בלאט 1 פון 1

שבת זכור

געשריבן: זונטאג פאברואר 19, 2012 1:05 pm
דורך קרעמער
אינטערסאנט אז מיר פארמאגן נאכנישט אזא אשכול.

א איד זאגט מיר נעכטן אז לדעתו איז די גאנצע מקור פון 4 קוגלן [עמל"ק = ע'פל מ'על ל'אקשן ק'ארטאפל] אויף שבת זכור, די ערפונדונג פון א פורים רב ביים שלחן הטהור פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע.

וויל איך פרעגן דעם עולם אויב עס איז טאקע אזוי, אדער דאס האט א מקור קדום [ווייל ביי אונז פירט מען זיך למעשה אזוי, און עס איז מיר שווער אנצונעמען אז דאס שטאמט בלויז פון א פורים רב].

געשריבן: זונטאג פאברואר 19, 2012 1:34 pm
דורך derech eretz

געשריבן: זונטאג פאברואר 19, 2012 1:51 pm
דורך והוא פלאי
אן ערפינדונג פון א לץ,
ואין יוצאים עד שאוכלים כל הקוגל

געשריבן: זונטאג פאברואר 19, 2012 1:53 pm
דורך יוראפ
איך האב פאר אייך דעם פולסטן 'דרך ארץ' אבער די מקור וואס איר ברענגט צו שרייבט דאך נישט קיין שום מקור. עס קוקט ענדערשער אויס ווי ער שרייבט עס אינטערן איינפלוס...

געשריבן: זונטאג פאברואר 19, 2012 2:47 pm
דורך derech eretz
יוראפ האט געשריבן:איך האב פאר אייך דעם פולסטן 'דרך ארץ' אבער די מקור וואס איר ברענגט צו שרייבט דאך נישט קיין שום מקור. עס קוקט ענדערשער אויס ווי ער שרייבט עס אינטערן איינפלוס...

כ'האלט אויך אזוי, אבער אז גאגל געט נאר די מקור מוז זיין אז דאס איז די מקור..

געשריבן: זונטאג פאברואר 19, 2012 3:01 pm
דורך קרעמער
דערווייל קוקט אויס אז עס שטאמט טאקע פון לצים, וועלן מיר זיך מוזן נאכפרעגן ביי די נשים זקינות אויב אינדערהיים האט מען אויך געהערט דערפון.

געשריבן: זונטאג פאברואר 19, 2012 3:23 pm
דורך ווינקל
כ'דענק אז מען האט שוין דא גערעדט דערוועגן.
אקעי כ'טרעף נישט.
viewtopic.php?p=464146#p464146

געשריבן: זונטאג פאברואר 19, 2012 3:31 pm
דורך מאנ-יימער
msp האט געשריבן:איך האב געהערט אז אין קרעטשניף איז דער מנהג אז דער רבי עסט אויף שבת זכור פיהר קוגלען
עפעל קוגל
מעהל קוגל
לאקשען קוגל
קארטאפעל קוגל
ר"ת עמלק
און דער מנהג איז אז דער רבי לאזט נישט קיין שיריים
ווייל עס שטייט דאך מחה תמחה את זכר עמלק....


--
ווינקל האקט

געשריבן: זונטאג פאברואר 19, 2012 3:44 pm
דורך פארדינט

געשריבן: זונטאג פאברואר 19, 2012 5:44 pm
דורך שקר_הדייעט
עס האט לאו דוקא מיט שבת זכור, נאר מיט אלע ארבע פרשיות, און בעיקר מיט שבת שקלים ושבת החודש שחלים בראש חודש.

דהיינו, אויף שבת מארבע פרשיות איז מען מוסיף א קוגעל. אויף שבת ראש חודש איז מען אויך מוסיף א קוגעל (אלעמאל ווען מען נעמט ארויס נאך א ספר תורה).

איצט איז אזוי:

קארטאפל קוגעל און מעהל קוגעל (קישקע, בלשון כמה), עסט מען דאך יעדן שבת צופרי.

אויף שבת ראש חודש לייגט מען צו לאקשאן קוגעל (וואס אסאך עסן נאר ביינאכט, און לכבוד שבת ר"ח עסט מען דאס בייטאג אויך), און אויף שבת שקלים לייגט מען צו עפל קוגעל.

במילא איז דאס שוין נשתרבב געווארן צו אנדערע שבתים מארבע פרשיות און עס איז ניתוסיף געווארן די הלצה פון עמל"ק.

אבער כמובן איז דאס אלעס יעדער לפי מנהגו, זייער אסאך עסן יעדן שבת צופרי אויך לאקשאן קוגעל, במילא בלייבט נישט איבער צוצולייגן לכבוד נאך א ספר תורה בלויז קארטאפעל קוגעל.

און ביי טייל האב איך געזען עסן יעדן שבת, סיי ביינאכט און סיי צופרי, אלע פיר קוגלען, והמרבה לא הפסיד.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 20, 2012 3:28 pm
דורך קרעמער
אין א שוהל'כל וואס פארמאגט בלויז איין ס"ת און ביי די ד' פרשיות מישט מען אויף דעם צווייטן קריאה, האב איך געזאגט א ווערטל אז אנשטאט עסן 2 סארטן קוגל, ברויכן די מתפללים עסן 2 סלייסעס פונעם זעלבן קוגל.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 8:54 pm
דורך טאבאקא
און אז ס'האט נישט קיין מקור... וועמען גייט אן אז אידן עסן נאך א שטיקל קוגל?

און באמת האט דאך א פורים רב א גרויסן כח כידוע , ממילא איז דאס אויך א שטארקער מקור.

און איך קלער אז דאס בעצם עסן די פיר קוגלען איז זיכער יסודתו בהררי קודש, נאר הרב קרעמער מיינט אנצופרעגן אויף דעם (נייעם?) מנהג פון צאמשטעלן אלע פיר צוזאמען בבת אחת (וואס אגב האט עס נישט קיין טעם אין פשוטן זין אויך...)

ממילא זאל קיינער חלילה נישט מקיל זיין פון עסן די קוגלען בפרט עפל קוגל וואס איז מסוגל פאר עשירות

געשריבן: פרייטאג מארטש 02, 2012 8:36 am
דורך ווארום
און דאס איז די גאנצע וואס מען האט צו רעדן איבער שבת זכור?

געשריבן: פרייטאג מארטש 02, 2012 11:17 am
דורך מאנ-יימער
די איינציגסטער מקור וואס מ'האט דא געברענגט
msp האט געשריבן:איך האב געהערט אז אין קרעטשניף איז דער מנהג אז דער רבי עסט אויף שבת זכור פיהר קוגלען
עפעל קוגל
מעהל קוגל
לאקשען קוגל
קארטאפעל קוגל
ר"ת עמלק
און דער מנהג איז אז דער רבי לאזט נישט קיין שיריים
ווייל עס שטייט דאך מחה תמחה את זכר עמלק....


און קוקסט ווי מיר האלטן
msp האט געשריבן:אז בעוונותינו הרבים וועל איך מסתמא נישט האבען פיר קוגלען היינט ביינאכט


נו! וואס קען מען שוין פארלאנגען פון די ווילקאמירער חסידים

געשריבן: פרייטאג מארטש 02, 2012 1:57 pm
דורך הרבטייטעלבוים
כדי שלא להשאיר הנייר חלק (בלי ד"ת)על מיר מעתיק זיין א ווארט. (אן איבערזעצונג לעת עתה)

הטור הביא מ"ש פרק כל כתבי (דף קיח ע"ב) אמר רב יהודה אמר רב אלמלא שמרו ישראל שבת ראשונה לא שלטה בהם אומה ולשון שנאמר ויהי ביום השביעי יצאו מן העם ללקוט ולא מצאו וכתיב בתריה ויבא עמלק.

והרב תוספת שבת בריש ספרו הקשה דהנה ביום השביעי יצאו כתיב בפרשת המן ואחר זה פרשת מסה ומריבה, ואח"כ ויבא עמלק ופירש"י דעונש עמלק על מה שאומרו היש ה' בקרבנו ולא משום שיצאו ללקוט מן בשבת.
ופירש למ"ש (שבת קיח.) אמר רבי יהודה אמר רב כל המענג את השבת נותנין לו משאלות לבו שנאמר והתענג על ה' וגו' ענג זה איני יודע מה הוא כשהוא אומר וקראת לשבת עונג הוי אומר זה עונג שבת. והכונה במ"ש הטור סוף סי' שו ומרן בב"י שם בשם רבינו יונה דהגם דקי"ל מותר לאדם להרהר בעסקיו בשבת וילפינן לה מדכתיב ודבר דבר דיבור אסור הרהור מותר מ"מ מצוה שלא לחשוב בשבת בשום עסק. ואמרו במכילתא (יתרו פ"ז) ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך שיהא דומה בעיניך כאלו כל מלאכתך עשויה כבר ואין אתה חסר כלום ואין לך ענג גדול מזה. והיינו דקאמר כל המענג השבת שחושב שכל מלאכתו עשויה ולכך נותנין לו משאלות לבו מדה כנגד מדה. ולפ"ז ודאי עונש עמלק עיקרו בא על מסה ומריבה כפרש"י. אך מה שגרם לזה שבאו לידי נסיון הוא מה שהי"ל צמאון. ואלו היו שומרים שבת ראשונה והיו מחשבים שכל מלאכתם עשויה ואינם חסרים כלום בודאי לא יצאו ללקוט ביום הז' שכבר לקטו בע"ש לחם משנה ואלו עשו כן היה שכרם למלאת משאלות לבם, וממילא לא באו לידי נסיון וצמאון, וגם עמלק לא בא.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 23, 2018 2:09 pm
דורך נודה לך
מנהלים...
ממעג ארויפברענגן א אלטע אשכול...?
:roll: :roll:

געשריבן: פרייטאג פאברואר 23, 2018 4:11 pm
דורך ראפאט קראמפלי
נודה לך האט געשריבן:מנהלים...
ממעג ארויפברענגן א אלטע אשכול...?
:roll: :roll:

הה"ד נעשה ונשמע..