פורים קטן

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

פורים קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אין די משנה אין מס' מגילה ווערט גע'פסק'עט "אין בין אדר ראשון לאדר שני אלא מקרא מגילה ומתנות לאביונים בלבד".
און אין שו"ע ווערט עס אויך אזוי געברענגט אן קיין שום חולק.

קומט דאך אויס אז אין י"ד אדר ראשון וואס ווערט אנגערופן "פורים קטן", ברויך מען מקיין זיין "משתה ושמחה" און משלוח מנות".

אבער למעשה פירט מען זיך נישט אזוי. ס'איז טאקע דא געציילטע מקומות וואו מען מאכט א שטיקל מצב פון פורים קטן, ווי אין קרעטשניף און נאך. אבער דאס האט לכאורה נישט מיט די גמ', ווייל דארט וואלט מען עס געטון אן דעם.

סיי ווי אזוי דארף עס א הסבר פארואס מען האלט נישט איין א בפירושע משנה אן קיין חולקים.


וטוב לב משתה תמיד.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אין אז מ'פאסט נישט תענית אסתר קטן שטערט דיך אויך?... גראדע איז דא אזא י"א אויך קוק אוצר הגאונים חלק התשובות מגילה דף ו' ע"ב.

לעצם הענין, קוק אריין דארט אין תוס' ר"א, און אין שו"ע סימן תרצ"ז ווערט געברענגט 3 דיעות עיי"ש אלעס ווערט זייער קלאר אויסגעשמועסט אין טור ב"י. אין שו"ת חת"ס או"ח סי' ר"ח איז דא א הערליכע ביאור פארוואס מ'מאכט נישט קיין משתה ושמחה אד"ר אבער ס'איז אסור בהספד ובתענית אין לכאורה זריזין מקדימין למצוות וואלט דער עיקר געדארפט זיין אד"ר עיי"ש, (ועיי"ע שו"ת חת"ס סי' קס"ג).

פונם מנהג ביי געוויסע קרייזן צו פראווען משתה ושמחה אד"ר האביך נאך קיינמאל נישט געהערט אפשר ברענגט איר עפעס מער? ס'וואלט אינטערעסאנט געווען.
דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

זעענדיג דעם אשכול האב איך מיך דערמאנט אז אין א אלטע גליון שרייבט ער די זעלבע
אטעטשמענטס
hapil.png
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

סאיז מיר בייגעפאלן א שיינעם געדאנק אויף פורים קטן.
דער רמ"א זאגט "י"א שחייב להרבות במשתה ושמחה בי"ד שבאדר ראשון ואין נוהגין כן מ"מ ירבה קצת בסעודה כדי לצאת ידי המחמירים וטוב לב משתה תמיד".
לייגט צו דער מגן אברהם "בשמחת מצות אלוקינו להעמיד אז ימלא שחוק פינו במהרה בימינו אמן"
איז פשט אזוי, מיר האפן דאך אז משיח גייט אנקומען יעדן טאג און דעמאלט וועט בי"ד מקדש זיין דעם חודש, אפשר וועלן זיי באשליסן נישט מעבר זיין דעם יאר און עס וועט נישט זיין קיין צווייטע אדר.
קומט אויס אז פורים קטן איז דער ריכטיגער פורים, וועגן דעם דארף מען אויך מאכן א סעודה פורים קטן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

אין ברטנורא אויף די משנה הנ''ל שטייט קלאר
מ'שיקט נישט קיין משלוח מנות ווייל ס'איז נישט דא קיין משתה ושמחה
(כ'דענק נישט פינקטליך די לשון)
יעצט פון ווי נעמט ער אז סיניש דא קיין משתה ושמחה?
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

אלף בית האט געשריבן:סאיז מיר בייגעפאלן א שיינעם געדאנק אויף פורים קטן.
דער רמ"א זאגט "י"א שחייב להרבות במשתה ושמחה בי"ד שבאדר ראשון ואין נוהגין כן מ"מ ירבה קצת בסעודה כדי לצאת ידי המחמירים וטוב לב משתה תמיד".
לייגט צו דער מגן אברהם "בשמחת מצות אלוקינו להעמיד אז ימלא שחוק פינו במהרה בימינו אמן"
איז פשט אזוי, מיר האפן דאך אז משיח גייט אנקומען יעדן טאג און דעמאלט וועט בי"ד מקדש זיין דעם חודש, אפשר וועלן זיי באשליסן נישט מעבר זיין דעם יאר און עס וועט נישט זיין קיין צווייטע אדר.
קומט אויס אז פורים קטן איז דער ריכטיגער פורים, וועגן דעם דארף מען אויך מאכן א סעודה פורים קטן.

איך האב היינט איבערגעזאגט דיין ווארט פאר א מיטל יעריגער איד א ת"ח, און ער האט געוואלדיג הנאה געהאט דערפון.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יישר כח פאר די קאמפלימענט.

* * *
כ'האב יעצט געזעהן אין גליון קול התאחדותינו (סאטמאר ב"ב) האבן זיי דארט אסאך שיינע ענינים איבער פורים קטן.
בין הדברים ברענגען זיי דארט אז רביה"ק בעל דברי יואל מ'סאטמאר פלעגט פורים קטן מאכן א סעודה מיט בשר ודגים, ביי זיך אין צימער, צום בענטשן האט מען אריינגערופן נאך צוויי מענטשן צו מזומן און מ'האט געזונגען שושנת יעקב.
ווען איך וואלט דאס געזעהן פריער וואלט איך היינט באשטעלט ביי מיין ווייב פאר פרישטיג א בילקעלע מיט פיש.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

ואימא שיתסר ושיבסר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שיש »

היום בתפלת שחרית נתעורר לי השאלה אם אצל החסידים אומרים תחנון בשיתסר ושיבסר לאדר א'. הבעל תפילה שלי עשה הלכה למעשה ואמר קדיש, אבל איני יודע אם זה בגלל ברית מילה או חתן וכדו'.
ובחיפושינו חיפשנו, ומצאתי שהחנוני (קרעמער) כבר פלפול בדיון זה.
קרעמער האט געשריבן:תני חדא כשחל שיתסר קטן בליל ששי אוכלין ושותין ושמחין ותניא אידך אין אוכלין ולא שותין ולא שמחין לא קשיא כאן קודם חצות כאן לאחר חצות.

אולם כבר כתב הרמ"ע מפאנו שאין למדין הלכה מדברין אגדה... והשאלה במקומה עומדת למחר אם לומר תחנון או לא.
נ"ב, בשבילי השאלה הוא רק להלכה ולא למעשה, משום שיש ברית למחר בביהמ"ד שלי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין מיין שוהל איז היינט נישט נוגע געווען די שאלה, טאקע צוליב א ברית מילה
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אין מקום לספק הנ"ל שכל מה שאין אומרים תחנון בט"ז וי"ז הוא מחמת ההו"א בגמ' שיהיו יכולין לקרוא מגילה (וידוע מהקאצקער זצ"ל שהו"א בגמ' יש לו קדושה כמו חצי מסקנא) וידוע שגם ע"ז הרעישו הרבה גדולים, אבל באדר א' מבואר במשנה שאינו כשר למגילה ממילא גם אין מקום לההו"א וממילא צריכין לומר תחנון.
לאטצי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2010 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאטצי »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:אין מקום לספק הנ"ל שכל מה שאין אומרים תחנון בט"ז וי"ז הוא מחמת ההו"א בגמ' שיהיו יכולין לקרוא מגילה (וידוע מהקאצקער זצ"ל שהו"א בגמ' יש לו קדושה כמו חצי מסקנא) וידוע שגם ע"ז הרעישו הרבה גדולים, אבל באדר א' מבואר במשנה שאינו כשר למגילה ממילא גם אין מקום לההו"א וממילא צריכין לומר תחנון.

אבל אם אין אומרים בשביל הו"א בגמרא למה אדר א גרוע כשיש שיטה במשנה שקוראים באדר א המגילה
חוץ אם אתה רוצה לחלק בין הו"א לחוד להו"א בצירוף שיטה יחידאה
מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידד »

מ'האלט שוין מאנטיג פ' ויקהל, האט מען דאך שוין זיכער גיענדיגט חומש רש"י פון פ' כי תשא, וויל איך פרעגען, ווער ווייסט ווי און רש"י פון פ' כי תשא איז דא א רמז אויף פורים?
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.
דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:פונם מנהג ביי געוויסע קרייזן צו פראווען משתה ושמחה אד"ר האביך נאך קיינמאל נישט געהערט אפשר ברענגט איר עפעס מער? ס'וואלט אינטערעסאנט געווען.


ס'איז געווען אין פלאן אז ר' מעכעלע מנתניה זאל קומען פראווען דעם פ"ק טיש אין ק"י אבער ליידער מחמת חולשת גופו איז ער נישט אנגעקומען
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מידד האט געשריבן:מ'האלט שוין מאנטיג פ' ויקהל, האט מען דאך שוין זיכער גיענדיגט חומש רש"י פון פ' כי תשא, וויל איך פרעגען, ווער ווייסט ווי און רש"י פון פ' כי תשא איז דא א רמז אויף פורים?

נא מ'האלט שוין מיטוואך נאכמיטאג, אפשר זאגט איז אליינס אויס דעם סוד?
מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידד »

צוויי רשי"ס איז דא.

1) רש"י ל כט.
וקדשת אותם - משיחה זו מקדשתם להיות קדש קדשים ומה היא קדושתם כל הנוגע וגו' כל הראוי לכלי שרת משנכנס לתוכו קדוש קדושת הגוף להפסל ביוצא ולינה וטבול יום ואינו נפדה לצאת לחולין אבל דבר שאינו ראוי להם אין מקדשין ושנויה היא משנה שלימה אצל מזבח מתוך שנא' (שמות כט) כל הנוגע במזבח יקדש שומע אני בין ראוי בין שאינו ראוי ת"ל כבשים מה כבשים ראוים אף כל ראוי. כל משיחת משכן וכהנים ומלכים מתורגם לשון רבוי לפי שאין צורך משיחתן אלא לגדולה כי כן יסד המלך שזה חנוך גדולתן ושאר משיחות כגון רקיקין משוחין (עמוס ו) וראשית שמנים ימשחו לשון ארמית בהן כלשון עברית:

2) רש"י ל"ד ו.

אל - אף זו מדת רחמים וכן הוא אומר (תהלים כב) אלי אלי למה עזבתני ואין לומר למדת הדין למה עזבתני כך מצאתי במכילתא:
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

שכוח הרב מידד, שיינע רמזים.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

(די פאלגענדע פאסירונג איז געווען געפלאנט צו שרייבן ביים "ליל שישי שיעור", אבער אזוי ווי ס'איז למעשה נישט פארגעקומען לייג איך עס דא אריין).

אמאל פורים קטן אין באבוב, ביים הייליגן קדושת ציון, האט דער עולם געווארט אז הרה"ח ר' יחזקאלע ראטענבערג הי"ד זאל ארויפגיין אויפן טיש זאגן בדחנות ווי זיין שטייגער אום פורים.
אבער מען האט שוין געהאלטן ביים סוף פון די סעודה און ער האט סתם זיך ארומגעדרייט צווישן עולם, און עס האט אויסגעזעהן ווי ער פלאנט נישט צו זאגן היינט קיין בדחנות.
דער רב ז"ל האט פארשטאנען אז ר' יחזקעלע קלערט מסתמא, אז ס'איז דאך נאר פורים קטן און אפשר פעלט נישט אויס צו זאגן קיין בדחנות. האט ער אויפגעהויבן א "ביינדל" און עס געוויזן פאר ר' יחזקאלע, אים מרמז צו זיין דעם "אין 'בין' אדר ראשון לאדר שני. און ר' יחזקאלע האט זיך טאקע באלד ארויפגעשטעלט אויפן טיש און משמח געווען דעם עולם.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

סעודות פורים קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

לכאורה קומט אויס פון אלע ראשונים אז דאס איז זיכער אז אויב מאכט מען משתה ושמחה אין פורים קטן איז מען מקיים א מצוה, און נישט אזוי ווי ביי חנוכה וואס ס'איז נישט קיין סעודת מצוה נאר אויב בשירות ותשבחות או בדברי תורה.
תוס' ודעימיה וואס לערנען אז מ'איז נישט מחוייב, שרייבט נאר אז "אין צריך להחמיר לעשות משתה ושמחה באדר ראשון", און אזוי אויך שרייבט דער רמ"א נאכדעם "יש אומרים שחייב להרבות במשתה ושמחה בי"ד שבאדר ראשון (טור בשם הרי"ף), ואין נוהגין כן מ"מ ירבה קצת בסעודה כדי לצאת ידי המחמירים (הג"מ בשם סמ"ק) וטוב לב משתה תמיד".
דאס הייסט די מח' הראשונים איז אויב ס'דא א חיוב און מברויך זיך אנשטרענגן און אויך מוציא זיין הוצאות וכו', אדער דאס זענען הכל מודים אז אויב מאכט מען משתה ושמחה איז מען מקיים א מצוה און ס'איז א סעודות מצוה.

יעצט אויב חנוכה איז געווארען דער מנהג "מחמיר" צו זיין און מרבה צו זיין מיט סעודת מריעים אפילו ס'נישט דא אזא דעה אין שו"ע, פארוואס זאלן מיר נישט טון די זעלבע מיט פורים קטן?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א הערליך ווארט פון רבי עקיבא איגר בענין סעודת פורים קטן
אטעטשמענטס
טוב-לב-משתה-תמיד---אלו-בעלי-משנה.jpg
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:01 pm

א בילד פון צאנז קלויזענבורגער רבי זצ"ל - פורים קטן תשכ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מנשה »

איינער האט מיר היינט געשיקט א בילד פון צאנז קלויזענבורגער רבי זצ"ל פירט א טיש פורים קטן תשכ"ב, איז עס נאך אלץ א מנהג אין צאנז קלויזענבורג? וועלעכע נאך חצרות פירן א טיש?
אטעטשמענטס
צאנז קלויזענבורגער רבי זצ"ל - פורים קטן תשכ"ב
צאנז קלויזענבורגער רבי זצ"ל - פורים קטן תשכ"ב
רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:01 pm

פורים קטן: מנהג ה”קראמפאמפיל” בחצר הקודש נייטרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מנשה »

פורים קטן: מנהג ה”קראמפאמפיל” בחצר הקודש נייטרא
כ”ק האדמו”ר מנייטרא שליט”א השוהה בלונדון ערך את שולחנו ומנהג הקראמפאמפיל לרגל פורים קטן בבית מדרשו בלונדון בשילוב עם מגבית לטובת מוסדותיו הקדושים בארה”ב • צילום: דודי בראון - http://www.jdn.co.il/news/645214

האט איינער מער פרטים איבער די מנהג?
אטעטשמענטס
פורים-קטן-נייטרא-אדר-א-תשעו-6.jpg
פורים-קטן-נייטרא-אדר-א-תשעו-2.jpg
פורים-קטן-נייטרא-אדר-א-תשעו-1.jpg
רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מנשה »

אטעטשמענטס
Slide36.JPG
Slide36.JPG (30.45 KiB) געזען 4614 מאל
רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מנשה »

רבי מנשה האט געשריבן:איינער האט מיר היינט געשיקט א בילד פון צאנז קלויזענבורגער רבי זצ"ל פירט א טיש פורים קטן תשכ"ב, איז עס נאך אלץ א מנהג אין צאנז קלויזענבורג? וועלעכע נאך חצרות פירן א טיש?


קען גאר זיין אז צאנז קלויזענבורגער רבי זצ"ל האט געפירט דעם טיש אלס מנהג נייטרא
לכבוד'ן גרויסן שווער זיינע (בזוו"ש) די נייטרא רב זצ"ל
אזוי ווי ער האט אויפגעשטעלט א ישיבה (ישיבת מהרש"ד אין קרית צאנז נתניה) און גליונות ע"ש זיין שווער זצ"ל

זעה בילד: א חוברת פון שנת תשכ"ד
אטעטשמענטס
seferid_13415_page_1.jpg
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

אדמורים ורבנים וואס פירן א טיש לכבוד פורים קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

כ"ק מהר"א מסאטמאר
בילד
באבוב 45
בילד
רבי י"י פינטו
בילד
קארלין סטאלין אין די נייע בעלזא ת"ת אין ב"פ
בילד
רבי אלימלך בידערמאן
בילד
קרענטשניף סיגעט
בילד
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: פורים קטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

198089.jpg
198089.jpg (242.33 KiB) געזען 1102 מאל
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”