שם הגדולים לגדולי ישראל באמעריקא מלפני מלחה"ע השני'

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

עס איז כדאי צו דערמאנען הגה"ק רבי אליעזר חיים מיאמפאלע זצ"ל וועלכער איז געווען דער ערשטער חסידישער רבי וואס האט געטראטען על אדמת ארצות הברית (נו"נ למרן המגיד מזלאטשוב זצ"ל). נסתלק געווארן לה"ה בשנת תרנ"ז ומנו"כ אינעם ביה"ח אויף סייפרעס הילל.
הרה"ק הנ"ל זצ"ל איז געווען דער זיידע פונעם סקאליער רבי'ן הגה"ק רבי דוד יצחק אייזיק זצ"ל וועלכער האט געוואוינט דא אין אמעריקא (וומסב"ג ואח"כ ב"פ) און איז נסתלק געווארן ו' שבט תשל"ט ומנו"כ בהר הזיתים.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' בן בוזי, דער ר' שמרי' לייב הורוויץ איז געווען שפעטער רב אין ת"ת תפארת הגר"א אויף 495? האווערד עוו. אין בראנזוויל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

נחמן נתן האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
אודות האשכול לדעתי הרבנים שצריכים להכנס הם הרבנים שגרו כאן או הרבנים שבאו לביקור ושינוי את תדמות אמריקה כגון ר' אלחנן שקיבץ את הבחורים או האברכים ---משא''כ ר' משה מרדכי או ר' אהרן ור' ברוך בער כל היותם כאן הי' רק לאסוף כספים להישיבה שלהם וכן הרבנים והנכדים שבאו לכאן לא תרמו
כלום .הם לא השפיעו רק קיבלו ודו''ק

כבוד הרבד"ץ שליט"א
מחובתי להבהיר על דבריך, שזה עתה שמעתי טעיפ מהרה"ג ר' אפרים וואקסמאן שליט"א ר"י מאור יצחק במאנסי (שנשא בר"ח אב האי שתא בהיכל ישיבתו) שסיפר מהג"ר ראובן גרוזובסקי זצ"ל שסיפר שכשהתלווה עם חותנו הגרב"ב ליבוביץ זצ"ל למסעו לארה"ב לצורך גיוס משאבים עבור ישיבתו הגדולה בקמניץ, היה סובב והולך ממקום למקום לשאת משאו, ותמיד עורר על חשיבות התורה, לימוד התורה, התמדה בתורה, וכדו', כך שעיקר העבודה של איסוף תרומות נשאר על צוארי חתנו הנ"ל לעורר האנשים שמדובר פה "שצריכים כסף לישיבה"....
הרבד"ץ! כשראיתי המשפט בדברי מע"כ "לא תרמו", לא יכלתי לעקל את זה, באשר ששמעתי הספור הנ"ל ממש בשבוע שעעל"ט, ואתך הסליחה.

ב''ה
כבוד הרנ''נ נ''י
אני על משמרתי אעמודה ... ראה נא בעיתוני הזמן ההוא .
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

נחמן נתן האט געשריבן:עס איז כדאי צו דערמאנען הגה"ק רבי אליעזר חיים מיאמפאלע זצ"ל וועלכער איז געווען דער ערשטער חסידישער רבי וואס האט געטראטען על אדמת ארצות הברית (נו"נ למרן המגיד מזלאטשוב זצ"ל). נסתלק געווארן לה"ה בשנת תרנ"ז ומנו"כ אינעם ביה"ח אויף סייפרעס הילל.
הרה"ק הנ"ל זצ"ל איז געווען דער זיידע פונעם סקאליער רבי'ן הגה"ק רבי דוד יצחק אייזיק זצ"ל וועלכער האט געוואוינט דא אין אמעריקא (וומסב"ג ואח"כ ב"פ) און איז נסתלק געווארן ו' שבט תשל"ט ומנו"כ בהר הזיתים.

אמת דער יאמפאלער איז טאקע געווען דער ערשטער אריבער צו גיין דעם אטלאנטיק, אבער ער איז שפעטער צוריק אהיים געפארן און נאכאמאל צוריק געקומען. ער איז געווען דא נאך געלד פאר א שטיק צייט און נאכדעם איז ער נאכאמאל געקומען, כ'ווייס נישט צו ער איז געקומען אהער צו וואוינען אדער נאכאמאל נאך געלט, דער ערשטער רבי צו וואוינען אין אמעריקע איז הרה"ק רבי אליהו יוסף זי"ע מנו"כ איז אין באפאלא.

אז מען רעדט שוין יא פון רבי אליעזר חיים זי"ע, ר' יונה לאנדא שרייבט אין "דער רב הכולל אוןז יין תקופה" אז דער יאמפאלער איז איינגעשטאנען ביים רב הכולל ר' יעקב יוסף ז"ל ווען ער איז דאס ערשטע מאל געקומען קיין אמעריקע. אינטערסאנט.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

נחמן נתן האט געשריבן:עס איז כדאי צו דערמאנען הגה"ק רבי אליעזר חיים מיאמפאלע זצ"ל וועלכער איז געווען דער ערשטער חסידישער רבי וואס האט געטראטען על אדמת ארצות הברית (נו"נ למרן המגיד מזלאטשוב זצ"ל). נסתלק געווארן לה"ה בשנת תרנ"ז ומנו"כ אינעם ביה"ח אויף סייפרעס הילל.
למען הבהרת הדברים, הוא נתבקש ליש"מ ה אייר רעו"ת,
פאר מער אנדעקאטן איבער דעם צדיק וועלן מיר שרייבן אין שושלת בית יאמפאלא-סקאליע.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' שלמה מרדכי זיסקינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גאר אן אינטערעסאנטער ארטיקל אינעם ניו יארק טיימס בשנת תר"מ ולמס' 1880 איבער שוחטים און בוטשערס אין ניו יארק, ר' שלמה מרדכי זיסקינד ז"ל דער רב פון חברה מקרא קודש איז מסביר פאר די פרעסע די הלכה'דיגע שחיטה און אירע סיבות.

מר. לוי ראטשטיין פון קהל בני ישראל רעדט זיך אפ אז די בוטשערס לייגען דרוק אויף די שוחטים נישט איינצוהאלטן די הלכות, און שלאגט פאר אז די שוחטים זאלען נישט קריגען קיין געהאלט פון די בוטשערס נאר פון די קהילות.

בייגעלייגט איז אויך א בילד פון די מציבה פון ר' שלמה מרדכי זיסקינד הנ"ל, נאך דעם וואס ר' ברוך אמסעל האט דאס היינט ארויפגעשטעלט אויף קברים.קאם, הרב זיסקינד ליגט אינעם פארלאזטען ביה"ח אין אזאון-פארק, קווינס וועלכע איז שוין היינט באקאנט פאר אונזערע לייענערס אלס דער 'בעיסייד סעמעטערי' וועלכע ווערט געפלאגט פון אומ-אחריות'דיגע פירערשאפט.
אטעטשמענטס
shlomo-mordecai-siskind.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:ווער איז געווען ר' זיסקינד אב"ד בעיר נעוויארק בשנת תרל"א וועם ר' שמעון סופר גיט אריין א פסק פארן נישט וויסען וואס טוט זיך בעסק גיטין?

איך האב א חשד אז דאס איז אונזער ניי-ערפינדענער ר' שלמה מרדכי זיסקינד הנ"ל
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_1039_245.jpg
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אינטערעסאנט אז ער רופט אים נאר אן מיטן לעצטן נאמען
אז מ'לעבט דערלעבט מען
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

כדאי אויך צו דערמאנען דא הרב יעקב איסקאלסקי זצ"ל רב בסקרענטאן, ורב דבית הכנסת ביאליסטאק, מח"ס
תרי"ג מצוות לשי' הרמב"ם און ספר זוכר הברית ווי ער שרייבט הדרכות פאר מוהלים.

בן בוזי האט מיט א צייט צוריק געשריבן:
א שטיק צייט צוריק האט אן אייניקל פון ר' יעקב איסקאלסקי וועלכע איז געווען רב אין דער ביאליסטאקער שוהל זיך מיט מיר געשריבן האט ער מיר געזאגט אז זיין זיידע איז געווען רב אין דער פען עוועניו שוהל אין 1906 אויף 3 יאהר, איך דארף עס בעסער מברר זיין וואס דער פשט דערפון איז און וואס זיין פאסטן איז געווען בשעת רב גוטערמאן איז נאך געווען רב דארט, דער פען עוועניו שוהל רופט זיך 'בית מדרש הגדול' אין דער אמעריקען דזשאויש יערבוק ווערט ער אויך דערמאנט אלס רב פונעם שוהל. וצע"ג

איך וויל אנמערקן אז אין ספר עקבי יצחק איז דא א הסכמה פון רבי יעקב איסקאלסקי און שטייט צוגעצייכענט נאך זיין נאמען: 'רב דבית הכנסת אנשי סלוצק בנויארק'.

הרב איסקאלסקי פלעגט אינאיינעם מיט רבי אברהם אהרן יודעלאוויטש פון בעיאן ארויסגעבן א חודש'ליכען אויסגאבע לתיקון הדת מיטן נאמען 'המצפה'. אזוי אויך איז ער געווען שטארק אקטיוו אין די 'עזרת תורה' צדקה ארגאניזאציע וועלכער פלעגט שיקן שטיצע פאר רבנים ואדמורי"ם און ראשי ישיבות איבער די וועלט.
אטעטשמענטס
eskolsky-t.jpg
eskolsky-t.jpg (66.66 KiB) געזען 3945 מאל
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חמנ'נתן,
דער ר' יעקב איסקאלסקי איז געווען אפשטאמיג פון קאברינער חסידים און שפעטער סלאנימער חסידים, ער האט געהאט אן עלטערן ברודער דאה ר' אהרן איסקאלסקי וועלכער איז געווען רב אין א סלאנימער שטיבל און ליגט אין סטעטן-איילאנד.
אטעטשמענטס
eskolsky-aaron.jpg
נארישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארישער »

א רגע איך כאפ נישט ווי איז ער געווען דער רב אין סקרענטאן ביאלעסטאק אדער אין נוארק
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

געוואוסט האבן מיר פון סקרענטאן און ביאליסטאק, דאס וואס כ'האב אנגעמערקט אז ער איז געווען אויך רב אין סלוצקער שוהל, האב איך טאקע געשריבן צוליב די חידוש שבו (עכ"פ פאר מיר) נישט וואוסענדיג אז ער האט געהאט פארנומען נאך א רבנות פאסטן. אדרבה, אויב ווייסט איינער מער, ביטע מיטטיילן.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

נחמן נתן האט געשריבן:הרב איסקאלסקי פלעגט אינאיינעם מיט רבי אברהם אהרן יודעלאוויטש פון בעיאן ארויסגעבן א חודש'ליכען אויסגאבע לתיקון הדת מיטן נאמען 'המצפה'. אזוי אויך איז ער געווען שטארק אקטיוו אין די 'עזרת תורה' צדקה ארגאניזאציע וועלכער פלעגט שיקן שטיצע פאר רבנים ואדמורי"ם און ראשי ישיבות איבער די וועלט.

לויט ווי סקרענטאנער רב שליט"א גיבט אהן אין די קברים סייט זענען די איסקאלסקי משפחה געווען משפחה מיט הרב יודעלעוויטש
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

און וואו זלמן שזר אריין אין בילד, ער איז אויך געווען פון די משפחה?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זלמן שזר'ס שוועסטער איז געוען חתונה געהאט צו מארים איסקאלסקי א ברודער פאר די רבנים ר' אהרן ור' יעקב, דער מארים איז אינדערהיים געווארן א משכיל און אראפ פון דרך, שפעטער קומענדיג קיין אמעריקא איז ער געווערן א בעל תשובה און א רעליגיעזער איד.

כבוד הרב בן בוזי,
איך האב דאס נישט געזאגט, נאר דער שזר שרייבט אז דער זוהן מארים האט געהייסן נאך ר' מאיר מארים שאפיט מקאברין ז"ל דער בעל הניר על הירושלמי (נישט זיכער אלס מש]חה, אולי פשוט אלס קברינער חסידים) פון וועם הרב יודעלאוויטש איז געווען א פלומעניק און תלמיד, דאס איז מסביר די נאנטקיייט פון הרב איסקאלסקי צו הרב יודעלעוויטש ביידע אלס קאברינער חסידים.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

לעצטענס זעמיר געוואויר געווארן איבער א רב מיטן נאמען הרב משה סאלאדאווניק, געווען רב פון ביהמ"ד הגדול דבראנקס.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נחמן נתן האט געשריבן:לעצטענס זעמיר געוואויר געווארן איבער א רב מיטן נאמען הרב משה סאלאדאווניק, געווען רב פון ביהמ"ד הגדול דבראנקס.

וואס ווייסט איר וועגן אים? בערכו בתולדות אנשי שם איז פארהאן א בילד פון רב סאלאדאווניק, דער בארד זיינע איז אים זעהט אויס געשטאנען אין וועג.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:

ווער זאגט אז עס איז 'איהם' געשטאנען אין וועג, עס קען גאר זיין אז ס'איז פאר זיין קאנגערעגיישאן געשטאנען אין וועג, כידוע הסיפור אז ווען הוכ"ק מרן זי"ע מסקווירא האט אראפ געטרעטן על אדמת אמעריקא פון די שיף איז בין הבאים לקבל פניו געווען אן איינער וועמענ'ס פאטער איז אינדעהיים געווען א רב אין מאהלוב און געפארן קיין סקווירא געווען איז ער גאר א דערהויבענער איד, דער זוהן זיינער וועלכע איז געווען בין הנאספים איז געגאנגען אהן א בארד און דאס איז געווען א תמי' רבה בעיניו הק', האט ער זיך געגעבן א רוף אהן: מאטל דאס ביזטו? יא, איז געווען דער ענטפער, און וואס עפעס גייט איר אזאנס אהן א בארד? אה, זאגט ער מיט א פשטות, איך בין א שוחט! א שוחט? יא, כ'האב נישט געקענט באקומען דער פאסטן אויב וואלט איך געגאנגען א בארד!

אויב אזוי, ווען איך שעם זיך ווען נישט וואלט איך זיך צוריק געדרייעט און אהיים געפארן!!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

בן-בוזי
ער איז געווען עפעס א וויצע פרעזידענט פון א גרופע שוחטים. יעצט געזעהן די מעשה נאך פסח אין בחצר הקודש פארציילט דורכ'ן רבי'ן שליט"א.
-
מיללער,
איך האב געפונען אן אלטען ספר מיטן נאמען 'תענוג שבת', דער מחבר איז חפץ בעילום שמו, אויסער אין די הסכמות וואס ער האט באקומען פון גאר גרויסע לייט שטייט ארויס זיין נאמען בר"ת: 'איל"ל'.

נאכן קריג האט מען דאס איבערגעדרוקט אין אמעריקא, ווי ס'זעהט זיך אן איז דאס לויטן באפעל פונעם אויבן דערמאנטען רב ר' משה סאלאדאווניק, און דער ר' משה שרייבט אן אריינפיר צו דעם ספר, ארויסברענגענדיג די נחיצות פון לערנן דעם ספר. דער ספר איז ליקוטים, ענינים, הלכות, אינערהאלב שבת קדשנו.
לחיים ולברכה!
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

נחמן נתן, דא האט איר...
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

יוסלמאן האט געשריבן:נחמן נתן, דא האט איר...

העי, זיי האבן נישט אריינגעלייגט דעם הקדמה פון ר' משה סאלאדאווניק!
לחיים ולברכה!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

שיהא הדבר שלם, שטעל איך ארויף דעם גאנצען הקדמה פון ר' משה סאלאדאווניק אויף דעם ספר 'תענוג שבת'.
אטעטשמענטס
Clipboard01.jpg
Clipboard01.jpg (8.02 KiB) געזען 3596 מאל
Reb Moshe Solodovnik.pdf
(137.6 KiB) געווארן דאונלאודעד 158 מאל
לחיים ולברכה!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זאג נאר נא-נאח וואס אזאנס האסטו זיך אנגעטשעפעט אין סאלאדאווניק'ן? האט ער געהאט עפעס בשייכות מיט סלאנים-לעכאוויטש?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

בן בוזי האט געשריבן:זאג נאר נא-נאח וואס אזאנס האסטו זיך אנגעטשעפעט אין סאלאדאווניק'ן? האט ער געהאט עפעס בשייכות מיט סלאנים-לעכאוויטש?

אויבן האט מען גערעדט אז דער בארד זיינער איז איהם געשטאנען אין וועג, ווי ס'שיינט שטייט ער דיר אינגאנצען אין וועג...
לחיים ולברכה!
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

בן בוזי ונחמן נתן, תלמידי חכמים כל זמן שמחדדים זה בזה...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”