צום גדליה - אנווייזונגען פארן בעל תפילה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שרייב-פעדער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

תגובהדורך שרייב-פעדער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:01 pm

אגב, א זאך וואס איז נישט אזוי באקאנט.
ווען מ'לייענט ויחל און דער עולם זאגט מיט "שוב מחרון אפך" און אזוי אויך "ה' ה'" "וסלחת לעונינו", דארף דער עולה לתורה מיטזאגן מיטן בעל קורא, נישט מיטן ציבור, ווייל די ציבור זאגט עס אזוי ווי א תפלה, און דער עולה לתורה דארף מיטזאגן מיטן בעל קורא אלס א חלק פון די קריאה.
די הלכה איז נוגע יעדע תענית, אבער דער מטה אפרים שרייבט עס דא, דערמאן איך עס איצט.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:31 pm

עפעס א שיטה האב איך אמאל געזעהן אז דער עולה לתורה זאגט נישט מיט.
קען זיין לויט די שיטה איז אנדערש.

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: נעבן די לעקעך

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 6:35 am

דריידל האט געשריבן:ס'דא וואס זאגן נישט קיין תחנון ווייל מ'האט שוין געזאגט ביי סליחות און מ'זאגט נישט תחנון מער ווי איין מאל א טאג.

אינטרעסאנט. מקור? באיזה מקום נהגו כן
טעיק איט איזי

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 6:53 am

אדער יא האט געשריבן:עפעס א שיטה האב איך אמאל געזעהן אז דער עולה לתורה זאגט נישט מיט.
קען זיין לויט די שיטה איז אנדערש.

לפי הנוהגים (ע"פ הזוהר) אז דער עולה לתורה זאגט קיינמאל נישט מיט מיט'ן בעל קורא, דעמאלטס בשעת י"ג מדות זאגט ער בכלל נישט י"ג מדות, נישט מיט'ן עולם און נישט מיט'ן בעל קורא.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:37 pm

לכאורה האט געשריבן:
msp האט געשריבן:טאקע פארגעסען און געזאגט קל ארך אפים

ביי מיין מנין האט דער בעל תפילה אנגעהויבן יהי רצון שלאחר קריאת התורה, ביז דער עולם האט אים פארשוויגן.

ע"פ נוסח טאהש זאגט מען די יהי רצון'ס לאחר קרה"ת ביי א תענית צבור אויך ווען עס קומט נישט אויס בב' וה', אינעם טאהשער סידור שטייט טאקע אז "בשני וחמישי ובתע"צ אומר הש"ץ יהי רצון".

veltsman
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:48 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:ע"פ נוסח טאהש זאגט מען די יהי רצון'ס לאחר קרה"ת ביי א תענית צבור אויך ווען עס קומט נישט אויס בב' וה', אינעם טאהשער סידור שטייט טאקע אז "בשני וחמישי ובתע"צ אומר הש"ץ יהי רצון".

וגם אומרים אבינו מלכינו לפני נפילת אפים

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 2:13 pm

veltsman האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:ע"פ נוסח טאהש זאגט מען די יהי רצון'ס לאחר קרה"ת ביי א תענית צבור אויך ווען עס קומט נישט אויס בב' וה', אינעם טאהשער סידור שטייט טאקע אז "בשני וחמישי ובתע"צ אומר הש"ץ יהי רצון".

וגם אומרים אבינו מלכינו לפני נפילת אפים

און מ'זאגט אויך אבינו מלכנו ביי אלע תעניות צבור א גאנץ יאר


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט