חידושים וואס איר האט געהערט היי יאר פורים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

חידושים וואס איר האט געהערט היי יאר פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יראתי בפצותי שיח להתחיל, תבן אתה מכניס לעפרים, נישטא גענוג אשכולות אויף פורים, נאר התבוננתי אולי וועט עס צונוץ קומען.
א גרויסע פראצענט אידן זענען טרוד על המחי' ועל הכלכלה, און קוים קוים וואס מען קומט אן זיך צוצוגרייטן צו א יום טוב מיט הלכות אדער א חסיד'ש ספר, בעיקר האט מען ידיעת בית רבו וואס אונזערע רביס אין חדר האבן ארינגעהאקט און אריינגעבראקט אין אונז, דאס געדענקט מען געווענליך יעדע יאר, ווייל פשוט מען האט די אלע זאכן געהערט אין א משך פון 6 7 יאר אין א צי.
ווידער אום, ווי נישט ווי, כאפט א איד אויף יעדעס יאר, צו פון א בעל דרשן, צו פון א ספר וואס קומט אים פונקט אונטער די הענט, און זעט עפעס א נייע זאך, פשיהא, אזא חידוש, דאס קאפ הייבט שוין אפשר אן צו לויפן, אז מיט דעם פארשטייט מען דאך דעם מדרש, מיט דעם קען מען אפשר אריינקוועטשן א פשט אין דעם פסוק, אבער ער דארף גרויס רחמי שמים עס צו געדענקן ביז פורים, אבער נאך פורים, און ווער רעדט נאך אויף די קומענדיגע יאר, האט ער עס שוין לאנג פארגעסן.
על כן האב איך געטראכט, אפשר איז כדאי צו עפענען א אשכול, וואס פון היינט ביז שיבסר, אז איר הערט עפעס א "נייע" ווארט וואס איז אייך א חידוש, און איר האט עס נאך נישט געהערט, טיילט עס מיט פארן עולם, זאל יעדער הנאה האבן דערפון.
=====
איך וועל זיין דער מתחיל (אודה על האמת אז איך האב עס שוין געזען פאר עטליכע יאר צוריק, אבער מען מוז דאך אנהייבן דעם אשכול, און איך מיין אז ס'קען נאך אלס זיין אינטערעסאנט פאר יעדן)

דער הייליגער חתם סופר זאגט א אינטערעסאנטע זאך אין די דרשות (דף קפה ע"א)
ער האט א אריכות, ווען אידן זענען ארויס פון מצרים, אויב וואלט מען מקבל געווען די תורה מאהבה, וואלט מען מתקן געווען דעם חטא עץ הדעת, ווייל דער חטא קען נאר מתוקן ווערן דורך שמחה, און א רמז אז די אותיות נאך זמ"ר איז נח"ש. למעשה אבער האבן די אידן מקבל געווען די תורה בכפיה, ממילא האבן זיי נישט מתקן געווען דעם חטא, און דערפאר האט דער אייבערשטער שטענדיג געטון נסים שלא כדרך הטבע פאר אידן, ווייל דער אייבערשטער האט געוואסט אז אידן וועלן נישט פארנעמען קיין צער, ממילא האט דער אייבערשטער משנה געווען פאר זיי סדרי בראשית.
אבער ביי נס פורים, אז אידן האבן מקבל געווען די תורה מאהבה, פון דעמאלטס און ווייטער דארף דער אייבערשטער מער נישט מאכן קיין נסים נגלים, שהרי תל"י אנו סובלים גלות הרע והמר הזה אם שכחנו שם אלקינו וכו' משא"כ מקודם לזה לא סבלו כלל שום דבר, אבל האמת צריך לסבול ולהבין כי כל זה הוא להזדכך החומר להתקרב אל ה'.
ער האט דארט א אריכות ווי ער זאגט א אויסדרוק סבלון אחד עושה יותר מכמה תפלות

און תמצית דבריו וואס ער פירט אויס, כי התפלות ובקשות וכו' לא הועילו כל כך כמו השמחה בה' והבטחון בישועתו.
אין אידיש גערעדט, די שמחה וואס איז געווען ביי אידן האט מער אויפגעטון, ווי דאס דאווענען פון די אידן די דריי טעג.

על כן אידן לאמיר פרייליך זיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

א גוטע געדאנק
וועל איך צולייגן מיינע צוויי סענט
געזען אין מאמר אסתר פון ר' שלמה קלוגער, ובביזה לא שלחו את ידם, אידן האבן נישט געקענט מקבל זיין די תורה מאהבה, ווייל זיי זענען געווען פארנומען מיט ביזת מצרים און ביזת הים, און דאס חמדת הממון האט אויסגעלאשן די אהבת התורה, ממילא איז עס געווען בכפי'.
אבער ביי נס פורים, ובביזה לא שלחו את ידם, דאס האט געהאלפן זיי זאלן קענען מקבל זיין די תורה מאהבה.
קען זיין פארדעם פורים כל הפושט יד נותנין לו, צו ווייזן אז דאס געלט האט ביי אונז קיין חשיבות, און מען געט פאר יעדן.י
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

אה! כטוב לב המלה ביין, דאס עסן קוים געטון פארדייען, דאס וויין טוט זיך נאך אין קאפ דרייען, פרובירט מען אביסל די מחשבות איבערצוקייען, אלעס וואס אין מיינע אויערן האט מען נעכטן געטון אריינשרייען

נו העלפטס מיר אביסל
יא, געזען נאך שב"ק ביי ר' שלמה קלוגער, א אינטערעסאנטע זאך, ער זאגט אז מרדכי הצדיק האט אויך געמאכט א גורל, ווען צו הרג'נען די גוים, און דער גורל איז אויך געפאלן אין אדר, ווייל בז' באדר נולד משה, ער זאגט אז פארדעם הייסט פורי"ם בלשון רבים, א רמז אויף די צוויי גורלות, עס ווערט אבער נישט דערמאנט אין די מגילה, ווייל עס איז א גנאי אז מרדכי הצדיק האט גענוצט דעם זעלבן וועג ווי המן
פלאי פלאים
*

אקעי, וואס נאך, יא איינער האט מיר עפעס געהאקט אין קאפ אריין מיט א שפתי חכמים (אזוי מיין איך) אז זרש האט געצה'ט המן זאל בויען א תלי' 50 אמות הויך, עפעס קעגן נ' שערי טומאה, אקעי פרעג מיר נישט מער, כי יותר לא שמעתי
אויב דער זאגער איז דא אין סמעדרעש זאל ער מפענח זיין
*

איא, מיר האבן זיך אריינגעראלט נעכטן אויך צום טיש אצל אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א, לאמיר טרייען צו קלויבן קרישקעלעך פון מוח, עפעס נאכגעזאגט פון ספרים אז דורך אכילה ושתי' אין פורים איז מען מעלה אלע אכילות ושתיות פון א גאנץ יאר, האט דער רבי געזאגט, אז דורך דברי תורה אום פורים איז מען מעלה אלע דברי תורה פון א גאנץ יאר (זיכער געזאגט א הסבר, אבל יותר לא שמעתי, ואם שגיתי...)
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

א שיין ווארט געהערט דעם שבת.
וישם המלך אחשורוש מס על הארץ ואיי הים. לכאו' וואס פעלט אונז אויס דאס צו וויסן אין די מגילה, אז אחשורוש האט מחייב געווען מס פאר די איי הים?
נאר חז"ל זאגן אין אבות כל המקבל עליו עול תורה מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ, איז וויבאלד פורים איז דאך געווען א קבלת התורה, קימו וקבלו היהודים, ממילא האט מען פון זיי מעביר געווען דעם עול מלכות. אבער דער לאנד מוז דאך עקזיסטירן דעריבער פארציילט די פסוק אז די מס וואס די אידן זענען פטור געווארן דערפון, האט אחשורוש ארויפגעלייגט על הארץ ואיי הים.

גאנץ פיין, כ'האב הנאה געהאט פון דעם ווארט.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אינעם חייב אינוש לבסומי אשכול האב איך געשריבן
אלף בית האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:קען זיין א טעם פארוואס מ'פארשטעלט זיך. המן מן התורה מנין זאגט דאך גמרא המן העץ, ווען אדם האט געגעסן מעץ הדעת. ס'דאך ידוע אז בחטא עץ הדעת האט מען זיך געמוזט אנטאן בגדים. בכן, ווען ס'קומט פורים און דער עיקר נס איז געשען דורך המן וואס איז מרומז אין עץ הדעת, טוט מען זיך אן אנדערע בגדים, ווייל ויתלו אותו על העץ, דער פגם פונעם חטא איז נישטא בו ביום.

(אמרי יוסלמאן)

אפשר צוליב דעם דארף מען אויך זיך אנטרינקען עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי.
ווייל פארן עסן פונעם עץ הדעת האט מען נישט געוואוסט בין טוב לרע, ארור המן איז מרומז אויף רע און ברוך מרדכי אויף טוב.
אפשר קען נאך זיין מער אז פורים קען מען זיך אויסארבעטן און צוקומען צו מדריגה פון אד"ה פארן חטא.
(אמרי אלף בית)
(סקען זיין אז מזאגט עס שוין נאך פון צדיקים, אויב יא דערמאנט מיר פון וועמען)

ווען איך האב איבערגעזאגט דעם ווארט פורים פאר מיינע חברים האט מיר איינער געזאגט אז סאיז א בפירוש'ער שפת אמת (ער ברענגט אבער נישט דעם ענין פון המן מן התורה מנין).
הכלל, איך האב אבער מוסיף געווען מיטן ייטב פנים, ער טייטש די גמרא רווחא לבסומי שכיחא, רווחא: א ברייטקייט [אין פרנסה] לבסומי: ווען מ'טרינקט זיך אן [עד דלא ידע] שכיחא: איז א שכיח'דיגע זאך. אז זיך אנצוטרינקען פורים איז מסוגל פאר פרנסה.
וואס איז פשט?
ווייל ווען אדה"ר האט געזינדינגט ביים חטא עץ הדעת איז ער פארשאלטן געווארן אז, בזיעת אפיך תאכל לחם, אז א מענטש וועט זיך דארפן פלאגן פאר פרנסה, אבער ווען מטרינקט זיך אן קומט מען דאך צי צו די מדרגה פון אדה"ר קודם החטא, פאלט אוועק די קללה, דעמאלט קען האבן פרנסה בריוח (אאאאאאאממממממממממממן)
טאדידאדידאדאם טאדידאדידאדאם טאדידאדי דיי דאם איי דיי דא דאם וכו'
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

זייער פיין, אמן ואמן, קענסט שוין אראפנעמן דעם מאסק פון פנים.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ביים טיש פון אדמו"ר מהר"א, האט ער געזאגט א תורה, ער האט אויסגעטייטשט א מדרש אז המן האט געוואלט הרג'ענען מרדכי ביים זמן קרי"ש, ווייל ביי קרי"ש זאגט מען ואהבת את ה', וואס איז סופי תיבות פונעם שם תכ"ה. וואס איז מסוגל צו מעביר צו זיין שונאי ישראל והאריך בזה. און המן האט מורא געהאט אז ביי קרי"ש וועט מרדכי מכוין זיין דעם שם האט ער אים נאך געוואלט הענגען נאך פאר ער וועט קרי"ש ליינען. והבן כי קצרתי.

האב איך מוסיף געווען פשט אז ותקרא אסתר ל'התך', ווען אסתר האט געזעהן אז סאיז דא א צרה מיט שונאי ישראל, האט זי שנעל מכוין געווען דעם שם תכ"ה (אותיות התך).
שפעטער ווען דער רבי האט פארייכערט דעם ציגאר האב איז געקלערט אז די ווערטער וכל ה'רשעה כ'עשן ת'כלה איז ר"ת פון דעם שם תכ"ה.

אינעם עניני דרוש אשכול ווען איך אי"ה אריינלייגן א נייעם יסוד אין דרוש בענין עשה דוחה לא תעשה וואס דער רבי האט נעכטן ביים שושן פורים טיש אויפגעטוהן, וואס כהאב נאך קיינמאל נישט געהערט
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יוסלמאן האט געשריבן:קענסט שוין אראפנעמן דעם מאסק פון פנים.

כ'האב מורא משום גילוי
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אלף בית האט געשריבן:אינעם עניני דרוש אשכול ווען איך אי"ה אריינלייגן א נייעם יסוד אין דרוש בענין עשה דוחה לא תעשה וואס דער רבי האט נעכטן ביים שושן פורים טיש אויפגעטוהן, וואס כהאב נאך קיינמאל נישט געהערט


רעדסט פון כמות און איכות? שוין כמ"פ געהערט, כמדומה אז ביי פרק פארלערנען דעם זומער. אבער דער עצם פלפול, ולרבות הדרוש איז עפעס געוואלדיג. די מחלוקה צו עדל"ע ביי אותו ענין, תשובה מיראה ברבים איז בכמות מער, לך כנוס את כל היהודים אז ס'זאל זיין ברבים, ועוד ועוד ועוד, כ'ווארט קוים עס צו זעהן אינעם דרוש אשכול.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כמות איכות האב איך שוין אויך מערערע מאל געהערט.
כ'רעדט פונעם צושטעל פון תשובה ברבים
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ווארד2007 האט געשריבן:אקעי, וואס נאך, יא איינער האט מיר עפעס געהאקט אין קאפ אריין מיט א שפתי חכמים (אזוי מיין איך) אז זרש האט געצה'ט המן זאל בויען א תלי' 50 אמות הויך, עפעס קעגן נ' שערי טומאה, אקעי פרעג מיר נישט מער, כי יותר לא שמעתי
אויב דער זאגער איז דא אין סמעדרעש זאל ער מפענח זיין

לא זאגער אני, אבער עס איז מיר געווען אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, האב איך עס נאכגעזוכט, און איך האב געזען אז עס ווערט געברענגט פון סמיכת חכמים, נישט פון שפתי חכמים, און מחמת דאס שיינקייט פונעם ווארט, וועל איך עס מעתיק זיין דא.
ער טייטשט א מדרש פליאה, אלמלי היה שומע המן לעצת אשתו לא היה מפסיד. און ער הייבט אן מיט א קשיא פארוואס האט זרש געהייסן יעשו עץ. וואס דער משמעות איז דורך א שליח, פארוואס האט זי נישט געזאגט עשה עץ, און דערנאך פארוואס עפעס גבוה חמשים אמה, עפעס ביי עשרים אמה קען מרדכי נישט הענגן. נאר זיי האבן דא אינזין געהאט עפעס טיפערס, מען געפינט ביי די אידן אין מצרים וואס זענען געווען אין מ"ט שערי טומאה שטייט ועברתי בארץ מצרים אני ולא מלאך, ווייל א מלאך האט נישט געקענט אריין אין אזא מקום טומאה, און עס ווערט געברענגט אז אלעס וואס אברהם אבינו האט געטון אליין האט דער באשעפער אליין באצאלט, און וואס ער האט געטון דורך א שליח האט דער באשעפער באצאלט דורך א שליח, זעט מען אז השי"ת באצאלט מדה כנגד מדה. דערפאר האט זי געזאגט יעשו עץ, דורך א שליח, גבוה חמשים אמה, קעגן די נ' שערי טומאה, און אז דער אייבערשטער וועט וועלן באצאלן א עונש, וועט ער עס אויך מוזן טון דורך א שליח, כביכול וועט אבער נישט קענען שיקן א שליח א מלאך, ווייל דער מלאך קען נישט קומען צו אזא מקום טומאה.
דער המן האט אבער נישט געפאלגט דאס ווייב, און ער האט אליין געמאכט דעם בוים, נישט דורך א שליח, ממילא האט ער באקומען זיין עונש. דאס איז פשט אלמלא היה שומע לעצת אשתו צו מאכן דעם בוים דורך א שליח, לא היה מפסיד.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אין דעם ספר ווי עס ווערט געברענגט דאס ווארט פון סמיכת חכמים (שיחת חולין של ת"ח) האב איך געזען ער ברענגט א מעשה, א משכיל האט אמאל געשיקט משלוח מנות פארן רב, אין די משלוח מנות איז געווען אזא צוקערל אין פארעם פון א הינט, האט דער רב צוריקגעשיקט משלוח מנות מיט א צוקערל אין פארעם פון א רב, זאגנדיג משלוח מנות "איש" לרעהו, מען שיקט פאר משלוח מנות וואס דער מענטש אליין איז, פארן חבר, ער האט מיר געשיקט וואס ער איז - א הינט, און איך האב אים געשיקט וואס איך בין - א רב.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

הרב אלף בית,
על ראשון ראשון:

אלף בית האט געשריבן:ביים טיש פון אדמו"ר מהר"א, האט ער געזאגט א תורה, ער האט אויסגעטייטשט א מדרש אז המן האט געוואלט הרג'ענען מרדכי ביים זמן קרי"ש, ווייל ביי קרי"ש זאגט מען ואהבת את ה', וואס איז סופי תיבות פונעם שם תכ"ה. וואס איז מסוגל צו מעביר צו זיין שונאי ישראל והאריך בזה.


די סופי תיבות איז פון א'ת ה' אלקי'ך

אלף בית האט געשריבן:
וואס איז מסוגל צו מעביר צו זיין שונאי ישראל והאריך בזה.


אזוי שטייט פון אריה"ק אז דער שם מיט וואס משה רבינו האט אוועקגעלייגט דעם מצרי, ווי רשיה"ק ברענגט אין פרשת שמות אז משה רבינו האט אים געהרגט מיט א שם. און דאס איז וואס דתן ואבירם האבן געזאגט פאר משה ווען ער האט געזאגט 'רשע למה תכ"ה רעך', האבן זיי געפרעגט 'הלהרגינו אתה "אומר" כאשר הרגת וגו, און דאס איז מסוגל פטור צו ווערן פון רשעים.
[אגב א גוטע עצה: רבי חיים וויטאל שרייבט אז מ'זאל אינזין האבן דעם שם ביים דאווענען ביי "כי לא עזב'ת דורש'ך ה' – ס"ת תכ"ה" און אויב איך געדענק גוט נאכברענגען דעם לשון אז אויב מ'האט אינזין דעם שם דעמאלט "ניצול מאדם רע כל היום"].

אלף בית האט געשריבן:
און המן האט מורא געהאט אז ביי קרי"ש וועט מרדכי מכוין זיין דעם שם האט ער אים נאך געוואלט הענגען נאך פאר ער וועט קרי"ש ליינען. והבן כי קצרתי.
האב איך מוסיף געווען פשט אז ותקרא אסתר ל'התך', ווען אסתר האט געזעהן אז סאיז דא א צרה מיט שונאי ישראל, האט זי שנעל מכוין געווען דעם שם תכ"ה (אותיות התך).


קענסט זאגן ברוך שכוונתי!
דעם רמז אויף הת"ך האבעך געזען ברענגן פון פריעדיגע, דוכט זיך פון מגלה עמוקות, אפשר פון חיד"א. איך וועל פרובירן נאכצוקוקן. אדרבה ווער ס'ווייסט זאל זיך אנרופן, זאל כאטש אלף בית וויסן צו וואסאפארא הויכע בחינות ער קען מכוון זיין נאך עטליכע גלעזלעך [פלעשער?...] וויין!
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אבער די גרעסטע חכמה איז ווען מ'לייגט צו נאך דריי צו תכ"ה, ווערט עס תכ"ח, די סופי תיבות פון פות'ח א'ת יד'ך, דער שם פון פרנסה קומט איז מען משפיע פרנסה פאר אידן. (אלף דערמאן מיר מיט וואס מ'לייגט צו די דריי אותיות, כ'בין געווען צו מבושם).

ואני הקטן קלער אז מ'קען צולייגן מגילה, משלוח מנות, ומתנת לאביונים, אז מ'לייגט צו די דריי מצות, מ'טוט עס מיט אם ערליכע כונה, קומט אראפ אן השפעה פוןענם שם תכ"ח. ויה"ר שיתקיים בנו כל ברכות הצדיקים שברכו באלו הימים, אמן.
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

מה פתאום האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:
האב איך מוסיף געווען פשט אז ותקרא אסתר ל'התך', ווען אסתר האט געזעהן אז סאיז דא א צרה מיט שונאי ישראל, האט זי שנעל מכוין געווען דעם שם תכ"ה (אותיות התך).


קענסט זאגן ברוך שכוונתי!
דעם רמז אויף הת"ך האבעך געזען ברענגן פון פריעדיגע, דוכט זיך פון מגלה עמוקות, אפשר פון חיד"א. איך וועל פרובירן נאכצוקוקן. אדרבה ווער ס'ווייסט זאל זיך אנרופן, זאל כאטש אלף בית וויסן צו וואסאפארא הויכע בחינות ער קען מכוון זיין נאך עטליכע גלעזלעך [פלעשער?...] וויין!


איך האב נאכגעקוקט עטליכע פלעצער ווי ס'האט זיך מיר געדוכט אז איך האב געזען דעם רמז, און איך האב עס מאמענטאל געפינען אינעם ספה"ק אורה ושמחה פון בארנובער רב זי"ע אויף שבת שקלים, ער רעדט דארט זייער שיין איבער דעם ענין, מיט הערליכע רמזים כדרכו, און ער ווארפט אריין אזוי דרך אגב אז דאס איז געווען אסתר'ס כוונה מיט'ן רופן הת"ך בכדי מכניע צו זיין המן הרשע, און ער צייכנט נישט צי אז דאס ווערט געברענגט פון פריערדיגע.

בכל אופן, האסטו מכוון געווען לדעת גדולים.
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

מה פתאום האט געשריבן:
קענסט זאגן ברוך שכוונתי!
דעם רמז אויף הת"ך האבעך געזען ברענגן פון פריעדיגע, דוכט זיך פון מגלה עמוקות, אפשר פון חיד"א. איך וועל פרובירן נאכצוקוקן. אדרבה ווער ס'ווייסט זאל זיך אנרופן, זאל כאטש אלף בית וויסן צו וואסאפארא הויכע בחינות ער קען מכוון זיין נאך עטליכע גלעזלעך [פלעשער?...] וויין!


אין מעיינות די וואך האב איך געזען אז אדומו"ר שליט"א האט אליינס אויך דערמאנט דעם רמז וועגן הת"ך, און עס איז דארט צוגעצייכנט אז דאס שטייט אזוי אין מגלה עמוקות.

אלף בית זאגט אז ער האט דאס נישט געהערט, נאר ס'איז אים אליינס בייגעפאלן. אויב מ'עמיר אננעמען אז ער געדענקט וואס ער האט געהערט נאכ'ן טרינקן.. דעמאלטס קען זיין אז דאס האט דער תורה שרייבער שפעטער אליינס צוגעצייכנט און מוסיף געווען, אדער האט אים אדמו"ר שליט"א געהייסן צוצייכענען די הוספה ביים שרייבן.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך האב נישט יעצט איבערגעהרט דעם טעיפ, אבער איך מיין איך האב עס אויך געהערט מאדמו"ר שליט"א

דא האט איר א העתק פון אלע

http://www.mysatmar.com/docs/mayu/5770pirim.pdf
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

שר ארבעת האלפים האק געשריבן:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

שר ארבעת האלפים שטורעמט מיט דברי החתם סופר הנוראים, און עס איז טאקע נוראים. הרב מיילעך בידערמאנ'ס קונטרס'ל לפורים האט אים געכאפט....
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”