מיט א טיפערן בליק - פרשת צו (שבת הגדול) תשע"ב

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

מיט א טיפערן בליק - פרשת צו (שבת הגדול) תשע"ב

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מאנטאג מארטש 26, 2012 5:20 pm

ואם לא עכשיו אימתי?!

בס"ד

א גיטן טייערע חבירים וידידים..!

די וואך וועלן מיר זוכה זיין צו לערנען א געוואלדיגע נקודה פונ'ם פרשה און מיט איהר צוקומען צו פארשטיין דעם שבת הגדול, אבער כדי צו פארשטיין די נקודה וועלן מיר מאכן א סך הכל, צוזאם נעמען וואס מיר האבן געלערענט אין די פריערדיגע פרשיות
• פרשת כי תשא: הייב אויף דיין קאפ מיט שטאלץ, באקען זיך מיט דיר אליין, מיט אלע דיינע מעלות און טאלאנטן...
• פרשת ויקהל–פקודי: ויעש משה, טו, טו, און טו נאכאמאל, געב נישט אויף...
• פרשת ויקרא: די קליינע אלף, זיי ווי א קינד פאנג אן מיט א התחדשות-פרישקייט...

יעצט קומען מיר צו אונזער פרשה:
וַיְדַבֵּר ה' אֶל משֶׁה לֵּאמֹר: צַו אֶת אַהֲרֹן וְאֶת בָּנָיו לֵאמֹר:
זאגט רש"י אין צו אלא לשון זרוז - צו איז נאר א לשון פון זריזות פלינקייט...!

די שבת רופט זיך "שבת הגדול" די גרויסע שבת! עס זענען פארהאן אסאך טעמים פארוואס די שבת ווערט גערופן די "גרויסע שבת", אין טור (או"ח סימן תל) שטייט ...והטעם לפי שנעשה בו נס גדול שפסח מצרים מקחו בעשור וכו' ופסח שיצאו ישראל ממצרים היה ביום ה', ונמצא שי' בחדש היה שבת, ולקחו להם כל אחד שה לפסחו, וקשר אותו בכרעי מטתו ושאלום המצריים למה זה לכם? והשיבו לשחטו לשם פסח במצות השם עלינו, והיו שיניהם קהות על ששוחטין את אלהיהן ולא היו רשאין לומר להם דבר ועל שם אותו הנס קורין אותו שבת הגדול - עס איז געווען די צענטע טאג אין ניסן ווען די אידן האבן געקויפט דעם שעפסל פארן קרבן פסח, ארויס פון מצרים איז מען די פיפצענטע וואס איז געווען א דאנערשטאג, קומט אויס אז דער צענטער טאג איז געווען שבת און די אידן האבן געבינדן די שעפסל צו די בעטן, די מצרים האבן געפרעגט אידעלעך! פארוואס קויפט איהר א שעפסל? האבן די אידן געזאגט: ...וואס פאר א שאלה צו שחטן פאר הקב"ה, האבן די מצריים געקריצט מיט די ציין נישט קענען'דיג זאגן א ווארט, דאס איז געווען די געוואלדיגע נס און ממילא רופט מען עס די "גרויסע שבת"...

נאך א טעם ווערט געברענגט אין די מפרשים אז עס איז געבויט אויף די הפטרה וואס מען ליינט שבת הגדול, מלאכי ג (כג כד) הִנֵּה אָנֹכִי שֹׁלֵחַ לָכֶם אֵת אֵלִיָּה הַנָּבִיא לִפְנֵי בּוֹא יוֹם ה' הַגָּדוֹל וְהַנּוֹרָא: וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים וְלֵב בָּנִים עַל אֲבוֹתָם. - הנה אנכי שלח איך שיק ענק אליהו הנביא ער וועט אונז מבשר זיין די פרייליכע בשורה אז דער "גרויסן" טאג קומט שוין, נישט אז השי"ת גייט שיקן, נאר ער שיקט שוין! אליהו איז שוין יעצט אויפן וועג, מיר דארפן איהם לאזן אנקומען, מיר דארפן איהם שיקן דעם אדרעס...

ביי ביידע פשטים דארף מען פארשטיין פארוואס ווארט מען נישט אביסל, ...וואס יאגט מען זיך?! פארוואס טאקע דארפן די אידן קויפן די שעפסל שבת און איהר בינדן צום בעט ביז דאנערשטאג ...קויף עס מאנטאג דיסטאג, די שעפסעלעך לויפן עפעס אוועק? און ביי די ווערטער פונ'ם נביא דארף מען פארשטיין די זעלבע, פארוואס טאקע שיקט שוין השי"ת אליהו, פארוואס ווארט נישט השי"ת ביז ווען מיר וועלן זיין גרייט און דעמאלטס איהם ארויס שיקן מיט די בשורה טובה?
מיר שטייען אין די טעג וואס אין א יעדע אידישע שטוב רייניגט מען די חמץ, מען וואשט און קראצט די ווענט עס זאל נישט פארבלייבן קיין ברעקעלע פון חמץ, דארפן מיר פארשטיין וואס איז חמץ ווי אזוי ווערט א זאך חמץ? נאר מיר אלע ווייסן אזאך וואס מען לאזט ליגן, טייג וואס בלייבט ליגן ווערט חמץ... אויב פעניעט מען ארום אין די מצה בעקעריי, למשל אויב פארן אריין לייגן די מצות אינ'ם אויבן איז די שיבער מחליט אז ער וויל גיין כאפן א ציגארעטל "איך קום שוין צוריק ...וואס איך מעג נישט גיין כאפן פרישע לופט", וועט מען איהם זאגן "יא מעגסט גיין, אבער די מצות וואס קומען ארויס זענען חמץ און מען קען עס נישט ניצן"... אז מען לאזט עס ליגן און ווארטן ווערט עס חמץ...!

די הייליגע מסילת ישרים (בפרק ז) זאגט אונז: חלקי הזריזות שנים, אחד קודם המעשה ואחד אחרי כן. קודם התחלת המעשה הוא שלא "יחמיץ" האדם את המצוה וכו', - זריזות האט אין זיך צוויי חלקים א) פאר די מעשה, פאר ער טוט עס, ווען עס פאלט איהם איין א מחשבה טובה א קבלה טובה, ווארט ער נישט קיין רגע, ער לאזט נישט קיין מינוט אדורך נאר ער טוט עס גלייך, ווייל עס איז נישט דא א סכנה ווי די סכנה פון לאזן צייט אדורך גיין, ווייל ער געבט צייט פאר כל מיני שטערונגען צוקומען און אפהאלטן זיין מחשבה טובה... און ב) די חלק פון בשעת ווען ער טוט די מצוה זאל ער עס מאכן געשיקט שנעל און פונקטליך...

טייערע חבר! באמערק אז צווישן די הייליגע ווערטער פונעם רמח"ל ניצט ער די לשון "שלא יחמיץ" ער זאל עס נישט לאזן ליגן, און אפשטופען, און טאקע די זעלבע לשון טרעפן מיר און חז"ל מצוה הבאה לידך אל "תחמיצנה" א מצוה וואס קומט צו דיין האנט זאלסטו נישט אפשטופן, לאז עס נישט ארויס פון דיין האנט, לאז עס נישט ווערן חמץ.

אגאנץ יאר זענען מיר פארנומען אפצושטופן ...מארגן מארגן נעקסטע וואך, נעקסטע זמן ... נאך די חתונה און אזוי ווייטער און ווייטער... אדער ווען איך בין שוין יא ענדליך גרייט דארף איך קודם א קאווע מיט א ציגעראטעל, דערנאך נאר איין פאון קאל און גלייך נאכדעם גיי איך לערנען, ...אי"ה גלייך ווען אונז מופט מיר צו די נייע דירה דעמאלטס וועלן מיר האבן געסט יעדן שבת, ...תיכף נאך יו"ט פאנג איך אן גיין אויף חסד קאללס, און אזוי ווייטער, אונזער מח איז פול מיט גוטע פלענער אין מחשבות אבער עס קומט נישט לכלל מעשה ווייל מ'האלט עס אין איין אפשטופן.

דאס איז שבת הגדול די גרויסע שבת וואס אין די טעג גרייטן מיר זיך צום הייליגע יום טוב פסח פטור צו ווערן פון די "חמץ" פטור צו ווערן פון אפשטופן אונזערע גוטע מחשבות... שוין גענוג אפגעשטופט... קוק וואס די אידן האבן געטוהן אזוי ווי עס איז געקומען י' ניסן שטייט וילכו ויעשו זיי זענען גלייך געגאנגען קויפן א שעפסל נישט געווארט קיין סעקונדע, ווייל אז מען ווארט ווערט עס חמץ, און אזוי אויך פירט זיך אונזער באליבטע טאטע אבינו שבשמים ווען ער שיקט אונז די ישועה ווען ער שיקט אונז אליהו הנביא שיקט ער עס גלייך הנה אנכי שלח איך שיק שוין... מיר דארפן נאר געבן די אדרעס ער שטופט נישט אפ, והלכת בדרכיו מיר דארפן גיין און זיינע וועגן, טו עס גלייך, שטופ עס נישט אפ.

דאס איז אונזער לימוד פונ'ם פרשה און פון שבת הגדול הער אויף אפצושטופן אויף מארגן און איבער מארגן נעקסטע וואך און יאר..! יעצט איז די צייט, דע מינוט דע סעקונדע, אין צו אלא לשון זירוז, השי"ת דארף פלינקייט, עס פאלט דיר איין א מחשבה טובה גיי נישט קודם כאפן א אביסל פרישע לופט, רעד זיך נישט איין יא אוודאי...! נאכדעם גייט מען לערנען, איך פאר יעצט אויף וויקעשען ווען איך קום צוריק רוף מיך איך וועל דיר געבן א שיינע סכום... האסט א מחשבה טובה וויסלט זאגן א גוט ווארט פאר א צווייטן זאג עס שוין, פאנג שוין אן ווארט נישט קיין מינוט...! ווער פטור פון יעדע משהו חמץ יעדע משהו פוילקייט געדענק: ואם לא עכשיו אימתי??...!

לסיכום:
• האסט א מחשבה טובה, א גוטע געדאנק נעם זיך גלייך צום ארבעט...!
• לאז גארנישט ליגן, ווייל עס ווערט חמץ...!
• ואם לא עכשיו אימתי..??!!

יעצט טייערע חבירים! אין די הייליגע טעג ווען אין שטוב איז אנגעצויגן מען גרייט זיך צום גרויסן הייליגן יו"ט מען וואשט און קראצט לויפט און קויפט, געדענק מען דארף טאקע דיין הילף אבער די עיקר וואס מען דארף פון דיר, איז נישט די הילף אליין... נאר א גוט ווארט, א שמייכל, הארץ און געפיהל, אוועקצונעמען אדער אויפלאזן פון די אנגעצויגענקייט אין שטוב, ווייז אז די אינטערעסירסט זיך אין יעדע פרט ופרט וואס ווערט געטוהן און ערלעדיגט... ברענג אריין א שמחה און רואיגקייט און די משפחה... לייג עס נישט אפ אויף שפעטער געב א שמייכל און זיי משפיע פאר אלע ארום דיר...!

פארשטייט זיך אז אויב לייגט מען אריין אזוי פיל פיזישע כוחות אינעם יו"ט סיי ארבעט, געלט, צייט און כח, איז דאך אוודאי כדי אריין צולייגן כוחות אין די גייסטישע חלק, שטופ נישט אפ קיין מינוט שטויב שוין אפ די הגדה, און הייב זיך אן גרייטן צו די גרויסע מצוה פון והגדת לבנך, אריין ברענגן אמונה און זיך און אין די קינדער'לעך, ווייל כידוע ווי גרעסער די הכנה און אינוועסטמענט, אלץ גרעסער זענען די רווחים...!
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג מארטש 26, 2012 7:13 pm

הערליך איז נישט דאס ווארט!
וואס א וואך ווערסטו בעסער, ווי א גוטער וויין.
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג מארטש 23, 2018 5:51 pm

יישר כח
גוט שבת
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג מארטש 23, 2018 6:37 pm

זייער גיט!


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט