לשונות וביטוי הפלגות במכתבי צדיקים זא"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

לשונות וביטוי הפלגות במכתבי צדיקים זא"ז

תגובהדורך א טענצל! » מוצ"ש אוקטובער 31, 2009 2:07 pm

האבנדיג זוכה געווען צו עפענען דעם אשכול "הסכמות פון צדיקים אויף ספרי קודש", אבער זעעהנדיג אז ס'ווערט אביסל אויסגעמישט מיט סתם בריוון וכדו' פון צדיקים, וויל איך ספעציעל מייסד זיין דעם אשכול וואס וועט זיין אויסשליסליך געווידמעט פאר כל המסתעף צו מכתבי קודש וכדו'.

און כ'וויל בעטן כמוה"ר גבאי הביהמ"ד זאל אריינשטעלן אהער אלעס פונעם א.ד. אשכול "הסכמות פון צדיקים אויף ספרי קודש" וואס איז נוגע מכתבים.
לעצט פאראכטן דורך א טענצל! אום מאנטאג נובעמבער 02, 2009 6:51 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מוצ"ש אוקטובער 31, 2009 8:05 pm

אין ספר תולדות סופרים עמוד קכו, איז דא א געוואלדיגער בריוו פון מרן הק' מצאנז זי"ע וועגן דעם מחנה חיים זצ"ל, (דוכט זיך מיר - אבער נישט זיכער - אז עס איז געשריבן בריוו צו די שטאט מונקאטש בשעת ווען ער האט דארט געדינט אלס רב, און די חסידים האבן אים גע'רודף'ט).

"...תפארת ישראל והוא נר ישראל באמת ידיד נאמן לי וידיד עליון וידיד נפש כל חי, והוא בקי נפלא כאשר הוא מפורסם בנגלה ובנסתר כאחד מהראשונים, והוא מוסר בכל יום נפשו ומאודו בעד השי"ת בעד עמו ובעד תורתו, כל הקם נגדו כאילו קם כנגד הקב"ה"...

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מוצ"ש אוקטובער 31, 2009 9:28 pm

איך מיין אז מ'זאל נעמען א געוויסע מהלך אויף וואספארא רעלסן מיר ווילן דא גיין, ווייל כמובן איז דער נושא כמים שאין להם סוף, ווייל עס איז דא אין א שיעור בריוון פון גדולי ישראל וואס איז אינטערעסאנט. אויב איר וואלט געקענט אביסל מסביר זיין וואס איז דער קו אין דעם אשכול. א דאנק.
(מלבד זה, אפשר קומט דאס אין על הצדיקים, זאלן די גבאים מחליט זיין).
לחיים ולברכה!

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מוצ"ש אוקטובער 31, 2009 9:37 pm

מער ווייניגער געווידמעט כנ"ל ווי צדיקים שרייבן הפלגות איינער אויפן צווייטן וכדו'.
ווייל בריווען פון גדולי ישראל וואס זענען נוגע געווען ענינים וכדו', זענען שוין אסאך מאל אויסגעלופטערט געווארן.
דאס איז מער בנוגע די הערצה איינער צום צווייטן, כן נראה לענ"ד.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 7:00 am

אל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך - צדיקי אמת הלומדים לשמה מסאטמאר וסקווירא - אני לא למדתי עדיין משנה אחת לשמה - ג' עצות לשאול אצל שידוך

כ'האב היינט געזעהן א שיינעם בריוו אינעם קונטרס "צדיקים ברנה יגילו" (יו"ל לרגל השמחה בבית הגה"צ רמ"א מפשעווארסק, טבת תשס"ד), ווי הרה"ק ר' איציק'ל מפשעווארסק זי"ע שרייבט צו א בחור אין אמעריקע:

"...קבלתי מכתבך בצירוף הטשעק ואברכך בברכת הדיוט, הגם אשר כתבת שהברכות שלי הם למשא (?), ועיקר רצונך לייעצך עצה טובה אמנם אני על משמרתי אעמוד לקיים מאמר חז"ל אמר ר' אלעזר אמר ר' חנינא לעולם אל תהי' ברכת הדיוט קלה בעיניך, ובזה הכח אני מברכך מקירות לבי...

...ומה שכתבת שאכתוב לך דבר ברור הן או לאו, איני יכול לעמוד על סוף דעתך, הלא יש בשם צדיקי אמת אשר לומדים תוה"ק לשמה אשר אני כקוף בפני אדם שתוכל לסמוך עליהם הה"צ מסאקמור שליט"א והה"צ מסקווער שליט"א, אני לא למדתי עדיין משנה אחת לשמה",

"וזאת אוכל לכתוב אשר הרה"ק מבעלז זצ"ל אמר על שאלת שידוך שיראה ג' דברים, אם היא בבריאות השלימות, ומשפחתה מה הם, וגם אם מתנהגת בדרך הישר, וג' דברים הללו תוכל בשם לחקור ולדרוש בכל אופנים"...

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 5:59 pm

אינעם זעלביגן קונטרס האב איך געזען א מורא'דיגן לשון וואס רבי יענק'לע זי"ע שרייבט אויף רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע, אז אין דעם דור איז דער סאטמאר רב ווי דער צאנזער רב זי"ע!

איך האב נישט יעצט מיט מיר דעם קונטרס. אדרבה טענצל, אפשר שרייבסטו עס נאך גענוי מיט'ן לשון.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 11:23 am

אין א בריוו וואס הגה"ק ר' מאטל סלאנימער זצ"ל שרייבט צו זיינע ידידים נאכן הסתלקות פון מורו ורבו הגה"ק בעל בית אברהם מסלאנים זצ"ל, וואס ווי באקאנט איז ר' מאטל געווען גאר שטארק מקושר צו איהם, שרייבט ער כהאי לישנא: "דבר העגמ"נ מי יוכל כל כך מהר להתנחם... ואמרו חז"ל ששני ארונות הלכו ביחד, ארון של תורה וארון של יוסף, ושאלו מה טיבו של זה אצל זה, והשיבו קיים זה מה שכתוב בזה. וכמוהו שפטפט ביצרו יותר מיוסף הצדיק, שזה מאיסור וזה פירש אפילו מהיתר, לבד עבודתו ותפילתו ויראתו, ע"ז וודאי ראוי לבכות ולהתאונן עד שנראה תמורתו", עכ"ל.
לחיים ולברכה!

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 9:23 am

כ'וייס נישט ווי ס'געהערט לייג איך עס דא.

מכתב קודש פון הרה"ק ר' יושע מבעלז זי"ע צו הרה"ק בעל צמח צדיק מ'וויזניץ זי"ע אז ער זאל נישט פאסטן יום הקדוש צוליב חולשת גופו הטהור.

בתוך דבריו שרייבט ער אז אביו הקדוש - מרן השר שלום זי"ע - האט איין יאר נישט געפאסט און "הי' זריז בדבר ותיכף אחר כל נדרי מיהר וצוה ליתן לו אוכל כפי שהי' צריך ואמר בזה הלשון הריני מוכן ומזומן לקיים מצות בוראי כפי שאמרו חז"ל ואכל בשמחה יתרה כמעט לא ראינו שמחה כזאת רק בעת אכילת מצה וטילת לולב"
צוגעלייגטע
Viznitz.jpg
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 4:12 pm

פארוואס שרייבט ר' יושע'לע מבעלזא פארן צמח צדיק "מחותני וגיסי"?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 4:27 pm

ר' שמואל רוקח מסקאהל הי' חתן ה'צמח צדיק'

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 4:19 pm

גיסי שטימט נאך אלץ נישט, ס'איז טאקע איינגערינגלט, מעגליך וויבאלד ס'איז א מיספארשטענדעניש.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » זונטאג נובעמבער 29, 2009 4:06 pm

באקאנטער בריוו פון ישמח משה זי"ע צו נכדו הגה"ק ר' שמואל מגארליץ זצ"ל (ישמח משה ח"ג בסוה"ס).

"...ודברתי עם חותנך הנגיד (=הג"ר מנחם מענדל מסקולע) נ"י שבאם יהיה באפשרי שתקבע אהלך כעת אצל אחיך הרב הגדול החריף ובקי ותמים במעשיו וכו' (=מרן הייטב לב) היה טוב מאוד מאוד, רק באופן ובתנאי שתשמע לקולו בכל אשר יאמר כי הוא זה, ואל תט ימין ושמאל מדבריו כי אז תצליח בעזה"י את דרכך ואז תשכיל, כי אחיך נ"י הוא איש נבון ומשכיל ומתון וכל פינותיו לשם שמים, ומשתוקק מאוד מאוד לזכות לכל איש איש ישראל אשר יוכל לזכותו ומכל שכן לאחיו אשר כנפשו, ובזה אצא ואומר שלום מא"ה...".

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 5:08 pm

בריוו פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע צו כ"ק אדמ"ר המנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע ווי ער רופט אים אן מחותני.

גענומען פון ספר תל תלפיות.


פריסת שלום ברגשי כבוד והלל כרוב גדלו, אל כ"ק מחו' הרב הגאון הצדיק המפורסם, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, עמוד הימיני, פטיש החזק, רב וגבה ונשא, שושילתא דיחוסא, מזה בן מזה כקש"ת מוה"ר חיים אלעזר שפירא האבדק"ק מונקאטש שליט"א.

צר לי על אשר לא אוכל למלאות המבוקש בשלימות בדבר השושבינות, כאשר כתבתי למעלה, אמנם אנכי מוכן ליסע ולבוא ולהתעלס יחד באהבים, השי"ת יעזור להתראות בשמחה.

אלו דברי ידידו ומכבדו ומוקירו, כותב וחותם בכל מיני אותות הכבוד כערכו הרם והנשא.

הק' יואל טייטלבוים.


אין א שמועס וואס איך האב געהאט מיט מונקאטשער רב שליט"א, האט מיר דער רבי פארציילט אז דער בריוו רעדט זיך בנוגע א יתום ויתומה א קרוב משפחה פון זיי ביידן וואס די גדולי הדור נ"ע האבן זיי חתונה געמאכט, און די סיבה פארוואס דער סאטמאר רב האט נישט געקענט אננעמען דאס שושבינית איז געווען צוליב וואס ער איז געווען אין יאר נאך הרבנית חוה ע"ה.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » זונטאג נובעמבער 29, 2009 6:13 pm

למדן האט געשריבן:אינעם זעלביגן קונטרס האב איך געזען א מורא'דיגן לשון וואס רבי יענק'לע זי"ע שרייבט אויף רביה"ק מסאטמאר זי"ע

הא לכם לשון האגרת

אחדשה"ט באהבה, דער זיידע הה"צ האט מיר געזאגט אז איך זאל שרייבן...
אייער זיידע רבינו הקדוש מצאנז זיע"א, האט געטייטשט דעם פסוק מוזר הייתי לאחי, אז איך בין א דאקטער צו מיינע ברידער.
הרבי מסאקמור שליט"א אין היינטיגן דור, איזט כמו הרבי מצאנז אין זייןדור, ער האט אגרויסע דעה אין היממעל, וועט זיכער די מחותנתתא (הרבנית מלאנצוט ע"ה) דינא בתחי' בת מינדל האבן א רפואה שלימה בקרוב, און אכתיבה וחתימה טובה צום נייעם יאהר...
זייטס מיר אללע געזינד און שטארק. דברי אביכם יעקב בן פעסיל תרצה
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25780
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 29, 2009 6:37 pm

ארעסטאנט האט געשריבן:בריוו פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע צו כ"ק אדמ"ר המנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע ווי ער רופט אים אן מחותני.

גענומען פון ספר תל תלפיות.


פריסת שלום ברגשי כבוד והלל כרוב גדלו, אל כ"ק מחו' הרב הגאון הצדיק המפורסם, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, עמוד הימיני, פטיש החזק, רב וגבה ונשא, שושילתא דיחוסא, מזה בן מזה כקש"ת מוה"ר חיים אלעזר שפירא האבדק"ק מונקאטש שליט"א.

צר לי על אשר לא אוכל למלאות המבוקש בשלימות בדבר השושבינות, כאשר כתבתי למעלה, אמנם אנכי מוכן ליסע ולבוא ולהתעלס יחד באהבים, השי"ת יעזור להתראות בשמחה.

אלו דברי ידידו ומכבדו ומוקירו, כותב וחותם בכל מיני אותות הכבוד כערכו הרם והנשא.

הק' יואל טייטלבוים.


אין א שמועס וואס איך האב געהאט מיט מונקאטשער רב שליט"א, האט מיר דער רבי פארציילט אז דער בריוו רעדט זיך בנוגע א יתום ויתומה א קרוב משפחה פון זיי ביידן וואס די גדולי הדור נ"ע האבן זיי חתונה געמאכט, און די סיבה פארוואס דער סאטמאר רב האט נישט געקענט אננעמען דאס שושבינית איז געווען צוליב וואס ער איז געווען אין יאר נאך הרבנית חוה ע"ה.



ער בריוו איז געדרוקט אדער אין מכתבים דבר"י אדער אין אגרות מהרי"ט, מיר דאכציך אז דאס איז געווען ביים סטריזובער'ס חתונה חתן ר' רפאל גרוס חתן ר' יוקל וואלאווער ווי דער מנחת אלעזר איז געווען א מחותן מצד סטריזוב.

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 6:46 pm

יא ר' יעקב בער, כ'דערמאן זיך יעצט אז דאס האט מיר דער מונקאטשער רב טאקע פארציילט.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך יוני 03, 2015 2:55 pm

מתשובות מהרש"ל סי' י"ב בענין הוצאת לעז על משפחת המהר"ל (וחד דעמי ארי שבתורה הר"ר ליב יצ"ו, הוא המהר"ל)

מערק ווי ער שרייבט אויף זיך לא הגעתי עדיין לכלל זקנה אבל יניק' אני וחכימא אנא מן קדמו' !!
צוגעלייגטע
mhrshal.JPG
הק' איש ימיני


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט