תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:53 am

- רמז על קרעפליך -
א רמז אז מ'דארף עסן הושענה רבה און ערב יוכ"פ און פורים ווייל עס שטייט אין פסוק "הכה תכה" הכה איז ר"ת ה'מן כ'פרות ה'ושענות תכה איז ר"ת ת'אכל כרעפליך ה'רבה

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:54 am

- מגילת אסתר בפנימיות -
... חז"ל זאגן (חולין קלט :) אסתר מן התורה מנין? ואנכי הסתר אסתיר, אסתר איז א פארהוילעניש, עס מיינט גאר טיפער ווי מען קלערט ביי זיך. יעדער זאך אין די תורה , פון אויבן קוקט עס אויס אז מען פארשטייט, אבער אז מען קוקט אריין , טיפער זעהט מען אז עס ליגט פיל טיפערס ווי מען מיינט.
דאס הייסט הסתר אסתיר ..... הסתר בתוך הסתר,
דיגאנצע מגילה איז פארהוילען. למשל, מען קוקט אריין אין די ערשטע קאפיטל אין די מגילה, עס קוקט אויס בפשטות, אחשורוש האט אויפגעבויעט גאנצע פאלאצען .... געוויזען גאלד אין זילבער. דערווייל אז מען פארקוקט זיך טיפער אריין אין פסוק, מען איז זיך מתבונן .... זעהט מען אז עס איז גארנישט אזוי ווי מען מיינט, עס האט גאר א אנדערע באדייט, עס שטייט אזוי:
"חור כרפס" - געלעכערטע קארטאפל, "ותכלת" - און בלויע ווערים, "אחוז בחבלי בוץ" - עס האט זיך געהאלטן אויף שטריק פון בלאטע, והרגמן - אז מ'האט געקענט געהרגעט ווערן. "על גלילי כשב" - אויף גללים (מיסט) פון לעמעלעך. "ועמודי שש" - און זיילען פון לינען וואל. מטות זב - עס זענען גערינען פון די בעטן, "וכזב" - אלעס איז געווען פון פאלשע סחורה, "על רצפת בד" - אויף ערד פון לינען וואל - "ושש ודר וסוחרת" - און זעקס דארע סחורות...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:54 am

- ארורה זרש אשת מפחידי -
מען זאגט ביים זמר ארורה זרש אשת מפחידי דאס הייסט אז המן האט געהייסן "מפחידי". אין די מגילה ווערט ער אנגערופן מיטן נאמען "אגגי" - איז דאך לכאורה א שטיקל סתירה.
נאר עס קען זיין אז המן איז אלס פרנסה געווען א ROOFER - ער פלעגט לייגן און פאררעכטן דעכער, און לכבוד דעם האט מען אים גערופן "אגגי" מלשון "גג" (דאך),
איינמאל האט זיך געמאכט אז ער איז געווען אויפן דאך, און ער האט נישט געהאט, גענוג נעגל אריינצוקלאפן אין דאך, האט ער זיך אראפגעשניטן די נעגל פון די פינגער, און דאס אריינגעקלאפט. שפעטער
ווען ער איז אראפגעקומען, האט ער פארגעסן זיך צו וואשן די הענט. און די גמרא זאגט דאך אין מס' שבת אז איינער וואס שניידט די נעגל, און ער וואשט זיך נישט די הענט איז "מפחד שבעה ימים", אלס זכר צו דעם האט מען אים גערופן "מפחידי". .

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:54 am

אל תפל דבר מכל אשר דברת
פארוואס האט דער קעניג אזוי שטארק געדארפט אנזאגן דעם המן אל תפל וכו', נאר המן איז שוין געווען א אלטע גוי און די סדר פון אלטע מענטשן, אז די ציינער פאלען זיי ארויס. און המן האט נישט געהאט קיין ציינער, און ווען מען האט נישט קיין ציינער איז זייער שווער ארויס צוזאגן "די אותיות פון זסשר"ץ, וועגען דעם האט דער קעניג חושד געווען המן אז "ער וועט נישט אזוי גוט ארויס זאגן דעם ככה... האט דער קעניג איהם שטארק אן געווארענט אל תפל דבר מכל אשר דברת, זאלסט אכטונג געבען ווען די שרייסט אז אלע ווערטער זאלען גוט ארויס קומען.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:54 am

- ואת ויזתא -
פארוואס האט מען אים גערופען מיטן נאמען "ויזתא" ? בפשטות' - האט ער געהייסן נאכן עלטער עלטער זיידן ויזתא בן עמלק, אבער דאך איז עס פלא, אז מען איז צוריק געגאנגען אזוי ווייט א נאמען צו געבן?
נאר וויבאלד ער האט דאס אלעס צוגעזעהן ווי מען הרג'עט זיין טאטען המן, זיינע ברודערס, און מען הענגט זיי אויף אויפן בוים, און ער האט נישט תיכף געמאכט פליטה, נאר זיך געלאזט פירן ווי א שעפסל צום שחיטה, איז ער דען טאקע נישט ויזתא.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:54 am

- המן ווערט פארשעמט אז ער איז א איד -
עס שטייט אין די ספרים הקדושים אז פורים איז אזוי ווי יום כיפור, אבער ונהפוך הוא, ווייל פורים פארשטעלט זיך א איד אזוי ווי א גוי, מ'עסט און מ'טרינקט ביז מ'ווערט שיכור. און יום כיפור איז פארקערט, אז דער איד וואס זעט שוין ליידער אויס ווי א גוי, ווערט א איד, ער קומט אין שול איינגעהילט מיט א טלית, וואס המן האט אויך געניצט, אין די מגילה שטייט אז המן איז געווארען זייער ברוגז אויף מרדכי "כי הגיד להם אשר הוא יהודי", דאס מיינט, ווייל מרדכי האט פאר יעדן פארציילט, אז המן אליינס איז א איד, ווייל ער איז דאך געווען דער קנעכט פון מרדכי, און א עבד עברי האט פיל דינים פון א איד.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:55 am

- ארור המן ברוך מרדכי -
די גמרא זאגט, אז מ'דארף טרינקן אזויפיל וויין, אז מ'זאל נישט וויסן קיין חילוק צווישן "ארור המן" און "ברוך מרדכי", מ'קען זאגן: ווייל די ארעמעלייט שרייען "ברוך מרדכי" אז מרדכי איז געלויבט, ווייל דורך אים איז געווארען די מצוה פון "משלוח מנות" און די ארעמלייט האבן צו עסן, אבער די רייכע מענטשן שרייען "ארור המן" פארשאלטן זאל זיין דער המן, ווייל דורך אים מוזן זיי אויסליידיגן די קעשענעס פאר "מתנות לאביונים". דערפאר דארף מען טרינקן אוויפיל וויין או מ'זאל נישט וויסן צו וועלכע מ'געהערט, צו די וואס שרייען "ברוך מרדכי" אדער "ארור המן".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:55 am

- טרינקן וויין אן א שיעור -
א פורים רב האט אמאל געפרעגט, פארוואס פסח טרינקט מען נאר 4 כוסות, און פורים טרינקט מען וויפיל ס'לאזט זיך?
ווייל פרעה האט דאך נאר גוזר געווען צו הרג'ענען די זכרים, טרינקט מען פיר כוסות, אבער המן האט דאך געוואלט אויס'הרג'ענען אלע אידן, דערפאר טרינקט מען אן א שיעור.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:55 am

- א פרוי איז שווער צו האלטן אן א סוד -
א בדחן האט אמאל געפרעגט, וואס איז דער גרויסער נס פון די מגילה , האט ער גענטפערט, ווייל די גמרא זאגט אז פרויען רעדן זייער אסאך, און אז אסתר האט זיך געקענט איינהאלטן און נישט דערציילן פון וועלכע פאלק זי קומט, דאס איז זייער א גרויסער נס.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:55 am

- א שטויביגע ספרים שאנק -
א רעפארעם רעבעצין האט דערציילט : אז זי האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט איר מאן א ראפארם ראביי וואס האט זייער ליב געהאט צו עסן "נאש", ווייל ווען זי האט געקויפט נאש, ווי זי האט דאס באהאלטן האט ער דאס געטראפן און אויפגעגעסן, ביז איך האב געטראפן א גוט פלאץ, ווי ער וועט נישט זוכן, דאס איז דער ספרים שאנק, ווייל זי איז געווען זיכער אז ער וועט דארט קיינמאל נישט צוגיין עפעס נעמען.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:55 am

- פורים איין טאג -
פארוואס האט המן געוואלט הארג'נען אלע אידן אין איין טאג האט ער דען נישט געוואוסט אז א מלחמה קען זיך פארציעהן? נאר ער האט זיך גערעכנט מיט אלע זייטן - אויב וועל איך געוואונען איז דאך גוט, אבער אויב נישט וועלן דאך די אידן מאכן א יו"ט, זאלן זיי נישט מאכן א יו"ט מער ווי איין טאג.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:56 am

- אלעס אין איין טאג -
המן הרשע איז אין זיין לעצן טאג געווארן גאר גרויס, און באקומען עטליכע גוטע ארבעט'ס. אלעס אבער נאר איין טאג - א שערער - א בעדער- א פערד טרייבער - א טשערמאן - אויסגערופן הויך "ככה יעשה לאיש- און א גארביטש קלעקטער- אפגעקלינט די שמוץ פון זיין טאכטער, - און אפשר א סוער קלינער- אויסגערייניגט זיין טאכטערס דירה - א געטרייע טאטע.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:56 am

- א בוים וואס וואקסט המנ'ס -
פארוואס איז היינט דא אזויפיל המנ'ס, מ'הערט אייביג איינער שרייט אויפן אנדערן דו המן וואס דו ביסט, לכאורה איז דאס נישט צום פארשטיין, המן האט מען דאך שוין פון לאנג אויפגעהאנגן? נאר אזוי ווי מ'האט אים אויפגעהאנגן אויף א בוים איז ארויסגעוואקסן זעהט אויסאסאך המנס.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:56 am

- נטילת ידים מיט אלע פיטשעפקעס -
אמאל איז א גרויסער גנב געשטארבן, האט מען געגעבן דעם רב פון שטאט זאל זאגן אויף אים א הספד, האט דער רב געזאגט, אז איין גרויסע מעלה האט "דער איד" געהאט, אז ער איז קיינמאל נישט געגאנגן ד' אמות אן "נטילת ידים" (עפעס צו גנב'ענען און האלטן אין די הענט).

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:56 am

- א גוטע בעל דרשן -
א רב האט אמאל געפרעגט ווי איז מרומז אז א רב קען זאגן א גוטע דרשה נאר ווען ס'איז דא אסאך מענטשן וואס הערן אים אויס , האט ער גענטפערט ווייל מ'זאגט דאך ביים דאווענען ברוך שאמר ווען קען מען זאגן א געבענטשטע גוטע דרשה , והיה העולם ווען ס'איז דא אן עולם וואס הערט אויס.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:56 am

- א מעשה פון די חכמי חעלעם -
ווען דעך וועקער פון חעלעם איז אלט געווארען, און. האט שוין נישט געהאט קיין כח צו גיין אין גאנצן שטאט צו קלאפן אויף די פענסטערס אויפצוועקן דעם עולם צו "עבודת הבורא", האט מען געמאכט אן אסיפה, און מ'האט באשלאסן, אז אלע מענטשן זאלן ברענגן "זייערע פענסטערס נעבן בית המדרש", און דער וועקער וועט דארט קלאפן אויף אלע פענסטער, און נישט דארפן ארום גיין אין גאנצן שטאט צו וועקן דעם עולם.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:57 am

- "אין משיבין על ההיקש" -
אין די גמרא טרעפט מיר, ווען מרדכי האט געדארפט ארויפגיין אויפן פערד, האט המן געזאגט פאר מרדכי גיי ארויף האט אים מרדכי געזאגט איך קען נישט איך בין שוואך פון מיין פאסטן האט זיך המן אראפגעבויגן און איז ער ארויפגעגאנגען אויף המנ'ס ריקן צום פערד. איז שווער אויב מרדכי איז שוין געווען אויפן ריקן פון המן וואס האט נאך אויסגעפעלט ארויפצוגיין אויפן פערד איז דען המן נישט געווען א גוטע פערד?
מ'קען עס פארענטפערן, עס איז דאך באקאנט אין די מדרשים, אז המן איז געווען די קנעכט פון מרדכי, ווייל ער האט זיך פארקויפט וועגן א שטיקל ברויט, און קנעכט זענען דאך "הקשו לקרקעות" צוגעגעליכנט צו פעלדער, קומט דאך אויס אז המן איז געווען א "היקש" און עס איז דאך דא א כלל , "אין משיבין על ההיקש" מ'טאר נישט זיצן אויף א היקש, וועגן דעם האט מרדכי נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, ווי ארויפצוגיין אויפן פערד נישט אויף המן...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:57 am

- מנהג ישראל תורה "ספאדיק" -
מ'קען זאגן א טעם פארוואס האט זיך איינגעפירט די מנהג פון צו גיין אין פורים מיט א "ספאדיק" אנשטאטס א שטריימל, אפילו די וואס שטאמען נישט אפ פון פולין זענען זייער מקפיד אויף דער מנהג?
נאר ווי באקאנט ברענגט די גמרא אין מסכת מגילה (טז.) ווען המן איז אריבער געגאנגען זיין הויז ארומפורנדיג מרדכי האט זיין טאכטער שטייענדיג אויפן דאך אראפגעקוקט, און זו האט זיך געדאכט אז דער וואס רופט אויס איז "מרדכי" און דער וואס זיצט אויפן קעניגליכע פערד איז איהר טאטע האט זו גענומען א קאנטענער פון יענע סחורה, און באגאסן נישט מער און ווייניגער ווי איהר טאטע אליינס. האט זו אויפגעהויבן איהרע אויגן און האט באמערקט וואס זו האט דא געטוען האט זיך אראפגעווארפן פונעם דאך און זו איז געשטארבן.
איז לכאורה זייער שווער ווי אזוי מאכט מען אזעלכע טעותים, מ'האט דאך זיכער געקענט באמערקן אז "מרדכי" איז נישט "המן" . מרדכי איז דאך זיכער געגאנגען אנגעטוען ווי א רבי א שיינע ווייסע בעקיטשע מיט ווייסע זאקן, און המן איז דאך געגאנגען ווי א פראסטע גוי א רשע.

נאר מ'מוז אויפטוען אז ווען המן איז געקומען מיט קעניגליכע קליידער אנצוטוען דעם מרדכי אזוי ווי דער קעניג האט געהייסן, האט זיך מרדכי אויסגעטוען זיינע ווייסע קליידער, און המן האט געוואלט חוזק מאכן פון מרדכי האט ער אנגעטוען מרדכי'ס שטריימל און בעקיטשע.

וועגן דעם ווען די טאכטער פון המן האט געזעהן איינער וואס איז אנגעטוען מיט ווייסע קליידער, זיצט אויפן פערד, און דא שטייט איינער מיט חסידישע בגדים און רופט אויס, האט זו געהאט די גרעסטע געלעגנהייט זיך צו פארטוישן, האט זו אויסגעגאסן אויפן שטריימל פון מרדכי יענע זאכן, איז פון די שטריימל געווארן א ספאדיק, אזוי ווי א יעדע שטריימל וואס מ'גייט דערמיט אין א רעגן. פון דא נעמט זיך די מנהג צו גיין פורים מיט ספאדיקס.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:57 am

- פארוואס האט מען נישט אויפגעהאנגן נאר 10 קינדער פון המן -
לכאורה איז נישט פארשטענדליך פארוואס שטייט אין פסוק "ואת עשרת בני המן, און די 10 קינדער פון המן האט מען אויפגעהאנגן, אין גמרא ווערט דאך געברענגט אז המן האט געהאט 210 קינדער.

נאר די גמרא זאגט אין (בכורות מה:) אז א הויכע מענטש זאל נישט חתונה האבן מיט הויכע פרוי ווייל טאמער ווערט ארויסקומען גאר הויכע קינדער. און א נידריגע זאל נישט חתונה האבן מיט א נידריגע ווייל טאמער וועט ארויסקומען גאר נידריגע קינדער, נאר א הויכע זאל חתונה האבן מיט א נידריגע כדי עס זאל ארויסקומען נורמאלע קינדער.

ווי באקאנט איז המן געווען זייער הויך און גרויס ווי דער פסוק זאגט "גדל המלך אחשורוש את המן" המן איז געווארן זייער גרויס, און זיין ווייב זרש איז דאך געווען זייער נידריג, אזוי ווי דער פסוק זאגט "זר"ת ארכה וזר"ת רחבה, זו איז געווען א אמה אויף א אמה, דעריבער האט המן געהאט "קינדער בינונים" און די גמרא זאגט אין (ראש השנה טז:) אז "בינונים תלויים ועומדים עד עשירי" אז בינונים הענגט מען ביז 10. דעריבער איז זייער גוט פארוואס מ'האט נישט אויפגעהאנגן מער ווי 10 קינדער.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:57 am

- שושנת יעקב צהלה ושמחה בראותם יחד תכלת מרדכי -
דארף מען פארשטיין פארוואס איז מען געווארן בשמחה ווען מ'האט געזעהן די תכלת פון מרדכי,
נאר לכאורה איז שווער ווי אזוי מעג מען זיך אנטרינקען אין פורים עס איז דאך א בפירוש'ע לאו "לא תכחשו ולא תשכרו איש בעמיתו" מ'טאר זיך נישט אנטרינקען, און ווי דער מנחת חינוך זאגט אז דער לאו גייט אן אפילו היינטיגע צייטן, איז ווי אזוי מעג מען טרינקן אין פורים.
נאר מ'מוז זאגן אז "עשה" דוחה "לא תעשה" אן מצות עשה קען אוועק שטיפן א לא תעשה, און וויבאלד די גמרא זאגט דאך אז "חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי" איז דער מצוה פון "חייב אינש" שטופט אוועק די "לאו פון לא תשכרו".
און דעס אז א עשה שטופט אוועק א לא תעשה לערנט מען דאך ארויס פון ציצית וואס כאטש די צורה לאז נישט גיין מיט שעטנ"ז, אבער אנטוען וואלענע ציצית, האט די תורה מתיר געווען שעטנז, זעהן מיר פון דארט אז עשה דוחה לא תעשה.
און לויט דעם איז שוין אלעס פארענטפערט, "שושנת יעקב צהלה ושמחה" ווען איז געווארן א שמחה ביי כלל ישראל און מ'מעג זיך אנטרינקן ווען ס'איז געווען "בראותם יחד תכלת מרדכי" ווען זיי האבן געזעהן די תכלת פון מרדכי, האבן זיי פון דארטן ארויסגעלערנט אז "עשה דוחה לא תעשה" דעריבער מעג מען טרינקן, ווייל דער מצוה פון "חייב אינש" שטופט אוועק די "לאו פון לא תשכרו".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:58 am

- ז' אדר -
עס איז דאך באקאנט די קשיא פון די קדמונים פארוואס דערמאנט נישט די תורה "משה'ס נאמען" אין פרשת תצוה? די בעל הטורים זאגט: אז פון ווען משה רבינו איז געבוירן געווארן ווערט דערמאנט יעדע פרשה זיין נאמען אויסער די פרשה, ווייל וויבאלד משה רבינו האט געזאגט "מחנו נא מספרך אשר כתבת" און עס ווערט דאך געברענגט אז די קללה פון א חכםווערט מקיום אפילו אויף א תנאי דערביער האט די תורה פארפעלט איין פרשה און נישט געשריבן משה'ס נאמען.
אבער עס פעלט נאך אלס א ביאור פארוואס פונקט די פרשה האט די פסוק פארפעלט?
נאר ווי באקאנט איז משה רבינו געבוירן געווארן ז' אדר, קומט דאך אויס אז זיין ברית איז געווען י"ד אדר פורים דפרזים, צוליב דעם הייסט דאך א שבת פאר פורים "שבת זכור" ווייל יענע שבת נאכט פאר פורים איז דאך געווען משה'ס "

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 02, 2008 2:59 am

משנכנס אדר מרבין בשמחה

לכאורה איז שווער די לשון עס וואלט ווען געדארפט שטיין "כשנכנסין לאדר" ווען די מענטש גייט אריין אין אדר אזוי מיר זאגן "כשם שנכנס לברית" און אזוי איז אויך די שפראך פון מענטשן "מ'גייט אריין אין שבת, "מ'גייט אריין אין יו"ט, איז פארוואס האט דא די גמרא געטוישט פון געווענטליך.
מ'קען עס פארענטפערן ווי באקאנט אז דער רבי זי"ע האט געזאגט באמת וואלט יעדער מענטש געדארפט שבת אריין גיין אינעם "קיגעל" וויבאלד עס איז נישט מעגליך, דעריבער דארף מען אריין נעמען די קיגעל אין זיך.
און אזוי אויך קען זיין די כוונה, די מענטש דארף צו ארבעטן אויף זיך צו זויבער מאכן זיין נשמה אזוי לויטער אז די אדר זאל אריין גיין אין זיך אין די טיפע באהעלטעניש פון די נשמה, נאר דעמאלס וועט זיין "מרבין בשמחה" די שמחה וועט זיין גאנץ ווייל עס וועט זיין פון די נשמה אויך.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 10:16 pm

מעלין

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מארטש 01, 2009 12:24 am

זיידעניו, WOW!!! אזאנע גוטע סחורה, איך האב ניטאמאל געוויסט וואס איך האב פארפאסט......

די פאגאנגענע וואך האבעכמעך געטראפן מיט יארמע רב זז"ג, האבעכעם געזאגט, "נו! יארמע רב, א גוט ווארט אויף חודש אדר"?...

זאגטער אזוי.. ס'שטייט אין די משנה, מגילה נקראת בי"א בי"ב בי"ג בי"ד בט"ו... ס'שטייט אבער נישט פון וועכע י"א-ב-ג.... מ'רעדט, פון וועכע חודש רעדט מען דא?... נאר, אז מ'וועט לערנען פשוט די משנה מיט די טייטש וועט מען שוין פארשטיין...

מגילה נקראת, בי"א, "אדער", בי"ב "אדער", בי"ג "אדער".... זעהט מען דאך קלאר אז מ'רעדט פון חודש "אדער"....
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך פאברואר 24, 2010 2:48 pm

זיידעניו שקויעך פארן נאכברענגן מהני מילי מעליותא פון דער אלטער היים, ס'איז געוואלדיג!
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

www.Karveinu.com


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט