בלאט 1 פון 2

הפטרת פ' פקודי כשחל שקלים בויקהל

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 22, 2011 5:46 am
דורך אשר
ביי פרשת פקודי לפי מנהג האשכנזים, סיי ווען ויקהל פקודי זענען מחובר און סיי ווען זיי זענען אפגעטיילט, זאגט מען די הפטרה "ותשלם כל המלאכה", (מנהג הספרדים צו זאגן "ויעש חירום", די הפטרה פון ויקהל לאשכנזים).

איך האב געזעהן ערגעץ שטיין, אז אויב ויקהל פקודי זענען אפגעטיילט, און פרשת שקלים איז אויסגעפאלן ביי ויקהל, דאן זאגט מען ביי פרשת פקודי די הפטרה פון ויקהל "ויעש חירום" (אזוי ווי די ספרדים), איז טאקע דער מנהג אזוי? האט דאס א מקור?

(אגב, פרשת שקלים איז אויסגעפאלן ביי ויקהל, איז געווען תשס"ג, און עס וועט זיין תשע"ו).

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 10, 2016 8:02 pm
דורך פאפיגיי
עיין לבוש תרפ"ה, וא"ר שם בשם מלבושי יו"ט ומהרי"ל, וערך ש"י שם, ותבין שהוא מחלוקת גדול.

ראה עוד בחומש החדש סלאוויטא שקיבץ השיטות בזה, ושי"א שאומרים שניהם \כיון שהם סמוכים זה לזה\ אבל כמדומה לי שלא ציין מקור לדעה זו.

געשריבן: זונטאג מארטש 13, 2016 12:29 pm
דורך farshlufen
הרב פאפיגיי, מיר דוכט זיך אז איר האט נישט מדייק געוועזן דעם לשון אין דעם סלאוויטא-כפתור חומש, דארט שטייט אז מ'זאגט צו די ערשטע צוויי פסוקים פון פקודי אזוי ווי דער לקוטי מהרי"ח ברענגט פון א"ר כנ"ל, נישט אז מ'זאגט ביידע.

געשריבן: זונטאג מארטש 13, 2016 1:03 pm
דורך יאצמעך
ביי אונז האבן די אלץ ווייסערס געהייסן זאגן ''ויעש חירם'' און אזוי האמער געטון

געשריבן: זונטאג מארטש 13, 2016 5:31 pm
דורך פאפיגיי
farshlufen האט געשריבן:הרב פאפיגיי, מיר דוכט זיך אז איר האט נישט מדייק געוועזן דעם לשון אין דעם סלאוויטא-כפתור חומש, דארט שטייט אז מ'זאגט צו די ערשטע צוויי פסוקים פון פקודי אזוי ווי דער לקוטי מהרי"ח ברענגט פון א"ר כנ"ל, נישט אז מ'זאגט ביידע.


ב' הפסוקים מקורו כבר במנהגי מהר"ש ובמהרי"ל והביאם הא"ר, ובכללם הליקוטי מהרי"ח. אך כמדומה לי שכתב ג"כ מנהג כזה, ואין החומש לפני כעת.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 26, 2019 12:31 am
דורך נודה לך
נוגע דאס יאר...

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 10:46 pm
דורך דריידל
פאפיגיי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:הרב פאפיגיי, מיר דוכט זיך אז איר האט נישט מדייק געוועזן דעם לשון אין דעם סלאוויטא-כפתור חומש, דארט שטייט אז מ'זאגט צו די ערשטע צוויי פסוקים פון פקודי אזוי ווי דער לקוטי מהרי"ח ברענגט פון א"ר כנ"ל, נישט אז מ'זאגט ביידע.


ב' הפסוקים מקורו כבר במנהגי מהר"ש ובמהרי"ל והביאם הא"ר, ובכללם הליקוטי מהרי"ח. אך כמדומה לי שכתב ג"כ מנהג כזה, ואין החומש לפני כעת.

די א"ר ברענגט די טעם ווייל פון די דריטע פסוק (ויקהלו) אין ווייטער זאגט מען די צווייטע טאג סיכות מילא זאל מען ענדערש דאס אויסלאזן און זאגן ויעש חירום מיט די ערשטע צוויי פסוקים פון ותשלם (די הפטורה פון פקודי שטייט אין מלכים גלייך נאך די הפטרה פון ויקהל - ויעש חירם). אבל צ"ע לבני ארץ ישראל וואס זאגן נישט ויקהלו יום ב' סוכות דארפןטזיי אפשר יא זאגן ביידע די וואך.
אגב, די הפטרה פון ויקהל זאגט מען אויך אין צווייטע שבת חנוכה אבער זעהט אויס אז וויבאלד ס'מאכט זיך נאר איינמאל אין אפאר יאר זאל מען עס זאגן ענדערש ווי די הפטרה פון פקודי, וכנ"ל.

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 10:55 pm
דורך חמרא טבא
שמעתי מא׳ ששאל מהגאון הגדול מק״י שליטא בעל אגלי דבש וענה שהמנהג לומר ותשלם

געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2019 7:43 am
דורך חמרא
דריידל האט געשריבן:
פאפיגיי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:הרב פאפיגיי, מיר דוכט זיך אז איר האט נישט מדייק געוועזן דעם לשון אין דעם סלאוויטא-כפתור חומש, דארט שטייט אז מ'זאגט צו די ערשטע צוויי פסוקים פון פקודי אזוי ווי דער לקוטי מהרי"ח ברענגט פון א"ר כנ"ל, נישט אז מ'זאגט ביידע.


ב' הפסוקים מקורו כבר במנהגי מהר"ש ובמהרי"ל והביאם הא"ר, ובכללם הליקוטי מהרי"ח. אך כמדומה לי שכתב ג"כ מנהג כזה, ואין החומש לפני כעת.

די א"ר ברענגט די טעם ווייל פון די דריטע פסוק (ויקהלו) אין ווייטער זאגט מען די צווייטע טאג סיכות מילא זאל מען ענדערש דאס אויסלאזן און זאגן ויעש חירום מיט די ערשטע צוויי פסוקים פון ותשלם (די הפטורה פון פקודי שטייט אין מלכים גלייך נאך די הפטרה פון ויקהל - ויעש חירם). אבל צ"ע לבני ארץ ישראל וואס זאגן נישט ויקהלו יום ב' סוכות דארפןטזיי אפשר יא זאגן ביידע די וואך.
אגב, די הפטרה פון ויקהל זאגט מען אויך אין צווייטע שבת חנוכה אבער זעהט אויס אז וויבאלד ס'מאכט זיך נאר איינמאל אין אפאר יאר זאל מען עס זאגן ענדערש ווי די הפטרה פון פקודי, וכנ"ל.

כמדומה אז אין ארץ ישראל זענען דא וואס זאגן טאקע ביידע גאנצע הפטרות

געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2019 11:58 am
דורך הצעיר באלפי
הפטרת פקודי כשחל בנפרד בשבת הפסקה_מוגה.pdf
(193.82 KiB) געווארן דאונלאודעד 255 מאל

געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2019 3:52 pm
דורך חמרא טבא
האמיר שוין נאך א באנד נטעי גבריאל...

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2019 11:13 pm
דורך נודה לך
הצעיר באלפי האט געשריבן:
הפטרת פקודי כשחל בנפרד בשבת הפסקה_מוגה.pdf

פון סאטמאר ברענגט ער נישט קיין מנהג?

געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2019 12:42 am
דורך נא_שכל
נודה לך האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
הפטרת פקודי כשחל בנפרד בשבת הפסקה_מוגה.pdf

פון סאטמאר ברענגט ער נישט קיין מנהג?

ער ברענגט די פסק פון ערך ש"י, אין סיגוט-סאטמאר איז ער געווען דער פוסק אחרון.

Re: הפטרת פ' פקודי כשחל שקלים בויקהל

געשריבן: פרייטאג מארטש 04, 2022 10:14 am
דורך farshlufen
נאך א יאר שקלים ויקהל ובי"ו.

וואו איז ר' וואלוויש ע"ה ווען מ'דארף אים?

Re:

געשריבן: פרייטאג מארטש 04, 2022 11:15 am
דורך נא_שכל
נודה לך האט געשריבן:פון סאטמאר ברענגט ער נישט קיין מנהג?

פון די נייע קונטרס שי"ל על ידי מערכת סאטמאר
הפטרת פקודי בשנה מעוברת - סאטמאר.jpg
הפטרת פקודי בשנה מעוברת - סאטמאר.jpg (426.51 KiB) געזען 1487 מאל

Re: הפטרת פ' פקודי כשחל שקלים בויקהל

געשריבן: פרייטאג מארטש 04, 2022 11:21 am
דורך נא_שכל
איך בין מעתיק א שטיקל תשובה פונעם נטעי גבריאל וואס ער שרייבט איבערן פסק הערך ש"י לגבי די הפטרה, און די מורא'דיגע מימרא וואס רבי מאיר אריק זצ"ל האט געזאגט אויפן ערך ש"י זי"ע אז ער איז דער "פוסק הדור" בזמנו.

Re: הפטרת פ' פקודי כשחל שקלים בויקהל

געשריבן: פרייטאג מארטש 04, 2022 5:35 pm
דורך סטאוו יא פיטא
יישר כח הרב נא שכל

Re: הפטרת פ' פקודי כשחל שקלים בויקהל

געשריבן: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:55 pm
דורך גאלדגרוב
אין די דעי וואכעדיגע דרעזדנער שמעלצער שמועס האט ער אויסגערעכנט עטליכע הויפן וויאזוי מען פירט זיך דארט

Re: הפטרת פ' פקודי כשחל שקלים בויקהל

געשריבן: מוצ"ש מארטש 05, 2022 10:14 pm
דורך יעדער
הגה“צ דומ“ץ סאטמאר מאנטריאל זצוק“ל הכ“מ ויבלחט“א כ“ק מרן אדמו“ר מפשעווארסק שליט“א האבען געזאגט אז מען זאל זאגען די הפטורה פין פרשת פקודי ותשלם (זכרו תורת משה טעלעפאון ליין)

Re: הפטרת פ' פקודי כשחל שקלים בויקהל

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2022 6:37 am
דורך אוראייניקל
אין בעלזא, כנהוג ווען ס'איז דא כמה דעות ומנהגים, אויב ביידע זענען פון די זעלבע נביא זאגט מען ביידע.

וכן נהגו די וואך, סיי ויעש חירום און סיי ותשלם (די גאנצע).

Re: הפטרת פ' פקודי כשחל שקלים בויקהל

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2022 6:55 am
דורך זילבערווערק
אין סקולען-ירושלים האט מען געזאגט פון פרשת ויקהל

Re: הפטרת פ' פקודי כשחל שקלים בויקהל

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2022 9:05 am
דורך לעכטיגער
יעדער האט געשריבן:הגה“צ דומ“ץ סאטמאר מאנטריאל זצוק“ל הכ“מ ויבלחט“א כ“ק מרן אדמו“ר מפשעווארסק שליט“א האבען געזאגט אז מען זאל זאגען די הפטורה פין פרשת פקודי ותשלם (זכרו תורת משה טעלעפאון ליין)


די ליין האט אנגעגעבן נימוקים אדער נאר א טריקענע פסק?

Re: הפטרת פ' פקודי כשחל שקלים בויקהל

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2022 9:27 am
דורך להודות

Re: הפטרת פ' פקודי כשחל שקלים בויקהל

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2022 10:15 am
דורך גאלדגרוב
ביי אדמו''ר מהר''א מסאטמאר האט מען געזאגט ביידע

Re: הפטרת פ' פקודי כשחל שקלים בויקהל

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2022 12:05 pm
דורך יעדער
ביי כ“ק מרן אדמו“ר מסאטמאר שליט“א (מהריי) האט מען געזאגט ויעש חירום (ויקהל) און 2 פסוקים פין ותשלם (פקודי)