עובדות הנהגות וענינים ממרן הדברי חיים מצאנז זצ"ל
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
עובדות הנהגות וענינים ממרן הדברי חיים מצאנז זצ"ל
קודם א מעשה'לע פונעם הייליגן רב זי"ע - ווי דער סאטמארער רב בעל וי"מ זי"ע האט אים גערופן.
די גרויסקייט אין צדקה וחסד וואס האט זיך אנגעזען ביים הייליגן צאנזער רב איז נישט צום באשרייבן. פאסירט איינמאל אינעם מארק טאג שטעלט זיך א צובראכענע אלמנה פארקויפן אירע עפעלעך, קוים זיך דערשלעפט אהין פונעם עק דארף פונעם האלב איינגעפאלענע הייזקע וואס זי האלט זיך אויף מיט די קליינע יתומים'לאך, די פרוי שטייט און שרייט 'עפעלעך צום פארקויפן!! עפעלעך צום פארקויפן!! ביליג ביליג !!! ' אבער ווייזט אויס דאס מזל האט איר געשיינט פונקט ווי איר אומגליקליך גורל נעבעך און קיין קונה זעהט זיך דערווייל נישט אן.
זי לויפט אריבער צום הייליגן רב זי"ע און באוויינט איר ביטער מזל,
ביים יריד א טיש פארקויף איך פירות פריש, און קיינער וויל נישט פון מיין עפל.
אוי רבי'ניו מיר העלפן איר זאלט
מיינע עפעלעך האט קיינער נישט געוואלט
מען שרייט סי פארפוילט
הלואי ווען איך וואלט
פארקויפט מיינע עפעלעך פרישערהייט.
דער צאנזער רב לויפט ארויס
ווער וויל קויפן שרייט ער אויס
מען לויפט פון אלע הויפן
פון רבי'ן וויל מען קויפן
זי האט געמאכט איר געלט גרינגערהייט...
געדענק זייער לעבן וואס צדיקים פלעגן העלפן מיט ישועות און פרנסה אפילו בעניני חול גענומען דעם עול, חבורתא קדישתא. אוי חבירתא קררישתא...

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
* ר'חיים הלברשטאם מצאנז=כ"ה ניסן שנת תרל"ו
הגה"ק מרן רבינו חיים הלברשטאם מצאנז זצוק"ל (בהרה"ק ר' ארי' ליבוש מטארניגראד ז"ל) - איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק רבי נפתלי צבי מראפשיץ זי"ע אויך פון הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשוב זי"ע, ער איז אויך געפאטרן צו הרה"ק רבי אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע און צו הרה"ק רבי ר' הירש מרימנוב זי"ע, דער צאנזער רב ז"ל האט מחבר געוועהן דעם ספר דברי חיים על התורה און דברי חיים אויף מסכת בבא מציעא און שו"ת דברי חיים על ד' חלקי שו"ע און דעם ספר דברי חיים אויף גיטין און מקואות. כמעט אלע צדיקים אין יענעם דור זענען געוועהן נכנע צום צאנזער רב זצ"ל. דער דברי חיים איז נפטר געווארן כ"ה ניסן שנת תרל"ו לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט ערקלערן דעם ענין פון "שבת בראשית" מיט א משל:
אין בראד פלעג אפגעהאלטן ווערן א יארמארק. דאס הייסט, במשך פיר וואכן זענען געקומען סוחרים פון אלע עקן וועלט קויפן און פארקויפן סחורה. זיי האבן געמאכט גרויסע גישעפטן, פארקויפנדיג א סך סחורה, און אפקויפנדיג אנדערע סחורה צו האנדלען דערמיט במשך א גאנץ יאר. אויפ'ן וועג צוריק, פארנדיג אהיים, פלעגן די דאזיגע סוחרים, ביים אפשטעלן זיך אויף דער ערשטער סטאנציע, זיך אוועקזעצן און מאכן א חשבון פון די הוצאות והכנסות וואס זיי האבן איינגעהאנדלט אין די פאר וואכן, בכדי צו וויסן מיט וואס זיי פארן אהיים.
"דאס זעלביגע איז מיט די אידן", האט דער דברי חיים געזאגט. "די ימים נוראים און הושענא רבה" זענען אזוי ווי א יארמארק איינמאל אין יאר צו מאכן גרויסע געשעפטן, מקבל צו זיין אויף זיך מלכות שמים, זיך ריינצוואשן פון עבירות און פלעקן, און אויסבעטן כל טוב אויפ'ן גאנצן יאר. שבת בראשית איז די ערשטע אכסניא ווי מען רוט זיך אפ אין דעם יום מנוחה און מען זעצט זיך אוועק מאכן א חשבון הנפש מיט וואס מען גייט אהיים נאך די גרויסע הייליגע עבודה פון גאנץ חודש תשרי.
"פארדעם ווערט עס אנגערופן "שבת בראשית", דהיינו די ערשטע סטאנציע.
אמאהל ביים סדר, פאר'ן עסן דעם אפיקומן, האט דער הייליגער דברי חיים צאנזער רב זי"ע געזאגט, אז עס איז באקאנט וואס די משנה זאגט (ערכין י"ג) אז אין בית המקדש אין די לשכה פון לעמעלעך האט קיינמאל נישט געטארט זיין ווייניגער ווי זעקס לעמעלעך וואס מען האט זיי שוין געהאט אונטערזיכט פון פעלערס, כדי מ'זאל שטענדיג האבן גרייט לעמעלעך מקריב צו זיין פאר קרבנות, אויב אזוי היינט ווען דאס בית המקדש איז ליידער חרוב געווארען ווי זענען די זעקס לעמעלעך אוועק געקומען, האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע געזאגט אז מ'האט די לעמעלעך גענומען אין מדבר אריין און זיי מערן זיך דארט, און פון זיי איז אליהו הנביא יעדן טאג מקריב צוויי קרבנות, איין לעמעלע איז ער מקריב אינדערפרי (תמיד של שחר) און איין לעמעלע איז ער מקריב נאכמיטאג (תמיד של בין הערבים).
האט דער דברי חיים דערציילט אז מעשה, אז אמאהל האט דער אוהעל'ער רב דער ישמח משה זי"ע געבעטען ביי השי"ת אז מ'זאל אים געבען די זכיה דאס צו זעהן, האט מען איהם איינמאהל געוויזען ווי אליהו הנביא איז מקריב די קרבנות און אליהו איז א כהן הדיוט, און מלאך מיכאל איז דער כהן גדול.
האט דער הייליגער דברי חיים אויסגעפירט, אז א יעדע יאר ערב פסח איז אליהו הנביא מקריב דעם קרבן פסח, און אלע צדיקים פונ'ם דור זענען צוזאם געציילט אויף דעם קרבן פסח און פאר זיי ברענגט אליהו הנביא אז שטיק פלייש פונ'ם קרבן פסח צו עסן, כאטש מיר זענען נישט אין ארץ ישראל און נישט אין ירושלים, ברענגט פאר זיי אליהו הנביא די לופט פון ארץ ישראל און לופט פון ירושלים, און מ'זיצט אין ארץ ישראל אין ירושלים און מען עסט פון דעם קרבן פסח, און אפילו די וואס זענען נישט אין די הויכע מדריגה וויא די צדיקים אז אליהו הנביא זאל פאר זיי ברענגען דעם קרבן פסח, אבער זיי האלטען זיך צו די צדיקים פונ'ם דור און גלייבען אז די צדיקים עסן פונ'ם קרבן פסח, איז אזוי ווי זיי וואלטען אליין געגעסען פונ'ם קרבן פסח. וועט איר דאך טראכטן אז איך מיין א רוחניות'דיגע שטיקל קרבן פסח, זאג איך אייך אז ניין, איך מיין באמת א גשמיות'דיגער שטיק פלייש פונ'ם קרבן פסח עסן די צדיקים.
ווייטער האט דער הייליגער דברי חיים פארציילט, מ'האט מיר דערציילט אז דער רבי ר' זושא זי"ע איז איינמאהל געווען פארשלאסן אין א שוהל און ער איז דארט אנטשלאפען געווארען, ווען ער האט זיך אויפגעכאפט און האט נישט געקענט ארויס, האט ער זיך אנגערופן "וועט דען זושא פאסטן" אזוי וויא רבי ר' זושא זי"ע האט דאס ארויס געזאגט האט באלט דער מלאך מיכאל איהם געברענגט א שטיק פיש פונ'ם לויתן און וויין פונ'ם "יין המשומר" ער זאל האבען וואס צו עסן. האט דער רבי ר' איציקל לאנצוטער דער חוזה מלובלין זי"ע געזאגט, אז דער מלאך מיכאל האט באמת געברענגט רעכטער יין, און א רעכט שטיק פיש, אזוי אויך צו די היינטיגע צדיקים פונ'ם דור, ברענגט מען א עכט שטיק פונ'ם קרבן פסח. אויב וועט איר פרעגען אז מיר זענען דאך "טמאי מתים", אזי דאך די הלכה אז "טומאה נדחה בצבור" ווען גאנץ כלל ישראל זענען טמא פון מתים מעג מען דעמאלט מקריב זיין דעם קרבן פסח אפילו מיר זענען טמא, זאלט איר וויסען אז מיר זענען יעצט אין ירושלים און מיר עסן פונ'ם קרבן פסח. און די אידן וואס גלייבען אין דעם זענען גלייך ווי זיי וואלטען אליין געגעסען, דאס אלעס האט דער הייליגער דברי חיים דערציילט ביים סדר איידער ער האט געגעסען דעם אפיקומן, זכותו יגן עלינו אמן.
אין הגדה מהר"י ט"ב ווערט צוגעלייגט, אז ווען דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט גענדיגט דאס צו דערציילען, האט ער זיך גענומען עסן דעם אפיקומן, אז יעדער וואס איז דארט געווען האט זיך געדאכט, אז ער זעהט ממש ווי דער דברי חיים עסט פונ'ם קרבן פסח.
הרה"ק מסטראפקוב זצ"ל (בעמח"ס דברי מנחם) האט מוסיף געווען אויף די מעשה, און האט דעמאלט ביי סדר געזעהן א פלא'דיגע זאך, ווען דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט דאס דערציילט, זענען געווען ביי סדר בערך זיבעציג אידן, און ווען דער הייליגער דברי חיים זי"ע, האט גענדיגט עסן דעם אפיקומן האט יעדער איינער משתוקק געווען, זוכה צו זיין צו באקומען שיריים פונ'ם אפיקומן וואס איז געווען צוזאמען מיט'ן קרבן פסח, און עס איז געווען א פלא אז עס איז אויס געקומען שיריים פאר אלע מסובין.
דערפאר הייסט די אפיקומן צפון ווייל אין די אפיקומן איז באהאלטן די קרבן פסח. מהר"י ט"ב

ווען דער הייליגער צאנזער רב, דער דברי חיים זי"ע, אז נאך געווען יונג איז ער אמאל געווען אין פעסט. האט מען אים מכבד געווען צו זיין דער מסדר קידושין ביי א חתן וואס איז נעבעך געווען א יתום פון ביידע עלטערן. פאר דער חופה, איז דער דברי חיים געזעסן און האט געלערנט, און ס'איז אים שווער געווארן א תוספות. ער האט זיך געמאטערט צו דערגיין פשט אין דעם תוספות, אבער אן ערפאלג. ער האט געהאט גרויס עגמת נפש, ווייל ס'איז נישט געווען דאס ערשטע מאל וואס ער לערנט דעם תוסופות און קיינמאל האט ער נישט געהאט קיין שוועריקייטן צו פארשטיין דעם תוספות. ער האט זיך געמיטשט איבער צוויי שעה צייט, ער איז אבער נאך אלץ נישט דערגאנגען דעם פשט. אינצווישן איז מען אים געקומען זאגן אז מען ווארט שוין אויף אים ביי דער חתונה. האט דער דברי חיים זיך אויפגעהויבן און איז געגאנגען צו דער קבלת פנים, אבער זיין מחשבה איז כסדר געווען אין יענעם תוספות. זיצנדיג ביי דער קבלת פנים. זענען ביי אים צוגעקומען נאך און נאך פעסטע קשיא'ס אויף דעם תוספות. און ער האט געשטוינט ווי די רייד פון תוספות ווערן אלץ שווערער און שווערער פון אלע זייטן, הלא דבר הוא! איז דעם דברי חיים אריין אין הארץ א געדאנק: אפשר טויג עפעס נישט דא ביי דער חתונה און מען וויל אים פון הימל עפעס מרמז זיין. רופט דער צאנזער רב צו דעם מחותן פון דעם כלה'ס צד און נעמט אים אויספרעגן פון וואנעט ער שטאמט, וויפיל קינדער ער האט וכו'. דער מחותן האט אויף אלץ געענטפערט. צוגעבנדיג אז ער האט געהאט נאך א קינד, אבער ווען עס איז אין שטאט געווען אמאל א פארפלייצונג, איז דאס וויגעלע, וואו דאס קינד איז געלעגן. אוועקגעשווימען און די פאליציי האבן געזאגט אז ער איז זיכער אומגעקומען. פרעגט אים דער דברי חיים צי ער האט געהאט עפעס א סימן אויף דעם קינד. ענטפערט ער, "יא, אויפ'ן אקסל האט ער געהאט א רויטן פלעק." קערט זיך דער צאנזער רב צום חתן און פרעגט אים צי ער ווייסט עפעס וועגן, זיינע עלטערן. ענטפערט ער, אז ער איז אויפגעצויגן געווארן אין א בית יתומים און ער הויבט נישט אן צו וויסן ווער זיינע עלטערן זענען געווען. האט דער דברי חיים זיך נאכגעפרעגט צי עס געפינט זיך אפשר דא א מיטגליד פון דער פארוואלטונג פונעם בית יתומים. איז באלד דאן צוגעקומען דער באאמטער. דער דברי חיים האט אים גענומען אויספרעגן וועגן דעם קינד און בתוך הדברים האט יענער געזאגט אז דאס קינד איז געראטעוועט געווארן פון א פארפלייצונג. ווי נאר דעד דברי חיים האט דאס געהערט, האט ער אריינגענומען דעם חתן אין א באזונדערער שטוב, האט אים געהייסן אויסטון זיין בעקישע און העמד. ער האט אויפגעציטערט ביים זען א רויטן פלעק אויף זיין אקסל... דער דברי חיים האט שנעל אריינגערופן דעם מחותן וועלכער איז ביים זען דעם סימן פון זיין זון, ארויפגעפאלן אויפ'ן האלז פונעם "חתן" מיט איבערראשנדע געוויינען פון פרייד. די סעודת החתונה איז פארוואנדלט געווארן אין א סעודת הודאה! דאן איז דער צאנזער רב דערגאנגען פארוואס ער האט נישט פארשטאנען דעם תוספות. ווייל פון הימל האט מען אים געוואלט אפהיטן פון חלילה חתונה מאכן א ברודער מיט א שוועסטער.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6804
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
דער מעשה האב איך דערציילט פאר איינעם און אישית.
עס איז גיווען א יוד ער האט גיהייסען ר' יוסף יודא גראסס, גיוינט לעבען קראלי, א סאנזער חסיד, און לא עלינו גיווען א חשוכי בנים.
ער האט קסיידער גימוטשעט סאנזער רב ער זאל איהם ציזאגען קונדער.
איינמאל גיט איהם סאנזער רב א זאג, אז ער קען איהם נושט העלפען אבער אויב ער וועט זוכה זיין זיך צי טרעפען מיט אליהו הנביא, ער וועט דיך קענען העלפען.
דער ר' יוסף יודא איז גיווען א גרויסער עושר, און קסיידער גיהאט א סאך אורחים ביי זיין טיש.
מאכט זיך דער ערשטער פסח נאכדעם וויא סאנזער רב האט איהם דאס גיזאגט, ער זוצט פסח נאכט ביים סדר, מיט אסאך אורחים, און איינער קלאפט טון טיר. מען עפענט דער טור אין דארט שטייט א גוי וואס קוקט אויס אוויא זיין שכן, אין ער זאגט אז ער האט עפעס וויכטיג מיט איהם צי רעדען.
דער ר' יוסף יודא, האט זיך גלייך דערמאנט פון סאנזער רב'ס ווערטער, און היות ער האט קיינמאל נישט גיהאט קיין שייכות מיט זיין שכן און דא פלוצלינג רוקט ער זיך אן צי שמיסען מיט איהם, האט ער גלייך פארשטאנען אז דאס איז נישט זיין גוישער שכן נאר דאס מיז זיין אליהו הנביא פארשטעלט.
ער זאגט פארען עולם צי ווארטען אין נעמט דעם גוי, כלומרשט, אריין אין א פריואטע צימער און פאנגט אן צי בעטען, רבי בענטש מיך. קודם האט דער גוי כלומירשט זיך נישט גיוואלט מגלה זיין, אבער דערנאך האט ער איהם גיזאגט אז ער איז אליהו און ער פרעגט איהם וואס ער וויל. האט איהם ר' יוסף יודא גיזאגט אז ער וויל 12 זיהן. האט איהם אליהו גיזאגט אז ער קען איהם נאר געבען 11 זיהן מיט איין טאכטער. אין כך הוה.
שפעטער יאהרן ווען די גראסס ברידערס, אויב איינער פון זיי איז גיווען און סאנז אין אויב דער דברי חיים האט גיוויסט דערפון, האט ער זיך נישט גישטעלט דאווענען ביז זיי זענען גיווען אין בית מדרש.
די פארצווייגטע קראלי גראסס משפחה אין ווילימסבורג זינען אייניקלעך פון די ברודערס.
די טאכטער האט גיהייסען געלע, און שיניווער רב האט זי זייער מחשיב גיוועזען. ער האט גיזאגט אז זי מעג נעמען קוויטלעך.
זי האט חתינה גיהאט צי איינעם חיים שלמה. אין זיי האבען גיהאט א זין יונה.
ר' יונה פולופ ע"ה האט גיהייסען נאך איהם. ר' יונהס באבע איז גיווען א טאכטער פון דעם ר' יונה.
מיין טאטעס טאטע איז אויך גיווען א זיהן פון דעם ר' יונה. (קומט אויס אז ר' יונה פולופ ע"ה איז מיר גיווען א צווייטע קאזין)

the SCY is the limit
אן ארימאן איז געקומען צום "דברי חיים" און זיך באקלאגט אז ער האט שוין א טאכטער אין די יארן, און ער האט גארנישט אויף חתונה הוצאות. האט אים דער צאנזער רב געשיקט צו א געוויסן גביר פון זיינע חסידים מיט אן המלצה בריוו אין וועלכן ער בעט אים צו געבן דעם איד א גרויסן סכום געלט. ווען דער גביר האט געליינט דעם בריוו און געזען די סומע וואס דער צאנזער רב פארלאנגט פון אים, האט ער זיך גענומען דינגען און גע'טענה'ט: דאס איז צו א גרויסער סכום, אפשר איז גענוג אביסל ווייניגער? דער ארימאן האט בשום אופן נישט געוואלט און אום געזאגט: דער הייליגער רב הייסט געבן דעם דאזיגן סכום. זיי האבן זיך געקריגט א שטיק צייט, און דער ארימאן איז אוועק מיט גארנישט. ווען ער איז צוריק געקומען קיין צאנז און עס דערציילט דעם דברי חיים, האט ער אים געגעבן אן אנדערן בריוו צו א צווייטן גביר אין אן אנדערע שטאט, און ווען יענער האט געליינט וואס דער צאנזער רב שרייבט אים, האט ער אים תיבף געגעבן דעם געפאדערטן סכום.
ווען דער ערשטער חסיד איז שפעטער געקומען צו פארן קיין צאנז האט אים דער הייליגער דברי חיים געפרעגט: פארוואס אין פרשת וישלח אויפן פסוק "ויאבק איש עמו" זאגט רש"י: "הוא שרו של עשו". און אין פרשת וישב אויפן פסוק "וימצאהו איש" זאגט רש"י: "זה גבריאל". ביי ביידע שטייט דאך נאר דאס ווארט "איש"
נאר האט אים דער דברי חיים אויסגעפירט אויב אן ארימאן קלאפט אין טיר און בעט מען זאל אים ארויסהעלפן, און יענער הייבט זיך אן צו ראנגלען און זיך מתווכח זיין און וויל נישט ארויסהעלפן, דער קען זיכער נאר זיין "שרו של עשו". אבער אויב דער גביר פרעגט: "מה תבקש", און העלפט אים ארויס, דער קען שוין זיין מלאך גבריאל.
(מושיען של ישראל)

דער הייליגער דברי חיים זצ"ל איז אמאל געקומען צו א סעודת מצוה וואו עס האבן אנטייל גענומען א סאך צדיקים. צווישן די צדיקים איז געווען הרה"ק ר"ר שמעון מיארוסלאוו זצ"ל, א תלמיד פון הרה"ק מלובלין זצ"ל, וועלכער איז שוין געווען אין די עלטערע יארן און האט שוין נישט אזוי גוט געזען. הערנדיג ווי דער צאנזער רב איז אנגעקומען, האט זיך דער צדיק אויפגעהויבן און זיך אנגערופן, "שלום עליכם מיין טייערער חיים". גלייך דערנאך האט ער זיך אנטשולדיגט, זאגענדיג אז דער צאנזער רב זאל אים מוחל זיין פארוואס ער רופט אים ביים נאמען, ערקלערנדיג אז זיין רבי פלעגט רופן ביים נאמען די אלע וואס ער האט ליב געהאט, איך האב אבער נישט זוכה געווען צו די מדריגה, נאר ווען עס קומט שבת, בין איך יא אין די מדרגה, און אזוי ווי היינט האב איך געשפלירט קדושת שבת, א ראי' האט איר אז ביים דאווענען האב איך געזאגט ברכות קריאת שמע מיט'ן ניגון פון אל ברוך גדול דעה, דעריבער שפליר איך מיך ביי די מדרגה צו רופן דיין נאמען...
הרה"ק מפשעווארסק זצ"ל פלעגט דערציילן אז דער שינאווער רב זצ"ל האט געזאגט פאר זיין פאטער ר' נפתלי אלימלך, אז אין פריערדיגען גילגול איז ער געווען "רבן גמליאל" און דער צאנזער רב איז געווען זיין זון "ר' שמעון בן גמליאל", מיט דעם אלעם ווען ער איז אריין געגאנגען צום פאטער צום צאנזער רב האט ער פריער דורך געלערנט הלכות כיבוד אב, אין צווייטע חלק יורה דעה, טראצדעם וואס אין פריערדיגען גילגול האט ער געמעגט זיין זיין טאטע, אבער איצט דארף ער מקיים זיין כיבוד אב...
צום צאנזער רבי'ן ר' חיים הלברשטאם איז אמאל געקומען צו גאסט א חשובער רב, בשעת קידוש האט דער רב באמערקט ווי דער צאנזער רבי מאכט קידוש אויף גאר א לייטישע אויסגעפיצטע זילבערנע בעכער, ממש א פראכט, דער רב האט זיך געוואונדערט וויסענדיג אז ר' חיים איז ווייט פון זיך צו פיהרן אויפן רייכן שטייגער.
בשעת דער צאנזער האט געפיהרט דעם טיש האט אים יענע רב א פרעג געטאן פון וואו קומט צו אים אזא טייערן הערליכן בעכער?
ענטפערט ר' חיים - איינער א גביר האט עס מיר געגעבן פאר זיין טויט, כדי איך זאל דערויף קידוש מאכן, דורך דעם זאל האבן זיין נשמה אן עליה.
אין א צייט ארום איז אויסגעקומען נאכאמאל דעם רב צו זיין ביי צאנזער רבי, און ער האט שוין מער נישט געזעהן יענעם טייערן גאלדענעם בעכער.
רבי - וואונדערט זיך יענע רב וואו איז יענע טייערע בעכער?
ענטפערט ר' חיים - א פיינער איד אן ארעמאן, האט געדארפט חתונה מאכן א קינד, האב איך אים אוועק געגעבן דעם שיינעם בעכער, ער זאל עס פארקויפן, און האבן געלד מיט וואס חתונה צו מאכן.
וואונדערט זיך די רב - מעג מען דען טאן אזא זאך, עס איז דאך דא א מצוה צו איינהאלטן די צוואה פון א מענטש וואס האלט שוין פארן שטארבן, און ער האט דיך עס געגעבן נאר אויף דעם תנאי אז דו זאלסט מאכן קידוש דערויף.
האט אים די רבי גענטפערט - איר קענט זיין רואיג, אויך דער נפטר וועט צו דעם מסכים זיין, ווייל צו וואס האט ער פאר מיר געהייסן געבן דעם בעכער, כדי זיין נשמה זאל האבן אן עליה. ער מעג דעריבער גאנץ זיכער, אז מיט דעם וואס איך האב ארויסגעהאלפן א ארימאן אין זיין נויט, וועט דערפון זיין נשמה האבן א גרעסערע עליה ווי איך וואלט קידוש געמאכט אויף דעם בעכער.

א תושב פון צאנז איז אמאל געקומען קיין דאמבראווע, פרייטיג צונאכט'ס ביים טיש פון הרה"ק רבי משה מדאמבראווע ז"ל, האט דער תושב שארף גערעדט אקעגן רבי משה ראזדאווער ז"ל, דערציילענדיג אז דער צאנזער רב זצ"ל האט אמאל געזאגט תורה און זיך אנגערופן נאך די תורה "דאס איז אן אמת ווארט". האט זיך אנגערופן ר' משה ראזדאווער ז"ל וועלכער איז דערביי געזעסן, מ'זאגט דאך נאך אין נאמען פון בעש"ט, והנה אמת נכון הדבר, ווען איינער זאגט אויף זיין דברי תורה אליין אז דאס איז אמת, דאן איז א סימן אז נעשתה נארישקייט הזאת. ווען ר' משה דאמבראווער ז"ל האט געהערט די מעשה האט ער דאס נישט געוואלט גלייבן.
דאס קומענדיגע מאל ווען ער איז געפארן קיין ראזדאוו האט ער איבערגעפרעגט דעם רבי’ן צי די מעשה איז ריכטיג, האט דער רבי געענטפערט, "גוט האסטו געטון אז דו האסט געפרעגט צי ס'איז יא אמת און נישט אמת, כ'האב געזאגט אז מ'זאגט אזוי נאך פון בעש"ט, אבער ווי עס שיינט האט דאס דער בעש"ט קיינמאל נישט געזאגט, ווייל ווען יא וואלט דער דברי חיים נישט אזוי געזאגט"...

כ"ק אדמו"ר מפשווארסק ז"ל פלעגט נאכזאגן אין נאמען פון הרה"ק ר' חנה קאלשיצער ז"ל, אז דער צאנזער רב זצ"ל פלעגט זאגן, אז דער וואס ווארט פונקטליך זעקס שעה צווישן בשר און חלב איז א נאר. אויך פלעגט דער צאנזער רב זאגן אז פון טאג אויף נאכט דארף מען ווארטן נאך ווייניגער. פון שינאווער רב זצ"ל ווערט נאכגעברענגט אז ער פלעגט ווארטן פינף שעה און נאך אייניגע מינוטן. (זעלבט פארשטענדליך אז יעדער דארף זיך פירן כמנהג אבותיו) פון גארליצער רב זצ"ל ווערט נאכגעברענגט, אז דער וואס קוקט אויפן זייגער ווען די זעקס שעה וועלן זיך ענדיגן איז א רעבתן, "ס'טייטש האסט איצט גענדיגט צו עסן און שוין קוקסטו ווען דו וועסט ווייטער קענען עסן"...
ווידער אין ספר תהילות חיים דערציילט כ"ק אדמו"ר מבאבוב ז"ל, אז דאס וואס דער צאנזער רב האט נישט געווארט זעקס שעה איז בלויז ווען ס'איז געווען פון טאג אויף נאכט. אויך ווערט דארט דערציילט אז אזוי ווי דער ערשטער באבוב'ער רב הרה"ק ר' שלמה ז"ל איז געווען אן איידעם אין קאמינקא, וואו מ'פלעגט יא ווארטן זעקס שעה, האט ער זיך אויך געפירט צו ווארטן גאנצע זעקס שעה.
דער קאלאשיצער רב ז"ל האט געזאגט אז ער האט געהערט פון זיין זיידן הרה"ק משינאווא זצ"ל, אז עס ווערט געברענגט אז אלע אידן עד סוף כל הדורות זענען מרומז אין שירת האזינו, האט דער שינאווער רב אויסגעפירט, אז ער איז מרומז אין די ווארט תמ"ם. די שינאווער חסידים האבן צוגעלייגט אז דאס איז מרמז אויף די דריי הלכה'דיגע מחלוקת וואס דער שינאווער רב האט געהאט מיט זיין טאטן דער דברי חיים זצ"ל. ת' איז תפילין, וואס דער צאנזער רב האט געהאלטן אז דאס וואס חז"ל זאגן אז מ'קען לייגען צוויי תפילינ'ס אויפן קאפ, איז אין די ברייט, און דער שינאווער רב האט געהאלטן אז נאר אין די לענג איז דא פלאץ פאר צוויי תפילינ'ס. אויך איבער די קשר פונעם של ראש איז געווען א מחלוקה. מ' איז מרמז אויף מ'ילה, וואס אויף דעם איז אויך געווען א מחלוקה (עיין שו"ת דברי חיים ח"ב סי' קי"ד – קי"ט), און די ם' איז מרמז אויף מ'זוזה, דער דברי חיים האט געהאלטן אז די מזוזה דארף ליגן אזוי הויך ווי די אקסלען, און דער שינאווער רב האט געהאלטן אז עס דארף זיין ביי די דריטל פון טיר...
. הרה"צ רבי ארון פון קראקא (זון פון דעם מאור ושמש זי"ע פלעג פארן אויף ראש השנה קיין צאנז. איינמאל האט דער הייליגער צאנזער רב ביי דער סעודה פון דער ערשטער נאכט ראש השנה זיך געבייזערט אויף דער קהילה אז זיי פירן זיך נישט ווי עס געהער, און ער האט שארף געווארנט אז זיי וועלן ליידן צרות אלס עונש אויף זייער התנהגות. רבי ארון האט זיך געוואונדערט, "עס איז דאך ראש השנה און אידן דארפן מען זאל אויף זיי מעורר רחמים זיין פארשריבן צו ווערן לשנה טובה ומתוקה. איז היתכן גאר צו שרייען און מקטרג זיין אויף זיי אין דער צייט".
דער צאנזער רב האט תופס געווען זיין מחשבה, און נאכ'ן פארענדיגן זיינע שטראף רייד, קערט ער זיך צו רבי ארון און זאגט, "דוד המלך האט מחבר געווען דעם תהלים, און ווער עס דארף א ישועה עפנט דאס תהלים'ל און גיסט דערמיט אויס דאס הארץ פאר'ן באשעפער, און די פסוקים פון תהלים העלפן אים פועלין אלץ גוטס. איז א פלא, ווען מען קוקט אריין אין די קאפיטלעך פון תהלים, זעט מען אז פיל פון זיי באשטייען פון קללות אויף די רשעים וואס האבן גע'רודפ'ט און געפייניגט דוד המלך צי די אידן. און מיט אט די קללות פועל'ט מען ישועות פאר אידן".
דאן האט רבי ארון איינגעזען אז אויך דער דברי חיים מיט זיינע שטראף-רייד האט מעורר רחמים געווען אויף אידן.

די גמרא זאגט אין מסכת סוכה (כ"ט ע"ב) תשבו כעין תדורו, אוכל ושותה ומטייל בסוכה. מען דארף זען אז די וואוינונג אין סוכה זאל זיין ווי א גאנץ יאר, עסן, טרינקען און אפילו שפאצירן אין דער סוכה.
זאגט דער הייליגער צאנזער רב זצ"ל, אז ראש השנה און יום כיפור האט דער אויבערשטער געגעבן צו די אידן זיי זאלן מקבל זיין אויף זיך צו טוהן און מקיים זיין אלע מצוות פון אויבערשטן און נישט זינדיגן, און נאך דעם ווי מען האט אונז שוין באפוילן אויף די אלע ימים טובים, האט די תורה אנגעזאגט וועגן די מצוה פון סוכה, אז מיר זאלן זיך באהעפטן מיט דעם אויבערשטן דורך גשמיות'דיגע זאכן, ווי עסן, טרינקען און שפאצירן אין דער סוכה, ווייל סוכות איז די עיקר כוונה צו ווייזן אז מיר דינען דעם אויבערשטן מיט גשמיות'דיגע זאכן, למשל, די סוכה איז פון האלץ און די סכך קומען פון "פסולת גורן ויקב".
(דברי חיים)

ס'איז געוועהן א דינאווער חסיד וועלכער האט ל"ע שווער געליטן ביים אטעמען. ער איז געפארן קיין וויען צו גרויסע דאקטוירים, און זיי האבן פעסטגעשטעלט או ער האט ל"ע אן אינפעקציע, אייטער האט זיך אנגעזאמלט אין די לונגען, און די קראנקייט איז ליידער אומהיילבאר. פארנדיג אהיים פון וויען, האט דער איד אפגעטרויטן אין צאנז און געפרעגט דעם הייליגן דברי חיים זי"ע צי ער מעג עסן מרור, ווייל דער דאקטער האט אים אנגעזאגט אז ער וועט זיך דערביי אייינשטעלן דאס לעבן. זאגט אים דער דברי חיים, "מרור איז דאך א מיכלא דאסוותא. (א מאכל וואס היילט) עס שאדט נישט, מעגסט עסן א כזית." דער איד האט נישט געפונוען קיין מוט צו מאכן א באמערקונג פאר'ן דברי חיים אז ער האט לכאורה געמאכט א טעות, ווייל דער זוהר הקדוש רופט אן בלויז מצה א מיכלא דאסוותא. דער איד האט פארלאזט דעם צימער און ביי זיך אנגעקלערט, אז היות דער צאנזער רב האט געבויט זיינע ווערטער אויף דעם סמך אז מרור איז א מיכלא דאסוותא, און באמת געפינט זיך נישט אזא מאמר, על כן טאר ער נישט עסן מער ווי א משהו. און אזוי האט ער טאקע געטון, ביים סדר האט ער גענומען א קליין שטיקעלע מרור און געגעסן. אבער ווען ער האט דאס אראפגעשלינגען, האט אים אנגעהויבן צו ברענט און ער האט געקייכט און זיך געשטיקט ל"ע. עס זענען דורכגעלאפן א פאר סעקונדן און ער האט נישט געקענט כאפן דעם אטעם. פילנדיג אז דאס חיות לאזט זיך אים אויס, האט ער זיך מיישב געווען, זאל ער כאטש גומר זיין די לעצטע מצוה בשלימות בכדי זיין נשמה זאל זיך אויסהויכן מיט א מצוה. ער האט געכאפט א כזית מרור און עס אריינגעשטיפט אין מויל, צוקייעט, און מיט אלע כוחות אראמגעשלינגען. דא האט זיך ערשט אנגעהויבן די יסורים. זיין פנים איז געווארן פלאמיג-רויט. ער האט זיך געווארפן און געהוסט מיט שרעקליכע געשרייען. און מיט אמאל האט ער אנגעהויט צו ברעכן. ער האט אויסגעבראכן עסנווארג, און דערנאך אייטער. ווען ער האט געענדיגט ברעכן, איז ער, אן אויסגעמאטערטער, איינגעזונקען אין א טיפן שלאף. מען האט געשיקט רופן א דאקטער וועלכער איז שנעל געקומען צו לויפן. דער דאקטער האט נישט געלאזט אויפוועקן דעם חולה, נאר ער האט געהייסן מען זאל אים ווידער רופן ווען דער חולה וועט אויפקומען. צומארגנס אינדערפרי, ווען דער חולה האט זיך אויפגעוועקט, האט מען געשיקט נאכ'ן דאקטער. ער האט אונטערזוכט דעם חסיד, און האט געפונען אז זיין צושטאנד האט זיך פארבעסערט און ער איז ארויס פון געפאר פון זיין קראנקייט. דאס גאנצע פארגיפטיטער אייטער איז פון אים ארויס און ער אטימט פיל לייכטער. דאן האט דער חסיד איינגעזען אז דער הייליגער דברי חיים האט גארנישט געמאכט קיין טעות, נאר דער מרור איז טאקע געווען א מיכלא דאסוותא, א רפואה שלימה פאר אים. ער איז אינגיכן געווארן געזונט כאחד האדם.
די גמרא זאגט אז דער אויבערשטער האט פאראויסגעזען אז המן וועט אנטראגן געלט פאר אחשורוש אפצוקויפן די אידן, און דעריבער האט דער אויבערשטער פון פריער געהייסן אידן געבן די האלבע שקלים, כדי די דאזיגע שקלים זאלן צושטערן המן'ס שקלים. פון דא זעט מען אז טיילמאל ווערט א ישועה צוגעגרייט פון פריער.
א זון פון א גרויסן עושר אין וויען איז געווארן ל"ע קראנק, און די דאקטוירים האבן אים אויפגעגעבן.
אויף די עצה פון גוטע פריינט, איז דער עושר אריינגעפארן קיין צאנז, און דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט אים געהייסן געבן 500 קראנען, א הון רב. דער גביר האט באלד אוועקגעלייגט דאס געלט, און דער דברי חיים האט אים אנגעוואונטשן און געהייסן אהיימפארן.
דער שינאווער רב, וועלכער איז דאן געווען אין צאנז, האט זיך גע'חידוש'ט אז זיין פאטער, דער צאנזער רב, האט אפילו נישט געפרעגט דעם נאמען פונעם חולה כדי ער זאל מתפלל זיין אויף אים ביים נאמען ווי עס פירט זיך.
נאך א פאר וואכן, איז דער עושר געקומען קיין צאנז באדאנקען דעם דברי חיים פארין אויס'פועל'ן א רפואה שלימה. ער האט זיך אויסגעדרוקט, "איך האב געוואוסט אז ס'איז דא א בעשעפער אין הימל, אבער איך האב נישט געוואוסט אז דער באשעפער האט א פארשטייער אין צאנז".
ביי דער געלעגנהייט, האט מען געפרעגט דעם דברי חיים, פארוואס ער האט איבערהויפט נישט געפרעגט דעם נאמען פונעם חולה. דער דברי חיים האט געענטפערט, אז יענעם פרימארגן ווען ער איז געגאנגען אין מקוה, איז ער געווען באזארגט, ווייל ער האט זיך גענויטיגט אין 500 קראנען צו געבן דעם רבי'ן ר' אלימלך'ס אן אייניקל וועלכער איז געקומען נאך געלט. ער האט אינזינען געהאט א תפלה בשעת'ן טובלין זיך, אז אויב עמיצער וועט היינט קומען נאך א ישועה און וועט אים געבן דאס געלט, זאל ער געהאלפן ווערן מיט זיין בקשה. דעריבער איז ער געווען בטוח אז דער עושר וועט האבן זיין ישועה, און ער האט נישט געדארפט מתפלל זיין אויף אים שפעטער מיט'ן נאמען פונעם חולה.

דער הייליגער דברי חיים איז אמאל געפארען קיין "וויען" זיך היילן ביי דאקטורים, אינאיינעם מיט זיין זון הרה"ק רבי ברוכ'ל גארליצער זי"ע. דער צאנזער רב האט מיטגענומען א סכום געלט עס זאל זיין גענוג אויף אלע הוצאות פון די דאקטורים, די אכסניא, א.א.וו. אינמיטן וועג איז ארויף געקומען אויפן וואגן צוויי אשכנזי'שע אידן וואס זענען געווען אייניקלעך פונעם נודע ביהודא. דער גארליצער רב האט נישט געקלערט אז זיי גייען נאך געלט ווייל זיי האבן אויסגעזען ווי עשירים. אינמיטן שמיעס האבן די צוויי אידן געזאגט פארן דברי חיים אז זיי גייען נאך געלט פאר פדיון שבוים. ווי דער דברי חיים האט דאס דערהערט האט ער ארויס גענומען זיין גאנצע געלט וואס ער האט מיטגענומען און עס געגעבן פאר זיי.
ווען דער דברי חיים איז אנגעקומען קיין וויען, האט דער גארליצער רב געבעטן פונעם פאטער ער זאל אים געבן געלט ווייל ער דארף גיין דינגען א "גאסט הויז" ווי איבערצונעכטיגן. האט דער דברי חיים אים געענטפערט: איך האב נישט קיין איין פרוטה.
ווייל רבי יחזקאל'ס [דער צאנזער רב האט גערופען דעם נודע ביהודא בלשון חיבה, "רבי יחזקאלע] אייניקליך האבן צוזאמען גענומען געלט פאר פדיון שבוים.
דער גארליצער רב האט נישט געוואוסט וואס צו טוהן. זיי זענען דא אין א פרעמד לאנד אן א פרוטה געלט ווי זאל ער קודם גיין? זענען זיי אריין אין דארטיגן בית המדרש. דער דברי חיים האט זיך געזעצט לערנען מיט גרויס דביקות, און דער גארליצער רב איז געגאנגען זיכען אויב ער וועט טרעפן עפעס א איד וואס וועט אים וועלן בארגען געלט.
אינמיטן לערנען איז אריין געקומען אין בית המדרש א רייכער איד וואס האט דארט געוואוינט און האט דערקענט דעם צאנזער רב אז ער האט מיט אים געלערנט אין די יונגע יארן אין לייפניק ביים דברי חיים'ס שווער דער ברוך טעם. איז ער צוגעגאנגען און געזאגט: שלום עליכם "חיים". דער דברי חיים האט אים באלד דערקענט און האבן אנגעהויבן צו שמיעסן פון אלטע זכרונות. אינצווישן האט דער איד געפרעגט וואס ער זיכט דא אין וויען, האט דער דברי חיים געענטפערט: איך בין געקומען אהער זיך היילן ביי די דאקטורים, אבער אינמיטן וועג זענען געקומען רבי יחזקאל'עס אייניקלעך נאך געלט פאר פדיום שבוים האב איך אלעס אוועק געגעבן, איז מיין זון יעצט געגאנגען זוכען ביי איינעם צו בארגען געלט. דער איד איז מורא'דיג נתפעל געווארען פון די געוואלדיגע מדת הצדקה פונעם צאנזער רב אז ער האט אוועק געגעבן זיין לעצטע ביסל געלט, האט ער אים געגעבן א גרויסן סכום געלט וואס איז געווען גענוג פאר אלע דאקטורים און אפילו אויף שפעזן אהיים.
שפעטער ווען דער גארליצער רב איז צוריק געקומען מיט א קליינעם סכום געלט, האט ער געזען ווי דער דברי חיים האט שוין איבערגענוג געלט, האט ער געפרעגט: טאטע ווי אזוי איז אהער געקומען אזא גרויסער סכום געלט? האט אים דער צאנזער רב געענטפערט: וואס מיינסטו, אין וויען איז דער באשעפער נישטא?

דער דברי חיים דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט זיך פירן יעדן טאג נאכ'ן ראווענען, צו פירן טיש מיט די חסידים. ער פלעגט שמועסן מיט זיי וועגן ענינים פון עבודת ה'. אנווארעמען זייערע הערצער און זיי אויפהייבן העכער און העכער, מיט א שטארקן רצון צו דינען דעם רכש"ע מיט'ן גאנצן הארץ. איינמאל מיטוואך ביים טיש, האט ער גערעדט וועגן די גרויסע קדושה פון שבת. ווי דערהויבן זי איז, ווי זי איז העכער פון אלע טעג און ווי די מצוה פון שבת וועגט קעגן אלע מצוות פון די גאנצע תורה.
און וואונדערליך , וואס איז פלוצלינג געשעהן ? דער גאנצער עולם חסידים האבן נאך רעם טיש, גענומען די שבת'דיגע מלבושים און געגאנגען אין מקוה, מיינענדיג אז ס'איז טאקע ערב שבת, אנקומענדיג צו די מקוה, און זעענדיג אז די טיר איז פארשפארט האבן זיי זיך דערמאנט אז ס'איז ערשט מיטוואך און נישט ערב שבת.
אזא שטארקע רושם האבן דעם רבי'ן'ס ווערטער געהאט אויף זיי, און אזוי גרויס איז געווען זייער גלוסטעניש צום הייליגן שבת.

נעבן די הויז פון הייליגן צאנזער רב זי"ע איז געשטאנען אמאל ערב שבת אן ארימע אלמנה, און געוואלט פארקויפן עפל לכבוד שבת, א שווערע קויש פול מיט עפל האט זי געהאלטן און אויסגערופן : "גוטע עפל צו פארקויפן פאר ביליג ! ביליגע גוטע עפל !"
זי שטייט און רופט און רופט און רופט, אבער קיינער פון די דורכגייערס מאכט זיך אפילו נישט וויסנדיג און קוקט זיך נישט אום אויף איר.
די פרוי איז צובראכן, זי הייבט שוין אן צו וויינען, עס איז ערב שבת קודש, איר הויז איז נאך ליידיג, קיין שום מאכל אויף שבת האט זי נאכנישט געקויפט. זי האט געטראכט צו פארדינען אפאר רובל פון די עפל און קענען ארייננרענגען דעם הייליגן שבת אין שטוב, אבער אומזיסט.
זי האט נאך קיין איין גולדן נישט פארדינט. איר טאש איז ליידיג, איר הויז איז ליידיג און איר קול איז צוקלאפט פון צער, וואס פארא טעם וועט דער שבת האבן אין איר הויז?
דער צאנזער רב זי"ע האט דורכן פענסטער דערהערט די צובראכענע געוויין פון די ארימע פרוי.
ער גייט ארויס און פרעגט איר: "וואס איז געשעהן ?" "רבי", כליפעט די אידענע, "דער טאג איז שוין באלד אריבער, דער שבת איז שוין אט, אט, דא, און איך האב נאכנישט געלייזט קיין פרוטה איינצוקויפן צרכי שבת פאר מיינע קינדערלאך."
"פארוואס קויפן נישט די מענטשן ?" פרעגט דער צדיק. "זיי זאגן אז די עפל זענען נישט קיין גוטע" ענטפערט צובראכן די אידענע.
האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע זיך אוועקגעשטעלט נעבן די קויש עפל און אנגעהויבן אויס צורופן : "גוטע עפל ! גוטע עפל !" אין די מינוט זענען צאמגעלאפן אל עולם מיט מענטשן. יעדער האט געקויפט עפל ביים רבי'ן און נאך באצאלט דאפלט און אפילו דריי מאל אזויפיל ווי דער פרייז.
אין אפאר מינוט איז דער קויש געווען אויסגעליידיגט, און די אידענע האט שוין געהאט גענוג איינצוקויפן א ברייטן רחבות'דיגן שבת.
דער צדיק האט איר בארוהיגט : זעסטו שוין, זעסטו, די עפל זענען טאקע גוטע, די מענטשן האבן נאר נישט געוואוסט ,"

הרה"ק ר' דוד מקשאנוב זי"ע דער זון פון הייליגען צאנזער רב זי"ע האט אלץ קינד איינמאל ביים טרינקען א קאווע געבעטן מען זאל אים געבען א צוקער צו די קאווע, האט אים זיין טאטע דער הייליגער דברי חיים געזאגט: וואס מיינסטו מען קען נישט טרינקען אן צוקער? זייט דעמאלט האט ער מער קיינמאל נישט געטרינקען קיין קאווע מיט צוקער זיין גאנץ לעבן... צוליב כיבוד אב.
(גדולת יהושע ח"א אות י"ז)
(גדולת יהושע ח"א אות י"ז)
און אין ספה"ק פתחא זוטא הלכות סוכה צייכענט ער צי א תוס' אין מסכת מועד קטן דף ט' ע"ב, וואס פון זיינע ווערטער זעט אויס אז מצות עשיית סוכה איז פון די מצוות וואס מ'קען נישט מאכן דורך א צווייטן, נאר מ'מוז עס אליין מאכן מיט די אייגענע הענט, און ס'איז דארט א נפק"מ להלכה ועיי"ש.
אין ספר דרכי חיים ווערט געברענגט אז דער צאנזער רב זי"ע פלעגט ערב יום טוב אליין ארויפלייגן די סכך אויף די סוכה.

ביים צאנזער רב זי"ע האט מען געזען דעם לעצטן יאר זייער אסאך אינטערסאנטע זאכן וואס האבן מרמז געווען אויף זיין פטירה, אין איינער פון די טעג סוכות איז אראפ געפאלן די לולב פון זיינע הענט און די בלעטער זענען געווארן צושפרייט, און דער גאנצער עולם האט אויסגעשטרעקט זייערע האנט מיט די לולבים, אבער ער האט עס נישט געוואלט נעמען, און האט זיך נישט געקענט בארואיגן, שפעטער אינמיטן יאר ווען ער איז אוועק האבן די חסידים אריינגעטייטש אז דאס איז געווען א רמז אויף זיין פטירה, ווי ס'שטייט אין די ספרים הקדושים אז לול"ב איז בגימטרי' חיי"ם, און דעריבער האט ער זיך נישט געקענט בארואיגן פון דעם.
איינמאהל ערב סוכות האט זיך דער צאנזער רב זכותו יגן עלינו געקערט צו זיינע קינדער (און אויך צו זיין אייניקל דער ערשטער רב ז"ל) אז וויבאלד ערב סוכות איז מען דאך מחויב צו געבן א סאך צדקה און דאס איז די שיינקייט פון די סוכה, ווייל די ערשטע נאכט סוכות איז דאך די אושפיזא (דער הויפט גאסט) אברהם אבינו ע"ה וואס זיין מדה איז דאך חסד, דארפן מיר געבן א סאך צדקה כדי מיר זאלן זוכה זיין צו האבן אין אונזער סוכה דער עמוד הצדקה והחסד אברהם אבינו עליו השלום .
דעם דאזיגן ערב סוכות האט שוין דער צאנזער רב געהאט פארטיילט אכטצעהן הונדערט גאלדענע רענדלעך, נאך חצות האט דער צאנזער רב שוין גארנישט קיין געלט געהאט, דער צאנזער רב האט געפילט אז ער האט נאך נישט יוצא געוועהן עס האט אים געקאכט זיין הארץ מקיים צו זיין נאך צדקה וחסד ער האט אבער נישט געהאט פון ווי.
צו מזל האט דער צאנזער רב באמערקט ווי די אתרוג סוחרים זענען פארביי געגגאנגען זיין הויז, האט זיי דער צאנזער רב אריינגערופען אין שטוב און האט זיי געזאגט, אוודאי געפינט זיך ביי אייך יעצט געלט פון די אתרוגים מסחר, איך בעט אייך בארגט מיר דאס געלט איך דארף יעצט דאס געלט פאר נאך נוי סוכה ( צו באשיינען די סוכה, וואס דאס מיינט מען צדקה) איך וועל אייך דאס צוריקצאלען ביי א געלעגענהייט די סוחרים האבען איבערגעגעבין דאס געלט און דער צאנזער רב האט עס תיכף צוטיילט פאר די ארימעלייט.
(זמירות לעטר פתורא, עמוד קנ"ד)