סיפורי מעשיות פון בעש"ט זי"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

סיפורי מעשיות פון בעש"ט זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וואס ס'האט מיך באוואויגן צי עפנען די אשכול איז ווייל איז בין געזעצען ביי מיין שווער אויפ מ"מ אין ער גיט מיר א פרעג, נו, א מעשה פין בעש"ט האסטו נישט? איך געב א לויפ ארויפ אויפ קרעטשמע איך זיך, אבער נישטא גארנישט צי די הענט, האב איך געקלערט אז יעדע מוצאי זאל איינער דא ארויפלייגן א סיפור מיט א מקור אז מ'זאל עס קענען נאך פארציילן ביי מ"מ.
לאמיך זיין די ערשטע,

די בעש"ט האט געהאט א תלמיד וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין קינדער אפאר יאר, ער איז זיך געקימען אויסוויינען אז די רבי זאל אנווינטשען ער זאל זוכה זיין צי קינדער, די רבי האט אים אנגעוויטשען אין דער אויבערשטער האט געהאלפען אין ער האט געהאט א יונגל,
די יונגל איז געוועהן אן אויסטערלישע קליג קינד אין ביי זיין ניין יאר האט ער שוין געקענט א גרויס חלק פין שס,
מאכט זיך אז דאס קינד איז געווארען זייער קראנק ער האט אויפגעהערט צי רעדען אין צי וואקען,
די תלמיד איז געלאפען צום בעש"ט מיט בכיות נוראות, די בעש"ט געט זיך א שטעל אויפ אין זאגט אים לאמיר אהיים גיין צי דיר אינדערהיים,
די בעש"ט מיטן תלמיד זענען אנגעקימען, געט זיך די בעש"ט א ריף אן די האסט גענז? זאגט די תלמיד יא, נו לאמיר מאכן א סעודה, אין די בעש"ט ווייזט אים וועלכע גאנז ער זאל געבען צים שוחט אין מ'האט זיך געוואשען צי די סעודה,
אינמיטן די סעודה איז ארויפגעשווימען א שאלה אויפן עוף, מ'האט געטראפען א ציבראכענע ביין, מ'האט געברענגט די שאלה פארן בעש"ט,
די בעש"ט גיט א ריף צי דעם קראנקען קינד אין לייגט אים פאר די שאלה, דער עולם איז דארט געזעצען אין מיט ווינדער ציגעקיקט וויזוי די קינד וואס האט נישט געקענט וואקען אין רעדען האט זיך דא אזוי אויפגעשטעלט, אין ער האט טאקע אנגעהויבן מיט א טיפן פולפל, אין צום סוף איז ארויסגעקימן להיתר,
נאך די סעודה די בעש"ט האט אפגעבענטשט אין אוועק געפארען,
ווי נאר די בעש"ט איז ארויס פין דארט איז די קינד אוועק פין די וועלט נעבעך...
די תלמיד איז צירוק געלאפען צום בעש"ט מיט בכיות וואס דא גייט פאר ס'האט אויסגעזעהן ווי ס'ווערט שוין גיט אין דא אזא בראך..?

האט אים די בעש"ט געזאגט אז די נשמה פין די קינד איז געווהן די נשמה פינעם תבואת שור, אין די מעשה איז געוועהן אז איינמאל איז א פרוי געקימען צום תב"ש מיט א שאלה אויף אן עוף, ס'איז געוועהן ער"ש אין די תב"ש האט עפעס נישט געהעריג ג'ענטפערט אין די פרוי איז געגאנגען אין פארקויפט די עוף פאר א גוי מיינענדיג אז ס'איז נישט כשר, אין די עוף איז געוועהן א הויכע נשמה וואס האט געווארט אז א איד זאל מאכן א ברכה אין אזוי האבען א תיקון, אבער אזוי האט עס די נשמה פארלוירן,
ביים בית דין של מעלה האט מען ג'פסק'נט אז די תב"ש זאל נאך אמאל אראפ קימען אין פסק'נען כשר אויף די נשמה, אין די קינד איז געווהן די תב"ש..
אין די רגע וואס ער האט ערפילט זיין תפקיד האט ער מער נישט געהאט וואס צי זיכען אויף דעם עולם...

זי"ע. אמן
א גיטע וואך.

.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פארגעסען צי לייגן די מקור,
די מקור איז ספר מראה אש
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

געלעגער, עס איז כדאי צו ערווענען אז ידידנו וידיד כל בית ישראל ה"ה הרב ר' זיידעניו זאל זיך מיען האט אונז מאז ומקדם מזכה געווען מיט פילע סיפורי צדיקים.. קענסט זוכן אין על הצדיקים, אויף יעדן צדיק איז דא דארט שיינע סיפורים..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:געלעגער, עס איז כדאי צו ערווענען אז ידידנו וידיד כל בית ישראל ה"ה הרב ר' זיידעניו זאל זיך מיען האט אונז מאז ומקדם מזכה געווען מיט פילע סיפורי צדיקים.. קענסט זוכן אין על הצדיקים, אויף יעדן צדיק איז דא דארט שיינע סיפורים..

ב''ה
ידוע הוא מאמר חסידים .
אז נישט נאר פין בעל שם טוב .אין נישט נאר דוקא מוצאי שבת נאר תמיד אין פין אלעמען זכותם יגן עלינו
היות ששמעתי שאחד מהחבורה צריך רפואה נא נבקש מהכל יכול שישלח רפואה שלימה לכל הצריכים רפואה
ושיבשרו גיטע בשורות טובות במהרה ושנוכל להשתתף כולנו בבריאות השלימה והנכונה בסעודת ההודאה בקרוב ממש
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

די מעשה אינעם פדפ - דף י"א (ד"ה ועובדא הוה בהבעש"ט) - איז מיר געפאלען, לייגעכעס ארויף אפשר וועט נאך א איד הנאה האבן:
http://www.sanzusa.org/toros/28_24.pdf
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

מעשיות מבעש"ט הק'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

גאווה איז א מיאוסע תאווה

אין די צייטן פון דעם הייליגען בעל-שם-טוב האט אין א געוויסער שטעטל געלעבט א גרויסער גביר. דער גביר איז געווען א גרויסער בעל-צדקה. ווער ס'איז אריין צו אים אין הויז א הונגעריקער איז ארויס א זאטער. מיט א פיינער נדבה דערצו. ווער עס האט זיך גענויטיקט אין א גמילת-חסד האט עס באקומען פונם גביר מיט א פריינטליכן פנים. און אויב האט אימיצער געדארפט האבן פון אים סתם א טובה, האט אים דער גביר דאס גערן געטאן.
נאר איין שוואכקייט האט דער גביר געהאט. ער איז געווען א בארימער. ער האט ליב געהאט זיך צו בארימען מיט די אלע גוטע מעשים טובים וואס ער פלעגט טאן. איז אריינגעקומען צו אים א משולח קלייבן געלט פאר א ישיבה, פלעגט ער אים געבן א שיינע נדבה, אבער דערביי פלעגט ער זיך בארימען, אז ער האט מיט א פאר טעג פריער געגעבן א משולח אזא נדבה פאר אן אנדער ישיבה. אבער ער גיט מיטן פולן הארצן. פלעגט אריינקומען אן ארעמער קרעמער בעטן א גמילת-חסד, פלעגט ער א צופרידענער א זאג געבן "דאס איז שוין היינט די דריטע מצוה וואס דער אויבערשטער האט מיר צוגעשטעלט", אדער ענלעכע ווערטער. אט אזא תאווה האט ער געהאט צו גאווה. און האט אפילו נישט געפילט, וווי מיאוס און נישט שיין דאס איז.
אין א געוויסן טאג איז צום גביר אריינגעקומען א איד א דורכפארער. ער האט דעם גביר געזאגט, אז ער קלייבט געלט פאר אן ענין פון "פדיון שבויים", אויסצולייזן אן ארעמען קרעטשמער, וועמען דער פריץ האט אריינגעזעצט אין תפיסה, ווייל ער האט די ארענדע נישט געקענט באצאלן. דער גביר האט אים געגעבן א שיינע נדבה, און דערביי אים געזאגט, ווי געשמאק ס'איז פאר אים צו געבן אויף צדקה און גמילות-חסדים, און אז קיינער גייט נישט ארויס פון זיין הויז מיט ליידיגע הענט, און אז ער האט שוין יענעם טאג געטאן די און יענע גוטע זאכן, און אזוי ווייטער, ווי זיין שטייגער איז געווען.

דער משולח האט בא אים גענומען די נדבה און ער האט צוגעוואונטשן, אז דער אויבערשטער זאל אים העלפן אויך ווייטער צו טאן צדקה און מעשים-טובים מיט א ברייטער האנט.
דער משולח איז געווען פון די פארבארגענע מענטשן פון די צדיקים נסתרים פון דעם בעל-שם-טוב, דורך וועלכע דער בעש"ט פלעגט דורכפירן פארשידענע ענינים שטילערהייט, אז קיינער זאל נישט וויסן דערפון, ווען ער האט זיך צוריקגעקערט צום בעל-שם-טוב און האט אויפן טיש אוועקגעלייגט די געלט וואס ער האט אנגעזאמלט, האט ער אין א באזונדער טיכל אויך אוועקגעלייגט דעם גביר'ס נדבה, וועלכע איז טאקע געווען די גרעסטע וואס ער האט פון אימיצן באקומען.
דער בעש"ט האט געווארפן א בליק אויף דאס טיכל מיטן געלט און האט זיך פארטראכט, דאן האט ער א זאג געטאן: "עס טראגט זיך עפעס נישט קיין געשמאקער ריח פון די געלט", און האט געפרעגט דעם משולח פון וועמען ער האט דאס באקומען, דער משולח האט דעם בעש"ט שדערציילט, אז ער האט דאס באקומען פון יענעם גביר.
"ס'איז א רחמנות אויף א אידן", האט דער בעש"ט ווייטער געזאגט, "אין הימל איז געווארן א קיטרוג צוליב דאס וואס זיין עשירות האט אים אריינגעבראכט אין גאווה, און מ'וויל בא אים צונעמען זיין גאנצע עשירות, סיידן ער וועט תשובה טאן. מ'דארף אים העלפן".
דאן האט דער בעש"ט געזאגט זיין משולח, אז ער זאל צוריקפארן צו יענעם גביר און זאל נישט פארלאזן זיין הויז, ביז ער וועט ווערן אויסגעהיילט פון זיין מיאוסער תאווה צו גאווה. "אז ער וועט זיך נעמען בארימען מיט זיין עשירות, זאלסטו אים איבערשלאגן די רייד און זאגן, אז מ'וועט נאך שמועסן..." האט אים דער בעש"ט אנגעזאגט, "און אזוי כסדר, ביז ער וועט אויפהערן זיך צו בארימען".
דער משולח איז געקומען צום גביר, און דער גביר האט אים ווידער פריינטלעך אויפגענומען, און געפרעגט, אויב עס פלעט אים נאך אויס געלט צו דער נוטיקער סומע פאר דעם ענין פון "פדיון שבויים", דער משולח האט אים געענטפערט, אז ער איז דאס מאל נישט געקומען בעטן געלט, נאר וואלט וועלן אויסרוען זיך אביסל פון וועג.
"וועל איך דאך קענען פראווען די מצוה פון הכנסת אורחים!" האט זיך דער גביר דערפרייט, און האט אנגעהויבן דערציילן ווי גערן ער האט די דאזיקע מצווה... דער משולח האט זיין ווערטער איבערגעשלאגן, און געזאגט, אז איצט איז ער מיד פון וועג, און מ'וועט נאך שמועסן וועגן דעם.
ווען זיי האבן זיך געזעצט צום טיש עסן, האט דער גביר גענומען דערציילן, ווי דער אויבערשטער האט אים מצליח געווען, און אז ער פירט גרויסע געשעפטן און אונטערנעמונגען פאר דער מלוכה, אז ער האט וועלדער, פעלדער, מילן און מיאנטקעס...
וודיער האט אים דער משולח איבערגעשלאגן די רייד: "מ'וועט נאך שמועסן..."
אין אוונט צו וועטשערע, האט זיך דער גביר ווידער נישט געקענט איינהאלטן, און האט צו זיין גאסט געזאגט: "אלע טאג זאגן מיר אין דאוונען - והעושר והכבוד מלפניך – עשירות און כבוד איז ביים אויבערשטן אין די הענט. אוודאי אזוי, אוודאי, אבער עס פאלט מיר איין א געדאנק, קען דאן אמאל זיין די מציאות, אז איך זאל מיטאמאל פארלירן מיין 'גאנצע' עשירות און כבוד? טאמער חלילה ברענט אפ א וואלד, אדער א מיל, האב איך דאך נאך וועלדער און מילן און מיאנטקעס, און..."
דער משולח האט אים ווידער איבערגעשלאגן: "מ'וועט נאך שמועסן...איצט בין איך מיד, מ'דארף גיין שלאפן".
דער גביר האט דעם אורח געגעבן א פיינעם צימער, און איז אליין אוועק צו זיך אין שלאפצימער און האט זיך געלייגט שלאפן.
אינם שלאף חלומ'ט זיך דעם גביר, אז ער הערט א קלאפ אין טיר. ער איז אראפ פון בעט און האט אויפגעעפנט די טיר, און האט דערזען פאר זיך דעם גובערנאטאר מיט א גאנצער סוויטע באגלייטער. זיי זענען פארבייגעפארן זיין הויז, האט אים דער גובערנאטאר געזאגט, און ער האט באשלאסן מאכן בא אים א באזוך און דערווארעמען זיך מיט א גלאז טיי. אגב האט ער מיט אים צו ריידן וועגן א וויכטיגע געשעפטלעכע ענין.
דער גביר האט גערן אויפגענומען די חשוב'ע געסט, און האט דעם גובערנאטאר אליין דערלאנגט א גלאז טיי. דער גובערנאטאר האט אבער נישט באוויזן אויסצוטרינקען דאס גאנצע גלאז טיי, ווען ער איז פלוצלונג געפאלן א טויטער.
"דו האסט פאר'סמ'ט דעם גובערנאטאר!" האבן די באגלייטער אויסגערופן מיט א גרויס צארן.
געשמידט אין קייטן האט מען דעם גביר אוועקגעפירט, און מ'האט אים געשטעלט צו א געריכט. דער געריכט האט אים געפונען שולדיק אין מארד און האט אים פאר'משפט צם טויט דורך הענגען.
און אט שטייט ער שוין בא דער תלי', און דער תלין איז גרייט דורכצופירן דעם טויט אורטייל. פלוצלונג אזי אויסגעבראכן א ערד-ציטערניש. די הייזער ארום האבן זיך גענומען וואקלען, פלאמען האבן ארומגעכאפט די הייזער ארום. עס איז געווארן א פאניקע, מענטשן האבן גנעומען שרייען און לויפן. אין דעם טומל האט מען פארגעסן וועגן דער תלי', און דער גביר האט זיך אויסגעמישט מיט'ן המון און איז ענדלעך אנטלאפן וואו די פיס האבן אים געטראגן.
ווי לאנג ער איז געלאפן האט דער גביר נישט געוואוסט, אבער ענלדעך איז ער אנגעקומען אין א דארף, דא האט ער באמערקט א שטוב מיט א מזוזה אויף דער טיר, און איז אריינגעקומען אין שטוב.
אין שטוב אזי געווען א אידענע מיט קינדערלעך. דער בעל-הבית איז נישט געווען אינדערהיים. די אידענע האט דעם אויסגעמאטערטן אורח געגעבן עפעס איבערצובייסן, און דערביי זיך גענומען פאנאנדערפרעגן, ווער ער איז און פון וואנעט ער קומט. דער גביר האט מורא געהאט צו זאגן ווער ער איז, ער האט געזאגט, אז ער איז א פארבייגייער, א וואנדערער, זוכט צו פארדינען זיין ברויט מיט וואס פאר אן ארבעט עס מאכט זיך, און אפשר וואלט ער אויך דא געקענט געפינען עפעס אן ארבעט צו פערדינען זיין ברויט?
די דארפס-אידענע האט אים געענטעפרט, אז איר מאן פארנעמט זיך מיט פירן האלץ אין שטאט. און אז ער דארף טאקע אינגיכן קומען אהיים. מסתם וועט ער זיין צופרידן, אז אימיצער זאל אים צוהעלפן אין דער שווערער ארבעט. דערוויילע האט זי געזאגט דעם אורח – דער גביר – ער זאל ארויפקריכן אויפן אויוון אנווארעמען זיך ביז דער מאן וועט קומען.
דער גביר האט טאקע אזוי געטאן. די ווארעמקייט איז זיך צוגאנגען איבער אלע זיינע גלידער, און כאטש דער אויוון איז געווען הארט, האט ער נאך קיינמאל נישט געהאט אזא הנאה פון זיין געלעגער, אפילו ווען ער פלעגט זיך לייגן אין זיינע ווייכע פערענעס און קישנס אין זיין גבירישער היים, ער האט באלד איינגעדרעמלט.
עס האט לאנג נישט געדויערט ביז דער דארפסמאן איז געקומען אהיים. זיין ווייב האט פאר אים צוגעגרייט דעם טיש צום עסן, און דערביי האט זי דעם מאן דערציילט, אז עפעס א בעטלער איז געקומען מיט א פאר שעה צוריק און זי האט אים געגעבן עסן און האט אים געהייסן גיין שלאפן אויפן אויוון. "ער וואלט וועלן דיר ארויסהעלפן אין דיין ארבעט און פארדינען זיין ברויט" האט זי צוגעגעבן.
דער גביר האט זיך דערוויילע אויפגעכאפט און האט זיך צוגעהערט צום שמועס.
"הער זיך צו א מעשה נורא", האט דער דארפסמאן גענומען דערציילן זיין ווייב. "עס טומלט זיך אין שטאט מיט דעם גביר וואס איז אנטלאפן פון דער תלי'. ספעציעלע פאליצאנטן מיט הונט זענען אנגעקומען פון דער גובערנאטאר-שטאט און מ'האט אויסגערופן אין אלע גאסן, אז ווער עס וועט ברענגען א ידיעה וועגן דעם אנטלאפענעם פארברעכער, וועט באקומען א גרויסע באלוינונג פון דער מלוכה. מ'האט אויך געוויזן אן אנגעצייכטן בילד ווי דער פארברעכער זעט אויס. ווען איך קען פאקן דעם חברה-מאן, וואלטן מיר שוין געווען באזארגט מיט פרנסה כיד המלך ביז הונדערט און צוואנציק יאר!"
דער גביר איז פארציטערט געווארן. דא איז ער א פארפאלענער. ער מוז וואס שנעלער אנטלויפן פון דאנעט. ער האט זיך קוים דערווארט, ביז דער דארפסמאן און זיין ווייב זענען אוועק שלאפן. אין מיטן דער נאכט, איז ער שטילערהייט אראפגעקראכן פון אויוון און האט זיך ארויסגעשארט פון שטוב.
ער האט ווידער גענומען לויפן וואו די פיס האבן אים געטראגן. ער איז געלאפן און איז געפאלן, און ווידער געלאפן, אן עס האט זיך אים שטענדיק געדוכט, אז מ'לויפט אים נאך, און אט, אט כאפט מען אים און מ'פירט אים ווידער צו דער תלי'... א פארצווייפלטער לויפט ער מיט די לעצטע כוחות, עס נעמט גיסן א שלאקס-רעגן און ער ווערט דורכגעווייקט, און עס ווארפט אים אין קעלט און אין היץ. פלוצלונג דערזעט ער פאר זיך דעם משולח און ער פאלט צו אים צו און בעט זיך רחמים: "ראטעוועט מיך..."
דער גביר האט זיך אויפגעכאפט פון זיין בייזן חלום, באגאסן מיט א קאלטן שווייס. א וויילע איז ער געבליבן ליגן אין בעט און האט דורכגעלעבט דעם בייזן חלום מיט א שוידער. עס האט שוין גענומען טאגן. ער איז אראפ פון בעט, געוואשן נעגל-וואסער, האט זיך אנגעטאן, און איז ארויס אין גאסט-צימער. דארט האט ער שוין געפונען דעם משולח, וועלכער איז ארומגעגאנגען און האט אונטערגעזונגען "לבד הנשמה הטהורה.." צוגרייטנדיק זיך צום דאוונען.
דערזעענדיק דעם גביר, האט צו אים דער משולח געזאגט: "און איצט, אויב איר ווילט, קען מען שמועסן..."
"מה נאמר ומה נדבר, איך האב שוין געהאט איינמאל א שמועס!" האט אים דער גביר געענטפערט, און האט אים דערציילט זיין חלום מיט אלע זיינע שוידערלעך פרטים, און טרערן האבן זיך געגאסן פון זיינע אויגן.
איצט האט אים דער משולח ענדלעך דערציילט זיין שליחות:
"זיי וויסן, אז דער בעל-שם-טוב הקדוש האט מיך געשיקט אהער צו העלפן דיר ווערן א בעל-תשובה. דאס וואס מ'האט דיר באוויזן אין חלום, האט דאך געקענט פאסירן גענוי אזוי אין דער ווירקלעכקייט. איצט פארשטייסטו שוין דעם פשט פון "והעושר והוכבוד מלפניך", אלץ איז דאך א מתנה פון דעם אויבערשטן, איז מיט וואס קען זיך א מענטש בארימען?"
ס'איז איבעריק צו זאגן, אז דער גביר איז פון דאן אן פולשטענדיק אויסגעהיילט געווארן פון זיין בארימעריי-קרענק. ער האט ווייטער געטאן, און נאך מער, צדקה און מעשים טובים, אבער קיין איין ווארט פון בארימעריי איז נישט אריבער זיינע ליפן, און איז אים אפילו אין געדאנק נישט איינגעפאלען, ער האט געטאן אלע גוטע זאכן מיט דער גרעסטער עניוות און האט זיך ספעציעל אפגעגעבן מיט צדקה בסתר.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי מעשיות פון בעש"ט זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די באקאנטע מעשה פון בעש"ט וואס מען פירט זיך צו דערציילן ביים וואך נאכט

איינמאל האט דער הייליגער בעש"ט באפוילן פאר זיין קוטשער, אלעקסיי, ער זאל איינשפאנען דעם פערד און וואגן, ווייל ער האט ערגעץ צופארן ערלעדיגן א געוויסן ענין.
די תלמידים – וועלכע זענען שוין געווען געוואוינט אז דער בעש"ט זאל פלוצלינג באשליסן אז ער וויל ערגעץ פארן, אן דעם וואס ער זאל אנגעבן דעם מאטיוו אדער ציל – האבן זיך באלד אויפן ארט גענומען גרייטן צו גיין אין וועג אריין מיטז זייער גרויסן רבי'ן – דער הייליגער בעש"ט.
ווען דער פערד און וואגן זענען געשטאנען גרייט אפצורייזן, האבן די תלמידים ארויסגערופען דעם בעש"ט, ער זאל זיך אריינזעצן אין וואגן. דער בעש"ט איז אריינגעקראכן אין וואגן, זיך געזעצט אין ווינקל און נישט אויסגערעדט קיין ווארט. די תלמידים זענען געשטאנען און געקוקט מיט וואונדער און ציטער צוגלייך אויף זייער הייליגן רבי'ן. זיי האבן געזען בחוש אז דעם בעש"ט מח'ן איז נישט קיין פשוט'ע זאך. עפעס זעט ער... עפעס שפירט ער...
אלעקסיי – דער קוטשער – האט זיך געטוהן דאס זייניגע ווי שטענדיג. ער האט שוין געוואוסט אז ביים בעש"ט ווייסן זיך די פערד זייער וועג אליין, קיינער דארף זיי נישט צו פירן. ער האט זיך – ווי שטענדיג – אויסגעדרייט מיטן ריקן צום פערד און איינגענומען א טיפן שלאף, ביז די פערד וועלן באשליסן אז זיי ווילן זיך אפשטעלן, און דאן וועט ער שוין באקומען ווייטערע באפעלן פון די תלמידים.
זיי זענען אזוי געפארן א גאנצן טאג אן אויפהער. זיי זענען דורכגעפארן וועלדער מיט פעלדער שטעט און שטעטלעך. ענדליך פארנאכטס האבן זיך די פערד ענדליך אפגעשטעלט פאר א קרעטשמע וואס איז דארט געשטאנען אינמיטן וועג.
דער בעש"ט האט זיך דאן פלוצלינג אויפגעכאפט פון זיין דביקות און ער האט באפוילן אלעמען אראפצוקריכן פונעם וואגן און אריינגיין אין קרעטשמע.
זיי זענען אלע אריין אירעווייניג, אבער ווי פארוואונדערט זענען זיי געווארן צו דעם בילד וואס האט זיך דארט אנטפלעקט פאר זייערע אויגן.
אין שטוב איז געווען אנגעצינדען פיל ליכט, און עס זענען געווען פארזאמעלט אסאך מענטשן, ס'האט אויסגעזען אז עפעס א שמחה איז פארהאן אין די משפחה. אבער אויף אלעמענס פנים'ער האט זיך דערקענט א מורא'דיגער אנגעצויגענקייט, ווי מען וואלט געווען ביי אן אבל ל"ע.
די תלמידים האבן זיך גענומען פרעגן ביי די אנוועזנדע דעם אורזאך פונעם מאדנעם בילד, אבער יעדער עקסטער האט זיך ארויסגעדרייט פון געבן א קלארע תשובה. דער בעש"ט האט דאן געהייסן אריינרופן דעם בעה"ב פונעם קרעטשמע אין אן עקסטערע צימער וואו דער בעש"ט איז צוגעשטאנען צו אים ער זאל אים זאגן וואס די סיבה פון דעם מאדנעם טרויעריגן שמחה איז.
ענדליך האט דער בעה"ב דערציילט פארן בעש"ט אז עפעס א קללה הענגט אויף אים אז יעדעס מאל ווען ער האט א קינד, לעבט עס און איז געזונט און פריש ביז עס קומט די נאכט פונעם וואכנאכט וועלכע קיינער פון זיינע קינדער האבן נאכנישט איבערגעלעבט, עפעס א מיסטעריעזע כח הרג'עט אוועק זיינע קינדער די נאכט פארן ברית.
"פאריגע וואך", האט דער איד פארגעזעצט מיט א ציטערדיגע שטימע. "האט מיין ווייב מיר געבוירן א אינגל למזל טוב, און היינט איז די וואכנאכט. אבער וויאזוי זאל איך זיך פרייען אז דאס הארץ גייט מיר אויס פאר שרעק און זארג אלעס זאל דורכגיין בשלום", האט דער איד פארענדיגט א ציטערדיגער.
דער בעש"ט האט זיך דאן פארקלערט פאר עטליכע מינוט און דאן אויסגערופען צו דעם איד: "בעז"ה וועט דאס מאל אלעס גוט זיין. דו פאלג נאר וואס איך וועל דיר הייסן.
צום ערשט זע אז א גאנצע נאכט זאלן זיצן דא ביי דיר אין שטוב א מנין פון ת"ח און זיי זאלן לערנען משניות אן אויפהער ביז צופרי. און אויך זע אז ביי אלע פענסטערס זאל מען שטיין מיט זעק אין די הענט און מען זאל זיך האלטן וואך דערנאך גרייט מיר אן א גרויסן שטארקן שטעקן, און זאג אן פאר יעדעם אין הויז אז קיינער זאל מיך נישט שטערן פון וואס איך וועל טוהן, אפי' אויב עס וועט זיי פארקומען מאדנע, זיי זאלן נאר זיין גרייט אויף מיין באפעל צו טוהן וואס איך וועל זיי הייסן".
זעלבספארשטענדליך אז דער איד האט אויף אלעם איינגעשטימט און ער האט געטוהן אזוי ווי דער הייליגער בעש"ט האט אים באפוילן.
דער בעש"ט האט זיך דאן געזעצן נעבן אויוון און זיך גענומען זאגן תהילים, ווען פלוצלינג האט די פענסטער פון קאך זיך אויפגעריסן און א ווילדע, שווארצע קאץ האט זיך אריינגעריסן און מיט איין אימפעט זיך געריסן צו דעם שטוב וואו דאס ניי-געבוירן קינד איז געשלאפן. דער בעש"ט האט זיך שנעל אריענטירט און באפוילן די מענטשן דארט אריינצוכאפן דעם קאץ און שטארק פארבינדען דעם זאק. ווי נאר דער קאץ איז שוין געווען דארט אינעווענדיג, איז דער בעש"ט צוגעגאנגען און גענומען האקן און זעצן דערויף מיט אלע זיינע כוחות, אז די קאץ האט ארויסגעלאזט פון זיך יאמערליכע קולות און געוויינערייען. די אנוועזנדע מענטשן האבן זיך גענומען בעטן ביים בעש"ט ער זאל רחמנות האבן און פריי-לאזן דעם קאץ, אבער דער בעש"ט האט זיך נישט צוגעהערט צו קיינעם נאר ער האט ווייטער געטוהן דאס זייניגע און געווינקען די מענטשן דארט צו זיין שטיל און אים נישט שטערן.
ווען די קאץ איז שוין געווען גוט צוקלאפט און צוביילט האט דער בעש"ט איר צוריק ארויסגעווארפן פון פענסטער און פעסט פארמאכט.
איבעריג צו זאגן אז די נאכט איז אדורך בשלום, און דער ברית איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר. אלע האבן זיך מיטגעפרייט מיט די שמחה.
אינמיטן די סעודה האט זיךך ביים טיר באוויזן א שליח פון דעם פריץ פון דארף מיט א שטריינגן באפעל אז דער איד זאל שוין אריבערקומען צו אים. דער איד – וועלכער האט געקענט דעם פריץ פאר א געזונטן אידן-פיינד – האט זיך דערשראקן ביז גאר און נישט געוואוסט וואס צו טראכטן. אבער דער בעש"ט האט אים בארוהיגט אז ער האט זיך נישט וואס צו שרעקן, אלעס וועט אדורכגיין בשלום. ער האט אים אבער אנגעזאגט איבערצוגעבן פארן פריץ א גריס פון אים.
דער איד איז דאן מיט א קלאפעדיג הארץ אריבער געלאפן צום פריץ און געטראפן דעם פריץ ליגן אין באט. א ציקאליעטשטער און א צובראכענער, פארבאנזשירט ביזן האלז. דער איד האט זיך פארנויגט פארן פריץ און דערשראקענערהייט איבערגעגעבן אז דער בעש"ט שיקט אים א גריס. ווי דער פריץ האט דאס דערהערט איז ער בלאס געווארן און ער האט זיך אנגערופען צו אים: "האט דיר שוין אט דער בעש"ט דערציילט וואס עס ליגט אונטער דעם גרוס?"
דער איד האט געשאקעלט מיטן קאפ אויף ניין. האט דער פריץ דאן זיך אנגערופען צו אים. "וויסן זאלסטו אז דיינע קינדער זענען קיינמאל נישט געשטארבן מיט א נאטירליכן טויט. איך בין געווען דער וואס פלעגט זיי הארגענען די נאכט פארן ברית. דער קאץ וואס אייער ראבין האט נעכטן באקלאפט די ביינער, דאס בין איך טאקע געווען, נאר אין מיין כישוף'דיגן געשטעל, נאר דיין ראבין האט מיך איבערגעקליגט און געמאכט פון מיר אט דאס וואס דו זעסט".
"אבער ער האט נאר געהאט דעם נצחון איבער מיר דאס איינע מאל. און איך וויל טאקע פון דיר אז דו זאלסט אים איבערגעבן אז איך וויל פירן א שטרייט מיט אים בערך אין א חודש ארום ווען איך וועל שוין זיין פולשטענדיג אויסגעהיילט פון די קלעפ וואס ער האט מיר צוגעטיילט – אויף צו קענען זיך אפרעכענען מיט אים."
דער איד איז באלד צוריקגעלאפן צום בעש"ט און אים איבערגעגבן דעם פריץ'ס ווערטער. דער בעש"ט האט בארוהיגט דעם איד אז עס וועט חלילה נישט פאסירן קיין שום בייז צו אים און ער האט אים ווארעם אפגעזעגענט און אפגעפארן צו זיך אהיים.
אהיימקומענדיג האט דער בעש"ט באלד פארופען אן אסיפה פון זיינע געהויבענסטע תלמידים און זיי דערציילט אז ער דארף אפהאלטן א קאמפ מיט די כוחות הטומאה און ער האט זיי דערביי איבערגעגעבן פארשידענע תפילות און סגילות וואס זיי זאלן אינזין האבן בשעת מעשה. אבער איין זאך האט דער בעש"ט זיי אנגעזאגט, אז טאמער וועלן זיי מערקן א שינוי אויף זיין גיזיכט, דאן זאלן זיך מורא'דיג מחזק זיין מיט תפילות ותחנונים.
עס איז אנגעקומען דער טאג און דער הייליגער בעש"ט איז ארויסגעקומען אויפן באשטימטן ארט אין קרייז פון זיינע געהויבענע תלמידים. און פון די אנדערע זייט איז געשטאנען – להבדיל אלף אלפי הבדלות – דער פריץ דער כישוף מאכער מיט זיין סוויטע.
דער בעש"ט האט דאן אויסגעקריצט אין דער ערד צוויי רינגען מיט זיין שטעקן און ער האט זיך אריינגעשטעלט אין צווייטן רינג. אויפאיינמאל זענען געקומען צו לויפן אינעם ריכטונג פון בעש"ט אלע-ערליי ווילדע חיות וועלכע האבן געשפיגן פייער פון מויל, אבער וויבאלד זיי זענען צוגעקומען צום ערשטן רינג זענען זיי אלע בטול ומבוטל געווארן.
דער פריץ האט נאכאמאל פראבירט און אנגעשיקט אויפן בעש"ט נאך אזא סטאדע. אבער ס'האט זיך מיט זי אויסגעלאזט דאס זעלבע ווי מיט פריערדיגע און זיי זענען פארשווינדען געווארן ווי נאר זיי זענען אנגעקומען צום ערשטן רינג.
ענדליך האט דער פריץ געברענגט מיט כישוף א סטאדע פון ווילדע חזירים. זיי האבן באוויזן דורכצוגיין דעם ערשטן רינג. די תלמידים האבן באלד באמערקט א השתנות אויפן פנים פון בעש"ט און זיי האבן זיך גענומען שטארק דאוונען און מחזק זיין און טאקע ווי נאר זיי זענען אנגעקומען צום צווייטן רינג איז פון זיי שוין נישט געבליבן קיין שריד ופליט.
דער פריץ – זעענדיג אז ער האט פארשפילט – האט ער זיך אנגערופען צום בעש"ט: "פארפאלן, געווינען דעם קאמפ האסטו. דא האסטו מיך, נעם מיר און טו מיט מיר וואס דו ווילסט."
דער בעש"ט האט אים אפגעענטפערט: "איך זיך נישט קיין נקמה אין דיר. אבער כדי דו זאלסט זען דעם גרויסן כח פון באשעפער, וואלט איך דיר געבעטן זאלסט אויפהייבן דיינע אויגן און ארויפקוקן צום הימל". דער פריץ האט געגעבן א הויב אויף דעם קאפ, זענען באלד צוגעפלויגן צו אים צוויי שווארצע קראא'ן און אים אויסגעשטאכן ביידע אויגן....
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי מעשיות פון בעש"ט זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער עושר האט זיך דערמאנט וואס ער האט געטאן
אין די שטאט ריישא, האט געוואוינט א גרויסער עושר, א גרויסער תלמוד חכם, וואס ס'האט אים גארנישט געפעלט, און אזוי ווי דער נאמען פונעם הייליגן בעל שם טוב איז אין יענע צייט באקאנט געווארן, און עס זענען פארשפרייט געווארן די וואונדערליכע מופתים וועלכע דער בעל שם טוב האט באוויזן, האט דער איד באשלאסן, אז כאטש ער איז נישט פון די חסידים, דאך וויל ער זיך אריבערכאפן קיין מעזבוזש, און זען מיט די אייגענע אויגן דאס גרויסקייט פונעם הייליגן בעל שם טוב.
דער עושר איז געקומען צו פאָרן, מיט א רייכע וואגן געפירט דורך צוויי טייערע פערד, אזוי ווי עס פּאַסט זיך פאר א גביר, און מ'האט אים שנעל צוגעלאזט צום הייליגן בעל שם טוב, און ער האט געגעבן פאר'ן בעל שם טוב א קוויטל, און צוגעלייגט א רובל אלס א פדיון, און געווארט אז דער צדיק זאל אים אנוואונטשן א ברכה.
די הייליגע אויגן פונעם בעל שם טוב האבן געזען גאר ווייט, און ווען א איד איז אריינגעקומען צו אים, האט ער געזען אלעס וואס ס'האט שוין אמאל פאסירט מיט דעם איד, אויך פונעם פריערדיגן גלגול.
דער עושר האט דערציילט פאר'ן בעל שם טוב וועגן זיין גרויס עשירות און הצלחה, און אז ס'פעלט אים גארנישט, און ער האט ב"ה ערליכע קינדער תלמידי חכמים, און ער איז גליקליך און צופרידן.
האט אים דער בעל שם טוב געפרעגט, אויב אזוי, פארוואס ער איז געקומען, האט דער עושר געענטפערט, אז ער איז געקומען זעען די הייליגע צורה פונעם בעל שם טוב, און זיך צו אליינס איבערצייגן אין זיין הייליגקייט, האט דער בעל שם טוב אים געזאגט, זעץ דיך אוועק, און איך וועל דיר דערציילן א מעשה.
אין א געוויסע שטאט האבן געוואוינט צוויי גוטע חבירים, ביידע זענען געווען קינדער פון עשירים, און זענען אינאיינעם אויפגעוואקסן, און פארברענגט אין זייערע יונגע יארן, שפעטער ווען זיי זענען עלטער געווארן, האבן זיי ביידע חתונה געהאט, און האבן זיך באזעצט אין באזונדערע שטעט, פון אנפאנג פלעגן זיי זיך שיקן בריוון איינער פאר'ן צווייטן, און האבן ווייטער אנגעהאלטן זייער נאנטשאפט.
מיט די צייט האט זיך דאס צוביסלעך אויפגעהערט, ביידע זענען געווארן פארנומען, יעדער מיט זיינע געשעפטן, און די בריוון וואס זיי פלעגן זיך שרייבן איינער דעם צווייטן, איז געווארן ווייניגער, ביז זיי האבן פשוט פארגעסן איינער פון אנדערן.
נאך עטליכע יאר, האט זיך ליידער ביי איינער פון די צוויי געוועזענע חברים, (למשל, ראובן), דאס רעדל א דריי געגעבן, און זיינע געשעפטן האבן אנגעהויבן צו גיין אראפ און אראפ, ביז ער איז געווארן א גרויסער ארימאן ל"ע, ער האט ממש אלעס פארלוירן, און איז געווארן א גרויסער בעל חוב.
אין זיין שווערן מצב, האט ער זיך דערמאנט פון זיין אלטן חבר (למשל, שמעון), מיט וועמען ער איז אמאל געווען זייער נאנט, און יעמענ'ס געשעפטן האבן נאך אלץ געבליט העכער און העכער, האט ער באשלאסן, אז ער וועט זיך ווענדן נאך הילף צו זיין אמאליגע חבר (שמעון), ער זאל אים אביסל ארויסהעלפן מיט געלט, אז ער זאל זיך צוריקשטעלן אויף די פיס.
דער ארימאן (ראובן), נישט וועלענדיג גיין מיט צוריסענע קליידער, האט געבארגט פון איינעם, געהעריגע קליידער, כדי ער זאל אויסזען ווי א נארמאלער מענטש, און זיך ארויסגעלאזט אין וועג צו בעטן הילף פון זיין אמאליגער חבר (שמעון).
ווען ער איז אנגעקומען צום עושר (שמעון), האט ער זיך זייער געפרייד צו אים, און אים צוגעגרייט א גרויסע סעודה, אינמיטן די סעודה, האט ער אים געפרעגט וועגן זיינע געשעפטן, דאן האט דער ארימאן (ראובן) אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין, און דערציילט זיין ביטערן מצב, און האט אים אויסגעזאגט אז אפילו די קליידער וואס ער טראגט, איז נישט זיינס, און געבעטן דעם עושר (שמעון), ער זאל אים ארויסהעלפן אין זיין געדריקטן מצב.
דער עושר (שמעון) איז זייער באנומען געווארן פון די ווערטער פונעם ארימאן (ראובן), און האט באלד געלאזט רופן זיין סעקרעטאר, און באפוילן, אז ער זאל פארשרייבן האלב פון זיין פארמעגן פאר זיין אלטן חבר (ראובן), דאס איז געווען א ריזיגן סכום געלט, און ער האט דאס געגעבן אלס מתנה, נישט אלס הלואה, און האט אים ארויסבאגלייט אין וועג, און אים געוואונטשן ברכה און הצלחה.
הקב"ה האט טאקע געהאלפן, און מיט די געלט וואס דער עושר (שמעון) האט אים געשאָנקן, האט ער (ראובן) פריש אנגעהויבן צו מאכן געשעפטן, און האט ב"ה שיין מצליח געווען, און צוביסליך האט ער באצאלט אלע זיינע חובות.
נאך עטליכע יאר וואס דער געוועזענער ארימאן (ראובן) האט אנגעהויבן צו גיין העכער און העכער, האט ליידער פאסירט פארקערט, אז דער אנדערע חבר (שמעון) דער געוועזענער עושר, האט אנגעהויבן צו גיין בארג אראפ, און נאך עטליכע וואכן איז ער (שמעון) ליידער געווארן א גרויסער ארימאן, (בקיצור, דער ארימער ראובן, איז געווען דער רייכער, און דער רייכער שמעון, איז געווארן א גרויסער ארימאן ל"ע).
פארשטייט זיך, אז ער האט גלייך געטראכט אז ער וועט טאן דאס וואס יענער האט געטאן מיט עטליכע יאר צוריק, און מיט גרויס שוועריגקייטן איז דער יעצטיגן ארימאן (שמעון) אנגעקומען אינעם שטאט וואו זיין חבר, דער יעצטיגער עושר (ראובן) וואוינט, ער האט געהאָפט אז זיין חבר (ראובן) זאל זיך יעצט דערבארימען אויף אים, אזוי ווי ער האט געטאן צו אים מיט עטליכע יארן פריער, ווען ער איז געווען אין זעלבן מצב.
אבער ליידער איז נישט אזוי געווען, נאר צו זיין גרויס אנטוישונג האט זיין חבר, דער יעצטיגער עושר (ראובן), אים אפילו נישט געלאזט איבערטרעטן דעם שוועל פון זיין הויז, זאגענדיג, אזא שמוציגער ארימאן לאז איך נישט אריין צו מיר אין שטוב, ער האט געהייסן פארשפארן די טירן פאר אים, און אים פארשיקט מיט ליידיגע הענט.
ס'איז אבער נישט קיין הפקר וועלט, ס'איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט, הקב"ה האט צוגעזען די טרערן פון דעם יעצטיגן ארימאן (שמעון), און אנדערע אידן האבן אים געהאלפן, און נאך גרויס מיטמאכענישן איז ער געהאלפן געווארן, און האט פריש אנגעהויבן צו בויען זיינע געשעפטן, און איז ב"ה צוריק געווארן אן עושר.
אין דער זעלבער צייט ווי ער (שמעון) האט מצליח געווען, האט פאסירט ביים אנדערן חבר (ראובן) א שטארקן שאָדן אין זיינע געשעפטן, און האט ווידער ליידער אנגעהויבן צו גיין אויפ'ן וועג אראפ, און ס'איז צוריק געווארן ווי פריער, ראובן איז דער ארימאן, און שמעון דער עושר, (אזוי ווי ביים ערשטן מאל).
קיין סאך חשבונות האט ער (ראובן) נישט געקענט מאכן, זיין מצב האט אים זייער שטארק געדריקט, און ער האט באשלאסן אז דאס איינציגסטע וועג ווי אזוי ער קען זיך ראטעווען, איז אז ער זאל טאן דאס וואס ער האט געטאן דאס פריערדיגע מאל, און זיך ווענדן צו זיין חבר (שמעון).
ער איז געפארן צו זיין חבר (שמעון), און אנגעקלאפט ביי אים אין טיר, זיין חבר (שמעון) האט זיך זייער געפרייט צו אים (ראובן), און נאכ'ן אויסהערן זיין מצב, האט דער חבר (שמעון), פונקט ווי דאס ערשטע מאל, באלד געהייסן פארשרייבן האלב פון זיין פארמעגן פאר זיין חבר (ראובן) דעם ארימאן.
דאסמאל אבער, האט ער זיך שוין באווארנט, און ער האט געשריבן, אז דאס געלט איז נאר אן הלואה, און ווען ער וועט קענען (ראובן) דארף ער דאס צוריקצאלן.
ב"ה ס'איז אים (ראובן) געלונגען, און מיט די געלט האט ער זיך צוריק אויפגעבויעט זיין פארמעגן, און יעצט איז ווידער געקומען די רייע אויפ'ן אנדערן (שמעון), און ס'האט נישט לאנג געדויערט, ביז ער (שמעון) האט אנגעהויבן צו זען צייכענעס אז זיין פארמעגן גייט אראפ און אראפ.
מיט א זיכערקייט איז דער פרישער ארימאן (שמעון), אריבער צו זיין חבר (ראובן), און מיטגעברענגט מיט זיך א שטר חוב, וואו ס'שטייט, אז שמעון איז שולדיג געלט פאר ראובן.
אבער נישט מער און נישט ווייניגער, דער איצטיגער עושר (ראובן), האט אים ווידער נישט געלאזט אריבער טרעטן זיין שוועל, און האט אים ארויסגעווארפן מיט גרויסע בושות, צוזאמען מיט זיין שטר, ס'איז אים בכלל נישט אנגעגאנגען אז יענער (שמעון) האט א שטר אז ער איז אים (ראובן) שולדיג געלד.
א מענטש לעבט דאך נישט אייביג, און ס'איז געקומען די צייט וואס מ'געזענגט זיך פון די וועלט, און ביידע זענען גערופן געווארן צום בית דין של מעלה, אפצוגעבן א דין וחשבון אויף זייערע מעשים וואס זיי האבן געטאן אויף די וועלט.
דעם עושר (ראובן) האט מען באלד אריינגעשליידערט אין טיפן גיהנום, פאר זיין שלעכטן און רשעות'דיגן אויפפירינג, און אויף דעם וואס ער איז געווען א כפוי טובה פאר זיין חבר (שמעון), און דעם ארימאן (שמעון) האט מען אריינגעפירט אין א לעכטיגן היכל אין גן עדן, פאר זיין געוואלדיגן חסד, וואס ער האט געהאלפן זיין חבר (ראובן) און ער איז געווען א מעביר על מידותיו, ער האט גארנישט צוריקגעזאגט פאר זיין חבר (ראובן) אויף זיין אויפפירונג.
די נשמה פון דעם ארימאן (שמעון), האט אבער נישט געהאט קיין מנוחה אין גן עדן, ווען ער ווייסט אז צוליב אים, איז זיין חבר (שמעון) אין א פינסטערן גיהנום, האט מען גע'פסק'נט אין בית דין של מעלה, אז די צוויי חבירים זאלן נאכאמאל אראפקומען אויף די וועלט, דער עושר (ראובן) וועט ווייטער זיין אַן עושר, און דער ארימאן (שמעון) וועט ווייטער זיין אַן ארימאן, און כדי דער עושר זאל קענען פאררעכטן וואס ער האט געטאן, וועט דער ארימאן (שמעון) קומען צום טיר פונעם עושר (ראובן) און בעטן ביי אים געלט, א פרוטה נאך א פרוטה, ביז ער וועט אים באצאלן דעם גאנצן חוב.
דער ארימאן (שמעון) האט גערן מסכים געווען דערויף, אלעס כדי זיין חבר (ראובן) זאל נישט דארפן זיין אין גיהנום.
די צוויי נשמות זענען טאקע נאכאמאל אראפגעקומען אויף די וועלט, און זיי זענען אויפגעוואקסן אין צוויי באזונדערע שטעט, דער עושר (ראובן) איז געבוירן ביי אן עושר, און דער ארימאן (שמעון) איז געבוירן ביי אן ארימאן, ווען אין הימל ווארט מען צו זען אויב דער עושר (ראובן) וועט טאן וואס ער דארף צו טאן.
דער עושר (ראובן) איז טאקע געווען א גרויסער עושר, אבער ער איז געווען זייער קארג, די ארימעלייט פלעגן שוין צו וויסן אז ס'איז בעסער נישט צו בעטן קיין געלט פון אים, ווייל אויב יא, האט מען נאר געליטן בזיונות און קלעפ.
דער ארימאן (שמעון) פלעגט ארומגיין פון שטאט צו שטאט, בעטן נדבות, און איין טאג איז ער אנגעקומען צום הויז פונעם עושר (ראובן), כאטש די אנדערע ארימעלייט, האבן שטענדיג געוואוסט אז דעם הויז דארף מען אויסמיידן, האט דער ארימאן (שמעון) יא אנגעקלאפט אין דעם טיר, און דער עושר (ראובן) האט ווי זיין שטייגער פארטריבן דעם ארימאן (שמעון), און אים אנגעווארנט אז ער זאל זיך נישט דערוואַגן נאכאמאל צוריקצוקומען, דער ארימאן (שמעון) האט זיך אבער פאר'עקשנ'ט, און איז יא צוריקגעקומען, און זיך גענומען בעטן ביים עושר (ראובן), ער זאל רחמנות האבן אויף אים, ווייל ער האלט שוין נישט אויס די הונגער.
דער עושר (ראובן) וועלכער איז געווארן זייער ברוגז אויף די חוצפה... פונעם ארימאן (שמעון), האט אויפגעהויבן זיין האנט, און אראפגעלאזט א שטארקן פראסק פאר דעם ארימאן (שמעון) וועלכער איז נעבעך אראפגעפאלן אויף די ערד, און איז געשטארבן אויפ'ן פלאץ.
ס'איז נישט געווען ווער עס זאל פאדערן דאס בלוט פונעם ארימאן (שמעון), און קיינער האט זיך נישט אפגעגעבן מיט'ן נפטר (שמעון).
דער עושר (ראובן) האט גערופן די חברה קדישא, אז זיי זאלן אוועקטראגן דעם נפטר פון נעבן זיין שטוב, און ער האט פארגעסן פון די גאנצע מעשה.
ווען דער הייליגער בעל שם טוב האט געענדיגט דערציילן די מעשה פאר'ן גביר פון ריישא, האט ער זיך שטרענג אנגערופן צו אים, און געפרעגט, צו ער ווייסט פון וואס מ'רעדט, דער עושר האט נישט קיין סאך געדארפט טראכטן, אז די גאנצע מעשה איז געשען מיט אים אליינס א שטיק צייט פריער.
מיט גרויס געוויין, האט זיך דער גביר אראפגעווארפן אויף די ערד פאר'ן הייליגן בעל שם טוב, און געזאגט, רבי, צי האב איך נאך א תיקון אויף די וועלט, דער בעל שם טוב האט אים שטארק אויסגע'מוסר'ט, און אים געזאגט, אז אויב ער וועט ארומפארן אויף די וועלט און אויפזוכן די יורשים פון דעם ארימאן (שמעון), און ער וועט זיי איבערבעטן, און געבן געלט, דעמאלט האט ער נאך א האפענונג צו האבן א תיקון.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי מעשיות פון בעש"ט זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

און די שטאט מעזריטש, האט געוואוינט א יוד מיט'ן נאמען ר' מענדיל, ער איז געווען זייער ארים און האט ממש נישט געהאט קיין ברויט אין שטוב. עס איז געקומען די צייט, און ער האט געדארפט א שידוך טאהן מיט זיין זוהן, האט ער זיך מיישב געווען צו פאהרן צום הייליגן בעל שם טוב. אזוי ווי ער האט פארציילט צום היילגן בעש"ט זיין שווערן צושטאנד, האט איהם די בעש"ט באלד געהייסן פאהרן צו א געוויסע שטאט, אונטער א געוויסע בריק, דארט וועסטו טרעפן א גרויסע אוצר. איז די יוד באלד אהין געפארן און באלד אנגעהויבן זוכן די פלאץ ווי די אוצר געפינט זיך. אינמיטן זוכן קומט פארביי א יוד מיטן נאמען ר' יעקב די שניידער, און האט איהם געפרעגט: "וואס זוכט איר דא?" האט איהם ר' מענדיל דערציילט די גאנצע מעשה, אז דער הייליגע בעש"ט האט געהייסן דא זוכן אן אוצר. רופט זיך אהן ר' יעקב: "וואס רעדט איר אזעלכע נער'ישע זאכן ! דו מיינס אז דו וועסט דא טרעפן אן אוצר? מיר האט זיך אויך גע'חלום'ט א חלום אז אין די שטאט מעזריטש, אין די הויז פון ר' מענדיל בן ר' שמעון, ליגט א גרויסע אוצר אונטערן אויבן. וואס מיינט איר, וועל איך דען אהינפאהרן וועגן דעם?" אזוי ווי ר' מענדיל האט דאס געהערט, האט ער פארשטאנען אז דאס האט די היילגע בעש"ט געמיינט, און ער איז באלד אהיימגעפארן און אנגעהויבן אויפגראבן און זוכן אונטערן אויבן, און ער האט טאקע געטראפן זייער א גרוסיע אוצר.
ר' מענדיל איז געווארן מלא שמחה, און ער האט געטראכט אז אזוי ווי ר' יעקב האט איהם דאס פארציילט מוז ער שוין צוריק פאהרן, איהם אויפזוכן און אפגעבן האלב פון די פארמעגן. אינמיטן וועג האט ער זיך אפגעשטעלט אויף אפאהר מינוט. מיט אמאהל זעהט ער ווי ר' יעקב קומט איהם אנטקעגן.
ר' מענדל איז גלייך צוגעלאפן צו ר' יעקב, און געזאגט: "איך בין יעצט אופ'ן וועג קומענדיג צו דיר, אפצוגעבן האלב פון מיין פארמעגן, ווייל ווען דו האסט מיר געזאגט דאס וואס עס האט דיר גע'חלום'ט בין איך באלד אהיימגעפאהרן און דארט געטראפן דעם אוצר.
זאגט איהם ר' יעקב: "איך קום דאך וועגן די זעלבע זאך צו דיר, איך האב אויך אביסל געזוכט אונטערן בריק, און באלד געטראפן א גרויסע אוצר, בין איך יעצט געקומען אפגעבן האלב פון מיין אוצר. איינע האט נישט געוואלט הערן פון צווייטן, יעדע האט געוואלט אפגעבן זיין האלבע פארן צווייטן, און קיינע האט נישט געוואלט נעמען פון צווייטן.
אזוי האבן זיי זיך ארומגעקריגט, ביז מ'האט באשטעטיגט און געפארן צום הייליגן בעש"ט. האט די בעש"ט געזאגט: "דו האסט דאך א זוהן, און דו האסט דאך א טאכטער, מאכט'ס א שידוך, און האלב פון ביידע אוצרות זאלן גיין צו די קינדער".
זיי האבן טאקע אזוי געטוהן, געשלאסן די שידוך, איבערגעגעבן די געלט.
די בעש"ט האט זיי אנגעוואונטשן א גוט לעבן.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
[דער מעשה איז א סגולה צו פארציילן מוצאי שבת ממש פארן בענטשן]
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי מעשיות פון בעש"ט זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מטריח געווען די בעש"ט און ער איז אראפ פון גן עדן
אין די שטאט מעז'בוז' (די שטאט ווי די הייליגע בעש"ט האט געוואוינט) האט געוואוינט א יוד וואס האט געהייסן ר' יהושע. ער האט ליידער נישט געהאט קיין קינדער, און ווען ער פלעגט אריינגיין צום בעש"ט פאר א ברכה, פלעגט ער איהם אייביג אפּזאגען, און נישט געבען קיין ברכה. איין מאהל, אין א געוויסע טאג ווען ער איז אריין געקומען צו די הייליגע בעש"ט, האט איהם די הייליגע בעש"ט געזאגט, אז ער קען איהם אנווינטשן מיט א בן זכר (א יונגעלע) אבער ער מיז איהם צוזאגן, אז די ערשטער זעקס יאהר וועט ער זייער אפּהיטן דאס קינד, און קיינמאל נישט לאזן אליין אין שטובּ. האט דער יוד געענטפערט "איך וואלט זייער שטארק געוואלט האבן א יונגעלע, אבער איך מוז קודם פרעגן מיין ווייבּ צו זי איז מסכים, ווייל איך אליין, קען נישט אפּהיטן דאס יונגעלע א גאנצער טאג און א גאנצער נאכט". דער יוד איז אהיימגעגאנגען און געפרעגט זיין ווייבּ צו זי איז מסכים.
פארשטייט זיך אז זיין ווייב האט באלד מסכים געווען. ער איז באלד געלאפן צו די הייליגע בעל שם טוב, און די בעל שם טוב האט איהם אנגעוואונטשן א בן זכר. פארשטייט זיך אז די שמחה איז געוועהן זייער גרויס ווען א יאהר שפעטער איז געבוירן געווארן א בן זכר. ער איז באלד געגאנגען מודיע זיין די הייליגער בעל שם טוב, און אויך האט ער איהם מכבד געוועהן, אז ער זאל זיין די סנדק ביים ברית.
אזוי איז טאקע געווען און אלע האבן זיך זייער געפרייט ביים ברית. נאכן ברית ווען מ'איז אהיים געקומען מיט'ן קינד, האט די מאן נאך א מאהל דערמאנט זיין פרוי אז זי מוז זייער גוט אכטונג געבן אויף דאס קינד די ערשטער זעקס יאהר.
האט איהם זיין פרוי געפרעגט "עס איז דאך נישט קיין גרינגע זאך אפּצוהיטן א קינד א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט, אפשר זאל מען דינגען א מענטש וואס זאל העלפן אפּצוהיטן דאס קינד" האט די מאן מסכים געוועהן, און מען האט געדונגען א מענטש.
עס איז אדורך א ביסל צייט ווען דאס קינד איז שוין געווען צוויי יאהר אלט, איז דער הייליגע בעש"ט נסתלק געווארן. די עלטערן האבן ממשיך געווען אין גוט אכטונג געגעבן אויפ'ן קינד. ווען דאס קינד איז שוין אלט געווען 5 יאהר איז אין א געוויסע טאג, ווען קיינער איז נישט געווען אין שטוב, נאר דער מענטש וואס האט אפּגעהיטן דאס קינד, האט מען פון אין דרויסן געהערט א גרויסע גערודער, די מענטש האט געטראכט לאמיר נאר ארויסלויפן אויף איין מינוט זעהן וואס די גערידער איז, ווען ער איז ארויס האט ער דארט געזעהן א גרוסע פּאראדע.
אזוי ווי זי איז אריינגעקומען אין שטוב, האט זי נישט געזעהן דאס קינד, ער האט אנגעהויבן צו זיכן און זיכן אבער עס האט גארנישט געהאלפן "דאס קינד איז נישט דא" מ'קען זיך שוין פארשטעלן די עגמת נפש וואס די עלטערן האבן געהאט ווען זיי זענען אהיים געקומען און געזעהן אז דאס קינד איז נישט דא. מ'האט געזוכט אין די גאסן און אין די גאנצע שטאט אבער דאס קינד האט מען נישט געטראפן. ר' יהושע האט אויסגעגעבן אסאך געלט אז מען זאל דינגען מענטשן אז זיי זאלן גיין זוכן דאס קינד אבער נאך אסאך זוכן "דאס קינד איז נישט דא". מיט אסאך צער איז מען געלאפן צום טאכטער פון די הייליגע בעל שם וואס האט געהייסן אדל און איר געבעטן אז זי זאל עפּעס טוהן פאר זיי.
זי האט געענטפערט "איך אליין קען גארנישט טוהן". זי איז באלד געלאפן צום ציון פון איר טאטע, און זיך אויסגעוויינט פאר איהם אז ער זאל רחמנות האבן און העלפן די פארביטערטע עלטערן.
זי איז צוריק געקומען פון ציון פון איר הייליגן טאטע, און זי האט געזאגט:
"מיין טאטע האט גאזאגט אז דו זאלסט גיין און גיין אין די וועג פון מזרח, אין וועלכע האטעל דו וועסט אנקומען זאלסטו פארציילן פאר דער בעל האכסניא קלאהר די גאנצע מעשה, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן און דו וועסט טרעפן דיין זוהן.
מיט פרייד און האפענונג, האט ער באלד איינגעשפאנט פערד און וואגן, און אנגעהויבן צו פארן אין די ריכטונג פון מזרח זייט פון שטאט.
אכט וואכן האט ר' יהושע גערייזט און ווי ער האט גענעכטיגט האט ער פארציילט די גאנצע מעשה פאר די בעל האכסניא. אין קיין איין גאסט הויז האט ער נישט גענעכטיגט מער ווי איין נאכט חוץ שבת וואס ער איז געבליבן שבת, אבער צומארגענס איז ער ווייטער געפאהרן אזוי ווי די בעש"ט האט געהייסן.
ווי ער איז נאר געגאנגען און געטראפן מענטשן האט ער זיי געזאגט אז ער זוכט זיין פינעף יעריג זוהן, אלע האבן צוגעשאקלט, און א קרעכץ געטוהן, אבער קיינער האט דאס קינד נישט געזעהן.
אין אנהייב פון ניינטע וואך איז ר' יהושע אנגעקומען צו א יודישע גאסט הויז. אזוי ווי ער איז אריין געקומען האט ער ווי זיין שטייגער אויסגעגאסן זיין ביטערע מעשה פאר'ן בעל האכסניא.
אזוי ווי די בעל האכסניא האט דאס געהערט, האט ער א קלאפ געטוהן זיינע צוויי הענט און געגעבן א געשריי: "אוי וויי", דאס איז אוודאי דיין זוהן!!
"וואס רעדט איר!!" רופט זיך אהן ר' יהושע.
"ס'איז אבער נישט דא וואס צו טוהן" רופט זיך אהן די בעל האכסניא.
"וואס הייסט", פרעגט ר' יהושע!!
דער בעל האכסניא האט אנגעהויבן צו פארציילן. דא אין שטעטל וואוינט א גלח, ער איז אן עלטערע מענטש, אבער גאהר א גרויסע רשע, און וויבאלד ער האט נישט קיין קינדער האט ער צוויי חדשים צוריק מחליט געווען אז ער וויל האבן א קינד, איהם צו ערציען, און ער זאל איהם קענען ירש'ענען ווען ער וועט שטארבן.
אין איין טאג איז ארויס א קול, אז דער גלח האט שוין געטראפן א קינד, מוז זיין אז דאס איז זיכער דיין פארלוירענע קינד.
איך בעט אייך!! פארוואס קען מען גארנישט טוהן.
האט דער בעל האכסניא פראבירט מסביר צו זיין. דער גלח האט פון קיינער נישט מורא, ער איז רשע מרושע, ער איז א שונא ישראל גרייט צו הרג'ענען א יוד, ער איז ממש א גיפטיגער שלאנג, אלע ציטערן פון איהם. מ'קען זיכער גארנישט טוהן. עס איז א פארגאנגענהייט.
ר' יוד רופט זיך אהן ר' יהושע: "אויב דער אייבערשטער האט שוין געהאלפן ביז אהער וועט ער זיכער העלפן ווייטער.
טוט מיר א טובה, און איר וועט האבן א חלק אין די גרויסע מצוה פון פדיון שבויים. גייט אריין אין שטאט און הערט אויס וואס ער טוט אין זיי קירכע מיט דאס קינד, אפשר וועט מען קענען אפקויפן איינער פון די ארבייטער ארויסצוראטעווען דאס קינד. אוי! מיין קינד! ביטע טוט מיר דער טובה.
דער בעל האכסניא, כאטש ער האט געוואוסט אז עס איז נישט דא וואס צו טוהן, דאך אלץ רחמנות אויף דאס בן יחיד פון דער יוד, האט ער זיך אנגעשטרענגט, און ארויס אין די גאס, צו צו הערן וואס די גוים רעדן וועגן דער נייע קינד פון די גלח.
א וויילע שפעטער איז ער צוריק געוקומען און געזאגט:
"איך האב געהערט ווי די גוים רעדן אז דאס קינד איז א יודישע קינד, און היינט ביינאכט קומט אהן דער גרויסע בישוף פון די אנדערע שטאט. עס וועלן זיך צוזאמען קומען אלע גוים און רשעים פון שטאט, אין זייער קירכע, און די בישוף אליין ער וועט דארט טוהן זיינע טמא'נע זאכן, און אזוי וועט דאס קינד ווערן "דער גלח'ס קינד". עס וועט דארט אנגיין גאהר א גרויסע סעודה לכבוד די נייע קינד פון דעם גלח.
זעהסטו! רופט זיך אהן די בעל האכסניא! יעצט בין איך קלאהר, אז דאס קינד איז דיינע, אבער וואס קען מען דען טוהן?
נאך אפאהר מינוט טראכטן רופט זיך אהן די בעל האכסניא. "אה! עס פאלט מער עפעס איין" איך האב געהערט ווי זיי רעדן, אז דער בישוף איז זייער א פיינע און איידעלע מענטש, און ער איז נישט קיין שונא ישראל, אפשר זאלן מיר צוגיין צום טויער פון שטאט, און אפווארטן דעם בישוף, און דו זאלסט אויסגיסן דיין הארץ צו איהם און איהם זאגן אז דאס איז דיין איינציגסטע קינד, און אז דו האסט געווארט פאר דעם קינד אזוי פיל יאהר, אפשר וועט ער רחמנות האבן אויף דיר און דיר ארויסהעלפן.
זיי זענען ביידע זאפארט צוגעפאהרן ארויס פון די טויער פון שטאט, און אזוי ווי ר' יהושע האט געזעהן ווי עס קומט אהן די בישוף, איז ער געפאלן צו זיינע פיס און אנגעהויבן צו וויינען און שרייען, און זיך געבעטן אז ער זאל איהם ביטע ארויסהעלפן.
די בישוף האט געפרעגט ר' יהושע: "האסטו א גוטע פערד און וואגן?" "יא!" האט ר' יהושע געענטעפערט. "הער מיך גוט צו" האט די בישוף געזאגט, שטעל דיין פערד און וואגן נאנט צו די טיר פון די קירכע, ריר דיך נישט אוועק פון דארט פאר קיין מינוט, און איך וועל זעהן וואס איך קען דיר העלפן.
מיט טרערן אין די אויגן האט ר' יהושע שטארק באדאנקט דעם בישוף פאר דעם וואס ער האט איהם צוגעזאגט אז ער וועט איהם פראבירן צו העלפן.
ר' יהושע האט זיך באלד אהין געשטעלט מיט זיין פערד און וואגן, און פון גרויס שמחה פון די אלע רשעים, האבן זיי אפילו נישט באמערקט ווי עס זיצט דארט א יוד. דער בעל האכסניא איז אריין אין די חצר ווי ער קען זעהן און הערן וואס עס גייט דארט פאהר.
אלע זענען אנגעקומען, די גוים פון די גאנצע שטאט, אויך הונדערטע חברים פון די גלח, פון אימעטום. קיין איין רשע האט נישט געוואלט פארפאסן דעם גרויסע מעמד, ווי די גלח גייט באקומען א נייע קינד.
אלע זיצן שוין און אויבן ביים גרויסע הויכע פלאטפארם שטייט די בישוף, און אלע ווארטן אומגעדולדיג. פלוצלונג עפענט זיך די טיר און די גלח קומט אריין, און אין זיינע הענט האלט ער דאס קינד, וואס ער האט באקומען.
דאס קינד איז געווען אנגעטוהן מיט די טייערסטע קליידער, שיין באצירט אזוי ווי עס פאסט.
אלע שטייען אויף און א שטילקייט האט געהערשט אין דעם גרויסן זאל.
דער גלח קומט נענטער און נענטער צום אויבן אהן, דארט ווי די בישוף שטייט, און איז גרייט צו טוהן וואס ער דארף טוהן.
אזוי ווי ער גיבט א קוק אויפ'ן קינד האט דער בישוף אנגעהויבן שרייען אויפ'ן גלח, "וואס? ביסטו נער'יש? א יודיש קינד וועסטו נעמען? דו זיכסט צרות און עגמתנ נפש אויף די עלטערע יאהרן? דו מייסט אז דאס קינד וועט בלייבן געטריי צו דיר? קיינמאהל נישט! דער קינד וועט צונעמען דיין גאנצע געלט, און צוריק גיין צו זיין גלויבונג, קיין יוד וועסטו קיינמאהל נישט מאכן פאר א גוי!!"
די גלח האט זיך זייער פארשעמט, און ער האט אפילו נישט געקענט אויפמאכן זיין מויל צו זאגן א ווארט.
דער בישוף האט יעצט ממשיך געווען: "איך וועל דיר יעצט ווייזן ווי גערעכט איך בין, אין די לעצטע פאהר וואכן, האסטו דאך איהם אזוי שיין אנגעטוהן, אזוי גוט געגעבן צו עסן, געקויפט אזוי פיל שיינע זאכן, און געווען אזוי געטריי צו איהם, קום מיט מיר יעצט מיט דעם קינד אינדערויסן, וועסטו זעהן אז אזוי ווי ער וועט זעהן א יוד, וועט ער דיר אנפייפן, און נישט געדענקען די אלע גוט'ס וואס דו האסט מיט איהם געטוהן, און ער וועט אנטלויפן און גיין צום יוד".
זיי זענען ביידע ארויסגעגאנגען אינדערויסן, און די בישוף האט געזאגט צום גלח: "לאז אראפ דאס קינד יעצט, און לאמיר זעהן וואס עס גייט געשעהן".
אזוי ווי דאס קינד האט געזעהן זיין טאטע איז ער צוגעלאפן צום וואגן און געשריגן טאטע! טאטע!
זעהסטו! האט די בישוף געזאגט, קוק אזא קינד דארפסט דו האבן אז ער זאל דיר ירש'ענען? לאז איהם ביי דעם יוד.
דער גלח איז געווען זייער פארשעמט, און געקוקט די בישוף אין פנים און געפרעגט ווי געב איך זיך אבער יעצט אן עצה פטור צו ווערן פון איהם.
האט זיך די בישוף אויסגעדרייט צו ר' יהושע און איהם געזאגט: " דער קינד איז דאך א יוד, נעם איהם זעה אז עס זאל איהם גארנישט פעלן, און איך וויל נישט זעהן נישט דו און נישט דאס קינד דא נאכאמאהל דא ביי אונז".
אין יענע סעקונדע האט ר' יהושע אנגעכאפט זיין זוהן, און ארויפגענומען אויפ'ן וואגן, און אנגעהויבן צו פליען מיט די פערד, און איז פארשוואונדן געווארן פון שטאט.
אזוי ווי ר' יהושע איז אהיים געקומען אין שטאט מיט'ן קינד איז ער באלד צוגעפארן צו די צדיקת אדל, איר צו באדאנקען פאר וואס זי האט געטהון.
האט די צדיקת געענטפערט: "ווייל דו האסט נישט אכטונג געגעבן אויפ'ן קינד, האסטו מטריח געווען מיין טאטע די בעש"ט, און ער אליין איז אראפ פון גן עדן און זיך פארשטעלט ווי יענע בישוף כדי צו ראטעווען דיין קינד.
ר' יהושע האט זיך באלד אראפגעזעצן שרייבן א בריוו צו די בעל אכסניא איהם צו באדאנקען פאר וואס ער האט געטוהן.
דער בעל האכסניא האט צוריק געשיקט א בריוו צו ר' יהושע. צווישן די ווערטער האט ער איהם פארציילט וואס עס איז געשעהן נאכדעם וואס ער איז אוועק געפלויגן מיט די פערד און וואגן. און ער שרייבט אזוי:
"צום ערשט האט זיך די בישוף געזעגענט פון'ם גלח, און געזאגט אז ער מוז שוין אוועק פאהרן ווייל ער יאגט זיך. דער גלח האט פארשעמטערהייט פארלאזט דעם קירכע.
די נעקסטע טאג איז אנגעקומען נאכאמאהל די בישוף, און האט זיך אנטשולדיגט פארוואס ער האט נעכטן נישט געקענט קומען.
האט זיך די גלח אנגערופן! וואס הייסט, דו ביסט דאך דא נעכטן דא געווען און מיר געהייסן פארשיקן דאס קינד.
האט זיך די בישוף אנגערופן! איך בין אין דעם שטאט אין מיין לעבן נאך קיינמאהל נישט געווען, און דאס איז די ערשטע מאהל וואס איך בין אין דער קירכע!
די גלח האט געמוזט שנעל צוזאמען רופן אסאך מענטשן אז זיי זאלן עדות זאגן, אז ער מאכט נישט סתם חוזק פון איהם נאר עס איז אמת אז נעכטן האט ער געהייסן אוועק שיקן דאס יונגל, און אז ער זאל נישט נקמה נעמען אין איהם פאר'ן מטריח זיין אהער צו קומען פאר גארנישט.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
לעצט פארראכטן דורך Ban Mazel אום מאנטאג מאי 30, 2022 2:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי מעשיות פון בעש"ט זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער בעש"ט פארט קיין פוזנא

רבי ישראל בעש"ט איז אמאל געקומען קיין בראד, איז איינגעשטאנען ביי א גרויסער גביר, וואס האט שטארק געשעצט דעם בעש"ט. דער גביר האט געהאט אן איידעם פון פוזנא, ער איז געווען א יונגערמאן א מופלג און א פרומער. אמאל האט דער בעש"ט געזאגט צו דעם יונגערמאן: איך פאר קיין פוזנא, איך דארף דארט זיין, אויב דו ווילסט פאר מיט מיר צוזאמען. זיער גוט - האט דער יונגערמאן געענטפערט - עס איז שוין דריי יאר ווי איך האב מיינע עלטערן נישט געזען, נאר איך מוז פרעגען מיין שווער אויב ער וועט מיר ערלויבן צו פארן וועל איך מיר זייער פרייען, אז איך וועל קענען זען מיינע עלטערן.

דער יונגערמאן האט געפרעגט זיין שווער, האט דער גביר געענטפערט דאס מיט אזא הייליקן מאן ווי דער בעש"ט איז ערלויבט פאר אים מיט צופארן. און געוויס - האט דער גביר געזאגט - וועסט דו זען גרויס וואונדער, דען רבי ישראל פארט נישט נאר אומזוסט.

דער יונגערמאן איז מיט גרויס שמחה געגאנגען צום בעש"ט און ער האט אים געזאגט דאס זיין שווער האט אים ערלויבט מיט אים צו פארן קיין פוזנא.

פוזנא פון בראד איז געווען א מהלך צו פארן א ערך אכט טאג. זיי זענען ארויסגעפארן דאנערשטאג נאך האלבן טאג, האט דער יונגערמאן גערעכנט צו קומען קיין פוזנא אויף דעם צווייטן שבת, ער איז אבער געווען זייער פריילעך מיט די נסיעה.

ווי זיי זענען ארויסגעפארן פון בראד, האט דער פורמאן גענומען די לייצעס, זיי אנגעבינדן אין דעם וואגען און אליין האט ער זיך געלייגט אין וואגען שלאפן. דער יונגערמאן האט זיך אויף דעם געוואונדערט, ווי אזוי לאזט ער די פערד גיין וואוהין ער וויל? זיי קענען דאך פארבלאנדזשן? עס האט נישט לאנג געדויערט, האט דער יונגערמאן געזען ווי די פערד זענען אראפגעגאנגען פון וועג און זענען אריינגעלאפן אין וואלד.

רבי! האט דער יונגערמאן געשריגען - מיר באלנדזשן, די פערד זענען אראפגעגאנגען פון ריכטיגען וועג. - מיר דארפן די פערד נישט זאגן וואו זיי זאלן גיין - האט דער בעש"ט געענטפערט מיט א שמייכל - זיי ווייסן די וועג זייער גוט, זיי וועלן נישט בלאנדזשן, מיר וועלן היינטיגן שבת קומען קיין פוזנא.

דער יונגערמאן האט געקוקט אויף דעם בעש"ט מיט גרויס וואונדער, ער האט מורא געהאט צו זאגן וואס ער טראכט, ווייל אין זיין הארץ האט ער געטראכט דאס דער בעש"ט זאגט נישט אמת, אדער ער לאכט פון אים. ווייל דאס איז דאך נישט מעגליך צו קומען אויך דעם שבת קיין פוזנא, עס איז שוין דאנערשטאג נאך האלבן טאג, און די נסיעה דארף דויערן נישט ווייניגער ווי אכט טאג, דער יונגערמאן האט געשוויגן ער האט נאר געקוקט וואס דא וועט זיין.

דער בעל עגלה איז געשלאפן, און די פערד זענען געגאנגען אין אזא וועג וואס קיין מענטש, קיין בהמה, קיין חיה און קיין פויגל איז דארטן קיינמאל נישט געווען. עס האט זיך געדאכט דעם יונגערמאן אז די פערד לויפן אזוי שנעל וואס קיין פערד אויף דער גאנצער וועלט קענען אזוי נישט לויפן. זיי זענען געקומען וואס ווייטער מער אין א געדיכטן וואלד, נאך דעם ארויס פון וואלד, געקומען אויף א הויכן בארג, נאכדעם אין א טיפן טאל, נאכדעם ווייטער אין א וואלד, ווידער אויף א בארג, א טאל, אזוי זענען זיי געפארן ביז מנחה צייט. נאכדעם זענען זיי געקומען אויף א פעלד וואס איז געווען באוואקסן מיט הויכע גראז, די פערד האבן זיך געשטעלט ביי די גראז.

דער יונגערמאן האט געזען ווי דער בעש"ט איז געווארן גאר א אנדערע מענטש, זיין פנים האט געשיינט ווי א פלאם פייער, עס איז געווען שרעקליך אויף אים א קוק צוטאן, ער האט אויפגעוועקט דעם בעל עגלה און ער האט צו אים געזאגט - נעם די קריגל און גיי צווישן די גראז וועסטו אנשעפן א פולע קריגל וואסער און ברענג מיט א טרונק.

דער בעל עגלה איז געגאנגען, עס האט לאנג נישט געדויערט האט ער געפונען דעם קוואל, ער האט אנגעשעפט א פולן קריגעל מיט וואסער און געבראכט צו טראגן. דער בעש"ט האט גענומען די קריגעל און געמאכט א ברכה מיט גרויס כונה. געטרונקען אביסל וואסער, נאכדעם האט ער געגעבן דעם יונגערמאן און געזאגט צו אים מאך א ברכה מיט גרויס כונה און טרונק אביסל וואסער, דער יונגערמאן האט אזוי געטאן, נאכדעם האט דער בעש"ט געזאגט צו דעם בעל עגלה לייג דיך שלאפן, האט זיך דער בעל עגלה געלייגט שלאפן און איז באלד איינגעשלאפן און די פערד זענען ווייטער געלאפן אויף בערג, טאלען וואלד איין וואלד ארויס, מען זעט נישט קיין שטאט, קין דארף, קיין קרעטשמע, אפילו קיין פויגל נישט. אזוי זענען זיי געפארן די גאנצע נאכט. דער יונגערמאן האט נישט געוואוסט וואו זיי זענען, ער האט ביי זיך געטראכט אז געוויס וועלן זיי שבת מוזן שטיין אויף דעם וועג, ווייל צו פוזנא איז נאך געווען זייער ווייט, ער האט דערפון געהאט גרויס עגמת נפש, ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און ער האט געפרעגט דעם בעש"ט, זאגט מיר רבי וואו וועלן מיר האלטן שבת? - דו ווייסט דען נישט אז מיר פארן קיין פוזנא! האט דער בעש"ט געענטפערט, דארטן וועלן מיר אי"ה קומען אויף שבת.

דער יונגערמאן האט געשוויגן, ער האט מורא געהאט צו פרעגן, נאר ביי זיך אין הארצן האט ער זיך שטארק געוואונדערט, ווייל ער איז א פוזנער און ער ווייס דעם גאנצן געגענט ארום פוזנא, ווען זיי וואלטן געווען צוואנציק מייל פון פוזנא וואלט ער דערקאנט די ארומיגע שטעטליך און דערפער, און ער זעט נישט קיין שפור פון פוזנא, האט ער דערפון פארשטאנען דאס זיי זענען נאך זייער ווייט פון פוזנא, וועלן זיי מוזן האלטן שבת אינטער דעם בלויען הימל. דערפון האט דער יונגערמאן געהאט גרויס פארדרוס, אזא מעשה צו שטיין שבת אויף דעם פעלד וועט אים טרעפען דעם ערשטן מאל אין זיין לעבן, ער איז דערצו נישט געווען געוואוינט. ער איז א גבירישער זון אן א גבירישער איידעם, וועט אים דאס קאסטן פיל געזונט, מיט די מחשבות איז ער געפארן די גאנצע נאכט, אויף מארגן ווי עס איז געקומען די צייט פון דאוונען שחרית זענען די פערד געבליבן שטיין אויף א ארט און ווי זיי האבן געענדיגט דאוונען זענען די פערד ווייטער געגאנגען, דער בעל עגלה איז געווען א גוי, ווייל דער בעש"ט האט געהאט זיינע סיבות נאר צו נעמען בעלי עגלות וואס זענען גויים. דער בעל עגלה איז די גאנצע צייט געשלאפן און האט פון קיין זאך נישט געוואוסט.

ויהי בחצי היום, האט דער יונגערמאן געפרעגט דעם בעש"ט, וואו וועלן מיר רוהען שבת? עס איז דאך שוין האלבן טאג? - דאכט זיך - האט דער בעש"ט געענטעפרט - איך האב שוין געזאגט אז אויף שבת וועלן מיר אי"ה קומען קיין פוזנא. דער יונגערמאן האט ביי זיך געטראכט דאס דער בעש"ט לאכט פון אים.

די פערד זענען ווייטער געלאפן און נישט געווארן מיד. עס איז געקומען פאר נאכט נאך צוויי שעה האבן זיי געקענט פארן ביז שבת, דער יונגערמאן האט דערזען פון ווייט א גרויסער דארף, האט ער זיך געפרייט, ווייל ער האט געגלויבט דאס אין דארף וואוינט געוויס א איד, וועלן זיי ביי אים האלטן שבת, איז דאך דאס בעסער ווי אויף דעם פרייען פעלד אונטערן בלויען הימל.

ווי זיי זענען געקומען אין דארף, זענען די פערד דורכגעלאפן דעם דארף, זיי האבן זיך נישט אפגעשטעלט ביי קיין הויז. נישט ווייט פון דעם דארף איז געשטאנען א קליינע הייזל א צובראכענע אן אמת'ע חורבה, ביי די חורבה זענען די פערד געבליבן שטיין. דער יונגערמאן האט געמיינט אז אין די חורבה וועלן זיי האלטן שבת, האט ער זיך געפרייט, ווייל עס איז דאך בעסער ווי צו שטיין א גאנצן שבת אויף דעם פעלד.

דער בעש"ט איז אראפגעקראכן פון דעם וואגאן און איז אריינגעגאנגען אין די חורבה, דער יונגערמאן איז אים נאכגעגאנגען דארט. ער האט געזען אין חורבה אן אלטן מאן געווען קרעציג פון קאפ ביז פיס, שרעקליכע מכות, און די ווייב מיט די קינדער גייען ארום קרועים ובלועים, ווי דער בעש"ט האט געעפענט די טיר איז דער אלטער געווארן מלא שמחה, ער איז אים געלאפן אקעגן און ער האט אים "שלום" געגעבן, מיט גרויס שמחה האט ער א געשריי געטאן "שלום עליך רבי ומורי" ווער עס האט זייער שמחה נישט געזען, האט קיין באגריף נישט וואס איז א שמחה, דער אלטער מיט דעם בעש"ט זענען אריינגעגאנען אין א זייטיגן צומער, זיי האבן גערעט א האלבע שעה, נאכדעם האבן זיי זיך פריינדליך געזעגענט, דער בעש"ט האט זיך געזעצט אין וואגען, דער יונגערמאן האט זיך אויך געזעצט אין וואגען, דער בעל עגלה איז געשלאפן און די פערד האבן ווייטער אנגעפאנגען צו לויפן ווי אלע מאל.

דער יונגערמאן האט מער נישט געפרעגט וואו זיי וועלן האלטן שבת, געוויס אויף דעם פעלד, ווייל פון פוזנא זענען זיי נאך ווייט. און צו די שקיעת החמה איז געלביבן ווייניגער ווי א שעה צייט, ער האט דערפון געהאט גרויס צער ווייל ער איז דערצו נישט געווען געוואוינט.
פלוצלונג האט ער דערזען אז זיי זענען נעבן פוזנא, ער האט דערקענט זיין עלעטערנס הויז, עס דארף דויערן נישט מער ווי פינף מינוט אריינצופארן אין שטאט. - דו האסט מיר נישט געגלויבט - האט דער בעש"ט געזאגט - אז מיר וועלן זיין אויף שבת אין פוזנא, דערפאר וועסטו דו דיינע עלטערן יעצט נישט זען.

וואס רעדט איר רבי! האט דער יונגערמאן געענטפערט מיט א שמייכל, אט זע איך דאך מיינע עלטערנס הויז דארף איך א בעסערע אכסניא ווי זייערע איז? דער בעש"ט האט אים קיין ווארט נישט געענטפערט.

אין פוזנא איז געווען א גאס וואס דארט האט א איד נישט געטארט גיין. דארט האבן די איינוואוינער ערלויבט נאר איין אידישן שניידער צו וואוינען, ווייל זיי האבן אים געברויכט צו זייער נוטצען, ער האט פאר זיי גענייט אלע זייערע קליידער, א חוץ דעם שניידער האט קיין איד נישט געטארט קומען אין די גאס וואס איר נאמען איז געווען "שולער-גאס", אמאל האט געטראפן א סיבה א פרעמדער איד האט נישט געוואוסט דערפון, איז ער אריינגעגאנגען אין שולער-גאס, האבן די איינוואוינער געווארפן שטיינער ביז זיי האבן אים גע'הרג'עט אויף טויט, פון דאמאלט אן פלעגן אלע אידן מורא האבן צו גיין אויף יענער גאס עס זאל זיי חלילה נישט טרעפן די זעלביגע סיבה.

ווי דער בעש"ט מיט דעם יונגערמאן זענען געקומען קיין פוזנא זענען די פערד גלייך געלאפן אין יענער גאס. דער יונגערמאן איז געווען א פוזנער האט ער געוואוסט די גרויסע סכנה וואס קען זיין, האט ער געוואלט אראפשפרינגען פון וואגען, אבער ער האט נישט געקענט ווייל די פערד זענען זייער שנעל געלאפן, ער האט זיך דערשראקן פשוט א טויט שרעק. און געשריגן צום בעש"ט רבי! מיר זענען אין א סכנה, די פערד לויפן אין דער שולער-גאס, וועלן אונז די איינוואוינער ווארפן מיט שטיינער, זיי וועלן אונז הרג'ענען ח"ו.

ביז יעצט - האט דער בעש"ט געענטפערט מיט א שמייכל - האבן מיר נישט געזאגט די פערד קיין דיעה וואו זיי זאלן גיין, לאמיר זיי יעצט אויך קיין דיעה נישט זאגן, זאלן זיי גיין וואו זיי ווילן, און השי"ת וועט אונז ראטעווען פון די שלעכטע מענטשן זיי וועלן אונז קיין שלעכטס נישט קענען טאן.

די איינוואוינערס האבן געזען עס פארט א פור מיט צוויי אידן, האבן זיי זיך פארזאמעלט און צוזאמענגעקליבן שטיינער, צו ווארפן אויף זיי, דער יונגערמאן האט דאס געזען, האט ער זיך שטארק דערשראקען און געשריגן עס איז א סוף פון אונזער לעבן! די איינוואוינער וועלן אונז געוויס הרג'ענען.

די פערד זענען אדורכגעלאפן די גאנצע גאס, און אנגעקומען ביי די לעצטע הויז וואו דער אידישער שניידער האט געוואוינט. זענען זיי געבליבן שטיין, דער שניידער מיט זיינע מענטשן זענען ארויס געגאנגען צום בעש"ט און זיי האבן געזאגט מיט גרויס שרעק, וואס פארלאנגט איר? אונזער פארלאנג איז - האט דער בעש"ט געענטפערט - מיר זאלן ביי אייך האלטן דעם שבת. דאס איז א קלייניקייט - האט דער שניידער געענטפערט - איך וועל אייך צונעמען מיט גרויס כבוד, אבער איר זענט אין א סכנה פון די איינוואוינער, זיי וועלן אייך הרג'ענען. זארגט נישט וועגן דעם - האט דער בעש"ט געענטפערט, עס וועט אי"ה קיין שלעכטס נישט זיין, רעדענדיג האט ער גענומען דעם יונגערמאן פארן האנט און זיי זענען אריינגעגאנגען אין שטוב. דער בעל עגלה האט זיך אויפגעוועקט פון שלאף, ער האט אריינגענומען די חפצים פון וואגען אין שטוב אריין.

עס איז צייט צו דאוונען מנחה - האט דער בעש"ט געזאגט - ביי דעם שניידער זענען געווען 7 אידישע ארבייטערס און איך מיט דעם יונגערמאן זענען פונקטליך א מנין.

דער יונגערמאן האט דארט געמוזט בלייבן, ער האט צו זיינע עלטערן נישט געקענט גיין, ערשטענס ער האט מורא געהאט צו גיין אליין אויף דער גאס, די איינוואוינער זאלן אים חלילה נישט מכבד זיין מיט שטיינער אין קאפ, און צווייטענס עס וועט פעלן איינער צום מנין, דער בעש"ט האט זיך באלד געשטעלט דאוונען מנחה מיט אזא געשריי און מיט אזא גרויסן רעש, אז די הויז מענטשן האבן זיך דערשראקן. אפילו דער יונגערמאן וואס ער האט שוין פיל מאל געזען אים דאווענען ווען ער איז געווען אין בראד, נאר אזא דאווענען האט ער געזען דעם ערשטן מאל. די דביקות פון בעש"ט איז געווען איבערנאטירליך, זיינע קולות האט זיך געהערט אויף דער גאס, עס זענען פיל איינוואוינער געקומען צו לויפן זען און הערן די געוואלדן וואס א איד מאכט, זיי זענן אויף דעם שטארק אין כעס געווארן, זייער צארן האט אין זיי געברענט ווי א פייער. וואס טוען די פרעמדע אידן ביי אונז אין גאס? האבן זיי איינער דעם אנדערן געפרעגט. "לאמיר דאס הויז אונטערצינדן", האבן עטליכע פון זיי געשריגען, "לאמיר דאס הויז צוברעכן" האבן אנדערע געשריגן, ניין! האט זיך געהערט א געשריי "דאס זאלן מיר נישט טאן, דען וואו וועלן מיר נעמען אזא שניידער ווי אונזער מש'קה איז? לאמיר ארום רינגלן דאס הויז, ארויס שלעפן די צוויי אידן פון דארט אויף דער גאס און זיי מיט שטיינער ווארפן ביז זיי וועלן גע'הרג'עט ווערן".

זיי האבן פיל שטיינער אין זייערע הענט גענומען, ארומגערינגעלט דאס הויז און זיי האבן זיך געוואלט נעמען צו דער ארבייט. דער יונגערמאן האט דאס געזען האבן אלע זיינע גלידער געציטערט, ער האט געמיינט די צייט איז געקומען... דער שניידער מיט זיין פאמיליע האבן אויך שטארק זיך דערשראקן פאר דעם עולם, דער שניידער איז ארויס פון שטוב צו זיי אויף דער גאס, און האט זיי געזאגט די זעלביגע ווערטער וואס לוט האט געזאגט צו די אנשי סדום, ברידער! האט דער שניידער געזאגט מיט טרערן - טוט קיין שלעכטס מיינע געסט, זיי זענען מיינע ברידער זיי זענען געקומען צו מיר נאר זען וואס איך מאך, מארגן ביי נאכט וועלן זיי אוועקפארן.

א גרויסער יחסן ביי אונז אין שטאט - האבן די גויים געשריגן - עס איז דיר ווייניג וואס מיר האבן דיר ערלויבט ביי אונז אין גאס צו וואוינען, נעמסט דו נאך אויף צוויי פרעמדע אידן ביי זיך צו הויז, שנעל פיר זיי ארויס פון שטוב צו אונז, וועלן מיר טאן צו זיי אונזער באגער, ווען נישט, וועלן מיר אויף דיר קיין רחמנות האבן.

דער שניידער האט געוואלט רעדן נאך עטליכע ווערטער, אבער א גרויסער שטיין איז פארביי געלאפן, ווען דער שטיין וואלט אים געטראפן וואלט ער באלד גע'הרג'עט געווארן, נאר דער שטיין איז געפאלן אביסל ווייטער פון אים וואו ער איז געשטאנען. שטארק דעשראקן האט זיך דער שניידער אריינגעכאפט צוריק אין הויז און האט דעם טיר פארשלאסן, אבער דער עולם האט אנגעהויבן צו ברעכן די טיר מיט גרויס גבורה.

שרעקט אייך נישט - האט דער בעש"ט געזאגט - זיי וועלן באלד אנטלויפן פון דאנען, אויב זיי וועלן נאך האבן כח צו אנטלויפן, דער וואס האט נאך נישט געלייגט קיין האנט אויף דאס הויז צו צוברעכן וועט נאך האבן כח צו אנטלויפן, אבער דער וואס האט יא געלייגט א האנט אויף דעם הויז ער וועט פאלן און זיך צוברעכן זיינע הענט, עס וועט ווערן א געשריי אויף דער גאס אזוי ווי ס'איז געווען אין מצרים ביי מכות בכורות.

דער בעש"ט האט געעפענט די טיר, ער איז ארויסגעגאנגען אויף דער גאס. ווי דער בעש"ט האט דערזען די מענשן מיט די שטיינער אין האנט, האט ער אויף זיי א קוק געטאן, איז געווארן ביי זיי א רעש און א מהומה, אנדערע זענען אנטלאפן ווי איינער לויפט פון א טיגער אדער פון א אנדערע סכנה, לויפענדיג האבן זיי אנידערגעווארפן פיל מענטשן אויף דער ערד, צובראכן זייערע הענט און פיס, די געשרייען איז געווען שרעקליך, פון גאנץ שטאט איז מען געלאפן זען ווי מענטשן גרויסע העלדן לויפן וואס קיינער יאגט זיי נישט נאך און קיינער טשעפעט זיי נישט, און קיינער ווייסט נישט די סיבה דערפון.

עטליכע פון די דערשראקענע אנטלאפענע זענען געקומען צום גרעסטן פראפעסאר און האבן איםן געבעטן הילף צו זייער שרעק. - פאר וועמען האט איר אייך אזוי שטארק דערשראקן. האט דער פראפעסער געפרעגט? מיר ווייסן אליין נישט האבן זיי געענטפערט, אונז האט זיך געדוכט אז ארום דעם אידן זענען געשטאנען פייערדיגע לייבן, די מיילער האבן זיי געהאלטן אפען אונז איין צו שלינגען, און האט זיך געדוכט אז זיי יאגן אונז, זייער פייער האט אונז געברענט אין פנים.

דער איד - האט דער פראפעסער געזאגט - איז א מכשף אדער א געטליכער מאן, איך מוז אים גיין זען און אים גוט באטראכטן. דער פראפעסער איז געווען זייער א געלערנטער, אין אידישע זאכן, ער האט גוט פארשטאנען גמרא און קבלה, ער איז אוועגעגאנגען צום שניידער זען מיט זיינע אויגן דעם וואונדערליכן געטליכן מאן רבי ישראל בעש"ט. ער איז געקומען צום שניידער בשעת דער בעש"ט האט מקבל שבת געווען מיט גרויס וואונדערליכע דביקות און מיט א רעש גדול, דער פראפעסער איז געשטאנען און געקוקט ווי דער בעש"ט האט מקבל שבת געווען נאכדעם ווי ער האט מעריב געדאווענט, און געמאכט קידוש, און געבענטשט. די גאנצע צייט איז דער פראפעסער געשטאנען און האט גוט באמערקט וואס דער בעש"ט האט געטאן, זיי ביידע האבן קיין איינציגן ווארט נישט גערעט, דער בעש"ט האט אפילו א בליק נישט געגעבן אויף אים.

נאכן בענטשן האט דער פראפעסער געבעטן דעם שניידער דאס מארגן פרי ווען דער בעש"ט וועט דארפן אנפאנגען דאווענען זאל ער שיקן א מענטש אדער אליין קומען אים אנזאגן. ווייל ער וויל זען ווי ער דאווענט שבת אינדערפי. דער שניידער פלעגט ארבייטן פאר דעם פראפעסער און פאר אלע סטודענטן זיינע תלמידים, דערפאר האט דער שניידער געוואלט ערפילן זיין פארלאנג, האט ער אים צוגעזאגט צו רופן מארגן ווי דער בעש"ט וועט זיך נאר שטעלן דאוונען, נאך די הבטחה איז דער פראפעסער אהיים געגאנגען.

אויף מארגן האט דער שניידער געשיקט א ידיעה דעם פראפעסער דאס באלד וועט דער בעש"ט זיך שטעלן דאוונען, דער פראפעסער איז געקומען צום שניידער, ער האט געטראפן ווי דער בעש"ט האט אנגעהויבן דאוונען. איז דער פראפעסער געשטאנען די גאנצע צייט און האט זיינע אויגן נישט אראפגעלאזט פון דעם בעש"ט. אזוי איז ער געשטאנען ביז דער בעש"ט האט געענדיגט דאוונען און האט אפגעגעסן די סעודה און געבענטשט.

דער פראפעסער האט געבעטן וויידער דעם שניידער דאס צו מנחה זאל ער אים ווייטער לאזן רופן. דער שניידער האט אזוי געטאן, און דער פראפעסער איז געקומען צו מנחה ער האט שטארק געקוקט אויף דעם בעש"ט די גאנצע צייט וואס ער האט געדאווענט מנחה. נאכדעם האט זיך דער בעש"ט געזעצט צו של"ס און האט געזאגט תורה און קבלה מיט א גרויס דביקות, דער יונגערמאן מיט דעם שניידער און זייינע מענטשן זענען שטארק נתפעל געווארן נישט דוקא איבער די קבלה וואס זיי האבן געהערט און ווייניג דערפון פארשטאנען, נאר פון זיין התלהבות פון דעם ליכטיגען פלאם פייער פנים, דען זיין פנים האט געשיינט ווי די ליכטיגע שכינה, נאר דער געלערנטע פראפעסער האט יא פארשטאנען וואס דער בעש"ט האט געזאגט, דען ער איז געווען א געלערנטער מענטש.

נאכדעם האט דער בעש"ט געדאווענט מעריב, געמאכט הבדלה, געהייסן דעם בעל עגלה איינשפאנען די פערד און פארן.

די גאנצע צייט איז דער פראפעסער געשטאנען און געקוקט, ער האט מיט דעם בעש"ט קיין ווארט נישט גערעט, און דער בעש"ט האט מיט אים קיין ווארט נישט גערעט, אפילו נישט א קוק געגעבן אויף אים.

ווי דער בעש"ט מיט דעם יונגערמאן זענען אוועקגעפארן צוריק קיין בראד איז דער פראפעסער געגאנגען אהיים. דער שניידער מיט אלע זיינע מענטשן האבן זיך זייער געוואונדערט, נאר זיי האבן מורא געהאט צו פרעגן דעם בעש"ט און נאך מער מורא געהאט צו פרעגן דעם פראפעסער, טאמער וויל ער זיי דעם סוד נישט מגלה זיין וועט ער אויף זיי זיין אין כעס ווערן פארוואס זיי פרעגן אים.

ווי דער בעל עגלה איז ארויסגעפארן פון שטאט האט אים דער בעש"ט געבעטן ער זאל זיך לייגן שלאפן, די לייצעס זאל ער אנבינדן אין דעם וואגען וועלן די פערד גיין ווי זיי דארפן גיין און וועלן שוין טרעפן די ריכטיגע וועג. אזוי ווי ס'פלעגט כסדר זיין דער מנהג פון דעם בעש"ט זי"ע צו האבן קפיצת הדרך.

דער יונגערמאן איז געזעסן אין וואגען מיט גרויס פארדרוס, ער האט ביי זייך געקלערט צו וואס האט ער געברויכט פארן קיין פוזנא אומזונסט, האבן שרעק און הארץ ווייטאג, די עלטערן האט ער נישט געזען, האט ער געזאגט צום בעש"ט ליבער רבי! אז איר זיינט א הייליגער געטליכער מאן דאס האב איך פריער געוואוסט, אבער צוליב וואס האט איר מיר מיטגענומען ווייזן אייער וואונדער, ווייס איך דען נישט פון אייער גרויסע וואונדער, מיינע עלטערן האב איך נישט געזען נאר זייערע הויז פון דערווייטענס, איך בין געגליכן צו א מענטש וואס איז זייער דארשטיג ער שטייט אין א טייך און ער וויל א טרונק טאן האלט אים איינער צוריק און לאזט אים נישט טרונקען... דעריבער בעט איך איר זאלט מיר לכל הפחות ערקלערן די 4 זאכן, כדי מיין פארן זאל נישט זיין אומזיסט. דאס ערשטע פאר וואס האט איר נישט געוואלט אז איך זאל מיך זען מיט מיינע עלטערן? דאס צווייטע וואס איז געווען דאס וואס די פערד האבן זיך געשטעלט ביי די הויכע גראז כדי איר און מיר זאלן דארט טרונקען וואסער, דאס איז נישט אזוי פשוט. דאס דריטע וואס האט איר מיט דעם אלטן מאן זיך אזוי שטארק געפרייט, מער ווי צוויי ברידער, האט איר מיט אים זיך געקושט דאס איז אויך נישט אזוי פשוט. דאס פערטע וואס איז געווען דער הויפט ציעל פון אייער פארן אין פוזנא?

אויף צוויי פראגן האט דער בעש"ט געזאגט וועל איך דיך באלד ענטפערן, און דיין ערשטע פראגע וועט מארגן פארענטפערט ווערן אין בראד, און אויף דיין פערטע פראגע וועסטו וויסן אן ענטפער מיט דער צייט.

אויף די פראגע פאר וואס די פערד האבן זיך געשטעלט ביי די הויכע גראז, דארפסטו וויסן אז אמאל זענען דארט צווישן די גראז באגראבן געווארן צוויי אידן וואס גזלנים האבן זיי גע'הרג'עט, זייערע נשמות האבן דורך אונזער ברכות אויף דאס וואסער געהאט א תיקון מיט אן עליה.

אויף די פראגע פאר וואס האב איך מיר אזוי שטארק געפרייט מיט דעם אלטען מאן? זאלסטו וויסן אז ער איז משיח צדקנו, מער פון דעם קען איך דיר נישט זאגן איך האב נישט קיין רשות.

זונטאג אינדערפריא צום דאוונען זענען זיי געקומען קיין בראד, די גאנצע שטאט האט גערעט פון די קפיצת הדרך וואס דער בעש"ט האט געהאט, אין איין נאכט קומען פון פוזנא קיין בראד. וואלט א פויגעל אויך נישט געקענט פליען, און זייער בעל עגלה איז אפגעפארן אין איין נאכט וואס געווענליך דארף מען אכט טאג.

אין בראד האט זיך דער יונגערמאן דערוואוסט דאס ביי זיינע עלטערן אין פוזנא האט געטראפן א אונגליק, די דארטיגע איינוואוינערס האבן געמאכט אויף זיינע עלטערן א בלבול דאס זיי האבן גע'הרג'עט זייער א קינד צונעמען זיין בלוט אויף פסח, די עלטערן האבן געלונגען צו אנטלויפן, די איינוואוינער זענען געזעסן ביי זיינע עלטערענס הויז, וועמען זיי האבן געטראפן אריינגייענדיג אין הויז האבן זיי חושד געווען דאס יענער גייט נעמען בלוט, האבן זיי אים ארעסטירט, געפייניגט ער זאל זיך מודה זיין. - יעצט פארשטיי איך - האט דער יונגערמאן געזאגט צו זיך אליין - פאר וואס דער בעש"ט האט מיר נישט געלאזט גיין צו מיינע עלטערן.

דער יונגערמאן איז געווען א גרויסער מופלג אין נגלה און אין נסתר, זיין שווער איז געווען א גרויסער גביר אן זיינע געשעפטן זענען געווען פארברייטערט אין פיל דייטשע גרויסע שטעט, אמאל האט דער שווער אים געשיקט וועגן געשעפט אין א גרויסער שטאט אין דייטשלאנד. דער יונגערמאן איז אהין געקומען אויף שבת, און אזוי ווי דער יונגערמאן איז געווען זייער רייך און שטארק פרום, האט ער געוואלט זיין שבת ביי דעם רב פון שטאט, נישט אומזיסט, חלילה, נאר פאר מזומן געלט, ער האט געפרעגט ביי איינעם וואו דער רב וואוינט, האט אים יענער אנגעוויזן. איז אייער רב א גרויסער למדן? האט דער יונגערמאן געפרעגט ביי יענעם - א גרויסע למדן איז ווייניג געזאגט - האט יענער געענטפערט, זיין נאמען איז אברהם גר צדק, ער איז א גאון עולם און קען אלע שבע חכמות, אמאל איז ער געווען א גרויסער פראפעסער און דער שטאט פוזנא.

דער יונגערמאן האט גלייך פארשטאנען אז דאס איז געוויס דער פראפעסער וואס האט אמאל געקוקט אויף דעם בעש"ט, ער איז באלד אוועקגעגאנגען צו אים, זיי האבן זיך ביידע באלד דערקענט, דער געוועזענער פראפעסער האט דעם יונגערמאן ערציילט דאס צוליב אים איז דער בעש"ט געקומען קיין פוזנא און ווי אזוי ער איז געווארן א רב.

יעצט פארשטיי איך - האט דער יונגערמאן געטראכט ביי זיך אין הארץ, צו וועלכן ציל דער בעש"ט האט מיר דענסטמאל מיט גענומען קיין פוזנא, דאס איז נאר געווען כדי איך זאל יעצט דעם רב העלפען ווייל קיין געלט האט ער נישט געהאט צופיל פון זיין א רב דארט. דער יונגער מאן האט דעם רב רייך געמאכט אז יענער האט געלעבט אין עושר און גדולה עד סוף ימיו.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: סיפורי מעשיות פון בעש"ט זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מעשה מהבעש"ט הקדוש זי"ע

פון ליטא איז מען אמאל געקומען צום בעש"ט הקדוש אים בעטן ער זאל אויסקלויבן פון זיינע הייליגע תלמידים איינעם וואס זאל קענען דארט זיין רב אדער דיין, און זיי וועלן אים פארזארגן וואס ער וועט נאר דארפען, און זיי וועלן אים אנטיילן כבוד און אים אלעס פאלגען. דער בעש"ט זצ"ל האט צוליעב געטאן זייער בקשה און אויסגעקליבען איינעם פון זיינע תלמידים און אים געשיקט אין זייער שטאט ער זאל דארט זיין רב.
דער רב איז דארט אהין געקומען, און די שטאט לייט האבן אים נוהג כבוד געווען. דער רב האט אנגעהויבען אכטונג געבען אין שטאט-זאכן און משגיח זיין וועגן די צדקות פון שטאט. און אזוי ווי ער האט געזען אז די גרעסטע טייל פון שטאט זענען ארימע לייט און מען קען נישט אויף זיי ארויפלייגען אן עול פון צדקות האט ער אנגעהויבן צו קלערען וואו צו געפונען עפיס א קוועלע אויף די צדקה וואס ער וויל איינפירן אין דער שטאט.
אין דער שטאט האט זיך געפונען איין ערליכער איד און א גרויסער תלמיד חכם וואס ער האט נישט געהאט קיין שום אנדערע פרנסה ווי וואס די שטאט האט פאר אים צונויפגעזאמעלט יעדער וואך עטוואס געלט, און פון דעם האט ער געהאט פרנסה. מיט דעם האט זיך באשעפטיגט א באזונדערער מענטש, וואס האט יעדע וואך פון יעדען מענטש צונויפגעקליבען א געוויסע סומע און אים עס איבערגעגעבען. ווי דער רב האט פון דעם געוואויר געווארן, האט דאס אים פערדראסען. ווייל ווען ער האט געזאגט די שטאט'ס-לייט אז זיי זאלען די זאך זען מחזק צו זיין, האבן זיי אים געענטפערט, אז זיי האבן נישט קיין מעגליכקייט מער צו געבן און עס איז פאר זיי גענוג וואס זיי געבען דעם ערליכען איד אלע וואך זיין אויסגעזעצטע סומע. האט זיך דער רב אויף זיי אנגעבייזערט און זיי געזאגט אז לויט זיין מיינונג וואלט בעסער געווען אראפצונעמען עפיס פון דעם ערליכען איד'ס געלט, וואס איז א יחיד, און צולייגען צו דער צדקה פון רבים. די ווערטער האבו גורם געווען אז די שטאט זאל ווערן אביסל קילער אין ענין צדקה געבען צום דאזיגען תלמיד חכם. און יעדער וואך האבן זיי אים געמונערט עפיס געלט. דער מענטש וואס האט אלע וואך פאר אים צוזאמגענומען האט געזעען אז יעדער וואך ווערט די זאמלונג קלענער און ווינציגער, האט דעריבער אינגאנצען אויפגעהערט צו גיין נאך נדבות פאר זיינעטוועגען.
איינמאל דאנערשטאג איז דעם תלמיד חכם'ס ווייב געקומען צו אים אין בית המדרש אריין און געפאדערט פון אים ער זאל איר געבען אויף שבת אנצוגרייטן. האט ער דאך אבער קיין געלט נישט געהאט. פון גרויס הארץ ווייטאג האט ער אנגעהויבען שטארק וויינען. זיינע טרערען האבן געשפאלטען די הימלן, און ארויפגעגאנגען ביז אין זיבעטען הימל און האבן דארט געמאכט א גרויסן קטרוג אויפ'ן רב, ווייל ער איז דער גאנצער גורם וואס די שטאט האט אויפגעהערט אים ווייטער צו געבען צדקה.
אין הימל איז נאך פון פריער געווען אויף אים א צווייטען קטרוג. ווייל, פאר עטליכע טעג צוריק זענען פאר אים געקומען מיט א דין תורה צוויי מענטשן. איינער האט זיך באקלאגט פאר אים, דאס דער צווייטער האט אים משיג גבול געווען, געגאנגען אין דער פרנסה אריין, מחמת יענער האט געדינגען ביים פריץ די מיהל וואס ער האט אזוי לאנג געהאלטען. אזוי איז יענער געווארן זיין קאנקורענט. דער רב האט אין דער זאך מיקל געווען און האט נישט אויף יענעם אנגעשריגען אזוי ער זאל נישט טאן אזוי. ווען דער רב וואלט זיך דעמאלט קעגן אים פעסט קעגענגעשטעלט וואלט ער אים געוויס געפאלגט. די צוויי קטרוגים זענען ארויפגעקומען אין הימל פאר דעם בית דין של מעלה אויף אים מקטרג צו זיין. די קטרוגים זענען געווארן וואס אמאל שטארקער אויפ'ן רב, דעריבער האט מען גערופען צום בית דין של מעלה דעם ס"מ און מען האט אים געפרעגט צו ער האט מורא פאר דעם בעש"ט. ער האט געענטפערט אז ער האט פאר אים מורא. האט אים דאס בית דין של מעלה געזאגט: דעם בעש"ט'ס תלמיד איז אין דיינע הענט איבערגעגעבן און וואס דו ווילסט קענסט דו מיט אים טאן און זאלסט נישט מורא האבן פאר דעם בעש"ט, כאטש ער איז זיין תלמיד. ווייל, ער דער רב גייט ארויס פון רשות פון בעש"ט און איז איבערגעגעבן אין דיינע הענט.
דער ס"מ האט זיך דערפרייט דערפון און ער האט זיך מיישב געווען, אז אים צו טויטן וועט ער גאר נישט קיין קונץ באווייזן. ער האט ביי זיך געטראכט ער וועט אים עפיס טאן נאך ערגער פון טויט, ער וועט אים אפריידן ער זאל זיך שמד'ן רחמנא ליצלן.
דעם רב'ס מנהג איז געווען צו דאווענען אלע שבת אין דערהיים וואס איז געווען נעבען בית המדרש. און ווען מען האט געהאלטען ביים ליינען האט מען דעם רב אריין גערופען אין בית המדרש אריין און האט אויסגעהערט דאס ליינען און געדאווענט מוסף מיט'ן ציבור און נאך דעם דאווענען איז דער גאנצער עולם אריינגעגאנגען אין רב'ס שטוב אריין אים צו זאגן גוט שבת! און זיי האבן דארט קידוש געמאכט איבער בראנפען און לעקיך וואס איז פריער געווען אנגעגרייט. אזוי האבן זיי זיך געפלעגט פירן יעדען שבת. דער רב אליין האט קיין בראנפען נישט געטרינקען, נאר ער האט געמאכט קידוש איבער וויין און האט עפיס טועם געווען און דערנאך עפיס געגעסן אזוי ווי די תלמידים פון בעש"ט האבן זיך געפלעגט פירן.
אין דעם שבת וואס דער תלמיד חכם האט געוויינט וואס מען האט אים אויגפעהערט צו צאלען, און מען האט גע'פסק'נט אין הימל דעם רב איבערצוגעבן אין ס"מ'ס הענט אריין, אין דעם זעלבען שבת אינדערפרי האט אנגעהויבן אין אים צו ברענען א שרעקליך פייער צו שמד'ן זיך רחמנא ליצלן. און מחמת דעם גרויסן ברען אין זיין הארץ האט ער פון זיך אראפגעווארפען דעם טלית, און האט געטרונקען א גרויסע כוסה מיט בראנפען וואס איז אויפן טיש געשטאנען אנגעגרייט פאר'ן עולם. און מיט די שבת'דיגע מלבושים איז ער ארויסגעלאפען פון דער שטוב ווי א משוגענער און געלאפען צום גלח.
ווי דער גלח האט דערזען אז דער רב פון דער שטאט קומט צו אים אין שטוב און גייט נאך אנגעטאן אין בגדי שבת האט ער אים אפגענומען מיט גרויס כבוד און האט אים געפרעגט וואס ער פארלאנגט פון אים. האט דער רב אים געענטפערט אז ער וויל זיך תיכף שמד'ן. דער גלח האט אים געענטפערט אז עס פרייט אים זייער דאס וואס ער פארלאנגט, נאר יעצט האט ער נישט קיין צייט צו אים וועגען דעם. ווייל יעצט דארפען צו אים קומען גרויסע פריצים. און דעריבער האט ער אים געהייסן אריינגיין אין א באזונדער צימער און זאל דארט זיצען א קורצע צייט ביז די פריצים וועלן אוועק גיין און דערנאך וועט ער אים צוריק אריינרופען צו זיך און טאן וואס ער פארלאנגט.
דער גלח האט אנגעזאגט זיין משרת ער זאל דעם רב אריינפירען אין א באזונדער צימער און אים דארט געבען צו עסען און טרונקען וואס ער וועט נאר וועלן.
כן הוה, עס איז אזוי טאקע געווען. דעם גלח'ס משרת האט דעם רב אריינגעפירט אין א באזונדער צימער און האט פאר אים אנידער געשטעלט פיל בראנפען און טרפה'נע מאכלים, אז ער זאל עסן און טרינקען וויפיל ער וויל נאר. דער רב האט געטרינקען א סך בראנפען און אויך עפיס געגעסן ביז ער איז שיכור געווארן און אנגעהויבען צו ברעכען און האט שמוציג געמאכט זיינע קליידער און א נידער געפאלען אויף דער ערד, און שטארק אנטשלאפען געווארן.
דערווייל איז דאס ציבור אריינגעקומען נאך זייער דאווענען צום רב אזוי ווי זייער שטייגער איז געווען און זיי האבן געזען אז דער רב איש נישט דא. זיי האבן אנגעהויבען נאכצופרעגען זיך וואוהין ער איז געגאנגען, און זיי האבן זיך דערוויסט, אז דער רב איז געגאנגען צום גלח און וויל זיך שמד'ען, אלע האבן אנגעהויבען ביטער צו וויינען און עס איז געווען א יללה אין דער שטאט.
דער רב איז געשלאפען אויף דער ערד עטליכע שעה, און דערנאך איז ער אויפגעקומען פון שלאף. דער גלח האט נאך אלץ נישט קיין צייט געהאט צו אים. דאס פייער פון שמד'ען האט נאך ווייטער געברענט אין אים און ער האט ווייטער געטרינקען פיל בראנפען וואס איז געשטאנען פאר אים אויפ'ן טיש, און איז ווייטער געווארן שיכור און נאך אמאל געבראכען. ווייל ער איז נישט געווען געוואוינט צו טרינקען און איז ווידער אנידער געפאלען אויף דער ערד און איז אנטשלאפען געווארן ביז די זון איז אונטער געגאנגען און עס איז געווארן נאכט.
דעם בעש"ט'ס שטייגער איז געווען אז ביי יעדע שלש סעודת האט ער געפלעגט קוקען אויף אלע זיינע תלמידים וואו זיי געפונען זיך נאר. אין וואס א מדריגה פון דער קדושה זיי זענען און אזוי ארום זיי מעלה זיין אויבען אין הימל, און אין דעם אייגענעם שבת ביי שלש סעודות ווי דער בעש"ט האט אנגעהויבען צו קוקען אויף אלע זיינע תלמידים האט ער געזען אז דער זעלבער תלמיד געפונט זיך אין א גרויס פינסטערניש. איינגעטאן אין דער קליפה רחמנא ליצלן. האט דער בעש"ט הקדוש אוועק געדרייט זיין פנים פון די איבריגע תלמידים און נאר געקוקט בלויז אויף דעם תלמיד. כדי אים ארויס צו נעמען פון דער קליפה. און עס איז אים געווען א וואונדער ווי קומט אז זיינס א תלמיד זאל קומען צו אזא נידריגע מדרגה רחמנא ליצלן, און ווען ער האט אנגעהויבען צו זאגען "בני היכלא" און איז געקומען צו די ווערטער "לבטלא כל קליפין" האט ער זיך דא אפגעשטעלט און האט שוין ווייטער נישט געזאגט, ווייל זיינע געדאנקען האבן זיך ארומגעטראגען אין די עולמות עליונים אין אלע זיבן הימלן חוקר ודורש צו זיין, פאר וואס קומט זיין תלמיד אזא הארבען עונש, און אזא שטרענגען דין דאס מען האט אים איבערגעגעבן אין די הענט פון די סטרא אחרא ר"ל. דער בעש"ט האט געוואלט האבן א וויכוח מיט'ן ס"מ און מיט געוואלד זיין תלמיד ארויס רייסען פון זיינע הענט, נאר דער ס"מ האט אויף אים געלאכט, פון דעם האט דער בעש"ט פארשטאנען אז דאס בית דין של מעלה האט אים דערויף געגעבן רשות, און דעריבער איז ער געלאפן אין אלע הייליגע היכלות צו טענה'ן און צו בעטען פאר זיין תלמיד און פאר אים גוט ממליץ צו זיין. דארט איז דער בעש"ט געוואויר געווארן פאר וואס זיין תלמיד באקומט דעם עונש, איבער די צוויי עבירות וואס ער האט עובר געווען אזוי ווי מיר האבן שוין אויבן געשריבן.
דער בעש"ט האט אנגעהויבן צו בעטען און צו טענה'ן פאר וואס זאל אויף אים נישט מגין זיין אלע גוטע מעשים. ער האט זיי אנגעהויבען אויסצורעכענען. וויפיל דער בעש"ט האט אלץ אויסגערעכענט זיינע גוטע מעשים האט דאס בית דין של מעלה גאר נישט אנגעהויבען צו רעכענען אז דאס זאל זיין א באשיצונג און א פאנצער ניצול צו ווערן פון דעם עונש איבער די צוויי הארבע עבירות. אויף דעם האט דער בעש"ט אויסגערעכענט די מצוה וואס ער האט אנגעהיטען די סעודה פון מלוה מלכה. און דאס בית דין של מעלה האט געענטפערט, אז די אפהיטונג פון דער מצוה איז כדאי מגין צו זיין אויף אים און אים מציל זיין פון דעם עונש, נאר אויף דעם אופן אז ער זאל יעצט אויך מקיים זיין צו עסן די סעודת מלוה מלכה. וועט ער ווערן ניצול און אויב נישט - וועט דער עונש ווייטער בלייבען.
נאך דעם פסק-דין פון בית דין של מעלה אויף זיין תלמיד האט דער בעש"ט גענומען איין שטיקעל חלה וואס ער האט געמאכט אויף דעם המוציא דערנאך האט ער גענומען נאך איין גאנצע חלה און עס איבערגעגעבען איינעם פון זיינע גרויסע תלמידים און צו איהם געזאגט די ווערטער: נעם דאס און גיי און השי"ת זאל העלפען. און מער האט ער אים גאר נישט געזאגט.
דער תלמיד האט אים נישט געפרעגט וואו ער זאל גיין, ווייל ער האט פארשטאנען, אז ער וועט שוין אליין וויסן וואו צו גיין און ער האט זיך פארלאזט אויף דער השגחה און אויף דער גרויסער קדושה פון זיין רבי, דעם בעש"ט זי"ע. און האט גענומען פון דעם בעש"ט די גאנצע חלה און די האלבע חלה און האט זיי באהאלטען אונטער זיין בגד און איז ארויסגעגאנגען פון בעש"ט, ארויס געגאגנען פון מעזעביז און דערנאך איז ער ארויסגעגאנגען אינטער דער שטאט און איז ווייטער געגאנגען אויף דעם פעלד און איז געגאגנען אין זיינע בגדי שבת, נאר דאס שטריימול האט ער געהאלטען אין דער האנט.
דערווייל איז געווארן נאכט, און עס איז געווען שטארק פינצטער, דער תלמיד איז אליין געגאנגען אין דער פינצטערניש אויף דעם פעלד. דער בעש"ט זי"ע איז נאך דעמאלט אלץ געזעסען ביי דעם טיש און געהאלטען בי די ווערטער "לבטלא כל קליפין" און האט זיי עטליכע מאל איבער גע'חזר'ט מיט קולי קולות. זיינע תלמידים האבן נישט פארשטאנען וואס ער מיינט מיט די ווערטער נאר זיי האבן געגלייבט אז אויב דער בעש"ט זייער רבי טוט עס מן הסתם איז ריכטיג.
דער שליח, דעם בעש"ט'ס תלמיד איז זיך ווייטער געגאנגען זיין וועג, פלוצלינג האט ער אנגעהויבען צו גיין אויף זאמד און קליינע שטיינדעלעך וואס זענען געווען אויסגעשיט אויף דעם וועג. דער שליח האט פארשטאנען אז דאס איז מעשה שטן וואס וויל אים שטערען דעם גאנג ער זאל ווייטער נישט קענען גיין. און אזוי ווי ביי דער עקידת יצחק האט דער שטן פאר אברהם און יצחק געמאכט א וואסער זיי זאלן נישט קענען אדורכגיין, אזוי האט דא אויך דער שטן אים פארשטעלט דעם וועג. נאר דער תלמיד האט זיך קעגן אים געשטארקט מיט אלע כוחות און איז געגאנגען אויף דער זאמד און שטיינדעלעך.
דער זאמדיגער וועג האט זיך געצויגן ביז צוויי מייל דערנאך איז געווען א גלאטיגער וועג. דערנאך איז ווייטער געווען א זאמדיגער שטיינערדיגער וועג און דער שליח האט גאר נישט געקוקט דערויף און איז ווייטער געגאנגען זייער פאמעלעך מיט'ן גאנצן כח. ביז מען האט אויף אים רחמנות געהאט פון הימל, און עס האט אויפגעהערט דער זאמד פון וועג, און ער האט ווייטער געהאט א טרוקענעם און גלאטען וועג.
צום דריטען מאל איז דאס אייגענע פארגעקומען נאר דערנאך האט ער שוין נישט געהאט קיין שום שטערונג, ער איז אזוי לאנג געגאנגען ביז ער האט פון דערווייטענס דערזען ווי עס לייכט זיך אין א הייזל, אין דעם אייגענעם הייזעל האט דער גלח געוואוינט, און דער רב איז דארט געזעסען שיכור. דער שליח איז דארט אריינגעגאנגען אין דעם הייזעל אביסל זיך אפרוהען. ווי ער איז אינעווייניג אריינגעקומען האט ער דערזען ווי עס ליגט אויף דער ערד א איד וואס איז אנגעטאן אין שבת'דיגע זיידענע קאפאטע און איז זייער איינגעריכט פון דעם פיל ברעכען וואס ער האט געבראכן א גאנצען טאג. ער האט אים אנגעקוקט אבער ווי פארוואונדערט איז ער געווארן אז ער האט באלד דערקענט אז דאס איז דער רב פון בעש"ט'ס תלמידים, און אויך ווען ער האט געפרעגט דעם היטער וואס היט דארטען וועגן דעם איד, האט ער אים געענטפערט, אז דאס איז דער רב פון דער שטאט און איז געקומען צום גלח זיך שמד'ן.
דער שליח האט יעצט פארשטאנען צו וואס דער בעש"ט האט אים דא אהער געשיקט און ער האט זיך דערמאנט אין די אלע שטערונגען וואס עס האט זיך אים געמאכט אין וועג דאס איז געווען מעשה-שטן. ער האט געלויבט השי"ת דערפאר וואס ער האט אים געגעבען שטארקייט נישט צו פאלגען דעם שטן.
ער איז דארט אפגעזעסען א קורצע צייט פון גרויס מידעקייט, און דער שיכור איז דערווייל אויפגעקומען פון שלאף. ער האט זיך געוואלט נעמען נאך א כוס בראנפען נאר דער שליח האט אים נישט געלאזט און האט געזאגט צו אים: מיין פריינד, וואס איז געווען איז געווען, אבער יעצט וואשט דיר פריער די הענט און דערנאך וועסטו טרינקען בראנפען וויפיל דיין הארץ גלוסט. דער שיכור האט אים געפאלגט און איז געגאנגען טרינקען, האט דער שליח ווייטער צו אים געזאגט, וואס איז געווען איז געווען אבער עס פריער עפיס א שטיקעל ברויט ווייל טרינקען אן עסען איז נישט גוט. אויך דאס האט אים דער שיכור געפאלגט. און האט זיך געוואשען נאכאמאל צום עסען און געמאכט המוציא ווי דער שליח האט פון אים פארלאנגט און דאס כוס בראנפען איז נאך אלץ געשטאנען אנגעגאסען פאר אים.
דער רב האט געגעסען פון דער גאנצער און האלבער חלה וואס דער בעש"ט האט מיטגעגעבען דעם שליח. ווי ער האט נאר אנגעהויבען צו עסן, איז ער געווארן גאר אן אנדערע מענטש ווייל די סטרא אחרא האט זיך פון אים אפגעטאן און עס האט זיך אין אים געשטארקט די הייליקייט. ווייל די קדושה פון בעש"ט'ס שיריים האט אין אים אנגעהויבען צו ברענען א גרויסע ברען ער האט געוויינט און געשריגען און חרטה געהאט אויף וואס ער האט געטאן. און האט געזאגט ווי קומט דאס צו מיר צו וועלען פארטוישען דעם הייליגען באשעפער'ס גלויבן וויי וויי איז צו מיר, איך האב נישט קיין אנדערע וועג ווי גלייך צו פארן צום בעש"ט הקדוש, ער קען מיר א טובה טאן און מיר געבן א תיקון, נאר דער וועג צו אים איז דאך אזוי ווייט און ער האט אנגעהויבען צו וויינען און צו רייסן די האר פון קאפ.
דער שליח האט געזען, אז ער האט אמת'דיג חרטה אויף זיינע מעשים האט ער אים געטרייסט און האט צו אים געזאגט הער אויס מיין גוטער פריינד. איך וועל דיר געבן איין גוטע עצה נאר דו זאלסט מיך פאלגען, וועלן מיר פון דאנען באלד ארויסגיין אין דרויסען, און מיר וועלען גלייך גיין קיין מעזיבוז צום בעש"ט. און איך האף אז השי"ת וועט אונז העלפען און מיר וועלן נאך די נאכט אנקומען צום בעש"ט הקדוש, ווייל דער שליח האט פארשטאנען אז זיי וועלן געוויס האבן קפיצת הדרך נאך דעם וואס זיי האבן בייגעקומען דעם כח פן דעם סטרא אחרא.
דער שליח האט געזאגט צום רב, ווייל איך זע אז דו האסט חרטה אויף אלע דיינע שלעכטע מעשים, האלט דיך גוט אפ אין מיין גארטעל און מיר וועלן פון דאנען גלייך גיין קיין מעזיבוז. און איך בין פארזיכערט אז מיט דעם באשעפער'ס חסד וועלן מיר אין עטליכע מינוט ארום זיין ביים בעש"ט הקדוש.
וכן הוה עס איז טאקע אזוי געווען, זיי זענען ביידע גאנץ פארזיכטיג ארויס געגאנגען פון גלח'ס הויז און זענען געגאנגען אויף דעם וועג קיין מעזיבוז אין זייער א פינצטערע נאכט. און אין עטליכע מינוט ארום זענען זיי געשטאנען פאר דעם בעש"ט. דער בעש"ט איז נאך אלץ געזעסען ביים טיש מיט זיינע תלמידים ווי זיי זענען נאר אריינגעקומען, איז דער שליח באלד אנידער געפאלען אויף דער ערד און אנגעהויבען צו חלש'ן פאר גרויס מידעקייט און מאטערניש פון וועג. דער רב האט אנגעהויבען שטארק צו קלאגען פאר דעם בעש"ט וואס ער האט זיך געוואלט שמד'ן און דער בעש"ט האט אים געגעבן א תיקון און איז געווארן א צדיק גמור זיין זכות זאל אונז ביישטיין אמן.

פון די מעשה איז ארויסצונעמען זיך א מוסר, אז מען זאל זיין געווארענט אין דריי זאכען, ערשטענס מען זאל נישט מיקל זיין קעגן משיגי גבול, צווייטענס טאר מען נישט מינערען צדקה פון א תלמיד חכם, דריטענס אפצוהיטען מלוה מלכה. ווייל דא האט איבערגעוואויגען די מצוה פון מלוה מלכה איבער אלע מעשים טובים פון רב און דורך די מצוה איז ער ניצול געווארן פון שמד.
אבנים טובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:06 pm

Re: סיפורי מעשיות פון בעש"ט זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנים טובות »

שכח
נישט ווער עס לאכט איז פרייליך
נישט ווער עס איז פרייליך לאכט

נעם דיין עתיד און צוקלאפ מיט דעם דיין עבר
נעם נישט דיין עבר און צוקלאפ מיט דעם דיין עתיד
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”