ליקוטים וענינים על פרשת כי תשא

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

ליקוטים וענינים על פרשת כי תשא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דער עולם קאן שוין שרייבן,
נו, געגאנגען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נישטא קיינער וואס האט א גוט ווארט?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כי תשא את ראש בני ישראל לפקודיהם ונתנו איש כופר נפשו וגו' (ל-יב) דער אייבערשטער איז מרמז פאר משה רבינו, אז ווען מען קומט אויפנעמען א מנהיג פאר כלל ישראל, זאל מען נאר אויפנעמען איינעם וואס איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פאר כלל ישראל. "כי תשא את ראש בני ישראל", ווען דו וועסט אויפנעמען א מנהיג פאר כלל ישראל, "ונתנו איש כופר נפשו" זאל יענער זיין איינער וואס איז גרייט אוועק צו געבן זיין גוף און נשמה פאר כלל ישראל.
(אלשיך הק')
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כל העובר על הפקודים מבן עשרים שנה ומעלה וגו' (ל-יג) בית דין של מעלה שטראפט נישט אויף עבירות, פאר א מענטש וואס איז ווייניגער ווי 20 יאהר אלט. דאס איז פשט אין פסוק "כל העובר על הפקודים", די אלע וואס זענען עובר אויף די באפעלן פון דעם אייבערשטן "מבן עשרים שנה ומעלה" נאר די וואס זענען עלטער ווי 20 יאהר ווערן באשטראפט ביים בית דין של מעלה.
(כתנות אור)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זה יתנו (ל-יג) הראה לו כמין מטבע של אש (רש"י) א מענטש וואס דער אייבערשטער האט איהם געבענטשט מיט עשירות, דארף וויסן אז געלט איז צוגעגליכן צו א פייער. אזוי ווי פייער פארברענט און מאכט קאליע אלע זאכן וואס געפונען זיך ארום איהם, אזוי אויך געלט. אויב א מענטש פיהרט זיך נישט אויף דערמיט אזוי ווי מען דארף, און ער גיבט נישט קיין צדקה וועט דאס געלט זיין פאר איהם א אומגליק. און אזוי ווי, פון פייער האט מען א סאך נוצן, צו ווארעמען, קאכן און באקן, אזוי אויך מיט געלט, אויב מען פיהרט זיך אויף דערמיט אזוי ווי מען דארף, ברענגט דאס צו א סאך זכותים און גוטס.
(נועם אלימלך)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט ממחצית השקל (ל-טו) דער סדר פון אסאך רייכע מענטשן איז, אז פאר זיך, גיבן זיי אויס געלט וויפיהל זיי קענען, אבער פאר ארימעלייט קארגן זיי צו געבן צדקה, און זיי טראכטן אז וויפיהל זיי גיבן איז צופיהל, און די ארימעלייט האבן שטענדיג טענות, און טראכטן אז וויפיהל מען גיבט זיי איז צו ווייניג. דאס זאגט די פסוק "העשיר לא ירבה" דער רייכער מענטש זאל נישט טראכטן אז ער האט געגעבן א סאך צדקה פאר דעם ארימאן, "והדל לא ימעיט" און דער ארימאן זאל נישט האבן טענות און טראכטן אז מען האט איהם געגעבן צו ווייניג, נאר ער זאל זיין צופרידן מיט וואס ער באקומט.
(רבי מאיר פרעמישלאנער זי"ע)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט ממחצית השקל (שם) "העשיר", דער וואס איז רייך מיט מצוות ומעשים טובים, "לא ירבה" זאל זיך נישט האלטן גרויס נאר "מחצית", אייביג זאל ער טראכטן אז ער האט נאר געטוהן האלב, און ער האט נאך אסאך מתקן צו זיין, "והדל" און דער וואס איז ארעם מיט מצות ומעשים טובים, "לא ימעיט" זאל זיך נישט מייאש זיין, און טראכטן אז ער קען שוין נישט תשובה טוהן, נאר אייביג קען מען תשובה טוהן "לתת את תרומת ה'".
(נועם אלימלך)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט ממחצית השקל (שם) דער ניגון פון די ווערטער איז "מונח רביעי". עס איז באקאנט די גמרא "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" דאס מיינט אז איינער וואס געט אסאך צדקה, זאל נישט געבן מער ווי א חומש, (א פיפטעל, דאס מיינט טאפעלט ווי מעשר) קען מען אזוי זאגן, אפיפטעל זאלסטו געבן אבער "מונח רביעי" פיר חלקים זאלסטו איבערלאזן פאר זיך.
(ווילנער גאון)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לחשוב מחשבות לעשות וגו' (לא-ד) א מענטש וואס וויל זיך דערנענטערן צום באשעפער, דארף צום ערשט אויסרייניגן זיינע מחשבות, כדי ער זאל קענען דינען דעם באשעפער אזוי ווי עס דארף צו זיין. די גמרא זאגט "מחשבה טובה הקדוש ברוך הוא מצרפה למעשה" אז א גוטע מחשבה פון א איד, רעכענט דאס דער אייבערשטער אזוי ווי יענער האט דאס שוין געטוהן. דאס זאגט דער פסוק לחשוב מחשבות", אז א מענטש דארף טראכטן נאר אזעליכע מחשבות וואס "לעשות", וואס דער אייבערשטער קען דאס רעכענען אזוי ווי יענער האט דאס שוין געטוהן, דאס מיינט נאר גוטע מחשבות.
(אמרי חיים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ושמרתם את השבת כי קודש הוא לכם וגו' (לא-יד) מיר האבן געלערנט אין מסכת ביצה (ט"ו:) אז יום טוב טיילט מען איין "חציו לה' וחציו לכם" העלפט פאר דעם אייבערשטן און העלפט פאר די יודן. אבער ביי שבת קודש, אפילו דער חלק פון די יודן דארף אויך זיין הייליג פאר דעם אייבערשטן. "כי קודש הוא לכם" אפילו די חלק פון ענק זאל זיין הייליג.
(קדושת לוי)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ששת ימים יעשה מלאכה וביום השביעי שבת (לא-טו) אלע זעקס טעג פון די וואך דארף מען ארבייטן און אנגרייטן פאר דעם זיבעטן טאג, דעם הייליגן שבת קודש. "ששת ימים יעשה מלאכה" זעקס טעג זאלסטו ארבייטן אין זיך אנגרייטן אז "וביום השביעי שבת", דער שבת זאל זיין ווי עס דארף צו זיין.
(אמרי חיים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וביום השביעי שבת וינפש (לא-יז) מיר האבן געלערנט אין מסכת ביצה (דף ט"ז ע"א) אז ערב שבת געט דער אייבערשטער אריין אין א מענטש א "נשמה יתירה" און מוצאי שבת נעמט ער דאס צוריק פון איהם, און דער גמרא לערנט דאס ארויס פון דעם פסוק "שבת וינפש", זאגט דער גמרא "כיון ששבת ווי אבדה נפש", אזוי ווי עס ווערט מוצאי שבת, שרייט דער נשמה "ווי" א שאד, "אבדה נפש" אז איך האב פארלוירן די נשמה יתירה. האבן עטליכע קינדער אויף דעם געפרעגט זייער א גוטע קשיא, אז די ווערטער "וביום השביעי שבת וינפש" רעדט זיך דאך וועגן פרייטיג צו נאכטס ווען דער שבת איז ערשט אנגעקומען, אויב אזוי ווי אזוי קען מען פון דארט ארויס לערנען אויף מוצאי שבת? מען זאגט נאך פון'ם הייליגן בעל שם טוב זי"ע אז אויף דער קשיא האט ער אזוי געענפערט, ווען דער הייליגער שבת קודש קומט, פרייט זיך דער מענטש אזוי שטארק מיט די הייליגע קדושה פון שבת קודש, און דעמאלס טאקע, פרייטיג צו נאכטס, שרייט ער שוין "ווי אבדה נפש" א שאד אז מארגן ביינאכט גייט שוין אוועק דער הייליגער שבת, און די קדושה וועט נישט בלייבן, קומט אויס אז פרייטיג צו נאכטס שרייט שוין דער נשמה, "ווי אבדה נפש".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ראה אתה אמר אלי העל את העם הזה (לג-יב) דער ווארט "אלי" איז ראשי תיבות א'זמרה ל'אלקי י'עקב, דאס איז מרמז אז דורך "זמר" קען מען מעלה זיין יודישע קינדער צום אייבערשטן, "אלי" דארך זמירות ותשבחות, "העל את העם הזה" קען מען מעלה זיין יודישע קינדער צום אייבערשטן.
(אמרי חיים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

את חג המצות תשמר (לד-יח) דער ווארט "תשמר" איז די זעלבע אותיות ווי "תרשם", (פארצייכענען,) דאס איז מרמז, אז דו זאלסט זיך גוט פארצייכענען און אריינקריצן אין דיין הארץ, די התלהבות און די ווארעמקייט, וואס דו האסט קונה געווען אין דעם הייליגן יו"ט פסח דורך דיין הייליגע עבודה, אז עס זאל קיינמאהל נישט פארלוירן ווערן.
(אמרי חיים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פון דריי פסוקים פון פרשת כי תשא, לערנען מיר ארויס די גאנצע מעשה הקטורת, ווי אזוי דאס איז געווען צונויף געשטעלט, ווי האט מען דאס געמאכט און ווי מען האט עס מקטיר געווען אויפ'ן מזבח.

אין די פסוקים ווערן דערמאנט בלויז פיר ערליי געווירצן (סממנים):

1) נטטטף (אין די קומענדיגע ברייתא ווערט דאס אנגערופן צלדרהי)

2) שסאחולזת (אין די קומענדיגע ברייתא ווערט דאס אנגערופן צלהפלירזן)

3) חזלאבלאנטה (אין די קומענדיגע ברייתא ווערט דאס אויך אנגערופן חזלאבלאנטה)

4) לאבינטה זחכלטה (אין די קומענדיגע ברייתא ווערט דאס אויך אנגערופן ללאבוינטה)

אבער די חכמים זכרונם לברכה האבן פון דעם פסוק ארויסגעלערנט אז אויסער די פיר געווירצן האט צו די קטורת אויסגעפעלט נאך זיבן, זיי זאלן זיין צוזאמען עלעף.

די חכמים דרינגען דאס ארויס ווייל אין פסוק שטייט דאך קודם "סחמלהים" מיינט דאך דאס צוויי (ווייל סמים איז א לשון רבים און מיעוט רבים שנים) נאכדעם שטייט נטטטף ולשסאחולזת ואחזלאבלאנטה איז דאך שוין פינעף, נאכדעם שטייט סחמלהים איז נאכאמאהל לשון רבים, און יעצט וועלן מיר זאגן אז אזוי ווי ביז יעצט איז שוין פינף, מיינט דער לשון רבים "סמים" נאך אזוי פיל ווי פריער, דאס הייסט נאך פינעף, צוזאמען איז שוין 10, און נאכדעם שטייט וללאבינטה זחכלטה צוזאמען איז שוין 11.

די ערשטע פיר געווירצן שטייט ארויסגעשריבן אין די תורה בפירוש, און די איבעריגע זיבן האט דער אייבערשטער איבערגעגעבן פאר משה רבינו אויפן בארג סיני.

די הויפט קוואנטום, (דעם גרעסטן חלק), אויף צונויף צו שטעלן די קטורת האט מען גענומען פון אט די 4 געווירצן "צלדרהי צלהפלירזן חזלאבלאנטה און ללאבוינטה", 70 מנה פון יעדע מין. די אנדערע 7 געווירצן "מיר, קאצהיעטה, שסהבלילזת-נוראדלא, כחראכלים, קלישסאטא, קהללולפטה, און קהנלטמוין" האט מען גענומען פיל ווינציגער. (פון די פיהר געווירצן "מיר, קאצהיעטה, שסהבלילזת-נוראדלא, און כחראכלים, האט מען נאר גענומען 16 מנה פון יעדע איינע, פון קלישסאטא האט מען נאר גענומען 12 מנה פון קהללולפטה האט מען נאר גענומען דריי מנים פון קהנלטמוין האט מען נאר גענומען 9 מנה).

דער סך הכל פון אלע געווירצן צוזאמען זענען געווען 368 מנה (ווי מיר וועלן באלד זעהן איז דאס כדי צו האבן פאר יעדן טאג איין מנה, און פאר יום כיפור 3 מנה)

דאס רייניגען און צושטויסן די געווירצן:
איידער מען האט צושטויסן דעם געווירץ האט מען איהם געדארפט שטארק רייניגן. דערצו האט מען אויך געדארפט זיין א גרויסע מומחה. אויך דאס צורייבן איז געווען א גרויסע מייסטערווערק. כדי אלע זאלן זיין צוריבן אייניג און גלייך, עס זאל נישט זיין איינער מער דיק און די אנדגערע דינער. אויך אין די קוואליטעט פון די געווירצן האט מען געדארפט זיין אן אויסגעצייכנטער פאכמאן, ווי למשל די געווירץ וואס רופט זיך "מעלה עשן" וואס קיינער האט נישט געוואוסט וואס דאס איז.

אין ירושלים איז געווען א משפחה וואס מען האט גערופן "בית אבטינס" וועלכע זענען געווען ספעציעלע מומחים צו רייניגן, צו שטויסן, און צונויף שטעלן די קטורת, און אויך ווי זיך באשעפטיגן מיט דעם גראז "מעלה עשן". זיי זענען געווען אויפגענומען אויף די גאנצע ארבייט פון צוגרייטן די קטרת צוליב זייער אויסגעצייכנטע פאכמאנשאפט.

די עלעף געווירצן האט מען נישט געטארט שטויסן צוזאמען, וויבאלד צווישן די געווריצן זענען געווען אזעלכע וואס זענען ספעציעל שווער זיי צושטויסן, און אויב מען וועט פרואוון שטויסן אלע מיט אמאל וועלן זיי נישט גוט ארויסקומען. האט מען יעדן געווירץ צושטויסן באזונדער און דערנאך האט מען זיי אלע צונויף געמישט.

בשעת מען האט געשטויסן די געווירצן איז דערביי געשטאנען א ספעציעלער מאן וואס האט כסדר געזאגט "הדק היטב! היטב הדק! דאס מיינט, מען זאל צוקלאפן די געווירצן אויף גאר דין. אויך צוליב דעם וואס די אותיות פון די צוויי ווערטער, גייען ארויס פון אינעווייניגסטן האלדז און דאס איז געווען גוט פאר די געווירצן.

אויסער דעם ערשטן צושטויסן די געווירצן בשעת'ן צוגרייטן די קטורת, האט מען זיי ווידער צושטויסן צוויי מאהל אין יאהר. אין די זומער טעג האט מען זיי צושפרייט כדי זיי זאלן נישט קאליע ווערן אין די היצן, און אין ווינטער האט מען זיי צונויף געשארט כדי דער גוטער ריח זאל נישט אויסוועפן.

דער צונויף שטעלען פון די קטורת:
אויסער די עלעף געווירצן וואס ווערן אויסגערעכנט אין די ברייתא, האט מען געדארפט האבן פאר דעם צונויף שטעלן די קטורת נאך אנדערע מאטריאלן, ווי צום ביישפיל "בורית כרשינא" וואס מען האט געדארפט האבן כדי צו אויסרייניגן דערמיט די צפורן, ווייל דער צפורן האט מען ארויס גענומען פון ים, און עס זענען געווען דערצו צוגעקלעבט פארשידענע פישן וועלכע האבן געקענט קאליע מאכן דעם געשמאקן גערוך, דעריבער האט מען דאס געדארפט אויספוצן מיט "בורית כרשינה".

צום איינריכט פון דעם צפורן, האט מען אויך געדארפט א ספעציעלן וויין וואס מען האט געברענגט פון קפריסין, דאס איז געווען גאר א שטארקע וויין און אין דעם האט מען איינגעווייקט דעם צפורן, און אזוי האט דאס באקומען גאר א גוטן ריח.

אויב עס איז נישט געווען קיין וויין פון קפריסין, האט מען גענוצט אן אלטן וויין וואס האט געהאט א ווייסן קאליר.

לויט רבי נתן האט מען אויך אריינגעטאהן א גראז וואס הייסט "כפת הירדן" צוליב זיין געשמאקן גערוך.

אין די קטורת האט מען אויך אריין געמישט א גראז מיטן נאמען "מעלה עשן" וואס האט געמאכט אז דער רויך פון די קטרת זאל ארויף גיין גראד אזוי ווי א טענען בוים, און עס זאל זיך נישט וואקלען און קערן אהין און אהער. קיינער אויסער די פאמיליע פון "בית אבטינס" האט נישט געוואוסט פונקט וועכלע גראז דאס איז, און זיי האב דעם סוד נישט אויסגזאגט פאר קיינעם. אט דער גראז האט נישט פארמאגט קיין גערוך, נאר ווי געזאגט האט מען דאס גענצוט צוליב זיין אייגנשאפט צו ברענגען דערצו אז דער רויך זאל ארויף גיין גלייך.

די פאכלייט אין ירושלים האבן געזאגט, אז אויב מען וואלט אריין געטאן אין די קטורת אביסל האניג, וואלט דער ריח פון קטורת געווען אזוי געשמאק, אז קיינער וואלט עס נישט געקענט אויסהאלטן. אויב אזוי פארוואס האט מען טאקע נישט אריין געטאן אביסל האניג? ווייל די תורה האט געזאגט "כי כל שאור וכל דבש לא תקטירו ממנו אשה לה'" קיין זויער טייג און קיין האניג זאל מען נישט מקטיר זיין צום אייבערשטן.

די קטורת האט מען געדארפט מאכן מיט "טהרה" אז עס זאל נישט זיין דערין קיין שום חשש פון "טומאה". אויך האט מען דאס געדארפט מאכן דוקא מיט געלט פון הקדש. טאמער איז געווען דערין א חשש פון טומאה, אדער עס איז נישט געווען פון הקדש געלט, איז דאס געווען פסול.

יעדן יאהר האט מען צונויפגעשטעלט נייע קטורת. איינמאהל אין יאר האט מען צוגעגרייט דעם גאנצן קוואנטום וואס מען האט געדארפט אויף יענעם יאהר, אהן זיך רעכענען מיט די רעשט וואס איז נאך פארבליבן פון פריערדיגן יאהר. די קטורת וואס איז איבערגעבליבן האט מען צונויף געמישט מיט די פרישע קטורת.

במשך די יאהרן ווען עס איז אנגעזאמלט געווערן 184 מנים, וואס דאס איז א העלפט פון דעם קוואנטום פון 368 מנים, וואס מען האט געדארפט אויף א יאהר, האט מען אין יענעם יאהר צוגעשטעלט בלויז אן האלבן קוואנטום (פון נאך 184 מנה, ווייל 184 פרישע צוזאמען מיט 184 אלטע איז 368 מנה). דאס האט געווענדליך פאסירט איינמאל אין זעכציג אדער זיבעציג יאהר (ווי מיר וועלען באלד זעהן האט עס זיך געווענדעט אין די מאס פון די הענט פון כהן גדול וואס האט געדינט אין יענע יאהרן) אויב עס איז געבליבן מער ווי 184 מנה האט מען נישט געקענט צוגרייטן בלויז א פערטל אדער א דריטל פון די יערליכע קוואנטום, נאר מען האט געדארפט מאכן א פולע האלבע פון דעם יערליכן קוואנטום, ד.ה. 184 מנה און נישט ווייניגער.

דאס מקטיר זיין:
טאג טעגליך האט מען מקטיר געווען איין מנה פון די 368 מנים. א האלבע מנה האט מען מקטיר געווען אינדערפריה (ווען מען איז אריין אין אהל מועד צו מטיב זיין די נירות, דאס איז געווען דער זעלבע צייט וואס מען האט געברענגט דער תמיד של שחר) און די צווייטע העלפט אין אווענט (ווען מען איז אריין אין אהל מועד צו אנצינדען די נירות, דאס איז געווען דער זעלבע צייט וואס מען האט געברענגט דער תמיד של בין הערבים).

במשך פון גאנצן יאהר האט מען מקטיר געוען 365 מנים, ווייל אין א "זוהן יאהר" איז דא 365 טעג (קוק אריין אין אונזער פרשת נח קונטרס) און נאך 3 מנים (ווייל עס איז דאך געוווען 368 מנה, און נישט 365 מנה) וואס דער כהן גדול האט גענומען פולע הויפן אין יום הכיפורים, ווייל אין דעם הייליגן טאג "יום כיפור" איז חוץ דער געהעריגע "קטורת של שחר וקטורת של בין הערבים" וואס מען איז מקטיר יעדן טאג פון יאהר, האט ער אויך גענומען א פילע הויפן (האנט פול) און אריין אין "קודש הקדשים" און דאס דארט מקטיר געווען. די דריי מנה פאר יום כיפור האט מען ווידער איבערגעשטויסן ערב יום כיפור, כדי אז עס זאל זיין "דקה מן הדקה" דאס הייסט גאר דין צומאלן. דער כהן גדול האט דאך ווי דערמאנט נישט מקטיר געווען אלע דריי מנה, (ווייל ער האט דאך פון די דריי מנה נאר גענומען א פולע הויפן) געווענדליך זענען איבער געבליבן צוויי און א האלב מנים, אבער אונזערע חכמים האבן באשטימט אז מען זאל צוגרייטן דריי גאנצע מנים כדי אז אויב עס וועט זיין א פאל און די הענט פון כהן גדול וועט זיין זייער גרויס, זאל זיין גענוג צו נעמען א פולע הויפן.

די קטורת פלעגט מען מקטיר זיין אויפ'ן מזבח הזהב. בשעת מען האט מקטיר געווען די קטורת האט ארויס געשפארט פון איר א געשמאקע און אנגענעהמער ריח, וועלכער האט זיך פארשפרייט איבער גאנץ ירושלים.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער זיידעניו האט אסאך אריינגעארבעט אין די יונגע יארן! און מיר האבן היינט הנאה דערפון.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

זיידניו, איך האב מוראדיג הנאה פון דיינע שטיקלעך, לאמיר דיר עפעס פרעגן: ווי איך פארשטיי (לויט די מינוט וואס ס'איז דא צווישן איין תגובה) נעמסטו עס פון ערגעץ, מאכסט קאפי און פעיסט.

איז לפי"ז מיין פראגע: ליגט עס ערגעץ אויף א סייט וואס מיר קענען זעהן, צו פון דיין פריוואטן אוצר?

למאי נפ"מ? צו דו קענסט לייגן דעם לינק. יש"כ.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יגרסהדותא האט געשריבן:זיידניו, איך האב מוראדיג הנאה פון דיינע שטיקלעך, לאמיר דיר עפעס פרעגן: ווי איך פארשטיי (לויט די מינוט וואס ס'איז דא צווישן איין תגובה) נעמסטו עס פון ערגעץ, מאכסט קאפי און פעיסט.

איז לפי"ז מיין פראגע: ליגט עס ערגעץ אויף א סייט וואס מיר קענען זעהן, צו פון דיין פריוואטן אוצר?

