דריי טעג יום טוב

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 5:52 pm

ביי 3 טעג יו''ט מאכט זיך מער די שאלה, אז אונז זענען געוואינט זיך צו וואשען די קערפער טעגליך בפרט נשים, איז כדי צו וויסען אז עס ווערט געפסקנט אין שו''ע אז אבר אסר איז מותר צו וואשען.

עס איז דא וואס זאגן אז בימינו הייסט דאס שוין צורך השווה לכל און מען מעג זיך געהעריג וואשען.

עס איז דא וואס בויען היינט אז די וואסער ווערט הייס דורך דראטן אין די פייפ, ביי אזא פאל מעג מען נישט בשום אופן אנצינדן די הייס וואסער ווייל דו צינדסט אן עלעקטעריק, אבער די נורמאלע בוילערס איז נישט א פרובלעם.

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:51 pm

בקיצור המעשה, אויב ווילט איהר וויסן הלכה למעשה, דאן קענט איהר שוין גיין אויפזיכן אויף אייוועלט און איהר וועט קלאהר האבן הלכה למעשה.

Guys, please check with your local Rabbi...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 7:31 pm

Kosher Travel האט געשריבן:בקיצור המעשה, אויב ווילט איהר וויסן הלכה למעשה, דאן קענט איהר שוין גיין אויפזיכן אויף אייוועלט און איהר וועט קלאהר האבן הלכה למעשה.

Guys, please check with your local Rabbi...

#AYLOR
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

וואוילער איד
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 20, 2017 11:08 pm

תגובהדורך וואוילער איד » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:52 pm

בנוגע מקוה יו"ט ערב שבת, איך ווייס קלאר אז אין סאטמאר איז מען געהעריג געגאנגען, די סאטמארע רביים זענען אויך געגאנגען, און זיי גייען נאך היינט צוטאגס, איך האב דאס אליין געזעהן, פאר ווער ס'גלייבט נאר ערשטהאנטיג.

וואס איך וויל יא וויסן, איך מאך יעדע וואך דעם טשולנט אין א קראקפאט, איינער ווייסט אפשר ווי אזוי מ'געט זיך אן עצה מיט דעם אין דריי טאג יו"ט?
ס'מוז גיין אלע דריי טאג יו"ט, אדער מ'שטעלט אן א שבת זייגער וואס זאל זיך אנצינדן יעדן פארנאכטס און אויסלעשן יעדע נאכמיטאג, אדער ס'נישטא קיין ברירה און מ'מוז אפקאכן דעם טשולנט פאר שבת און ארויף לייגן אויף א בלעך שוין אפגעקאכט.

ווער ס'האט אן עצה זאל עס ביטע אויפברענגען דא.

קיסריה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:13 pm

אנשטעלן א שבת זייגער צו קאכן איז אסור לכל הדעות.
קיין שום דיין וועט דאס נישט מתיר זיין. ס׳איז אנדערש פון שבת זייגער פאר עירקאנדישאן וכו׳

ודו״ק כי קצרתי

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:48 pm

וואוילער איד האט געשריבן:בנוגע מקוה יו"ט ערב שבת, איך ווייס קלאר אז אין סאטמאר איז מען געהעריג געגאנגען, די סאטמארע רביים זענען אויך געגאנגען, און זיי גייען נאך היינט צוטאגס, איך האב דאס אליין געזעהן, פאר ווער ס'גלייבט נאר ערשטהאנטיג.

וואס איך וויל יא וויסן, איך מאך יעדע וואך דעם טשולנט אין א קראקפאט, איינער ווייסט אפשר ווי אזוי מ'געט זיך אן עצה מיט דעם אין דריי טאג יו"ט?
ס'מוז גיין אלע דריי טאג יו"ט, אדער מ'שטעלט אן א שבת זייגער וואס זאל זיך אנצינדן יעדן פארנאכטס און אויסלעשן יעדע נאכמיטאג, אדער ס'נישטא קיין ברירה און מ'מוז אפקאכן דעם טשולנט פאר שבת און ארויף לייגן אויף א בלעך שוין אפגעקאכט.

ווער ס'האט אן עצה זאל עס ביטע אויפברענגען דא.

ביי א קראקפאט (וואס קאכט שטאטער פון א טאפ) דארף מען ספעציעל אכטונג געבן צו שטעלן די טשאלענט גענוג פרי אין טאג אז עס זאל נאך זיין ראוי לאכילה מבעוד יום.
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:58 pm

קיסריה האט געשריבן:אנשטעלן א שבת זייגער צו קאכן איז אסור לכל הדעות.
קיין שום דיין וועט דאס נישט מתיר זיין. ס׳איז אנדערש פון שבת זייגער פאר עירקאנדישאן וכו׳

ודו״ק כי קצרתי

פארוואס עפעס עס איז מותר לכתחילה צו מאכן א שבת זייגער נישט קיין שום פראבלעם.
עס מיז אפילו נישט זיין גריפה וקטומה.
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:09 pm

קיסריה האט געשריבן:אנשטעלן א שבת זייגער צו קאכן איז אסור לכל הדעות.
קיין שום דיין וועט דאס נישט מתיר זיין. ס׳איז אנדערש פון שבת זייגער פאר עירקאנדישאן וכו׳

ודו״ק כי קצרתי

דו רעדסט מן הסתם פון אנשטעלן אז עס זאל אנהייבן קאכן אין שבת, איא?
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:24 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:פארגאנגענע יאר פאר פסח איז ארויסגעקומען א קונטרס "קנה בשם" לפסח, מיט די פסקים פון הגאון הגדול ר' מאיר בראנסדארפער זצ"ל. דארט שטייט בזה"ל:
....... וכן ביום טוב שחל בערב שבת אין לילך ביו"ט למקוה לכבוד השבת או משום הכנה או מטעם שהוא זלזול יו"ט לטבול ביו"ט לכבוד שבת.
אזוי שרייבט ער אויך אין שו"ת שנה בשם ח"ג סימן כ"ב כ"ג.

איך האב געקענט סאך עלטערע אידען פון פריערדיגען דור וואס זענען יא געגאנגען און מקוה יו"ט נאכמיטאג כשחל בערב שבת
בכלל דער טעם פון הכנה איז שווער, מעהאט דאך געמאכט אן עירוב תבשילין! עס קלינגט מיר און קאף א הגהות רע"א אז דער עירוב איז מתיר צו נעמען דעם טלית און שוהל יו"ט שחל בערב שבת.


זה לשון המשנ"ב סי' תקכ"ח סק"ג: "דעירובי תבשילין אינו מתיר אלא לתקן צרכי סעודה לצורך מחר".
וכן הוא לשון הגר"ז בשו"ע שלו בסי תק"ג ס"ג: "אע"פ שהניח עירובי תבשילין שאין עירובי תבשילין מתיר אלא תיקון צרכי סעודת שבת אבל לא שאר הכנות מיו"ט לשבת כמ"ש בסי' שצ"ג".

אינטרעסאנט אז כ'געדענק נישט זעענדיג אמאל דעם אשכול...

בכל אופן, כבר העיר בשו"ת שבט הלוי (ח"ג סי' ס"ח) אז די משנ"ב איז זיך סותר אין סי' ש"ב סקי"ז וואס ער ברענגט דארט דעם א"ר אז עירוב תבשילין העלפט אויף קיפול טליתו [ולמעשה השבט הלוי מקיל שם במקום הצורך].

(הא"ר בשם המהרש"ל מובא במחה"ש שם סק"ו, וראה נוב"י (תנינא סי' כ"ה) ובאר משה (ח"ד סי' מ"ה). ואגב, יש שכתבו דנר יארציי"ט אין להדליק בשביל היארצייט שחל בשבת, אבל יש שנהגו להדליק, ושמעתי מהדומ"ץ שלי דלכאורה הטעם כיון דכל ההיתר להדליק נר יארצייט הוא, שמדליקין אותו בביהמ"ד, א"כ גם עכשיו ביו"ט בשעה שמדליק הוא כבוד להביהמ"ד, והגם שמכוון למחר)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 9:21 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:פארגאנגענע יאר פאר פסח איז ארויסגעקומען א קונטרס "קנה בשם" לפסח, מיט די פסקים פון הגאון הגדול ר' מאיר בראנסדארפער זצ"ל. דארט שטייט בזה"ל:
....... וכן ביום טוב שחל בערב שבת אין לילך ביו"ט למקוה לכבוד השבת או משום הכנה או מטעם שהוא זלזול יו"ט לטבול ביו"ט לכבוד שבת.
אזוי שרייבט ער אויך אין שו"ת שנה בשם ח"ג סימן כ"ב כ"ג.

איך האב געקענט סאך עלטערע אידען פון פריערדיגען דור וואס זענען יא געגאנגען און מקוה יו"ט נאכמיטאג כשחל בערב שבת
בכלל דער טעם פון הכנה איז שווער, מעהאט דאך געמאכט אן עירוב תבשילין! עס קלינגט מיר און קאף א הגהות רע"א אז דער עירוב איז מתיר צו נעמען דעם טלית און שוהל יו"ט שחל בערב שבת.


זה לשון המשנ"ב סי' תקכ"ח סק"ג: "דעירובי תבשילין אינו מתיר אלא לתקן צרכי סעודה לצורך מחר".
וכן הוא לשון הגר"ז בשו"ע שלו בסי תק"ג ס"ג: "אע"פ שהניח עירובי תבשילין שאין עירובי תבשילין מתיר אלא תיקון צרכי סעודת שבת אבל לא שאר הכנות מיו"ט לשבת כמ"ש בסי' שצ"ג".

אינטרעסאנט אז כ'געדענק נישט זעענדיג אמאל דעם אשכול...

בכל אופן, כבר העיר בשו"ת שבט הלוי (ח"ג סי' ס"ח) אז די משנ"ב איז זיך סותר אין סי' ש"ב סקי"ז וואס ער ברענגט דארט דעם א"ר אז עירוב תבשילין העלפט אויף קיפול טליתו [ולמעשה השבט הלוי מקיל שם במקום הצורך].

ידוע אז דאס איז פון די זאכן וואס ר' מאיר האט מחמיר געווען און רמ"א פריינד לא הסכים לדבריו ועיין במרא דשמעתתא, דער טעם איז ווייל טבילה נוצט אויף תוספות קדושה אויפן מאמענט און הייסט נישט קיין הכנה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 9:22 am

Amazing האט געשריבן:ביי 3 טעג יו''ט מאכט זיך מער די שאלה, אז אונז זענען געוואינט זיך צו וואשען די קערפער טעגליך בפרט נשים, איז כדי צו וויסען אז עס ווערט געפסקנט אין שו''ע אז אבר אסר איז מותר צו וואשען.

עס איז דא וואס זאגן אז בימינו הייסט דאס שוין צורך השווה לכל און מען מעג זיך געהעריג וואשען.

עס איז דא וואס בויען היינט אז די וואסער ווערט הייס דורך דראטן אין די פייפ, ביי אזא פאל מעג מען נישט בשום אופן אנצינדן די הייס וואסער ווייל דו צינדסט אן עלעקטעריק, אבער די נורמאלע בוילערס איז נישט א פרובלעם.

וועלכע בוילערס הייסן נארמאלע?

דראטן אין פייפ?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 9:56 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:אנשטעלן א שבת זייגער צו קאכן איז אסור לכל הדעות.
קיין שום דיין וועט דאס נישט מתיר זיין. ס׳איז אנדערש פון שבת זייגער פאר עירקאנדישאן וכו׳

ודו״ק כי קצרתי

דו רעדסט מן הסתם פון אנשטעלן אז עס זאל אנהייבן קאכן אין שבת, איא?

מעג אנשטעלן עס זאל זיך אנהייבן קאכן אין שבת פונקט ווי מען מעג ארויף לייגן חי' ממש פארן זמן.
אפילו ווער עס האלט אז מען טאר נישט ארויף לייגן חי' היינט צוטאגס מיט די היינטיגע פייער, מאכט מען העכסטענס א קטומה.
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:01 am

farshlufen האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:ביי 3 טעג יו''ט מאכט זיך מער די שאלה, אז אונז זענען געוואינט זיך צו וואשען די קערפער טעגליך בפרט נשים, איז כדי צו וויסען אז עס ווערט געפסקנט אין שו''ע אז אבר אסר איז מותר צו וואשען.

עס איז דא וואס זאגן אז בימינו הייסט דאס שוין צורך השווה לכל און מען מעג זיך געהעריג וואשען.

עס איז דא וואס בויען היינט אז די וואסער ווערט הייס דורך דראטן אין די פייפ, ביי אזא פאל מעג מען נישט בשום אופן אנצינדן די הייס וואסער ווייל דו צינדסט אן עלעקטעריק, אבער די נורמאלע בוילערס איז נישט א פרובלעם.

וועלכע בוילערס הייסן נארמאלע?

דראטן אין פייפ?

די געווענליכע בוילערס קומען מיט א האט וואטער טענק וואס די וואסער איז ליגט דארט אפגעקאכט. לעצטענס איז פארהאן א נייע מהלך בפרט די וואס ווילן שפארן אויף שטח אז מען איסטולט דיני פייפס וואס אין דין איז דא א כח עלעקטעריק וואס הייצט אן די וואסער בשעת עס קומט אריין, ממילא ווען מען עפענט די הייס וואסער מימד זיך אן כח עלעקטעריק

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:03 am

זייט בודק אייערע מקורות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:12 am

farshlufen האט געשריבן:זייט בודק אייערע מקורות.

שו''ע הל' יו''ט סימן תקי''א סי' ב' עיי''ש במחבר שהתיר לרחוץ כל גופו כאחד במים שהוחמו מעיו''ט. וברמ''א דנוהגין לאיסור וע' במשנ''ב סקי''ח כוונת הרמ''א לאסור כל גופו כאחד אבל אבר אבר לכו''ע מותר לרחוץ

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:14 am

זייטזשע מוחל, כוונתי , דיינע מקורות אין די מציאות פון היינטיגע פלאמבינג סיסטעמס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:47 am

farshlufen האט געשריבן:זייטזשע מוחל, כוונתי , דיינע מקורות אין די מציאות פון היינטיגע פלאמבינג סיסטעמס.

די מציאות בין איך נישט באקאנט איך האב דאס געהערט ביים שיעור פון א דיין, אדרבה עס זעהט אויס ווי איר ווייסט עפעס לאזט זיך הערן

קיסריה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:24 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:אנשטעלן א שבת זייגער צו קאכן איז אסור לכל הדעות.
קיין שום דיין וועט דאס נישט מתיר זיין. ס׳איז אנדערש פון שבת זייגער פאר עירקאנדישאן וכו׳

ודו״ק כי קצרתי

דו רעדסט מן הסתם פון אנשטעלן אז עס זאל אנהייבן קאכן אין שבת, איא?

מעג אנשטעלן עס זאל זיך אנהייבן קאכן אין שבת פונקט ווי מען מעג ארויף לייגן חי' ממש פארן זמן.
אפילו ווער עס האלט אז מען טאר נישט ארויף לייגן חי' היינט צוטאגס מיט די היינטיגע פייער, מאכט מען העכסטענס א קטומה.


עס איז אסור אלץ עובדא דחול. נישט נאר אלץ מבשל. אדרבא טרעף מיר א דיין מובהק וואס איז עס מתיר.
איך האב אמאל גערעדט צו א גרויסן דיין וואס איז געווענליך מקיל, איבער א אנשטעלן א שבת זייגער אויף א פערקעלעיטאר אויף יום טוב, ווען עס זאל אנהייבן קאכן. ולא התיר בשום אופן.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:29 pm

ברענג מיר א מקור אז ביי דעם איז דא עיבדא דחול עס איז דאך בכלל נישט דא קיין עיבדא.
זיי מסביר די חילוק פון קאכן ביזן אנצינדען אן עיר קאנדישען,
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג אוקטובער 08, 2017 10:26 pm

יא די פוסקים אסערען ביי בישול א שבת זייגער נישט אלס עובדא דחול נאר אלס מחזי כמבשל וכו'
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג דעצמבער 03, 2017 11:40 pm

farshlufen האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:פארגאנגענע יאר פאר פסח איז ארויסגעקומען א קונטרס "קנה בשם" לפסח, מיט די פסקים פון הגאון הגדול ר' מאיר בראנסדארפער זצ"ל. דארט שטייט בזה"ל:
....... וכן ביום טוב שחל בערב שבת אין לילך ביו"ט למקוה לכבוד השבת או משום הכנה או מטעם שהוא זלזול יו"ט לטבול ביו"ט לכבוד שבת.
אזוי שרייבט ער אויך אין שו"ת שנה בשם ח"ג סימן כ"ב כ"ג.

איך האב געקענט סאך עלטערע אידען פון פריערדיגען דור וואס זענען יא געגאנגען און מקוה יו"ט נאכמיטאג כשחל בערב שבת
בכלל דער טעם פון הכנה איז שווער, מעהאט דאך געמאכט אן עירוב תבשילין! עס קלינגט מיר און קאף א הגהות רע"א אז דער עירוב איז מתיר צו נעמען דעם טלית און שוהל יו"ט שחל בערב שבת.


זה לשון המשנ"ב סי' תקכ"ח סק"ג: "דעירובי תבשילין אינו מתיר אלא לתקן צרכי סעודה לצורך מחר".
וכן הוא לשון הגר"ז בשו"ע שלו בסי תק"ג ס"ג: "אע"פ שהניח עירובי תבשילין שאין עירובי תבשילין מתיר אלא תיקון צרכי סעודת שבת אבל לא שאר הכנות מיו"ט לשבת כמ"ש בסי' שצ"ג".

אינטרעסאנט אז כ'געדענק נישט זעענדיג אמאל דעם אשכול...

בכל אופן, כבר העיר בשו"ת שבט הלוי (ח"ג סי' ס"ח) אז די משנ"ב איז זיך סותר אין סי' ש"ב סקי"ז וואס ער ברענגט דארט דעם א"ר אז עירוב תבשילין העלפט אויף קיפול טליתו [ולמעשה השבט הלוי מקיל שם במקום הצורך].

ידוע אז דאס איז פון די זאכן וואס ר' מאיר האט מחמיר געווען און רמ"א פריינד לא הסכים לדבריו ועיין במרא דשמעתתא, דער טעם איז ווייל טבילה נוצט אויף תוספות קדושה אויפן מאמענט און הייסט נישט קיין הכנה.

און לגבי זילזול יום טוב וואס האט ער געהאלטן?


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט