מיט א טיפערן בליק פרשת תולדות תשע"ג

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

מיט א טיפערן בליק פרשת תולדות תשע"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

הכי קרא שמו יעקב...!

בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אונזערע עלטערן יצחק און רבקה נאך יארן פון ווארטן און האפן געבענטשט צו ווערן מיט קינדערלעך, נאך יארן וואס זענען באגלייט געווארן מיט הארציגע תפלות און בקשות צו השי"ת... און אט הערט מען ב"ה די געוואלדיגע נייעס אז רבקה אמנו האט געבוירן צווילינג יונגעלעך, די שמחה איז גאר גרויס, צוביסלעך וואקסן די קינדער אונטער, זיי ווערן עלטער ווי שטארק זיי ענדלען אין אויסזעהן אזוי שטארק זענען זיי אנדערש אין אויפפירונג, יעקב וואקסט אויס א איש תם יושב אוהלים א גאנצער וואס זיצט אין די געצעלטן און עשו א איש יודע ציד איש שדה אַן עקספערט אין פאנגען און אין פעלד ארבייט.

הקב"ה האט נישט געוואלט מצער זיין דעם הייליגן זיידע אברהם אבינו מיט עשו'ס מעשים לא טובים, האט ער אים אוועקגענומען פון דער וועלט פאר עשו ווערט צו באקאנט, אין יענעם זעלבן טאג האט עשו זיך שווער אנגעזינדיגט און איז אהיים געקומען פארמאטערט און אויסגעהינגערט, פארסאמטערהייט פארלאנגט ער פון יעקב א טעללער יועך, יעקב כאפט די געללעגנהייט און שליסט א געשעפט מיט עשו, ווי עשו פארקויפט זיין בכורה פאר יעקב'ן, נאכדעם וואס עשו האט אפגעגעסן און געכאפט וואסערע געשעפט ס'איז פארגעקומען האט ער חרטה אבער ס'איז צו שפעט די בכורה איז שוין פארקויפט, בלית ברירה לאכט ער זיך אויס און גייט ווייטער אין וועג.

אזוי לויפן די יארן אדורך זיי זענען שוין ביידע אריבער די פערציג, און יצחק אבינו ווערט אלט און לאזט רופן עשו זאל אים צושטעלן א קליינע סעודה ווייל ער וויל אים בענטשן, דערווייל כאפט יעקב אויס די מצוה, ער טראגט אריין די עסן און באקומט די ברכות, אזוי ווי ער גייט ארויס קומט עשו אָן,

און ווי עשו ווערט געוואר אז יעקב האט באקומען די ברכות זאגט די תוה"ק:
כִּשְׁמֹעַ עֵשָׂו אֶת דִּבְרֵי אָבִיו וַיִּצְעַק צְעָקָה גְּדֹלָה וּמָרָה עַד מְאֹד וַיֹּאמֶר לְאָבִיו בָּרֲכֵנִי גַם אָנִי אָבִי, וַיֹּאמֶר בָּא אָחִיךָ בְּמִרְמָה וַיִּקַּח בִּרְכָתֶךָ, וַיֹּאמֶר הֲכִי קָרָא שְׁמוֹ יַעֲקֹב וַיַּעְקְבֵנִי זֶה פַעֲמַיִם אֶת בְּכֹרָתִי לָקָח וְהִנֵּה עַתָּה לָקַח בִּרְכָתִי - עשו האט געשריגן מיט א שרעקליך ביטערן געשריי, אבער דער טאטע יצחק זאגט עשו וואס קען איך טוען, דיין ברודער האט שוין ארויסגעשווינדעלט די ברכה, זאגט עשו נא אוודאי אומזיסט רופט מען אים יעקב?! ער איז דאך א פאָפער "וַיַעְקְבֵנִי" זֶה פַעֲמַיִם" ער האט מיך שוין אויסגעפאפט צוויי מאל, אבער דאך בעט זיך עשו טאטע געב מיך אויך עפעס א ברכה.

אז מ'לערנט אדורך די פרשה פרעגט זיך א) ווי קען דאס טאקע זיין אז אוזער טאטע יעקב זאל זיין א פאָפער? ב) וויאזוי שטימט דאס מיט זיין נאטור פון זיין א איש תם? ג) עשו האט פארקויפט די בכורה מיט א געפערליכע בזיון און פלוצלינג וויינט ער דעראויף און נישט סתם א געוויין, נאר די תוה"ק זאגט אונז עדות אז עס איז געווען א אמת'דיגע געוויין ווי די פסוק זאגט דעם אויסטערלישן לשון "וַיִּצְעַק צְעָקָה גְּדֹלָה וּמָרָה עַד מְאֹד"? ד) דורך אויס די פרשה געפינען מיר אז דער עשו איז נישט געווען סתם א ליידיגער רשע, ווייל ווען יא וואלט דאך יצחק אבינו נישט אזוי פארקויפט געווארן פאר אים, און אוודאי נישט ליב געהאט עשו מער פון זיין טייער קינד יעקב? ה) בכלל דארף מען פארשטיין וויאזוי שטימען זיינע שלעכטע מעשים מיט זיין כיבוד אב און מיט זיינע קשיות וואס ער טוט כסדר פרעגן פון זיין טאטע יצחק אבא! היאך, מעשרין את המלח ואת התבן? ווי קען דאס טאקע זיין אז עשו האט געקענט פארדרייען זיין הייליגע גרויסע טאטע יצחק אבינו? לאמיר אריין קוקן אין די פרשה מיט א טיפערן בליק און בסייעתא דשמיא זוכה זיין צו פארשטיין וואס דא איז פארגעקומען און דערפון ארויס נעמען דער ריכטיגער מהלך המחשבה וואס דארף אונז באגלייטן אויפן טאג טעגליכן לעבן.
ר' חיים מענדל דער מנהל זיצט אין זיין אפיס פון ישיבת "קדושת התורה", עס האט זיך נארוואס געענדיגט א דרינגענדע זיצונג פון די הנהלת הישיבה איבער דעם פרישן פאל וואס איז פארגעקומען א נאכט פריער ווען איינע פון די בחורים האבן איבערגעדרייט דעם עס-זאל אויף א שרעקליכן אויפן, ר' חיים מענדל זייענדיג א מנהל מיט יארן עקספיריענס האט באלד געשפירט ווער ס'האט עס געטוען, תיכף לאזט ער אריין רופן שלומי פון די צווייטע כיתה צו זיך אין אפיס.

שלומי שפאצירט אריין בלאַס ווי דער וואנט, בייסענדיג זיינע נעגל און מיט א ציטערדיגע שטימע פרעגט ער: יא מנהל?
דער מנהל פרעגט מיט גאנץ א ווייעכע שטימע: זאג מיר שלומי פארוואס? פארוואס האסטו עס געטוען?
שלומי פלאצט אויס אין א געוויין: איך ווייס אליינס נישט, איך האט געמאכט א טעות, איך האב פארלוירן קאנטראל איבער זיך, און נישט געטראכט וואס איך טו.
דער מנהל כאפט א שאק זייענדיג זיכער אז יעצט גייט קומען א גאנצע הויפן ליגענטס און דא איז שלומי גלייך מודה מיט א אמת'דיגע צובראכנקייט ...ס'איז שטיל עטליכע מאמענטן לבסוף זאגט דער מנהל: שלומי איך זעה אז די האסט אמתדיג חרטה, דאס מאל וועל איך עס אדורך לאזן אבער זיי מוחל גיי רייניג אָפ דעם חורבן וואס די האסט געמאכט.

צוויי טעג שפעטער, אודך: שלומי'ס מגיד שיעור קומט אריין צו לויפן צום מנהל מיט קולות אז ער האלט עס מער נישט אויס מיט דעם שלומי ...ער מאכט מיר חרוב דעם גאנצן שיעור, און וויפיל איך רעד מיט אים איז עס ווי גערעדט צום וואנט?!
דער מנהל רופט אריין שלומי און מיט א בייזע שטימע איז ער אים מודיע אז ער ציעט איבער דאס שטריקל און אדער-אדער, אדער פאנגסטו זיך אָן אויפצופירן ווי עס דארף צו זיין אדער פאַק דיר דיינע פעקלעך, איך ווארט צו הערן פון דיר דיין החלטה ביז דריי מינוט.
שלומי פאנגט אָן ביטערליך וויינען, איך בעט איבער די מנהל, אויך וועל איך איבער בעטן דעם מגי"ש איך ווייס אז ס'איז נישט ריכטיג וואס איך האב געטוען, איך זאג צו אז איך וועל עס מער נישט טוען... און אויך דאס מאל האט ער מצליח געווען און דער מנהל האט אים געזאגט אז צוליב זיין אמתדיגע חרטה וועט ער אים אדורך לאזן אבער דאס איז עס, ס'איז דאס לעצטע מאל.

אזוי ווייטער און ווייטער האט זיך איעדן צווייטן טאג אפגעשפילט עפעס אנדערש, דער מנהל איז מחליט אז מיט שטרענגקייט האט מען שוין פרובירט און ס'גייט נישט, אפשר איז כדי צו פראבירן עפעס א אנדערע וועג, ער רופט צו שלומי אין א זייט און מיט די האנט אויף זיין פלייצע פרעגט ער אים: שלומי טייערע זאג די מיר וואס איז דער פשט אז איעדן צווייטן טאג מאכט זיך עפעס א אנדערע פראבלעם מיט דיר, און ווען איך האלט דיר פאָר זעה איך פון דיר א אמת'דיגע חרטה?! שלומי איז געכאפט אין א שאק זייענדיג זיכער אז יעצט ווערט ער ארויס געווארפן און דא הערט ער אזעלכע ווארעמע ווערטער ווי דער מנהל פרובירט אים צו פארשטיין, ער געבט זיך א מאך אויף דאס הארץ אין גיסט אויס וואס ליגט אינעווייניג ...מנהל איך וויל זיין גוט, טיף אינעווייניג וויל איך באמת זיין ערליך און פיין, אבער ווען עס קומט מיר אונטער א שוואכע מינוט פארליר איך זיך, איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב נישט קיין שום שליטה אויף מיר, איך קען מיך נישט קאנטרעלירן, ...מנהל איך זאג צו אז א סעקונדע נאך וואס איך פארליר זיך האב איך ביטערליך חרטה אבער עס איז שוין צו שפעט, גלייב מיר אז איך האב שוין פארגאסן אזויפיל טרערן דערויף אבער איך ווייס נישט וואס צו טוען, איך דארף הילף.

דער מנהל גלייבט זיך נישט וואס ער הערט, ער זעט אז דער שטייפע שלומי איז פון אינעווייניג צובראכן און בעט זיך גאר פאר חיזוק, מיט א ליבליכע טאן זאגט ער שלומי זעץ זיך אוועק איך וועל דיר פרובירן אביסל צו פארשטיין געבן די מצב און בעזהשי"ת דיר העלפן באקעמפן דיינע שוועריגקייטן, שלומי זעצט זיך אוועק און דער מנהל פאנגט אָן: אמת אז די האסט גוטע פלענער און שאיפות, אמת אז די ווילסט זיין גוט, אבער טייערע שלומי האבן גוטע פלענער אין קאפ איז נישט גענוג, דער יצר ווען ער זעט אז דער מענטש האט גוטע פלענער טוט ער זיכער מאכן אז זיי זאלן בשום אופן נישט צושטאנד קומען, און דאס זענען טאקע די אלע שווערע מינוטן, אין די אלע "מצבים" וואס ער דרייט אָן, ער ווייסט אז ווען דער מענטש ווערט פארלוירן קען ער אים געבן א כאַפ אריין און אים גוט מכשיל זיין, און דערנאך קומען די חרטה געפילן און דער מענטש ווערט צובראכן און אזוי גייט עס א גלגל החוזר... וואס מען דארף וויסן איז אז כדי צובאקעמפן ריכטיג דעם יצר דארף מען אין זיך אריין ברענגן דעם כח פון זיין א חברה'מאן, יא שלומי זיין א חברה'מאן, און אפשר גאר א פאָפּער, וואס דאס מיינט מען דארף זיך אויסלערנען אז פונקט ווי דער יצר הרע פרובירט אונז צו אויסצופאָפען דארפן מיר אים צוריק אויספאפען און אויסשפילן, ווי דער פסוק זאגט עם עקש תתפתל מיטן קרומען יצר הרע דארף מען גיין קרום, למשל ווען ער ברענגט אריין אין דיר א כעס אקעגן די ישיבה און ער זאגט דיר מאך א גוטן חורבן וכדומה זאג פארן יצר אקעי איך גיי עס טוען אבער נישט היינט, איך לאז עס פאר נעקסטע וואך, פארשטייט זיך אז ווען דער כעס לאזט נאך וועסטו עס שוין נישט טוען... ווען די ווייסט אז גיין אויף א געוויסע פלאץ אדער פארברענגן מיט געוויסע חבירים איז נישט גוט פאר דיר שפיל אויס דעם יצר מיטן בכלל נישט אהין גיין און אזוי ווייטער... און די וויכטיגסטע זאך איז: אז ווען דער מענטש איז זוכה צו גוטע טעג, זמנים וואס זענען יא ב"ה ווי עס דארף צו זיין, דארף מען זיי אויסנוצן און זיך צו גרייטן מיט פארשידענע פלענער אז ווען די שוואכע מינוט וועט קומען, ווען דער מצב וועט זיך געבן א שפיל אויס זאל מען זיין קאמפסגרייט, און זיך נישט פארלירן.

טייערע חבירים, דאס איז דער חילוק צווישן די צוויי ברידער יעקב און עשו, וואס ביידע זענען געווען קינדער פון יצחק אבינו און האבן באקומען דאס בעסטע חינוך וואס נאר שייך, פיל מיט השקפה און השגות, אויפוואקסנדיג ביי אזא טאטען האט עשו גאר גוט געוואוסט וואס דער תכלית פון דער מענטש אויף די וועלט איז, אין קאפ האט ער פארמאגט א פונקטליכע קלארן בילד וואס דאס מיינט זיין ערליך און וואס ס'מיינט זיין נישט ערליך, זייענדיג א זון פון יצחק אבינו האט ער אויך געהאט מיט זיך אין מח געקריצט גרויסע השגות אין עבודת ה' אבער זיין שוואכקייט איז געווען אז ווען עס איז געקומען אויף אים א שוואכע מינוט, דאס מינדעסטע נסיון איז ער אזוי אריין געפאלן אז ער האט געהאלטן אז מען מיינט נישט אים, ווען עס איז געקומען א מינוט וואס מען האט געדארפט פארבינדן גוף מיט נשמה וואס דאס מיינט אז דער גוף זאל זיך צוריק האלטן איז נישט געווען צו וועמען צו רעדן... פון די אלע מדריגות השגות וואס ער האט געהאט אין קאפ איז ליידער גארנישט געווארן.

יעקב אבינו פון זיין זייט האט פארשטאנען אז א מענטש איז צוזאמענגעשטעלט פון א גוף און א נשמה, וואס דער גוף וויל לעבן א לעבן פון באקוועמליכקייטן און הפקירות, וואודעראים דער נשמה וויל דינען השי"ת און טוען רצון ה', וואס די צוויי טוען זיך כסדר ארום קריגן, ער האט פארשטאנען אז די אלע השגות און מדריגות וואס איז דער הייליגער רוף פונעם נשמה זענען מחייב דעם מענטש זיך אונטערצוגארטלען און ארבעטן שווער אנצוקומען אהין, דערפאר האט ער געארבעט מיט אלע זיינע כוחות זיי ארויס צוברענגן מכח אל הפועל, און געטוען צוזאם ברענגן די גוף מיטן נשמה, וואס דאס מיינט אז אלעס וואס ער האט פארמאגט אין קאפ און אין מח זאלן ארויס געברענגט ווערן מיטן גוף, און ווען ס'איז אונטער געקומען א נסיון, א שווערע מינוט, האט ער פארשטאנען אז מען מיינט אים און ער האט בשום אופן נישט געלאזט אז דער מצב זאל משפיע זיין אויף אים, נאר געניצט אלע זיינע כוחות איבער צוקומען סיי וועלכע נסיון.

די מלחמה פון צוזאמשטעלן דעם גשמיות'דיגע גוף מיטן הייליגע נשמה, האט זיך אפגעשפילט טאג טעגליך אין די שטוב פון יצחק אבינו, עשו ווען ער האט געהאט זיינע גוטע מינוטן איז ער געקומען רעדן מיטן טאטען אין לערנען מיט אַן אמת ער האט נישט פרובירט צו פאָפן ער האט עס באמת געמיינט און געוואלט, אבער די מינוט וואס עפעס גייט נישט זיין וועג, ווען דער נסיון קומט אונטער "ער איז הונגעריג" איז פלוצלינג נישט דא מיט וועמען צו רעדן, ער איז אויס-מענטש "ויבז את הבכורה", ווען ער בארואיגט זיך ווען ער כאפט וואס איז געשעהן "ויצעק צעקה גדולה" האט ער באמת חרטה אבער ער נעמט נישט די חרטה פאר א לימוד פאר א וועג ווייזער אז עס זאל מער נישט פאסירן, ער איז נישט גרייט צו טוישן זיין לעבנס שטייגער...

יעקב אבינו גייט אויך אדורך שוועריגקייטן אבער ער קעמפט, ער זיצט אין אוהל ער לערענט די תוה"ק ער טוט זיך כסדר גרייטן אז ווען די שוואכע מינוטן וועלן אנקומען זאל ער האבן דעם קאפ אויפן פלאץ און קענען אויסשפילן דעם שווערן יצר, און טאקע דאס האט פאסירט ווען דער שוואכע מינוט האט זיך געמאכט "עשו איז הינגעריג" איז צייט צו ניצן דעם מינוט ווייל אויב עשו איז גרייט פאר א יעדן קליינעם מצב אוועק צו געבן אלעס, וועט ער דאך סיי ווי ערגעץ אויף געבן די בכורה זאל דער נעמער שוין זיין יעקב וכך הוה, און דאס איז דער טיטול וואס יעקב אבינו פארמאגט "וַיַעְקְבֵנִי", ער טוט כסדר אויספאפן און אויסשפילן דעם יצר און אדורך דעם קויפט ער זיך איין א לעבן פון נצחיות.

מיט דעם פארשטייען מיר גאר גוט דאס וואס ווערט געברענגט אין מדרש אז עשו'ס קאָפ איז באגראבן אין מערת המכפלה אבער זיין גוף נישט, ווייל אין זיין קאפ זענען געווען ערליכע געדאנקן, אין קאפ האט ער געהאט גוטע רצונות, אבער זיין גוף נישט, ווייל דער גוף האט נישט מיט געארבעט, דער גוף איז געבליבן פארדארבן האט ער דארט נישט וואס צו זוכן, וואודעראים יעקב אבינו וואס האט מחבר געווען דעם גוף צום נשמה, ארויסגעברענגט זיינע רצונות מכח אל הפועל האט יא זוכה געווען אז זיין מקום מנוחה זאל זיין בשלימות מיט די אנדערע אבות אברהם ויצחק ווייל ס'איז א גוף וואס איז איינס מיטן הייליגן נשמה.

טייערע חבירים! מיר אלע האבן א שטיקל עשו אין זיך, מיר אלע האבן אין קאפ כל מיני גוטע מחשבות, געדאנקן, רצונות, שאיפות, און פלענער, איעדער פון אונז וויל באמת זיין גוט, טוען וואס איז ריכטיג, און זיין נאנט צו השי"ת, נאר דער פראבלעם איז דאס אז דער יצר הרע מאכט זיכער אז עס בלייבט אין קאפ, ער מאכט זיכער אז דער מענטש'ס מח זאל זיין פיל מיט גוטע פלענער אבער ווען עס קומט אויסצופירן די פלענער דארט רוקט ער אריין זיין פיסל מיט כל מיני שטיקלעך וואס דאס איז גורם אז נישט נאר טוט דער מענטש נישט לעבן זיינע גוטע פלענער נאר מיט די צייט פאנגט ער אן טראכטן אז עס איז אפילו נישט במציאות, והא ראיה איך האב שוין אזוי פיל מאל פרובירט און ס'גייט נישט, ער מאכט זיכער אז ווען דער מענטש וויל אויספירן א גוטע קבלה וכדומה זאל פונקט דעמאלטס זיין אדער געשעהן עפעס אז דער מענטש זאל אדורך פאלן... און א סעקונדע נאכן דורך פאל האט ער שוין ביטערליך חרטה אבער ס'איז שוין אביסל... ס'איז אלעס דער יצר וואס מאכט זיכער אז אלע אונזערע רצונות מחשבות גוטע פלענער זאלן נישט צושטאנד קומען נאר בלייבן אין קאפ, אדער אין מח.

אונזער ארבעט איז גיין אין די וועגן פון אונזער פאטער יעקב און צו באקעמפן די חלק העשו וואס ליגט אין אונז וואס דאס קען מען נאר ווען דער מענטש נעמט די ריכטיגע צייט קאפ און מח אין די טעג וואס אלעס פארט ב"ה יא גוט, און זיך גרייטן אז ווען דער שוואכע מינוט קומט אָן זאל מען זיך נישט פארלירן נאר טוען וואס איז ריכטיג, וואס דאס מיינט זיין גרייט אויסצושפילן דעם יצר, אים איבער קליגן און אפילו גיין א טריט ווייטער אים אויספאפן, וואס דאס מיינט זאגן פארן יצר ווילסט מיך מכשיל זיין ...איך הער, אבער נישט יעצט ...באלד ...באלד, אים כסדר אפשטופן, זיך כסדר פון אים ארויסדרייען ולב יודע מרת נפשו דער מענטש טיף אין הארץ ווייסט גוט וואס זיינע שוואכקייטן זענען און ווי אזוי מען דרייט זיך פון זיי ארויס, און ווי אזוי ער קען אויסשפילן דעם יצר, מיר מוזן אים איבער קלוגן און גאר פארקערט ניצן די אלע שוואכע מינוטן, נוצן די זעלבע טאקטיקן וואס ער ניצט, און אין די שוואכע מינוטן שטייגן אויף א אופן וואס ווען נישט דער נסיון איז דאס בכלל נישט שייך, דער יצר ווען ער זעט ווי דער מענטש נעמט זיינע נסיונות און אדורך דעם שטייגט מען וועט ער בעזהשי"ת פארלירן די אפעטיט פון פרובירן און אונז לאזן דינען השי"ת מיט הרחבת הדעת.
לאמיר נעמען די ריכטיגע מוסר השכל פון אונזער פרשה און פארשטיין אז מיר מוזן צוזאם שטעלן די גוף מיטן נשמה, מיר מוזן ארבעטן מיט אלע כוחות ארויס צוברענגן אונזערע גוטע רצונות, מחשבות, און שאיפות, מכח אל הפועל, און פארקערט פארשטיין אז דווקא ביי די אלע שווערע מינוטן דאס איז אונזער צייט צו שטייגן, דווקא דעמאלטס איז דער געללעגנהייט וואס מיר האבן אויסצושפילן דעם יצר, און אדורך דעם אויסשטייגן גאר גרויס, און זוכה זיין אז אונזער גוף און נשמה זאל ווערן איינס און כסדר קענען טוען רצון ה' אומגעשטערט.

לסיכום געדענק:
• לאז נישט דיינע גוטע פלענער און שאיפות נאר אין קאפ, ברענג זיי ארויס מכח אל הפועל.
• לעב די מידה פון "יעקב" זיי גרייט אויסצושפילן דעם יצר, און צוזאם ברענגן די גוף מיטן נשמה.
• ווען עס גייט דיר גוט דאס זענען די טעג וואס די דארפסט זיך גרייטן צו זיין קאמפסגרייט.
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייער שיין. דאכט זיך אז דער געדאנק פון עשו'ס קאפ אין מערת המכפילה צוליב זיינע גוטע מחשבות, שטאמט פון שפת אמת.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

לכבוד שבת
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: מיט א טיפערן בליק פרשת תולדות תשע"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

ארויף
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: מיט א טיפערן בליק פרשת תולדות תשע"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

פשיהא! אמאל נעמט יארן אז א גוטע זאך זאל באקומען איר אנערקענונג.

מוראדיגע געדאנק!
מיין חלק אינעם שמועס...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”