בלאט 3 פון 3

געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2014 3:19 pm
דורך farshlufen
ים רויבער האט געשריבן:א אינטערסאנטע זאך האב איך פריער געזעהן אין באר היטב אז ע"פ אר"י ז"ל לייגט מען תפילין צופרי בצנעה אין מ'ליינט קרי"ש
ס'איז טאקע ידוע אז די רבי ז"ל פלעגט לייגן תפילין צופרי בצנעה און ער פלעגט שטארק אכט געבן אז קיינער זאל נישט באמערקן, ביז איין הויז בחור איז געווען א אויבער חכם אין באהאלטען דעם רבי'ןס תפילין אין די רבי האט אים עס געמוזט בעטן


לגבי הנחת תפילין בת"ב עיין במעבר יבק, שפת אמת פרק ל"ד:
"והמבין סוד שער של תפילין יבין עוד טעם לשבח למה האבל פטור מהם ביום ראשון וכן בט"ב שבעונותינו ירדנו פלאים אין מניחין תפלין בבוקר בעת האבל, וראיתי יחידים שאינן מונעים עצמם מתפלין לא ביום א' של אבילות וגם לא בט"ב ועיין בדברי הפוסקים בזה"

וסיים בזה"ל:
"וכל אלו רמזים מלבד פשוטן של דברים הכתובים בדברי הגמרא והפוסקים שהם אמת ותורתן אמת ומנייהו לא נזוע". עכלה"ק.

הטרחתי והעתקתי בעניי כל הנ"ל כי ראיתי שמציינים המקור להנ"ל ולא עיינו בפנים ולא ראו סיום דבריו.

דברים המותרים ללמוד בתשעה באב

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 9:17 am
דורך לוי יצחק
וואס מעג מען אלס לערנען ת"ב?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 10:20 am
דורך Yoely
הלכות אבילות ותשעה באב
ירמי' - יחזקאל וואס רעדן פון די חרבון (נישט פון די נחמה)
מועד קטן פרק ג'

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 10:47 am
דורך ק.נ.א. וועטער
איכה, ומדרש איכה.

גמרא מס' גיטין מקמצא ובר קמצא.

ספר איוב.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 11:06 am
דורך farshlufen
קרעמער האט געשריבן:עס הייבט זיך אן אויף דף נ"ה ע"ב אין גיטין, און ציהט זיך ביז נ"ח ע"א (איך האב יעצט נאכגעקוקט).

http://beta.hebrewbooks.org/shas.aspx?m ... format=pdf

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 12:16 pm
דורך קענטעלאופ
א עמ הארצישע שאלה
מעג מען היינט ערב ט באב ארבעטען נאך חצות?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:03 pm
דורך קענטעלאופ
איך זעה דערולם ווייסט נישט צו ענפערען
סאיז שוין גארנישט קיין עמ הארצישע שאלה.....

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:09 pm
דורך derech eretz
קענטעלאופ האט געשריבן:א עמ הארצישע שאלה
מעג מען היינט ערב ט באב ארבעטען נאך חצות?

viewtopic.php?p=450473#p450473

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:42 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
באגי מען האט געשריבן:1) פון חצות און ווייטער טאר מען נישט לערנען, נאר פון עניני תשעה באב, ווי צב"ש מגילת איכה, פירושים על הקינות, גמ' מס' גיטין מעניני החורבן א.ד.ג.

2) ספר איוב וואס רעדט פון צרות מעג מען יא לערנען, אזוי אויך מעג מען לערנען פון ספר ירמיה די קאפיטלעך וואס רעדט פון פורעניות.

3) ערב תשעה באב טאר מען נישט גיין שפאצירן, און די איסור פון עסן פלייש און טרינקען וויין איז נאך הארבער (מדינא דגמרא).

4) מען פירט זיך צו עסן אינמיטן טאג א גרויסע סעודה כדי צו האבן כח צו פאסטן (אין כתב סופר שטייט אז דורך דעם ווייזט מען אז מען קלאגט נישט אויף חסרון הגשמיות, נאר אויף חסרון הרוחניות).

5) נאך מנחה עסט מען די סעודת המפסקת, זיצענדיג אויף א נידריג בענקל, (עפ"י סוד שטייט אז מען זאל נישט זיצן אינגאנצן אויפן ערד אן א חציצה) און עס איז דא וואס פירן זיך אויך אויסצוטון די שיך (מען מעג עס אבער נאכדעם צוריק אנטון ביזן זמן פון צאת הכוכבים).

6) יעדער איינער עסט זיך פאר זיך אין זיין ווינקל, כדי נישט צו מאכן קיין מזומן.

7) מען עסט נישט דאן קיין צוויי ערליי געקעכצן (רויע פרוכט מעג מען יא עסן, אפילו עטליכע ערליי).

8) מען פירט זיך איינצוטינקען די ברויט אין אש און מען זאגט "זהו סעודת תשעה באב" (אנדערע זאגן: "כי אפר כלחם אכלתי ושקוי בבכי מסכתי").

9) אויך פירט מען זיך צו עסן הארטע אייער איינגעטינקען אין אש.

10) ביים בענטשן זאגט מען נישט שיר המעלות, נאר על נהרות בבל.

11) נאכן בענטשן טאר מען מער נישט עסן, נאר אביסל פרוכט אויב מען האט זיך אויסגענומען פון פארדעם, ווי אויך מעג מען טרינקען וואסער, אבער נאר ביז די שקיעה.

12) גיין מיט שיך און זיך וואשן די גאנצע הענט מעג מען ביז צאת הכוכבים.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 12, 2016 2:56 pm
דורך נודה לך
אין קדושת לוי ביי די ליקוטים אין אבות איז דא א גאר לאנגע מאמר בעניני אבילות על החורבן וואס איז כדאי צו לערנען

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2017 1:03 pm
דורך farshlufen
ביקסאד האט געשריבן:די שמועס איבער עסן ברייטע לאקשן מיט קעז פאר די סעודה המפסקת, טרעפט מען נישט ?

ווייס איך נישט צו מ'האט עס אמאל געטראפן, אבער מדברי הפרי מגדים נשמע אז דער מנהג איז געוועזן דאס צו עסן און דייקא ערב תשעה באב אבער א גאנץ יאר האט מען דאס ע"פ רוב נישט געמאכט.

ואפשר ברייטי לאקשי"ן עם גבינה כיון דרוב פעמים אין עושין כן הוה ב' תבשילין:

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 12:36 am
דורך דריידל
אין שו"ע סימן תקנ"ט שטייט: ליל תשעה באב ויומו יושבים בבית הכנסת לארץ עד תפלת מנחה. זאגט מיר איינער אז ביי זיי פירט מען זיך אז אינדערהיים זיצט מען געהעריג אויף בענקלעך נאר אין ביהמ"ד זיצט מען אויף דער ערד

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 12:56 am
דורך אלמוני
הה״ד מגלה פנים בתורה שלא כהלכה!!

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 12:58 am
דורך ראפאט קראמפלי
דריידל האט געשריבן:אין שו"ע סימן תקנ"ט שטייט: ליל תשעה באב ויומו יושבים בבית הכנסת לארץ עד תפלת מנחה. זאגט מיר איינער אז ביי זיי פירט מען זיך אז אינדערהיים זיצט מען געהעריג אויף בענקלעך נאר אין ביהמ"ד זיצט מען אויף דער ערד

איך האף אז יענער איז גאר גאר א גרויסער תמים...
אנדערש האב איך נישט קיין לימוד זכות.

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 2:53 pm
דורך סידיראם
עס איז קלאר א גילוי פנים בתורה שלא כהלכה, עיין בפוסקים מה שדנים אם מותרים לישב על העגלה וכדומה, הרי רואין שהנידון הוא לא רק בבית המדרש, וממה שהדגישו שבביה"כ וכדומה שאין צריכין להחמיר, הרי רואין מזה בבירור שלאו דוקא בבית הכנסת רק בכל מקום צריכין לישב על הארץ. וכן לפי הטעם שכתב הבית יוסף שצריכין לישב על הקרקע דומיא דאבל, ורק עד המנחה שעבר רוב היום באבילות, לפי זה משמע להדיא שגם בבית צריך לישב על הקרקע. ומסתמא הדבר פשוט ביותר, רק לפום ריהטי' עלה בלבי ראי' זו.

פון ווען פאסט מען ת"ב

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 6:12 am
דורך שאראש-פאטאק
אלע יארען האב איך געוויסט אז מען פאנגט אן פאסטען ביי די שקיעה 15 מינוט נאך לעכט צינדען אזוי ווי א יעדע דאורייתא וואס מען איז מחמיר אין ת"ב איז הארב אזוי ווי א דאורייתא
דערציילט מיך א חבר אז ביי אונז אין סאטמער פאנגט מען אן צו פאסטען ביי די צוויטע שקיעה ווי באלד סאיז א דרבנן
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם האב איך ארויס גענימען די זמירות דברי יואל איך זיך אין איך זיך טאמר די רבי האט טאקע אזוי געהאלטען אדער ס איז סתם א אנרעדענישט אזוי ווי אנדערע 100 זאגען וואס מען לייבט ארויף ארויף די רבי אבער איך האב נישט געטראפען א רמז פון ווען די רבי האט אויפגעהערט עסען במילא פראג איך די עולם פון ווען פאנגט מען צו פאסטען?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 7:04 am
דורך ביללער
זיכער די ערשטע שקיעה.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2019 9:29 am
דורך לב בשר
ווי איז די מקור אז די שיעור פון א ת״ב בענקל איז דריי טפחים?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2019 9:34 am
דורך טוב ויפה
לב בשר האט געשריבן:ווי איז די מקור אז די שיעור פון א ת״ב בענקל איז דריי טפחים?

לבוד

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2019 9:35 am
דורך לב בשר
טוב ויפה האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:ווי איז די מקור אז די שיעור פון א ת״ב בענקל איז דריי טפחים?

לבוד

ס׳איז א גוטע סברא אבער פארט נישט קיין ׳מקור׳

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2019 10:19 am
דורך טראכט א מינוט
לב בשר האט געשריבן:ווי איז די מקור אז די שיעור פון א ת״ב בענקל איז דריי טפחים?

בילקוט הגרשוני (סי’ תקנט סק”א), שאף בט’ באב רשאי לישב על ספסל קטן שאינו גבוה שלשה טפחים, דהאי חומרא לישב על גבי קרקע יש לה סימוכים מהירושלמי (פ”ג דמ”ק), דמאי דכתיב גבי איוב, וישבו אתו לארץ, על הארץ לא נאמר, אלא לארץ, דבר הסמוך לארץ, וסמוך היינו ג’ טפחים. ולכן יש מקום להקל בזה לזקן ולכל מי שאינו יכול. ע”ש. ומקורו מספר עיון תפילה למהר”ש מרומלוב.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:59 am
דורך אילו זכינו
ס'איז דא א ענין דוקא צו "זיצן" ביי קינות, אז מ'זאל שפירן מער צער?
אדער מ'קען שטיין אויך אפי' ס'מאכט עס גרינגער

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:01 am
דורך סאדאם חוסעין
דוקא זיצן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:01 am
דורך farshlufen
יא.

אין דרכי חיים ושלום שטייט אז דער מנח"א איז געזיצן אויך ביי "אלי ציון".