למאי נפ"מ? צו דו קענסט לייגן דעם לינק. יש"כ.
ס'איז דא פארשידענס סדא וואס איך האב שוין פארשריבן פון פריער און סאיז דא וואס איך שרייב יעצט

אין אלענפאלס שרייבט איך עס אייביג אין ווארד ווייל דארט קען מען ליינען און מגיה זיין וואס מען שרייבט מיט גרויסע אותיות אז סעזאל נישט ארויסקריכן פון די לעכער און ווען כ' בין פערטיג שטעלט מען די שטיקללעך און א ליין און ס'פארט אריין און קערטשמע און צילוב דעם איז די זייגעער פון ווען מען האט אריינגעלייגט דעם שטיקל און נישט פון ווען מען האט דאס אויפגעטייפט

פארשטאנען?
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

איך פארשטיי זייער גוט. און איינמאל פאר אלעמאל לאמיך מיך דא באדאנקן פאר דיינע הערליכע תגובות מתוקים מדבש ונופת צופים פון איבער ס'גאנצע קרעטשמע. דו העלפסט צו צו מיין יצר טוב אז איך זאל אריינסטאפן אין קרעטשמע..
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב גיהערט פון ר' אברהם דוד טווערסקי דער ברודער פונעם מילוואקיער ר' אין דער באקאנטער פסיכיאלאג וואס ארבעט מיט אלקהאליקס, אז א פאציענט האט איהם אמאל גיזאגט א פשט אין דער ברייתא פון פיטום הקטורת וויא עס שטייט "יין קפריסין סאין תלתא וכו' ואם אין לו יין קפריסין מביא חמר חורין עתיק וכו' "
האט דער פאציענט אויפמערזאם גימאכט אז ביי קיין איין 'אינגרידיענט' פון די קטרת זאגט נישט די ברייתא וואס מען זאל ברענגען אנשטאט אויב מען האט נישט, נאר ביי יין קפריסין, נאר דער תירוץ איז ווייל דער יין קפריסין איז גיווען א וויין וואס מען האט עס גיברענגט פון דערוויטענס פון CYPRUS האט מען דאך גידארפט שיקען א שליח, אין ווייל דער וויין איז גיווען זייער א גוטער, האט דער שליח , ביז ער איז צירוק גיקומען, שוין גיהאט אויסגיטרונקען דאס גאנצע, האט מען גימוזט האבען א 'סאבסטוטאט'
ר' טווערסקי האט גיזאגט ביים איבערציילען אז נאר א שיכור קען זאגען אזא תורה.

אבער אין אמת'ן דער דיוק איז א גיטער אין איך ווייס טאקע נישט קיין תירוץ.
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

די ווארט איז א גוטס.

אגב זיין נאמען איז ר' אברהם יהושע טווערסקי פון מאנסי.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יהושע? איך האב נישט גידענקט זיין צווייטער נאמען. איך האב גיווינט אין מאנסי 13 יאהר.
ר' טווערסקי, נאכדעם ווען זיין רביטצעו איז אוועק, האט ער נאכאמאל חתינה גיהאט מיט אן אלמנה אין מאנסי, אין ער פלעגט צי קומען דאווענען מיטען ערשטען מנין אין בית ישראל. ער פלעגט אסאך אינטער האלטען דעם עולם מיט מעשות פון זיינע פאציענטען. דאס איז גיווען איינע פון זיינע מעשות
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

פון קאלעדזש ראוד איז ער געקומען צו קריכען ביז צו בית ישראל?

עניוועי ער איז מלא וגדוש, ער געט א שיעור אין מסילת ישרים יעדע וואל אין אור שמח איך הער אז עס איז מנופת צופים.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

וואס איז דער חידוש?
מיט א קאר?
וויא איך האב גיווינט איז אויך נישט גיווען אזוי נאנט, אין איך בין אויך גיפארען מיט א קאר איעדער טאג.
ביים דעם מנין זענען אפילו גיווען פון פארשעי!
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

(עס איז דא פון אים דרשות אויפן נעט, מען קען זיך גאר שטארק אונטערהאלטן, ווער עס קען, זאל ברענגן לינקס -- איך ווייס אויף גוגעל ווידיאו איז דא, נאר די דזשעי נעט לאזט דאס נישט צו)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”