א ווידעא אפירגעקומען - איז דאס דער קדושת ציון?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אבער רוב פון זיי זענען געווען געלערנעטע גוים און פראפעסארן נישט קיין סאך חסידישע אידן כך שמעתי
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

שיינע מעשיות מיט השערות, לאמיר אייך אבער דערציילן א סוד וואס איך ווייס; דאס איז נישט דאס וואס מען גייט ווייזן דארט, יענץ איז א זיכערע זאך מיט קלארע פאקטן וואס קיינער קען נישט לייקענען, און קיינער האט עס נאכנישט געזען.
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

אזוי ווי ס'איז נישט געווען קיין אפיציעלע שחיטה מטעם דער נאציס ימ"ש, נאר דער אוקראינער ימ"ש האט אויסגעפירט א פאגראם אויף דער אידען מיט'ן שווייגען פון דעם דייטש, איז נישט דא קיין פונקטליכע דעטאלען.

לויט אפאר געראטעוועטער פון יענעם גרויזאמער שחיטה, וואס האט געדויערט דריי טעג, זענען אומגעקומען צווישן צוויי ביז פיר טויזענט אידען, אבער לויט אן אפיעצעלען דאקומענט פון דער דייטשער שטאב און לעמבערג געשריבען צום הויפט אין בערלין פערזיגעלט ווי "שטרענג געהיים", לויטעט אן ציפער פון זיבען טויזענט אידען וואס זענען דערמארדעט געווארען אויף קידוש השם, השם יקום דמם.

אויך הגאון רבי אהרן לוין הי"ד וואס איז געווען אב"ד ריישא, איז דענטסמאל גערצח'ט געווארען, אזוי אויך זיין ברודער (געווען א רב אין דעם משכילישען קהילה אין לעמבערג).
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

זיס האט געשריבן:שיינע מעשיות מיט השערות, לאמיר אייך אבער דערציילן א סוד וואס איך ווייס; דאס איז נישט דאס וואס מען גייט ווייזן דארט, יענץ איז א זיכערע זאך מיט קלארע פאקטן וואס קיינער קען נישט לייקענען, און קיינער האט עס נאכנישט געזען.

משה'לע סטעמפיל'ס חתונה?
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

יאך האב אים גערופען, ער זאגט מיך אז אויפדערווייל איז דער ווידיאו פונעם קדוש"צ אויף האלד אז מ'גייט עס ווייזן - צוליב די גרויסע שטורעם, נאכדעם זאגט ער אז די עולם לייגט גרויס דריק אז מ'זאל דאס יא ווייזן, אויך זאגט ער אז דאס וואס זיי האבן איז אינגאנצן עפעס אנדרעש פון וואס די עולם האט
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

שמעתי ואינו אלא שמועה אז מען האט געטראפן די גאנצע, ושם מוכח דלא כהעקספערטן רק שהוא הקדו"""צ
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פאר די וואס האבן געדולד צו ליינען.

אן אויספירליכע באריכט איבער די גרויזאמע שחיטות וואס די נאציס ימ"ש האבן גאמאכט אינאיינעם מיט די אוקרייאינער גויים ימ"ש אין די שטאט לעמבערג זומער פון 1941.
אטעטשמענטס
0303.gif
0304.gif
0305.gif
0306.gif
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
דריי קאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריי קאפ »

נכדי ה´קדושת ציון´ זועמים נגד סרט שפורסם על סבם
שני זרמי חסידות באבוב, המונהגים על ידי האדמו"רים שליט"א, נכדי בעל ה´קדושת ציון´ מבאבוב זצוק"ל, מתארגנים בימים אלה לצאת במכתב חריף כנגד פרסום קטע וידאו מהארכיון הנאצי על האקציה שבוצעה בלמברג, ובה נראית, על פי טענת המפרסמים, דמותו של האדמו"ר הי"ד זיע"א. היום ב´המודיע´: מחאה נמרצת

יוסי הר-מור ו' תשרי התש"ע 13:27 24.09.09
האדמו"רים שליט"א. באדיבות כל העולם כולו
האדמו"רים שליט"א. באדיבות כל העולם כולו

אחדות: שני זרמי חסידות באבוב, המונהגים על ידי האדמו"רים שליט"א, נכדי בעל ה´קדושת ציון´ מבאבוב זצוק"ל, מתארגנים בימים אלה לצאת במכתב חריף כנגד פרסום קטע וידאו מהארכיון הנאצי על האקציה שבוצעה בלמברג, ובה נראית, על פי טענת המפרסמים, דמותו של האדמו"ר הי"ד זיע"א.

על פי המידע שהגיע לידי ´כיכר השבת´, בקרב חסידות באבוב שורר זעם והלם כבד בעקבות פרסום הסרט. בכירי וראשי החסידות הכחישו כי מדובר בדמותו של ה´קדושת ציון´, וטענו כי הצגת הדברים כפי שנעשתה, מחללת את הקודש.

הבוקר גם מתפרסמת בעיתון ´המודיע´ ידיעה על "זעם, הלם וזעזוע, ביהדות הנאמנה, על פרסום תמונה לא מכובדת, שמקורה בארכיון הנאצים ימ"ש, ויש הגורסים כי זו צלמה על ידם, שעה ששלח צר ידו לפגוע בכ"ק מרן אדמו"ר בעל ה´קדושת ציון´ מבאבוב זצוק"ל הי"ד, בטרם עלה על המוקד על קדושת שמו יתברך".

בידיעה, שנכתבה על ידי יעקב רייניץ, מצוטטים בכירי החסידות: "ללא כל קשר לנכונות השמועות, דבר שסביר שהוא מופרך לגמרי, חשיפת ופרסום תמונות זוועה שכאלו, הינם עדות ליחס המזלזל של המפרסמים לכבוד הבריות בכלל, וכבודם של גדולי ישראל קדושי עליון בפרט".

הרב נחמיה שינגוט שי´ מבני ברק, שזכה להסתופף בבחרותו בצל האדמו"ר הי"ד אומר: "על פי הנראה בתמונה, זה בוודאי לא האדמו"ר זיע"א... גם אם תווי הפנים נוטים להזכיר במעט את צורת קודשו, אך ללא קשר לכך, הפרסום הוא מזעזע וחמור".

קוקט דא - כיכר השבת
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

אויב איז ער טאקע דער באבובער רב זצ"ל איז וואס דער בושה?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך וואלט געפרעגט פארקערט - אויב איז עס נישט דער באבובער רב זצ"ל וואס איז די בושה?!! מה כל הרעש?!!!!!!!!
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אין די אלע גערעדעכטץ, צו ס'איז יא צו נישט דער הייליגער קדושות ציון וועלן מיר נישט אריינרעדן, אבער וואס מ'זעהט אויף די ווידיאו איז נורא ואיום. אזוי ווי מילער האט פריער געשריבן אז די בלעקבערי אינגעלייטליך מעגן וויסן וואס מיט זייערע זיידעס האט פאסירט. ס'איז נישט צום גלויבן אז נישט לאנג צוריק, ס'ווערט זיבעציג יאר, האט מען געהרג'ט און געשחטן אידישע קינדער, אידיש בלוט איז געווען הפקר.

אמערסטנס האט מיר באנומען אויפ'ן ווידיאו וואו מ'זעהט א קליין מיידעל ווערט געפירט צו די שחיטה. אוי ואויבי, א קליין קינד שלא טעם חטא, א שעפעלע וואס האט זיך געווארעמט אין די מאמעס פארטוך, ווערט דורך רשעים געפירט צו די שחיטה לעין כל. כ'זאג ענק כ'האב נישט געקענט שלאפן. מ'האט נעכטן געליינט קרבנות און כ'האב געטראכט, מיר האבן דאך מקריב געווען אזויפיל קרבנות. ס'איז ממש א שרעק ווען מ'טראכט אויף צוריק וואס מיט אונז האט פאסירט.

מ'זאג מיר ראש השנה ביי זכרונות: וזכור לנו וכו' עקידה שעקד אברהם אבינו את יצחק בנו. די קשיא איז דאך ידוע, טא וואס איז מען מייחס דעם נסיון צו אברהם ווען יצחק אבינו איז שוין געווען 36 יאר און ער האט זיך געקענט אקייגען שטעלן? נאר ס'קען אפשר זיין, מ'סתם ברענגט מען עס שוין ערגעץ, אז פאר יצחק איז די נסיון נישט געווען אזוי גרויס, ער האט געוואוסט אז ביז אפאר מינוט וועט זיין נשמה ארויפגיין אויף קידוש שמו יתברך צו די העכסטע מדריגה וואס א מענטש קען נאר אנקומען, פאר אים וועט גוט זיין. וואו אבער אברהם אבינו וואלט געבליבן אליין, נאכדעם וואס ער האט געווען זיין זוהן פאר א עולה, ער וואלט געבליבן אויף דעם עולם השפל נאכנישט זעהנדיג די מעלות קדושים וטהורים, פארדעם איז פאר אים געווען די נסיון אזוי גרויס.

ווען כ'האב גע'קוקט אויף די ווידיאו איז מיר דאס אריין אין קאפ אז די אלע וואס מ'זעהט דא, זיי איז שוין לאנג גוט, זיי זעהן שוין אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, די רחמנות איז ביטערליך אויף אונז.

אינעם אויסגאבע בנות ציון פון חודש תמוז-אב, ארויסגעגעבן דורך חסידי אדמו"ר מהרב"ץ מבאבוב שליט"א, ברענגן זיי א בריוו געשריבן אויף אידיש דורך כ"ק אדמו"ר מהר"ש זצ"ל צו זיין טאכטער יבלחט"א. די מעשה איז געווען אז די מיידעל סקול איז געפארן אויף א טריפ אינמיטן ווינטער און פארענדיג האט זיך געמאכט א גליטש און אפאר מיידלעך פון איין באס זענען פארוואנדעט געווארן.

אויף די באס איז געווען די טאכטער פון רב הרבנית האראוויטץ וואס מיט איר באס איז גארנישט געשעהן, און דער רב ז"ל וואס איז געווען אוועקגעפארן האט איר געשריבן א בריוו וועגן די גרויסע ניסים וואס זי האט געהאט. כ'האב נישט די בריוו פאר מיר געדענק איך נישוט ווארט ביי ווארט. דער תוכן איז אז דער שטן זעהט אז א באס מיט מיידלעך פארן זיך ענדזשויען, גייט ער בעטן ביים בי"ד של מעלה מ'זאל אים לאזן שעדיגן דעם באס, זיי פארן פאר פאן, זאלן זיי כאפן א שטיקעל קיצעל, זאל זיך איינער צוברעכן די האנט וכו' וועלן זיי זיך לערנען.


קומט צו גיין דער זיידע דער קדושת ציון און טענהט אז זיין אייניקעל איז אויפ'ן באס און ער וועט נישט לאזן שעדיגן זיין אייניקעל. כ'דענק נישט וואס ער שרייבט ווייטער די דין ודברים, אבער צום סוף שרייבט ער אז דער זיידע קומט צו גיין מיט צוויי בלוטיגע טלית קטן'ס און ווייזט דאס זענען די ציצית פון הב' משה אהרן הי"ד וואס איז אומגעקומען אויף קידוש השם, וכו' אזוי האט ער מעורער רחמים געווען אין זכות פון די קדושים. קומט צו גיין דער בעש"ט און זאגט אז באבובער רב איז גערעכט און מ'טאר נישט דעם באס שעדיגן.

ע"כ פון א בריוו פון אדמו"ר מהר"ש זי"ע. ס'אשאד אז כ'האב נישט דעם אויסגאבע מיט מיר, ס'איז כדאי צו זעהן יעדע ווארט.

אבינו מלכינו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך. און זייער זכות זאל אויף אונז מגין זיין, יזכור אהבתם ויחיה זרעם שלא תאבד שאירות יעקב. אונז האמיר שוין ליידער אויך א בלוטיגער טלית קטן, וואו איז דער טליתים פון הקדושים ר' ארי' לייבוש ט"ב הי"ד, ר' בנציון, ר' גבריאל וב"ב, די אנדערע אידישע קינדער וואס זענען געהרגט געווארן על קידוש שמו יתברך? מ'בעט מיר דיר רבוש"ע בזכות הקדושים, ס'זאל שוין קומען א עק צום לאנגן גלות בביאת שיח צדקינו בב"א.

כ'בעט מחילה אז כ'האב מאריך געווען, כ'רעד צו מיר פריוואט, כ'האב זיך געמוזט אויסגעבן.

א גוט געבענטש יאר.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

דער ווידיאוי איז נורא ואיום, עס וואקסט אינטער א דור וואס האבן שוין ניטאמאל פון וועם צו הערן ערשט האנטיגע באריכטען פון די שוידערליכע רציחות בימים ההם.
א קינד בין איך דאן געווען, איך פלעג הערן דעם זיידען וויינען אויפן קול ביי אבינו מלכינו נקום נקמת דם עבדיך השפוך. און אלע ארומיגע האבן מיט געברעטשעט ווי עס וואלט פאסירט אט בעפאר.
מיינע קינדער קוקען דאס אן ווי די מלחמה בימי החשמונאים. און גערעכט זענען זיי, איך האב נישט דאס הארץ אליין צו קלערן פון די מיטמאכענישן וואס דער זיידע האט געהאט בעת ער איז אהיים געקומען פון דארט טראכטענדיג ווי זענען זיינע 4 לעכטיגע שעפעלעך מיט די מאמע זייערע. אוי וויי. נו גיי פארצייל די קינדער?
ווען מען זעהט דעם ווידיאוי, צו עס איז יא אדער נישט דער הייליגער קדושת ציון אבער עס כאפט א ציטער זעהנדיג די אלע קדושים וטהורים וואס האבן זיך מקריב געווען עקה"ש.
וואס קענען מיר טוען? האלטן פאר די אויגן מכיר טובה צו זיין השי"ת פאר יעדע מינוט פון טאג אז מיר האבן ב"ה פון אלעס גיטס און אינזיהן האבן די פירוש המילות פון וכל החיים יודיך סלה וכו'
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

סקרענטאנער רב שליט"א וכבוד הרב נאטורליך שליט"א
עטס האטס ארויס געברענגט א וויכטיגע נקודה, איך וועל עס ארויסברענגן פון מיין קוק וואונקעל, עס איז שוין 70 יאר זייט די קריג האט אויסגעבראכן אין גאליציע, ד"ה אז איבערלעבער אינטרן דייטש מיזן שוין זיין היבש איבער 80 בליעה"ר, אויב מיר גיבען אינזערע קינדער א געלעגענהייט עס צו הערין בכלי ראשון המבשל, גיבען מיר זיי א מתנה גדולה, און אז נישט איז עס אין א פאר יאר א פסידא דלא הדר, איך האלט אין איין נעמען מיינע קינדער הקטנים עם הגדולים צו עלטערע אידען אין אידענעס, בפרט ממשפחתי, זיי זאלן הערן, עס מוז נישט זיין ווייס איך וואס, דעם בעקגראונד פארצייל איך ווייל די אלטע האבן נישט קיין געדולד, און די אלטע זענען רעדעוודיג אויב מען פייניגט נישט און מען פרעגט נישט קיין דיטעילס און קיין בעקגראונד, און מען זיכט נישט דווקא אינטערסאנטס, ווייל יעדער פרט איז אינטרעסאנט, ווייל עס איז כלי ראשון, ער\זי איז דארט געווען. אלע מיינע קינדער וואס פארשטייען (5 ומעלה) האבן שוין געזעהן נומערען אריינגעקריצט, אלע ווייסען אז עס טוט וויי ביים אריינקריצן, און אלע ווייסען אז מכח הבהלה ושאר עגמ"נ, האט מען אפי' נישט באמערקט אז עס טוט וויי
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח יאסלמאן און נאטורליך, ניכרין דברי אמת.
אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קבל את האמת »

עס פלעגט פארציילען הרה"ח ר' נתן דוד ז"ל מקראקע מיט טרערן און די אויגן וועגן מוהרב"צ ז"ל
אז מען האט עם שרעקליך געפיינוגט דאכט זיך עפעס אז מען האט געהארגעט די קינדער פאר זיינע אויגען. הי"ד
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

קבל את האמת האט געשריבן:עס פלעגט פארציילען הרה"ח ר' נתן דוד ז"ל מקראקע מיט טרערן און די אויגן וועגן מוהרב"צ ז"ל
אז מען האט עם שרעקליך געפיינוגט דאכט זיך עפעס אז מען האט געהארגעט די קינדער פאר זיינע אויגען. הי"ד

מער פרטים ביטע!! אינטרסאנט, מעולם לא שמעתי אז ס'איז געוועהן אן עד וואס האט איבערגעלעבט
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

גייט מען עס ווייזן אדער נישט?
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אויף טייך פאסטערס שטייט גארנישט און טייל שטייט יא מיט א שטערנדל און אינטען שטייט אז דאס איז ווי ער קייט בכבוד און נישט דאס וואס מאנכע זאגן אז דאס איז די קדושת ציון
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

עס איז נישט מסתבר אז מען זאל עס ווייזן ברבים אן איינמעלדן אז עס איז נאר פאר ערוואקסענע און נישט פאר שוואכע הערצער וכו'
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז נאך הערשט געווען אדווערטייזט אז מ'גייט עס ווייזען, צוגעבנדיג אז דאס איז נישט די פוטעדזש וואס איז פארשפרייט געווארן, נאר מיט עטליכע שעה פריערט
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

ווי איז עס געוועהן עדווערטייזט?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ווער בין איך? האט געשריבן:ווי איז עס געוועהן עדווערטייזט?

טוה ארויס א שפאציר אין די וויליאמסבורגער/בארא פארקער גאסן, וועסטו שוין אלעס זעהן.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

הערטס אן אינטרעסאנטע שפיל:

דעם ערטשען עדווערטייזמענט האט ער געשריבן מיט גרויסע קידוש החמה אותיות אז מ'גייט ווייזען דעם קדושת ציון זצ"ל. דעם צווייטען האט ער עס געשריבן גלייך מיט אלע אנדערע גדולים זי"ע, לא פחות ולא יותר. און אין דעם דריטען, נעמט ער ניטאמאל דעם מיה בכלל צו שרייבען אז ס'איז אמאל געווען אזא פערזאן וואו דעם קדושת ציון (חוץ אינ'ם באשרייבונג ארום דעם עדווערטייזמענט)!

א שפיל (מיט) [פאר] פייער און וואסער...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

אני הקטן בין געווען דארטן היינט 1 אזייגער מיטאג. מער גלוסט זיך מיר נישט צו שרייבן איבער דעם, ווייל אידישע פרנסה איז חשוב ביי אונז, ודי.
לחיים ולברכה!
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

נחמן נתן האט געשריבן:אני הקטן בין געווען דארטן היינט 1 אזייגער מיטאג. מער גלוסט זיך מיר נישט צו שרייבן איבער דעם, ווייל אידישע פרנסה איז חשוב ביי אונז, ודי.

שארפע סטעיטמענט! אבער אפשר דאך קענסטו זאגן וואס מען האט דארט געוויזן.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”