ט' באב מנהגים וענינים
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
הלכות ערב תשעה באב
1) פון חצות און ווייטער טאר מען נישט לערנען, נאר פון עניני תשעה באב, ווי צב"ש מגילת איכה, פירושים על הקינות, גמ' מס' גיטין מעניני החורבן א.ד.ג.
2) ספר איוב וואס רעדט פון צרות מעג מען יא לערנען, אזוי אויך מעג מען לערנען פון ספר ירמיה די קאפיטלעך וואס רעדט פון פורעניות.
3) ערב תשעה באב טאר מען נישט גיין שפאצירן, און די איסור פון עסן פלייש און טרינקען וויין איז נאך הארבער (מדינא דגמרא).
4) מען פירט זיך צו עסן אינמיטן טאג א גרויסע סעודה כדי צו האבן כח צו פאסטן (אין כתב סופר שטייט אז דורך דעם ווייזט מען אז מען קלאגט נישט אויף חסרון הגשמיות, נאר אויף חסרון הרוחניות).
5) נאך מנחה עסט מען די סעודת המפסקת, זיצענדיג אויף א נידריג בענקל, (עפ"י סוד שטייט אז מען זאל נישט זיצן אינגאנצן אויפן ערד אן א חציצה) און עס איז דא וואס פירן זיך אויך אויסצוטון די שיך (מען מעג עס אבער נאכדעם צוריק אנטון ביזן זמן פון צאת הכוכבים).
6) יעדער איינער עסט זיך פאר זיך אין זיין ווינקל, כדי נישט צו מאכן קיין מזומן.
7) מען עסט נישט דאן קיין צוויי ערליי געקעכצן (רויע פרוכט מעג מען יא עסן, אפילו עטליכע ערליי).
8) מען פירט זיך איינצוטינקען די ברויט אין אש און מען זאגט "זהו סעודת תשעה באב" (אנדערע זאגן: "כי אפר כלחם אכלתי ושקוי בבכי מסכתי").
9) אויך פירט מען זיך צו עסן הארטע אייער איינגעטינקען אין אש.
10) ביים בענטשן זאגט מען נישט שיר המעלות, נאר על נהרות בבל.
11) נאכן בענטשן טאר מען מער נישט עסן, נאר אביסל פרוכט אויב מען האט זיך אויסגענומען פון פארדעם, ווי אויך מעג מען טרינקען וואסער, אבער נאר ביז די שקיעה.
12) גיין מיט שיך און זיך וואשן די גאנצע הענט מעג מען ביז צאת הכוכבים.

- aperlscript
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 272
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
- לאקאציע: Dreaming in code
ווינקל האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:מש"כ מהאריז"ל בענין לישב על הארץ, בפשטות כוונתו על הקרקע ממש מה שלא מצוי בימינו אלה
למה תבין כן מפשיטות הדברים, ראית הטעם שכתב בזה?
לפי שכ' "על הקרקע" או על הארץ ולא כתב "על הרצפה...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
aperlscript האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פארן אפשרייבן די וויכטיגע הלכות
וואס איז נוגע אויף יצט איז צו וויסן ביז ווען מעג מען ארבעטן היינט??
אין די ארבעט האט מען געמאלדן אז מען דארף היינט בלייבן ביז 3 אזייגער, דאס איז שוין היבש נאך חצות צו איז דאס מותר??
פארוואס דען נישט?? מען מעג ארבעטן היינט און מארגן אויך.
מארגן איז עס תלוי במנהג, נאך חצות איז זיכער דער מנהג צו ארבעטן. אבער מען דארף זאגן כסדר פסוקים פון איכה נישט מסיח דעת זיין פון די אבילות. (מפי מו"ץ שליט"א)
אויב טרינקט מען וואסער נאר כדי זיך אנצושטאפען מיט וואסער אבער מען איז נישט דארשטריג איז א שאלה אויב מען קען מאכן א ברכה - אויף וואסער מוז זיין השותה מים לצמאו. איך האב געהערט אז הרב וואזנער שליט"א האלט לצמאו מיינט נישט דוקא אויף יעצט נאר אפילו ער זאל נישט זיין דארשטריג שפעטער.
אפשר איז כדי צו מאכן א שהכל אויף עפעס אנדערש.
אפשר איז כדי צו מאכן א שהכל אויף עפעס אנדערש.
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
באגי מען האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:מש"כ מהאריז"ל בענין לישב על הארץ, בפשטות כוונתו על הקרקע ממש מה שלא מצוי בימינו אלה
פונקט פארקערט עפ"י קבלה זיצט מען דירעקט נישט אויף די קרקע ממש.
זה מה שכוונתי, קפידת האריז"ל שלא לישב על הארץ פי' על הקרקע ממש
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל
מילכיגער האט געשריבן:ווינקל האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:מש"כ מהאריז"ל בענין לישב על הארץ, בפשטות כוונתו על הקרקע ממש מה שלא מצוי בימינו אלה
למה תבין כן מפשיטות הדברים, ראית הטעם שכתב בזה?
לפי שכ' "על הקרקע" או על הארץ ולא כתב "על הרצפה...
הדיוק אינו מספיק [לענ"ד] לחלק בין קרקע לרצפה. ולפי הטעם שמביאים בזה, בודאי אינו משנה.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
בסי' תקנ"ב סעיף ט' בהג"ה "ומנהג בכל גלילות אשכנז לאכול סעודה קבועה קודם מנחה ואח"כ מתפללין מנחה ואוכלין סעודת המפסקת", מה שכתב קודם מנחה דאס איז א זמן אדער א מציאות? ווען זאל דאווענען מנחה איידער די טעגליכע סאפער - סעודה קבועה פירט עס זיך דלא כמאן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
א אינטערסאנטע זאך האב איך פריער געזעהן אין באר היטב אז ע"פ אר"י ז"ל לייגט מען תפילין צופרי בצנעה אין מ'ליינט קרי"ש
ס'איז טאקע ידוע אז די רבי ז"ל פלעגט לייגן תפילין צופרי בצנעה און ער פלעגט שטארק אכט געבן אז קיינער זאל נישט באמערקן, ביז איין הויז בחור איז געווען א אויבער חכם אין באהאלטען דעם רבי'ןס תפילין אין די רבי האט אים עס געמוזט בעטן

כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
סנעקס האט געשריבן:אויב טרינקט מען וואסער נאר כדי זיך אנצושטאפען מיט וואסער אבער מען איז נישט דארשטריג איז א שאלה אויב מען קען מאכן א ברכה - אויף וואסער מוז זיין השותה מים לצמאו. איך האב געהערט אז הרב וואזנער שליט"א האלט לצמאו מיינט נישט דוקא אויף יעצט נאר אפילו ער זאל נישט זיין דארשטריג שפעטער.
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:----
סנעקס, (שלום עליכם), מען האט שוין ערגעץ גערעדט דערוועגן, דאס וואס איר ברענגט פון הרב וואזנער איז א אומגלויבליכע חידוש עצום, איר קענט אפשר אויסגעפונען א מראי מקום?
איך האב עס נישט געזען אינערווייניג אבער מען צייכענט צו שבט הלוי ח"ט סי' מ"ב, ח"י סי' מ"ב אות י"ב, שערי הברכה פרק י"ח הע' ע"ז