מיללער האט געשריבן:...דאס וואס שרייבט וועגן דעם טשענגערער רב ר' יהונתן בנימין עסטרייכער,
..ברויכן מיר יעצט דערגיין מער איבער דעם צדיק הנ"ל.
לאות ידידות וועל איך דיר פארציילען א שטיקען השגחה עליונה:
מיר האבען אין די אלע יארען זיך ווייניג (אויב עפעס) אנגעשטאלפערט אין אט דער טשענגערען רב הרה"ג ר' יונתן בנימין עסטרייכער זצ"ל
נעכטן!!! האב איך געזהן ערגעץ אראפ ברענגען א מעשה:
די הייליגע בארדיטשוב'ער זצוק"ל איז אמאל געפארען קיין קראלי זיך טרעפען מיט די ארטיגע רב הרה"ג ר' משה ארי' עסרייכער זצ"ל, ביים אנקימען קיין קראלי האט ער נישט געטראפען דעם רב אין שטיב, נאכען ווארטען דריי טעג, האט ער געהערט אז די קראלער רב איז ספעציעל אוועקגעפארען זייענדיג א מתנגד צום דרך החסידות נישט וועלענדיג זיך טרעפען מיטן הייליגען קדושת לוי מורא האבען'דיג אז דער מאגנעט וועט טין דאס זייניגע, און ער וועט פארכאפט ווערן אין חסידות,
האט ער געטראפען דארט אין שטיב א תינוק המוטל בעריסה, האט דער קדושת לוי געפרעגט ווער איז דאס קינד, האט מען אים אים געזאגט אז דאס איז קראלי רב'ס זוהן יונתן בנימין, האט ער זיך אנגערופען" יא יא, אבער דער קליינער וועט נאך זיין א גרויסע חסיד"
זכותם יגן עלינו