הפטורות

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בעל קורא
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2012 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל קורא »

די שאלה איז אזוי

לויט אונזער מנהג אז הפטרת אחרי איז הלא כבני כושיים און קדושים התשפוט, איז פאר די וואס פירן זיך צו ליינען שבת הגדול וערבה אפילו ווען עס נישט ערב פסח (אדער דוקא ווען עס איז נישט ערב פסח, יש בזה כמה מנהגים). שטעלט זיך א שאלה וואס ליינט מען אין אזא יאר קדושים.
בהגהות הגערק"א סו"ס תכ"ח כתב שנראה לו מסברא שיאמרו הלא כבני כושיים. וכן הביא רו"ה בחומש שלו שכן מנהג פפ"ד. (זיי ביידע רעדן אויף א אופן וואס אחרי איז געווען ערב ר"ח, אבער דא איז די זעלבע שאלה).
אבער אין ספר המנהגים להר"א טירנא וואס ער איז איינע פון די מקרות פונעם רמ"א (אז בשנה פשוטה ליינט מען אחרי-קדושים הלא כבני כושיים, און אויף דעם לייגט רעק"א צו אז הוא הדין אויב מהאט נישט געליינט הלא כבני כושיים אין שבת אחרי ווייל עס איז געווען ער"ח) זאגט ער קלאר אז ווען עס איז קדושים אליין זאגט מען הלא כבני כושיים אפילו אויב אחרי איז געווען ער"ח.
און אזוי שטייט אויך אין שלחן עצי שטים לבעל מרכבת המשנה.

דעם שבת האט בעל קורא (יד"נ) געהאט די זכיה צו ליינען אין 3 שולען וואו מען לייענט די הפטרה, אזוי ווי כהאב נישט געוואוסט די מנהגים האבעך זעך געגרייט ביידע (אין איין שול ליינט מען די הפטרה פון א קלף).

די ערשטע האט נישט געהאט געליינט וערבה שבת הגדול איז נישט געווען קיין שאלה אז מען ליינט יעצט התשפוט.
אין די צווייטע האט דער מורה הוראה געזאגט צו טוען וואו דער ספר המנהגים נאכן איבערגיין מיט איהם די צדדים און מקורות הידועים לי.
אין די דריטע איז דער דיין שליט"א געקומען גלייך נאכן ענדיגן ליינען זאגן אז מליינט די הפטרה פון אחרי הלא כבני כושיים, און ווען כהאב אים געזאגט וועגן דעם ספר המנהגים האט ער געזאגט רעק"א איז גענוג גרויס.
לעצט פארראכטן דורך בעל קורא אום דינסטאג אפריל 29, 2014 1:00 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
בעל קורא
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2012 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל קורא »

די הודעה וואס איז דא געברענגט געווארן אז אין לוח דבר בעתו תשנ"ז ווערט עס אויסגעשמועסט, איז א טעות.
דארט איז די מעשה אויף א יאר וואס מ'ליינט יא ביידע הפטרות (אין די פלעצער וואס זאגן אלעמאל וערבה שבת הגדול קומט עס נאר אויס בקביעות זח"ג, וואס איז נישט קיין אפטע ערשיינונג). און אויף דעם איז געווען א ריזן פולמוס אין ירושלם בשנות תש"ג תש"ו צו מען טוט ווי דער מרדכי מיטן רמ"א והמנהגים אדער פארקערט (ווי עס איז געעוען א מנהג קדמון, ובחציו הוא כמנהג ספרד), אדער גאר ביידע מאל הלא כבני כושיים.

און אונזער שאלה ווערט דארט נאר דערמאנט דרך אגב, און ער ברענגט נאר דעת רעק"א והמשנ"ב


ואגב, דאס וואס דער דבר בעתו ברענגט פון סדר הפטרות, פ"פ תרנ"ו, זעהט מיר אויס צו זיין א העתקה פון רו"ה'ס לשון
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

ס'דא א נייע חומש, בשמו יכונה, חומש המהודר, וואס האט געמאכט א שיינע דשזאב אויף דו הפטורות

דרעזנער פון קול מבשר האט שמועסן מיט'ן מחבר יעדער שטיק צייט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

למעלה משבעים האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד האט מען געזאגט ביידע הפטורות, קודם ועמי, און נאכדעם חזון עובדיה.

היי יאר האט מען מיך געפרעגט (אלס כלומר'שטער הפטרה ווייסער...) וועלכע הפטרה מ'זאגט פרשת וישלח, און עס איז מיר ארויס פון קאפ די גאנצע אשכול דא וואס איך האב געגרינדעט דערוועגן פאראיאר... ווי א חכם האב איך געהייסן זאגן "ועמי תלואים למשובתי" און דאן האב איך געהערט עטליכע אידן זאגן "חזון עובדיה", האב איך מיך דערמאנט דעם גאנצן עסק וואס מיר האבן דא געהאט דערוועגן פאראיאר... למעשה האב איך געזאגט ביידע, און יעצט זעה איך אז דאס איז דער מנהג פון 'למעלה משבעים''ס מקום..
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

איך האב נארוואס געטראפען אין תוספות יום טוב א מעינינא דיומא׳דיגע טעם אויף די ענין פון הפטורה. ער ברענגט אין מגילה פרק ג משנה ד בשם ספר התשבי (א ספר ענליך צום ספר הערוך) אז ווען אנטיוכיס מיט די יוונים האבן פארבאטן צו לערנען תורה האבן די חכמי הדור דעמאלט מתקן געווען צו ליינען א פרשה פון נביא וועלכע איז דומה צו די פרשת השבוע און ס׳איז צוגעגאנגען פונקט ווי די קריאת התורה ביז דאן, מיט עליות, טראפן און קלף. (זעהט אויס אז די גזירה איז נאר געווען אויף חומש.) ווען די חשמונאים האבן געזיגט האט מען נישט געוואלט אינגאנצן עוקר זיין די מנהג, האט מען געשטעלט איינער נאכן ליינען וואס זאל מקיים זיין דער מנהג. נאר אלץ כבוד התורה האט מען צוגעלייגט אז דער מפטיר ליינט צוערשט אביסל אין די תורה.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

וועלעכע הפטרה זאגט מען די וואך , ר"ח אדער חנוכה ?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:וועלעכע הפטרה זאגט מען די וואך , ר"ח אדער חנוכה ?

חנוכה.
שכל קומט מיט די יארן...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

והוא פשוט, כמבואר בשו"ע הל' חנוכה, ובהל' ר"ח ובהל' ד' פרשיות מבואר הטעם
ובדרך דרוש אומר הרה"ק מסאטמאר בדברי יואל, דהרי תרווייהו איתנהו, דע"י חנוכה נתקיים ר"ח, דהיוונים רצו לבטל חודש שבת מילה
למה זה תשאל לשמי...
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

וועלכע הפטורה זאגט מען די וואך, שבת ר"ח אדער שבעה דנחמתא?
ס'איז תלוי צווישן אשכנזים און ספרדים, ווי אזוי פירט מען זיך אין די חסיד'ישע פלעצער?
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

הפטרת שבת ר"ח, השמים כסאי. ווייל דארט שטייט אויך מנחמת ירושלים.
פרשת כי תצא וועט מען זאגן עני' סוערה און רני עקרה (הפטרת ראה-תצא) אינאיינעם, וויבאלד זיי זענען איינס לעבן צווייטן אין ישעי'.

(ווען ר"ח געפאלט זונטאג, זאגט מען יא פון די ז' דנחמתא, ווייל אין מחר חודש שטייט נישט מנחמת ירושלים. געוויסע לייגן צו די ערשטע און לעצטע פסוק פון מחר חודש).
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול פון היכי תמצא....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דעם שבת האט אין ביהמ"ד געהערשט גרויס עקסטאז ביים ציבור לרגל דעם זעלטענע הפטורה פון ויקץ שלמה וואס מ'האט לעצטע מאל געזאגט 21 יאר צוריק. אין 3 יאר ארום גייט מען עס נאכאמאל זאגן און נאכדעם וועט ווייטער זיין א 20 יאר הפסקה ביזן קומענדיגן מאל.
ס'איז דא נאך א הפטורה וואס מ'גייט זאגן נאר 2 מאל אין די נעקסטע 20 יאר, כ'בין נייגעריג וויפיל אירע ווייסן, אויב ווייסט איר רופט אייך נאר אן ברמיזה אדער אין אישי
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: אשכול פון היכי תמצא....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

די וואס גמרא זאגט אז מען זאגט אפילו אן די אמאונט פסוקים?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול פון היכי תמצא....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מיר גראדע נישט בייגעפאלן, די הפטורה פון וואס @סאדאם רעדט, גייט מען זאגן נאר איינמאל די נעקסטע 20 יאר.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול פון היכי תמצא....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דעם שבת האט אין ביהמ"ד געהערשט גרויס עקסטאז ביים ציבור לרגל דעם זעלטענע הפטורה פון ויקץ שלמה וואס מ'האט לעצטע מאל געזאגט 21 יאר צוריק. אין 3 יאר ארום גייט מען עס נאכאמאל זאגן און נאכדעם וועט ווייטער זיין א 20 יאר הפסקה ביזן קומענדיגן מאל.
ס'איז דא נאך א הפטורה וואס מ'גייט זאגן נאר 2 מאל אין די נעקסטע 20 יאר, כ'בין נייגעריג וויפיל אירע ווייסן, אויב ווייסט איר רופט אייך נאר אן ברמיזה אדער אין אישי

עניוואן?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: אשכול פון היכי תמצא....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ווייס איך נאר וואס מען זאגט נאר איין מאל אין די נעקסטע 20 יאר (נישט אויסגערעכענט, אבער סטאוו זאגט אזוי). נישט פון 2.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול פון היכי תמצא....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

העמיר געבן א סימן @סאדאם'ס קומט אויס אום פרילינג און וואס איך רעד קומט אויס זימער
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

הפטרת קדושים?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אשכול פון היכי תמצא....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סאדאם'ס איז נישט איבעראל. (למשל אין בעלזא זאגט מען עס כמעט אייביג, חוץ אזא יאר ווי דאס יאר).
למעשה איז דא צוויי אין די זומער.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול פון היכי תמצא....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דעם שבת האט אין ביהמ"ד געהערשט גרויס עקסטאז ביים ציבור לרגל דעם זעלטענע הפטורה פון ויקץ שלמה וואס מ'האט לעצטע מאל געזאגט 21 יאר צוריק. אין 3 יאר ארום גייט מען עס נאכאמאל זאגן און נאכדעם וועט ווייטער זיין א 20 יאר הפסקה ביזן קומענדיגן מאל.
ס'איז דא נאך א הפטורה וואס מ'גייט זאגן נאר 2 מאל אין די נעקסטע 20 יאר, כ'בין נייגעריג וויפיל אירע ווייסן, אויב ווייסט איר רופט אייך נאר אן ברמיזה אדער אין אישי

ייש"כ פאר אלע מגיבים אין אישי, דער עולם איז אריינגעקומען קלאר.
סאדאם האט מעיר געווען איבער הפטורת עולותיכם ספו (פרשת צו) וואס איז זעלטן צוליב וואס אין א שנה פשוטה איז עס שבת הגדול און אין א מעוברת איז עס אפט שבת זכור
אור אייניקל האט אויפגעמערקט די זעלטנסטע הפטורה דהיינו התשפוט התשפוט (פרשת אחרי) מ'זאגט עס בערך איין מאל אין 19 יאר, אין א פשוטה זאגט מען די הפטורה פון קדושים, און אין מעוברת איז נאר דא 1 קביעות (זח) וואס ס'זאל נישט זיין שבת הגדול און אז קדושים זאל נישט זיין שבת ר"ח אדער ער"ח וואס דעמאלטס זאגט מען הלא כבני כישוים אום פרשת אחרי,
די הפטורה וואס מ'גייט זאגן נאר 2 מאל די קומענדיגע 20 יאר איז די הפטורה פון פרשת פנחס.. ס'איז דא נאך עטליכע מסתמא, זעהט בייגעלייגט א שיינע ליקוט וואס @תלישא קטנה האט מיר אריינגעשיקט, זייער אינטערסאנט די סדר הנדירות פון די הפטורת (די נומערן אין די זייט איז די % פון יארן דהיינו 5% איז 1 מאל אין 20 יאר)

1221201131.JPG
1221201131.JPG (44.26 KiB) געזען 1655 מאל


הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: אשכול פון היכי תמצא....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דעם שבת האט אין ביהמ"ד געהערשט גרויס עקסטאז ביים ציבור לרגל דעם זעלטענע הפטורה פון ויקץ שלמה וואס מ'האט לעצטע מאל געזאגט 21 יאר צוריק. אין 3 יאר ארום גייט מען עס נאכאמאל זאגן און נאכדעם וועט ווייטער זיין א 20 יאר הפסקה ביזן קומענדיגן מאל.
ס'איז דא נאך א הפטורה וואס מ'גייט זאגן נאר 2 מאל אין די נעקסטע 20 יאר, כ'בין נייגעריג וויפיל אירע ווייסן, אויב ווייסט איר רופט אייך נאר אן ברמיזה אדער אין אישי

ייש"כ פאר אלע מגיבים אין אישי, דער עולם איז אריינגעקומען קלאר.
סאדאם האט מעיר געווען איבער הפטורת עולותיכם ספו (פרשת צו) וואס איז זעלטן צוליב וואס אין א שנה פשוטה איז עס שבת הגדול און אין א מעוברת איז עס אפט שבת זכור
אור אייניקל האט אויפגעמערקט די זעלטנסטע הפטורה דהיינו התשפוט התשפוט (פרשת אחרי) מ'זאגט עס בערך איין מאל אין 19 יאר, אין א פשוטה זאגט מען די הפטורה פון קדושים, און אין מעוברת איז נאר דא 1 קביעות (זח) וואס ס'זאל נישט זיין שבת הגדול און אז קדושים זאל נישט זיין שבת ר"ח אדער ער"ח וואס דעמאלטס זאגט מען הלא כבני כישוים אום פרשת אחרי,
די הפטורה וואס מ'גייט זאגן נאר 2 מאל די קומענדיגע 20 יאר איז די הפטורה פון פרשת פנחס.. ס'איז דא נאך עטליכע מסתמא, זעהט בייגעלייגט א שיינע ליקוט וואס @תלישא קטנה האט מיר אריינגעשיקט, זייער אינטערסאנט די סדר הנדירות פון די הפטורת (די נומערן אין די זייט איז די % פון יארן דהיינו 5% איז 1 מאל אין 20 יאר)

1221201131.JPG


מאמר אודות שכיחותן של קביעות השנה ושל ההפטרות-compressed.pdf

ווער זאגט אין א פשוטה קדושים?
שעפעלע האסט פארגעסן א בפירושע רמ"א
וכשקורין שתי פרשיות מפטירין באחרונה (מרדכי פרק בני העיר) מלבד באחרי מות וקדושים דמפטירין הלא כבני כושיים שהיא הפטרת אחרי מות הגם די לבוש וויל טאקע זאגן אז מען זאגט הפטורת קדושים אבער די מנהג העולם איז צו זאגן אחרי
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול פון היכי תמצא....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וואס פראבירסטו צי זאגן? נאר לויטן רמ"א איז התשפוט די זעלטנסטע הפטורה, ווארום לויטן לבוש זאגט מען עס אין אלע שנים פשוטות
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול פון היכי תמצא....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

לכאורה ביזטו גערעכט אז אין די איין קביעות וואס מ'זאגט ביידע הפטורות וועט מען זאגן הלא כבני כישוים אום אחרי און התשפוט אום קדושים. אין מיין קאפ איז מיר שוין געליגן אז הלא כבני כישוים איז הפטורת קדושים... וא"כ ברויך מען אפלאדירן @סטיטשינער פארן ריכטיג ציטרעפן דעם תירוץ אויבן..
סטיטשינער האט געשריבן:הפטרת קדושים?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

הפטרת שבת ראש חודש בג' דפרענותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

וועלכע הפטרה ווערט געזאגט די וואך שבת ראש חודש מנחם אב? השמים כסאי וואס ווערט געזאגט יעדע שבת ראש חודש? אדער שמעו וואס מען זאגט אין די דרריי וואכן די ג' דפרענותא?
מען קען אויך ממשיך זיין בענין הפטרת ראה וואס איז מז' דנחמתא צו מען זאגט מחר חודש
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: הפטרת שבת ראש חודש בג' דפרענותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שם התלמוד האט געשריבן:וועלכע הפטרה ווערט געזאגט די וואך שבת ראש חודש מנחם אב? השמים כסאי וואס ווערט געזאגט יעדע שבת ראש חודש? אדער שמעו וואס מען זאגט אין די דרריי וואכן די ג' דפרענותא?
מען קען אויך ממשיך זיין בענין הפטרת ראה וואס איז מז' דנחמתא צו מען זאגט מחר חודש


דאס איז זיכער אז מען זאגט די וואך די הפטורה פון ג' דפורענותא, און פרשת ראה זאגט מען די הפטורה פון ז' דנחמתא, עיין סימן תכ"ה. דאכט זיך אז עס איז דא וואס פירן זיך צוצולייגן עטליכע פסוקים פון די הפטורה פון ר"ח.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הפטורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס האסטו דא געזען אזוי זיכער?
https://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=oc_x2140
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”