רבי לוי יצחק שניאורסאהן ז"ל
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי לוי יצחק שניאורסאהן ז"ל
היינט איז דו יא''צ פון הגה''ק המקובל ר' לוי יצחק שניאורסאהן זי''ע דער פאטער פונ'עם לעצטיגען לויבאוויטשער רבי זי''ע אן א נעפיו פונ'עם רש'ב פון לויבאווטש. ר' לוי יצחק איז געווען א נחבא אל הכלים בעיקרו. א גרויסן מתמיד בתורה וואס רוב שעות היום איז געווען כולו מוקדש לתורה. עוסק געווען גאר א סאך און תורת הקבלה - און איז נחשב געוועזן אל'ס א מקובל. דער רבי דער רש''ב פון לויבאוויטש האט עם גאר געשעצט און פלעגט זיך כסדר שואל עצה זיין מיט עם אדער עם איבער געבן דברי שליחות. דו איינציגסטע פאטאגראף וואס עס דא פון עם איז געמאכט געווארן בע''כ דורך דו רשעים דו קאמאניזען בשעת ווען מ'האט עם געפאניקט לעין שיעור וערוך. בערוב ימיו בשכבו על ערש דוויי האט ער שוין קאם קאם גירעדט און געווען באפיסת כוחות ממש. און זיין לעצטען טאג יי פלא - האט ע געפענט דו אויגען און גבעטן א טעפיל וואסער און בשעת'ן וואשען דאס הענט האט ער געזאגט: 'מ'דארף זיך צו גרייטען אריבער גיין אויף יענער וועלט' - וכך בטהרה האט רבי לוי יצחק אוועק פון וועלט.
- אגב, משום מה מיין איך אז כהיום הזה און לויבאוויטש איז ר' לוי יצחק (דעם רעבינס' פאטער) נישט אזא גרויסע מ'ד. היינו, מרעדט נישט פון עם א סאך. יאך מיין אז ס'איז אזא שיטה ביי זיי. בכל אופן ס'איז ביי מיר א ווינדער. זיין זוהן כ''ק דעם לויבאוויטשער רבי זי''ע האט יא גרעדט פונ'עם טאטן אדער נישט אזו סאך?

כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
הישועות בו מקיפות
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm
שטארק זיך,
מיר האבן אן אשכול איבער אדמו"ר הרמ"ש מליובאוויטש וועלכע האט בעזהשי"ת כלל נישט געבלאנזשעט, מיר האבן ב"ה דא א ציבור מסלתה ומשמנה וועלכע פארשטייען אז דא איז מקום גלוי לרוחב הציבור החרדי און קיין שום מיינונגס פארשידנהייטן ערלויבט נישט פוגע בכבוד צו זיין אין אנדערען חבר אדער ווער רעדט נאך פון א גאנצער עדה ערליכע אידן, אפגעזעהן וואס יענעמס מיינונג איז אין פארשידענע אנגעלגענהייטן.
הרב ישועה,
די ירחי כלה פון חב"ד איז על שמו ולע"נ פון ר' לוי"ק ווי געמאלדן אין אלע פלאקאטן ואידך פירושא זיל גמור.

דער גבאי האט רעכט, איך האב געזעהן די פלאקאטן אין די הרי הקטסקילס מיטן בילד פון ר' לוי'ק , דא אין מיי-צדיק איז דא עטליכע בילדער פון זיין ציון אין אלמא-אטא אין די געגנט פון קאזאקסטאן, ווי ער איז נפטר געווארן אינמיטן די קריג ביום א' אב תש"ד.
וואס ישועה'לע פארקויפט דא אז אין חב"ד איז ער נישט אזוי מפורסם, קודם איז דאך פשוט אז ער איז נישט א חלק פונעם שושלת היות ער איז געווען א רב ומח"ס און א חסיד פון ש"ב הרש"ב מליובאוויטש, דער שפעטסטער ליובאוויטשער רבי האט געירשנט דאס אדמורות פון זיין שווער דער ריי"צ והדברים פשוטים.
אבער חוץ דעם איז עס סתם א געבלאזענע באבקעלע, די שליחות פון חב"ד האט עטליכע אפטיילונגען אין קאזאקסטאן מיט פארשידענע על שמו, זעה באריכות דא און אזוי אויך ווערט דער יארצייט אפגעהאלטן בכל אתרי חב"ד קוקט לדוגמא דא.

- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
- לאקאציע: ארץ פלסטינה
דא וועט איר זען זייער אינטערעסאנט באשריבן קורות ימי חייו.-ובפרט אין גלות-
ווי עס קוקט אויס פון דעם איז ער געווען א אדם גדול מאוד.
http://www.chabad.info/chabadpedia/inde ... 7%95%D7%9F

מער איבער דעם ליובאוויטשער רבי'נס ברודער, ר' ישראל אריה לייב בהה"צ ר' לוי יצחק שניאורסאהן זעהט דא
נחמן נתן האט געשריבן:לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ איז דער רבי לוי יצחק א אפשטאמיגער פון קאפוסטע חסידים, ווייסט איינער דערפון?
היה מגדולי חסידי הרש"ב, והיה מהשלשה רבנים היחידים שהיו לליובאוויטש, שאר הרבנים הגדולים שהאירו את רוסלאנד ורומעניע היו קאפוסט ובאברויסק
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום דינסטאג אוגוסט 11, 2009 9:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין ליובאוויטש האט מען לאו דוקא געמאכט אן עסק פונעם רבינ'ס פאטער ר' לוי יצחק, אבער ס'איז א דבר פשוט אז בשעת ס'איז געווען כ' מנחם אב ביום ההילולא שלו האבן חסידים פארבראכט צוזאמען, און נאך איידער די הילולא בימים הסמוכים והקרובים אליו האבן חסידים געחזר'ט א מאמר פונעם רבי'ן בנוגע די הילולא, וואס עפ"י רוב איז דאס געווען פארבונדן און געבויעט אויף די פעולות און מאמרים ובפרט הערות אין חסידות וואס דער רבי'נס פאטער האט מעיר געווען.
בשנת תשמ"ה האט דער רבי געהייסן דרוקן זיינע כתבים וועלכע זענען געדרוקט אין דריי בענדער ליקוטי לוי יצחק און תורת לוי יצחק

בן בוזי האט געשריבן:אין ליובאוויטש האט מען לאו דוקא געמאכט אן עסק פונעם רבינ'ס פאטער ר' לוי יצחק, אבער ס'איז א דבר פשוט אז בשעת ס'איז געווען כ' מנחם אב ביום ההילולא שלו האבן חסידים פארבראכט צוזאמען, און נאך איידער די הילולא בימים הסמוכים והקרובים אליו האבן חסידים געחזר'ט א מאמר פונעם רבי'ן בנוגע די הילולא, וואס עפ"י רוב איז דאס געווען פארבונדן און געבויעט אויף די פעולות און מאמרים ובפרט הערות אין חסידות וואס דער רבי'נס פאטער האט מעיר געווען.
בשנת תשמ"ה האט דער רבי געהייסן דרוקן זיינע כתבים וועלכע זענען געדרוקט אין דריי בענדער ליקוטי לוי יצחק און תורת לוי יצחק
און וויפיל איך געדענק פון לערנען דעם רמ"ש'נס מאמרים, פלעגט ער בעפאר די הילולא רעדן פונעם פאטער, און יעדעס מאל וואס ער האט איהם דערמאנט, האט ער איהם דערמאנט מיט'ן טיטול 'דער בעל ההילולא'.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
עס איז מיר א חידוש אז קיינער האט נאך נישט געשריבן אז ער איז געווען רב פון שטאט יעקאטרינאסלאוו. (די ערשטע און דריטע אלף איז מיט א פתח און די מיטלסטע מיט א קמץ) ער האט פריער געוואוינט אין דניעפראפעטראווסק (איר קענט דאס נאכזאגן?...), און דארט איז זיין זוהן הרמ"ש געבוירן, אבער שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס שטאט'ס רב אין יעקאטרינאסלאוו.
ער איז געוועהן גאר א גרויסער מענטש, א געוואלדיגער עובד ה', און גאר א גרויסער בעל מדריגה, און נאך די פטירה פונעם רש"ב זענען געוועהן א קליינער טייל חסידים וואס האבן אפילו גע'טענה'ט אז מען זאל אים אויפנעמען אלס ממלא מקום, כאטש ער איז נישט געוועהן א זוהן.
למעשה פלעגט ער נאך די פטירה פון רש"ב אליינס זאגן מאמרים און נוהג זיין קצת מנהגי אדמורות, וואס פאר געוויסע חסידי הריי"צ האט דאס נישט זייער געשמעקט.
ער האט געהאט, אויסער בנו הרמ"ש, נאך צוויי זוהן, איינער האט געהייסן דאכצעך משה (איך בין נישט זיכער, קען זיין א אנדערע נאמען), ער געווען ל"ע גייסטיש נישט געזונט, און איז געווען אין א ספעציעלע היים פאר אזעלכע נשמות. ווען די נאצישע חיות ימ"ש האבן איינגענומען דאס ארט, האבן זיי פארברענט דאס גאנצע היים מיט אלע מענטשן אין איר, און אזוי איז ער ל"ע אומגעקומען אויף קידוש ה'. הי"ד.
דער אנדערער זוהן איז געווען טאקע דער דערמאנטער ישראל ארי' לייב (יהיה כן, איך מיין זאלסט אראפ נעמען דעם ר' פאר דעם נאמען), ער איז ל"ע געווען אפגעפארן. גראדע זיין ברודער הרמ"ש האט זייער פרובירט אים מקרב זיין צוריק צו אידישקייט אבער ליידער לא עלתה בידו. זייער פאטער ר' לוי יצחק האט זיך גאר שטארק מצער געווען ווען ער האט פארלאזט אידישקייט, און ער האט זיך שטארק מתמרמר געווען איבער דעם פאר זיינע נאנטע. דאכציך מיר אז עס איז דא א טאכטער פון אים אין א"י.

חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
טהור-עינים,
קודם ברוך שובך, שון לאנג נישט געהערט פון אייך.
עס קאן זיין איר מישט אויס מיט ר' מענדל אחי הרש"ב וועלכער האט געהאט א טאכטער אין צפת, דער דערמאנטער ר' מענדל איז קודם געליגען אויף א פראנצויזישער אינזל וואס די געזעץ איז דארט אז נאך א געוויסע זמן איז מען מחטט די שכבי (רח"ל) דער רמ"ש האט פארארדענט אז מען זאל אין א געהיימע אקציע מפנה זיין דעם קבר קיין צפת, און לאזן דארט די אריגינעלע מציבה אז מ'זאל נישט באמערקן (ער האט מורא געהאט פון די משפחה וואס זענען נישט געווען ערליך ליידער).

מיללער האט געשריבן:יהי',
מ'האט שוין גערעדט דערפון כמ"פ אז אזוי ווי דע ריי"צ איז געווען א בן יחיד לאביו, ולו ג' בנות שמאף אחד לא נשארו צאצאים, ממילא איז ליידער נישט פארבליבען קיין דורות פונעם רבי רש"ב נ"ע
עס איז דאך פארהאן דער רש"ב (בעקרא) גורארי', וואס איבער איהם איז געווען די גרויסע שערורי' מיט די ספרים. דידן נצח......
http://www.chabadlibrary.org/books/sifr ... bheb13.htm