בלאט 2 פון 2

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 6:46 pm
דורך veltsman
פורים קטן האט געשריבן:
יואל ווייס האט געשריבן:מענין לענין.
בדר"ח אלול, ווען מען הייבט אן זאגן מזמור אורי וישעי, וואלט מען דאס לכאורה געדארפט זאגן נאכ'ן יום וברכי נפשי, אזויווי מען פירט זיך ביום שמתפללין מוסף.



לעומת זה יש נוהגים לאמרו ביום שיש בו מוסף (שבת, ראש השנה) אחר תפלת מוסף. כמדומה שכן הוא מנהג זידיטשוב קאמארנא ספינקא וכו'


אכן בחצה״ק טאהש נוהגים לומר ברכו נפשי בכל ר״ח ושבת ר״ח אחר עלינו וכן לדוד ה׳ אורי אחר עלינו בר״ח ושבת ויו״ט חוץ מיוה״ק שאז אומרים לדוד אחר שחרית
ומתחילין לומר לדוד ה׳ אורי מא׳ דר״ח אלול עד אחרי שמ״ע במנחה אבל תקיעת שופר רק בא׳ אלול דהיינו ב׳ דר״ח ותוקעין תשר"ת, תש"ת, תר"ת
ותוקעין לפני אמירת לדוד ה׳ אורי

תשר"ק תש"ק תר"ק אדער נאר תשר"ק

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:52 am
דורך הערשקא
מיר שטייען שוין איבער א וואך אריין אינעם חודש אלול,
מ'האט אנגעהויבען בלאזן שופר, האב איך באמערקט א אינטערסאנטע זאך,
ביי איין מנין נעמט איינער די שופר און האנט אריין און בלאזט א הויעכען תקועה, שברים תרועה און תקועה, און פערטיג, לדוד ה' אורי,
און א צווייטע מנין נעמט אן אנדערער די שופר און בלאזט אפ די גאנצע סדר,
תקיעה, שברים תריעה, תקיעה,
תקיעה, שברים, תקיעה,
תקיעה, תריעה, תקיעה,
אן אנדערער האט אפילו געענדיגט מיט א תקיעה גדולה

האב איך געוואלט וויסען ווי אזוי קומט עס טאקע, האט עס צו טון מיט חסידות, אדער איז עס סתם אזא פוילקייט פון מענטשן צו בלאזן די גאנצע סדר?

(לויט ווי איך געדענק, די רבנים וואס בלאזן, בלאזן יא אלע צען תקיעות און חודש אלול)

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:55 am
דורך דריידל
ס'איז דא א ב"ח ווי ס' שטייט אז מ'זאל קיינמאל נישט בלאזן ווייניגער ווי תשר"ק תש"ק תר"ק

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:59 am
דורך הלשון
הערשקא האט געשריבן:(לויט ווי איך געדענק, די רבנים וואס בלאזן, בלאזן יא אלע צען תקיעות און חודש אלול)

ס'דא גענוג רבנים וואס בלאזן נאר תשר"ת

נהרא נהרא ופשטי'

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 1:02 am
דורך מיסטעריעז
דער ב"ח זאגט דאך דארט אויפן פלאץ "ולא נהגו כן".

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 1:50 am
דורך shalsheles
אגב, אין רוב סידורים שטייט לדוד ד׳ אורי נאכן יום, אבער כמדומה זאגט מען עס נאך עלינו, איז דא פלעצער ווי מען זאגט עס נאכן יום?
(אגב, אין צאנז זאגט מען עס בכלל נישט)

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 2:34 am
דורך בלעטל
אין ארץ ישראל האב איך געהערט אמאל ווי מ'זאגט עס נאך שמו"ע פאר קדיש תתקבל!

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 8:34 am
דורך shalsheles
אין געוויסע פלעצער (דאכט זיך נאדווערנא) זאגט מען עס אין די טעג פון קריאת התורה ביים אפענעם ארון הקודש.
אין וויזניץ זאגט מען שבת נאך שחרית נישט נאך מוסף.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 10:15 am
דורך דונש
shalsheles האט געשריבן:אגב, אין רוב סידורים שטייט לדוד ד׳ אורי נאכן יום, אבער כמדומה זאגט מען עס נאך עלינו, איז דא פלעצער ווי מען זאגט עס נאכן יום?

איך מיין אז אין מונקאטש זאגט מען עס גראד נאכן יום און מ'זאגט איין קדיש יתום אויף ביידע.
shalsheles האט געשריבן:(אגב, אין צאנז זאגט מען עס בכלל נישט)

ביי שחרית אויך נישט?

shalsheles האט געשריבן:אין וויזניץ זאגט מען שבת נאך שחרית נישט נאך מוסף.

אזוי שטייט אין מטה אפרים אז שבת און יו"ט זאל מען עס זאגן נאכן' שיר של יום, וכן נהגו ביינונז אין סאטמאר.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 9:50 am
דורך farshlufen
בלעטל האט געשריבן:אין ארץ ישראל האב איך געהערט אמאל ווי מ'זאגט עס נאך שמו"ע פאר קדיש תתקבל!

מיינסט מן-הסתמא ביי מנחה און ביי שחרית פאר חצי קדיש.

עיין "קצה המטה" תקפ"א ס"ק י"ח.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:08 pm
דורך בלעטל
farshlufen האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:אין ארץ ישראל האב איך געהערט אמאל ווי מ'זאגט עס נאך שמו"ע פאר קדיש תתקבל!

מיינסט מן-הסתמא ביי מנחה און ביי שחרית פאר חצי קדיש.

עיין "קצה המטה" תקפ"א ס"ק י"ח.

יא יא, אין ברסלב וטשערנאבל ראיתי כן, וכן הוא באמת במקור הראשון של המנהג

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 10:38 pm
דורך אדער יא
מיסטעריעז האט געשריבן:דער ב"ח זאגט דאך דארט אויפן פלאץ "ולא נהגו כן".

ווער קריגט זיך?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 1:16 am
דורך סידיראם
shalsheles האט געשריבן:אין געוויסע פלעצער (דאכט זיך נאדווערנא) זאגט מען עס אין די טעג פון קריאת התורה ביים אפענעם ארון הקודש.


אין נאדווארנע זאגט מען עס שטייט פסוק ביי פסוק מיט א ספעציעלע ווארימע נוסח. איך האב די ערשטע מאל געזעהן בכלל אזא מנהג ביי הגה"צ חו"פ ר' מיכלי מנתניא זצוק"ל בבית מדרשו ווי ער האט דאס פארגעזאגט פסוק ביי פסוק. שפעטער האב איך געהערט פון זיינע מקורבים אז דאס איז א נאדווארנע-קרעטשניפע מנהג.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:28 pm
דורך דריידל
אין מטה אפרים שטייט אז מ'זאגט לדוד ביז נאך שמיני עצרת. אבער אין לקוטי מהרי"ד ברענגט ער (כ' געדענקט נישט, אפשר בשם סידור ר' שבתי) צו זאגן ביז נאך ש"ת. כ'האב אמאל געהערט אז ס'איז א טעות ווייל דאס וואס שטייט ביז נאך ש"ת אעז געשריבן געווארן דורך אן ארץ ישראל'דיגע וואס דארט ווערט שמיני עצרת געריפן ש"ת.
כ'מיין אז אין דרחו"ש שטייט אויך מ'זאגט נאר ביז שמיני עצרת

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:15 pm
דורך shalsheles
אין תפילה ישרה סידור שטייט בשם דעם חיד״א אז עס איז א סגולה צו זאגן לדוד ה׳ אורי יעדן טאג נאכן דאווענען (לאו דוקא אלול).

Re:

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 2:17 pm
דורך יעדער
דונש האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:
(אגב, אין צאנז זאגט מען עס בכלל נישט)
ביי שחרית אויך נישט?
ניין די הייליגע דברי חיים זי“ע האט נישט געזאגט לדוד