א שיין ווארט אויף ל"ג בעומר!

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

א שיין ווארט אויף ל"ג בעומר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

מען זאגט אין דעם זמר בר יוחאי נמשחת אשריך שמן ששון מחבריך, אינמיטן זאגט מען דארט, בר יוחאי נאזרת בגבורה ובלחמת אש דת השערה, וחרב הוצאת מתערה שלפת נגד צוררך, עס איז פלאי פלאים, אין גאנץ ש"ס בבלי וירושלמי, און זוה"ק, ספרא, ספרי, אין ערגעץ געפונען מיר אז ר' שמעון בר יוחאי האט אויסגעשטרעקט א שווערד, פארוואס שטייט דא, וחרב הוצאת מתערה, חרב באלאנגט דאך צו עשו, על חרבך תחי', ווי קומט דאס צו ר ' שמעון בר יוחאי.
נאר איך האב געהערט א גוט ווארט נאך זאגן בשם דער ווייצנ'ער רב ז"ל, ער האט געזאגט די גמ' דערציילט אין מס' שבת, מען האט אויסגערימט די רומיים וואס זיי האבן אלץ געטוהן, האט ר' שמעון בר יוחאי זיי מבזה געווען און עס איז אויסגעקומען אז די רומיים האבן אים געוואלט הרג'נען האט ער געדארפט אנטלויפן, האט ער געזאגט אזוי, עס איז דאך ידוע פון בעש"ט ווי אזוי זענען צדיקים מבטל גזירות, אז דער אויבערשטער האט געזאגט א גזירה מי ישיבנו, קען מען עס דען מבטל זיין, נאר וואס דען, עס קומען אראפ צירופי אותיות, און דער צדיק דרייט עס אויס אויף אן אנדערן אופן, קומט אויס, די אותיות וואס דער אויבערשטער האט געזאגט דבר ה' יקום לעולם, עס ווערט נישט בטל, אבער עס קען גיין אויף אזא מין אופן, און עס קען זיין אויף אזא מין אופן.
איז אויף ר' שמעון בר יוחאי איז אויפגעקומען א גזירות חר"ב, מען האט אים געוואלט הרג'נען, מלכות רומי האט געהאט גרייט א חרב אים צו הרג'נען, איז געגאנען ר' שמעון בר יוחאי און האט אויסגעדרייט די אותיות חר"ב צו בר"ח ער איז אנטלאפן.
לויט די הקדמה קען מען ממשיך זיין אויף אלע צירופים, ער האט גענומען דעם חר"ב טאקע בר"ח, אהער ער האט עס אויך געמאכט חב"ר, לשון חבור"ה, ר' שמעון בר יוחאי האט געהאט זיין חבריא קדישא, איז אפילו שפעטער ווען ער איז שוין צוריק געקומען ווי אזוי האט ער מבטל געווען דעם חרב, עס איז דאך שוין נישט געווען קיין ברח, האט ער געמאכט דעם חב"ר חברותא.
נאך א רמז קען מען זאגן, אז דארט אינעם הייל ווי ער איז געווען, שטייט דאך ושם נברא מעיין לו וחרו"ב למאכלו, פונקט א חרוב, נאר ער האט דאס אויך אויגעדרייט פון חרב איז געווען חרוב, וועגן דעם האט פונקט געוואקסן באקסער.
נאך א רמז, אז ער האט געמאכט דעם ספר הזוהר, בהאי חיבורא יפקון מן גלותא, פון חר"ב האט ער געמאכט חיבו"ר.
נאך א רמז, מקום בח"ר בשמיא אפילו אין הימל האט ער נאך אלץ געדרייט דעם צירוף פון חר"ב האט ער געמאכט בח"ר.
דאס איז פשט אינעם זמר בר יוחאי וחרב הוצאת מתערה, האסט גענומען דעם ווארט חר"ב און דו האסט געמאכט א היפך, אזוי וואלט 'חרב' ווען געברענגט א בכי' לדורות, און דו ביסט געגאנגען און דו האסט איבערגעדרייט דורך די חבריא קדישא, אז עס איז געווארן, שמן ששון מחבריך, דורך די חבריך איז געווארן דער צירוף גאר גוט.
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

שיין, שיין...
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

מען זאגט אין דעם זמר פון ואמרתם כה לחי, חידש כמה הלכות, רבי שמעון האט מחדש געווען אסאך הלכות הם במשנה ערוכות, דאס איז אלעס שוין מסודר אין די משניות, זה המרגיז ממלכות, ער רעגט אויף קעניגרייכן, אדונינו בר יוחאי.
לכאורה איז דאס א גרויסע פלא, וואסערע המשך האט דאס איינס מיטן אנדערן, ווייל ער האט מחדש געווען הלכות וואס עס שטייט אין משניות, וועגן דעם ווערן דען קעניגרייכן אויפגערעגט, פארוואס זאלן זיי ווערן אויפגערעגט, וואס האט ער זיי דען געטוהן, ער טאר דען נישט מחדש זיין קיין הלכות.
נאך איז שווער, מיר טרעפן אן אינטערעסאנטע הלכה (שבת מה. ועוד) 'אין מוקצה לר' שמעון', לויט רבי שמעון איז נישט דא אזא זאך ווי מוקצה אום שבת. ער קריגט זיך מיט אלע חכמים, חוץ פון מוקצה מחמת חסרון כיס, האלט ער אז עס איז נישט דא קיין מוקצה, עס איז דא אין פארשידענע ענינים די דין פון מוקצה, און רבי שמעון זאגט אן אינטערעסאנטע חידוש 'אין מוקצה'.

נאר מען קען זאגן, דא ליגט א טיפע ווארט וואס רבי שמעון האט דא מחדש געווען, אין די אלע דורות אין אלע צייטן פון ווען אידן זענען געווארן דער עם הנבחר, דאס אויסדערוועהלטע פאלק פארן הייליגן באשעפער, איז דא א גרויסע קנאה פון אלע אנדערע פעלקער, זיי קענען דאס נישט פארטראגן, און אזוי איז מיט די שרי האומות אין הימל, זיי האלטן עס נישט אויס, פארוואס פונקט אידן זענען אויסגעוועהלט פון אלע פעלקער. דערפאר פרובירט מען און מען פארלייגט זיך דוקא אויף כלל ישראל, דער שטן מיט די אומות העולם, און זייערע שרים, פארלייגן זיך מיט כל מיני אופנים וואס עס איז נאר פארהאנען אוועקצורייסן און אפצוטיילן אידישע קינדער פונעם טאטן אין הימל, מען טוט וואס מען קען, וואס עס איז נאר פארהאנען א מעגליכקייט. און ווען מען קוקט זיך טאקע אום נעבעך, אינעם היינטיגן דור ווי אזוי עס זעהט אויס, נעבעך וויפיל מיליאנען אידן זענען שוין ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם (תהלים קו, לה), אז מען דערקענט שוין פשוט נישט אויף זיי אז זיי זענען אידן, און זיי זענען שוין אויסגעמישט צווישן די פעלקער. און די אלע פעלקער זאגן מיט א שטאלץ, ער איז נישט קיין איד, דער פראנצויז זאגט אז ער איז א פראנצויזער, דער דייטש זאגט אז ער איז א דייטשער, דער כינעזער זאגט אז ער איז א כינעזער, יעדער איד וואס איז אין זיין לאנד, זאגן זיי, מיר האבן שוין אריינגעכאפט דעם איד, ער איז שוין מיינער, ער וועט שוין בלייבן דא לעולם ועד, עס איז נאך דא אפאר געציילטע אידן וואס זיי האפן נאך אויף ביאת משיח, מען וועט נאך אויסגעלייזט ווערן, מען וועט נאך צוריקגיין, אבער נישט די אידן, זיי וועלן שוין קיינמאל נישט צוריקגיין, אזוי ווילן די גוים זאגן.
איז געקומען רבי שמעון בר יוחאי און ער האט מחדש געווען א געוואלדיגע הלכה, 'אין מוקצה', עס איז נישט דא אזא זאך, דו קענסט נישט אפשיידן, דאס איז נישט מעגליך, מען קען נישט אפשיידן א טאטע פון א קינד, אדער א קינד פון א טאטע. די זעלבע זאגן די גוים פארקערט אויך, אז דער אויבערשטער האט זיך שוין אפגעלאזט פון אידן, ער האט זיי שוין מער נישט ליב, ער דארף זיי שוין מער נישט. זאגט רבי שמעון 'אין מוקצה', עס איז נישט אמת, עס איז נישט דא אזא זאך, היה לא תהיה, דאס וועט קיינמאל נישט זיין, דו מיינסט אזוי, דו רעדסט זיך איין, עס דאכט זיך דיר, דו ברענגסט ראיות אז דער אויבערשטער האט שוין אפגעלאזט אידישע קינדער, עס זעהט אויס אזוי, אבער באמת איז 'אין מוקצה', עס איז נישט דא קיין אפגעשיידקייט פון אידישע קינדער צום טאטן אין הימל, מען וועט אונז קיינמאל נישט קענען אפשיידן, עס זעהט אפשר אויס פון אויסענווייניג אז מי זענען אפגעשיידט, אבער אז דו וועסט קוקן טיף אינעווייניג וועסטו טרעפן דארט דעם אידישן פונק, וואס דאס אידישע פונק וועט נאך אמאל געבן א פלאקער אויף, און דו וועסט דעמאלטס זעהן דעם אמת, אור היקוד הם יוקדים, זאלסט וויסן עס ליגט אינעווייניג אין יעדע איד א קליין ליכטל, א קליין פייער'ל, אבער 'יקוד הם יוקדים', דאס וועט אמאל אויפפלאקערן, אז דו וועסט זיך אליינס נישט גלייבן ווי ווייט דאס וועט אויפפלאקערן.
עס האט מיר דערציילט א איד, ער איז געווען אין מירון ביי הילולא דר' שמעון בר יוחאי, און די שמחה איז געווען לעילא ולעילא, ממש דאס קען מען נישט מסביר זיין. האט ער געזעהן נעבן זיך שטייט עפעס א בחור'ל, ער זעהט אויס ווי א פרייער, און ער גיסט טרערן פאר שמחה, מען האט נישט געקענט צו אים רעדן, קוים קוים ער האט זיך ענדליך בארוהיגט, פרעגט ער אים, פון וואו קומסטו? ענטפערט ער, ער קומט פון רוסלאנד. אויפגעצויגן געווארן איז ער מיט מינות וכפירה, אז עס איז נישט דא קיין באשעפער, אבער אזויפיל האט ער געוואוסט אז ער שטאמט פון אידן, צום סוף האט ער זיך געגעבן א כאפ ארויף ביז ארץ ישראל, זיך מדבק געווען צו די חרדים, און די ערשטע פאר טעג וואס ער איז געקומען אויף ארץ ישראל, איז ער אנגעקומען פונקט צום הילולא דרשב"י, און עס האט אים אויפגעפלאמט דעם 'אור היקוד הם יוקדים', און ער האט זיך נישט געקענט בארוהיגן, עס האט זיך געגאסן פון אים טרערן, ער האט געזאגט: מען האט געוואלט פון מיר אויסרייסן די אמונה, עס איז אבער נישט געגאנגען, די אמונה איז דא. עס שטייט יעקב חבל נחלתו (דברים לב, ט), 'חבל' אזוי ווי א שטריק וואס איז משולש, והחוט המשולש לא במהרה ינתק (קהלת ד, יב), דאס קען זיך נישט אזוי שנעל אפרייסן.
רבי שמעון בר יוחאי האט דא מחדש געווען א הלכה 'אין מוקצה', מען קען נישט אפשיידן קיין אידישע קינדער, די הלכה, דאס איז מרגיז ממלכות, אוי רעגט דאס אויף די קעניגן, זיי מיינען אז זיי האבן שוין אריינגעכאפט דעם איד, און זיי זאגן, ער איז שוין משלנו, ער איז שוין אויס איד, יעדע קעניגרייך שטאלצירט זיך, ער איז שוין מיינער, קוק אן וויפיל אידן איך האב אפגעפירט, און די מינים ואפיקורסים טוהען זיך אויך אויף, אזויפיל אידן האבן מיר שוין מעביר געווען על הדת, און מען מיינט אז עס איז זיי געלונגען. אבער ר' שמעון בר יוחאי שרייט 'אין מוקצה', און מען זעהט טאקע ווער עס קומט אלץ צו לויפן, מען קומט צו לויפן פון די מרחקים, אפילו אזעלכע וואס זענען גאר ווייט פון אידישקייט, און עפעס הייבט אן צו ברענען אין זיי, עס קאכט זיך אין זיי, און זיי קענען זיך נישט שיידן פון דארט.
ר' שמעון בר יוחאי האט געוואוסט אז דאס איז אזא מין קשר, דאס איז א קשר פון א חוט המשולש, דאס איז אזוי געבינדן און געפלאכטן אז עס קען זיך קיינמאל נישט אפרייסן. וועגן דעם איז ר' שמעון נתעלה געווארן און געגאנגען לגנזי מרומים "ל"ג בעומר", ל' איז דרייסיג, און ג' איז דריי, צו ווייזן ווי געטריפלט און געטריפלט מיר זענען אדורכגעפלאכטן מיטן רבוש"ע, מען קען אונז נישט אפשיידן.
דאס איז דער רמז שבע שבתות סוד חמשים, אין די זיבן וואכן וואס מען ציילט די חמשים יום, די ספירות די מדות, קשרת קשרי שין קשריך, האסטו געוויזן אין דעם טאג וואס איז דריי און דרייסיג, א ש' האט דאך דריי קעפלעך, צו ווייזן אז עס איז א קשר של קיימא דאס קען מען נישט צורייסן.

לכאורה אויב איז 'אין מוקצה לר' שמעון', וועט דאך עפעס אויסקוקן ווי כאילו די אלע אנדערע חכמים האלטן יא מוקצה, ממילא קומט דאך אויס אז עס איז דא אזעלכע אידן וואס זענען אפגעשיידט.
אבער דער אמת איז אז מען טראכט גוט אריין, אפילו די וואס האלטן יא מוקצה, איז דאס נישט א גאנצע וואך, א גאנצע וואך איז נישט שייך קיין מוקצה, נאר וואס דען, זיי האלטן א זאך וואס עס איז איתקצאי לבין השמשות, א זאך וואס בין השמשות איז דאס געווען אפגעשיידט, בלייבט שוין מוקצה א גאנץ שבת. קומט אויס אזוי, ביז יעצט אין די ימות החול פונעם גלות איז נישט דא קיין איין צדיק, קיין איין תנא, קיין איין אמורא, וואס זאל האלטן 'מוקצה', עס איז נישט דא קיין איין איד וואס איז מוקצה. די גאנצע שאלה איז נאר ווען עס וועט שוין זיין 'בין השמשות', ווען משיח וועט שוין קומען, און עס וועט זיין דעמאלטס ורבים יתבררו ויתלבנו (דניאל יב, י) די לעצטע פאר מינוט, טאמער וועט נאך פארבלייבן א איד אינדרויסן, ער וועט נאך דעמאלטס אויך נישט תשובה טוהן, אויף דעם איז די מחלוקת, די אנדערע זאגן איתקצאי לבין השמשות, איתקצאי לכולי יומא (שבת מג.), דער איז שוין א פארפאלענער, עס וועלן נעבעך זיין אזעלכע אידן וואס וועלן נישט וויסן צו לויפן אקעגן משיח, זיי וועלן זיך נאך אפשר גאר באהאלטן, זיי וועלן מורא האבן, ווער ווייסט וואס מען וועט זיי טוהן. ר' שמעון זאגט 'אין מוקצה', אפילו די זענען אויך נישט פארפאלן.
אזוי ווי עס איז באקאנט דאס ווארט יובילו שי למורא (תהלים עו, יב), אז די גוים וועלן טראגן מתנות פאר משיח, 'שִילֹה' איז דאך 'שֵי' 'לו', פרעגט מען דאך וואסערע מתנות וועלן זיי טראגן, עס קען דאך נישט זיין אז זיי וועלן טראגן גאלד, זילבער, ווייל דעמאלטס וועט דאך אין כסף נחשב (סנהדרין כא:), וואס וועט זיין גאלד, אפילו זיי וועלן ברענגען הויפענעס מיט גאלד און דימאנטן, עס וועט דאך זיין גארנישט. נאר וואס דען, ווייסטו וואסערע חשוב'ע מתנה זיי וועלן ברענגען, זיי וועלן זעהן א איד וואס איז נאך פארבליבן דארט אין גלות - דער נביא זאגט עס - וועלן אלע גוים אים אנכאפן בכנף בגדו, מען וועט אים אויפהייבן און מען וועט אים טראגן א מתנה פאר משיח.
אויף דעם האט ר' שמעון בר יוחאי געזאגט, אפילו אזא איינער וואס איז איתקצאי בבין השמשות, דער איז אויך 'אין מוקצה' ווייל עס וועט זיין יובילו שי למורא.
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

הפלא ופלא
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

שיין ווארט
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

איינער קען עפעס ארויפלייגן וועגן נעשה אדם נאמר בעבורך?
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

מורא'דיגע ווערטער!!
דער רוסישער האט מיר באנימען...
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

ווער איז דער רוסישער?
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:עס האט מיר דערציילט א איד, ער איז געווען אין מירון ביי הילולא דר' שמעון בר יוחאי, און די שמחה איז געווען לעילא ולעילא, ממש דאס קען מען נישט מסביר זיין. האט ער געזעהן נעבן זיך שטייט עפעס א בחור'ל, ער זעהט אויס ווי א פרייער, און ער גיסט טרערן פאר שמחה, מען האט נישט געקענט צו אים רעדן, קוים קוים ער האט זיך ענדליך בארוהיגט, פרעגט ער אים, פון וואו קומסטו? ענטפערט ער, ער קומט פון רוסלאנד. אויפגעצויגן געווארן איז ער מיט מינות וכפירה, אז עס איז נישט דא קיין באשעפער, אבער אזויפיל האט ער געוואוסט אז ער שטאמט פון אידן, צום סוף האט ער זיך געגעבן א כאפ ארויף ביז ארץ ישראל, זיך מדבק געווען צו די חרדים, און די ערשטע פאר טעג וואס ער איז געקומען אויף ארץ ישראל, איז ער אנגעקומען פונקט צום הילולא דרשב"י, און עס האט אים אויפגעפלאמט דעם 'אור היקוד הם יוקדים', און ער האט זיך נישט געקענט בארוהיגן, עס האט זיך געגאסן פון אים טרערן, ער האט געזאגט: מען האט געוואלט פון מיר אויסרייסן די אמונה, עס איז אבער נישט געגאנגען, די אמונה איז דא.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

קען מיר איינער ארויפלייגן עפעס וועגן נעשה אדם נאמר בעבוריך ביטע
עס איז מיר גאר וויכטיג
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
gadol
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2012 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gadol »

the satmar rebbe of kj said yesterday a beautiful vort on this,from the semichas chachumim
AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AllAboutAccess »

ייישר כח שלומי, הערליך ווארט (וחר"ב הוצאת, די אנדערע נאכנישט געלעזט).
אגב, איז דאס אייגענס אדער מפי אחרים?
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

סאטמאר רבי האט געטייטש אויף "נעשה אדם נאמר בעבוריך" אז אין זוהר הק' שטייט אז עס איז דא פיר מדריגות אין מענטשן:
אדם
איש
אנוש
גבר

און אדם איז די חשובס'טע ווייל גדולים צדיקים יותר ממלאכי השרת, און אדם איז מלשון "אדמה לעליון", אין די תורה געווענדליך ווען מען רעדט פון חשובי העדה שטייט "איש" און אין פרשת בראשית שטייט אז אדם קומט מלשון "עפר מן האדמה",
קומט אויס אז אין תורת הנגלה איז "איש" א גרעסערע מדרגה, אין נסתר (זוהר) איז "אדם" א גרעסערע מדרגה,
ר' שמעון בן יוחאי האלט אז קברי עכו"ם אינם מטמאין ווייל עס שטייט אין פרשת חקת "אדם כי ימות באהל" און עכו"ם אינן קרויין אדם, דאס איז פשט:
(לויט) סוד תורה כציצים ופרחים (אין סוד תורה דאס מיינט נסתר, איז) נעשה ,"אדם" נאמר בעבוריך (נעשה "אדם" איז געזאגט געווארן לויט ר' שמעון לשיטתי' וואס ער האלט אין עכו"ם קרויין אדם, איי א גוי איז דאך אויך עפר מן האדמה? אלא מאי מוז מען זאגן אז א גוי הייסט נישט אדם ווייל עס איז מלשון "אדמה לעליון" איז דאך אדם חשוב'ער, וועגן דעם איז געזאגט געווארן נעשה אדם און נישט נעשה איש)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שמן זית האט געשריבן:סאטמאר רבי האט געטייטש אויף "נעשה אדם נאמר בעבוריך" אז אין זוהר הק' שטייט אז עס איז דא פיר מדריגות אין מענטשן:
אדם
איש
אנוש
גבר

און אדם איז די חשובס'טע ווייל גדולים צדיקים יותר ממלאכי השרת, און אדם איז מלשון "אדמה לעליון", אין די תורה געווענדליך ווען מען רעדט פון חשובי העדה שטייט "איש" און אין פרשת בראשית שטייט אז אדם קומט מלשון "עפר מן האדמה",
קומט אויס אז אין תורת הנגלה איז "איש" א גרעסערע מדרגה, אין נסתר (זוהר) איז "אדם" א גרעסערע מדרגה,
ר' שמעון בן יוחאי האלט אז קברי עכו"ם אינם מטמאין ווייל עס שטייט אין פרשת חקת "אדם כי ימות באהל" און עכו"ם אינן קרויין אדם, דאס איז פשט:
(לויט) סוד תורה כציצים ופרחים (אין סוד תורה דאס מיינט נסתר, איז) נעשה ,"אדם" נאמר בעבוריך (נעשה "אדם" איז געזאגט געווארן לויט ר' שמעון לשיטתי' וואס ער האלט אין עכו"ם קרויין אדם, איי א גוי איז דאך אויך עפר מן האדמה? אלא מאי מוז מען זאגן אז א גוי הייסט נישט אדם ווייל עס איז מלשון "אדמה לעליון" איז דאך אדם חשוב'ער, וועגן דעם איז געזאגט געווארן נעשה אדם און נישט נעשה איש)

שליט"א? זצ"ל?
למאי נפק"מ? האומר דבר בשם אומרו
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

לפי הענין קוקט דאס אויס צו זיין א ווארט פון סאמטאר רב מהר"א שליט"א. איך נעם אבער נישט קיין אחריות.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שלומי אמוני'סחרב ווארט איז זיין ווארט.
כהאב עס שוין איבער געזאגט בשמו (ר' שלומה)
כהאב געזאגט בימי ילדותי דבריו עושים פירות בטל כמה גזירות
עס קען זיין פשט און דעם המשך וואס מען זאגט אונעם פיוט ואמרתם כה לחי, דבריו עושים פירות בטל כמה גזירות לויט ווי עס שטייט און ייטב לב אז און זוה"ק שטייט אז מיט דעם וואס א מענטש איז מחדש חידושים באשאפט ער נייע וועלטען און ער ווערט א שותף צום אייבירשטען און בריאת שמים ווארך, און דער דין איז אז א שותף קען גארנישט טוען און די שותפות נאר אויב דער אנדערע שותף איז מסכים, ממילא איינער וואס איז מחדש חידושים האט א כח צו מבטל זיין גזירות.
קען זיין אז דאס איז פשט, דבריו עושים פירות בטל כמה גזירות ווייל דורך דעם וואס זיינע ווערטער מאכען פירות, דאס הייסט אז ער איז מחדש חידושים, האט ער א כח צו מבטל זיין גזירות.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

כאור החמה מזהיר.
אונעם פיוט ואמרתם כה לחי זאגט מען כאור החמה מזהיר אז רשב"י באלייכט אזווי דער אור פון די זון, מען קען עס מזביר זיין לויט ווי עס שטייט פון ארי הקדוש אז ר' שמעון בר יוחאי האט געהאט די נשמה פון משה רבינו, און די גמרא (ב"ב ע"ה ע"א) זאגט אז דער פנים פון משה רבינו איז געווען אזוי ווי די זון און די פנים פון יהושע אזוי ווי די לבנה און ממילא קימט אויס אז רשב"י וואס האט געהאט די נשמה פון משה רבינו איז כאור החמה מזהיר.
און נאך מער קען מען מזביר זיין חז"ל זאגען (ב"ב ט"ז ע"ב) ר' שמעון בן יוחאי האט געזאגט א טייערער שטיין האט געהאנגען אויפען האלדז פון אברהם אבינו, און יעדער חולה וואס האט עס געזעהן איז גלייך געווארען אויסגעהיילט, און ווען אברהם אבינו איז אוועק, האט עס הקב"ה אנגעהאנגען און די זון.
קען זיין אז דאס וואס ער זאגט אז הקב"ה האט עס אנגעהאנגען און די זון, איז א רמז אז דער כח וואס אברהם אבינו האט געהאט אויסצוהיילען קראנקע האט דער אייבישטער איבער געגעבען פאר משה רבינו וואס ער איז דומה צו די זון, אזווי מען זעהט אז משה רבינו האט מתפלל געווען פאר קראנקע, און ער האט פארפאסט די תפלה קל נא רפא נא לה, און שפעטער איז דער כח אריבער צו רשב"י, ווי מיר וועלען שפעטער ברענגען אז ר' שמעון האט די כח פון רפואה.

ר' שמעון'ס כח און רפואה

הרה"ק מבארנוב זי"ע האט געזאגט אז און זכות פון ר' שמעון קען מען ממשיך זיין רפואות און עס איז מרומז ווייל דער ווארט ורפאתיו איז בגמטריא שמעון בן יוחאי.

דער לשון און גמרא (שבת ל"ג) ווען ר' שמעון מיט ר' אלעזר זענען ארויס פון די מערה, [און ווי ר' אלערן האט געקיקט איז חרוב געווארען] האט ר' שמעון אויסגעהיילט [פאראכטען]אלעס וואס ר' אלעזר האט חרוב געמאכט. איז די לשון אז ער האט אויסגעהיילט אינטערסאנט עס וואלט ווען געדארפט שטיין פאראכטען, איז פון דעם לכאורה א ראיה אז ר' שמעון האט פאראכטען מיט זיין כח הרפואה.
דער מנחת אלעזר שרייבט ל"ג בעומר איז א מסוגלדיגע טאג פאר אלע ישעות און רפאות און פון מיין טאטען האב איך געהערט אז און ברכת רפאנו קען מען מתפלל זיין אויך אויף קינדער ווייל דאס איז א זאך וואס איז תלוי און רפואה.
און וועגען דעם שטייט און ספרים אז אין ברכת קריאת שמע און דעם שטיקל לקל ברוך די פיפטע זאך בורא רפואות וואס דאס איז קעגען די מדה פון הוד וואס דאס איז די מדה פון ר' שמעון בן יוחאי הוד שבהוד.
לויט דעם קימט אויס אז דאס וואס דער מדרש (שיר השירים) פארציילט איבער דעם וואס ר' שמעון האט געפויעלט קינדער איז אויך א שייכות צו זיין כח און רפואה.
און אוודאי דאס וואס זענען דא טויזענטער קינדער וואס זענען נולד געווארען בזכותו איז אויך א שייכות צו ר' שמעונס כח און רפואה ווי סאיז מבואר פונעם שער יששכר.
עס שטייט פון צדיקים אז און מרון א מסוגל צו פועלן רפואות, און א רמז אויף דעם שטייט אז מ'לך ר'ופא 'נאמן ו'רחמן אתה איז ר"ת מרון.
הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער האט געזאגט אז ווען איינער דארף אנפאנגען צו נעמען א רפואה איז גוט עס אנצופאנגען נעמען ל"ג בעומר ווייל הוד שבהוד איז קעגען בורא רפואות. (שפתי צדיקים)
חז"ל זאגען (שבת י"ב ע"א) ווער עס גייט באזוכען א חולה און שבת, זאל ער אים זאגען: שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבא, עיין בספה"ק אז מען קען האבען א רפואה בזכות שבת קודש.
עס איז ידוע וואס עס שטייט און זוה"ק אז ר' שמעון איז געווען שבת פון אגאנץ יאהר, איז ממילא פון דעם פארשטייט מען אז ר' שמעון האט א שטארקע כח ממשיך צו זיין רפאותו בזכותו
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

שכח אלע וואס זאגן דא, שוין טאקע מוצאי, אבער סנישט קיין פראבלעם, מקען אייביג אוועקלייגן.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

דאס יאר האב איך מחדש געווען אויף ראה פניו מאירים א שיין ווארט

עס איז שוין שפעט אויב נישט דאס יאר וועל איך עס שרייבן קומענדיגס יאר
אדער פורים אדער ל"ג בעומר כמ"ש פלג אלקים

אויב ח"ו די כינוס וועט זיך נישט אויסארבעטן כידוע ליודעי ח"ן
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

אויף שבועות איז שיין גרייט א שיינע פאר ווערטער ארויסצוגיין
סטעי טונד
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

ארויף
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

הכנעה האט געשריבן:ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
השתוקקות
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השתוקקות »

[align=center]בר יוחאי מושב טוב ישבת יום נסת יום אשר ברחת במערת צורים שעמדת שם קנית הודך והדרך[/align]

האט ר' ישעי' ווייס שליט"א געטייטשט אזוי:

'מושב טוב ישבת' אין די מערה וואו ר' שמעון איז געזעצן איז געווען 'טוב', ווען מ'וועט אריינטראכטן אין וואסערע שווערע אומשטענדן ער האט זיך געפונען, דאס איז גארנישט צו באגרייפן, ער איז געווען דארט אן מלבושים, עסענווארג, ספרים א. א. וו. און דאך איינער וועט אים א פרעג טאן: ר' שמעון וואס טוט איר דא ? וועט ער נישט זאגן איך האב געמוזט אנטלויפען פונעם קעניג ער האט מיר געוואלט הרג'ענען האב איך זיך בהכרח דא באהאלטן, על אף די שווערעקייטן פונעם פלאץ. ניין ! מושב 'טוב' ישבת, דאס איז גאר גוט פאר אים, לכתחילה שבלכתחילה!
- דער גאנצער 'יום נסת יום אשר ברחת' ווייל 'במערת צורים שעמדת שם קנית הודך והדרך' דארט האט זיך דער הייליגער תנא דערהויבן צו גאר הויעכע מדריגות שאין לנו השגה בהם. דער מוסר השכל איז מורא'דיג, אין יעדן מצב וואס מ'געפונט זיך איז אויסגערעכנט בהשגחה נפלאה, אין דייקא דארט קען מען זיך אויפהייבן לעלות מעלות רמות בעזהשי"ת
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

השתוקקות האט געשריבן:[align=center]בר יוחאי מושב טוב ישבת יום נסת יום אשר ברחת במערת צורים שעמדת שם קנית הודך והדרך[/align]

האט ר' ישעי' ווייס שליט"א געטייטשט אזוי:

'מושב טוב ישבת' אין די מערה וואו ר' שמעון איז געזעצן איז געווען 'טוב', ווען מ'וועט אריינטראכטן אין וואסערע שווערע אומשטענדן ער האט זיך געפונען, דאס איז גארנישט צו באגרייפן, ער איז געווען דארט אן מלבושים, עסענווארג, ספרים א. א. וו. און דאך איינער וועט אים א פרעג טאן: ר' שמעון וואס טוט איר דא ? וועט ער נישט זאגן איך האב געמוזט אנטלויפען פונעם קעניג ער האט מיר געוואלט הרג'ענען האב איך זיך בהכרח דא באהאלטן, על אף די שווערעקייטן פונעם פלאץ. ניין ! מושב 'טוב' ישבת, דאס איז גאר גוט פאר אים, לכתחילה שבלכתחילה!
- דער גאנצער 'יום נסת יום אשר ברחת' ווייל 'במערת צורים שעמדת שם קנית הודך והדרך' דארט האט זיך דער הייליגער תנא דערהויבן צו גאר הויעכע מדריגות שאין לנו השגה בהם. דער מוסר השכל איז מורא'דיג, אין יעדן מצב וואס מ'געפונט זיך איז אויסגערעכנט בהשגחה נפלאה, אין דייקא דארט קען מען זיך אויפהייבן לעלות מעלות רמות בעזהשי"ת

געהערט זייער ענליך פון הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א
אז מ'קלערט אריין, ר' שמעון איז געזעסן 13 יאר אין די מערה, וואס האט ער געגעסן? באקסער מיט וואסער! זאל איינער פרובירן צו עסן באקסער מיט וואסער פאר פרישטאג לאנטש נאכטמאל א חודש אין א צי, ס'וואלט געווען עד אשר יצא מאפכם, און דא איז ער געזעסן 13 יאר אונטער א פחד מות, און דאס איז געווען זיין עסן, און אויף דעם זינגט מען מושב טוב ישבת, און די זעלבע זינגט מען 'ושם נברא מעין לו וחרוב למאכלו', מ'דערמאנט זיינע רייכע סעודות, און מ'פירט אויס 'מה טוב חלקו וחבלו' איי ווי גוט איז זיין חלק
נאר דאס איז די גדלות פון רבי שמעון וכו' אין לי פנאי להאריך
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

שיין ווארט ל"ג בעומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

פויעלט אלעס גוטס
אטעטשמענטס
LAG.jpg
LAG.jpg (57.79 KiB) געזען 2852 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”