ט' באב מנהגים וענינים

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 10:14 am

עי' עטרת זקנים, על הדף שהבאת
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

הלכות ערב תשעה באב

תגובהדורך באגי מען » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 10:58 am

1) פון חצות און ווייטער טאר מען נישט לערנען, נאר פון עניני תשעה באב, ווי צב"ש מגילת איכה, פירושים על הקינות, גמ' מס' גיטין מעניני החורבן א.ד.ג.

2) ספר איוב וואס רעדט פון צרות מעג מען יא לערנען, אזוי אויך מעג מען לערנען פון ספר ירמיה די קאפיטלעך וואס רעדט פון פורעניות.

3) ערב תשעה באב טאר מען נישט גיין שפאצירן, און די איסור פון עסן פלייש און טרינקען וויין איז נאך הארבער (מדינא דגמרא).

4) מען פירט זיך צו עסן אינמיטן טאג א גרויסע סעודה כדי צו האבן כח צו פאסטן (אין כתב סופר שטייט אז דורך דעם ווייזט מען אז מען קלאגט נישט אויף חסרון הגשמיות, נאר אויף חסרון הרוחניות).

5) נאך מנחה עסט מען די סעודת המפסקת, זיצענדיג אויף א נידריג בענקל, (עפ"י סוד שטייט אז מען זאל נישט זיצן אינגאנצן אויפן ערד אן א חציצה) און עס איז דא וואס פירן זיך אויך אויסצוטון די שיך (מען מעג עס אבער נאכדעם צוריק אנטון ביזן זמן פון צאת הכוכבים).

6) יעדער איינער עסט זיך פאר זיך אין זיין ווינקל, כדי נישט צו מאכן קיין מזומן.

7) מען עסט נישט דאן קיין צוויי ערליי געקעכצן (רויע פרוכט מעג מען יא עסן, אפילו עטליכע ערליי).

8) מען פירט זיך איינצוטינקען די ברויט אין אש און מען זאגט "זהו סעודת תשעה באב" (אנדערע זאגן: "כי אפר כלחם אכלתי ושקוי בבכי מסכתי").

9) אויך פירט מען זיך צו עסן הארטע אייער איינגעטינקען אין אש.

10) ביים בענטשן זאגט מען נישט שיר המעלות, נאר על נהרות בבל.

11) נאכן בענטשן טאר מען מער נישט עסן, נאר אביסל פרוכט אויב מען האט זיך אויסגענומען פון פארדעם, ווי אויך מעג מען טרינקען וואסער, אבער נאר ביז די שקיעה.

12) גיין מיט שיך און זיך וואשן די גאנצע הענט מעג מען ביז צאת הכוכבים.

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 11:04 am

ישר כח פארן אראפשרייבן די הלכות

זייער אינטערסאנט וואס דא ברענגסט פון כתב סופר, קיינמאל נישט געהערט פון דעם
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 11:13 am

מעולם לא הבנתי, מה שמותר ללמוד איוב, הלא מדבר מהצרות רק בב' פרקים הראשונים, ואח"כ הוא חקירות עמוקות,
ואולי נסיק מכאן, כי חקירות עמוקות בעסק הצרות מותר, אף אם אינו מדבר ישירות מהצרות
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 11:26 am

מש"כ מהאריז"ל בענין לישב על הארץ, בפשטות כוונתו על הקרקע ממש מה שלא מצוי בימינו אלה
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 11:49 am

מילכיגער האט געשריבן:מש"כ מהאריז"ל בענין לישב על הארץ, בפשטות כוונתו על הקרקע ממש מה שלא מצוי בימינו אלה

למה תבין כן מפשיטות הדברים, ראית הטעם שכתב בזה?

אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע: Dreaming in code

תגובהדורך aperlscript » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 12:04 pm

א גרויסן יישר כח פארן אפשרייבן די וויכטיגע הלכות
וואס איז נוגע אויף יצט איז צו וויסן ביז ווען מעג מען ארבעטן היינט??
אין די ארבעט האט מען געמאלדן אז מען דארף היינט בלייבן ביז 3 אזייגער, דאס איז שוין היבש נאך חצות צו איז דאס מותר??

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 12:21 pm

ווינקל האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:מש"כ מהאריז"ל בענין לישב על הארץ, בפשטות כוונתו על הקרקע ממש מה שלא מצוי בימינו אלה

למה תבין כן מפשיטות הדברים, ראית הטעם שכתב בזה?

לפי שכ' "על הקרקע" או על הארץ ולא כתב "על הרצפה...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 12:26 pm

aperlscript האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פארן אפשרייבן די וויכטיגע הלכות
וואס איז נוגע אויף יצט איז צו וויסן ביז ווען מעג מען ארבעטן היינט??
אין די ארבעט האט מען געמאלדן אז מען דארף היינט בלייבן ביז 3 אזייגער, דאס איז שוין היבש נאך חצות צו איז דאס מותר??


פארוואס דען נישט?? מען מעג ארבעטן היינט און מארגן אויך.

מארגן איז עס תלוי במנהג, נאך חצות איז זיכער דער מנהג צו ארבעטן. אבער מען דארף זאגן כסדר פסוקים פון איכה נישט מסיח דעת זיין פון די אבילות. (מפי מו"ץ שליט"א)

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 12:29 pm

מען זעהט אבער נישט קיין סימן ברכה אין די ארבעט

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 12:30 pm

מיין זיידע ארבעט מארגן און איך אויך

גראדע איזעס א גוטע עצה צו פאסטן גרינגער
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 12:39 pm

מילכיגער האט געשריבן:מש"כ מהאריז"ל בענין לישב על הארץ, בפשטות כוונתו על הקרקע ממש מה שלא מצוי בימינו אלה

פונקט פארקערט עפ"י קבלה זיצט מען דירעקט נישט אויף די קרקע ממש.

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

תגובהדורך snax » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 12:40 pm

אויב טרינקט מען וואסער נאר כדי זיך אנצושטאפען מיט וואסער אבער מען איז נישט דארשטריג איז א שאלה אויב מען קען מאכן א ברכה - אויף וואסער מוז זיין השותה מים לצמאו. איך האב געהערט אז הרב וואזנער שליט"א האלט לצמאו מיינט נישט דוקא אויף יעצט נאר אפילו ער זאל נישט זיין דארשטריג שפעטער.

אפשר איז כדי צו מאכן א שהכל אויף עפעס אנדערש.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 12:49 pm

באגי מען האט געשריבן:12) גיין מיט שיך און זיך וואשן די גאנצע הענט מעג מען ביז צאת הכוכבים.

ביז בין השמשות.

----
סנעקס, (שלום עליכם), מען האט שוין ערגעץ גערעדט דערוועגן, דאס וואס איר ברענגט פון הרב וואזנער איז א אומגלויבליכע חידוש עצום, איר קענט אפשר אויסגעפונען א מראי מקום?

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 1:17 pm

באגי מען האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:מש"כ מהאריז"ל בענין לישב על הארץ, בפשטות כוונתו על הקרקע ממש מה שלא מצוי בימינו אלה

פונקט פארקערט עפ"י קבלה זיצט מען דירעקט נישט אויף די קרקע ממש.

זה מה שכוונתי, קפידת האריז"ל שלא לישב על הארץ פי' על הקרקע ממש
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 1:21 pm

אנטשולדיגט! איך האב אייך געהאט שלעכט פארשטאנען.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 1:58 pm

מילכיגער האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:מש"כ מהאריז"ל בענין לישב על הארץ, בפשטות כוונתו על הקרקע ממש מה שלא מצוי בימינו אלה

למה תבין כן מפשיטות הדברים, ראית הטעם שכתב בזה?

לפי שכ' "על הקרקע" או על הארץ ולא כתב "על הרצפה...

הדיוק אינו מספיק [לענ"ד] לחלק בין קרקע לרצפה. ולפי הטעם שמביאים בזה, בודאי אינו משנה.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:16 pm

איין זאך פארשטיי איך נישט פון די אשכול, פארוואס געפינט ער זיך אין מדור פון מדי שבת בשבתו ומועד במועדו ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:18 pm

איר קענט די איבערטייטש פון מדי שבת בשבתו ומועד במועדו? איר ווייסט אז תשעה באב איז קרא עלי מועד?

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:19 pm

אבער נישט פון די ענינים וואס מ'רעדט אין דעם אשכול, און דעם אשכול רעדט מען נאך פון זמנינו אלה בעמק הבכא אינעם טיפן גלות ווען עס איז גארנישט קיין מועד

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:21 pm

אבער איך בין מיך משכנע לדברי הרב קרעמער, מען קען דאך זאגן אויף דעי מאמרים קרו עלי מועד, ווייל כל שמתאבל על ירושלים זוכה ורואה בבנינה, מילא אז מ'פארברענגט כגון דא, דאן וועט מען זוכה זיין בקרוב, נאך היי יאהר צום קרו עלי מועד!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:59 pm

בסי' תקנ"ב סעיף ט' בהג"ה "ומנהג בכל גלילות אשכנז לאכול סעודה קבועה קודם מנחה ואח"כ מתפללין מנחה ואוכלין סעודת המפסקת", מה שכתב קודם מנחה דאס איז א זמן אדער א מציאות? ווען זאל דאווענען מנחה איידער די טעגליכע סאפער - סעודה קבועה פירט עס זיך דלא כמאן?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 6:11 pm

א אינטערסאנטע זאך האב איך פריער געזעהן אין באר היטב אז ע"פ אר"י ז"ל לייגט מען תפילין צופרי בצנעה אין מ'ליינט קרי"ש
ס'איז טאקע ידוע אז די רבי ז"ל פלעגט לייגן תפילין צופרי בצנעה און ער פלעגט שטארק אכט געבן אז קיינער זאל נישט באמערקן, ביז איין הויז בחור איז געווען א אויבער חכם אין באהאלטען דעם רבי'ןס תפילין אין די רבי האט אים עס געמוזט בעטן
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 7:19 pm

און פיר אויס, ער האט געכאפט א פסק כדבר שכתוב.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

תגובהדורך snax » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 11:37 am

סנעקס האט געשריבן:אויב טרינקט מען וואסער נאר כדי זיך אנצושטאפען מיט וואסער אבער מען איז נישט דארשטריג איז א שאלה אויב מען קען מאכן א ברכה - אויף וואסער מוז זיין השותה מים לצמאו. איך האב געהערט אז הרב וואזנער שליט"א האלט לצמאו מיינט נישט דוקא אויף יעצט נאר אפילו ער זאל נישט זיין דארשטריג שפעטער.


יגעתי ומצאתי האט געשריבן:----
סנעקס, (שלום עליכם), מען האט שוין ערגעץ גערעדט דערוועגן, דאס וואס איר ברענגט פון הרב וואזנער איז א אומגלויבליכע חידוש עצום, איר קענט אפשר אויסגעפונען א מראי מקום?


איך האב עס נישט געזען אינערווייניג אבער מען צייכענט צו שבט הלוי ח"ט סי' מ"ב, ח"י סי' מ"ב אות י"ב, שערי הברכה פרק י"ח הע' ע"ז


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט