ג' בשלח - סגולה לומר פרשת המן

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג פאברואר 07, 2017 11:45 pm

:smile:
ראספשע האט געשריבן:עס האט א שטיקל מקור אין די מגילה
ואת פרשת הכסף אשר אמר המן
פרשה פון מאכן געלט איז זאגן המן
איי וואס האט עס מיט ג' בשלח?
כ'ווייס ניש
לאמיך טראכטן....

בשלח איז פשוט, דארט שטייט עס

פארוואס דינסטאג?
''המן מן התורה מנין? המן העץ אשר צויתי לבלתי אכול ממנו וכו' ''
וועלכע טאג זענען די ביימער ארויסגעוואקסן?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג פאברואר 07, 2017 11:48 pm

משהזוךמיר האט געשריבן::smile:
ראספשע האט געשריבן:עס האט א שטיקל מקור אין די מגילה
ואת פרשת הכסף אשר אמר המן
פרשה פון מאכן געלט איז זאגן המן
איי וואס האט עס מיט ג' בשלח?
כ'ווייס ניש
לאמיך טראכטן....

בשלח איז פשוט, דארט שטייט עס

פארוואס דינסטאג?
''המן מן התורה מנין? המן העץ אשר צויתי לבלתי אכול ממנו וכו' ''
וועלכע טאג זענען די ביימער ארויסגעוואקסן?


פשטל נפלא... די ערד האט טאקע אנגעהויבן צו שפראצן ביום ג' תדשא הארץ דשא וגו' עץ פרי...

געוואלדיג
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

מעשיגע מעטירעף

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:19 am

Capture.JPG

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:19 am

ראספשע האט געשריבן:עס האט א שטיקל מקור אין די מגילה
ואת פרשת הכסף אשר אמר המן
פרשה פון מאכן געלט איז זאגן המן
איי וואס האט עס מיט ג' בשלח?
כ'ווייס ניש
לאמיך טראכטן....

הרב רייך שליט"א מרימינוב זאגט אויף קול מבשר א פרישע (אפשר נאר פאר מיר איז עס פריש) פשט פארוואס דוקא דינסאג, ווייל מטיילט דאך איין די פרשה אויף די טעג פון די וואך ממילא קומט אויס אז דינסטאג לערנט מען שלישי ווי ס'שטייט קריעת ים סוף און ס'איז קשה מזונותיו של אדם כקריעת ים סוף ממילא איז ג' בשלח מסוגל אויף פרנסה
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:29 am

יודל קליין האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:עס האט א שטיקל מקור אין די מגילה
ואת פרשת הכסף אשר אמר המן
פרשה פון מאכן געלט איז זאגן המן
איי וואס האט עס מיט ג' בשלח?
כ'ווייס ניש
לאמיך טראכטן....

הרב רייך שליט"א מרימינוב זאגט אויף קול מבשר א פרישע (אפשר נאר פאר מיר איז עס פריש) פשט פארוואס דוקא דינסאג, ווייל מטיילט דאך איין די פרשה אויף די טעג פון די וואך ממילא קומט אויס אז דינסטאג לערנט מען שלישי ווי ס'שטייט קריעת ים סוף און ס'איז קשה מזונותיו של אדם כקריעת ים סוף ממילא איז ג' בשלח מסוגל אויף פרנסה

אי הכי פארוואס נישט דאנערשטאג? עס שטייט דאך נאך חמישי?...
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:30 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:
Capture.JPG

און קעגן די הלכה
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:34 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:
Capture.JPG

און קעגן די הלכה

מנהג עוקר הלכה :wink:
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:35 am

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:קען מען מרמז זיין דערויף דעם פסוק "ואת פרשת הכסף אשר אמר המן" - אז זאגן פרשת המן איז א סגולה אויף פרנסה.

רמז יפה אף נעים, עוד חשבתי פעם כי מה שכתוב בזו הפרשה ויאמר איש אל אחיו מן-הוא רומז על מאני (געלט באידיש), ויה"ר שיהי' שפע פרנסה בכבוד ובריוח מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

איך האב נישט געברויכט קוקן אויפן נאמען צו וויסן אז חאצקל האט דאס געשריבן..
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:36 am

הזקן הישיש רבי עקיבאל׳ע גאנץ שליט״א פארציילט אז ער האט געלערענט ביים אלטן פאיע רב אין ישיבה, געווען א ישיבה פון 200 בחורים, ג׳ בשלח האט ער אויסגעקלאפט און געזאגט ער האט געהערט פון סטראפקאווער רב וואס האט נאכגעזאגט בשם שיניאווע רב בשם רבי ר׳ מענדעלע מרימינוב זי״ע צו זאגן פרשת המן שמו״ת ג׳ בשלח, און די גאנצע ישיבה האבן אינאיינעם געזאגט פרשת המן, עכ״ד.

גענוג מקור? רבי עקיבא׳לע לעבר נאך לאורך ימים ושנים, מקען איבערפרעגן,

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך פאברואר 08, 2017 2:36 am

מאכן ליצנות אויף א זאך וואס אידן פירן זיך בתמימות און עס איז דא מקורות פון וואו דאס קומט שמעקט מיט השכלה...

פאסט נישט פאר אייוועלט!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 08, 2017 9:44 am

נודה לך האט געשריבן:מאכן ליצנות אויף א זאך וואס אידן פירן זיך בתמימות און עס איז דא מקורות פון וואו דאס קומט שמעקט מיט השכלה...

פאסט נישט פאר אייוועלט!

און ארויסנעמען א ספר תורה פאר א זאך וואס איז לכל היותר א סגולה - און אפי' דאס אויך נישט מיט א ס''ת - איז, אויסער וואס עס איז קעגן די הלכה, א טפשות שאין כדוגמתה.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך פאברואר 08, 2017 1:01 pm

יודל קליין האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:עס האט א שטיקל מקור אין די מגילה
ואת פרשת הכסף אשר אמר המן
פרשה פון מאכן געלט איז זאגן המן
איי וואס האט עס מיט ג' בשלח?
כ'ווייס ניש
לאמיך טראכטן....

הרב רייך שליט"א מרימינוב זאגט אויף קול מבשר א פרישע (אפשר נאר פאר מיר איז עס פריש) פשט פארוואס דוקא דינסאג, ווייל מטיילט דאך איין די פרשה אויף די טעג פון די וואך ממילא קומט אויס אז דינסטאג לערנט מען שלישי ווי ס'שטייט קריעת ים סוף און ס'איז קשה מזונותיו של אדם כקריעת ים סוף ממילא איז ג' בשלח מסוגל אויף פרנסה

לפי זה קען מען לכתחילה נאך היינט משלים זיין, ווייל היינט איז די פרשה טאקע פרשת המן!!

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך פאברואר 08, 2017 1:04 pm

עפעס זאגט הרב רייך שליט"א נאך פון א ספר (כף החיים אפשר) אז די גאנצע וואך פון בשלח איז מסוגל צו פרנסה
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך פאברואר 08, 2017 4:55 pm

קודם כל פאר אלעמען, איך האב געזאגט די וואך דינסטאג פרשת המן, פשוט דערפאר, ווייל א טאג וואס הונדערטע טויזנטע אידן זאגן פרשת המן, זיי בעטן אויף פרנסה און גלויבן אין די סגולה, האט דאס זיכער א כח אין הימל און עס איז משפיע. דערפאר האב איך געזאגט.

אצינד קען מען זיך ערלויבן קריטיק:
דאס אדווערטייזן אז מען שיקט צען מענטשן צום ציון הרה"ק מרימנוב זאגן פאר דיר פרשת המן, וואספארא עסק איז דאס? - פארוואס זאל דאס ביים צדיק מער העלפן ווי זאגן אליין? - כאילו זאגן אליין האט נישט אזא כח, און נאר ווען יענער זאגט פאר דיר (ביים צדיק) האט עס א כח. לאמיר פארשטיין פשט ווי אזוי דאס ארבעט, פרשת המן איז אן ענין, אז מען איז זיך מתבונן במעשי ניסים והשגחה, אז דער אויבערשטער שיקט פאר יעדן וואס ער ברויך, אין דעם זכות איז מען עס זוכה.

טא, ווי אזוי קומט עס אויס, אז ווען א צווייטער איז זיך מתבונן פאר דיר, וועסטו האבן די ישועה, אפילו דו האסט נישט דעם התבוננות?

בכלל, עס קוקט עפעס אויס, ווי דער צדיק איז פועל פאר דיר, בזכות וואס יענער זאגט פרשת המן... מען אדווערטייזט און מען פראבירט איינצורעדן שלומי אמוני ישראל, אז דווקא ביים קבר פון צדיק ווערט מען מער געהאלפן. איז דאס נישט געהעריג דורש אל המתים?

ווערט נישט אריינגעברענגט געוויסע בחינות פון עבודה זרה בתוכינו, און מיר לאזן עס גאר צו?

איך פרעג נאר...

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך פאברואר 08, 2017 11:13 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:מאכן ליצנות אויף א זאך וואס אידן פירן זיך בתמימות און עס איז דא מקורות פון וואו דאס קומט שמעקט מיט השכלה...

פאסט נישט פאר אייוועלט!

און ארויסנעמען א ספר תורה פאר א זאך וואס איז לכל היותר א סגולה - און אפי' דאס אויך נישט מיט א ס''ת - איז, אויסער וואס עס איז קעגן די הלכה, א טפשות שאין כדוגמתה.


מיר האבן זיך באצויגן אויף די אנהויב שמועס איבער די ענין פון זאגן אין א חומש.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך פאברואר 08, 2017 11:16 pm

נודה לך האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:מאכן ליצנות אויף א זאך וואס אידן פירן זיך בתמימות און עס איז דא מקורות פון וואו דאס קומט שמעקט מיט השכלה...

פאסט נישט פאר אייוועלט!

און ארויסנעמען א ספר תורה פאר א זאך וואס איז לכל היותר א סגולה - און אפי' דאס אויך נישט מיט א ס''ת - איז, אויסער וואס עס איז קעגן די הלכה, א טפשות שאין כדוגמתה.


מיר האבן זיך באצויגן אויף די אנהויב שמועס איבער די ענין פון זאגן אין א חומש.

גערעכט איז גערעכט.


פארט וויל איך אנווייזן אויף א זאך וואס שטייט דאכט זיך פון בני יששכר, אז וויבאלד שכר מצוה מצוה און שכר עבירה עבירה, איז אויב מ'וויל זעהן אויב א זאך איז א מצוה אדער נישט זאל מען זעהן וואס עס ברענגט.
צו עס איז נוגע לעניננו אדער נישט זאל יעדער באשליסן וויאזוי ער וויל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

!.....TODAY.....!

תגובהדורך yoy » דינסטאג ינואר 23, 2018 10:52 am

סגולת אמירת פרשת המן ידועה ומפורסמת בין החסידים שמועילה לפרנסה בשפע, ומובא בשם הרה"ק רבי מנחם מנדל מרימינוב זצוק"ל זיע"א, כי סגולה מיוחדת לומר את פרשת המן (שניים מקרא ואחד תרגום) ביום שלישי בשבוע שקוראים בו את פרשת בשלח,

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג ינואר 23, 2018 11:01 am

ווארענונג:

ווער עס שיקט מיר איין איינציגער אימעיל מיט א גוטס'ל וועגן פרנסה אין ג' בשלח, גייט צוריקכאפן אלע רובאשקין קליפס פון מיר! :x
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג ינואר 23, 2018 11:02 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
ווארענונג:

ווער עס שיקט מיר איין איינציגער אימעיל מיט א גוטס'ל וועגן פרנסה אין ג' בשלח, גייט צוריקכאפן אלע רובאשקין קליפס פון מיר! :x


עס איז געפלאנט א גרויסע מעמד אי"ה ג' בשלח. ווי שלום מרדכי רובאשקין גייט אנטוהן די גלעזער פון די חזון איש בייים ציון פון די רביניצער. און אויסזאגן פרק שירה. וואס איז געווארן גייט טאקע זיין דע מעמד?‎‎
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג ינואר 23, 2018 11:04 am

אלט מאנרא האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
ווארענונג:

ווער עס שיקט מיר איין איינציגער אימעיל מיט א גוטס'ל וועגן פרנסה אין ג' בשלח, גייט צוריקכאפן אלע רובאשקין קליפס פון מיר! :x


עס איז געפלאנט א גרויסע מעמד אי"ה ג' בשלח. ווי שלום מרדכי רובאשקין גייט אנטוהן די גלעזער פון די חזון איש בייים ציון פון די רביניצער. און אויסזאגן פרק שירה. וואס איז געווארן גייט טאקע זיין דע מעמד?‎‎

יא, עס גייט פארקומען מיט א ענגע צאל מקורבים. בילדער זענען נישט ערלויבט.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דינסטאג ינואר 23, 2018 12:01 pm

היינט געהערט פון א עלטערע איד, ווען איינער האט אים געפרעגט איבער דעם פון אינדערהיים אויס, האט ער גענטפערט אינדערהיים האט מען שוין געווענטליך 8 אזייגער אינדערפרי געהאלטן נאך פרשת המן יעדן טאג.

yoy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » דינסטאג ינואר 23, 2018 12:03 pm

אין פאקט,
איז ג' בשלח גורם, אז איינמאל א יאר, זאגט כמעט יעדער פרשת המן,
אויך איז עס א טאג וואס טויזנטער טויזנטער אידן זאגן פרשת המן, זיי בעטן אויף פרנסה ,
סע האט זיכער א כח און עס איז משפיע,
פשוט פארדעם גיי איך עס זאגען.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג ינואר 23, 2018 2:49 pm

שטיקל דיפערענץ פין א גאנץ יאר וואס מ' זאגט נאר 1 מאל מקרא און אינעם היינטיגן טאג זאגט מען 2 מאל מקרא + תרגום מיט א סענדוויטש פון יהי רצונס, זעהט אויס די גודל סגולת הזמן איז גורם, אפשר וועגנ דעם גרינעם דינסטאג שניחפעל באו קיע טאוו וואס האט אנגעפאנגן צו שפארצן גרינע גרעזעלעך מיט אלע פיינע fruit מארקעטס, so אפשר איז א גוט idia צו צוזאגן די מאמר פון יום ג'?

ויאמר אלהים תדשא הארץ דשא עשב מזריע זרע עץ פרי עשה פרי למינו אשר זרעו בו על הארץ ויהי כן: ותוצא הארץ דשא עשב מזריע זרע למינהו ועץ עשה פרי אשר זרעו בו למינהו וירא אלהים כי טוב

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג ינואר 23, 2018 2:55 pm

ג' בשלח איז א סגולה צו זאגן פרשת המן, כדי צו האבן פרנסה ג' בשלח, אזוי ווי אין פסוק שטייט ולקטו דבר יום ביומו
ד' בשלח, דארף מען נאכאמאל זאגן כדי צו האבן פרנסה מיטוואך
ה' בשלח, נאכאמאל זאגן, כדי צו האבן פרנסה דאנערשטיג
ו' בשלח דארף מען זאגן דריי מאל, איינמאל צו האבן פרנסה אויף ערב שבת, און נאך צוויי מאל מיט תרגום אלס די וועכענטליכע מעביר סדרה זיין חיוב
ז' בשלח, דארף מען לכאורה נישט זאגן, ווייל שבת איז נישט געפאלן קיין מן

משפטים סקעדזושל:
איז די זעלבע ווי בשלח, מיטן אויסנאם פון פרייטיג איז גענוג נאר איינמאל
וכן הלאה

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3969
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג ינואר 23, 2018 2:57 pm

זבחי צדק האט געשריבן:ג' בשלח איז א סגולה צו זאגן פרשת המן, כדי צו האבן פרנסה ג' בשלח, אזוי ווי אין פסוק שטייט ולקטו דבר יום ביומו
ד' בשלח, דארף מען נאכאמאל זאגן כדי צו האבן פרנסה מיטוואך
ה' בשלח, נאכאמאל זאגן, כדי צו האבן פרנסה דאנערשטיג
ו' בשלח דארף מען זאגן דריי מאל, איינמאל צו האבן פרנסה אויף ערב שבת, און נאך צוויי מאל מיט תרגום אלס די וועכענטליכע מעביר סדרה זיין חיוב
ז' בשלח, דארף מען לכאורה נישט זאגן, ווייל שבת איז נישט געפאלן קיין מן

משפטים סקעדזושל:
איז די זעלבע ווי בשלח, מיטן אויסנאם פון פרייטיג איז גענוג נאר איינמאל
וכן הלאה

פרייטאג דארף מען זאגן 4 מאל איינס פאר שבת-לקטו לחם משנה....
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט