ט' באב געזאנקען: הייליגער באשעפער, שיק שוין משיח צדקינו

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

איכה ישבה בדד, אמאל און היינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מיטן רשות פון "עצה טובה", געוועזענער מנהל אינעם שיינעם פורום בחדרי חרדים משפחה אידיש, ברענג איך דא אראפ א ביטערן אשכול, וואס ער האט אמאל געשריבן.

זאל שוין זיין א סוף צו אלע אונזערע צרות און יסורים.

****
ב"ה

טאטע אין הימעל, ליבער קעניג, מיר ווייסן אז דו האסט אונז ליעב, מיר ווייסן דיין נאנטשאפט וואס דו האסט צו אונז, און די גרויסער באשעפער, ווייסט ווי נאנט מיר פרוברירן זיך צו האלטן צו דיר!

און טאקע וועגן דעם, בעטן מיר דיר, טאטע! ס'טוהט וויי, זייער וויי!

מיר גייען זאגן די קומענדיגע וואך, ביי רייך געדעקטע טישן, די 6 אומשולדיג - אויסזעהנדיגע - ווערטער: "השתא הכא, לשנה הבאה בארעא דישראל!

לאמיר עס דא אויסשמועסן, ליבער טאטע!


השתא הכא
הייליגער טאטע, דו ווייסט גוט, און גאר גוט, אונזער מצב דא אין גלות, אוי! מ'שנייד פון אונז שטיקער, לעבעדיגע חלקים, און דאס הארץ וויינט, די געפילן שרייען ארויס: טאטע אין הימעל, אזויפיל צו שלאגן, אזויפיל צו שמייסן, אזויפיל בלוט צו פארגיסן, פארוואס?

איך מוז מיך דא אויסרעדן מיין שוועריגקייטן פון הארץ, לאזן די טרערן רינען אויפן פאפיר, ווייל איך שפיר איך טראג עס נישט איבער!

הייליגער טאטע!

איך האב באגלייט דאס יאר מיין שוואגער ע"ה צו זיין אייביגן רוה!! די קולות אין בכיות ביי די לויה, דאס האב איך שוין, ליידער, נישט איינמאל מיטגעהאלטן, דאס האב איך נאך געקענט שלינגן,

אבער, דאס 6 יעריגע נשמה'לע וואס ער האט איבערגעלאזט... טאטע! דאס טוהט וויי, זייער וויי!

איך האב אים געהאלטן די ערשטע 2 וואכן, איך האב אים אויסגעלערנט דאס קדיש זאגן... איך בין מיט אים אפאר מאל געווען אין שול בשעת ער האט דעם קדיש געזאגט! און איך פרעג: רבונו של עולם, פארוואס?

אבער געוואלד, צו וואס האט דאס פאסירט?

דאס קינד, איז אפאר מאל שטול געבליבן אין שול, אינמיטן דעם קדיש, ער איז נאך צו יונג צוזאגן אזעלכע "שווערע" ווערטער! איך האב אים געדארפט אינטערזאגן דעם "וימליך מלכותיה"! איך האב אים מיטגעהאלפן ארויסזאגן דעם "בחייכון וביומיכון" ווען עס נאגט מיר ביים הארץ, און עס ווארפן זיך מיינע אלע חושים, איך זאל נישט אראפגיין פון זינען

ועל של עתה, דאס קינד, גייט יעצט זיין ביים סדר פון זיין... .... .... און מיט זיין לעכטיג זיס קול חזר'ט ער שוין די ווערטער: טאטע לעבן!!, איך וויל דיר פיר קשיות פרעגן!!...

איך האב עס יעצט געהערט פון זיין מויל, און איך האב געמוזט אויסברעכן אין א געוויין!

שומי שמים, ס'איז דאך א הימל-געשריי!!

... ... ...

יא! טאטע אין הימל, די אלמנה גייט אינעם "זמן חירותינו" זיצן ביים עק טיש און עס מיטלעבן!!

ווי קען מען דאס אויסהאלטן? הייליגער באשעפער וויאזוי?

עס טוהט וויי, אבער זייער וויי!!

.. ... ...

... ... ...

טאטע זיסער! דו האסט באפוילן פאר משה רבינו, ער זאל שרייבן אין די הייליגע תורה [די וואכעדיגע סדרה פ' אחרי] ואמר לבני ישראל, דם כל בשר לא תאכלו, כי נפש כל בשר דמו הוא!

עס שטייט אין ירושלמי: הקב"ה שומר משמרתה של תורה, איז יעצט לעבעדיגער טאטע, ווי קען מען אזויפיל אידיש בלוט פארגיסן, אזויפיל בלוט!!

איך וויין, די טרערן רינען מיר פון די אויגן, און עס הערט נישט אויף, אזויפיל בלוט, אזויפיל בלוט!! געוואלד!

איך בין געווען דעם חודש טבת אין שפיטאל, אויפזיין א נאכט מיט א נאנטן אין די משפחה... אוי טאטע טאטע, דו ביבסט דאך אויך דארט געווען, דערפאר פרעג איך דיר, הזאת נעמי?

מיט אזויפיל צרות, מיט אזעלכע יסורים דארף זיך דיין עם הנבחר ארומווארפן?

וואס פאר א בושה איז דאס?

[דאס אז כלל ישראל פארמאגט ליידער אביסעלע חטאים, איז נישט קיין תירוץ! דו שרייבסט די וואך אין די תורה "השוכן אתם בתוך טומאותם"! יא טאטע, דו האסט דאס געשריבן...

ס'טוהט וויי, זייער וויי!


איך בין ארומגעגאנגן אפאר מאל אינמיטן די נאכט, אין די האטל [פונעם שפיטאל], אלעס איז שטול, אלעס שלאפט! אויפאמאל כאפ איך אויף א קרעכצעדיגע שמועס פון א צימער, איך בין צוגעגאנגן נענטער, און געהערט אז דאס איז אידיש, אוי געוואלד, עס רעדט דארט א יונג בחור'ל מיט זיין מאמע וואס טראגט א רעכט חסידישן צניעות'דיגן לבוש, דער בחור רעדט און פרעגט, און די מאמע מיט א ווארימען קוש אויפן בחור'ס שטערן זאגט: נאך אביסל צדיק, נאך אביסל, אלעס וועט אדורכגיין בשלום!! דו וועסט נאך א חתן ווערן, צו די פרייד פון די גאנצע משפחה!!

און איך שטיי אינדרויסן, און פרעג מיט ביטערניש: באשעפער, ווי מעג מען אזוינס טהן? וואס גייט דא פאר? זענען מיר דיינע קינדער? דעמאלטס ווי איז אונזער טאטע?

למה יאמרו הגוים!

אוי ווי ס'טוה וויי.... ....


האסט פאר אונזער מאמע רחל צוגעזאגט: מנעי קולך מבכי וגו' ושבו בנים לגבולם.

גייט טאקע די אלמנה הערן פון איר קליינעם, ווי ער זינגט זיך אונטער: טאטע לעבן.. ... איך האב דיר געפרעגט וכו' זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ!! און דערנאך וועט הערשן א טויט-שטילקייט??

גייט טאקע דאס אזוי אויסזעהן???

ס'רייסט ביים געוויסן!! פארוואס זאל די אלמנה נישט צוריקהערן פון דיר בורא עולם, די ווערטער:

מיין קינד, וויין נישט!! מיין קינד בארואיג דיך!! ווייל אט אט ושבו בנים לגבולם, און עטץ וועטץ ענק ביידע צוזאמען זיך נאך צוזאמטרעפן!!

אוי באשעפער טוה עס!!

* * *

יא טאטע, מיר ווייסן אז ס'איז שוין די ענדע

יא! מיר גלייבן און ווייסן קלאר ווי דערטאג, אז דו גרויסע טאטע, וועסט אונז שוין פון דא ארויסנעמען!!

ס'וועט אונז ווערן לעכטיג ווי די זוהן ווען מיר וועלן גיין אויף די ענני הכבוד וואס וועט אונז פירן מיט זיכערע טריט קיין ירושלים עיר הקודש.

ואף על פי שיתמהמה, אף על פי כן, אם כל זה אחכה, מיר ווארטן און ווארטן.

אב הרחמן, ווער ווי דו ווייסט, וויפיל ווערטער איך האב פון דעם דורכגעווייקטן נאסן צעטל אראפגענומען, ווערטער וואס א איד א מאמין האט נישט אפילו וואס צו פרעגן!

מיר גלייבן, און מיר זענען פעלזן פעסט אין די י"ג עקרים, און אין דעם איז נכלל דעם "הוא בורא ומנהיג וכו', והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים" און מיר גלייבן מיט שטאלץ! כאטש אסאך אסאך אומפארשטענדליכע זאכן פאסירן ארום אונז!!

הייליגער באשעפער, קענסט עס אנרופן "עם קשה עורף"!! מיר בלייבן ביי דעם "ואהבת את ד' אלקיך, בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך"!!


בטוח אני באלה, איך בין זיכער ביי מיר, אז הנה זה עומד אחר כתלינו, מיר זעהן אלע סימנים דערצוה, ס'וועט קיינער קיין קשיא נישט פרעגן אז די זמן הגאולה שטומט נישט מיט איינע פון די סימנים אין סוף מס' סוטה!...

השתא הכא, אבער די גמרא אין מס' ראש השנה זאגט, בניסן נגאלו, ובניסן עתידין להגאל, דער עני ורוכב על החמור איז שוין אט אט ביי אונזער טיר!!

לשנה הבאה בארעא דישראל!!

אבער דאך הייליגער באשפער, געב נאך א שמיטץ אויפן חמור, יאג אים אינטער, ווייל, יעדע סעקונדע דא, טוט דאך אזוי וויי!

זך שוכן מעונה, קומם קהל עדת מי מנה
בקרוב נהל נטעי כנה
פדוים לציון, אוי פדוים לציון, ברנה

לשנה הבאה בירושלים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח יגר'ל פארן צוברענגן דעם געלונגענעם ארטיקל פון איינע פון מיינע פעווארייט שרייבער אויף היידפארק הרב עצה-טובה שליט"א, עס איז זייער פאסיג אויפן היינטיגן טאג, וואס אויסערדעם וואס מען קלאגט אויפן חורבן, וואס ווערט אפגעשפיגלט אין די ערשטע האלב ארטיקל, איז היינט אויך דער טאג וואס משיח ווערט געבוירן, וואס איז ווי באקאנט תשעה באב נאך חצות, און דאס שטימט מיטן צווייטן, חיזוק'דיגן האלב פונעם ארטיקל.

ויהי רצון שיבנה בית המקדש במהרה בימינו אמן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אמן ואמן , ס'איז זייער עמאשענעל , דאס העלפט ארויס מ'זאל נישט מסיח דעת זיין פונעם היינטיגן טרויעריגן טאג ,
איך וויל חלילה נישט ארויס ברענגען אז ער איז נישט גערעכט , אבער מ'האט היינט געזאגט אין קינות , אז דער אייבישטער קלאגט , אז וואס ס'געשעט צו זיי לאזן זיי וויסן אבער וואס זיי האבן געטוהן לאזן זיי נישט וויסן , נאר וואס דען איך זאג אלץ אונז טוה מיר טאקע עבירות מ'לאזט זיך איבעררעדן פונעם יצר הרע , אבער מיר זענען דאך נישט ערגער פון די אומות העולם , וואס אפילו דאס ביסל וואס מ'האט זיי באפוילן , האלטן זיי אויך נישט , און אויך ווי נישט ווי , איז דאך היינט דא אזויפיל גוטע ארגעניזאציעס חסד דרייט זיך אונטער די פוס , היכל התורה'ס ווערן געבויעט איבעראל און ס'איז פול , ס'איז שוין צייט אז ס'זאל מקויים ווערן וואס דער הייליגער אפטא'ר צדיק דער אוהב ישראל האט געזאגט אז ס'זאל זיין קודם השיבנו השם אליך און דערנאך ונשובה , און איך מיין אז דער באשעפער וועט נישט חרטה האבן דערויף ,
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מ'מוז קוקן אויף אלע זייטן פון די מטבע, אין די קינות אליין איז אויך געגאנגן א קאפיטל אזוי און א קאפיטל אזוי, אוודאי זענען מיר שולדיג, און ס'קומט זיך אונז קלעפ, ליידער בעונותינו הרבים, אבער ווען מ'כאפט דעם קלאפ וויינט מען. און ווי שטערקער דער קלאפ טוט וויי, אלטס העכער זענען די בכיות, ליידער.

לימוד זכותים אויף כלל ישראל איז דא גאר אסאך.

ה' נתן וה' לקח יהי שם ד' מבורך, מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מורא'דיג מורא'דיג, איבער די נושא וואס, איך הער רעדט על איך לאזן מארגן אדער אינאנדער געלעגנהייט, דעם דאיען ענפערן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פריש ארויפגעברענגט.
An article a day keeps the babies away
פרשנדתא

ט' באב געזאנקען: הייליגער באשעפער, שיק שוין משיח צדקינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשנדתא »

תשעה באב נאכמיטאג, וואס טוט מען?
לערנען וואס מ'מעג? כ'האב דאך נישט די קאפ צו קאנצעטרירן!
שפילן מיט מיין שעפעלע? ערשטענס ער שלאפט יעצט, צווייטענס מעג מען דען? לכאורה נישט!
עסן? חס ושלום! טרינקן? אודאי נישט! שלאפן? באלד!

עמיר זיך אביסל מתבונן זיין אין די אבלות פון די היינטיגן טאג, יום שריפת בית אלוקינו.

אלזא, ווען מיר זאלן ווען צוזאנעמען אלע מדרשים און מאמרי חז"ל וואס האט זיך אפגעטוען בשעת'ן חורבן בית המקדש, וואלטן מיר נישט יוצא געווען מיט זיצן אויפ'ן ערד פאר קארגע צוויי שעה און זאגן די קינות'לעך. די מעשיות פון די חורבן פון ביידע בתי מקדש האבן זיך דאך אפגעשפילט אין א המשך פון עטליכע יאר פאר'ן חורבן און נאכדעם. צרות און הריגות און שחיטות וואס ס'לאזט זיך גארנישט שרייבן. לאמיר זיך אבער נעמען איבער די חורבן בדרך כלל.

דאס ערשטע איז דאך פארשטייט זיך אונזער הייליגער בית המקדש איז חרוב געווארן, ס'האבן זיך אויפגעהערט דאס מקריב זיין קרבנות, סיי קרבנות תודה וואס א איד האט מקריב געווען ווען ער האט געוואלט אויסדריקן א שבח והודאה פאר'ן בורא כל עולמים, סיי קרבנות כפרה וואס מ'האט געדארפט ברענגן ווען מ'האט חלילה געזינדיגט און מ'איז ארויס ריין אויסגעוואשן ווי א תינוק בן יומו, צו איז דאס קרבנות צבור ויחיד ביי יעדן יומא דפגרא, שבתים, ראשי חודש, ימים טובים וכו' וכו', א ליכטיגקייט האט אריינגעשיינט אין יעדן איד, א פרייליכקייט האט זיך אויסגעגאסן אויף יעדנ'ס פנים. ועל כולם איז דאך געווען די השראת השכינה בתוך עם ישראל, מ'האט דאס געפילט און געזעהן, ס'איז געווען אסאך שווערער צו טוהן אן עבירה און געשמאקער צו טוהן א מצוה, מ'האט דאך געהאט און געפילט אז דער באשעפער איז מיט אונז. יעדן שבת און יו"ט מיט אזא געפיל איז דאך צוגעגאנגן גאנץ אנדערש ווען מ'האט געוואוסט אז מיר האבן דא אין שכנות דאס הייליג בית המקדש וואו ס'ריהט משכן כבודו פון די שכינה הקדושה.
ועתה אהה.... מיר האבן דאס פארלוירן, א בחינה פון סילוק השכינה, מ'פילט נישט די הייליגקייט פון אמאל, די דערהויבנקייט, די שמחת החיים און התרוממות הנפש האט זיך מיטאמאל אויפגעהערט.

פון די אנדערע זייט איז דאס אז מיר זענען אין גלות און מ'ווערט אונטערדריקט דורך די אומות העולם, זיי טוען אונז פייניגן און שלאגן, שרייען און טשעפן, ב"ה דאהי אין ניו יארק ווייסט מען נישט אזוי סאך דערפון, אבער מ'גייט אביסל ארויס אין אנדערע שטעט, און בכלל אין יוראפ און נאך ווייטער, ס'איז דאך ממש א שרעק ארויסצוגיין אויף די גאס, מ'פילט ממש ווי מ'איז די אראפגעקוקטסטע בריה אויף די וועלט. און דאס דארף מען דאך בכלל נישט ארויסברענגן, יעדער פארשטייט און מ'זעהט וואס טוט זיך היינט אפ מיט כלל ישראל בגשמיות, איי צרות ישראל פארמערן זיך כסדר, אזויפיל עניים ואביונים, יתומים ואלמנות, אידן וואס זענען נעבעך צוגעשמידט צום בעט אין שפיטאל, אוי באשעפער האב שוין רחמנות אויף אידישע קינדער.

יעדעס מאל ס'זאל זיך נישט מאכן, א צרה אין א אידיש הויז, אן ענגשאפט, צו איז דאס ביי זיך צו איז דאס ביים חבר / משפחה און אזוי ווייטער. מאכט זיך אזא פילינג און מ'זאגט ארויס פון מויל "יוי באשעפער, שיק שוין משיח צדקינו". יא יא, ווי ריכטיג זענען די ווערטער, כלל ישראל פארדינט שוין אן אויסלייז פון די ביטערע גלות, און מ'וועט געהאלפן ווערן פון אלע צרות ווי א זייפן בלאז.

לאמיר זיך אבער מאכן א חשבון. ירמיה הנביא הייבט אן מגילת איכה "איכה ישבה בדד", ער קלאגט טאקע אויף דעם אז די אידן זענען פארטריבן געווארן פון זייער לאנד, און אז זיי זענען אויסגעהארגעט געווארן און אלע צרות וואס האבן זיך דאן אפגעטוהן. און אודאי האט עם אויך ווייגעטוהן דאס זעלבסט אז די אידן זענען אזוי צוקלאפט און צושלאגן, אבער קודם איכה ישבה בדד "העיר" רבתי עם, ער קלאגט אויף די "שטאט ירושלים" אז זי איז ליידיג געווארן פון אירע איינוואוינער, דאס איז טאקע די אידן וואס ער וועט שפעטער וויינען איבער זיי, אבער יעצט ווען ער וויל ארויסברענגן די צרות וואס די אידישע קינדער האבן מיטגעמאכט ברעגנט ער דאס ארויס אלץ קלאג אויף די שטאט ירושלים. ער קלאגט אויף די צער השכינה וואס זי איז בצער איבער די צרות פון כלל ישראל, בבחינת בכל צרתם לו צר. ער קלאגט אויף ציון אז זי איז געווארן די רעדע און שאנד פון די גאנצע וועלט. ער קלאגט אויף די וועלט אז זי האט נישט די בית המקדש. ער קלאגט אויף די שכינה הקדושה אז זי האט נישט איר וואוין ארט. ער קלאגט אויף די בית המקדש זעלבסט אז זי איז ארויפגעגאנגן אין פלאמען. ער קלאגט אויף די חילול השם וואס די גוים האבן אפגעטוהן אין מקום בית מקדשינו. ערשט דערנאך הייבט ער אן "אני הגבר ראה עני בשבט עברתו", דא קלאגט ער שוין אויף צרות פון די אידן זעלבסט אז ס'איז טינקל און פינסטער פאר די אידן, די אידן האבן אלעס פארלוירן וואס זיי האבן געהאט, זיי ווערן אויסגעהארגעט און ערמארדעט על קידוש השם, האבן נישט וואס אין מויל צו נעמען, ווערן פארשעמט און נאכגעשריגן דורך די רשעים די פיינט וכו' וכו'.

דאס איז דאך די ריכטיגע וועג פון קלאגן אזוי ווי מיר זעהן אין אלע ספרים הקדושים אז מ'זאל קלאגן אויף די צער השכינה און דעמאלטס וועט משיח צדקינו קומען צו גיין.

ווען מיר זאלן אביסל אריינטראכטן וויאזוי מיר לעבן היינט, מיט וואסערע געפילן און אומשטענדן, עמיר זעהן אז מיר האלטן גארנישט אזוי הונטערשטעליג. ווען מיר הערן אז ס'קומט אויף א גזירה אויף אידן אין ארץ ישראל וועלן מיר מוחה זיין בלב ונפש דערויף, און קלאגן און וויינען אויפ'ן עלבון השכינה וואס מ'פירט זיך אזוי אויף בפלטרין של מלך. צו איז דאס איבער די גזירה פון חטוטי שכבי, נארישקייט מארש, גיוס בנות, און אלע דריי עבירות וואס ווערן ליידער געטוהן אן קיין שטער, הערט זיך נאך ווי די וויי געשריי פון גאנץ כלל ישראל. און וואס איז דען די געשריי? אויפ'ן צער ועלבון השכינה, אויפ'ן געוואלדיגן חילול השם וואס ווערט געשאפן אינעם גאנץ וועלט, אויפ'ן שרעקליכן חילול הקודש והמקדש דורך רשעי ישראל וכו' וכו'. בכלל, ווען מיר באגעגענען זיך מיט פרייע אידן, פראפעסארן, לויערס, דאקטורים וכו', וועט זיך אלץ ארויסזאגן פונעם מויל א "נעבעך" צו א "רחמנות". וואס איז? מיר וויינען אויפ'ן ווייטאג פון די שכינה וואס ער וויינט אויפ'ן פארלוסט פון זיינע אידישע קינדער וואס ווערן פארלוירן אינעם עולם התוהו. אודאי ווען מ'הערט זיך צאם אזויפיהל צרות ישראל גיט מען א שריי פון הארץ ארויס "יוי באשעפער לייז אונז שוין אויס פון גלות", אבער פונקט אזוי אדער אסאך מער הערט מען די וויי געשריי אויף די חילול השם וואס ווערט געשאפן אינעם היינטיגן דור.

אוי באשעפער טייערע, דו ווייסטעך יא וואס מיר טראכטן, דו ווייסטעך אז מיר מיינען דיין כבוד, אז מיר ווייטאגן מיט דיין ווייטאג, מיר לאזן זיך שלאגן, פייניגן און ארעסטירן נאר לכבוד שמך יתברך ויתעלה, אלעס וואס מיר טוען איז דאך נאר אז ס'זאל נתרבה ווערן כבוד שמים, נו בעטן מיר דיר, שיק אונז שוין טאקע משיח צדקינו נאך היינט, מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות אינגיכן, מיר וועלן זיין דבוק אין דיר כל הימים, נאר טוהן דיין רצון, ס'ווערט אונז גארנישט אנדערש אינטערסירן, לאז אונז שוין זוכה זיין צו בנין בית הבחירה במהרה, לאז אונז שוין הנאה האבן פון די שלש רגלים אזוי ווי מיר לערנען אלץ אין דיין תורה מיט'ן מקריב זיין די קרבנות, קרבן פסח, אכילת מצה, שתי הלחם, עבודת יום הכפורים איי ווי לעכטיג וועט דאס זיין, שמחת בית השואבה, איי רבוש"ע, טוה אונז צוליעב, מיר זאגן צו מיר וועלן זיין גוט און פיין, קיינמאל חלילה נישט עובר זיין אויף דיין הייליג באפעל, און אלץ ממלא זיין דיינע בקשות. און אודאי און אודאי, מיר קענען שוין נישט צוקוקן די צער פון כלל ישראל פון די צרות יגון ואנחה וואס מיר מאכן מיט. לאמיר צוזאמען ווארטן אויף ביאת בן דוד, מיר וועלן געהאלפן ווערן מיט אלע מיני ישועות ורפואות בקרוב ממש. אמן.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

א געוואלדיגע ארטיקל. פששששש, אזוינס און אזעלכס.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

כ'גלייב נישט....... אנייע מעמבער אזא לאנגע דרשה? האט זיך געלוינט צו ווארטן. קיעפ אן יור גוד ווארק. לאמיר האפן מיר וועלן הערן פרייליכע דרשות אויך.

אגב: מנהלים, אפשר דארף מען שיקן די אשכול צו היימישע קרעטשמע אדער גאר צום סמעטענע. טוטס וויזוי עטס פארשטייטס.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פרשנדתא, דיין נאמען קלינגט נישט צום ארטיקל.

האסט מיר דערמאנט א באשרייבונג וואס כ'האב אמאל געזען, כ'דענק שוין נישט פונקטליך וואו, אז משיח האט אמאל געטראכט, אז אפשר איז שוין צייט ער זאל קומען אויסלייזן כלל ישראל, האט ער געטראכט, לאמיר זען צו מ'דארף מיך אפילו, לאמיר זען צו איינער איז אפילו נייגעריג אויף מיר, איז ער געגאנגען שפאצירן אין מארק, און קוקט זיך אזוי צו, צו די הענדלער, שטייט דארט איינער וואס האט נישט אנגעיאגט צו פארקויפן זיינע זאכן, לויט וויפיל ער האט געשאצט צו פארקויפן פאר יענעם טאג, און קלאגט אזוי צו זיך, איי איי משיח מעג שוין קומען, נו, טראכט משיח, פאר דעם אז ער זאל פארקויפן זיינע זאכן ברויך איך נאכנישט קומען, איז ער אנגעקומען נעבן א שוסטער, און פונקט איז די נאגל וואס דער שוסטער האט געוואלט אריין האקן אין זויל, אוועק געשפרינגען, געט ער זיך א צוקרעכטס, איי איי משיח מעג שוין קומען, נו, טראכט משיח ווייטער, פאר זיין נאגל פעלט נאך אויך נישט אויס איך זאל קומען, לאמיר גיין אין בית מדרש אפשר דארט ווארט איינער אויף מיר, הער ער ווי צוויי למדנים טענה'ן זיך איבער אן ענין, און ווען איינער פון זיי האט באמערקט אז דעם צווייטענס פשט זעט אויס בעסער, האט ער צוקרעכטס, נע, ס'טויג נישט, ס'גייט מיר נישט גוט היינט, משיח מעג ווען שוין קומען, נו, טראכט משיח, פלעין אז ער זאל אויספירן אז זיין פשט זאל זיין בעסער, ברויך איך נאכנישט קומען, און אזוי ווארטן מיר נאך היינט.

מיר פארשטייען אז ס'איז נאר א משל, אבער אונטערן באוואוסטזיין, ווארטן מיר דען טאקע אויף משיח? איז שוין איינעם בייגעפאלן, ווען ער מאכט א גוט געשעפט זיך צו געבן א רוף אן, אה, שכוח הייליגער באשעפער פארן מיר צו פירן אזא גוט געשעפט, אבער איך בעט דיר שיק נאך אלץ משיח, דאן וועט דאך זיין אסאך בעסער ברוחניות ובגשמיות? אדער נאר חלילה ווען ער האט געהערט אז א יונגער מענטש איז נפטר געווארן דאן האט זיך ערוועקט אין אים דאס רחמנות אויף משיח? דער אייבישטער וויל אז ס'זאל זיין אחכה לו בכל יום שיבא, אבער טאקע בכל יום, און אין יעדע מצב, סיי ס'גייט גוט, און סיי חלילה נישט, איך וויל חלילה נישט בארעדן כלל ישראל, נאר געבן חומר למחשבה, וואו האלטן מיר אויף די וועלט? שוין אזויפיל יאר מיר זענען פארטריבן אין גלות ועדיין לא נושענו, איז דען נישט דא גוטע זאכן ביי כלל ישראל, וואס מיט דעם זאלן זיי זיין ווערט ביאת משיח? נאך ווי ס'איז דא, אזויפיל חסד ארגעניזאציעס, לשון הרע אויפוואכונג, צניעות דרשות, אבער מיר דארפן אים וועלן, מיר דארפן אים ווארטן, מיט כוונה און מיטן מויל, לאמיר נישט פארגעסן פון אים קיין איין רגע, און מיר זענען זיכער אז די גאולה איז שוין נאנט, אוי רבונו של עולם, שיק שוין משיח, עסט זען אז דו וועסט נישט חרטה האבן, דיינע קינדער וועלן אויפלעבן, אויב רוחניות האט יעצט אן אויפוואכונג, וועט עס דאן זיין אויף אסאך א גרעסערן אופן, ובחנוני נא בזאת, שיק אים נאר וועסטו שוין זעהן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח פרשנדתא פאר די דברים נכונים וברורים, דבר יום ביומו ומועד במועדו (דת"ב איקרי מועד כמבואר בחז"ל).
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

אויסערגעוענליך, פרשנדתא, אן ארטיקל מיט אסאך געפיל און ריכטיגער אינהאלט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

פשנדתא, א מורא'דיגער ארטיקל, כ'האב עס געליינט יעצט, נאך פאר חצות,

א גרויסן יישר כח, האלט אן דיין הייליגע ארבייט, און שרייב אינז ארטיקלען של שמחה אויך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

יעצט באמערקט דעם ארטיקל, מוראדיג גוט, מוראדיג ווארעם.

קומט אריין פרשנדתא, מאכט אייך היימיש, אויף אזעלכע מענטשן ווי דו שטייט די וועל.. אמ די קרעטשמע.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

דברים נכונים ואמתיים. זייער א תוכנ'פולער ארטיקל. מיר בעטן זיך צו אייך, פרשנדתא, שלא יבוש מעיינך. איר זענט אן ערשט קלאסיגער שרייבער און מיר גערן צו הערן אייערע פערל רייד.
פרשנדתא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשנדתא »

יישר יישר. אי"ה ווען כ'וועל האבן נאך אביסל צייט וועל איך שרייבן נאך אביסל, שכח אייך אלע פאר'ן געבן א געלעגנהייט וואו צו ארויסגעבן מיינע טאלאנטן.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

די וועלט זאגט אז מ'האט א איד האט אמאל געפרעגט א גדול: איך האב נאר 15 מינוט אין טאג, וואס זאלעך (קאפירייט...) לערנען דעמאלטס? האט עם דער גדול גענפערט: לערן מוסר, וועסטו געוואויר ווערן אז דו האסט מער צייט.
לעניננו, מיר אלע האבן זייער הנאה געהאט פון דיין ערשטן ארטיקל, דו זאגסט נאר אז דו האסט נישט קיין צייט, דריי זיך דא אביסל אין קרעטשמע וועסטו געוואויר ווערן אז דו האסט אסאך אסאך צייט....
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

פרשנדתא, דו ביסט דאך ריזיק, רואיגע איידעלע סטרונעס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פרשנדתא, וואו ביזטע געוועזן ביז היינט, הע?
דיינע ווערטער צעגייען אין אלע מיינע גלידער.
An article a day keeps the babies away
פרשנדתא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשנדתא »

נאו נאו, נישט דאס האב איך געוואלט. די ווערטער זאלן זיך האלטן, דיינע גלידער זאלן צוגיין......
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

נו, ס'פאסט נישט פרשנדתא. זיינע גלידער זאלן צוגייין? א שטייגער ווי ווען אויף אלע וויליאמסבורגע ווינקלען האבן זיך געזעהן די "קנאי'שע" ספרעי אויפשריפטן "שחיק טמיא"?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פרשנדתא;
שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטער קאצקער-סטיל ווארט. שכוח פאר'ן מיך מהנה זיין.
An article a day keeps the babies away
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

אפילו איצטערט י"א אב נאכמיטאג, נאך חצות, איז עס מורא'דיג באלערנד.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יגר'ל א גרויסע שכח פאר'ן לייגען די לינק פון דער ארטיקעל אין דיין הגדה אשכל, איך האב יעצט געליינט און אויך געוויינט, איך קען נישט דער איד, נישט זיין שוואגער אדער שוועגערין און נישט זיינע קינדער, אבער וואס איז א נ"מ ווער און וואס זיי זענען? וואס איז א נ"מ אויב זיי זענען חסידיש צו ליטוויש, סאטמאר צו לעיקוואד, חרדי צו דתי, פרום אדער פריי, אז איינעמ'ס קינד ליידט ליידט די טאטע ס'מערסטע אפילו אויב די קינד איז אנדערש ווי אים, און די טאטע אין הימל ליידט דאך דאס מערסטע ועל זה קבכינא.



זאל די אייבישטע דערפרייען אלע ציבראכענע געמיטער און אויסהיילען די פארוואונדעטע הערצער מיט השתא בארע דישראל כבני חורין.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אלץ-ווייסער

בכיות נוראות אויף תשעה באב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

זוכנדיג אין מיין קאלעקציע האב איך געפונען די קלאגן און קינות פונעם מגיד ר' משה בראווערמאן שליט"א
די בכיות זענען אויסטערלישע און גאר ארגינאל.
הערט א 7 מינוטיגע קליפ אין MP4 פארמאט.

http://www.divshare.com/download/5118615-e0a
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”