פרה אדומה, אשר לא עלה עליה עול

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יוני 27, 2007 5:12 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:הרב בני היכלא,
קורא אני עליך: "מקים עולה של תורה והחזיר עטרה ליושנה". שבתחילה כשנשתכחו תורה מבי ספסלא דקרעטשמתא, עלה קרעמער מגוב האריות ויסדה. חזרה ונשתכחה, עלה בני היכלא מ? וחזר ויסדה (סוכה כ'). גלייב מיר, הרב בני היכלא, איך האב נאך נישט די ריכטיגע ווערטער ארויסצוברענגען מיינע געפילן איבער דיין ערשינונג צווישן אונזערע פיר ווענט. כי אותך ראיתי לפני בקרעטשמע הזה! זינט דיין ערשינונג צווישן אונזערע פיר ווענט האסטו שוין באוויזן גדלות ונצורות. דו האסט קיין אנונג נישט וואס א חיות דו האסט אריינגעבלאזן אין אונזערע דערפערישע פראסטע נשמות היבשות. אלס אן אלטער תושב דא אין דארף קען דיר זאגן בפה מלא: "הלא אם קטן אתה בעיניך ראש שבטי ישראל אתה". דו ביסט א מענטש מלא חכמה מדע ודעת; א תלמוד חכם עצום בש"ס, בהלכה, באגדה ובחסידות. ועל כולם, א ידען נפלא ועצום בתולדות ימי עולם, ובפרט בפרקי תולדות עם ישראל, כולל: שפתיה, ספריה, גדוליה, מנהיגיה, מחבליה, גלותיה, און וואס נישט. זיי וויסן, אז דיינע רייכע ידיעות, מיט וואס דו באצירסט די קרעטשמע, האט א ווייטגרייכנדע השפעה איבערן גייסט פונעם גאנצן דארף, ס'האט געמאכט א מהפכה.


אמן ואמן, האסט נאך ווייניג געזאגט ארויסצוברענגן די הכרת הטוב וואס מיר דא אין קרעטשמע, בפרט ביני ספסלי דבי מדרשא של הקרעטשמע, שפירן פאר אונזער רבי הרב בני-היכלא, וועלכער איז ווי א מעיין המתגבר איבערצוגעבן אפס קצהו פון זיין געוואלדיגע בקיאות און חריפות פאר אונזערע קליינע מוחות. זכות הרבים תלוי בו!

זארעכפעפער האט געשריבן:חידושים איז אין מיינע אויגן א געבורטס פעלער נעבעך... ס'הייסט, די רעבישע קינדער וואס זענען נעבעך געבוירן געווארן שלא על מנת ללמוד וללמד להבין ולהשכיל, נאר לבנות ולגגג לפלפל ולסלסל, מחדש זיין חידושים על גבי פלפולים וגגים על גג פלפולים של הבל אשר ישאם הרוח, אויף זיי איז נעבעך א ביטער רחמנות, שמעולם לא טעמו ולא יטעמו טעם עריבות ומתיקות התורה להבינה ולהשכילה לאמיתתה ועל בורי'. די יעניגע, ווען זיי זעצן זיך לערנען א שטיקל גמרא, נאך איידער זיי האבן עספיעט צו פארשטיין אפי' די א' ב' פון די גמרא, האבן זיי שוין א פלפול צו פארענטפערן דעם קצות'ענס קשיא, נו, קענסטעך שוין אליין פארשטעלן אז נאך אזא סארט געלערענעכץ קלעבט דאך זייער חידוש ווי ארבעס צו דער וואנט...


איך בין מיט דיר אויף דעם פרט אז בעפאר מען קען נישט קיין שטיקל גמרא דורך און דורך, איז נישט שייך צו בויען דערויף קיין חידושים, א שטייגער ווי איך זאג כסדר אז ר' יוסף ענגל בעפאר ער האט זיך גענומען שרייבן זיינע ספרים האט ער אדורכגענומען ש"ס בבלי וירושלמי וכו', אנדערש ווי די היינטיגע מחברים וואס קענען די גמרא פונעם דורש טוב ודו"ק.

אבער איך האף אז דו מאכסט נישט לגמרי אוועק דעם ענין פון חידושי תורה ח"ו, וואס זענען געשאנקן געווארן אלס מתנה פאר יעדן תלמיד ותיק פון בארג סיני, ודי בזה.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך יוני 27, 2007 6:18 pm

להצטרף על דברי חבירי, איר וועט פון מיר דא נישט זען קיין תגובה, דא בין איך זייער שעמעדיג אז מ'וועט מיך כאפן ביי גראבע עם הארציות'ן, אבער איך ליין כמעט אלעס דורך בעיון. ייש"כ פאר בני הכלא, און אויך פאר דיר קרעמער, און פאר זארעכן און פאר יעדעם. איך שעפ אסאך חיות פון דעם פורום.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מיטוואך יוני 27, 2007 6:50 pm

הרב ר' זארעכ, איך בין נאך אינגאנצן צומישט פון דיינע דיבורים, ס'ליגט מיר אין האלז, שטערנדיג מיינע שטים בענדער פון פונקציאנירן צו ענטפערן, איך ווייס נישט צי איך זאל עס אראפשלינגען, אויסשפייען, זיך דערשטיקן דערמיט, דאס פנים פלאמט מיר פון ..., איך האב ערנסט געטראכט עובר צו זיין אויפן לא תקום, אבער כ'האב איינגעזען, אז ניין, ס'וועט זיך מיר סיי ווי סיי נישט איינגעבן, פארפאלן, קענסט בעסער די מלאכה, איך קען נישט קאמפיטען מיט דיר, איי על נעווער ביעט יו, נישט מיטן שפראך, הומאר, מליצות, מח, און ועל כולם וויפיל הארץ דו לייגסט אריין אין דיינע מאמרים, כנראה איז דאס דער שליסל פון דיין הצלחה, דו באווייזט צו באנעמען מענטשען, כה לחי!!!

קרעמער, א שקויעך, אפשר וועט דאס גורם זיין אז איך זאל מיך זעצן לערנען, ווי באקאנט די מעשה מיטן שינאווער רב וואס מ'האט אים געזען זיך וואשן מיט מורא'דיגע הידורים ביי נטילת ידים לסעודה, (אזויווי רבי ר' שמעלקע האט געהאט 300 חומרות ביי נט"י), האט ער זיך פארענטפערט, אז וויבאלד מ'שרייבט אויף אים א טיטל, 'הקדוש', וויל ער נישט אז דער שרייבער זאל נכשל ווערן מיט שקר, טוט ער דברים שבקדושה, ס'זאל חל זיין די דבורים אויף א דבר אמת, והתקדשתם זו מים ראשונים זאגט די גמרא.

אודאי אודאי בין איך גרייט צו הערן, רצוננו לשמוע את מלכנו, נעשה ונשמע, אדרבה ואדרבה זאג און זאג, אבי איינער האט זיך אנגערופן צו די מודעה רבא לאורייתא, וואס 'מכריז ר' בני היכלא', 'מי האיש החפץ ללמוד תורה', פרייט מיר דאס הארץ, אז איך וועל האבן א שיעור מיט אייך, אין די ד' אמות של הקרעטשמע.

מילער, (איך האב געזען דיין נייעם בילד, רעד דיך נישט איין אז נישט), ליידער האט דער מעין החכמה, (דער מחבר איז ר' נח חיים צבי ברלין אב"ד שלש קהלות אה"ו באקאנט אויף זיין שטארקע פלפול'דיג ספר "עצי אלמוגים", ער איז געווען ר' וואלף היידענהיים'ס רבי), נאר מעורר געווען אויפן סתירה, ער שרייבט נאר "אבל דבריו סותרים למ"ש בפי' המשנה, וצ"ע".
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מיטוואך יוני 27, 2007 10:41 pm

אשכול, אשכול, ירבו כמותך בקרעטשמע.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג יוני 28, 2007 12:37 am

קרעמער, איך האב געטראכט אפשר בדרך הלצה, אז לכאורה רעדט נישט די משנה פון א פרה'ס מאמע, ווייל צו זיין א מאמע פון א פרה, דארף זי שוין זיין אין עלטער פון פינף יאר, (דפרה בת שלש או ארבע כדרבנן, ופרה אינו מוליד עד בת שלש, כדמביא הר"ש בשם משנה דבכורות יט-ב, ועיי' תוס' שם), און דאס רופט שוין אן די ערשטע משנה אין פרהן בשם 'זקינה' און ס'שטייט אז ס'איז נישט קיין כבוד, במילא האט די משנה מפני הכבוד גערעדט פון פרות זקינות.

דיין אנדערע תירוץ, פון היא למעלה איז נישט משנה, וויבאלד ס'איז געטון געווארן א מלאכה דערמיט בפועל איז עס פסולה, און ס'איז נישט אנדערש ווי עשה לה סנדל, נתלה בזנבה, קשרה במוסרה, צי הכניסה לדוש ודשה אפי' מאליה פסולה.

ס'איז דא אבער א מחלוקת הראשונים אינם גדר פון עלה עליה עול, (עיי' ברמב"ם ובראב"ד, ובנו"כ שם), און אפי' לויטן ר"ש וואס ענטפערט אין סוף פרק ב' א תירוץ אז ביי א מענטש וואס איז מרביע אויב איז ער אויף א ספסל וואלט נישט געווען א פראבלעם, אבער דאס איז נאר א מענטש, א בהמה קען דאך אויף קיין ספסל נישט קריכן, איז ער זיך משתמש מיט די בהמה.

יגר
יור סאפארט ענד ענקארעדזשמענט איז גרעיטלי עפרישיעיטעד, דאס מיינט אסאך, אז די ראש הקהל לאזט זיך אראפ צו הערן וואס די שוסטערס האבן צו זאגן, ירבו ראה"ק כמותך.
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג יוני 28, 2007 4:12 pm

על אחרון ראשון, ועל ראשון אחרון אחרון חביב

קרעמער:
חידושי תורה, ח"ו איך מאך דאס נישט אוועק, ס'טאקע א מתנה פון הימל, ווי ס'בקאנט דאס ווארט פונעם ר"ן (בדרשות הר"ן) אויף די ברכה פון "אשר נתן 'לנו' את תורתו", וואס איז דער 'לנו'? איז דער ר"ן מסביר, אז דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה פאר 'אונז' ס'איז 'אונזער'ס אזאך' און מ'קען מער דערין מוסיף זיין, מחדש זיין א.ד.ג. אבער לדעתי איז דער ענין נאר געגעבן געווארן פאר די גדולי התורה שכבר מילוי כרסים בש"ס ופוסקים און זיי זענען שוין אויסגעקאכט אין דרכי וסברות החז"ל, דאן קענען זיי זיך נעמען זאגן סברות, מפלפל זיין, פרעגן און פארענטפערן, אא"וו, אנדערש איז דאס בלויז גע'דבר'ט! ווייל מאן יימר אז די קשיא איז בכלל א קשיא? אפשר קומט די קשיא פון אמעראצעס, אלס אן אינו יודע? און ווער זאגט דיר אז די סברא מיט וואס דו פארענטפערסט שטימט? אפשר איז דא עפעס א מאמר חז"ל, צי א סברא בחז"ל או בראשונים, פארשטיפט במקום אחר וואס פון דארט איז משמע להיפך פון דיין (איך מיין נישט דיר...) חידוש בויך סברא?

יא, אויב רעדסטו פון מגידות'לעך און פארענטפערן מדרשימ'לעך עפ"י דברי החתם סופר וכו', זאל דיר וואויל באקומען. דאס איז כלל נישט קיין חידושים און אודאי נישט קיין קונץ, ווייל רוב רובם פון די תורה'לעך וואס זענען אויפן מהלך פון "ועפ"י דברי החת"ס", למשל, שטימט שוין זייער גוט דער און דער מדרש, נו, מה חדשת? וואס האסטו דא אויפגעטוהן אז אנשטאט דער חת"ס זעלבסט זאל אויספירן ובזה יונח לן דברי המדרש האסטו (ווידער מיין איך נישט דיך...) דאס אויסגעפירט, נו, גרויסע גדולה...

מיללער:
יישר כח פארן מיר מסביר זיין דעם חומר הנושא, עם כל זה האב איך נאך לעת עתה נישט זוכה געווען אפי' צו דעם אויך נישט. עיבור ירך אמו, שטייט דארט אין די ראשונים. צו תשמיש הייסט אן עול, אין תוספ', בפסחים כו, איז משמע אז יא. אגב, תוספ' דארט אין פסחים רעדט אויך ארום איבער דער פראבלעם פון ניחא לי', דער ענין מיט וואס דו האסט פותח געווען את האשכול עיי"ש.

בני-היכלא:
וואס ביסטו אזוי צומישט? זאל איך דיר פרובירן אויסגראדן?...
איבער דער סתי' הרמב"ם וועל איך זיך מאכן צייט, און דאס אפשרייבן לארכה ולרחבה, קומענדיגע וואך בל"נ.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:30 pm

מילער וועגן עיבור ירך אמו, די ר"ש און רא"ש, אנהייב צווייטען פרק, ברענגן דריי פשטים אין די מחלוקת צווישן ר"א און די רבנן צו מעוברת איז פסול אדער כשר.
די ערשטע צוויי, איז צו מ'זאגט ירך אמו, אויב ס'איז נישט ירך אמו, דעמאלטס שחט ער צוויי פרות, און איינס איז חולין.
די צווייטע פשט, אויב ס'איז נישט ירך אמו, דעמאלטס איז עס פסול מטעם מלאכה.
די דריטע וואס דו דערמאנסט, אז די שאלה איז אויפן עובר.
זרח עינינו צופיות אליך, זאלסט מיט דיינע כשרונות באלייכטן די סוגי' העמוקה, איך האמיך שוין לכבודך אראפגעזעצט לערנען בשיטת אותיות מחכימות, דערמאנענדיג די גירסא דינקותא, אךי האב דעם בועז אויך געקוקט, מער ווייניגער פרעגט ער איבער וואס אנדערע פרעגן נאר צולייגט עס בעסער, די קשיא מאי דהוה הוה ומאי נ"ם, די תוי"ט ענטפערט, אז ס'איז דא אין זבחים אסאך אזעלכע משניות, וואס איז נאר אנגעגאנגען פארן בית ראשון, די משנה אחרונה זאגט דרוש וקבל שכר, און ער ענטפערט אז ס'איז יא געווען אייביג, ס'איז פלאי פלאים, וויאזוי ער דערמאנט נישט קיין ווארט פונעם רמב"ם, ער טוט אויף א חידוש גדול לדעתו, וואס די רמב"ם זאגט בפירוש, למעשה לויטן רמב"ם (און בועז, נישט דוד המלך'ס זיידע), בלייבט שווער די תוסתפא, ווי ס'שטייט בפירוש דער לשון "מעשים אלו עשו כשעלו מן הגולה", די רמב"ם וועט מוזן ענטפערן אז נישט יעדע מאל האט מען געמוזט, נאר דעמאלטס האט מען געמוזט, ואס איז א שטיקל דוחק, אגב האב איך געזען דער ערוך לנר אין סוכה גייט אויך אויף דעם מהלך, עיי"ש.
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג יולי 03, 2007 2:55 pm

את מוצא שפתי אשמור, און איך וועל פרובירן מסביר צו זיין דעם רמב"ם לפי קט שכלי, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר, דערנאך וועל איך זיך באציען מיט אייניגע הערות בנוגע לדברי המהר"ם שיק.

די משנה דערציילט אונז, אין מס' פרה, וויאזוי ס'צוגעגאנגען דער פראצעדור פון א פרה אדומה, אז מ'האט גענומען דעם כהן השורף את הפרה און מ'האט אים פורש געווען שבעת ימים קודם לשריפה, און בכל יום האט מען געשפריצט אויפן כהן אפר פרה (פון די פרות הקודמין). שטעלט זיך אבער א פראבלעם, ווער האט דאס געשפריצט אויפן כהן? אמער, דער שפריצער זעלבסט דארף דאך זיין אן איש טהור מטומאת מת? דערציילט אונז די משנה אז מ'האט געטראפן אן עצה צו דעם, והוא, אז מ'האט גענומען קינדער שלא נטמאו מעולם בטומאת מת און זיי האבן געשפריצט אויפן כהן השורף.

אין פשטות פונעם מהלך המשנה איז משמע, אז די עצה פון די קינדער האט מען שטענדיג גענוצט. די משנה איז נישט מחלק בין תקופה לתקופה, די משנה זאגט א פאקטישער מציאות וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען בבית מקדשינו, שיבנה בב"א, דער פראצעדור פון א פרה אדומה, אנגעהויבן פונעם טהרת הכהן השורף ביז נאכן פארברענען וכו' (און אזוי, לויט דעם פראצעדור וואס די משנה שטעלט אראפ, פסק'נט טאקע דער רמב"ם אין הל' פרה אדומה, וכמו שהעתקת לעיל דבריו).

לערנענדיג די משנה שטעלט זיך אבער גלייך א פראגע: כל זה למה לי? נאך וואס האט מען געברויכט צוקומען צו די אלע עצות? אין פסוק געפינען מיר גארנישט אז מען זאל מוזן אפיר זוכן א איש שלא נטמא מעולם און אזוי דורך פירן דעם פראצעדור, אדרבה פון פסוק איז משמע אז מ'נעמט אן איש טהור שטיהר א"ע ע"י המי חטאת און ער שפריצט אויפן כהן דעם אפר פרה?

אויף דעם ארויף קומט צוגיין דער רמב"ם, און זאגט:
ואשר ראוי שתדעהו, שזה הענין אינו הכרחי בכל מקדש מי חטאת שלא יהיה אלא כן, ואמנם הכונה מה שאספר לך, וזה, שכל טמא מת אין לו טהרה אלא בהזאת שלשי ושביעי, כמו שבא בפסוק ואמר יתעלה (במדבר יט) וטבל במים איש טהור, ואם שיערנו אנחנו שלא נמצא איש טהור, אבל כולן טמאין טומאת מת, כמו בזמננו זה, איך יהיה אפשר שיטהר הכהן השורף את הפרה, ו[הלא] האיש אשר יזה יצטרך שיהיה טהור ואין שם מי שיזה עליו, [וא"כ] הנה הגיע בטול זאת המצוה, כי אפר הפרה אמנם יטהר הטמא [רק] אם יזה עליו איש טהור, וזה האיש לא יהיה טהור אלא באפר הפרה. ואומר אני, שאפשר לנו התחבולה במציאות אנשים אין טומאת מת עליהן כלל, ועם זה נרחיקם בכל יכלתנו מגעם באפר, ויהיה הקדוש בכלים שאין מקבלין טומאה, ויזה על זה הכהן השרוף, ויטהר. אמנם, כל עוד שיהיה אצלנו איש טהור ידוע, הנה אין הבדל בין איש שלא נטמא לעולם במת ובין איש אשר נטמא כל ימיו ואח"כ טבל והזה עליו ג' וז', אלא שזה אשר הוזה עליו יותר גדול הדרגה בטהרה לפי שהפסוק כבר שפט עליו שהוא טהור, לכן לא נקפיד לו בקבר התהום עד שנתאמת. ולשון התוספתא, פ"ב, "מעשים אלו עשו כשעלו בני גולה", ר"ל, שלא היה נמצא אצלם איש טהור וכו' עיי"ש.


פי', ואשר ראוי שתדעהו, וואס דו דארפסט וויסן איז, אז דאס וואס די משנה דערציילט אונז דא איבער דעם כהן השורף את הפרה, אינו הכרחי שיהי' בכל מקדש מי חטאת אלא כן. דאס הייסט, אז די עצה פון די משנה איז נישט א דבר הכרחי אין פרה אדומה אז ס'מוז צו גיין דוקא לויט דער פראצעדור, ניין, נישט דאס זאגט אונז די משנה, נאר וואס דען? ואמנם הכוונה מה שאספר לך, וזה, אז לכאורה אויב זאלן מיר גיין טריקן לויט'ן פסוק, דהיינו, נעמען אן איש טהור שטבל במים און ער זאל שפריצן אויפן כהן השורף את הפרה די מי חטאת, קען אבער צומאל אויסקומען אז מיר וועלן זיך דערזען אין א מורא'דיגן פארלעגנהייט, עד כדי כך אז ס'וועט אויסקומען אז "בטול זאת המצוה". פארוואס? ווייל דאס איז דאך זיכער אז דער מזה מי חטאת מוז דאך אויך זיין אן איש טהור, וואס זיין גאנצע טהרה קומט אויך נאר ווייל מ'האט אויף אים געשפריצט מי חטאת, טא אויב אזוי ווי וועט זיין אויב מ'וועט נישט קענען טרעפן אזא סארט איש טהור, א שטייגער ווי בימינו אלה וואס מיר זענען אלע טמאי מת, וועט דאך דאן אויסקומען אז בטול זאת המצוה, ווייל מען האט נישט געפונען אן איש טהור? ועל זה מסיק הרמב"ם: ואומר אני, אז די תחבולה פון די משנה קומט טאקע לעזן דעם אויבנדערמאנטען פראבלעם, און אזוי ארום, אפי' בזמן שלא ימצא איש טהור, האבן מיר אבער די עצה פון תינוקת וויאזוי מטהר צו זיין א כהן אפי' אין אזעלכע פעלער שלא נמצא איש טהור. ע"כ וואס דער רמב"ם איז מסביר בשייכות צו פארשטיין וואס די משנה וויל דא זאגן און נאכוואס עס האט אויסגעפעלט די תחבולה.

ס'טייטש אזוי, דער רמב"ם באציט זיך דא כלל נישט וויאזוי מ'האט למעשה טאקע געטון אין בית המקדש ביי שריפת הפרה. דער רמב"ם קומט פשוט מסביר זיין פארוואס די עצה פון די תינוקת האט בכלל אויסגעפעלט, במקום ווען פון פסוק האב איך אן הדרכה וויאזוי מטהר צו זיין דעם כהן, און אויף דעם איז ער מסביר בכדי שלא תבטל מצוה זאת, וכנ"ל.

אמנם, פירט אבער דער רמב"ם אויס, אין פעלער ווי עס דא א מציאות צו האבן אן איש טהור מאפר פרה דארף מען טאקע נישט צוקומען צו די עצה, און אפשר גאר מעגליך אז דער איש טהור שטיהר א"ע מאפר פרה איז גאר חשובער, שכבר שפט עליו הפסוק שהוא טהור. און דער רמב"ם פירט אויס מיטן לשון התוספתא: "שמעשים אלו עשו כשעלו מן הגולה". פי', דעמאלט האט מען זיכער געמוזט ניצן די עצה, ווייל דעמאלט איז זיכער נישט געווען קיין אנשים טהורים. (דער רמב"ם ברענגט פון תוספתא בלויז א ראי' לדבריו אז דעמאלט איז געווען א חכרח צוצוקומען צו די עצה, אבער נישט אז בלויז דעמאלט האט מען זיך באנוצט מיט די עצה און שפעטער נישט).

יעצט שטעלט זיך די פראגע: וואס איז געווען בזמן הבית? איז געווען בנמצא אנשים טהורים וואס זאלן קענען שפריצן אויפן כהן השורף את הפרה צי נישט? וועלן מיר אויפמישן דעם רמב"ם, אין הל' פרה אדומה, און זען וואס ער האט צוזאגן, וז"ל בפ"ב ה"ז:
כשמזין עליו בימי ההפרשה, "אין מזה עליו אלא אדם שלא נטמא במת מעולם", שהמזה צריך שיהיה טהור. ואם תאמר יזה עליו איש שנטמא, והוזה עליו. שמא זה שהזה עליו, לא היה טהור מטומאת מת. וכן הכלים, שממלאין בהן ומקדשין להזות על הכהן השורף, כולם כלי אבנים היו, שאין מקבלין טומאה. וכל הדברים האלו, מעלות יתרות הן שעשו בה.


משמע מדבריו, אז ער האלט אז בזמן בית שני איז זייער שווער געווען צו טרעפן אנשים טהורים, און דעריבער האט מען אלעמאל גענוצט די עצה פון די משנה. אבער זעט איר דא עפעס א סתירה לדבריו פון פי' המשניות???

***
ובנוגע לדברי המהר"ם שיק, וועל איך גיין אין די שיטה פון 'אותיות מחכימות', ואעתיק את דבריו:
והנה, החינוך כתוב, דעל כהן השורף הפרה צריך להזות עליו איש שלא נטמא מעולם. וכ"כ הרמב"ם. והמעיי"ח כתוב דדברי הרמב"ם סותרין למ"ש הרמב"ם בעצמו, בפי' המשנה פ"ג מ"ג, דאין חילוק, אפי' נטמא וטבל וטיהר עצמו, כשר, עיי"ש. ולענ"ד אין כאן סתירה, כיון דלענין זה לא אזלי' בתר רוב או חזקה משום מעלה, ובעינן שנדע שהוא טהור, א"כ מעולם לא נוכל לידע זה, אלא א"כ סוף כל סוף צריך שנבוא לאיש שלא הי' מעולם אפשרות שיטמא. דאל"כ, כיון דזה המזה נטמא, וטבל, והוזה עליו, אכתי דילמא זה הראשון הי' טמא. ואפי' נודע גם על זה שנטהר השתא, אכתי דילמא זה הראשון שהי' לפניו היה טמא ולא הועיל הזאתו, ועכ"ח צריך שנבוא לאיש שלא היה חשש טומאה. וא"כ הפוכי מטרתי למה לי, נקח מיד איש שלא הי' בו חשש, כעין אותן תינוקת, עיי"ש. ולעולם אין חילוק אם נטמא ונודע בודאי שנטהר, או לא הי' אפשרות כלל שהי' טמא. כנלע"ד פשוט שאין כאן סתירה, ודו"ק היטב.


לכאורה באציט זיך דער מהר"ם שיק, אויף דעם סתירת הרמב"ם איבער די מעלות וחשיבות פונעם איש טהור אנטקעגן די מעלות וחשיבות פון די תינוקת. ס'הייסט אין ספר היד איז משמע, אז לגבי טהרת הכהן שטייט אן איש שלא נטמא מעולם העכער ווי א מענטש וואס ס'איז שוין געווען טמא און האט זיך מטהר געווען במי חטאת, משא"כ אין פי' המשניות זאגט דאך רמב"ם קלאר אז דער איש טהור שטייט העכער, שכבר שפט עליו הפסוק שטהור הוא. אויף דעם ענטפערט דער מהר"ם שיק אז?

ויותר פלא איז מיר, דאס וואס ער פירט אויס וז"ל: "ולעולם אין חילוק אם נטמא ונודע בודאי שנטהר, או לא הי' אפשרות כלל שהי' טמא", ע"כ. במקום ווען דער רמב"ם אין פי' המשניות שטעלט קלאר ארויס א פארצוג דעם איש טהור שטיהר א"ע במי חטאת.

ועיני לכבוד הרב בני היכלא צפיות, שבדבריו המאירים ובדעתו הגדולה והרחבה אשר חנן אותו ה', יאיר עיני להבין ולהשכיל בדברי קדשו של מרן המהר"ם שיק.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג יולי 03, 2007 8:58 pm

זרח, וואונדערבאר, א שיינע שיעור אראפגעלייגט, צו דער זאך, ס'רינט דאס שמאלץ, כי טוב סחרה, יותר מאלפי זהב וכסף, א מייסטערהאפטע דזשאב, חנננך ה' בלב מבין ודעת ישרה בהירה ומשכלת, כן יזכך ליהנות ממך עצה ותושי' ולזכות לכל המ"ח קניני תורה.
האסט שיין צולייגט די גאנצע סוגי' מיט די רמב"ם, איך האב נישט קיין סאך מוסיף צו זיין יעצט, מער ווייניגער גייסטו בשיטת הבועז, אבער בפשטות די תוספתא וואס די רמב"ם ברענגט אראפ (וואס דו האסט אויסגעלאזט די אנהייב פונם רמב"ם), שטייט קלאר אז מ'האט עס געטון נאר ווען מ'איז ארויף פון בבל, אזוי ווי דו טענה'סט אז פשטות לשון המשנה איז משמע אז מ'האט עס אייביג געטון, וואס איז אויך אמת, איי וויאזוי גייט די צוויי פשטות'ן צוזאמען, מיין איך אז די תוספתא האט מער רעכט צוזאגן פשט אין די משנה, נאכדערצו אז אלע ראשונים זענען דאס מעתיק, און זאגן אז די תוספתא מיינט נישט נאר אז דעמאלטס האט מען געמוזט, איז אויך א גרויסע דוחק.

ווייטער זאגסטו, וואס טוט זיך בזמן בית שני וואס האט מען געטון, וועל מיר אויפמישן די רמב"ם, לא זכיתי להבין, וואס האט דער רמב"ם מיטן בית שני, איז די רמב"ם'ס חיבור מיוחד אויף קורות הבית שני, וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט דעמאלטס, אתמהה, דאס איז הלכות פסוקות, וואס די תורה האט געזאגט, זמן המשכן, בית ראשון, בית שני, ימי הגלות אויב שייך, לעתיד לבוא, כולם בכלל.

און וואו שרייבט די רמב"ם א זיז כל שהוא, אז ס'איז געווען שווער צו טרעפן אנשים טהורים ביים בית שני, פארוואס זאל בכלל זיין שווער צו טרעפן, גאנץ כלל ישראל איז געווען יעדע יאר טהור ביים קרבן פסח, ס'איז געווען אזעלכע פרושים תנאים שרפי מעלה וואס זענען געווען א גאנץ יאר טהור בחזקת אוכלי קודש, א שאלה צי מ'האט געקענט טרעפן טהורים בחזקה?, די רמב"ם זאגט א לשון פון דרך כלל, אז מ'קען נישט נעמען א טהור ווייל שמא זה שהזה עליו לא הי' טהור, אן קיין מעשיות און קיין ספעציפישע פראבלעמען, און וואס איז טאמער טרעפט מען יא א טהור דארף מען יא, דערמאנט ער עס בכלל?.

דאס מערסטע שרייענדיגע געוואלדעס זענען, מרא דעלמא, ווער דאן האט געשפריצט אויף אלע טמאי מת?, אויב ס'איז נישט געווען קיין טהורים ביים בית שני, אןו דאס ווערט נאר שווער לשיטתך אז ס'איז נישט קיין סתירה און א טהור איז נאר בעסער ווען ס'איז דא, אבער ביים בית שני איז געווען שווער צו טרעפן, אבער אויב מ'לערנט בפשטות אז ס'איז נאר געווען איינמאל די גאנצע תינוקות ווען ס'איז טאקע נישט געווען קיין איש טהור בכלל, אבער ווען ס'איז יא דא טהורים דעמאלטס דארף מען נישט קיין תינוקות, איז נישט שווער.
און לויטן רמב"ם (ערוך לנר בועז), אז ס'איז יא געווען יעדע מאל תינוקות, וועט אויסקומען בלית ברירה אז יא ס'איז א סתירה צום פי' המשנה, פארוואס נעמט מען נישט קיין איש טהור?, און מ'וועט מוזן צוקומען צום מהר"ם שי"ק (וואס פרעגט די זעלבע סתירה אויף אן אנדער לשון נאר, ווייל ווען דו קוקסט אריין אין רמב"ם אין חיבור קען זיך דיר דאכטן אז די רמב"ם האלט נישט אז א איש טהור איז בעסער, נאר א תינוק איז בעסער, איז דאס א סתירה צום פירוש המשנה, ענטפערט ער אז נאר ביי סתם טמאי מת איז בעסער א איש טהור שהוזה, אבער ביי מעלה עשו בפרה פארלאזט מען זיך נישט דערויף, ווייל שמא מי שהזה עליו לא הי' טהור, מוז מען בלית ברירה צוקומען צו א שוואכערער טהור אבער א זיכערער, די לשון איז אביסל שווער דאס אנהייב און אויספיר זיינע וויאזוי דו באצייכענסט עס טאקע, ער מיינט נישט צו זאגן אז ס'איז די זעלבע ס'שטייט דאך בפירוש אין רמב"ם אז ס'איז מער, ער מיינט נאר אז זאלסט דיך נישט טועה זיין אז תינוקות זענען בעסער, ווי ס'איז משמע פון חיבור אז נאר זיי האט מען גענוצט.

זרח, אלעס פארשטייטציך ווי מ'האמיר גערעדט, מ'לערנט בחברותא, זה בונה, וזה סותר, זה מפרק, שנים שעשאוה פסק'נט מען פטורים, און אמאל איז עס פטור ומותר, אדער פאטער און מוטער ישמח האב ביו"ח ותגל אמו בג"ע.
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 20, 2008 10:13 pm

איך ווייס אז עס איז נאך נישט פר' חוקת, און מיטאמאל שבת פרה, דאך האביך געמוזט אפירברענגען דעם אשכול משום דברים שנתחדשו בה ביים היינטיגען שיעור.

עס איז באקאנט די גמרא "שיעורין חציצין ומחיצין הל' למשה מסיני" די גמרא (סוכה, יבמות ועוד) איז מסביר אז מדאורייתא איז נאר א חציצה ווען עס איז "רובו ומקפיד עליו" ד.ה. ווען די חציצה איז על רוב גופו או שערו און אויך נאר אויב עס מקפיד, אבער מדרבנן איז אפי' ווען עס איז 'מיעטו המקפיד' אדער ווען 'רובו שאינו מקפיד'.
איז דא א שיינע קשיא פון ר' חיים בריסקער, אויב ברויך דער איד גיין אין מקוה מיט א חציצה על רוב גופו שינו מקפיד עליו און מדרבנן איז דאך דאס א חציצה, איז ער דאך שוין יא מקפיד דערויף, איז דאך עס שוין א חציצה מדאורייתא משום רובו המקפיד (כאפסט?).
ווער עס האט אבער מיטגעהאלטן דעם שיעור די ביי הל' פרה אדומה קען זעהן מדברי הראשונים א תי' אויף די קשיא, והוא, אז די 'קפידא' וואס מ'רעדט דא ברויך זיין עפעס וואס ער איז מקפיד דערויף אפי' אן דעם הלכה'דיגען פראבלעם פון חציצה במקוה, נאר אין זיין טאג-טעגליכען לעבן, משא"כ אויב אים פערזענליך ארט עס נישט איז עס נאר א חציצה מדרבנן אפי' ווען יעצט איז ער למעשה מקפיד דערויף (וכן כתב בקובץ הערות ודו"ק)
ר' חיים זעלבסט ענטפערט א פלא'דיגער תירוץ, היות אז דער איז נאר מקפיד דערויף וועגן טבילה, קומט דאך אויס אס ער איז נאר מקפיד אויף דעם חלק וואס מאכט עס פון מיעוט צו רוב (ווייל א מיעוט שאינו מקפיד איז דאך אפי' מדרבנן אויך נישט קיין חציצה), איז דאך עס נאר א 'מיעוט המקפיד' וואס איז אויך נאר מדרבנן. (ודו"ק היטב כי נכון הוא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 20, 2008 10:48 pm

שיין שיין, יישר כח.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 29, 2008 3:27 pm

די נאסטאלגישע זכרונות האבן מיר געצווינגען איבערצולייענען דעם אלטן אשכול (דאס איז פון מיינע ערשטע כתבים בתוככי הקרעטשמע, האט דאס אן עקסטערע חשיבות ביי מיר), דאס איז בלי ספק פון די שענסטע אשכולות בבית מדרשינו.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג יולי 01, 2008 11:35 pm

א קורצע באריכט פון די אפר הפרה

לקיחת הפרה

שטייט אין פסוק "ויקחו אליך פרה אדומה תמימה", מען האט געדארפט נעמען א פרה וואס איז אלט דריי אדער פיר יאר (לשיטת ר' אליעזר איז זי געוועהן 2 יאר אלט), מען האט מורא געהאט צו ווארטן ביז זי ווערט עלטער, ווייל אפשר וועט זי פסול ווערן.

מען האט שאטרק געדארפט באקוקן די פרה צו עס איז טאקע אינגאנצן רויט, און אויב עס האט געהאט צוויי שווארצע האר אדער ווייסע האר איז עס געוועהן פסול.
אויב די אינטערשטע טייל פון די האר, דאס איז ביים ווארצל איז געווען רויט, און די אויבערשטער טייל איז געוועהן שווארץ האט מען געמעגט אפשניידן די אויבערשטער טייל.
אויך האט מען עס געדארפט באקוקן צו עס האט נישט קיין מום אזוי ווי ביי יעדע קרבן.
אזוי אויך האט מען נישט געמעגט ארבעטן מיט די בהמה קיין שום ארבעט, און מען האט נישט געטארט ארויפלייגן א יאך (א עול), אויב מען האט ארויף געלייגט די עול, איז זי פסול אפילו מען האט נישט געארבעט מיט איהר.



מצותה בסגן

עס שטייט אין פסוק "ונתתם אותה אל אלעזר הכהן" די תורה האט געגעבן די מצוה פאר אלעזר בן אהרן וואס ער איז געוועהן דער סגן כהן גדול, אבער דאס מיינט נאר די מצוה פון שריפה, ווייל די שחיטת הפרה האט געמעגט טון א זר, נאר אלעזר זאל זען ווי אזוי ער שעכט, אזוי ווי עס שטייט "ושחט אותה לפניו".
חז"ל דרש'ענען אז דאס איז נאר ביי די ערשטע פרה, אבער די אנדערע פרה'ס האבן געמעגט געטון ווערן אפילו דורכ'ן כהן גדול אליין.


הכנת הכהן השורף

אזוי ווי דער כהן גדול האט מען מפריש געוועהן זיבן טעג פאר יום כיפור, אזוי האט מען אויך מפריש געוועהן דער כהן השורף את הפרה זיבן טעג פארן שריפת הפרה.
מען האט איהם אריין געברענגט אין א לשכה (א צימער) אין בית המקדש, וואס דארט האט ער פארברענגט די זיבן טעג, אין יענע לשכה איז נאר געווען כלים פון שטיין אדער פון חרס וואס זענען נישט מקבל טומאה, כדי ער זאל נישט קענען טמא ווערן. מען האט גערופן די לשכה "בית אבן", ווייל רוב כלים דארט זענען געווען געמאכט פון שטיין.

דארט האט מען געשפריצט אויף די כהן השורף את הפרה די אפר הפרה, פון א ספק, ווייל אפשר איז ער טמא געווארן און ער ווייסט נישט דערפון, עס איז דא א מחלוקת תנאים, צו מען האט געשפריצט אויף אים יעדן טאג, אדער נאר שלישי ושביעי.

קליינע קינדער פון אכט יאר האבן געשפריצט אויף די כהן השורף את הפרה, די קינדער זענען געבוירן געווארן אין פלעצער וואס זענען נישט מקבל טומאה, און אפגעהיטן די אלע אכט יאר זיי זאלן נישט טמא ווערן. די וועג צום לשכת בית אבן, זענען די קינדער געריטען אויף אקסן, וואס האבן געהאט אויף זיך טירן כדי צו מאכן א אהל, אז זיי זאלן נישט טמא ווערן אויפן וועג.


ההולכה להר המשחה

מען האט נישט געמעגט ברענגן די פרה צום הר הבית, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "והוציא אותה אל מחוץ למחנה", דעריבער האט מען געפירט די פרה צום הר המשחה (הר הזיתים).
כדי די כהן זאל נישט טמא ווערן אויפן וועג צום הר המשחה, ווייל אפשר איז דא אויפן וועג אינטער די ערד א מת, האט מען געבויט א בריק (א כבש) פון די הר הבית ביז די הר המשחה, די כבש איז געווען געבויט מיט רונדעכיגע כיפה'ס פון שטיין, איינס אויפן אנדערן, כדי עס זאל נישט מקבל טומאה זיין, און אזוי האט די טומאה נישט געקענט ארויף קומען און מטמא זיין די כהן השורף את הפרה.

די זקני ישראל זענען געגאנגען דארט אפווארטן דעם כהן, און משום חביבת המצוה, זענען זיי געגאנגען דעם גאנצן וועג, און נישט געריטן אויף קיין אייזל.



להוציא מלבן של צדוקים

די הלכה איז אז א טבול יום, דאס מיינט; איינער וואס איז געווען טמא, און האט זיך שוין גע'טובל'ט מעג מאכן די שריפת הפרה, אפילו עס איז נאך נישט אריבער הערב שמש.
די צדוקים האלטן אבער אז א טבול יום מעג נישט מאכן די שריפת הפרה, איז כדי להוציא מלבן של צדוקים, איז געווען דארט אין הר המשחה א בית טבילה, און מען האט מטמא געווען די כהן מיט א שרץ, און ער האט זיך דארט גע'טובל'ט, צו ווייזן אז א טבול יום איז כשר צו טוהן די שריפת הפרה.

ווי ווייט חכמינו ז"ל האבען אכטונג געגעבן ס'זאל נישט אריינדרינגען אין כלל ישראל דעות כוזבות. ווייל נאכדעם וואס מ'האט געמאכט אזאלעכע שטארקע הכנות און באווערונגען אז ס'זאל נישט צוקומען קיין טומאה צום כהן גדול. און מטהר געווען דעם כהן גדון פון א "חשש טומאה" מיט אפר הפרה דורך אפגעהיטענע קינדער פון יעדע טומאה גאנצע אכט יאר וכו'. און מיט דעם אלעם האט מען אים מטמא געווען מיט א שרץ אין דעם דערווארטענעם טאג פון שריפת פרה אדומה און דערנאך געטובל'ט נאר כדי להוציא מלבן של צדוקים אז ס'זאל נישט אריינקומען שלעכטע געדאנקען אין אידישע קינדער


ההכנה למצוה

די זקני ישראל האט געמאכט סמיכה אויפן קאפ פונעם כהן גדול, און געזאגט "אישי כהן גדול טבול אחת" (רוב מאל איז עס געווען א כהן גדול, אבער עס איז כשר אויך דורך א כהן הדיוט), און די כהן האט זיך גע'טובל'ט איין מאל, זיך געטריקענט און צוריק ארויף געקומען.
מען האט גענומען העלצער וואס ברענען גוט אזוי ווי ארזים, ארנים, ברושים, און עצי תאנה, און מען האט געבויט א מערכה אזוי ווי א מגדול, דאס מיינט ברייט פון אינטען און שמאל פון אויבן.
מען האט אויך געמאכט קליינע פענסטערס, כדי עס זאל אריין קומען א קליינע ווינט און מאכן די פייער גוט ברענען, און די טיר פונעם מערכה, דארט ווי מען האט אנגעצינדן די פייער איז געווען קעגן מערב זייט צום בית המקדש.
מען האט גענומען די פרה, און צוגעבונדען מיט א שטריק וואס הייסט מטגטג, דאס איז א מין גמי וואס איז נישט מקבל טומאה, און מען האט איהר ארויף געלייגט אויפן מערכה, די קאפ איז געווען צו מזרח, און די פנים אויסגעדרייט צו מערב.


השחיטה וההזאה

דער כהן איז געשטאנען ביי מזרח, און די שוחט (וואס איז דער כהן אליין אדער א זר) האט גע'שחט'ן מיט די רעכטע האנט, און די כהן האט מקבל געווען די בלוט מיט זיין לינקע האנט אטן א כלי.
נאכדעם האט ער איינגעטונקען די רעכטע אצבע, און געשפריצט כנגד פתח ההיכל, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "והזה אל פני אוהל מועד מדמה שבע פעמים".
פאר יעדע שפריץ, האט ער נאכאמאל איינגעטונקען זיין רעכטע אצבע אין די בלוט פון די לינקע האנט, אזוי זיבן מאל.



שריפת הפרה

נאכן שפריצן זיבן מאל, איז דער כהן אראפ געקומען פון די מערכה, און האט אנגעצינדן די פייער, מיט קליינע שפענדליך, ר' יהודה האט געזאגט אז ער האט עס אנגעצינדן מיט קליינע צווייגן פון א טייטל בוים.
דער כהן איז געשטאנען פון דערווייטענס און צוגעקוקט ווי די פרה פארברענט זיך, און געווארט ביז די בויך פון די פרה ווערט צופלאצט פון די פייער.
ווען רוב פון די פרה איז שוין געווען פארברענט, דעמאלס האט די כהן גענומען אין זיינע הענט א עץ ארז מיט א אזוב מיט א שני תולעת, און געפרעגט דריי מאל פין די זקני ישראל: עץ ארז זה? עץ ארז זה? עץ ארז זה? און די זקני ישראל האבן דריי מאל געענטפערט: הן! הן! הן! ווייל עס איז דא זיבן מינים ארזים, און ער האט געוואלט ווייזן אז ער נעמט די ריכטיגע מין וואס די תורה האט געהייסן.
נאכדעם האט ער געפרעגט דריי מאל: אזוב זה? אזוב זה? אזוב זה? און די זקני ישראל האבן דריי מאל געענטפערט: הן! הן! הן! ווייל עס איז דא פיר מינים אזוב, און ער האט געוואלט ווייזן אז ער נעמט די ריכטיגע מין וואס די תורה האט געהייסן.
נאכדעם האט ער געפרעגט דריי מאל: שני תולעת זה? שני תולעת זה? שני תולעת זה? און די זקני ישראל האבן דריי מאהל געענטפערט: הן! הן! הן! ווייל עס איז דא אפאר מיני רויט, און ער האט געוואלט ווייזן אז ער נעמט די ריכטיגע מין וואס די תורה האט געהייסן.
נאכדעם האט ער גענומען אביסל פון די שני תולעת און צוגעבינדען די דריי מינים און אריין געווארפן אל תוך שריפת הפרה.
נאך וואס אלעס האט זיך גוט אויסגעברענט האט מען געזופט די אש, און די הארטע שטיקלעך מיט די ביינער האט מען צוקלאפט מיט שטעקענעס, ביז עס איז געווארן אש, וואס ווערט אנגערופען "אפר הפרה".


חלוקת האפר

א כהן האט צוזאמען גענומען די אש און דאס צוטיילט אויף דריי חלקים:
איין חלק האט מען געלייגט אין חיל (א פלאץ אין בית המקדש), דאס איז געווען למשמרת, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "והיתה לעדת בני ישראל למשמרת", אויך האט מען דאס גענוצט במשך די זיבן טעג וואס די כהן השורף את הפרה איז געווען אין די לשכת "בית אבן", מען האט געשפריצט אויף אים פון די אפר וואס איז געווען בחיל.
א צווייטע חלק האט מען געלייגט בהר המשחה, דאס האט מען גענוצט, ווען מען האט געמאכט א נייע פרה אדומה, האט מען געדארפט אריין מישן אביסל פון די פריערדיגע אפר הפרה.
א דריטע חלק האט מען געגעבן פאר די משמורות, וואס מיט דעם האט מען גערייניגט יעדע מענטש וואס איז טמא געווארן.



מטמא טהורים

סיי דער כהן (אדער דער זר) וואס האט גע'שחט'ן
סיי די פרה, און סיי דער כהן וואס האט פארברענט די פרה, און סיי די כהן וואס האט צוזאמען גענומען די אש, ווערן טמא און דארפן זיך טובל'ן, און אויך דארפן זיי כיבוס בגדים, וטמא עד הערב.


י' פרה אדומות

עס זענען געוועהן ביי כלל ישראל ניין פרה אדומה'ס.


1) די ערשטע האט געמאכט משה רבינו וואס איז געבליבן ביז נאכ'ן חורבן בית ראשון. (עס איז איבערגעבליבן אביסל פון משה רבינו'ס פרה ווייל עס איז דא אן הלכה אז יעדע פרה וואס מען האט געמאכט האט מען געמוזט אריינלייגן אביסל אש פון משה אבינו'ס פרה. 2) די צווייטע פרה, האט עזרא הסופר געמאכט 3) שמעון הצדיק. 4) שמעון הצדיק. 5) יוחנן כהן גדול. 6) יוחנן כהן גדול. 7) אזלאיאהויעוינוי בלזן החקלויף. 8) חנמאל המצרי. 9) ישמעאל בן פאבי. 10) והעשירי יהיה קדש לה' די צענטער וועט דער מלך המשיח מאכן ווען עס וועט זיין דער גאולה שלמה במהרה בימינו אמן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג יולי 01, 2008 11:39 pm

א איד דארף גלייבן באמונה שלימה, דאס אזוי ווי די אפר הפרה האט אויסגערייניגט א איד פון אלע טומאות. אזוי אויך דאס ליינען פרשת פרה רייניגט אויס דעם מענטש פון אלע מחשבות זרות ר"לאון שלעכטע געדאנקן ,

(בית אהרן)

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » פרייטאג מארטש 13, 2009 12:52 pm

אפירגעברענגט לכבוד שבת פרה תשס"ט

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מאנטאג יוני 27, 2011 12:17 pm

אפירגעברענגט לכבוד פרשת חקת

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג יוני 27, 2011 12:32 pm

ידוע אז דער ראדזינער רבי דער בעל התכלת האט געזאגט ער וואלט געקענט מאכן א פרה אדומה, נאר ער וויל נישט אריינקריכן אין רמב"ם'ס תחום, אז דער רמב"ם זאגט אז משיח וועט מאכן דער צענטער, והגם ער ווייסט נישט קיין מקור אויף דעם רמב"ם אבער ער וויל זיך נאך אלץ מיטן רמב"ם נישט שפארן,
נא קליקו.....
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דאנארשטאג יוני 30, 2011 1:55 pm

עס איז דא א שמועס וועגן אלע ענינים וואס קען נוגע זיין פון אפהאלטן למעשה די עשיית פרה אדומה בזמן הזה, און טאקע די איינציגע באמת'ע אפהאלט איז דאס שאפן א איש טהור, דאכצעך אז אין א שטעטל נעבן ירושלים ווערט אויפגעהאדעוועט א קינד כיפין ע"ג כיפין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 13, 2012 1:27 pm

בני היכלא האט געשריבן:קרעמער, איך האב געטראכט אפשר בדרך הלצה, אז לכאורה רעדט נישט די משנה פון א פרה'ס מאמע, ווייל צו זיין א מאמע פון א פרה, דארף זי שוין זיין אין עלטער פון פינף יאר, (דפרה בת שלש או ארבע כדרבנן, ופרה אינו מוליד עד בת שלש, כדמביא הר"ש בשם משנה דבכורות יט-ב, ועיי' תוס' שם), און דאס רופט שוין אן די ערשטע משנה אין פרהן בשם 'זקינה' און ס'שטייט אז ס'איז נישט קיין כבוד, במילא האט די משנה מפני הכבוד גערעדט פון פרות זקינות.


אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער תפא"י דא אוויפן פלאץ אין מס' פרה ברענגט די משנה אין בכורות אז א פרה קען דאך נישט נתעבר ווערן עד בת שלש, ולפי"ז ר' אליעזר דפסק פרה בת שתים איך שייך פרה מעוברת שמכשיר ר' אליעזר בהמשנה שם, און זאגט אז לכאורה מ'זעהט דאך די היינטיגע מציאות אנדערש אז א פרה געבוירט אסאך פריער ווי בת שלש איז אפ'י אויב מ'וועט זאגן אז נשתנה הטבע, קען נישט זיין אז בימי חז"ל איז קיינמאל נישט געווען אז א פרה זאל נתעבר ווערן פריער, ווייל דאס איז צו א ווייטע זאך, וממילא נפק"מ בפרה מעוברת אפי' לר"א באופן שנתעברה בעודה בת שתים.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 12:23 am

לכבוד שבת פרה האמיר יעצט גענדיגט ליינען (לערנען כצ"ל) די וואונדערבארע אשכול מלא חידושים נפלאים מיט טיפזיניגע מליצות, אין א ש'כח מיללער פאר'ן ארויפברענגען
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » דינסטאג יוני 26, 2012 3:47 pm

קליקו האט געשריבן:אפירגעברענגט לכבוד פרשת חקת

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג מארטש 01, 2013 12:36 pm

א גוטן ער"ש פרה
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג יוני 14, 2013 10:34 am

זיידעניו האט געשריבן:א איד דארף גלייבן באמונה שלימה, דאס אזוי ווי די אפר הפרה האט אויסגערייניגט א איד פון אלע טומאות. אזוי אויך דאס ליינען פרשת פרה רייניגט אויס דעם מענטש פון אלע מחשבות זרות ר"ל און שלעכטע געדאנקן. (בית אהרן)

קריאה מעורר הזמן...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » פרייטאג מארטש 21, 2014 12:32 am

מיללער האט געשריבן:.........דאס איז בלי ספק פון די שענסטע אשכולות בבית מדרשינו.


מאיר האט געשריבן:אפירגעברענגט לכבוד שבת פרה תשס"ט

שבת פרה תשע"ד

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג מארטש 23, 2014 6:35 am

געזעהן - געהערט אז סאיז דא אן ענין צו עסן שבת פרה קוען פלייש...
ווייסט איינער א מקור?


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט