דברי שלו' ו MS

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זאל איך ממשין זיין ?

אודאי יא
52
71%
ווער איז ר' מנחם שלו'
21
29%
 
סך הכול שטימען: 73

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

דברי שלו' ו MS

תגובהדורך קיקיון » זונטאג פאברואר 22, 2015 7:43 pm

ידידינו ר' מנחם שלו' MSP שיקט מיר מפעם לפעם רעינות
די לעצטע פאר האב איך מעתיק געווען אין אדמו"רות ווילקאמיר
איך האב זיך געכאפט אז דאס איז אין קרעטשמע
האב איך מחליט געווען צו עפענען אן אשכול אין בה"מ

----
געטראכט דעם שבת עטליכע הערות
א) ויקחו לי תרומה
וכבר נשתברו הקולמוסים דויתנו לי הול"ל
האב איך געטראכט על פי א מעשה שהיה ביים אוהב ישראל זצ"ל ווען ער איז געווארען רב אין יאס, האבען די בעלי בתים אים געברענגט פורים מתנות גאלדענע רענדלעך
איז ער געזעצען און געשפיהלט מיט זיי מיט א קענטיגע הנאה
האט אים געפרעגט זיין זוהן הרה"ק ר' יצחק מאיר מזינקוב זצ"ל צו ער האט געטוישט זיין נאטור פון זיין א שונא בצע און ביי וועם געלט נעמט נישט קיין ארט בכלל און עס איז ביי אים א דבר מאוס
האט ער אים געזאגט אז אוודאי איז עס ביי אים בדרך כלל ווערטלאז
אבער דא וועט ער מוזען מיט דעם מקיים זיין מצות מתנות לאביונים, מיט א דבר מאוס קען מען נישט מקיים קיין מצוה, מוז ער ערשט שאפען עס זאל ביי אים באקומען א חשיבות און דערנאך מיט דעם מקיים זיין די מצוה
לפי זה קען דאס זיין דער טייטש ביי אונז אויך
די אידען זענען געווען אין א מדריגה צו פארשטיין אז גאלד און זילבער איז ווערטלאז
זאגט די תורה קודם דארף מען נעמען די מאטעריאלען עס געבען א חשיבות און הערשט דערנאך קען מען עס געבען לעבודת המשכן

די אנדערע צוויי וועל איך מעתיק זיין אז עס וועט זיין א פערלאנג
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מאנטאג פאברואר 23, 2015 11:21 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג פאברואר 22, 2015 7:50 pm

יישר כח, אוודאי ממשיך זיין! (פארוואס איז דער רבי אליין נישט מסכים צו קומען שיינען מזיו הודו אויפן ציבור?)
-----
אז מען רעדט פונעם זינקוב'ער ז"ל דארף מען אין אכט נעמען אז עס איז נאך אין די דריי טעג פונעם יארצייט וועלכער געפאלט אום א' אדר.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג פאברואר 22, 2015 7:53 pm

וואס איז די שאלה בכלל?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג פאברואר 22, 2015 7:53 pm

א גוט ווארט
אוודאי זיי מזכה דעם עולם מיט נאך

ייש"כ
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג פאברואר 22, 2015 8:02 pm

רבותי!
פילט נישט אן דעם אשכול מיט פארוואס יא
שטימם אין די אנקעטע
וואס איז די שאלה? קוק אין די רעזולטאטען פון די אנקעטע
עטליכע האבען געפרעגט "ווער איז ר' מנחם שלו'?"
פאר די וואס ווייסען טאקע נישט כאפט א בליק אין זיינע תגובות
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מאנטאג פאברואר 23, 2015 6:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג פאברואר 22, 2015 11:34 pm

200
ב) ומחליף את הזמנים
קען זיין א הסבר לפי א געוואלדיגע יסוד פון בני יששכר מאמרי סיון אז דער זמן איז א נברא וואס דער באשעפער קען אהנכאפען און טוהן מיט זיי כרצונו
אזוי איז ער מסביר די אלע שנות פקידה אז ווען מען וועט זוכה זיין וועט דער באשעפער ארויס נעמען דער געוויסע יאהר פון אמתחתו און עס אונז געבען
עכ"פ איז עס נישט סתם א המשך פון צייט
קען מען פארשטיין ומחליף את הזמנים אז דער באשעפער ברצונו קען טוישען וועלכער זמן זאל יעצט זיין און אוועק לייגען אנ'אנדערער זמן אויף שפעטער

ביטע נישט אנפילען דעם אשכול מיט יי"כ וכדומה
אז מען האט עפעס עפעס מעיר צו זיין אדער מוסיף זיין אדרבה ואדרבה
דער וואס האט נאך נישט געשטימם ווערט געבעטען זאגען זיין חוו"ד
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג פאברואר 23, 2015 2:43 pm

אביסעל פארשפעטיגט איך האב עס שוין באקומען לעצטע וואך
אבער נישט אנגעקומען איבערשרייבען פון דעם ענגלישען און עס שיקען
פאר ר' מנחם שלו' נ"י מגי' זיין
דאס האט ער געזאגט ביי זיין זון'ס בר מצוה פרייטאג נאכט משפטים-שקלים
א פאר יאר צוריק

איך וועל פריווען משלב זיין די גמרא אין מגילה יג הקדים שקליהן לשקליו, והיינו דתנן באחד באדר משמיעין על השקלים״ מיט דף ט"ו ווען המן האט געפרעגט מרדכי במאי עסקיתו און מרדכי האט גענטפערט הלכות קמיצת מנחות אמר להו אתא מלי קומצי קמחא דידכו ודחי עשרה אלפי ככרי כספא דידי און רש"י זאגט דאך הלכות קמיצה. דורש בענינו של יום וששה עשר בניסן היה הוא יום תנופת העומר
פארוואס האט זיך המן דערשראקען פון קמיצת מנחת העומר? איך קלער אזוי, עס שטעלט זיך א שאלה אויב מנחת כהן אינה נקמצת ווי אזוי איז מען קומץ דעם מנחת העומר? וואס איז מיט דעם חלק פון די כהנים ? נור וואס דען קרבן ציבור איז נישט א שותפות פון יחידים נור א נייע זאך א ציבור דאס איז די זעלבע ביי שקלים וואס דאס איז אן ענין פון א-ל כביר לא ימאס תפילת רבים מיט דעם כח האט מען איבערגעוואויגען המן'ס פלענער דאס זעלבע איז ביי מחצית השקל העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט
המן האט געמיינט אז ער דארף נישט מורא פון דעם כח הרבים עס איז דאך שוין נישט דא קיין בית המקדש אבער ווען ער האט דערהערט אז אפילו בזמה"ז לערנט מען מנחות און דער דין אז מנחת העומר נקמצת גייט אהן נאך היינט און כל הלומד תורת עולה כאילו הקריב עולה, האט ער איינגעזעהן אז ער שלאגט זיך נישט ניט אסאך אידישע יחידים, נאר מיט א ציבור דאס איז שוין גאנץ אנ אנדערע מצב
זאל מען זוכה זיין זיך מתאחד צו זיין אין א ציבור און קענען בקרוב מקריב זיין קרבנות ציבור אכי"ר
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג פאברואר 23, 2015 2:46 pm

איך האב געזעהן אין דעם טעגליכען בליץ פאסט פון HAKHEL א שיינעם רעיון פון הג"ר שמחה זיסל ברוידא זצ"ל ר"י כנסת ישראל חברון
אבער עס איז אויף ענגליש און אביסעל אומ'מסודר האב איך געבעטען דעם רבי'ן שליט"א ער זאלעס איבערשרייבען במתק לשונו
ונענה לבקשתי ותשוח"חל
עס איז מערקווירדיג אז אין אהנהויב סדרה פרשת יתרו ווען די תורה דערציילט אונז אז יתרו מיט צפורה און די זיהן גרשום און אליעזר זענען געקומען צו גיין גיט אונז די תורה די סיבות פארוואס משה רבינו האט זיי אזוי גערופען.
דאס האט ענדערש געזאלט שטיין אין פרשת שמות ווי די מעשה פון משה רבינו אין מדין ווערט געשריבען
הג"ר שמחה זיסל ברוידא זצ"ל ר"י כנסת ישראל חברון האט דאס אזוי ערקלערט
עס וואלט געווען פארשטענדליך אויב נאך די גרויסע ניסים ווי יציאת מצרים, קריעת ים סוף און מלחמת עמלק זאל מען זיך שוין נאר קאנצענטרירען און משבח זיין דעם באשעפער און מכיר טובה זיין פאר די גרויסע ישועות
און די קלענערע ישועות ווערען שוין נתבטל ברוב ישועות בכמות ובאיכות
דער אמת אבער איז אז חובת הכרת הטוב גייט טאקע אויף אלע ישועות באזינדער און אפילו אויף די קליינע ישועות
דערפאר שרייבט די תורה די סיבות פארוואס משה רבינו האט זיי געגעבען די נעמען
ווייל אפילו נאך די אלע געוואלדיגע ניסים ונפלאות האט משה רבינו נאך אלץ געפיהלט א שטארקע הכרת הטוב פאר אט די ישועות וואס ער האט דערלעבט אין מדין
דאס איז דער הסבר אין די שמונה עשרה ווען מען זאגט ועל נסיך שבכל יום עמנו אז מיר דאנקען און לויבען אויף אלע שטענדיגע צאהללאזע נסים ונפלאות און ישועות אפילו די "קליינע" ישועות
זאגט דער חברון'ער ראש ישיבה זצ"ל אז עס וואלט געווען כדאי אויך זיך מאכען סימנים דוגמת משה רבינו זיך צו דערמאנען די ישועות וואס מיר זעהן פון באשעפער כדי צו פיהלען און אויסדרוקען אונזערע הכרת הטוב צום באשעפער
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך פאברואר 25, 2015 1:10 pm

א דאנק פאר אונז מהנה זיין. און פאר די וואס האבען נישט קענען געלערענט רבי מנחם שלום שליט"א, איז צוויי ווערטער טייטשען אפ דער מענטש: "זך הראיון". א געוואלדיגע מעין המתגבר וואס איז מחדש חידושים נפלאים יעדען טאג בכל מקצועות התורה, און בשעת ער דאווענט אדער לערענט זענען אפען פאר אים ש"ס און פוסקים, ספרי דרוש ומוסר וספרי חסידות, און יעדען געדאנק זיינע איז קולע אל שערו אין אויס געהאלטען.

דאס שענסטע וואס אייוועלט האט נאר ווען געהאט (א תלמיד חכם מיט אלע מפרשים). אבער יעצט נעמט ער וועקאציע פון שרייבען אין ליינען דא ווייל עס שטערט אים אין זיין טעגליכע סדר היום וואס קומט פריער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 25, 2015 5:31 pm

מעג איך אויך ברענגן מהני מילי מעלייתא?

אט האט מיר ר' מנחם שלום געשריבן א הפלא'דיגן מהלך אינעם הפיל פור הוא הגורל:
איך האב געטראכט אייך צו שרייבען א מהלך וואס איך האב מחדש געווען עטליכע יאהרען צוריק אויף מגילת אסתר
דער קדושת ציון ברענגט אראפ א ווארט פון דנא פשרא (פון בעל שבט מוסר) אז המן האט געווארפען וואורפעל (דייס בלשון ענגליש) און ווען עס איז ארויס געקומען 133 איז ער געווען בא'גדול'ט ווייל אגג איז ידו על העליונה
נאר ער האט געוואלט זעהן ווער איז ידו על התחתונה
האט ער איבערגעדרייט די וואורפעל האט ער געזעהן אז אונטען איז געווען 644 איז ער געווען מלא שמחה ווייל דוד איז געווען אונטערטעניג צו אגג
נאר דער אויבער חכם האט נישט פארשטאנען אז ער האט דא געמאכט א נייע גורל איז טאקע יעצט געווארען דוד על העליונה
זאגט דער דנא פשרא אז דאס מיינט פורים לשון רבים אבער מיר האלטען דעם יום טוב על שם הפור לשון יחיד ווייל דער צווייטע גורל איז געווען לישועתנו
דער גרויסע פראבלעם איז אבער וויאזוי האט ער מיט אזא גורל באשלאסען ווען צו מאכען די גזירה
נאך איז שווער דער פסוק
בחודש הראשון הפיל פור הוא הגורל לפני המן מיום ליום ומחודש לחודש שנים עשר הוא חודש אדר
דער אויסשטעל פון פסוק איז שווער
ראשית כל ווען האט ער געמאכט דער גורל
אויב האט ער געמאכט דער גורל ראש חודש פארוואס האט ער געווארט 13 טעג צו גיין צום קעניג
עס שטייט דאך אז די סופרי המלך זענען געלאפען י"ג ניסן
נאך איז שווער אז עס האט געזאלט שטיין ער האט געמאכט א גורל מיום ליום ומחודש לחודש
און דערנאך אונז זאגען וועלכע טאג און וועלכע חודש עס איז באשטימט געווארען פאר די גזירה
און נאך דארף א הסבר דער פסיק צווישען מיום און ליום
האב איך געטראכט אזוי
באוויסט פון בני יששכר בשם רבי'ן פון לובלין אז די ערשטע טעג פון ניסן זענען שורשדיגע טעג אין וועלכע מען קען זעהן וואס וועט געשעהן אין די חודשים וואס קארעספאנדירען צו דער מספר
המן האט דאס אויך געוואוסט
האט ער באשלאסען ער גייט ווארפען די וואורפלען אויף די טעג און באשטימען די חודש און טאג לפי דער מספר אין וועלכע זיין גורל געלינגט
למשל אויב דער דריטע טאג געלינגט עס אים וועט ער באשטימען דער דריטע טאג און דער דריטע חודש דהיינו ג' סיון
אבער למעשה איז עס אים נישט געגאנגען
ביז י"ג ניסן איז עס אים געלונגען
ער ווארפט און עס קומט אויס אגג למעלה און דוד למעלה
דער חת"ס זאגט אז די גזרה איז טאקע געווען אין אדר שני דער דרייצענטע חודש און דער דרייצענטע טאג
און נאך באותו היום איז ער געלאפען צום מלך און די שלוחים זענען ארויס געלאפען מכריז זיין די גזירה
וועגען דעם שטייט נישט ווען ער האט געמאכט דעם גורל ווייל עס האט אים גענומען 13 טעג
און דער גורל איז געווען פון דעם טאג אויף צו באשטימען ביידע סיי דער חודש און סיי דער טאג
ממילא שטימט דער פסיק נאך מיום - ליום ומחודש
ווייל דער מספר היום ווערט באשטימט און אויך פון וועלכע חודש
דערפאר ווען עס שטייט לחודש שנים עשר הוא חודש אדר ווי דער חת"ס טייטשט אז עס איז געווארען באשטימט אויף דער חודש וואס איז נארמאל דער צוועלפטער אבער יענע מאהל איז דאס געווען דער דרייצענטער חודש ממילא ווייסט מען שוין אויך וועלכע טאג עס איז
כן היה נראה לענ"ד
איך מיין אז עס קען זיין גאר אמת
זייט געזונט
כל טוב ואדר שמח
ידידך
מנחם שלום
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 09, 2015 9:30 pm

דער בעל הטורים אויף זה יתנו
כמנין ז''ה פירוש שנים עשר שבטים יתנו דאיכא למאן דאמר שבט לוי לא נתנו

אין ילקוט שמעוני בשם הפסחקתא שטייט
דבר אחר זה יתנו כמה שבטים יתנו ז"ה שבעה חמשה הרי שנים עשר שבטים

זאגט דער מג"א אין זית רענן אויפען ילקוט
אבל שבט לוי לא יתן

די משנה שקלים א ד
אמר לו רבן יוחנן בן זכאי לא כי אלא כל כהן שאינו שוקל חוטא

שטייט אין ירושלמי הלכה ג
א''ר ברכיה טעמא דר' יוחנן בן זכאי זה יתנו י''ב שבטים

שטעלט זיך די שאלה פון ווי נעמט דער מג"א אז דער פסיקתא איז מחולק אויף ריב"ז
די זעלבע זה= י"ב ?
זאגט רמ"ש פון שבעה חמשה אויב מען רעכענט אפרים ומנשה אנשטאט לוי איז
בני לאה און בני זלפה ז שבטים
בני רחל און בני בלהה ה שבטים
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 10, 2015 12:57 pm

גאר א שארפער כאפ.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 16, 2015 9:18 am

ליל ש"ק ביי די זבח משפחה לכבוד שבת הגדולה
אמר לו משה רבינו מנהגו של עולם אדם בונה בית ואחר כך מכניס לתוכו כלים ואתה אומר עשה לי ארון וכלים ומשכן כלים שאני עושה להיכן אכניסם
שמא כך אמר לך הקב"ה עשה משכן ארון וכלים אמר לו שמא בצל קל היית וידעת
דארף מען פארשטיין לכאורה איז דאך בצלא' שאלה געווען א פשוטע שכל הישר און וואס האט משרע"ה מרגיש געווען אז בצלא' איז געווען בצל קל
קען זיין אז בצלאל'ס טענה איז געווען אז טאמער מען איז נישט מרגיש אז ושכנתי בתוכם - בתוכו לא נאמר אלא בתוכם, בתוך כל אחד ואחד זענען די מצוות מעשיות נישט קיין ארטיקעל דאס איז די כוונה להיכן אכניסם און דאס איז פשט בצל קל
---
זיין טאכטער'ס פסוק איז ציון במשפט תפדה ושביה בצדקה
אויב די נכסים קומען במשפט דאמאלט קען זיין ושביה בצדקה


אפשר קען מען צילייגען א פאר ווערטער פון דעם העמק דבר וואס לכאורה האט מעתיק געווען דא
ובלא סוגית הגמ' הייתי אומר טעמו של בצלאל משום שהמחיצות מכשירי כלים דבלא מחיצות אינם משמשים כלום.

די הרגשים'דיגער חלק האב איך נישט געקעט איבערשרייבען

a special friday night meal to celebratedmy daugher tzivia's bas mitzva
So the whole family will boruch hashem be there
Also my inlaws are coming
My father zzg not
He is coming for pesach be'ezras hashem I was planning on speaking tonight firstly to give a shevach vehoiduah to hashem yisburach that we have reached another milestone in our lives that a child reaches adulthood
And that hashem allowed us to celebrate this occasion with all the siblings together
In these sedras we see the building of the mishkon
It's quite easy to build binyunim un moisdos
What is more difficult is the veossu li mikdosh veshochanti BESOICHOM
That hashem should be part of our essence
This isn't easy at all
But nevertheless it is an essential mitzva
It's a mitzva that is the yesoid hayesoidos
To have knowledge and belief that hashem is the boireh kol ho'oilomim and that all happens behashgocho perotis
Maybe that is what moishe said to betzalel betzeil keil hoyisso
In order to know how to build a mishkon that will bring to fruition the veshochanti besoichom one has to be feeling the shadow of hashem in all that one does
So when moishe heard betzalel's suggestion hot er farshtannen that betzalel is oisgearbet in the emunah of hashgocho perotis and he felt constantly in the shadow of hashem
In this day and age it's a great nisoyoin to stay maaminim bashem ubesoirosoi
But it's not impossible
If we are willing to look into it we will find that the emunah is the only way
Hashem created the universe
He must have done it for a purpose
Therefore he gave us a manual
The toiro hakedoisho is our guide
Mimeyla it's all quite simple
It isn't easy because we are fighting against the world
We are fighting against all sorts of taavos
But some of us are privileged
There are those who have rolemodels
The grandparents who even with all the experience and wisdom go in the derech hatoiroh vehayiroh are a light tower in the middle of stormy seas
They show that one can live a life of toiroh and yiras shomayim and that it's fullfilling
They are also well known for their yashrus their honesty
Apart of that there is the additional siyata dishmaya of the genetics
The seichel hayoshor, the middos hatoivos and the emunah which is embedded in our genes help to carry on the holy masoiro
I always like to talk on the posuk of thir name
Tzivia's posuk is tzioin bemishpot tipodeh veshoveho bitzedoko
Maybe the keifel is because of course the zechus of tzedoko vochesed is becho choismin
That will be what brings the geulo sheleimo
But in order to be able to do tzedoko one has to own the money
If not for tzioin bemishpot - there can be no veshoveho bitzedoko
Erlichkeit is a crucial necessity for klal yisroe
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מארטש 16, 2015 11:05 am

געוואלדיג! יישר כח פארן ברענגן

"ימים על ימי מלך תוסיף וגו'"
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג מארטש 20, 2015 3:36 pm

דא איז רבי מנחם שלום'ס צוגעגריייטע דרשה:

בעזהשי"ת

דרשה לרגל חג הפסח תשע"ה הבעל"ט

א
כדרכנו בקודש נקיים לא המדרש העיקר אלא המעשה
מעשה בחזן אחד שהאריך וחזר עוד ועוד על מה שאומרים בתפילת מוסף ואין אנו יכולים
וניגש פיקח אחד אליו ואמר לו : אם אין אתה יכול למה אתה ניגש כשליח ציבור
הרי שלהיות שליח צריך שיוכל לעשות השליחות
ןגם לנו יש שליחות חשובה בעולם הזה
ואין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו
ולכן ברור כחמה ואין ספק כלל שאנו יכולין לעשות בשליחות שלנו
אלא שיש לזה סיעתא דשמיא
מסייע שיש בו ממש
לפעמים הסיוע יותר גדול וחזק ולפעמים פחות
הכל לפי מדריגת האדם

ב
והנה לענין קרבן פסח יש גם ענין שליחות
דילפינן ליה מקרא דושחטו אותו קהל עדת ישראל
הקרבן היה בא בחבורה ונתנו הכבש לכהן להקריבו
הרמב"ם בה' קרבן פסח פ"ד ה"א כתב דמחשבת שלא לשמה פוסל בקרבן פסח
וילפינן לה מואמרתם זבח פסח
ואם אמר השוחט: שלא לשמה שחטתיו
שורת הדין שאינו נאמן
והרוצה להחמיר על עצמו הרי זה משובח ויביא פסח שני
והראב"ד השיג דאין כאן שבח, שאם היה פטור אינו יכול להביא פסחו נדבה על תנאי שלמים
וכוונתו שהרי קרבן פסח ושלמים שונים בדין הבאתם
קרבן פסח דמו בשפיכה כנגד היסוד ונאכל לילה אחת עד חצות
אבל שלמים זריקת דמו שתים שהן ארבע ונאכל לשני ימים ולילה אחת
הכסף משנה מצדד דאפשר לומר מ"ש הרמב"ם ויביא פסח שני, היינו שיימנה עם אחרים על קרבן פסח
אבל הלחם משנה מקשה על זה דהרמב"ם בעצמו שילהי פרק ג' דאמר בהדיא
שאם אחד אינו מחוייב בקרבן פסח ונמנה עם אחרים על קרבן פסח שלהם
הרי זה נחשב כקרבן פסח הנשחט שלא למנוייו
ועוד דבגוונא דחמש שנתערבו להם פסחיהם לא קאמר הרמב"ם האי עצה כלל
ולכן הלחם משנה בעצמו תירץ דבאמת הרמב"ם מיירי במביא קרבן פסח על תנאי שלמים
ואע"ג שדיניהם שונים מ"מ כיון שיש כאן מצות עשה חמור של כרת הקילו
דגם שלמים שנזרק דמו בשפיכה הקרבן כשר
אמנם הלחם משנה מעיר על זה מדוכתי אחרינא דחזינן דלא יהבינן ליה עצה זו
ועוד ראיתי מעירים שחיוב כרת לא יהיה לו כיון שהוא אנוס
ועוד קשה דאם יש לו אפשרות לצאת ידי הספק אמאי הוה רק הידור מצוה
דהרמב"ם קאמר דהרי זה משובח ותו לא

ג
הראש הברזל אבד"ק לובלין בחידושיו עומד על דברי הרמב"ם
הוא מקשה מסוגיא דנדרים דף ל"ה ע"ב ודף ל"ה ע"א בבעייא דכהנים שלוחי דשמיא או שלוחי דידן
והגמ' רוצה לפשוט בעיא זו ממתניתין דגיטין דף נ"ב ע"ב
הכהנים שפיגלו במזיד חייבין ובשוגג פטורים
ותני עלה דמכל מקום הקרבן נתפגל
והשתא אי אמרת דכהנים שלוחי דידן נינהו
אמאי הקרבן פיגול
נימא ליה הרי אתה שלוחי לתקוני שדרתיך ולא לעוותי
ומשני הגמ' דקרא כתיב לא יחשב - מכל מקום
והר"ן פירש שם דאיירי בשוגג
דאילו במזיד ודאי שהשליח יכול לאסור הקרבן כיון דכאן האיסור בא על ידי מעשה
ונמצא דבשוגג הא דנעשה הקרבן פיגול הוא באחד משני פנים
או משום שכהנים הויין שלוחי דשמיא
או דילפינן ליה מקרא דלא יחשב
והרי בקידושין דף כ"ג ע"ב מסיק רב הונא בריה דרב יהושע
דכהנים שלוחי דרחמנא נינהו
דמי איכא מידי דאיהו לא מצי עביד ושלוחא מצי למיעבד
ולכן מקשה הראש הברזל דכיון שהרמב"ם הרי לא אוקי גווני דיליה לענין פיגול
כי אם לענין מחשבת שלא לשמה בשחיטת הפסח
למה הקרבן נפסל
והלא לענין שחיטה ליכא האי סברא
שהרי שחיטה כשרה בזר
וא"כ לענין שחיטה נימא דכהנים שלוחי דידן הויין
ושפיר יכול לטעון לתקוני שדרתיך ולא לעוותי
ועוד שרק לענין פיגול יש גזיה"כ דלא יחשב דיהיה פיגול אפילו אם המפגל הוא שליח
אבל לענין מחשבת שלא לשמה לית לן קרא
ולפי זה אם השוחט היה שוגג
הרי דלא יפסל הקרבן
ואם היה מזיד הרי יתחייב לשלומי
ומיגו דנאמן לענין תשלומין נאמן לפסול הקרבן נמי
ע"כ קושיית הראש הברזל

ד
עוד יש להעיר
בזבחים דף מ"ז ע"א וחולין דף ל"ח ע"ב מבואר דדעת רבי אליעזר ברבי יוסי שבעלים מפגלין
דאם הבעלים חישבו על שחיטת הכהן או על זריקתו ע"מ לאכול הקרבן חוץ לזמנו הוה פיגול
הרי דרש"י כתב זה גם על שחיטת הקרבן
והמאירי בגיטין דף נ"ב כתב דעל כרחך לא קיי"ל כרבי אליעזר ברבי יוסי
דהא ע"כ כהנים שלוחי דרחמנא דהא כל מילתא דלא מצי עביד שליח לא מצי למיעבד
וממילא דלא מיקרו בעלים לפגל הקרבן
והנה הנוב"ק חאהע"ז סי' ע"ו וע"ז כתב דלענין שחיטה הכשרה בזר
לא שייך האי כללא דכל מילתא דלא מצי עביד
כיון דשפיר מצי עביד
וכמ"ש הראש הברזל לעיל
וא"כ קשה אמאי הבעלים אינן יכולין לפגל עכ"פ בשחיטת הכהן

ה
ויתכן ליישב זה עפמ"ש בקובץ הערות ליבמות סי' ע"ו אות י"ז
לפרש דברי התוס' יומא דף י"ט ע"ב
התוס' שם מקשה דאמאי לא פושט הגמ' בנדרים בעיא דכהנים שלוחי דרחמנא או שלוחי דידן
מהא דאמר רב הונא בריה דרב יהושע בקידושין דעל כרחין כהנים הויין שלוחי דרחמנא
דכל מילתא דלא מצי עביד שליח לא מצי למיעבד
ותירצו התוס' דודאי בעיקר הדבר הכהנים הויין שלוחי דרחמנא
וכפשטות הש"ס בקידושין כרב הונא בריה דרב יהושע
אבל עדיין הש"ס מסתפק בנדרים עם עכ"פ כהנים הויין נמי שלוחי דידן קצת
או דילמא אין הם שלוחי דידן בכלל
והדברים מפליאים עין כל רואיהם
וכי למה יהיה שלוחי דידן קצת
ולאיזה תועלת
ופירש הג"ר אלחנן הי"ד דאיכא תרי גווני שליחות
א] שליחות כח
שהמשלח צריך למסור כח להשליח שיוכל להפעיל חלות
וב] שליחות מעשה
שהשליח שפיר יכול לעשוטת המעשה בלי שום מסירות כח מן המשלח
רק שיש ענין שהפעולות שיעשה השליח יתייחסו למשלח
ובזה אע"ג שהמשלח לא היה יכול לעשות אותן פעולות בעצמו
מ"מ עשיית הפעולות גרידא שפיר תתייחס להמשלח
ולפי זה לענין קרבנות יש שני חלקים
מה שנידון לענין כשרות הקרבן
וכדי שיהיה קרבן כשר ודאי שאין זה ביד הבעלים
כי הם פסולים לענין הקרבת הקרבן
ולענין זה הכהנים ודאי הוויין שלוחי דרחמנא
אבל יש עוד חלק וזהו מצות הבאת הקרבן
וחיובא רמיא על הבעלים לקיים מצותו
רק שהשאלה היא עד כמה צריך הבעלים להיחשב מביאי קרבן
אם עד שנותנים הכבש להכהן
ומשם ואילך אינו מתייחס תו להבעלים
או דילמא שכל פעולה ופעולה שהכהן עושה צריך עוד שיתייחס להבעלים
כדי שיקיים מצות הבאת הקרבן
וזהו כוונת התוס' שלוחי דידן קצת
לענין מעשה ההבאה

ו
ואולי יתכן דדבר זה תלוי בשינוי הגירסאות בשני סוגיות הש"ס
דבנדרים הלשון שהכהנים הם שלוחי דשמיא
ובקידושין הלשון הוא שהכהנים הם שלוחי דרחמנא
שיתכן לפרש דשלוחי דשמיא היינו שהם עושים הכל עבור שולחן המקום
דהיינו שם כעין שלוחי קבלה
ואין צורך כלל להתייחסות להבעלים
ושלוחי דרחמנא היינו שהתורה רוצה שהם ייחשבו גם כשלוחי הבעלים כדי שייחשבו כמקיימי מצות הבאת הקרבן
עכ"פ לענין פעולות הבאת הקרבן
אבל ודאי לענין כשרות הקרבן ל"ש שליחות כלל
והנה מסתבר למימר שהכח לפגל נתון למי שיש לו היכולת בענין כשרות הקרבן
ולא למי שיש לו רק היכולת לענין מעשה המצוה של הבאת הקרבן
והנה אע"ג דאין הכרח ממעשה שחיטת הקרבן שהכהנים שלוחי דרחמנא
כי שחיטה כשרה בזר
מ"מ מכיון שמוכרחים אנו לומר מקבלה ואילך דכהנים שלוחי דרחמנא
ואין כאן שליחות כח להכשיר הקרבן במעשה הכהן
מסתבר שגם לענין שחיטת הקרבן אין כאן מעשה שליחות של הכהן לענין הכשר הקרבן שיתייחס להמשלח
ולכל היותר יש כאן רק שליחות מעשה של הבאת הקרבן
ושליחות כזה אינו מנחיל להמשלח יכולת לפגל הקרבן
ואתי שפיר שלדידן אין הבעלים יכולים לפגל את הקרבן אף בשחיטת הכהן

ז
ולפי זה נבא ליישב דברי הרמב"ם דלעיל
דיש לדייק בלשון הרמב"ם ששינה
דבכל מקום שהרמב"ם כתב בענין מי שנתחייב בפסח שני
הוא נקט לשון : עושה פסח שני
וכאן נקט "ויביא פסח שני" והלא דבר הוא
ואלי יש לומר דבאמת לענין כשרות הקרבן ודאי שורת הדין שאין להאמינו ששחטו שלא לשמה
ואין החבורה מחוייבת לעשות פסח עוד
אבל מצד מצות הבאת קרבן שהפעולות יתייחסו להמשלחים עדיין יש הידור
שהרי אף על פי שאין הם יכולים לעשות פסח שני
מ"מ יש באפשרות למנות שליח הצריך לעשות פסח שיהיה שלוחם להביא קרבן
וזה הידור מצוה גרידא
שישלמו מעות לשליח העושה פסח עבור איזה חבורה אחרת
כדי שפעולותיו יתייחסו גם להם
וכך יהיה להם באופן ודאי קיום מצות הבאת קרבן פסח

ח
והנה לענין שליחותנו בעולם הזה
יש זמנים גבוהים וזמנים נמוכים
וכבר כתבו הספה"ק להזהיר גדולים על הקטנים
שבזמנים הנמוכים צריך להאיר ההארות מהזמנים הגבוהים
והנה על כל דבר מקבלים סיעתא דשמיא
הרי אמרו ז"ל אלמלא השם עוזרו לא יכול לו
ושמעתי פעם ביאור נפלא על הא דאמרו ז"ל שלעתיד לבא הצדיקים והרשעים יבכו
בראותם היצר הרע נשחט על ידי הקב"ה
שהצדיקים נדמה להם כהר והרשעים נדמה להם כחוט השערה
והנה בשלמא הרשעים בוכים שהיצר נראה להם כחוט השערה ובקל היה להם להתגבר עליו
אבל הצדיקים אמאי בוכים
והרי אדרבה ישמחו עוד ועוד שהתגברו על היצר שהיה כהר
אלא הצדיקים יבינו שלא היה בכוחם של עצמם בכלל להתגבר על היצר
כי אם ובעיקר על ידי עזר וסיעתא מן השמים
ונמצא שאין להם שום זכות על מלחמתם ביצר
אבל הקב"ה לו חסד כי ישלם לאיש כמעשיו בכ"ף הדמיון
והנה מחסדי המקום שבחג הפסח פסח השם על הפתח
ואין אפילו צורך לפתחו של מחט מצדנו
והקב"ה ממטיר עלינו שפע רוחני להתגבר על היצר
ומוטל עלינו חובת הביעור של רוח הטומאה בעת רצון כזה
ונזכה להשתמש כראוי במתנות כאלו
ובאם באמת נעשה כן נזכה לסיעתא דשמיא בכל הענינים
ונזכה בקרוב לראות עין בעין בשוב ה' אל נוהו אכי"ר
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 12:28 am

נפלא רבי מנחם שלום, השם יאריך ימיך בנעימים עוד ינוב בשיבה דשנים ורעננים להנהותינו
בעצם הקוש' וכי הרמב"ם איירי רק בכוונת שחיטה, הרי שינוי קודש פוסל בפסח גם בשאר עבודות דל"ש בזר.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 am

איך נעם די געלעגענהייט אייך צו וואונטשען א כשר'ן פסח און א פרייליכע יו"ט
דער אויבערשטער זאל אייך אפהיטען פון חמץ ותזכו לחוג בדיצות את חג המצות
אין מחזור ויטרי שטייט א מערקווירדיגע זאך
ער זאגט אז פסח ביי נאכט זאגט מען נישט שעשה נסים " מפני שצריך לומר באגדה אשר גאלנו וכו' "
לכאורה אויב איז דער פשט אז מען איז יוצא מיט ברכת אשר גאלנו, העט ער געזאלט זאגען מפני שאומר אשר גאלנו
צווייטענס פארוואס איז דאס אנדערש ווי ביי מגילה, דארט זאגט מען אויך צום סוף הרב את ריבנו און דאך זאגט מען פאר די מגילה שעשה נסים
קען מען אפשר זאגען פשט אזוי
אויף די מגילה שטייט פון הרה"ק ר"ב ממעזבוז זצ"ל אז הקורא את המגילה למפרע לא יצא מיינט אז אויב איינער ליינט די מגילה כאילו עס איז נאר אלטע היסטאריע איז ער נישט יוצא
ווייל אוודאי איז די השפעה פון די נסים פון פורים א נצחיות און יעדעס יאהר ווערט צוריק נתעורר די שפע הנס
און יעדער דארף דאס פיהלען און פארשטיין יעדע פורים
דאס איז פשט אין שעשה נסים לאבותינו
ווייל זיכער איז עס געשעהן אין יענע צייטען
אבער עס האט אויך א השפעה בזמן הזה
אבער ביי פסח איז דא נאך א בחינה
עס איז א טראט ווייטער
עס איז דא א חיוב פון חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים
נישט נאר אז די השפעה פון חירות פון יענע צייטען איז אויך משפיע היינט
נאר אונז אליין זענען דארט און דעמאלס
ממילא פאסט נישט בכלל שעשה נסים לאבותינו
ווייל מיר דארפען שפירען שעשה נסים לנו ממש
דאס מיינט דער מחזור ויטרי צו באווארענען
מען זאגט נישט פסח ביי נאכט שעשה נסים לאבותינו
ווייל פסח דארף מען זאגען אשר גאלנו
אונז אליין ממש
זאל מען אלע זוכה זיין צו חירות בגשמיות וברוחניות
ברכה והצלחה וכל טוב סלה
א גוט שבת און א גוט יום טוב
געטראכט אז ראשון של פסח שחל בשבת איז א בחינה פון שני שבתות
ממחרת השבת וואס דאס איז ערשטע טאג פסח
און שבת בראשית צוזאמען
זאל מען טאקע זוכה זיין אלמלא ישראל משמרין שתי שבתות מיד נגאלים
מען זאל שוין דערלעבען די גאולה שלימה בביאת גואל צדק במהרה
ידידכם הדורש שלומכם באה"ר ובלונ"ח
מנחם שלום

איך האב געוואלט זעהן דעם מחזור וויטרי אינווייניג האב איך געטראפען
נאך א פאר הערות וואס ר' מנחם שלו' האט געשריבען פאר דריי יאר
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אפריל 01, 2015 4:25 pm

הפלא ופלא!

א דאנק אייך פאר עס ארויף לייגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 06, 2015 10:57 pm

נאך דעם פסוק ויעברו בני ישראל ביבשה בתוך הים שטייט ויושע ה' ביום ההוא
פארוואס שטייט ההוא און נישט הזה
קלערט ר' מנחם שלו' הי"ו אז עס קען זיין א המשך מיט א ווארט וואס ער געדענקט
בשם הרה"ק פנחס קאריצער זי"ע
Capture.GIF
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך יולי 08, 2015 11:09 am

לאז גריסן ר' מנחם שלום, זאג אים אז מיר בענקן זיך נאך אים.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

א רעיון פון וואקאנס\האלידעי

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוגוסט 04, 2015 8:14 am

לפי דעם תפארת שלמה
כי מלאכיו יצוה לך כו'. הפי' הוא כמו שמבואר בתנא דבי אליהו מי שעוסק בתורה המלאך מתנהג עמו בדרך תורה כו'. עושה אדם צדקה מוסרין לו מלאך של צדקה ע"ש.

מלאכיך שעושים רצונך
זיי זענען משפיע אויף דעם איד א רצון לעשות רצונו
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 9:47 am

האט דער זה"ק פון היינטיגען חק א המשך מיט דעם מג"א בשם השלה"ק
גומרי מלשן גמירא= לימוד ?

בילד
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 12:01 pm

כתבתי לרמ"ש שמצאתי באיזה פירוש על זוה"ק (ע"י חיפוש) שענינו השלמת צירופי שמות
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 2:34 pm

ר' מנם שלו' האט געזעהן אין זיין זיידע'ס סםר איפה שלימה
די אותיות מנוקדות הנטתרות ..... ע זענען בגמטריא ש"י אבער אן א הסבר
טראכט ער אזוי
שטייט פון פריערדיגע
image.png
image.png (28.96 KiB) געזעהן 2571 מאל

שטייט אויך ווי אזוי איז א איד מקיים אלע מצוות עס איז דאך דא מצוות וואס
נור א חלק כלל ישרא' איז מחיוב
איז דער תירוץ ערבות
קוק אין רשי אויף דעם פסוק
נקוד על "לנו ולבנינו" לדרוש שאף על הנגלות לא ענש את הרבים עד שעברו את הירדן, משקבלו עליהם את השבועה בהר גריזים ובהר עיבל ונעשו ערבים זה לזה.

מדה טובח מרובה ממדת פרעניות
זיי זוך משתתף אין א ערנסטע אנקעטע וואס איז א נ"מ להלכה
viewtopic.php?p=1566373#p1566373

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 4:40 pm

שיין שיין!

לאז גרוסן רמ"ש
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט