תפארת שלמה – פרשת דברים – חזון

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תפארת שלמה – פרשת דברים – חזון

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג יולי 11, 2013 12:32 pm

השליך משמים ארץ תפארת ישראל – ירמיה הנביא איז מקונן אין איכה אז דער באשעפער האט אראפגעווארפען צו ד'רערד דאס שיינקייט פון די יודען. שטייט אין מדרש איכה אמר ר' יהושע בן נחמן משל למלך וואס די איינוואוינער פון א געוויסע שטאט האבען איהם געמאכט א שיינעם קרוין. א צייט שפעטער האבען זיי זיך פארזינדגט פארן קעניג און ער האט געשוויגען. ווען עס איז ווייטער אדורך א צייט האבען זיי נאכאמאל חוטא געוועהן און אויך דאסמאל האט דער קעניג זיך נישט וויסענדיג געמאכט.
ווען עס האט פאסירט א דריטע מאל ווי זיי האבען דערצערנט דעם קעניג, האט ער זיך אנגערופען, "פארוואס וואגען ענק מיר אזוי אויפרעגען? ווייל עטס האטס מיר געמאכט א קרוין. נעמטס ענק צוריק דעם קרוין און ווערט אויפשטענדיג." אזוי רעדענדיג האט דער קעניג גענומען דעם קרוין און עס זיי געשליידערט אין פנים אריין.
דער נמשל, פירט אויס דער מדרש, האט פאסירט מיטען כנסת ישראל און כביכול. מיר האבען געשאנקען פארן באשעפער א הייליגען קרוין, יעקב אבינו ע"ה וואס מיטתו שלימה, און זיין צורה איז אויסגעמאלען כביכול אויפען כסא הכבוד. ווען דער אויבעשטער האט געזעהן ווי די יודען פארזינדיגען זיך איינמאל און נאכאמאל האט ער צו זיי געזאגט, "ענק טוהן עבירות ווייל ענק פארלאזען זיך אויף ענקערע פאטער יעקב. אט איז די צורה אראפגעווארפען אויפען ערד פאר אייך."
מיט דעם טייטשט דער מדרש השליך משמים ארץ תפארת ישראל – דער שיינקייט פון כלל ישראל, דהיינו ישראל אביכם, האט כביכול אראפגעווארפען צו ד'רערד.
אין די מפרשים איז דא אן אריכות וואס די בחינה מיינט אבער עכ"פ בדרך פשטות לערנט מען אז דאס איז אן ענין פון אן עונש. דער תפארת שלמה טייטשט אבער אריין א הייליגע כונה אין דעם מדרש, בהקדם וואס חז"ל זענען מפרש (והובא ברש"י) אויפען פסוק ביי יוסף הצדיק.
ביי די מעשה פון אשת פוטיפר שטייט אין פסוק ויבוא הביתה לעשות מלאכתו. איז דא א שיטה אין חז"ל אז יוסף הצדיק איז כמעט נכשל געווארען בעבירה רח"ל, אבער דעמאלס האט זיך צו איהם באוויזען די צורה פון זיין טאטע יעקב, און אזוי האט ער באקומען א כח זיך מתגבר צו זיין אויפען נסיון. זאגט דער תפא"ש אז פון דא זעהן מיר דאס דער כח פון יעקב אבינו איז מגין צו העלפען יעדע יוד זיך שטארקען איבער זיינע נסיונות און בייקומען דעם יצה"ר.
דער פסוק (תהילים כ' ב') זאגט ישגבך שם אלקי יעקב – עס זאל דיר שטארקען דער נאמען פון דער גאט פון יעקב. לויט זיין הקדמה איז דער תפא"ש מסביר זייער שיין פארוואס עפעס דוקא אלקי יעקב, ווייל יעקב אבינו, וואס זיין צורה איז איינגעקריצט אינעם כסא הכבוד, האט דער כח מציל צו זיין יעדן יוד פון א זינד.
דאס זאגט אונז דער מדרש: דער אויבעשטער האט געזאגט, "פארוואס זינדיגען יודען? ווייל יעקב אבינו'ס צורה איז אויבען אין הימעל ביים כסא הכבוד און ער איז נישט משפיע אויף דער וועלט זיי צו ראטעווען." דערפאר האט דער אויבעשטער גענומען די הייליגע צורה פון יעקב, תפארת ישראל, און דאס אראפגעשליידערט משמים ארץ אויף דער וועלט, עס זאל דא זיין צו הילף פארן כלל ישראל זיך שטארקען איבער דעם יצה"ר.
זאל דער אויבעשטער העלפען מיר זאלען שוין זוכה זיין צום נפלה לא תוסיף – כלל ישראל איז געפאלען אבער מער נישט, נאר קום בתולת ישראל – הייב דיך אויף און שטארק זיך בביגו"צ בב"א.


ה' אלוקינו דִבֶּר אֵלֵינוּ בְּחֹרֵב לֵאמֹר רַב לָכֶם שֶׁבֶת בָּהָר הַזֶה וגו'. דער תפארת שלמה לערנט אונז דאס אין דעם פסוק ליגט א הייליגען רמז אויפען שב"ק בימי גלותינו. בזמן שביהמ"ק היה קיים ווען א יוד האט געוואלט שפירען א העכערקייט האט ער געקענט ברענגען אלערליי קרבנות. ווי אויך ווען עס איז געקומען א יו"ט האט ער עולה רגל געוועהן צום בית הבחירה און דארט אויסגעוואשען זיין נשמה. היינט, ליידער, איז דאס נישט דא. מיר האבען שוין נישט די גרויסע קדושה וואס כלל ישראל האט אמאל פארמאגט.
זאגט אונז אבער דער תפא"ש דאס ביום השב"ק קען מען צוקומען צו אן מעין פונעם קדושת ביהמ"ק. כאטש מיר זענען פארוואגעלט דא אין גלות, און מיר דרייען זיך כאשר יְמַשֵׁשׁ הָעִוֵר בָּאֲפֵלָה, איז אונז נאך פארבליבען איין שטראלענדען לעמפל – די הייליגע שבת. דער גמרא (שבת י:) זאגט אז דער אויבעשטער האט געהייסען משה רבינו איבערגעבן פאר די יודישע קינדער די מעלות השבת. מתנה טובה יש לי בבית גְנָזַי ושבת שְׁמָהּ – כביכול זאגט: איך האב א גוטען געשאנק אין מיין באהאלטענע שאץ-הויז, און זי הייסט שבת.
טייטשט דער תפא"ש, מתנה טובה יש לי – איך האב א גוטען געשאנק וואס וועט שטארק צוניץ קומען ווען בבית גנזי – מיין הייליג הויז איז באהאלטען, ושבת שמה. טאקע אין דעם לאנגען, פונסטערען ווינטער נאכט, אין דעם אימה חשיכה גדולה, הסתר בתוך הסתר, האבען מיר די מתנה טובה פון קוב"ה וואס באלייכט אונז דעם וועג, ושבת שמה.
דאס איז פשט אינעם פסוק בחרב – טראץ דעם וואס דער ביהמ"ק איז ליידער חרוב און צושטערט, איז אבער רב לכם שַׁבָּת – האבען מיר נאך דעם לעכטיגען שבת וועלכע דערהייבט אונז, און איז אונז מקדש ומטהר. (אפשר קען מען צולייגען: בהר הזה – דאס העלפט אונז בייקומען דעם גרויסען יצה"ר וואס איז געגליכען צו א בארג [נדמה להם כהר], און עס דערהאלט אונז ביים רוחניות'דיגען לעבן.)
דער תפא"ש לייגט נאך צו (אין א צווייטע שטיקעל), דאס נישט נאר וואס דער שב"ק איז אונז פארבליבען מיט איהרע קדושה דא אין גלות, נאר אדרבה, זי איז נאך אסאך חשוב'ער אין באליבט פארן באשעפער בזמן הגלות. ווען עס איז געוועהן א ביהמ"ק האט די שכינה הקדושה כביכול דארט געוואוינט צוזאמען מיט הוי"ה ב"ה. עס איז כביכול געוועהן א יחוד (פאראיינציגונג) צווישען הוי"ה ב"ה מיטען שכינה הקדושה (בבחינת אבא ואימא זו"נ – הארכנו בזה בתפא"ש פ' ויצא] דער געהויבענע יחוד האט פאסירט יעדן טאג פונעם וואך אינעם ביהמ"ק. דערפאר, ווען עס איז געקומען שבת און דער יחוד איז געווארען גרעסער און העכער, האט זיך נישט אזוי אנגעזעהן די שמחה ביי כביכול, ווייל עס איז סך הכל געוועהן דער זעלבע זאך וואס פאסירט יעדן טאג, נאר אויף א פארמערטען פאָרמאַט. משא"כ אצינד ווען עס איז נישט דא קיין ביהמ"ק און כביכול שכינתא בגלותא, געשעהט נישט יעדן טאג דעם יחוד. דעריבער, ביום השבת ווען עס איז ויסב בת זוגיה דהות פרישא – הוי"ה ב"ה איז זיך כביכול מתייחד מיטען שכינה הקדושה, איז די שמחה אומגעהויער.
מיר טרעפען טאקע אין די תוכחה פון פרשת בחקותי (כ"ו ל"ד) ווי דער פסוק זאגט אָז תִּרְצֶה הארץ את שבתותיה – דארט אין גלות וועט ספעציעל באליבט און באוויליגט זיין די שבתות, ווייל עס וועט זיין שטארק דעם קאנטראסט מיט די ימי החול.
ווער רעדט נאך ווען עס קומען די ביטערע און טונקעלע טעג, די ימי בין המצרים, ווען דער חשכת הגלות שטארקט זיך מער און מער, אין די דריי וואכען איז די שב"ק לעילא ולעילא. בפרט אום שבת חזון ווען מען גייט ארויס פונעם טיפעניש פונעם גלות, און מען קומט אריין צום שב"ק איז דער פרייד פון כביכול עד אין לשער. דערפאר טאר מען נישט קלאגען אויפען חורבן אין שבת, ווייל ביום השב"ק איז די שכינה באפרייט פונעם גלות. אפילו די אוהבי ה' המחכים בבנין אריאל – די ליבהאבער פון השי"ת וועלכע ווארטען און לעכצען אויפען בנין בית עולמים, ביום השבת קודש שישו ושמחו – פרייען זיי זיך מיטען שמחה פונעם שכינה הקדושה.
מיט דעם טייטשט דער תפא"ש לשון קדשו פון ר' שלמה אלקבץ אין זיין צייטלאזען פיוט 'לכה דודי', רב לך שַׁבָּת – עס איז גאר גרויס און דערהויבען דעם שבת וועלכע קומט בעמק הבכא – אין די ימי בין המצרים וועלכע ווערן אנגערופען 'דער טאל פון טרערן'. ווי נידעריגער עס זענען די ימי החול אלץ מער שפירט מען דעם חשיבות פונעם שבת איז אלץ גרעסער איז די שמחה ביים שכינה הקדושה כביכול.
זאל דער אויבעשטער העלפען עס זאל מקוים ווערן דעם רב לך שבת בעמק הבכא – שוין גענוג לאנג געזעצן דא אינעם גלות המר. און לא'מיר בעטען ביים הייליגען שכינה עס זאל שוין זיין התנערי מעפר קומי – שטאט ירושלים, הייב זיך אויף און שאקעל פון דיר אפ דאס ערד און בלאטע. לבשי בגדי תפארתך, עמי – טוה אהן דיינע שיינע קליידער, מיין פאלק, ווייל עס קומען שוין די טעג ווען ישיש עליך אלוקיך כמשוש חתן על כלה במהרה בימינו אמן.


אין מדרש איכה שטייט בכו ישראל בכיה של תִּפְלוּת וישמע העם בוכה למשפחותיו. והיכן בכו בכיה של ממש אחד ברמה ואחד בבבל, ברמה קול ברמה נשמע בבבל דכתיב על נהרות בבל. אמר הקב"ה לישראל בשכר אותה בכיה אני מכניס גליותיכם. כה אמר ה' מנעי קולך מבכי – יודען האבען געוויינט א פוסטע געוויין, אין מדבר ווען עס שטייט בוכים למשפחותם (עי' רש"י). און וואו האבען זיי געוויינט א ריכטיגע געוויין? איינמאל אין דער הייעך און איינמאל אין בבל. עס שטייט אין פסוק קול ברמה נשמע, רחל אמנו וויינט אויף איר קינדער און זי וויל זיך נישט לאזען טרייסטען, אויך שטייט על נהרות בבל שם ישבנו גם בכינו, ביי די טייכען פון בבל זענען מיר געזעסן און געוויינט. זאגט דער אויבעשטער, בזכות די אויבערדערמאנטע געוויין וועל איך צוריקברענגען פון גלות, אזוי ווי דער פסוק זאגט פאר רחל כה אמר ה' מנעי קולך מבכי, אזוי האט דער באשעפער געזאגט, רחל, פארמייד דיין שטימע פון געוויין ווייל דיינע קינדער וועלן זיך אומקערן צו זייער גרעניץ.
איז דער תפארת שלמה מסביר וואספארא סארט בכיה הייסט א בכיה של תפלות און וועלכע איז א בכיה של ממש. ווען מען וויינט אויף די אייגענע צער און אומבאקוועמליכקייט איז דאס נישט קיין ערוואונטשענע געוויין און דאס גייט נישט ארויף אין הימעל. בוכים למשפחותם איז א בכיה של תפלות. משא"כ ווען א יוד האט אינזינען דעם צער השכינה כביכול און ער פארגעסט פון זיינע אייגענע יסורים, ובפרט ווען ער לעבט גאר במנוחה און טראץ דעם וויינט ער און קלאגט אויפען גלות השכינה דאן גייט זיין תפילה און בכיה גלייך ארויף אין דער הייעך.
אויף רחל אמנו שטייט רחל מבכה על בניה – זי וויינט אויף איהר קינדער, מֵאֲנָה להנחם על בניה כי איננו – זי לאזט זיך נישט טרייסטען אויף איהר קינדער ווייל זיי זענען נישט דא. שמועסט אויס דער תפא"ש דאס ווען זי וויינט בלויז פאר איהרע קינדער ווייל זיי זענען בצער איז נישט קיין חידוש, ווייל דאס פארשטייט מען אליין. אויף דעם מוז דער פסוק נישט אויסשמועסען מאנה להנחם. נאר די כונה איז זאגאר ווען די קינדער זענען באקוועם בשלום ובשלוה, דאך וויל זי נישט מקבל זיין דעם טרייסט כי איננו – ווייל די שכינה הקדושה איז נישט במקומה כביכול נאר שכינתא בגלותא. אויף אזא געוויין שטייט אין פסוק קול ברמה נשמע – די קול קומט אהן אין די העכסטע עולמות.
אויך ביי כלל ישראל שטייט על נהרות בבל שם ישבנו. ברענגט דער תפא"ש וואס רש"י זאגט ביי יעקב אבינו וישב יעקב, ביקש לישב בשלוה – ער האט געוואלט זיצען במנוחה. זעהט מען עכ"פ פון דארט אז וישב מיינט זיצען רואיג און באקוועם. שם ישבנו – כאטש מיר זענען געזעסן על נהרות בבל במנוחה און מיר האבען גוט געלעבט אין גלות, אבער גם בכינו בזכרנו את ציון – ווען מיר האבען זיך דערמאנט אז עיר ציון בזויה ושוממה און די שכינה הקדושה איז כביכול געגאנגען אין גלות.
אויף דעם געוויין זאגט דער מדרש טאקע בשכר אותה בכיה אני מכניס גליותיכם, און מיר וועלן זוכה זיין בקרוב צום ושבו בנים לגבולם בביגו"צ בב"א.

©כל הזכיות שמורות לאנ"ז – א"וו. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
צוגעלייגטע
Tiferes Shloime Dvurim.pdf
(169.98 KiB) דאונלאודעד 182 מאל
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג יולי 31, 2014 11:14 pm

אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל. דער תפארת שלמה איז מדייק אז מיר טרעפען אצינד א שינוי הלשון, 'כל ישראל', אנדערש ווי געווענליך וואס די יודען ווערען אנגערופען בני ישראל.
נאך ברענגט ער וואס רש"י איז מפרש אויפען ווארט כל, אז משרע"ה האט געטראכט טאמער וועט ער רעדען בלויז צו א חלק פונעם כלל ישראל, וועלען די אנדערע יודען קענען טענה'ן אז זיי וואלטען געקענט אפענטפערען משה'ן אויך זיינע שטראף רייד. דערפאר האט ער צוזאמען גענומען אלע יודען און ער האט גערעדט צו אלע אויף אמאל, "כל מי שיש לו תשובה ישיב – ווער עס האט עפעס צו ענטפערען ווערט מכובד דאס צו טוהן." פרעגט דערויף דער תפא"ש וואספארא ענטפער וואלט דען געוועהן שייך צו זאגען, אז אזא טענה וואלט בכלל עקסיזטירט?
נאר מען קען מרמז זיין אז די רייד וואס משה רבינו האט דאן גערעדט זענען נישט געוועהן געאייגענט בלויז פאר די יודען אין יענעם דור, נאר פאר אלע יודען עד סוף כל הדורות, ביז משיח'ס טאג און אויך דערנאך. דער גאנצע ספר דברים איז פול מיט נביאות ועתידות וואס וועט באטרעפען דעם יודישען פאלק באחרית הימים ולעולם הבא, אזוי ווי אין פסוק שטייט קלאר לא אתכם לבד אנכי כורת את הברית הזה כי את אשר ישנו פה עמנו היום ואת אשר איננו פה עמנו היום – נישט נאר מיט ענק אנוועזענדע טוה איך שניידען דעם בונד היינט, נאר אויך מיט אלע יודען וועלכע געפונען זיך נישט אצינד און זיי זענען עתיד געבוירען צו ווערען.
אצינד אינעם דור פון אחרית הימים אין וועלכע מיר געפונען זיך יעצט, איז דער עיקר עבודה תשובה צו טוהן. אין פסוק שטייט בצר לך ומצאוך כל הדברים האלה באחרית הימים ושבת עד ה' אלקיך וגו' ושב את שבותך ורחמך וקבצך מכל העמים וגו' – ווען עס וועט דיר ווערען ענג אין די ענדע פון די טעג, זאלסטו זיך אומקערען צו השי"ת, און דאן וועט ער זיך דערבארעמען אויף דיר, און דיר צוריקקערען פון צווישען אלע פעלקער.
אויך טרעפען מיר אין פסוק (ישעיה כ יא): משא דומה אלי קורא משעיר – א נבואה אין אדום (אדער ישמעאל), צו מיר (השי"ת) רופט דער נביא פון גלות אדום און ער פרעגט, שומר מה מליל שומר מה מלילה – שומר ישראל, וואס וועט זיין פון דעם לאנגע, ביטערע גלות-נאכט? ווען וועלען מיר שוין אויסגעלייזט ווערען? אמר שומר אתה בקר וגם לילה – ענטפערט דער שומר ישראל, איך האב דער מעגליכקייט אויפצולייכטען פאר ענק דעם פרימארגען, און אויף אלע רשעים ברענגען א פונסטערניש, אם תבעיון בעיו – טאמער ווילט איהר דאס זאל זיין, דער קץ הגאולה זאל ווערען צוגעאיילט, שובו אתיו – קערטס אייך אום בתשובה שלימה, וועלען ענק ווערען אויסגעלייזט.
דאס איז דער רמז אינעם פסוק פונעם וואכיגען סדרה. אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל – די פאלגענדע רייד האט משרע"ה גערעדט פארען דור באחרית הימים ווען יודען וועלען שוין נישט מער זיין אינעם געהויבענע מדריגה פון 'בני ישראל', נאר זיי וועלען הייסען בלויז 'ישראל'. זאגט ער זיי אהן כל מי שיש לו תשובה ישיב – ווער עס האט אויף וואס תשובה צו טוהן זאל דאס זאפארט טוהן, ווייל דאס איז דער עיקר עבודה אין די צייט.

Tiferes Shloime Devurim.pdf
(158.3 KiB) דאונלאודעד 139 מאל
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » פרייטאג יולי 28, 2017 7:56 am

ארויפגעברענגט,
בזמנו

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4049
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג יולי 28, 2017 11:53 am

די שבתים פון ימי בין המצרים זענען גאר הויך:

מאור ושמש פרשת דברים, רמזי בין המצרים.
צוגעלייגטע
מאור ושמש.JPG
מאור ושמש.JPG (35.4 KiB) געזעהן 3424 מאל
לחיים ולברכה!

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג יולי 10, 2018 1:18 pm

כדי צו זעהן די אלע שטיקלעך תפארת שלמה דא פון הרב אנעים, און אויך עס לערנען און דעם הייליגען ספר תפארת שלמה גופא, ווי ער שרייבט אזוי הייליג, איבער די ימי ״בין המצרים״. און בפרט די צווייטע שטיקעל דא אויבן, וואס ווען כ׳האב עס געזעהן די ערשטע מאל א שטיק צייט צוריק, האט עס מיר מורא׳דיג באנומען.

איבער די גרויסקייט און שמחה פון שבת און די ימי בין המצרים, ווייל ווי גרעסער די שכינה טרויערט אלטס העכער איז די שמחה שבת! קומט אויס אז בימי בין המצרים איז שבת גאר א העכערע מדריגה פון שמחה מער ווי א גאנץ יאר! און נאך מער אין שבת חזון, ווייל דעמעלטס איז די וואך פון די טרויערן פון די שכינה נאך אסאך מער, איז דאך אויב אזוי די שבת אין נאך אסאך א העכערע מאס פון שמחה! אזאלכע ווערטער קען מען אליינס נישט זאגן!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תפארת שלמה: שבת חזון די פרייליכסטע שבת פון גאנצע יאר!

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג יולי 20, 2018 1:37 pm

זעה דא דעם צווייטען שטיקעל אויבן, און פון נאך פוהלע חסידישע ספרים, ווי די מאור ושמש און נאך, (ס׳כדי דאס נאך צו קוקען) אז די שבת איז די פרייליכסטע שבת פון די גאנצע יאר!


וויבאלד מען קומט פון די נידריגסטע ששת ימי המעשה פון די גאנצע יאר, איז ממילא די שכינה די מערסטע בשמחה שעם שבת חזון!


און מיט דעם טייטשט ער רב לך שבת בעמק הבכה, ״רב לך שבת״ ס׳איז גאר גרויס דעם שבת, (ס׳איז גאר גרויס דעם שמחה דעם שבת) ווען? אזא שבת (די ימי הין המצרים און נאך אסאך מער שבת חזון, וואס קומט פון די נידריגסטע טעג) וואס איז אין די עמק הבכה!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג יולי 20, 2018 1:40 pm

א חשוב'ער איד האט צוגעלייגט אז וואס א יאר שפעטער איז דאך די ירידת הדורות און די חשכות מער, קומט דאך אויס אז אזא חשכות פון תשע"ח איז נאך נישט געווען מימות העולם, ומדה טובה מרובה ווען עס קומט שבת בעמק הבכא איז די אור געוואלדיג גרויס שאין לשער, כחשכה כאורה

מחשב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג יולי 20, 2018 1:47 pm

image.png
image.png (43.21 KiB) געזעהן 2450 מאל
הוי מחשב...

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג יולי 20, 2018 2:43 pm

אדער יא האט געשריבן:א חשוב'ער איד האט צוגעלייגט אז וואס א יאר שפעטער איז דאך די ירידת הדורות און די חשכות מער, קומט דאך אויס אז אזא חשכות פון תשע"ח איז נאך נישט געווען מימות העולם, ומדה טובה מרובה ווען עס קומט שבת בעמק הבכא איז די אור געוואלדיג גרויס שאין לשער, כחשכה כאורה

זייער א שיינע הוספה, יש״כ!

אגב, רבי אלימלך בידערמאן האט אויך דערמאנט די וואך ביים שיעור דעם הייליגען שטיקעל פונעם אוהב ישראל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 20, 2018 2:52 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:און מיט דעם טייטשט ער רב לך שבת בעמק הבכה!

בדרך אגב, מ'שרייבט עס עמק הבכא, מיט אן אלף.

די עכטע ווארט 'עמק הבכא' אין תהילים פד מיינט טיפקייט פון חכמה. בדרך מליצה נוצט עס דער מחבר אויף בכיה.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 10:26 am

ארויף, צו די ניין טעג
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט