אסתר מן התורה מנין?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

אסתר מן התורה מנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

ווען מען קוקט אריין אין די גאנצע מגילה ווערט נישט דערמאנט קיין איין מאל קיין דברי שבח והודאה פארן קל בורא ברוך הוא, אויף די נס וואס איז געשעין. נישט פין אסתר נאכדעים וואס אחשורוש האט געהייסן אויפהעינגען המן, אדער פין מרדכי הצדיק, נאכדעים וואס איז מען איבערגעדרייט די שווערע  גזירה, אין בכלל און די מגילה ווערט נישט דערמאנט  דעם אויבישטען'ס נאמען, די שם הוי' בפירוש נאר ברמיזה. א דוגמא ווען מרדכי האט געזאגט רווח והצלה יעמוד ממקום אחר, וואלט ער זייער גרינג געקענט זאגן יעמוד מאת ה', אמנם אין די גמרא אין מדרשים ווערט יא דערמאנט עטליכע תנאים ואמוראים וואס דרש'נען פארשידענע דרשות אין פסוקים להודות ולהלל, ווי אויך עניינים פין תשובה ותיקון המעשים אזוי ווי קומו וקבלו היהודים, וואס לויט די גמרא אין מסכת שבת איז עס געווען נאך מער ווי מתן תורה ווייל דא האט מען עס מקבל געווען באהבה, אבער דאס איז אלעס אין די גמרא אין מדרשים אבער די מגילה אליינס איז דברי שבח והודאה נישט בנמצא,  קוים ברמיזה, דארף  מען פארשטייען מה זה ועל מה זה?

אין פארוואס זאל דאס זיין אנדריש ווי חנוכה וואס מען האט מתקן געווען להודות ולהלל אין פורים נאר לשמחה ומשתה?

די גמרא זאגט אין מסכת חולין דף קל"ט עמוד ב'  אסתר מן התורה מנין?  ואנוכי הסתר  אסתיר וכוי'.

 די גמרא זאגט (ביצה ט"ו עמוד א') הרוצה שיתקיימו נכסיו יטעו בהם אדר שנאמר אדיר במרום ה'. זאגט אויף דעם די הייליגע בני יששכר, אז די גאנצע נס פורים איז געווען בדרך הטבע "נישט" אויף אן אויפן פין ניסים גלוים,  נאר ניסים בדרך הטבע, אין גמרא זאגט דאך אין העולם ניזון אלא בשביל אמונה, קומט אויס נישט נאר נס פורים נאר יעדע ריר פין א איד איז פיל מיט ניסים אזוי ווי פורים, אין טאמער גלייבט א איד דערין איז דאס א סגולה פאר פרנסה, ממילא הרוצה שיתקיימו נכסיו יטעו בהם אדר, מיינט צו זאגן אז א איד זאל גלייבן  אז אלעס איז מיט השגחה אין נסיים מלובש בטבע וועט ער האבן פרנסה בריווח.

עכ"פ זעיהט מען פין דעם אז די נס פורים איז געווען אויף אן אויפן פין הסתר, מלובש בדרך הטבע, ממש הסתר בתוך הסתר -הסתרה שבתוך הסתרה. דאס קען זיין פשט אין די גמרא אסתר מן התורה מנלן? די קשיא איז וואסערע מין נס איז דאס ענפערט די גמרא אז עס איז בחינה פין הסתרה אין אנדערע ווערטער א נס בתוך הטבע.

אין פרשת כי תבוא, ווי עס ווערט דערמאנט דאס ענין פין ווידי מעשר (דברים כו' פסוק ג'), שטייט דארט אין פסוק ואמרת  אליו, זאגט אויף דעם  רש"י לומר שאינך כפוי טובה. איז שווער א געוואלדיגע קשיא א איד האט געהאט א פעלד אין עס איז געוואקסען שיינע זיסע פירות,אין ער קומט ארויף אין בית המקדש מיט ביכורים, אין די איינציגע זאך וואס ער קען זאגן פארן אויבישטען אז ער איז נישט קיין כפוי טובה? לכאורה וואלט מען געדארפט  לויבן אין דאנקען מיטן גאנצען הארץ?

ענפערען די מפרשים אז באמת לויבן איז עפעס וואס אום מעגליך ווייל ועל נסיך שבכל יום עמנו ועל נפלאותיך וכוי' אין אלו פינו מלא שירה כים ולשוננו רנה כהמון גליו וכוי' אין אנחנו מספיקים להודות לך.... על אחת מאלף אלפי אלפים וכוי', אין די סיבה איז גאנץ א פשוט'ע ווייל עס געשעינט יעדע טאג, יעדע שעה אין רגע ולך דמיה תהלה, פאר דעם זאגט מען פארן אויבישטען לויבן קען מען דיך נישט אבער אזוי פיל וויל איך דיר זאגן מיר זענען נישט קיין כפוי טובה. מען דארף נאר שטענדיג געדעינקען פין ווי די אלע גוטע זאכן קומען כדי צו זאגן אונז זענען מיר נישט קיין כפוי טובה.

קען מען זאגן אז מחמת דעם שטייט נישט קיין שום דברי שירות ותשבחות אין די מגילה, ווייל הודאה איז נישט שייך. מ'קען נאר אזויפיל זאגן, באשעפער זיסע אונז זענען אביסל מכיר דיינע ניסים(אויף וויפיל אונזער קליינע הבנה דערגרייכט), וקרייתה זה הלילא.

דאס איז וואס נס פורים לערנט אונז, אז אפילו נסיים בהסתרה - ניסים פונעם טאג טעיגליכען לעיבן, דארף א מענטש איינזעין אז דאס קומט בהשגחה פונעם אין דער אין סוף ב"ה, אין גלייכצייטיג אן עקסטער קרעדיט אין דער זייט אז עס איז נאך מסוגל צו פרנסה. 

זאל דער באשעפער העלפן מיר זאל קענען מכיר זיין אין זיינע ניסים בימים ההם ובזמן הזה, אין זוכה זיין צו אלעס גוטס ובבואת הגואל במהרה בימינו אמן.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

שכח פאר די קארעקטע דיבורים, אראפגעלייגט קורץ או שארף,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

סמארט גאי האט געשריבן:שכח פאר די קארעקטע דיבורים, אראפגעלייגט קורץ או שארף,

ברוכים תהיה! מיי פלעזשער, א פרייליכען פורים אין א ליסטוגען תמיד.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

סמארט גאי האט געשריבן:שכח פאר די קארעקטע דיבורים, אראפגעלייגט קורץ או שארף,

רט שיין שיין!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

נאכאמאל ארויף געברעינגט לכבוד יו"ט פורים הבעל"ט.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

אז מ'רעדט שוין פון אסתר פון הסתרה וועל איך ברענגן מענין לענין באותו ענין:

ספר דברי שמחה, לפורים, עמוד כ"ב

קרובץ לפורים - את אסתר גל ממסתיר לגואל, גוי כנואש מלהגאל, גוזר אם אין לאיש גואל, גלף מישפה תבנית הגואל.
כאשר התחיל כ"ק מרן הקדוש זי"ע להגיד התורה בכה מאין הפוגות, ואמר עפ"י המדרש אשר הכנ"י בכתה לפני הקב"ה ואמרה ביהמ"ק חרב והי' צדיקים אשר המליצו טוב והתפללו בעד הכנ"י, ועתה בעוה"ר אשר הצדיקים נעדרים ר"ל ואין מי להתפלל בעדינו מאין יצמח לנו הגאולה, ובכתה שלא ישתקעו ח"ו בגלות המר, וניחם אותה הקב"ה ואמר לה הלא יש לכם פה להתפלל ואני שומע תפלת כל פה, הרבו בתפלה ותחנונים ואצמיח לכם הגואל.
ואמר שזאת מרמז הפייטן, "את אסתר גל ממסתיר לגואל", כידוע אשר היתה אז הסתרת פנים רח"ל גדולה מאוד, כמאמר הגמרא בחולין אסתר מן התורה מנין ואנכי הסתר אסתיר וכו', וגילה אז הקב"ה את אסתר לגואל אשר ע"י תהי' הישועה, "גוי כנואש מלהגאל", כנ"י שנתיאשה ח"ו מלהגאל על כי "אין איש גואל" עבור שנעדרו הצדיקים ר"ל, "גלף מישפה" חקק הקב"ה מיש פה "תבנית הגואל" מזה שיש לנו פה להתפלל ולהתחנן להקב"ה, ויצמיח לנו הגואל האמתי בב"א.
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: אסתר מן התורה מנין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

שיין
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”