לתועלת הרבים - שיעור אין הל' פורים פון אלט-קרעטשמע

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dell »

א גרויסן יישר כח אייך קרעמער. קלאר שיין אלע הלכות אז ס'איז מחי'
א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

ארויפגעברענגט לכבוד חודש אדר
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

קרעמער האט געשריבן:

אזויווי איך טו עס איבערפואסטען, לזכות את הרבים, ממילא האב איך צוגעלייגט קליינע הערות און פארמעקט וואס איך האב געזעהן נישט ריכטיג לויט שו"ע.

בפקודת דעם חשוב'ן דיין, וברשות כל הקהל הקודש, וויל איך דא אויפטרעטן מיט עטליכע קורצע ווערטער בגודל קדושת היום הפורים הבא עלינו לטובה, וואס – ווי עס שטייט אין ספרים – שטייט דער טאג אין א געוויסע בחינה העכער ווי יום כיפור, וואס איז מרומז אין דעם יום "כ"פורים, אז יום כיפור איז נאר "צוגעגליכן" צום געהויבענעם יום טוב פורים, וואס אין פורים איז דאך געווען תשובה מאהבה, און מען האט פון פריש מקבל געווען די גאנצע תורה צוליב גרויס ליבשאפט צו השי"ת אויף די נסים וואס ער האט געטאן (כמבואר בגמ' שבת פ"ח ע"א).

באמת ווייס איך אפילו נישט וואו אנצוהויבן, זאל איך אנהייבן ביי די גאר וויכטיגע הלכות וואס יעדער איד ברויך צו וויסן, און ווייניג ווייסן אלע פרטים און דקדוקים וואס זענען קריטיש וויכטיג צו האבן יוצא געווען די מצוה בשלימות, אדער זאל איך אנהייבן ביי די חסידישע ענינים און תורה'ס וואס פרישן אויף דעם מענטש און גרייטן אים צו ער זאל זיין געהעריג מוכן ומזומן מקבל צו זיין דעם גרויסן און הייליגן טאג, וואס די ספרים זאגען אז די הארות און השפעות פון פורים ווענדן זיך אין די הכנה וואס דער מענטש מאכט פון פריער, און זיי זענען דאס מרמז אינעם פסוק "ויעש המלך כדבר ממוכן", וואו עס שטייט "מלך" אין די מגילה – איז דאך באקאנט – גייט דאס ארויף אויפן מלך מלכי המלכים, דער הייליגער בורא אין הימל, "ויעש המלך" = השי"ת איז משפיע אויפן מענטש די קדושת היום, "כדבר ממוכן" = לויט די הכנות וואס דער מענטש האט געמאכט צום יום טוב.

פארהאנען מענטשן וואס דרייען זיך ארום אין די טעג בעפאר פורים מיט נארישע דאגות און חשבונות, וואספארא סארט משלוח מנות זאל איך שיקן מיין בעל הבית, מיין שכן, זאל איך פארבלייבן אין שטוב, ארומגיין נאך געלט, מען שטעלט צוזאם ליסטעס פון גוטע אדרעסן וכדומה, דאס איז אלעס גוט און פיין, אבער מען פארגעסט פונעם עיקר: וויפיל אידן לערנען אדורך דעם "מגילת אסתר" אפילו נאר מיט רש"י? וויפיל אידן געבן א בלעטער (לערן) איבער די אגדתא בלעטער אין מס' מגילה? דאס גיבט דאך אריין גאר אן אנדערן טעם אינעם יום טוב.

לאמיר פרובירן די פאר טעג אויסניצן ווי עס באדארף צו זיין, זיך אנגרייטן מיט א זאפאס פון חסידישע ספרים, עס זענען דאך פארהאנען געוואלדיגע ענינים אין אלע ספרים אויף פרשת זכור, מחיית עמלק, די מגילה און די מצות היום.

*

דער דיין האט מיר בעצם געבעטן פארצולערנען א שיעור כללי אין הלכות פורים, אבער – אויסערדעם וואס עס איז שוין אביסל שפעט, און איך האב נישט די נויטיגע צייט זיך פארצוזען א שיעור כללי הלכה למעשה – איך גלייב אז יעדער האט א בית המדרש קבוע וואו ער דרייט זיך, און געווענליך קומען פאר שיעורים כלליים אין די בתי מדרשים, וואו דער עולם האט א געלעגנהייט צו הערן פון אן ערליכן איד וואס מען באדארף צו טאן.



אבער לפטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך אויסרעכענען עטליכע קלייניגקייטן, נישט בדרך פסק אדער הלכה למעשה ח"ו, נאר להערה בעלמא, זיך אויסצושמועסן איינער מיטן צווייטן, אויב איינער האט עפעס אן אומקלארקייט אדער צווייפל, זאל ער אריינפרעגן און איבערפרעגן, און אויב איינער האלט אז איך בין נישט גערעכט וכדומה, זאל ער זיך אויך אנרופן, יגדיל תורה ויאדיר.



איך האב דא אפגעשריבן עטליכע נקודות, אבער איך האב נישט קיין צייט זיי מסדר צו זיין געהעריג, איך וועל דאס אראפשרייבן לויטן סדר פונעם צעטל, ואין מוקדם ומאוחר בתורה:

1) לכתחילה זאל מען אינזין האבן נישט מקיים צו זיין די מצוה פון מתנות לאביונים מיט געלט וואס מען טיילט פאר צדקה אינמיטן שחרית דאווענען פורים אינדערפרי, ווייל מען האט נאכנישט געזאגט די ברכת שהחיינו וואס גייט ארויף אויף אלע מצות היום.

2) פרויען זענען אויך מחויב אין אלע מצות היום, אנגעהויבן פון מקרא מגילה, משלוח מנות, מתנות לאביונים און שמחה ומשתה. דערפאר ברויך מען אכט געבן אז די פרוי זאל אויך אליין שיקן משלוח מנות (לכתחילה זאל מען שיקן דורך א שליח, יוצא צו זיין די שיטות אז "משלוח" מיינט דורך א שליח), אזוי אויך זאל מען "מקנה" זיין פון פריער א סכום געלט פאר די פרוי, מען קען דאס טאן אויף פארשידענע אופנים, אדער זאל די פרוי אויפהייבן די געלט און דאס אליין קונה זיין, אדער (אויב מען האט פארגעסן דאס צו טאן) זאל איינער א פרעמדער דאס אויפהייבן און אינזין האבן זוכה צו זיין פאר די פרוי, דאן קען מען דאס געבן פאר מתנות לאביונים.

3) מתנות לאביונים / מחצית השקל קען מען נישט געבן פון "מעשר געלט" אבער די איבריגע געלט וואס מען טיילט אויס אום פורים קען מען אראפרעכענען פון "מעשר". (געלט וואס מ'געט פאר א קינדס מלמד ווענט זיך אויב לערענט ער מיטן קינד 'מקרא' אדער 'משנה/גמרא', אפגעזעהן אויב ער איז א עני אדער נישט)

4) אלס חינוך -פונקט ווי יעדע מצוה- ברויך מען אויך זען אז די קינדער זאלן געבן משלוח מנות און מתנות לאביונים, מען זאל זיי מקנה זיין געלט און משלוח מנות כדי זיי זאלן קענען יוצא זיין די מצוה.

5) "מתנות לאביונים" ברויך מען געבן פאר 2 ארימעלייט, פאר מאן און ווייב עניים איז מען יוצא ווי 2 עניים. די שיעור פון די נתינה איז לכתחילה וויפיל עס קאסט א סעודה (עטליכע דאלער), אבער בדיעבד איז מען יוצא מיט א נתינה פון א פרוטה.

6) פורים ברויך מען טרונקן עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, אויסער די אלע פשטים און רמזים וואס זענען געזאגט געווארן אויף דעם, זאל מען נישט פארגעסן פונעם פשוט'ן פשט: זיך אנטרונקן ביז מען וועט נישט וויסן קיין חילוק פון ארור המן און ברוך מרדכי...

7) אין טייל מקומות איז געווען אן ענין צו טרונקן "עד כדי הקאה"! ביז מען ברעכט! אויב ווילט איר מקיים זיין דעם מנהג, טרונקט זיסע וויין, בדוק ומנוסה. (איך טרונק געווענליך נאר זויערע וויינען, צב"ש "סאטורן" "פארט" און "גאלד" וויינען).

8) מען זאל אכט געבן נישט צו ווערן שיכור פאר "מנחה", מען זאל דאווענען מנחה, זיך וואשן צו די צווייטע סעודה, און דאן מאכן א גרויסארטיגן לחיים, (שטעלט א שומר זאל מיטבענטשן מיט אייך, און פארגעסט נישט צו דאווענען מעריב).

9) אין זידיטשוב איז געווען א גרעסערער ענין צו טרונקן פורים אויפדערנאכט – שושן פורים – ווי פורים בייטאג, דער הייליגער עטרת צבי זי"ע האט געזאגט אז ווער עס טרונקט אום פורים איז גלייך ווי ער וואלט געפאסט משבת לשבת, אבער ווער עס טרונקט אום שושן פורים, איז גלייך ווי ער וואלט געפאסט 2 מאל משבת לשבת!

10) עס איז א גרויסע ענין צו זאגען תהלים אין פורים, מען קען זיך אלעס גוטס אויסבעטן, ווי עס איז באקאנט פון קב הישר. אויך איז א גרויסע ענין צו לערנען, בעיקר צווישן די 2 מגילה ליינען'ס (כך ראיתי היום בספר), עס איז באקאנט אז דער פאטער פונעם אבני נזר האט זוכה געווען צו אזא זוהן ווייל ער פלעגט לערנען אום פורים און אין אנדערע זמנים ווען די מצוה פון לימוד התורה איז ווי א מת מצוה.

11) די ערשטע נאכט איז נישטא קיין שום ענין פון משלוח מנות אדער מתנות לאביונים, אבער עס איז יא א מצוה צו עסן א סעודה. מיט א מנהג צו עסן 'באנדלעך' (רמ"א) א גרעסרע מקור ווי המן טאשען...

12) "כל הפושט יד נותנים לו", מען זאל געבן צדקה פאר יעדן וואס שטרעקט אויס א האנט, אן מאכן קיין אויסנאמען צווישן א ארימאן און א עושר, בחור, אינגל, אפילו פאר די נשים וואס שטייען אין גאס און בעטלן נאך א גראשן זאל מען געבן, און נישט פרעגן אויב זיי זענען טאקע נצרכים (און אפילו אויב זיי זענען גוים – ווי מאנכע טענה'ן – איז פורים נישטא קיין איסור צו טיילן געלט פאר גוים [הגם טייל פוסקים זאגן אז לכתחילה זאל מען זיי נישט געבן]).

13) די וואס הערן אויס די מגילה ליינען פון א חומש, זאלן זייער אכט געבן צו הערן יעדע ווארט פונעם בעל קורא, ווייל זיי קענען נישט איבערליינען פאר זיך א ווארט וואס זיי האבן פארפאסט.

14) עס איז א מנהג זיך צו פארשטעלן, בפרט בשעת מען עסט די סעודה (אזוי שטייט אין בני יששכר), און עס איז זייער שווער צו פארשטיין פארוואס מענטשן זענען נישט נזהר אין דעם מנהג ישראל תורה, מענטשן וואס לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער אויף אנדערע מנהגים (ווי צב"ש ערב פסח מצות, כפרות, און אזוי ווייטער און ווייטער) וועלן זיצן מיט זייערע שטריימל און בעקיטשע כאילו לא היה, כאילו עס וואלט נישט געווען פורים היינט, כ'מיין היתכן?? הישמע כזאת?? אזא גרינגע און פרייליכע מנהג און מענטשן זענען סתם נישט נזהר דערין צוליב פוילקייט אדער "בעסערקייט", עס "פאסט" זיי נישט, איך האב איין לימוד זכות אויף זיי אלע: זיי זענען א גאנץ יאר פארשטעלט!

15) דאס וואס איך האב געשריבן ר"ח אדר וועגן די ענין פון מאכן א משנכנס פון אן אמה על אמה צו פארדעקן דעם זכר לחורבן וואס מען לאזט איבער אומפארענדיגט אין שטוב, האב איך געזען אין ספר ימי הפורים (לרימ"ב ליבערמאן) בשם ספר ילקוט אברהם (ליפשיץ) סימן תרפ"ו.

אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: לתועלת הרבים - שיעור אין הל' פורים פון אלט-קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

לחיים לחיים! ארויף, שיינע ענינים.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שאינו יודע האט געשריבן:שטייט אין מחבר וכל המרבה לשלוח לריעים הרי זה משובח, פלא עצומה, מען זעט די עלטערע דור שיקט 30-40 משלוח מנות'ער בעת ביי דעם יונגערן דור איז עס כמעט פארגעסן געווארן, מען דארף עס צוריק אויפפרישן


ווייל מען איז ביזי ארומטראגן די 40 משלוח מנות פאר ביידע זייטן פונעם עלטערן דור.

און אה"נ ווען מיר וועלן אלט ווערן לאוישט"א, וועט מען טוז אזויווי מאנעלע זאגט.

מאנ-יימער האט געשריבן:ווען די אינגערע דור וועט ווערן די עלטערע דור (משיח וועט שוין אוודאי דא זיין) וועלן זיי אויך שיקן 30-40 משלוח מנות'ער, אזוי גייט עס יעדע יאר קומט צו אפאר מענטשן אויף די ליסט, די ערשטע פאר יאר נאך מיין חתונה האב איך געשיקט אפשר 5 היינט האלט עס שוין ביי 15
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: לתועלת הרבים - שיעור אין הל' פורים פון אלט-קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

“7) אין טייל מקומות איז געווען אן ענין צו טרונקן "עד כדי הקאה"! ביז מען ברעכט!”
דאס איז אמת? אדער דרך צחות?
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: לתועלת הרבים - שיעור אין הל' פורים פון אלט-קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

shalsheles האט געשריבן:“7) אין טייל מקומות איז געווען אן ענין צו טרונקן "עד כדי הקאה"! ביז מען ברעכט!”
דאס איז אמת? אדער דרך צחות?

אין ברסלב איז דא אזא ענין אויסצוברעכן די עמלק
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

קרעמער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 01, 2007 10:50 am
אקעי. איך האב נישט וואס צוצולייגן צום פאריעריגן שיעור, אויסער איין נקודה: דער פרי מגדים שרייבט אז קינדער זאל מען אויך מחנך זיין מיט מתנות לאביונים און משלוח מנות (כמבואר לעיל), זאגט ער אז מען קען זיי הייסן מקיים זיין משלוח מנות דורך אויפטוישן זייער פארציע ביי די סעודה מיט אן אנדער קינד, וואס מיט דעם איז מען אויך יוצא די מצוה פון משלוח מנות.

פאריאר האב איך געשריבן אז די שיעור פון מתנות לאביונים איז עטליכע דאלער פאר איטליכן ארימאן, היי יאר האט מיין שיעור-כללי פארלערנער געזאגט אז איין דאלער איז גענוג (ער האט געמאכט דעם חשבון אזוי: מתנות לאביונים ברויך זיין א שיעור פון ג' כביצים ברויט, יעצט רעכן אויס וויפיל עס קאסט א פעקל ברויט - עפעס מער פון צוויי דאלער, קומט אויס אז יעדע דאלער פארמאגט אין זיך א שיינע שיעור מתנות לאביונים).

בנוגע געבן מחצית השקל היי יאר, רוב וועלט פירט זיך צו געבן פורים אינדערפרי, אבער טייל פירן זיך יא צו געבן היינט ביי מנחה.
עס איז דא וואס געבן די מחצית השקל יעדע יאר פורים צופרי
נישט נאר ווען פורים איז זינטאג
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: לתועלת הרבים - שיעור אין הל' פורים פון אלט-קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ס'הייסט מעות מגילה, נישט מחצית השקל.
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”