עיבור, פון כור הברזל, אויסגערייניגט פסולת מתוך אוכל ביז עס איז נולד געווארן די פאלק. דאס לערנט אונז אז פסח דארפן מיר כביכול פריש נולד ווערן, און ווערן א ווי א ניי געבוירענע מענטש. אויב אזוי דארפן מיר אצינד מגדיר זיין וואס מיינט א מענטש, א אדם.

צום ערשט איז וויכטיג צו וויסן אז דאס וואס סייענס זאגט איבער א מענטש איז באמת מופרך. זיי טענה'ן אז א מענטש איז א סוג בהמה נאר מיט א אנדער סארט העכערע שכל. אבער דער אמת איז אז א מענטש איז נישט סתם א קלוגע בהמה נאר גענצליך אן אנדערע בריאה, אן אנדערע מהות פון א בהמה.

וואס איז יא דער מענטש, וואספארא סארט חפצא איז ער? א מענטש איז א בריאה וואס האט די מעגליכקייט זיך מדבק זיין בהשי"ת. און וויאזוי איז מען משיג דביקות בה'? זאגט דער רמב"ם (מו"נ ח"ג פ' נא) "זה השכל אשר שפע עלינו מהשם יתעלה הוא הדבוק אשר בינינו ובינו", נאטורליך קען מען משיג זיין דביקות דורך כסדר טראכטן פון ה' ית', ובעיקר דורך רעדן צו אים ווייל דיבור מיינט חיבור. די דיבור גייט צו דורך תורה ותפילה וואס איז "נפש חיה" פונעם מענטש, ווי דער תרגום זאגט אויף ויהי האדם לנפש חיה "רוח ממללא", און דורך תורה ותפילה שטייט אין זוהר באקומט מען דעם תואר פון נפש חיה. דאס איז די ריכטיגע מציאות פון א אדם.


כח הבחירה
וואו באמת ליגט די נקודת האדם?

די נקודה פון א מענטש איז די נקודת הבחירה. צו פארשטיין וואס מיינט בחירה. מיר זענען געוואוינט צו הערן אז בחירה מיינט אויסוועלן יא אדער ניין – למשל יא לערנען אדער נישט. באמת איז דאס א חלק פון די ענין הבחירה אבער נישט דאס איז די אמת'ע עומק הבחירה, אין ספה"ק ווערט גערופן בחירה "דעת" ובכמה מקומות "הכרעה".

ווען מיר זאגן אשר "בחר" בנביאים טובים, איז נישט די כוונה אז הקב"ה האט חלילה געהאט א ספק, זאל ער בוחר זיין בנביאים טובים אדער בנביאים רעים. ענליך איז ווען מיר זאגן אתה "בחרתנו" מכל העמים, איז נישט די כוונה אז הקב"ה האט מסתפק געווען בין ישראל לעמים, נאר בחירה דא מיינט א בחירה מוחלטת, אן קיין צוויידייטיגע אפציעס, הקב"ה האט בוחר געווען בנביאים טובים ובישראל, דאס איז זיין עצם רצון ית'.

פארן מענטש איז אויך געגעבן געווארן א בחירה, ובחרת בחיים. בחירה מיינט דער מענטש זאל אויסקלויבן באופן מוחלט, וואס וויל ער אין זיין לעבן און וואס זענען זיינע רצונות. מיר וועלן דאס ערקלערן בהמשך.

היינטיגע צייטן אויב עלטערן האבן א ווילד קינד, גייט מען צום פסיכילאג, און דער פסיכילאג הייבט אן זאגן: דאס קינד איז נישט שולדיג, ווען ער איז געווען אינג האט מען אים אזוי ערצויגן וואס האט אנטוויקעלט א פערסאנאליטי דיסארדער וואס האט שפעטער געפירט צו א ווילד-רעאקציע. פרעגט די מאמע מיט ביטערניש: הייסט דאס איך בין שולדיג?! זאגט איר דער פסיכילאג, ניין דו ביסט אויך נישט שולדיג, דיינע עלטערן זענען...

לויט פסיכילאגיע איז קיינער קיינמאל נישט שולדיג ווייל א מענטש איז בלויז א קייט פון רעאקציעס, און יעדע רעאקציע האט א פריערדיגע סיבה, און יעדע סיבה האט א סיבה וואס האט גורם געווען די סיבה, אזוי איז קיינמאל נישטא קיין ערשטע סיבה. ממילא לויט דעם איז א מענטש קיינמאל נישט אחראי אויף זיינע מעשים און קיינמאל נישט שולדיג, ווייל א מענטש איז נאר ווי א קאמפיוטער וואס פונקציאנירט לויט ווי מען האט איר איינגעשטעלט. דאס איז די אנגענומענע שיטה היינט, א מענטש איז א בהמה מיט שכל.

להבדיל די שיטת התוה"ק איז, טאקע ריכטיג אז ס'יז דא סיבות און רעאקציעס, אבער ביים נקודה ראשונה איז דא א כח מוחלט וואס הייסט בחירה – זיין עצם רצון. דאס איז א כח וואס הקב"ה געגעבן פארן מענטש און ער קען דערמיט בוחר זיין בטוב או ברע אין א בחינת פון יש מאין, כאילו ער שאפט זיין רצון. דער ענין איז באמת שווער צו פארשטיין על בורי' ווייל עס איז א נקודה אלקית, אבער די בחירה איז נישט קיין קייט פון רעאקציעס, נאר דאס שאפט די עצם נקודת האדם.

די עמקות פון דעם ענין טרעפן מיר ביי אט די מצוה פון החדש הזה לכם. די לבנה וואס איז מקבל איז גאנצע אור פונעם שמש איז א משל לעם ישראל, און די שמש המשפיע איז מרמז כביכול על הקב"ה. ווי נאר די לבנה איז נוטה כלפי די זון ווערט זי אויך ליכטיג, און זי ווערט פריש געבוירן, דאס איז איר מולד. די זעלבע איז ביי אידן מיט הקב"ה, ווען אידן זענען נוטה כלפי הקב"ה דאס איז זייער נקודת הלידה, זיי ווערן א אדם, זיי באקומען די עומק הבחירה. באמת איז עס זייער א טיפע געטליכע נקודה פון יש מאין וצלם אלקים, די נקודה איז זייער א איידעלע קוים וואס מען זעהט אדער שפירט איר. אבער אין די נקודה ליגט די גאנצע מציאות פון א אדם, דארט הייבט זיך אלעס אן ביי החדש הזה לכם.



די נקודת הבחירה
וואס איז א מענטש בוחר? איז דא צוויי אפציעס, בה' אדער בעבודה זרה.

בוחר זיין בה' ווייסן מיר וואס דאס איז. אבער וואס מיינט בוחר זיין בע"ז? אויב זאלן מיר פרעגן א פשוט'ן איד וואס זענען דיינע רצונות אין לעבן? וועט ער אודאי ענטפערן א גרינג לעבן, אן קיין יסורים אדער חובות, נחת פון די קינדער און א גוט גליקליך לעבן. לכאורה זעהט נישט אויס עפעס שלעכט מיט אזא ענטפער, אבער לאמיר זעהן וואס חז"ל זאגן דערויף.

אין מסכת שבת (קה:) שטייט "לא יהיה "בך" אל זר ולא תשתחוה לאל נכר, איזהו אל זר שיש בגופו של אדם, הוי אומר זה יצר הרע". א מענטש וואס איז מגדיר זיין לעבן פאר הנאות, אפילו כשר'ע הנאות, איז דאס עבודה זרה פון אל זר, דאס איז דער "אני" וואס א מענטש האט אינעווייניג אין זיך, זיין יצרו של אדם.

די ערשטע נקודה וואס א מענטש ברויך טון איז, באמת בוחר זיין אז זיין גאנצע נקודת החיים זאל זיין נאר דביקות בה'. דער ביאלאגישער פלאץ וואו מען פאסט אזא באשלוס איז אויבן אין קאפ ביים מוח, מקום התפילין. די תפילין וואס מען לייגט דארט במקום המח טוט אויף דעם צייגן אז די עצם האדם איז דביקות בהקב"ה ווי מיר זעהן ווייטער.

אין אנדערע ווערטער, די דאזיגע בחירה איז ווי א "בכורה" ווייל דער מענטש דארף מחליט זיין וואס ער איז מבכר, וואס איז אים וויכטיג אין לעבן. און אין אט די רגע פון מכת "בכורות" איז נולד געווארן דער עם ישראל, די בחירת הבכורה, די נקודת ה"אני" פון ראשית אוני, האבן די אידן בוחר געווען ביי יציאת מצרים.


עבודת ה', בראש אדער בעינים
תפילין לייגט מען על הראש כנגד המח. די מינים לייגן אבער בין העינים. די חילוק צווישן זיי לויפט אויף זייער א דינע ליניע. פארהאן מענטשן וואס אגאנץ לעבן זענען זיי טאקע בוחר בה' אבער דאס איז ווייט נישט די בחירת הבכורה אדער זייער אני, ווייל זיי זוכן נישט הקב"ה אין קאפ נאר מיט די אויגן. זיי ווילן לעבן א גרינג און גוט לעבן. נו וויאזוי קריגט מען דאס? פארשטייען זיי אז עס איז פארהאן א בעל-בית אויף די וועלט וואס פאדערט און שטראפט אויב איז מען עובר אויף זיין רצון, דעריבער לערנען זיי תורה און דאווענען, ווייל זיי ווייסן אז אן הקב"ה וועלן זיי קיינמאל נישט קריגן עשירות אדער געזונט, זיי לעבן ווי די מאמעס האבן ערצויגן אין די וויגעלע תורה איז די בעסטע סחורה – מען לערנט ווייל תורה ברענגט פון די גוטע סחורה.

ביים לייגן תפילין צווישן די אויגן, ווייזט ער אז ס'יז א גוטע זאך צו זיין דבוק בה' ווייל מען קריגט צוריק גוטע זאכן. אבער נישט דאס מיינט א איד ווען די נקודת האני בלייבט נאך אין אים. לייגן תפילין צו שפירן גוט איז נאכנישט קיין איד.

א איד מיינט אז ביים קאפ איז ער באמת בוחר בה' יתברך, דאס וויל ער, ובחרת בחיים. תפילין לייגט מען אופן קאפ ביים מח ווייל דארט קומט מען לידי הכרה אז זיינע עצם רצונות זענען בלויז דביקות בהקב"ה און אזוי איז ער מקריב דעם גאנצן אני.


קידוש החודש, דער קליינער נטיה
ביי די מצוה פון קידוש החודש האט הקב"ה מרמז געווען אט דער גאנצער לימוד, אז באלד ביים אנהייב חודש, עס איז נאך גארנישט דא ווי א לבנה פארן מולד, אבער וואס מיר דארפן טון איז בלויז זיך בייגן צו ה' יתברך און פון דארט און ווייטער הייבט זיך אן דער גאנצע אור. עס איז טאקע איין קליינער בייג וואס קוקט נישט אויס אז עס וועט אסאך קענען ברענגען, אבער פון אט דער קליינער בייג וועט ווערן גרויסע זאכן, אין פופצן טאג ארום וועט די לבנה שוין זיין אין איר פולער פראכט, מיר וועלן ארויסגיין פון מצרים ביד חזקה אדער זיצן אין סוכה יחד עם הקב"ה.

אבער מיר זאלן וויסן נאך א פרט, אז אפילו די לבנה איז שוין פול, מיר עסן שוין מצה ומרור און זיצן שוין אין סוכה, אויב אבער גיבט מען זיך א קליינער בייג אוועק פון הקב"ה ווי די לבנה נאך פופצן טעג, וועט מען ווידער בלייבן מיט גארנישט. דער יעצטיגער שטאנד פון א מענטש זאגט נאך גארנישט, אלעס איז געוואנדן וואו אהין ער בייגט זיך. אפילו יעצט איז ער גארנישט אבער מיט איין ריכטיגן בייג וועט ער וואקסן און גרויס ווערן, פון די אנדערע זייט אויב שטייט ער שוין בשלימותו אבער הייבט אן שפירן זאט און קען זיך שוין אוועקבייגן הנאה צו האבן אביסעלע פון די וועלט, איז דאס נאר א פראגע פון צייט, וואס עס פאסירט צו די לבנה נאך צוויי וואכן וועט פאסירן אויך צו אים.

דאס איז די ערשטע מצוה פון קידוש החודש שנצטוו בה ישראל, נוטה זיין לה' יתברך.

צו פארשטיין טיפער דעם ענין, דער רמח"ל שרייבט אין מסילת ישרים פ"א "האדם לא נברא אלא להתענג", א מענטש איז באשאפן געווארן פאר תענוגים. איז ער ממשיך אז דער מענטש האט די ברירה וועלכע תענוגים ער וויל האבן, אדער "להתענג על ה' ולהנות מזיו שכינתו שזהו התענוג האמיתי והעידון הגדול" אדער חלילה איז ער בוחר "להתענג על תאוות חומריות אשר אם ימשך אחריהן הנה הוא מתרחק והולך מן הטוב האמיתי".

דאס זאגט אונז, אז דער נטיה דארף זיין, וואו זוך איך מיינע תענוגים. אדער אין בית מדרש אדער חלילה אינדרויסן. דער וואס איז פונה לה' נאר מתוך מסירות נפש ולא מתוך תענוג איז א סימן אז ער איז נישט פונה באמת. הגה, ועי' בסדרת השבת פ' יז ענין זה באריכות.

ואני קרבת אלקים לי טוב. דער מתמיד זוכט נאר דעם להתענג על ה' ווייל ער איז באמת מרגיש דעם חכו ממתקים וכלו מחמדים. דעס איז דער טיפער נקודת הבחירה און דאס איז דער חילוק צווישן בכורי מצרים און בכורי ישראל.

די ערשטע מצוה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן אויף פסח איז קדש לי כל בכור. ווייל ראש חודש, ווען די בכורי מצרים לעבן נאך, טאקע דאן זאל דער מענטש אפלאזן זייערע תענוגים און פונה זיין צום להתענג על ה', און פון דארט וועט ער נתעלה ווערן צום בני בכורי ישראל. החודש הזה לכם, לכם דייקא, ווייל שוין דאן דארף מען בוחר זיין וואו אהין איז מען פונה.


בעשור לחודש
ביז אהער האבן מיר גערעדט פון די נטיה לה' יתברך. אבער די נטיה אליינס איז נאכנישט גענוג, מען מוז דאס נעמען א טריט ווייטער, אבער וויאזוי מאכט מען עס?

חידוש הלבנה איז נאר די לידה. אבער נאך די לידה מוז מען זיך ענטוויקלען, דאס איז א באזונדערע מהלך. דעריבער זאגט אונז הקב"ה בעשור לחדש הזה, אין צען טאג ארום, ויקחו להם איש שה לבית אבות שה לבית. א שה איז דער סימבאל פון אידישן פאלק – שה אחת בין שבעים זאבים, הייסט מען דעם איד ער זאל נעמען זיך אליין און צובינדן. עס איז נישט גענוג בלויז א נטיה ביים מולד און דערנאך טוט מען וואס מען וויל, נאר מען מוז בלייבן קשור צו הקב"ה שטענדיג.

דער מהלך גייט ווייטער עס שטעלט זיך נישט אפ ביים קשר. בארבעה עשר יום לחדש הזה ושחטו אותו, נאך פערצן טעג דארף מען עס שחט'ן און לייגן די דם ביים מזוזה. דם איז די נפש, די נקודת הרצון. דאס דארף מען מקריב זיין פאר הקב"ה, די אייגענע רצונות. און דאס טוט מען נישט בעת המולד ווען מען זעט נאכנישט קיין תוצאות, נאר דוקא יעצט ביי חצי חודש ווען די לבנה איז שוין כמעט ביי שיא השלימות, מען פילט שוין אייגענע רצונות, דאך טוט מען שופך זיין די אייגענע כח התענוגים ווי דם אויפן מזבח. הערשט דערנאך קען מען ממשיך זיין מיט די בנין הבית ביים סדר נאכט, דאן וועט עס שוין גיין גאר שנעל בחפזון, אויפצובויען דעם בנין בשלימות ביז נרצה.

פון קידוש החודש ביז קרבן פסח גייט עס צו שטייטלעך. אבער בלילה הזה גייט שוין אלעס צו בחפזון, ווייל היינט קען מען משיג זיין אלעס, נישטא קיין זאך וואס מען קען נישט משיג זיין אין די נאכט.


בן סורר ומורה
די הלכה למעשה וואס מיר נעמען ארויס פון דא איז די סוגיא פון תענוגים. מיר האבן זיך איינגעוואוינט אז בחירה איז די שוועריגקייט זיך ספראווען מיט עבירות ונסיונות, אבער אליבא דאמת איז די עיקר נקודת הבחירה אט די נטיה לה' יתברך, דעם להתענג על ה'.

ביי סורר ומורה זאגן חז"ל ומובא ברש"י, "בן סורר ומורה אינו חביי עד שיגנוב ויאכל תרטימר בשר ישתה חצי לוג יין, ובן סורר ומרוה נהרג על שם סופו הגיעה תורה לסוף דעתו, סוף שמכלה ממון אביו ומבקש לימודו אינו מוצא ועומד בפרשת דרכים ומלסטם את הבריות, אמרה תורה ימות זכאי ואל ימות חייב". א בן סורר ומורה איז באמת זכאי, ער טוט פאקטיש גארנישט שלעכט. זיין פראבלעם איז נישט מיט עבירות, נאר ער האט בלויז געשטעלט זיין נטיה צו תענוגים, אבער די תורה זאגט אונז וואס גייט זיין דער סוף...

די היינטיגע מאדערנע וועלט שטעלט צו א ים מיט תענוגים, געימס און קאמפיוטערס וכדו'. די אלע זאכן וואס זענען לכאורה נישט קיין דירעקטע מזיקים, שאפן א שוידערליכע סכנה פאר כלל ישראל. די סכנה איז ממש דומה צו די סכנה פון השכלה און רעפארם די לעצטע צוויי הונדערט יאר.

אויך דאן האט השכלה פארגעשטעלט קליינע זאכן, זיי האבן געדרוקט ספרים, נישט קיין פסול'ע נאר סתם דברי הבל וואס אינגע מענטשן האבן געליינט. די משכילים זעלבסט האבן נישט פארשפרייט דברי כפירה באלד אין אנהויב, עס האט אויסגעזען ווי א קליינע ברעקל וואס נייגט אביסל. ווי די לבנה וואס איז בשלימות אינמיטן חודש אבער איין קליינער בייג אוועק פארטונקעלט איר גענצליך. אפילו צווישן גדולי ישראל זענען געווען אזעלכע וואס האבן נישט אינאכט גענומען דעם דקות'דיגן נטיה אבער דער בייג איז שוין געווען, און עס איז בלויז א פראגע פון צייט ביז כביכול דער רבש"ע האט נישט געהאט קיין ברירה און געווען געצווינגען אוועקצושניידן דעם ריקבון, דעם חורבן און הרס וואס השכלה האט אנגעברענגט אויפן עם ישראל. אלעס געמוזט אויסמעקן ביים שרעקליכן וועלט מלחמה און אנהייבן אלעס פון פריש.

מיין שווער ר' מרדכי מן זצ"ל האט דערציילט אז אין זיין שטאט זענען געווען בסך הכל צוויי בחורי הישיבה, עס איז געווען א פחד, א בושה צו זיין א בן ישיבה. דאס איז געווען די תוצאה פון די קליינע נטיה וואס האט זיך אנגעהויבן דורך השכלה.

היינט חזר'ט זיך עס איבער, די קליינע נטיות לחוץ דאס איז א סכנה איומה פאר כלל ישראל. און מען ברויך וויסן אז די סכנה איז נישט דוקא ביי פילמס אדער קאמפיוטער געימס נאר אויך ביי פשוט'ע תענוגים, גענצליך ריינע. ווייל די נקודה איז נישט מותר אדער אסור, נאר וואו איז די נטיה, דיין שטרעבונג. א איד מוז טרעפן זיין גאנצע תענוג און 'גישמאק' אין די תורה דאס זאל זיין די גאנצע מענטש, און אויב מוז מען האבן עפעס הנאות, נו האבן מיר דערפאר דעם שבת קודש און ימים טובים!

לדאבון לב, זייער אסאך פון אונז זענען באשעפטיגט מיט טרעפן תענוגים, און נאכלויפן הנאות. אמת יעדער בן תורה פארשטייט אז מען זוכט נישט קיין תענוגים של רשעים און קיינער וויל זיך נישט דארט אריינלייגן מיט די אייגענע הענט, אבער מען זוכט עס איידעלערהייט. די נטיה איז שוין אפילו דא, אנשטאט אינטערנעט איז דא תורה-נעט...

אבער די תורה זאגט אונז החדש הזה לכם, די נטיה זאל זיין אך ורק צו הקב"ה. היינט איז שכיח ווען א קינד מוטשעט דעם טאטן צו שפילן א קאמפיוטער געים, זאגט אים דער טאטע אבער די רבנים האבן עס געאסר'ט. זאגט דער קינד אבער "יעדער" טוט עס... דער ווארט יעדער, ארבעט ווי א כישוף, ווען יעדער טוט מיינט מען אלעס איז שוין מותר.

און וואס זאגט די תורה צו די טענה פון יעדער טוט עס?
הקב"ה זאגט אונז, יעצט קומט דער פסח א זמן וואס יעדער קען זיך אויפבויען פונדאסניי דורך די מצה מרור, חרוסת און כרפס. אבער זייט זייער געווארענט אויסצורייניגן און נישט עסן קיין חמץ. אפילו יעדער עסט עס אין די גאנצע וועלט, און אפילו חמץ מיט די בעסטע הכשר איז אויך חמץ.


חילוק בין חמץ לשאר איסורים
מיט פיר זאכן איז חמץ הארבער פון חזיר. א) בל יראה. ב) בל ימצא. ג) שריפת חמץ. ד) חיוב כרת. וואס זאגט דאס? חמץ בעצם איז דאך די ענערגיע, די לעבן פון א מענטש. נו אז איינער עסט חזיר איז דאך עס חזיר... אבער חמץ איז דאך בסך הכל א כשר שטיקל ברויטל און פארוואס נישט עסן? ווייסט פארוואס, ווייל חמץ איז יעדער, יעדער עסט חמץ דאס איז די מאכל פון אגאנץ יאר.

קומט דער חג הפסח און לערנט אונז אז אויך וואס יעדער טוט דארף מען בודק זיין און מבער זיין. נישט גענוג עס אוועקלייגן אין בוידעם נאר דוקא מבער זיין און גענצליך פארטיליגן. יעדע קליינע נטיה אוועק פון השי"ת דארף מען ארויסטראגן פון שטוב, ווייל אויב וועסט עס נישט ארויסטראגן ביסטו עלול ח"ו צו עסן דערפון, און ווען מען עסט חמץ איז דער עונש זייער הארב ווי כרת, און אפילו יעדער עסט חמץ, אבער יעדער מיינט נישט מיך. איך ווער יעצט פריש נולד.

ווען א קינד זאל פרעגן, פארוואס מענטשן האבן קאמפיוטערס. זאל מען אים מסביר זיין אז א קאמפיוטער איז ווי א פליגער, נאר ווער עס ווייסט וויאזוי עס פירן קען זיין א פילאט, אבער א קינד וואס פרובירט נאר אנכאפן ביים רעדל קען ער דאך מסכן זיין יעדעם איינעם חלילה.


ספירת העומר הייבט זיך אן פסח
יעצט זאל מען נישט מיינען אז נאך די פופצן טאג אין חודש גייט אלעס צוריק צום אלטן, די לבנה ווערט קלענער און פארלירט איר אור. ניין דאס איז נישט אזוי, נאר הקב"ה הייסט אונז ווייטער ממשיך זיין מיט די מהלך.

איין מאל מען גרייכט די נאכט פון פסח, די פולע לבנה, גייט מען פון דארט נישט אראפ. נאר דער אייבערשטער הייסט ציילן ספירת העומר ביז ששי בסיון וואס דאן איז שוין רוב לבנה ווידער פול און דאן איז קבלת התורה. די גאנצע ענין פון ספירת העומר ליגט אין דעם החדש הזה לכם, די החלטה פון א מענטש צו פונה זיין כלפי הקב"ה באלד אין אנהויב חודש, דאס איז קובע דעם מענטש און וואס ער זוכט אין זיין לעבן, אזוי הייבט זיך אן און אזוי ענדיגט זיך דער מענטש.

און באמת אלעס ווענדט זיך אין די התחלה, אין דעם ראש חודש. ווייל אויב איז מען נישט מקדש דעם חודש איז נישט קיין ראש חודש, נישט קיין עשור לחדש און נישט קיין ארבעה עשר לחדש. אזוי אז דער גאנצער פסח, די מצה ומרור אלעס הייבט זיך אן ביי די נקודה פון החדש הזה לכם.


ארויסגיין פון מ"ט שערי טומאה
אז א איד נעמט זיך שוין יא אין די האנט, און איז מחליט צו מאכן דעם בייג צו השי"ת קען מען שפירן פארלוירן, איך וויל טאקע מאכן דעם בחירה בחיים, אבער איך בין דאך פול מיט לכלוך פון די חמץ וואס איך עס אגאנץ יאר. וויאזוי קען אין איין רגע מאכן אזא דראסטישן טויש?

באמת, איז גענוי אזוי געווען דער מצב פון אידן אין מצרים, זיי זענען געווען שקוע במ"ט שערי טומאה אזוי ווייט אז די מידת הדין האט געטענה'ט הללו והללו עובדי ע"ז. פונדעסטוועגן דאך, דורך די פניה ביי די מצוה פון קידש החודש האבן זיי תיכף זוכה געווען צו א גילוי שכינה בליל הפסח, און איין וואך דערנאך האבן זיי שוין געזינגען שירה מיט משה אינאיינעם ברוח הקודש. אויב אזוי זעהן מיר קלאר אז מען קען יא נשתנה ווערן מן הקצה אל הקצה אין אזא קורצער צייט מיט איין קליינער נטיה.

דער ביאור דערויף איז ווי פאלגענד. א גוי האט נישט די מושג פון תשובה, כאטש מיר טרעפן אזוי ביי אנשי נינוה, אבער דארט איז נישט די כוונה אז זיי האבן תשובה געטון נאר אז זיי האבן אויפגעהערט במעשיהם הרעים. און דער אייבערשטער האט נישט געזאגט פאר יונה זיי האבן תשובה געטון, ער האט נאר געזאגט "ואיך לא אחוס על נינוה העיר הגדולה".
א איד אבער האט יא די מושג פון תשובה. טא וואס איז דער יסוד ההבדל?

דער גוי איז נמשל לשמש ווי חז"ל זאגן (סוכה כט.), די שמש טוישט זיך קיינמאל נישט, עס קוועלט אלעמאל די זעלבע ענערגיע און ליכטיגקייט. א גוי איז אויך נישט נשתנה, ער האט זיך זיין אייגנארטיגקייט, א איטאליענער בלייבט איטאליענער, אינדיאנער בלייבט אינדיאנער, דערמיט איז ער דומה צום זון וואס איז נישט נשתנה.

די לבנה אבער האט נישט קיין אייגענע מקור פון ליכטיגקייט, עס איז בלויז ווי א שפיגל. ווען עס קוקט אויף די זון איז זי שיין רונדיג און פול מיט אור, און ווען זי קוקט אוועק אביסל באקומט זי תיכף אן אנדער צורה. דער סוד פון החדש הזה לכם איז, עם ישראל וואס איז נמשל ללבנה, האט נישט קיין אייגענע תכונות הנפש, זיי זענען בלויז ווי א שפיגל ווי א לבנה. דעריבער נאכן וויילן צוויי הונדערט און צען יאר אין מצרים האט זיך די טומאה אפגעשפיגעלט אין זיי. אבער טאקע דאס האט זיי צוריקגעברענגט צו הקב"ה, ווייל אויב איז זי נאר א שפיגל, איז גענוג איין קליינער בייג און זי שפיגלט יעצט אפ די אור פון השי"ת, אין איין רגע האט זיך אלעס געטוישט.

ליגט אויף אונז בנערינו ובזקנינו, זיך לערנען צו מאכן דעם נטיה לה' יתברך, מקיים זיין דעם החדש הזה לכם און מאכן דעם ובחרת בחיים.

פסח איז דער אנהויב און שבועות גרייכט מען דעם שפיץ, דעמאלט איז מען זוכה צו דעם "ישקני מנשיקות פיהו". מען דארף אבער אנהייבן אזוי, צו לעבן מיט קדושה, און נאר דורכדעם זענען מיר ארויס פון מצרים, און גייען ארויס פון די אייגענע מצרים יעדע יאר – בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים. אויב וועלן מיר אזוי אנהייבן וועט מען טאקע זוכה זיין שבועות צו נשיקת פה אל פה, עין לעין, אוזן לאוזן, מיט א פולקאמע פניה לה' יתברך. נישט מאכן אן אומריכטיגן בייג און פארלירן אלעס. דאס איז אונזער עבודה צו מאכן דעם נטיה אך ורק לקב"ה.

***
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווער עס וויל אין פד"פ
אטעטשמענטס
PassachMaamar-1.pdf
(75.33 KiB) געווארן דאונלאודעד 213 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

א ריזן יישר כח
===

רבותי זייט מתפלל ער זאל טאקע אנקומען צו דעם ביאור סימני ליל הסדר, ווייל דאס איז מורא'דיג.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נאכנישט געלערנט. קודם א יישר כח שוועמל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

אוי רבוש"ע וויאזוי קען מען לעבן אן דעם?
וואו בין איך געווען בין איצט???

דברים נשגבים ועומדים ברומו של עולם, נישט נאר יעצט פאר פסח, נאר פאר יעדן טאג אין יאר.
יהא חלקך ממזכי הרבים.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

א גרויסען דאנק אייך רב שוועמעל!
די ווערטער זענען דאך אזוי זיס און הייליג.

שאלה: וואו געפינט זיך די מאמר? ס'איז נישט אינעם "הגדה של פסח - תפארת שמשון".

(נ.ב. די מאמר איבער ביאור סימני הסדר [וואס איר דערמאנט אינעם צווייטע פאראגראף] מיינט איר די מאמר "כליל תפארת"? אויב יא, דאן בין איך טאקע מתפלל אז איר זאלט זוכה זיין עס איבערצוטייטשען צו אונזער מאמע לשון אידיש! ס'איז הערליך שיין!)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

די מאמר איז נישט אין הגדה, עס איז אין ספר נפש שמשון - פסח.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

איז עס בנמצא אויף היברובוקס.ארג?
(איך האב עס נישט געפונען ביי א זוכעניש אויף ר' שמשון'ס ספרים)

אגב, אין די 'הגדה של פסח - תפארת שמשון' האבן זיי אריינגעלייקט קטעים קטעים פון דרשות און מכתבים וואס זענען געזאגט/געשריבען געווארן במשך חייו של ר' שמשון.

לדעתי איז עס א מייסטער ארבייט! וואס ס'איז ווערד א קוק צי טאן דערין.
דא האט איר די לינק;
http://www.hebrewbooks.org/20041
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יעצט ליינענדיג זעה איך אז איך האב דעם שטיקל געלערנט פארגאנגענעם שבת קודש, און אנגעהויבן איבערצושרייבן די נושא אויף אידיש מזכה צו זיין דעם ציבור מיט די מורא'דיג יסודות'דיגע ווערטער. בא שוועמל והקדמני. ייש"כ גדול.

די גראמטיקל וואס כהאב געשריבן איז מיט א נקודה געבויט אויף די שיעור. עס איז געשריבן געווארן פארגאנגענעם זונטאג.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שוועמל האט געשריבן:די מאמר איז נישט אין הגדה, עס איז אין ספר נפש שמשון - פסח.

אויך אין תפארת שמשון פר' בא על אתר
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שמאטע האט געשריבן:איז עס בנמצא אויף היברובוקס.ארג?
(איך האב עס נישט געפונען ביי א זוכעניש אויף ר' שמשון'ס ספרים)

אגב, אין די 'הגדה של פסח - תפארת שמשון' האבן זיי אריינגעלייקט קטעים קטעים פון דרשות און מכתבים וואס זענען געזאגט/געשריבען געווארן במשך חייו של ר' שמשון.

לדעתי איז עס א מייסטער ארבייט! וואס ס'איז ווערד א קוק צי טאן דערין.
דא האט איר די לינק;
http://www.hebrewbooks.org/20041

די ספר איז נישט אין היברובוקס.
עס איז אין אוצר החכמה http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?26281 - לדעתי פון זיינע שטערקסטע ספרים. יעדע מאמר איז צום באלעקן.
און חוץ דעם איז עס מלא קבלה צווישן די שורות רעדענדיג פון גדלות ראשון ושני שלישי ורביעי און ער לייגט עס אריין אין א דרשה פאר פשוטע מענטשן. אומגלויבליך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ישר כח רב שוועמעל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ארויף.

די ווערטער זענען ווי באלזאם אויף די נשמה!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

שוועמל האט געשריבן:ארויף.

די ווערטער זענען ווי באלזאם אויף די נשמה!
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”