געדאנקען אויף חמשה עשר בשבט

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

געדאנקען אויף חמשה עשר בשבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

בס"ד
אביסל וועגן חמשה עשר בשבט

חמשה עשר בשבט ווייסט דאך יעדער איינער איז ראש השנה לאילנות, עס קומט אריין די שרף די זאפט אין די ביימער און עס פאנגט אן צו שפראצען די פירות פונעם נייעם יאר. און וועגן דעם עסט מען פירות.
לאמיר אביסל אריין קלערן, פארוואס ווייל עס איז יעצט ראש השנה פאר די ביימער דארפן מיר עסן פירות?
נאר כדי די פירות זאלן שפראצן און עס זאלן קומען א ברכה אין די פירות דארפן יודען מאכן א ברכה און נאר אזוי קומט א ברכה מלמעלה.

אפטייטש פון א ברכה

כדי דאס קלארער צו פארשטיין לאמיר אריין גיין אין די אפטייטש פון ברוך אתה. ווען מיר טרעפן די אויסדרוק לגבי א בשר ודם למשל ברוך אתה בבואך, מיינט עס דו זאלסט זיין געבענטשט, דהיינו דער באשעפער זאגט אונז אז ער וועט מאכן אז עס זאל אונז זיין גוט. אדער ווען א יוד בענטשט א צווייטן יוד מיינט עס א בקשה אז דער אייבערשטער זאל מאכן גוט פאר דעם יוד. אבער ווען יודען זאגען עס פארן אייבערשטן וואס מיינט עס? דער באשעפער זאל זיין געבענטשט? ווער זאל אים מאכן געבענטשט? און וויאזוי וועט ער ווערן געבענטשט, וואס פעלט אים יעצט אז ס' זאל בכלל שייך זיין אז א ברכה זאל חל זיין אויף אים?
איז וועגן די שאלה איז דא צוויי מהלכים אין די ראשונים וויאזוי אפצוטייטשן די נוסח ברוך אתה אין א ברכה. די ערשטע מהלך איז, אז ברוך מיינט אז דער אייבערשטער איז דער מקור הברכה, דהיינו נישט אזוי ווי דער פשוט פשט אז מיר בענטשן דעם אייבערשטן, ווייל ס'דאך נישט שייך אזא זאך, נאר מיר ברענגען ארויס אז מיר אנערקענען אז דער אייבערשטער איז דער מקור הברכה און מיר זאגן, ברוך אתה ה' מיר אנערקענען אז די ברכה ליגט אין דיין האנט באשעפער.
די צווייטער מהלך איז אז ברוך אתה איז יא אזוי ווי דער פשוט פשט, אז מיר בענטשן דעם אייבערשטען, איי ווי איז שייך אז א ברכה זאל חל זיין אויפן אייבערשטן? אויף דעם ענטפערען זיי אז מיר בענטשן נישט דעם אייבערשטען נאר זיין הייליגען נאמען, דאס מיינט אז מיר בעטען אז זיין נאמען זאל זיין געבענטשט, אז יעדער פון די וועלט זאל איינזעהן און רופען אינעם נאמען פונם אייבערשטען, וואס ליידער איז נאך דא א שטארקער מקום ווי ס'זאל חל זיין א ברכה פארן אייבערשטענס נאמען-כבוד. און ווער זאל בענטשן דעם אייבערשטנס נאמען? דער באשעפער אליין דהיינו ער זאל שוין אראפשיקען א רוח קדושה און יעדער זאל איינזעהן אז ער איז גאט. איז עס בעצם א בקשה אזוי ווי מיר בעטן יהי שם ה' מבורך מעתה ועד עולם.
אבער די אחרונים און די חסידישע ספרים זענען מסביר אז בעצם קען מען צוזאם שטעלן ביידע מהלכים, דהיינו בעצם ברוך אתה מיינט מיר בענטשן דעם באשעפערס נאמען, נאר נישט אז מיר בעטען אז דעם באשפערס נאמען זאל שוין געבענטשט ווערן, נאר דורך דעם וואס מיר האבן געמאכט א ברכה און אנערקענט אז דער אייבערשטער איז דער מקור הברכה, דורך דעם האבן מיר ממשיך געווען קדושה אויף די וועלט, און ס'איז באמת געבענטשט געווארען יעצט דעם באשעפערס נאמען. לויט דעם איז די פשט אין די ברכה אזוי, ברוך אתה דיין נאמען זאל זיין געבענטשט, וויאזוי? מיט דעם וואס מיר אנערקענען אז דו ביסט דער מקור הברכה.

דורך א ברכה ווערט נמשך השפעות טובות

יעצט אז מיר פארשטייען שוין דעם אפטייטש פון א ברכה יעצט לאמיר זעהן פארוואס דורך א ברכה ווערט נמשך השפעות טובות, אז וועגן אונזערע ברכה אויף די פירות זאל נמשך ווערן השפעות גשמיות אויף די גאנצע יאר און די ביימער זאלן געבן גוטע פירות?
דער הייליגער ר"ר אלימלך זי"ע איז מסביר פארוואס ווען ס'איז געווען א מגיפה האט דוד המלך מתקן געווען מאה ברכות און דורך דעם איז מען ניצול געווארען, פארוואס פונקט מאה ברכות? נאר ווייל עס איז דא א כלל דארט ווי ס'דא צרות איז עס וועגן ס'דא דארט א חסרון פון קדושה. אלע צרות קומען פון די סטרא אחרא. מצרים איז א לשון פון מצר ענגשאפט, מצרים איז נישט א לאנד ס'איז א מושג ענגשאפט אין רוחניות און אין גשמיות.
(אמאל איז עס געווען בפועל אין לאנד מצרים, היינט איז ערגעץ אנדערש, ווייל נאר די מקום איז אנדערש. נאר די 'שטארקע ענגשאפט' וואס יודען האבן דאן געהאט וועלן יודען שוין קיינמאל מער נישט האבן ווייל מ'האט צובראכן זייער שר, וכאשר ראיתם את מצרים היום לא תוסיפו לראותם עוד עד עולם. און דאס איז פשט פון חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים ווייל יעדעס יאר גייט מען טאקע ארויס פון מצרים-ענגשאפט. און דאס איז אויך דער פשט פון והי' ביום ההוא וגו' ובאו האובדים מארץ אשור (מלשון עשירות) והנדחים מארץ מצרים (מלשון מיצר, קאברין ותפא"ש) ווייל אשור און מצרים זענען נישט נאר לענדער, נאר מושגים. נאר ווען זיי זענען געווען מער שטארק האבן זיי געהאט א שליטה בפועל איבער יודען, היינט איז נאר א שליטה ברוחני ווייל ב"ה זיי זענען שוין נישט אזוי שטארק).
איז ווען דוד המלך האט געזעהן אז ס'דא צרות א מגיפה האט ער פארשטאנען אז ס'פעלט הכרה אינם אייבערשטען וואס דאס איז ממשיך קדושה, האט ער מתקן געווען מאה ברכות וואס נעמט ארום דעם יוד מהבוקר עד הערב אין אלע זיינע ענינים, אזוי וועט ער תמיד אנערקענען אינעם אייבערשטען בכל מקום און דורך דעם ממשיך זיין קדושה און השפעות טובות אין אלע ענינים, און די סט"א וועט שוין מער נישט קענען האבן א שליטה צו מאכן צרות פאר יודישע קינדער.
איז וועגען דעם חמשה עשר בשבט ווען ס'איז ר"ה לאילנות האט מען מתקן געווען צו עסן פירות און מאכן א ברכה אויף זיי און דאנקען און אנערקענען אז דער אייבערשטער האט עס געמאכט און דורך דעם וועט קומען השפעות טובות פאר יודישע קינדער אמן.

שרף אין ביימער

ביז דא האבן מיר מסביר געווען די עבודה פון מאכן ברכות ערליך אויף עסן און בפרט חמשה עשר בשבט. אבער בעצם דארף מען פארשטיין פארוואס קומט עפעס אריין די שרף אין די ביימער דוקא דעם טאג? עס דאך לכאורה א טעכנישע זאך מ'זייעט איין און מ'באוואסערט און ס' וואקסט. עס איז דאך נישט דא א טאג וואס דעמאלטס וואקסען אלע פירות נאר יעדע מין לויט זיין טבע, אויב אזוי וואס איז די שרף יא דוקא אין א געוויסע טאג? און בכלל וואס איז די שרף בכלל וואס קומט אריין אין די ביימער, ס'איז דאך זיכער נישט א א זעהבארער זאך וואס פארמערס קענען אנצייגען?
ווען איינער וועט אריין קוקען אין חסידישע ספרים וועט ער זעהן נאך אסאך גרויסע זאכן אויף חמשה עשר בשבט לאו דוקא דורך עסן פירות, נאר די עצם טאג איז א גרויסער טאג, ס'קומט גרויסע השפעות טובות, "רפואה לכל הצריך וכל מיני הצלות וישועות נכללות ברפואה" (לשון הזרע קודש). מ'קען היינט זיך אויסבעטען אויף עבודת אכילה פון א גאנצע יאר. ס'פאנגט זיך אן די תיקונים פון שובבים מתוך אהבה. (חוץ פון דעם וואס ס'איז א גרויסער תיקון עפ"י קבלה דאס עסן פירות ט"ו בשבט). הכנה צו פורים און פסח ועוד. דארף מען דאך פארשטיין וואס איז די פשט אין דעם, לכאורה איז עס דאך סתם א טעכנישע זאך אז גראדע היינט קומען אריין זאפט אין די פירות וואס איז די גרויסע השפעות ברוחניות ובגשמיות היינט?
חשיבות היום חמשה עשר בשבט
נאר כדי דאס צו בעסער ארויס לאמיר מאכן א שטיקל הקדמה. ווען מיר וועלן קוקען אויף די סדר השנה וועלן מיר זעהן אז ס'איז דא אסדר אין א יאר. אנפאנג יאר איז גארנישט דא, די בריאה שלאפט! ס'איז קאלט, גרויע און קאלמוטנע וועטערס, לאנגע נעכט קורצע טעג. דעמאלס איז א צייט פון הכנה אויף זומער, מ'זייעט דעמאלס אן די פעלדער, און מ'ווארט אויפן זומער אז דעמאלס זאל אלעס וואקסען און ס'זאל ווערן שיינע לעכטיגע לאנגע טעג מ'זאל געניסען פונם לעבן. פסח צייט ווערט שוין אביסל זומער, לענגערע טעג אביסל ווארימער, מ'שניידט שוין די פירות צו לייגען אויסטרוקענען און פעלד, ס'איז שוין אן אנדערע וועלט דעמאלס, אבער ס'נאך נישט דאס ריכטיגע (מ'מאכט נאר 'הכנות' אויפן קאנטרי..). שפעטער תמוז אב און ווייטער דעמאלס איז ריכטיג זומער (מ'פארט שוין טאקע אין קאנטרי...) מ'פאנגט אן צו עסן די פירות השדה ביז סוכות וואס דעמאלס ענדיגט זיך די יאר. (נאר ס'פאנגט זיך שוין אן א פרישע יאר ממילא איז עס שוין צוריק אויפן וועג אראפ).
ווען מיר וועלן קוקן אויף די פרשיות התורה וועלן מיר זעהן די זעלבע זאך. בראשית פאנגט זיך אן א בריאה, אדם נח אברהם שעבוד מצרים איז אלס נאר אן הכנה צו גאולת מצרים. וואס ווען מ'קוקט מצד תכלית הבריאה איז ביז גאולת מצרים נאר אן הכנה אנצוגרייטען אז יודען זאלן זיין ראוי צו זיין דעם באשעפער'ס פאלק, און אויספירען זייער שליחות, אז ס'זאל שוין זיין די צייט פון ביאת משיח ותחיית המתים, וואס דעמאלס וועט נשלם ווערן די תכלית הבריאה. שפעטער איז די סדרות פון גאולת מצרים מתן תורה משכן, וואס דאס איז אזוי ווי מ'האט שוין געשניטען אבער ס'איז נאך אלס נישט די ריכטיגע וואס דאס איז ארץ ישראל ובית המקדש. אבער זומער איז רעדט מען שוין פון ביאת הארץ וואס דאס איז די תכלית. (נאר וועגן יודען האבן געזינדיגט שלעפט זיך נאך דער ענין ביז משיח וועט קומען).
די מועדי השנה גייען אויפן זעלבען סדר. פסח מועד האביב, די פירות ווערן געצייטיגט בגשמי, יודען זענען ארויס געקומען פון מצרים ברוחני. שבועות א שלב ווייטער חג הקציר בגשמי, יודען האבן שוין מקבל געווען די תורה ברוחני. שפעטער איז חג הסוכות חג האסיף, שמיני עצרת ושמחת תורה יחוד השלם. (מהר"ל. ואכהמ"ל ודי לחכימא ברמיזא).
די הסבר אין דעם איז, אז דער אייבערשטער האט באשאפן די גשמיותדיגע וועלט אין ר"ה אבער ער האט עס באשאפן אין א בחינה פון ווינטער, אלעס איז טויט מ'ווארט אויפן זומער, וואס דאס איז יודען זאלן מקבל זיין די תורה כדי די בריאה זאל קומען צו איר תכלית. (יום השישי- ארץ יראה ושקטה). און כדי די יודען זאלן ארויס גיין פון מצרים דארפן זיי ווערן מתוקן און די גאנצע בריאה דארף ווערן מתוקן דאס איז גלות מצרים ושובבים צייט פון תיקוני הנפש, אנצוגרייטען דעם תיקון און זוכה זיין צו גאולה.
נאך א קליינע הקדמה אויפן שפיץ גאפעל. דער אייבערשטער האט אזוי באשאפען אז גארנישט זאל נישט ווערן בעסער פון זיך אליין נאר מיט אן השפעה, מ'דארף איינזייען אז ס'זאל קומען פירות. עס דארף רעגענען אויפן פעלד אז ס'זאל וואקסען. מ'דארף עסן צו האבן כח, מ'דארף געלט צו באקומען עסן וכו'. זעלבע ביי רוחניות איז דא רבנים תלמידי חכמים צדיקים שבת ומועדים, וואס שיינען אריין קדושה אין די וועלט, וואס אן די אלע זאכן וועט נישט קומען קיין שום השפעה נישט בגשמי און נישט און רוחני. (די זאך האט אן אריכות צו פארשטיין פארוואס טאקע איז עס אזוי אבער אין כאן המקום).
די זעלבע זאך כדי יודען זאלען ווערן ראוי צו די גאולה פעלט זיך אויס ס'זאל זיין השפעה מלמעלה וואס זאל אנגרייטען די יודען און די וועלט אויף די גאולה, עס ווערט אנגערופן פקידה (כמבואר באריכות במאמר הגאולה להרמח"ל). איז ווען יודען זענען נאך געווען אין מצרים פאר די גאולה איז געווען א מצב וואס ווערט אנגערופן א פקידה, 'וידע אלוקים' זאגט דער תרגום ואמר במימיריה למיפרקהון ה', יודען האבן נאך גארנישט געזען אבער עפעס האט זיך שוין גערירט, "א שרף האט שוין אנגעפאנגען צו קומען" די יודען האבן נאכאלץ געארבעט שווער, אפילו שווערער וועגן קושי השעבוד זאל משלים זיין אבער ס'שוין געווען אתחלתא דגאולה.
כדי דאס בעסער צו פארשטיין, אלע צרות זענען מצד סט"א, ביי קדושה איז נישט דא קיין צרות נאר ווען ס'דא אן הסתרה דאן קומט פראבלעמען הן ברוחניות והן בגשמיות. וועגן דעם ווען ס'קומט אן השפעה רוחני אדער גשמי אויף די וועלט, מיינט דאס אז קודם איז מלמעלה געקומען א השפעה פון קדושה און איינמאל ס'דא קדושה קומט ממילא השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.
יעצט אין די יאר איז פסח די צייט פון גאולת מצרים, יעצט אזוי ווי ט"ו באב איז הכנה לר"ה וועגן מ' יום קודם יצירת הולד מכריזין, די נעכט ווערן גרעסער און מ'דארף לערנען תורה וכו'. די זעלבע זאך ט"ו בשבט איז מ' יום קודם פסח ומכריזין ס'פאנגט שוין אן צו בלאזען א רוח פון גאולה (בני יששכר). אפילו אין די גשמיותדיגע וועלט טוישט זיך שוין די מציאות א שרף קומט שוין אריין אין די ביימער וואס דאס איז די השפעה אז ס'זאל קענען אנפאנגען צו שפראצען.
די זעלבע זאך ברוחניות די תיקונים פון שובבים וואס זענען הכנה צו גאולה ווערט שוין געטוען פון היינט מאהבה עס קומט היינט שוין א השפעה מלמעלה אז מ' זאל קענען טרעפען דעם אייבערשטען אין די גלות אין ממילא וועט קומען פון דעם גאולה ווייל איינמאל ס'דא קדושה מוז די סט"א אוועק לויפען, ספאנגט אן צו קומען השפעות רפואה וכל ענינים.
רפואה איז א גוטע דוגמא אויף שפע בגשמיות, ווייל חולאת איז א זאך וואס מאכט פראבלעמען, דער מענטש איז געווען געזונט, און ס'איז געווארען פראבלעמאטיש. יעצט רפואה מיינט ס'זאל ווערן צוריק נארמאל. די זעלבע זאך איז ביי אלע השפעות, בעצם דארף זיין שפע אין אלע ענינים. די משנה סוף קידושין זאגט ומה הבריות שנבראין לשמשינו מתפרנסין שלא בצער ק"ו אני שנבראתי לשמש את בוראי אלא שהרעותי את מעשי וקפחתי פרנסתי, מה דאך די חיות ובהמות וואס זענען באשאפען געווארען מיך צו משמש זיין האבן פרנסה בריוח, כש"כ איך וואס איז באשאפען געווארען צו דינען דעם אייבערשטען דארף האבן פרנסה בריוח, נאר די חטא האט גורם געווען, דאס הייסט די סט"א לאזט נישט קומען השפעות טובות. יעצט אבער אז ס'קומט שרף מלמעלה בגשמיות וברוחניות, יודען באקומען סייעתא דשמיא צו קענען איינזעהן אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אין יעדע מצב, ממילא לויפען די סט"א אוועק און ממילא פאנגט אן צו קומען השפעות טובות הן ברוחניות והן בגשמיות פאר אלע יודען.
יעצט אז מיר וועלן עסען פירות (אפילו מ'האט שוין נעכטען געגעסן קען מען איבער עסן א פרי...) און מאכן ערליך א ברכה און דאנקען דעם אייבערשטען אויף די גוטע חסדים וואס ער טוט מיט אונז הן מיט די פירות ופרנסה, והן מיט די השפעות רוחניות וואס ער העלפט אונז, און איימזעהן אז אלעס וואס איז שווער איז נאר אן הכנה צו די גאולה וואס דעמאלס וועלן מיר זוכה זיין צו גוטס וואס עין לא ראתה, און אפילו יעצט וואס ס'זעהט אויס שלעכט אבער מלמעלה איז שוין ואמר במימרי' למפרקהון ה' ס'רודערט שוין די גאולה גשמי ורוחני פאר יעדן יוד בפרטית און פאר גאנץ כלל ישראל בכללית, דורך די הכרה וועלן מיר ממשיך זיין אז די השפעות טובות זאל אראפקומען בגשמיות און מ'זאל עס זעהן מיט די אויגען, און די סט"א זאל אנטלויפען ווי די שווארצע פעפער וואקסט און פאר יודען גוט מיט אלע פירושים אמן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30719
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יישר כח! הערליך שיין.
און שלום עליכם.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

איך בין אריינגעפאלען אין דעם אשכול

א גרויסע שאד פאר'ן וועלטל אז אזא שיינע ידען און געלונגענע שרייבער מיט רייכע ארטיקלען זאל זיך אפטראגן ווי די שווארצע פעפער וואקסט...

ער האט צוגעגעבן צום וועלטעל אויף א זעלטענעם פארנעם, חבל
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

.



תפילה לאתרוג

לחמשה עשר בשבט

.

דיזיינט דורך:

מכון אור חדש

Hebrew Publishing

http://www.hebrewpublishing.com/

.
אטעטשמענטס
tuv..JPG..,m.JPG
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
ציקאר
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציקאר »

!
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

יישר כח פאר ארויף ברענגען דעם ארטיקעל, כ'האב עס געליינט און באמת הנאה געהאט!!
(איך בין פשוט אביסל ביזי אבער איך בין נאך דא...)
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ווער האט צוטריט צו מנהגים דק"ק וורמיישא אויף אוצר התורה
עס דארף זיין אינטערסאטע מנהגים וועגען א יומא דפגרא פאר תשב"ר ובחורים
VILNA.gif
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שלום עליכם ציקאר

און ספעציעל א שלום עליכם הרב האנטעך ביטע ווארף אריין א ווארט דא דארט לאז אונז נישט מיטן צינג אינדערויסן
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ייש"כ פארן ארויף ברענגען
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

לכבוד חמשה עשר בשבט תשע"ח לפ"ק
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

א הערליכע מאמר פון הרב משה יעקב קאננער לכבוד חמשה עשר בשבט, ערשינען אין "דאס אידישע ווארט" שבט תשמ"ח.

ראש השנה לאילנות (1).pdf
(133.92 KiB) געווארן דאונלאודעד 311 מאל

ראש השנה לאילנות (2).pdf
(125.64 KiB) געווארן דאונלאודעד 268 מאל

(אגב. הרב קאננער, א גור'ע חסיד, איז א באקאנטער תורה פערזענליכקייט אין טאראנטא, און א מגי"ש אויף "קול הלשון".

איך ווער עפעס צודרייט פאר זיינע אידישע מאמרים; די שריפט און די תוכן איז כמעט שאין כדוגמתו. א שאד וואס ער שרייבט שוין נישט. אבער מ'קען טרעפן זיינע געוועזענע ווערקן אין די "אידישע ווארט" העפטן אויף היברו בוקס.)
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

די חז"ל (ראש השנה ב' ע"א) זאגן אז חמשה עשר בשבט איז ראש השנה פאר די ביימער ווייל דעמאלט איז דער גמר החנטה זוען סקומט ארויס די זאפט אויף די ביימער.
די וועלט רופט דעם טאג "אדם הראשון'ס יום טוב", ווייל ווען אדם הראשון האט געזען אז דער ווינטער איז אנגעקומען און די שעה'ן פון טאג ווערן אלץ קלענער, און די בלעטער פאלן אראפ פון די ביימער, און די גראזן ווערן פארטריקענט, האט אדם הראשון מורא געהאט אז די וועלט גייט אונטער, אויך האט ער זיך דערשראקן פונעם עונש וואס די ערד איז פארשאלטן געווארן "ארורה האדמה בעבורך".
אבער וויבאלד חמשה עשר בשבט איז אנגעקומען, האט ער געזען ווי די שעה'ן פון טאג הייבן אן צו ווערן לענגער, און די ביימער הייבן אן צו בליהן, האט אדם הראשון אויפגעלעבט און געלויבט דעם אויבערשטן אז ער איז ממשיך די וועלט'ס בריאה, האט ער געמאכט דעם טאג א יום טוב (עיין במס' ע"ז דף ח )
מעגלי צדק סו"פ בשלח
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

וואו לייגסטו די פיסטעטשו שאלאכץ? ביסטו באקוועם און לייגט עס בתוך הקופסא, נא.. וועסטו דארפן נאכדעם שווערער ארבעטן ביים זיכן בין הקליפות די שאלאכץ וואס האט נאך א מילוי פון אן פיסטעטשו, והנמשל מובן מאליו....
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

איז דא אן ענין צו מאכן א "שהחינו" אויף א נייע פרי חמשה עשר בשבט?
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

Zeltzer האט געשריבן:איז דא אן ענין צו מאכן א "שהחינו" אויף א נייע פרי חמשה עשר בשבט?


קיינמאל נישט געהערט אזאנס,
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א דערמאנונג פון די פרוי פון ר' יואל קושנער די טאכטער פונעם פרעזידענט איבער די יו"ט הבעל"ט. און מיט א נייע געבעקס, אז מ'פירט זיך צו אנפלאנצן ביימער לכבוד דעם יו"ט.
אטעטשמענטס
טו בשבט בת המלך.jpg
טו בשבט בת המלך.jpg (106.15 KiB) געזען 3980 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

KEWL האט געשריבן:
Zeltzer האט געשריבן:איז דא אן ענין צו מאכן א "שהחינו" אויף א נייע פרי חמשה עשר בשבט?


קיינמאל נישט געהערט אזאנס,

https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=72
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

נא_שכל האט געשריבן:א דערמאנונג פון די פרוי פון ר' יואל קושנער די טאכטער פונעם פרעזידענט איבער די יו"ט הבעל"ט. און מיט א נייע געבעקס, אז מ'פירט זיך צו אנפלאנצן ביימער לכבוד דעם יו"ט.

נישט קיין נייע געבעקס. פון איבער הונדרעט יאר צוריק האבן געוויסן הוגי דעות ביי די ציונים ארויס מיט אזא מנהג.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

zugurnish האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:א דערמאנונג פון די פרוי פון ר' יואל קושנער די טאכטער פונעם פרעזידענט איבער די יו"ט הבעל"ט. און מיט א נייע געבעקס, אז מ'פירט זיך צו אנפלאנצן ביימער לכבוד דעם יו"ט.

נישט קיין נייע געבעקס. פון איבער הונדרעט יאר צוריק האבן געוויסן הוגי דעות ביי די ציונים ארויס מיט אזא מנהג.

דאס מיינט "טראדיצינאל"?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

האסט געשריבען עס איז א נייע געבעקס, זאג איך דיר עס איז ניט נייע עס איז אלט. דאטס אלל.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

און דרך אגב די ארגענאזאציע קרן קיימת לישראל יעדן יאר טו בשבט פלאנצען זיי ביימער אין ארץ ישראל.
תמימות
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 25, 2015 7:53 pm

Re: געדאנקען אויף חמשה עשר בשבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות »

.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

Re: געדאנקען אויף חמשה עשר בשבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: געדאנקען אויף חמשה עשר בשבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

האנטעך האט געשריבן:
ט''ו בשבט איז מ' יום קודם פסח
?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

Re: געדאנקען אויף חמשה עשר בשבט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

יעדער האט געשריבן:
האנטעך האט געשריבן:
ט''ו בשבט איז מ' יום קודם פסח
?
בני יששכר חודש תמוז אב מאמר ד':
דהנה בכ"ה באלול התחלת בריאת העולם (ילקוט במדבר תשפ"ב), והתחלת בריאת העולם היה בבחינת תואר מלכות בכדי להקרא מלך כי אין מלך בלא עם, והנה מלכות סוף מעשה במחשבה תחלה, וישראל עלו במחשבה תחלה, (בראשית בשביל ישראל שנקראו ראשית (רש"י בראשית א' א') אשר המה ימליכוהו והמה יתחתנו ויתחברו למלך הכבוד ע"י התורה שנקראת ראשית), והנה אמרו רז"ל ארבעים יום קודם יצירת הוולד מכריזין ברקיע בת פלוני לפלוני (סוטה ב, א) וכדוגמא הלזו ארבעים יום קודם כ"ה אלול הוא זמן שלפנינו ט"ו באב ישראל עלו במחשבה להתחתן במלך הכבוד.

וכן הוא הענין בט"ו בשבט שעושין אותו יום טוב והוא ראש השנה לאילנות (ר"ה ב, א) (הנה הוא ג"כ ארבעים יום קודם כ"ה אדר), נרמז כי האדם עץ השדה (דברים כ, יט), וכבר ידעת פלוגתת ר' אליעזר ור' יהושע (ר"ה י, ב) ר' אליעזר ס"ל בתשרי נברא העולם ור' יהושע ס"ל בניסן (ותרווייהו קשוט לדברי מרן האריז"ל (פרע"ח שער ר"ה פ"ד) זה במעשה וזה במחשבה), וכו'... גם בט"ו בשבט (שעולה השרף באילנות) קבעוהו לקצת שמחת יום טוב וקבעוהו ראש השנה לאילנות כיון דגם דברי ר' יהושע אמיתיים), הבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”