תשעה באב 'שחל בשבת' מנהגים וענינים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:31 am

לכאורה האט געשריבן:אויב מ'שניידט יעדע צווייטע פרייטאג און עס געפאלט יעצט די צווייטע?

בלי שום ספק אז מ'מעג.
דער עיקר איז אז דער וואס איז מקפיד עס צו שניידן ווען ס'שוין צו לאנג און ס'ניש א כבוד פאר שבת המלכה, ביי איינעם מיינט עס יעדע וואך און ביי איינעם יעדע צוויי וואכן, מעג אזא איינער עס יעצט שניידן אויב ס'שוין לאנג.
אזוי פארשטיי איך פונעם קלויזנבורגער רב זצ"ל אין דברי יציב או"ח סי' רלז. ער רעדט נישט פון אונזער שאלה, אבער ער רירט אן די נקודה פון נישט שניידן ממש יעדע וואך.
ואפשר עוד דאלו שחפפו ראשם עשו כן משום סכנה כנ"ל מהב"ח, ולא היו עושין כן תדיר בכל ער"ש אלא כשהיו צריכים לחוף ראשם היו ממתינים בזה לער"ש לכבוד שבת, וכמו בגלוח הצפרנים דפשוט שכשאין לו לא שייך לחייבו אלא כשצפרניו מגודלות קוצצם בער"ש לכבוד השבת.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אץ קוצץ
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 6:28 pm

ספר מים אדירים, איסור ת"ת בערב ת"ב, הרה"ג ר' מענדל מאיר יאקאבאוויטש שליט"א

https://drive.google.com/file/d/0ByoiQY ... p=drivesdk

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:10 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:די רמ"א שרייבט: בחול נוהגין לחלוץ מנעלים קודם שיאמר ברכו, ואם הוא שבת חולצים לאחר ברכו, מלבד שליח צבור שחולץ קודם ברכו, רק אומר תחלה: המבדיל וכו'.
אין סקווירא איז דאס א מנהג וואס א גרויס חלק עולם פירט זיך אזוי, מען קומט מיט די בגדי שבת, און נאך ברכו טוט זיך א טוישעריי, מען טוט זיך אן די הוט רעקל וכו'...
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען תשעה באב אינדרויסן פון שטעטל, בינעך פשוט נייגעריג וויפיל פראצענט פון די חסידישע עולם פירט זיך אזוי?
קומט אריין מיט תשובות.

וואס הייסט מען קומט מיט בגדי שבת? וואו טוישט מען זיך? איך כאפ נישט וויאזוי דאס ארבעט?
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:12 pm

בראנפן גלעזל האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:די רמ"א שרייבט: בחול נוהגין לחלוץ מנעלים קודם שיאמר ברכו, ואם הוא שבת חולצים לאחר ברכו, מלבד שליח צבור שחולץ קודם ברכו, רק אומר תחלה: המבדיל וכו'.
אין סקווירא איז דאס א מנהג וואס א גרויס חלק עולם פירט זיך אזוי, מען קומט מיט די בגדי שבת, און נאך ברכו טוט זיך א טוישעריי, מען טוט זיך אן די הוט רעקל וכו'...
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען תשעה באב אינדרויסן פון שטעטל, בינעך פשוט נייגעריג וויפיל פראצענט פון די חסידישע עולם פירט זיך אזוי?
קומט אריין מיט תשובות.

וואס הייסט מען קומט מיט בגדי שבת? וואו טוישט מען זיך? איך כאפ נישט וויאזוי דאס ארבעט?

ווערי סימפל, מען ברענגט מיט די שטריימל באקס מיט די הוט אינעווייניג, און די רעקל אין א בעג. און נאך ברכו איז דא אן הפסקה פאר בערך א מינוט, מען טוט זיך אויס די שטריימל בעקישע שטיוול און מען טוט זיך אן די הוט רעקל און פאנטאפל. מען וואשט זיך די הענט און מען שטעלט זיך דאווענען מעריב.
אגב, ווארשיינליך טוט הרב בראנדמארק פון קול מבשר נישט ליינען אייוועלט, ווייל אין אן אינטערוויו זאגט ער אז אין סקווירא פירט זיך די רבי כדלעיל אבער די עולם נישט, ווען ער וואלט געליינט אייוועלט וואלט ער געוואוסט אז א גרויסע עולם פירט זיך אויך אזוי.

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:14 pm

איך האב נישט געלייענט ביז דא
איז דא א איסור צו ארבעטן ערב שבת נאך חצות די יאר? (חוץ וואס יעדע ערב שבת איז נישט אויסגעהאלטן נאך חצות )

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:23 pm

קביעת עיתים
צוגעלייגטע
01B0CF2D-FE12-4682-A58D-BA72F33C5888.jpeg
01B0CF2D-FE12-4682-A58D-BA72F33C5888.jpeg (103.76 KiB) געזעהן 1413 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אץ קוצץ
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:20 pm

די מנהג אין בעלזא בתשעה באב שחל בשבת, צי מחמיר זיין כשיטת המג"א תקנ"ו סק"ו, נישט צי לערנען א גאנץ שבת, נאר דברים המותרים בתשעה באב, כהוראת כ"ק מרן מהר"א מ'בעלזא זי"ע

(ראה מצורף כאן צילום של לוח בעלזא-תמידים כסדרם)

0_IMG-20190808-WA0060.jpg
0_IMG-20190808-WA0060.jpg (197.32 KiB) געזעהן 1394 מאל
לעצט פאראכטן דורך אץ קוצץ אום פרייטאג אוגוסט 09, 2019 1:07 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:46 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:די רמ"א שרייבט: בחול נוהגין לחלוץ מנעלים קודם שיאמר ברכו, ואם הוא שבת חולצים לאחר ברכו, מלבד שליח צבור שחולץ קודם ברכו, רק אומר תחלה: המבדיל וכו'.
אין סקווירא איז דאס א מנהג וואס א גרויס חלק עולם פירט זיך אזוי, מען קומט מיט די בגדי שבת, און נאך ברכו טוט זיך א טוישעריי, מען טוט זיך אן די הוט רעקל וכו'...
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען תשעה באב אינדרויסן פון שטעטל, בינעך פשוט נייגעריג וויפיל פראצענט פון די חסידישע עולם פירט זיך אזוי?
קומט אריין מיט תשובות.

אין בעלזא איז דאס אויך איינגעפירט ביי די רבי'ס, אזוי האט זיך געפירט דער רב ז"ל, און אזוי פירט זיך היינט דער מאכנובקער בעלזער רב שליט"א. נאר אין בעלזא קומט שוין דער רב אריין מיט די וואכענדיגע מלבושים (ספאדיק/היט), נאר די שיך טוישט מען נאך ברכו.
די מקור פונעם מנהג נעמט זיך, ווייל ברכו איז געווען ביים זמן יציאת השבת, און מיט דעם איז געווארן מוצאי שבת. בגדי שבת האט מען סייווי נישט אנגעטון שבת חזון אין יענע מקומות, איז עס נאר געווען די שיך וואס מ'האט געהאט צו טוישן, ממילא איז יעדער געווען ביים זמן אין בית המדרש, האט מען דעמאלטס געזאגט ברכו ביים זמן און גראד געטוישט די שיך. נאר דער חזן וואס דאווענט פארן עמוד קען דאך נישט אוועקגיין נאך ברכו, האט ער געזאגט ברוך המבדיל, אויסגעטון די שיך, און אזוי צוגעגאנגען צום עמוד. אבער היינט איז דער עולם אינדערהיים ביים זמן, און מ'זאגט ברכו ערשט שפעטער ווען מען קומט אין בית המדרש, פירט זיך די וועלט צו זאגן ברוך המבדיל ביים זמן און מען טוישט די שיך נאכן זאגן ברוך המבדיל.
איז, אין סקווירא (און אין בעלזא די רבי'ס) וויל מען נישט טוישן די אלטע מנהג מזמן הרמ"א, זאגן זיי טאקע נישט ברוך המבדיל ביים זמן, ממילא קענען זיי האלטן די שיך ביז ברכו. אבער זיי דארפן געדענקן נישט צו טון קיין מלאכה, (אנטון בגדי חול איז נישט קיין מלאכה), און אויב האבן זיי יא געזאגט מחמת איזה סיבה ברוך המבדיל, דארפן זיי גראד אויסטון די שיך.

אץ קוצץ
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:22 am

לבקשת כמה מהחברים ב'אישי, וועלן מיר דא צולייגען די יתר בירור הדברים וואס שטייט אין די בעלזא לוח-תמידים כסדרם, בנוגע די בעלזא מנהג נאר צי לערנען דברים המותרים אין תשעה באב שחל בשבת


0_IMG-20190809-WA0002.jpg
0_IMG-20190809-WA0002.jpg (146.17 KiB) געזעהן 1345 מאל


0_IMG-20190809-WA0001.jpg
0_IMG-20190809-WA0001.jpg (132.36 KiB) געזעהן 1345 מאל


0_IMG-20190809-WA0000.jpg
0_IMG-20190809-WA0000.jpg (126.09 KiB) געזעהן 1345 מאל
לעצט פאראכטן דורך אץ קוצץ אום פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 4:35 am

דער משנה ברורה סימן תקנ"ג זאגט מען אז מען קען זיך רואיגערהייט פארלאזן אויפ'ן טורי זהב מיט די אנדער פוסקים אז מען מעג אלעס לערנען די וואך שבת נאכמיטאג. ויה"ר שיבנה בית המקדש במהרה בימינו

וזה חלק מלשונו
והט"ז מפקפק מאד על מניעת הלימוד בשבת, ומסיים דהלומד בשבת אחר חצות לא הפסיד שכרו. והיינו אפילו כשחל תשעה באב בשבת, וכל שכן כשחל ערב תשעה באב בשבת. ונראה דיש לסמוך על זה אחרי דאפילו כשחל בחול כמה אחרונים מקילין

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 6:42 am

לגבי קויפן בלומען איז א מחלוקת גדולי הפוסקים אין ארה"ק.

פון ככר השבת

גדולי הדור נחלקו: מותר לקנות השבת פרחים?

אברך שקונה פרחים מדי שבוע "לכבוד שבת" ו"לכבוד אשתו", הסתפק האם מותר לו לקנות פרחים לשבת הקרובה שלפי בני אשכנז נוהגים בה מקצת אבילות • גדולי הדור חלוקים

רבים נוהגים לרכוש מידי יום שישי פרחים טריים לפאר בהם את שולחן השבת, יש שעושים זאת לכבוד שבת ולכבוד עקרת הבית, ויש שעושים זאת לפאר ולרומם את כבוד השבת.

קניית הפרחים נעשית לצד המאכלים ומיני המתיקה המיוחדים לכבוד שבת קודש, בשבת הקרובה חל תשעה באב, אך נפסק להלכה כי הצום אינו דוחה שבת ואוכלים ושותים אפילו כסעודת שלמה בשעתו, אולם לגבי בגדי שבת יש בקהילות אשכנז שנהגו ללבוש בשבת כזו שחל בה תשעה באב - מלבושי חול. ברוב קהילות עם ישראל לא נוהגים כך מלבד קהילות בודדות של יוצאי גרמניה.

שאלה הלכתית מרתקת צצה בשנה זו, אברך שנוהג לרכוש פרחים לשבת שיגר את השאלה לפוסקי הדור שנחלקו בנידון.

וזהו נוסח השאלה: רבים קונים פרחים לכבוד שבת קודש ומהם יש שעיקר כוונתם היא לכבוד שבת, ויש שעיקר כוונתם היא לשמח את האישה שמתענגת על יופיים, והנה בשבת זו שבת חזון שחל בתשעה באב, אף שנהגו הכל ללבוש בגדי שבת אף בשבת שחל בה תשעה באב משום שאבלות בפרהסיא אסורה בשבת, מכל מקום נפסק שאין להרבות במיני כבוד ותפארת יותר מן הנחוץ, ולכן יש לדון בעניין קניית פרחים האם מי שרגיל בכך כל שבת, יכול לנהוג כן גם בשבת זו, או שמכיוון שגם אם לא יקנה פרחים לא יהיה בזה זלזול בכבוד השבת עדיף שלא לקנות..

בקובץ התורני וישמע משה נכתב כי מרן שר התורה הגר"ח קניבסקי והגאון רבי ניסים קרליץ הורו להימנע מקניית פרחים בשבת, זו וכן הסכימו הגאונים רבי יצחק זילברשטיין, ורבי משה שאול קליין רבי שמאי גרוס, ורבי יעקב מאיר שטרן.

רבי שמואל אליעזר שטרן פסק כי אם קונה לכבוד אשתו לא יקנה בשבת זו שחל בתשעה באב ואם קונה מידי שבת לכבוד שבת יכול לנהוג כן גם בשבת שחל בתשעה באב, והגאון רבי נפתלי נוסבוים אמר כי מי שרגיל בקניית פרחים לכבוד שבת אפילו שעושה כאן לכבוד אישתו יכול לקנות גם בשבת זו, אבל מי שאינו רגיל בזה, לא יקנה פרחים בשבת זו דווקא. וכך גם הסכים גם רבי אברהם הלוי פוצ'איב.

חבר המועצת ורב שכונת רמת אלחנן הגאון רבי יצחק זילברשטיין אמר שאף מי שקונה לכבוד שבת לא יקנה, שאין לכבד שבת זו יותר מכפי ההכרח, שהרי מנהג אשכנז שאפילו אין לובשים בגדי שבת, ודיינו שאנו נוהגים כן ללבוש בגדי שבת, ואין להוסיף על זה בדברים שאינם מוכרחים
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

A Yidish Boy
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 11:15 am

תגובהדורך A Yidish Boy » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 11:28 am

ווייסט אפשר איינער וועלכע בלעטער פון פרק חלק אין סנהדרין מ'מעג לערנען תשעה באב?

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:07 pm

Capture.PNG
Capture.PNG (124.92 KiB) געזעהן 1110 מאל

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:31 pm

פון ווי נעמט ער אות כ"ט לגבי טרנקן פאר הבדלה?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:32 pm

ווער איז די דיין אין ביהמ"ד אבני צדק?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:32 pm

nmi האט געשריבן:פון ווי נעמט ער אות כ"ט לגבי טרנקן פאר הבדלה?

ממעג אויך עסן

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:35 pm

פרייזן האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:פון ווי נעמט ער אות כ"ט לגבי טרנקן פאר הבדלה?

ממעג אויך עסן

דעמאלס פארוואס שרייבט ער אז מ'זאל קודם מאכן הבדלה אויב זי וויל עסן?

מקור ביטע
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:37 pm

nmi האט געשריבן:
פרייזן האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:פון ווי נעמט ער אות כ"ט לגבי טרנקן פאר הבדלה?

ממעג אויך עסן

דעמאלס פארוואס שרייבט ער אז מ'זאל קודם מאכן הבדלה אויב זי וויל עסן?

מקור ביטע

שוין ג'טוישט איך האב נישט די נייע

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:39 pm

עיין באוצר הלכות

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:42 pm

פרייזן האט געשריבן:עיין באוצר הלכות

לגבי תשעה באב אדער יעדע וואך?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:42 pm

בעל קורא האט געשריבן:ואני שמעתי פון א איד וואס איבערגעפרעגט פון דער וואס האט געזעהן דעם רבי'ן זיך אראפלייגן דעמאלט'ס (החסיד ר' יוסף פרענקל) אז ער האט געפרעגט ר' יאס'ל אשכנזי און ר' יאס'ל האט מדידיה מצדד געווען אז אפשר איז דאס דער טעם.
דאס אז ער האט דעמאלט'ס געלערנט איכה איז - לויט ווי עס זעהט אויס - א בארד וואס איז לעצטענ'ס צוגעוואקסן צו די מעשה.
און דער איד לייגט צו אז ער האט געהערט פון נאך איינעם וואס איז אמאל געווען מיט'ן רבי'ן ת"ב און עס איז נישט געווען מוצ"ש אז נאכ'ן סעודה המפסקת האט זיך דער רבי אראפגעלייגט, כאטש א גאנץ יאר האט ער זיך נישט אראפ געלייגט ביי טאג, זעהט אויס ער האט געהאט עפעס א ענין אין דעם.

אין זמירת דב״י שטייט אויך אזוי, אז מוצ״ש ת״ב האט ער זיך אראפגעלייגט מזמן ר״ת לחצי שעה מטעם חומרא כדלעיל. אבער לכאורה איז עס נישט מדיוק בכלל, ווייל ער האט זיך יעדע יאר אראפגעלייגט פאר ת״ב (ומי יבוא בסוד קדושים), אזוי ווי כ׳האב געזעהן אפאר וואכן צוריק וואס ר׳ שמואל בראך ז״ל האט פארציילט אז די רבי האט זיך אראפגעלייגט פאר ת״ב, אין ער רעדט פון א יאר וואס ת״ב איז געפאלן באמצע השבוע.

אנא עבדא
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

תגובהדורך אנא עבדא » זונטאג אוגוסט 11, 2019 2:11 pm

nmi האט געשריבן:
פרייזן האט געשריבן:עיין באוצר הלכות

לגבי תשעה באב אדער יעדע וואך?

יעדע וואך מעגן נשים טרינקען וואסער בדיעבד - דהיינו אויב זיי זענען שטארק דארשטעריק, די מקור פון דעהם געדענק איך נישט יעצט אויסנווייניג, אבער אי"ה ובל"נ וועל איך דאס דא ארויפלייגן.

אנא עבדא
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

תגובהדורך אנא עבדא » זונטאג אוגוסט 11, 2019 2:15 pm

אץ קוצץ האט געשריבן:די מנהג אין בעלזא בתשעה באב שחל בשבת, צי מחמיר זיין כשיטת המג"א תקנ"ו סק"ו, נישט צי לערנען א גאנץ שבת, נאר דברים המותרים בתשעה באב, כהוראת כ"ק מרן מהר"א מ'בעלזא זי"ע

(ראה מצורף כאן צילום של לוח בעלזא-תמידים כסדרם)

0_IMG-20190808-WA0060.jpg

ווער איז די מקור אויף די הוראה - אז די רב ז"ל האט אזוי געזאגט ?

[דערווייל ווייס איך אז און די בעלז'ע רב שליט"א האט איבערגעגבן אז מ'פסק'נט וויא דער ט"ז.]

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג אוגוסט 11, 2019 3:08 pm

אנא עבדא האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
פרייזן האט געשריבן:עיין באוצר הלכות

לגבי תשעה באב אדער יעדע וואך?

יעדע וואך מעגן נשים טרינקען וואסער בדיעבד - דהיינו אויב זיי זענען שטארק דארשטעריק, די מקור פון דעהם געדענק איך נישט יעצט אויסנווייניג, אבער אי"ה ובל"נ וועל איך דאס דא ארויפלייגן.

הבדלה אדער קידוש פון שבת צופרי?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג אוגוסט 11, 2019 3:49 pm

nmi האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
פרייזן האט געשריבן:עיין באוצר הלכות

לגבי תשעה באב אדער יעדע וואך?

יעדע וואך מעגן נשים טרינקען וואסער בדיעבד - דהיינו אויב זיי זענען שטארק דארשטעריק, די מקור פון דעהם געדענק איך נישט יעצט אויסנווייניג, אבער אי"ה ובל"נ וועל איך דאס דא ארויפלייגן.

הבדלה אדער קידוש פון שבת צופרי?

לגבי תשעה באב נפסק בפירוש שחולה הצריך רק לשתות מים לא יבדיל לשם כך - שבט הלוי חלק ח' סימן קכ"ט.
לגבי כל שבוע - עיין בפסקי תשובות סימן רצ"ד אות ג' שמביא שלא אסרו שתית מים קודם הבדלה וזה נפק"מ גם באחד ששכח לומר אתה חוננתנו ושתה קודם הבדלה שאינו מחויב לחזור ולהתפלל כמו באחד שאכל מאכל או משקה אחר, עיי"ש שמביא מקור לכך.
ועיין בסימן רע"א אות י"א שמביא הטעם למה התירו מים קודם הבדלה ולא קודם קידוש.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט