farshlufen האט געשריבן:כבוד הרב סטאוו, איר פארשטייט געוויס נישט וואס אים ארט.
ס'פארהאן א תורה שלימה פון בע"פ פון מימרות וכו' איש מפי איש מפי צייטונג מפי איינער וואס קיינער האט אים קיינמאל געגלויבט בשעתו און מ'בויט היינט דערויף פיתום ורעמסס, בו בזמן האט דער איד אפגעדרוקט פסקים להלכה אויף ד' חלקי שו"ע, דעריבער איז נישט מער ווי רעכט אז איינער וואס רופט זיך א סאטמארער זאל ערשט דאס קענען ווי הנ"ל.
והבן כי קצרתי.
און יא מ'וועט עס ענדערש אנעמען ווי א באר משה אדער ויען יוסף.
איר זאגט עפעס.
מיין טענה איז געווען אויפן בא בטענה אז ס'איז א בושה אז א סאטמארע איד ווייסט נישט פון די הלכה'דיגע פסקים פון רבין ז"ל.
איך שעם זיך מער אז איך קען נישט יעדן מגן אברהם אין הלכות שבת, ברכת הפירות וכו' וויפיל מאל א טאג טרעט מען אויף שטיקער שלחן ערוך'ס פשוט ווייל מ'ווייסט נישט דערפון. אט דאס איז אסאך א גרעסערע בושה.
א סאטמארע חסיד באשטייט נישט פון קענען די תשובות ההלכתית פון רבין נאר באשטייט מיט והלכת בדרכיו פון מדקדק זיין אויף יעדן הלכה אין שלחן ערוך. דער נוסח 'בושה אז מ'קען נישט א תורה פון רבין' איז בכלל נישט געווען אינזער שפראך... והבן