די שטעט וואו דער ייטב לב האט משמש געווען ברבנות

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 29, 2009 2:37 pm

ר' סעמיטשקע, ר' משה פאלקאוויטש איז א געווייקטער חסיד'ישער איד א כעניאקישער בעה"ב א דולה ומשקה טיפ וואס האט זיך געדרייט ביים "ברך משה" אנגעהויבן נאך אין די סיגוט'ע יארן, ער איז גאר א פיינער מקור א דייקן אין סיפורי מעשיות רוב מאל בשם אומרו, איר קאנט אים זיכער אבער נישט בשמו.

ער האט עס דערציילט כדרכו מיט א גענויען מקור, אבער ליידער השכחה עשה את שלו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מיטוואך יולי 01, 2009 2:37 pm

ווי איך זעה האט דער ציבור נישט וואס מגיב צוזיין בנוגע רבנות אויהעל, דעריבער עהל איך אין די נאענטע שעות ממשיך זיין מיטן גארליצער רבנות.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יולי 01, 2009 3:36 pm

איין מינוט, כאב וואס מגיב צו זיין
דא איז א קול קורא פונם הייליגן ייטב לב אין שנת תר"ה ווען ער איז געווען רב אין אוהעל, ווי ער טרעט ארויס קעגן די ריפארמער געדרוקט אין תורת הקנאות (שנת תר"ה, עמ' 26)דאכציך אז סאיז נישטא אזוי פיל דאקומענטאריש פונם ייטב לב אין אוהעל ווי ער איז געווען גאנץ א קורצע תקופה (כדי צו באמערקן, אז נאך אים זענען נאך אויפגענומען געווארן נאך דריי רבנים אינצווישן, ביז זיין זון ר' משה יוסף האט גענומען דאס רבנות דארט, עס האבן משמש געווען דארט הגאון האדיר רבי ירמיה לעוו בעל שערי תורה, ואחריו בנו הג"ר אלעזר ואחריו הגאון ר' יואל פעלזנער ז"ל).
צוגעלייגטע
FAE5F8FA20E4F7F0E0E5FA20FAE5F8.jpg
לעצט פאראכטן דורך יהיה כן אום מיטוואך יולי 01, 2009 4:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 01, 2009 3:42 pm

ר' יחי', אייער צווייטע בלאט איז א טעות, עס איז מכתב כ"ז, פאר די פולע בריעוו פון הייליגן ייטב לב זעהט דא:
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יולי 01, 2009 4:12 pm

פאראכטן

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מיטוואך יולי 01, 2009 7:13 pm

כבר הזכרתי קול קורא זו,

סעמיטשקע האט געשריבן:בשנת תר"ה חתמ'עט זיך נאך דער ייט"ב "חופ"ק אויהעל" [תורת הקנאות מחברת שניה אין כאן מקום להאריך].


ויישר כח ל"יהי כן" על עזרתו אהערצילינקען די מכתב.

די היסטאריע איבער די חוברות "תורת הקנאות", על איך שרייבען בקיצור נמרץ אבער באמת אין כאן מקומו.

בשנת תר"ה איז גיווען די אסיפת הרע-בנים הידוע אין ברוינשווייג ווי מחדשים האבין גיוואלט "מסכן" זיין תקנות נגד די תורה, לתקופה קצרה האבין זיי גיהאט א הצלחה און ביי די רעגירונג האבין די תקנות באקומען האפט, בשעתו זענין די צוויי עסקנים "ר' הערשיל לעהרין", מיט "ר' אברהם פרינץ" פון אמסטערדאם, ארויס מיט א קול קורא צו אלע רבנים ווי ער בעט זיי זאלען אים צוריקשיקען בכתב א בירור אז די תקנות זענין נישט אויסגיהאלטין לויט די תורה, און אזוי ארים וועט ער קענין אויפווייזען אז די נייע תקנות איז נישט ריכטיג לויט די תורה און אזוי ארום פועלין ביי די רעגירונג זיך צו קענין עכ"פ טיילען פון די מחדשים.

די רבנים זענין טאקע ארויס מיט פייערדיגע מכתבים און סהאט זיך געזאמעלט קרוב צו 275 בריווען, למעשה האט ער נאר געדריקט די מכתבים פון די רבנים גדולי בעלי השפעה ווי ר' יודא אסאד וכו'.

דעריבער איז אינטערסאנט אז ער האט געפינען פאר וויכטיג אריינצולייגען די כתב פינעם ייט"ב, בשעת ער איז ניטאמאל צוגעקומען צי די ארבעים שנה, אולי די שטאט "אויהעל" מקום מגוריו פינעם ישמח משה האט גערעדט ווערטער.

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » דאנארשטאג יולי 02, 2009 10:47 am

ווי איך פארשטיי קען מען גיין ווייטער מיטן רבנות גארליץ,

כהאף אז די ציבור וועט נאך אופקומען צו מבהיר זיין די אומקלארקייטען ארום די רבנות סטראפקוב און אויהעל, אבער ווי פריער דערמאנט, אז אויב איינער האט נאך וואס מגיב צו זיין אויף די רבנות פון סטאפקוב אדער אויהעל זאל ביטע בארייכען די אשכול אבער זאל פארן תגובה אנדייטען אין "באלד" אז דאס גייט ארויף אויף איינע פון די צוויי אויבין דערמאנטע שטעהט כזה:

סטראפקוב \ אויהעל
.... .... ....
.... .... ....

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » דאנארשטאג יולי 02, 2009 10:53 am

גארליץ

קיין סאך האב איך נישט וואס צושרייבען אבער הכל ריוח, וכל המוסיף מוסיפין לו.

דערנאך איז דער ייט"ב אנגענומען גיווארען אויפען רבנות אין גארליץ, עפ"י מהר"א בשם הרב ברך משה איז דאס צושטאנד געקומען דורך די השתדלות פון זיין מחותן סאנזער רב [בתר"ז איז זיין זוהן די גארליצער רב גיווארען אן איידעם ביים ייט"ב] וואס האט גיהאט די השפעה אויף גארליץ.

אין תשו' שואל ומשיב ח"ב סימן י"ט, שרייבט ער אז די ייט"ב האט זיך אויסגעדריקט אויפן שטאט גארליץ "אנשי עירי [=גארליץ] נעשו לי אכסניא בשעת דחקי", מיינענדיג אז זיי זענין גיווען פאר אים א מקום מנוחה, דארפענדיג אנטלויפין פון אויהעל [די גאנצע נושא ארום די תשו' שואל ומשיב וועט ארומגירעדט ווערין ביי די "רבנות דרוהביטש" איך בעט די חשובע מגיבים צו ווארטען אויף דערווייל בנוגע די ענין].

וועלכע יאהר פונקט איז דער ייט"ב אנגעקומען קיין גארליץ לא ידוע לי, אבער בשנת "הדרת" פני זקן, דהיינו תר"ט האט דער ייט"ב געדרוקט דעם ערשטע טייל ישמח משה אין לעמבערג, ווי ער חתמט זיך אין די הקדמה:

דברי המעתיר ובעה"ח פה ק"ק גארליטץ ער"ח מרחשון שנת והגית בו יומם ולילה [תר"ט] לפ"ק, הק' יקותיאל יהודה טייטלבוים


אויסער וואס דאס דייט אהן אז חשון תר"ט איז דער ייט"ב שוין גיזעסין אין גארליץ, כידוע איז דרוקען נישט גיווען באותו תקופה פון די גרינגערע זאכען עס האט געקסאט אסאך צייט מיט "רוהגקייט", דעריבער איז מסתבר אז דער ייט"ב איז שוין אנגעקומען קיין גארליץ לכה"פ אנהויב תר"ח, ווייל בשעת ער איז גיווען נע ונד איז נישט מסתבר אז ער האט זיך מטפל גיווען מיט די הדפסה.

סקען אבער זיין אז דער ייט"ב האט שוין מסדר גיווען די ענינים לדפוס נאך זייענדיג אין אויהעל, אבער ווי "פארשלאפען" האט דערמאנט אויבען בשם דעם פאלקאוויטש, אז דער ייט"ב האט גיהאט עיגום הנפש אז די כתבי יד זענין נעלם גיווארען מפני טלטול הדרך, איז שטארק מסתבר אז ביז דאן האט ער עס נאכנישט גיהאט מסודר לדפוס, און דאס האט גיברענגט אז די ייט"ב זאל זיך דאן נעמין צי די עבודה, און אויב די השערה איז ריכטיג,האט ער זיך שוין געפינען אין גארליץ לכה"פ אנהויב תר"ח.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 02, 2009 11:05 am

הרב סעם,
אפשר קענט איר מרחיב זיין הדיבור איבער גארליץ, דאס הייסט ווער איז געווען רב אין גארליץ פאר דעם ייט"ל, וויאזוי האט דער צאנזער רב געהאט אן השפעה בכלל אויף גארליץ, איך געדענק אז ר' יענקעלע דערציילט איבער דאס רבנות אין גארליץ פון ר' ברוכ'ל אז עס איז געווען אן אנדערער שרצה לשמש שם כאב"ד אבער דער צאנזער רב האט געזאגט בערך אזוי "איך הער די כרוזים אין הימל, און איך ווייס ווער עס איז מיועד צו זיין רב" ווייסט איינער מער פרטים דערוועגן?

אגב, איבער די אלע שטעט איז כדאי אריינצוקוקען אין די יזכור ביכער (צו געפינען דא) ספעציפיש אויף גארליץ איז פארהאן דארט א רייכע בוך וועלכע אנטאהאלט די כראנאלאגיע פון דאס רבנות, ולכשאפנה בל"נ אשנה פרק זה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 02, 2009 11:34 am

זכה מלאכתו נעשית ע"י עצמו....

לויט די דערמאנטע יזכור-בוך, איז דער ערשטער אפיציעלער שטאט רב אין גארליץ געווען ר' יחזקאל לאנדא נכד הנודע ביהודה, וועלכער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ל"ע, ער האט אויפגעצויגען צוויי קינדער פון זיין ברידער, ר' אוריש לאנדא און ר' משה לאנדא (זעה ווייטער דער פולער בלאט), ביז דאן האט דער רב פון די גלילות צאנז געדינט אלס רב פון גארליץ וועלכע איז א חלק פון די גלילות, יענע צייט איז געווען רב בגלילות צאנז ר' ברוך סג"ל לאנדא, עס איז דערווייל נישט באקאנט צו די צוויי רבנים ממשפחת לאנדא זענען געווען נאנטע קרובים.

דערנאך איז לויט יענע השערה דער ייט"ל געקומען צווישען די יארען תקצ"ח-ת"ר בהשתדלות הדברי חיים וואס גארליץ איז געווען בגלילות צאנז.

דער בלאט אינעם דערמאנטן בוך
צוגעלייגטע
Gorlitz2.gif

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » דאנארשטאג יולי 02, 2009 11:43 am

האמת אגיד, קיין סאך האב איך נישט דורכגעטוהן גארליץ, און לויט די ביסעל וואס כהאב גענישטערט האב איך נישט גיטראפען ווער עס האט דארט משמש גיוועזין לפי הייט"ב.

וואס די פרעגסט ווי קומט גארליץ צו סאנזער רב, די איינציגסטע מקור אויף דעם איז ר"א ווי איך שרייב טאקע, און ר"א אליין האט עומד גיווען אויף דעם אין אויף א קאסעטע זאגט ער אז הגם גארליץ איז נישט אזוי נאענט קיין סאנז, און מסתמא איז עס נישט גיוועזין אונטער זיין גליל, פארט אבער האט דער ד"ח גיהאט דארט השפעה.

וואס די שרייבסט וועגין א צווייטער וואס האט גיוואלט ווערין דארט רב איז אזוי בקיצור נמרץ.

נאכען ייט"ב איז ר' ברוכל גיווען דארט אויף כמה חדשים און דער סאנזער רב האט אים גיהייסען אפטרעטין פאר ר' שמואל ט"ב אחיו פינעם ייט"ב און איז לתקופה גיווארען רב אין רודניק, נאכען פטירה פין ר' שמואל איז זיין ר' יוקל חתן הייט"ב איבערגענומען די רבנות אין גארליץ, מיט א צייט שפעטיר איז ר' ברוכל צוריק קיין גארליץ, און סהאט אויסגיבראכען א וועלטס קריג, צווישען די צוויי שוואגערס [ר' יוקל און ר' ברוכל זיינען גיוועזען איידימער ביים ייט"ב].

סגיווען א דין תורה, ר' ברוכל האט גענומען ר' שמואל מראדימשלא אלץ בורר, און ר' יוקל האט גענוממען ר' יוסף ריינמאן אב"ד איסטריק אלס בורר, און דער ערוגת הבושם איז גיווען די שליש, די לעגענדע דערציילט אז פארן פסק וואס איז גיווען נוטה צו ר' יוקל האט ר' שמואל מראדימישלא ארויסגעשפרונגען פון פענסטער נישט וועלנדיג פסקנען נגד א זוהן פינעם סאנזער רב.

למעשה מפני דרכי שלום האט ר' יוקל אפגעטרעטין פון די רבנות און אריבער קיין וואלאווא [הגם וואלאווא איז גיווען די הויפט פון די גאנצע קאמידאט וואס האט פארטרעטין פיהל מער ווי גארליץ פארט האט ער נישט גיוואלט אנהייב אפטרעטין צוליב וואס דאס רבנות גארליץהאט גיהערט צי אביו וחותנו], ביז צום קריג איז גיווען א קלויז אין גארליץ וואס האט גיהערט פאר ר' יוקל ווי סהאבען מתפלל גיווען לויט געוויסע מקורות 250 טליתים.
לעצט פאראכטן דורך סעמיטשקע אום דאנארשטאג יולי 02, 2009 11:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 02, 2009 11:47 am

סעמיטש,
גיב א קוק דורך מיין צווייטע תגובה, דארט איז שוין יא פארהאן מער חומר.

די מעשה וואס איך ברענג פון ר' יענקעלע איז נישט געווען ביי די באקאנטע מחלוקה הנ"ל און נישט מיט די קאנדידאטן, נאר נאך פריער, עס איז אין י"ג אורות מערכת גארליץ, אין לי כעת הספר תחת ידי אולי ימצא מי שיאיר עינינו.

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » דאנארשטאג יולי 02, 2009 12:03 pm

מיללער האט געשריבן:דערנאך איז לויט יענע השערה דער ייט"ל געקומען צווישען די יארען תקצ"ח-ת"ר בהשתדלות הדברי חיים וואס גארליץ איז געווען בגלילות צאנז.


די השערה איז נישט ריכטיג, ווי מזעהט קלאר אז ער איז נישט אזוי באהאווענט אין די ענינים ווייל דאס שרייבט ער קלאר אז קודם איז ער גיווען אין אויהעל, און אין אויהעל איז ער נישט גיווען טרם פט' הישמח משה, ודי בזה [בכלל די אלע יזכור ביכלעך זענין ווייט פון אקוראט אזוי אויך די פנקסי הקהילות פון "יד ושם", ווייל די עיקר מטרה פון די אלע ביכער איז איבער צולאזען א שם ושארית צו די שטעט, און צו די זייט לייגען זיי א דגוש ווי רוב דברים זענין געווידמעט אויף די לעצטע צען יאהר פארן קריג און זיי מעסטען ווי שטארק די ציונסטישע פעולות זענין גיווען טעטיג, ווער עס איז רגיל אין די סארט ביכער וויסען פון וואס מרעדט].

וואס די שרייבסט אז די מימרא וואס ר' יענקעלי האט געזאגט איז געדרוקט אין י"ג אורות מערכת גארליץ, דאס איז אין מערכת סאנז עמוד ע"ט.

ר' יוקל הירש, די ניימארקער רב [א חסיד סאנז], איז גיווען אן איידעם אין גארליץ אין האט אנגענומען די רבנות אין גארליץ [סשטייט נישט וועלכע תקופה דאס איז גיווען] און דער סאנזער רב האט אים גיזאגט אז אין הימל האט מען אויסגערופען אז ער גייט נישט זיין רב אין גארליץ, האט אים ר' יוקל פארגעהאלטען אז א הרה"ק פלוני האט געזאגט אז אין הימל האט מען אויסגערופען אז ער וועט יא זיין רב אין גארלץ, האט דער סאנזער רב גיענפערט אז מלכותא דרקיעא כעין מלכותא דארעא און אזוי ווי מען רופט אויס א באפעהל פון מלך אין די גאסען איז נישט מעגליך יעדער זאל הערען נאר די וואס שטייען נאענט צום אויסריפער, און די וואס שטייען אביסעל ווייטער קענין צומאל גאר אנדערש אויסטייטשין די באפעהל, האט דער סאנזער רב אויסגעפירט, אה"נ סדא צדיקים וואס קענען הערין די כרוזים אין הימעל אבער "יעך כאפ דעם פויקער אליין און פרעג אים וואס האסטו געפויקט", אזוי ארום הער איך דברים כדיוקם.

בשנת תרכ"ב האט ער פארלאזט גארליץ און איז גיווארען רב אין ניימארק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 02, 2009 12:56 pm

יא דאס האב איך טאקע געמיינט, יישר כח פאר די מראה מקום, למעשה לויט די יארען קוקט דאס אויס ווי מען רעדט אדער תיכף נאך דעם וואס דער ייט"ל איז אריבער קיין סיגוט (תרט"ו) אדער ווען ר' ברוך גארליצער איז דאס ערשטע מאל אוועקגעגאנגען קיין רודניק , איידער ר' שמואל גארליצער איז געקומען, ווייל ווי דערמאנט איז ר' יוקל שוין געווען אין ניימארק תרכ"ב.

איך האב מיך שטענדיג געוואונדערט אויף די מעשה ווייל ר' יוקל אליינס למעשה שרייבט עפעס יא אין די הקדמה לספרו שו"ת ברכת יעקב אז עפעס א משרה האט ער געהאט אין גארליץ וז"ל "אחרי כי נתרוקן כל הונו ונאבד רכושי (הערה: ער האט גיערשנט אסאך געלט פון זיין שווער הגביר ר' יצחק ווייס מגארליץ חותן הכת"ס), הייתי מוכרח לקבל עלי משרת רבנות דמחוז דק' גארליטץ, ואח"כ נתקבלתי לרב בק"ק ניימארקט וכו'" וצ"ע

שישא
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » דאנארשטאג יולי 02, 2009 9:57 pm

סעמיטשקע האט געשריבן:סגיווען א דין תורה, ר' ברוכל האט גענומען ר' שמואל מראדימשלא אלץ בורר, און ר' יוקל האט גענוממען ר' יוסף ריינמאן אב"ד איסטריק אלס בורר, און דער ערוגת הבושם איז גיווען די שליש, די לעגענדע דערציילט אז פארן פסק וואס איז גיווען נוטה צו ר' יוקל האט ר' שמואל מראדימישלא ארויסגעשפרונגען פון פענסטער נישט וועלנדיג פסקנען נגד א זוהן פינעם סאנזער רב


פון ערגעץ ליגט מיר אין קאפ אז ר' ברוכ'ל האט געווינען די ד"ת, אפשר קענט איר אנצייגן ווי איר האט געזען אייער לענגענדע.

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » פרייטאג יולי 03, 2009 8:34 am

די באדייט פון א לעגענדע איז דאס, אז סהאט נישט קיין קראנטע מקור מוסמך, נאר סאיז סאיז אזוי מתאמרא צווישען חסידים, און אויב איז אמת אז ר' שמואל איז ארויסגעשפרינגען פון פענסטיר מהאי טעמא, איז טייטש ווייל מהאט גיוואלט פסקנען נגד ר' ברוכל בן הרב ד"ח,

לויט די לעגענדע איז למעשה קיין פסק נישט גיווען.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג יולי 03, 2009 5:13 pm

אין ספר עטרת חיים (מכתבי הה"ק מצאנז ובניו) מכתב קל"ו, איז געדרוקט א בריוו פון מרן משינאווא זי"ע צום ערוגת הבשם וועגן די ד"ת פון ר' יוקל מיט הה"ק מגארליץ, צו מזרז זיין דעם ד"ת, אין די הגהות דארט שרייבט דער מו"ל אז דער שינאווער רב האט זיך דאן אויסגעדרוקט אויפן פסק פון ערוה"ב, 'אין לנו אלא דברי בן עמרם' (דער ערוגה"ב פאטער רבי עמרם מטשארנא)

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » זונטאג יולי 05, 2009 10:36 am

איך זעה אז מקען שוין וויטער אנגיין מיט רבנות דרוהביטש, להיות מדעבאטירט דא אויף זייטיגע ענינים.

און איך טוה בעטין ווי פריער אז די אלע חשובע מגיבים וואס האבען מגיב צו זיין אויף די שטעהט ביז אהער זאלען דאס ביטע טוהן און מהנה זיין די ציבור, אבער ווי פריער דערמאנט זאל מען פאר דעם שרייבען און באלד אויף וועלכע שטאט די תגובה גייט ארויף, כזה.
סטראפקוב \ אויהעל \ גארליץ
.... .... ....
.... .... ....

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » זונטאג יולי 05, 2009 10:39 am

דרוהביטש

כדי ארויסצוהאבען די דאזיגע רבנות על בוריה, על מיר אויסרעכענין די צוויי רבנים וועלכע האבען געדינט פאר די ייט"ב איז אנגעקומען קיין דרוהביטש.

אין יאהר תקפ"ה איז אויפגענומען גיווארען ר' אברהם יעקב הורשובסקי אלס דרוהביטשער רב, ביז דאן איז ער גיווען רב אין אוהיבנוב, אין אויף זיין פלאץ אין אוהבניב האט מען אויגענומען זיין זוהן ר אליהו.

בשנת תר"א ווען ר' אברהם יעקב איז אוועק, איז זיין זוהן ר' אליהו געקומען מספיד זיין, און טייל פון די קהילה האבין אין אים גיזעהן אלץ דער ממלא מקום פון זיין טאטע, פארט איז גיווען אזעלכע וואס האבין גיוואלט ר' אלעזר ניסן ט"ב זאל קומען איבער נעמין די רבנות, דעריבער האט ר' אליהו אפגיטרעטען און איז צוריק קיין אוהבניב.

ר' אלעזר ניסן איז דאן גיווען נקי פון זיין רבנות אין סיגוט צוליב די מחלוקה וואס האט זיך דארט גישאפען, און ער איז אוועק גיגאנגען פון סיגוט, ר' אלעזר ניסן איז נישט גיווען קיין פרעמדער אין דרוהביטש, ער איז גיווען אן איידעם ביי ר' אהרן מחאדרוב וואס איז אוועק יונגערהייט, דעריבער האט זיין עלטער שווער ר' נחום [דהיינו די שווער פון ר' אהרן אויפגיצויגען די רעביצין רוזא בלומא], וואס איז גיווען פרנס העיר אין דרוהביטש, איז פארשטענדליך אז ר' אלעזר ניסן האט גיוואונט היבש א תקופה אין דרוביטש ביי זיין עלטער שווער, און סאיז מסתבר אז ביזן רבנות סיגוט איז ער גיווען אין דרוהביטש, דעריבער ווען סאיז געקומען די צייט ווען די רבנות אין דרוהביטש איז ליידיג גיווארען האבן טייל אירע גיוואלט מזאל אויפנעמין ר' אלעזר ניסן, אויך די השפעה פון זיין עלטער שווער האט זיכער צוגיגעבען צו דעם [אפי' סקען גאר זיין אז באותו תקופה האט ער שוין נישט גילעבט אבער אן השפעה איז פארט גיווען], גם איז גאר יתכן אז נאכען איבערלאזען די רבנות סיגוט האט ער זיך צוריק באזעצט אין דרוהביטש.

ווען ר' אלעזר ניסן איז אוועק שבת תשובה תרט"ו איז גישאפען גיווארען א מחלוקה, טייל האבען אנגעטראגען די רבנות פארן ייט"ב זייענדיג א זוהן פון פאריגען רב, און טייל האבען גיוואלט צוריק געבין די רבנות פאר משפחת הורשובסקי, אבער להיות די ייט"ב האט זיך שטארק פארזוימט מיטן אנקומען קיין דרוהביטש צוליב וואס די גארליצער שטאטסלייט האבען זיך נישט גילאזט גיזעגענען מיט זייער באליבטער רב, אזוי ארום האבן זיינע שטיצער און דרוהביטש דערלייגט, און על כרחך האט מען אויפגענומין ר' אליהו.

למעשה איז דער ייט"ב אנגעקומען ערב סוכות תרט"ז ווייל זיין מאמע די רעביצען פון ר' אלעזר ניסן איז דאן אוועק אוועק בעשרת ימי תשובה, און איז געקומען מסדר זיין די ירושה, דאן האבען די שטיצער פינעם ייט"ב וואס זיי זענין גיווען בעה"ב אויף די קופת הקהל האבען איבערגירעדט די ייט"ב ער זאל דארט פארבלייבען, ווען דאס האט פאסירט האבען די בני העיר געשיקט צום שואל ומשיב ווי ער שרייבט בפרטיות די גאנצע געשיכטע און פירט אויס לטובת ר' אליהו.

סגעדרוקט אין שואל ומשיב ח"ב סימן י"ט:
הגיענו מכתב בשנת [ת]רט"ז מק' דראהביטש והמעשה שהיה כך היה, שם היה אב"ד לפני הרב המנוח [ה"ה ר' אלעזר ניסן], מו"ה אברהם יעקב שהיה מקודם אבד"ק איבניב ונתרצו בני עיר לקבל בנו הרב הגאון מו"ה אלי' נ"י שהוא אבד"ק היבניב תחת אביו, ובפיתוי דברים וכדומה נתקבל שם הרב המנוח מו"ה אלעזר ניסן ז"ל בהגאון מוהר"מ טייטלבוים אבד"ק אוהעל, ואחרי מות הרב מו"ה אלעזר ניסן רצו לקחת את הרב מו"ה אלי' נ"י אבד"ק איבניב, אמנם מוה"ר אלי' הנ"ל השיב כי אין רצונו לבא בריבו והוא איש מנוחה, כי אחרי שהוכרח לשוב לביתו במות אביו ולא זכה לשבת על כסאו, על כי נתפתו לקבל הרב מוהר"א ניסן, ע"כ אינו רוצה כעת לחרחר ריב, ונתיעצו יחדיו לקבל הרב מגארליץ [רבינו] בן של הרב מוהר"א ניסן הנ"ל לאב"ד, ושלחו בכתב כי עשו קאנסיס וחרות שם משפט הרב ומשכרתו, והוא מושלש ביד הגביר מו"ה צבי הירש זיסמאן, ובפירוש (ש)הותנה שאם לא יבא על הפסח שנה שעברה [תרט"ו] נתבטל הקאנסיס.
והנה חלף הזמן וכתבו אליו מכתבים שונים אשר יגביל מועד בואו לדראהביטש, וגם הודיעו כי השיגו מהקרייזאמט אויף נאם שיין, עבורו ועבור כל בני ביתו ולא השיב דבר ואחרי זמן רב כתב להם כי ישלחו אחריו על פ' חקת וכן עשו, ושלחו שלשה מרכבות רתומים בסוסים מזויינים לפ"כ? ולפי כבודו, עם שני אנשים לומדים, ובבואם שמה קבץ אנשי עירו וספר להם כי על רצונו לנסוע לדראהביטש מפני כי פרנסתו מעט בגארליץ, ועיר גארליץ נתקנאו בדראהביטש והוסיפו לו על משכרתו, ואנשים עם העגלות שבו ריקם עם רב הוצאות, ובאו אנשי דראהביטש להר"צ זיסמאן נ"י להשיב להם הקאנסיס המושלש, ואמר כי לא יחזור עד שיכתוב בעצמו מכתב להרב מגארליץ למען יצא ידי שמים וידי הבריות, וכתב לו מכתב שאם רצונו להקים על הרבנות דראהביטש, אז לא די בביטוי שפתים במכתבו כ"א ישלח בטחון ספריו וכדומה למען יהיה נכון בטוח כי יקיים מוצא שפתיו, ואם לאו ישיב הקאנסיס, והשיב הרב מגארליץ אם ירצו להמתין עד אחר חג הסוכות מה טוב, ובהחלט א"א לבטא בשפתים כי אנשי עירו נעשו לו אכסניא בעת דחקו, ואם אנשי דראהביטש לא ירצו להמתין אז ישיב להם הקאנסיס.
וכאשר נודע להם הדבר אז הלכו וקרעו הקאנסיס המושלש בידי הנ"ל, ושלחו אחרי הרב אבד"ק אוהבניב נ"י להיות רב וחתמו על הקאנסיס כשלש מאות איש קצינים ונכבדים, וצד הב' שלחו עוד הפעם לגארליטץ להרב שני מרכבות עם אנשים שיפתו אותו לבא הנה וגם המה שבו ריקם, וע"כ שלחו אחרי הרב מאוהבניב ויבא אליהם קודם ימי נוראים ונתקבל בכבוד גדול ודרש דרש בשבת שבא וגם בשבת שובה העבר.
והנה בעשרת ימי תשובה מתה אשת הרב מוהר"א ניסן, ובא הרב דק' גארליטץ ערב סוכות לקבל הירושה, ואליו התלקטו מדלי העם והמה מוסרים משכרת הרב אשר ממנה פרנסת הרב וכדומה.


די סאנזער רב איז ארויס קיין דרוהביטש אויף א שבת כדי משפיע זיין אויף די אנשי העיר אז זיי זאלען אויפנעמין זיין מחותן די ייט"ב, אבער די גאנצער עסק האט זיך ארויסגילאזט שלא בדרך כבוד סיי פארן סאנזער רב און סיי פארן ייט"ב, אזוי פלעגט די ברך משה דערציילען די מעשה.

אין ס' פאר יצחק [תולדות ר' אייזיקל מזידוטשוב] פרק ט"ז אות ב', שרייבט שוין אביסעל מער, אז דער סאנזער רב איז דאן אריבער זידוטשוב, אין ר' אייזיקל האט אים פארבעטין צו בלייבען ביי אים אויף שבת אבער די סאנזער רב האט מסרב גיווען וועלינדיג זיין שבת אין דרוהביטש, ער פירט אויס אז דעריבער האט פאסירט וואס האט פאסירט ולא עלתה יפה פארן סאנזער רב, דער כותב זעהט אין דעם די קפידא פין ר' אייזיקל, אבער ער פירט נישט אויס מער פון דעם.

אין זכרון אלעזר הנדפס מחדש ווערט גיברענגט בשם רי"א אייכענשטיין מקיוויאשד, אז די סאנזער רב האט גאר גידארפט דרשנען יענעם שבת אין שוהל לטובת די ייט"ב, אבער די צד השני האבען געמסרט, און אינמיטען דאווענין איז מען אים געקומען און ארעסטירט, מיטן טענה אז היתכן א פרעמדער ראבינער קומט מאכען מחלוקות אין א צווייטער שטאט, די סאנזער רב האט אבער גיעענטפערט אז ער איז אויפן וועג קיין טריסקוואיץ אויסצוהיילען זיין קראנקער פיס [כידוע האט דער סאנזער רב גיהינקעט אויף א פיס, און ער האט זיי געצייגט זיין פיס], זי תשובה איז זיי גיפאלין אבער תיכף זונטאג האט ער געמוזט וויטער פארין פון דארט, ר' י"א אייכענשטיין זעהט אויך אין דעם די קפידא פון ר' אייזיקל.

פונקט פארוואס ר' אייזיקל האט פארבעטין די סאנזער רב צו פארבלייבען אויף שבת שרייבט קיינער נישט די טעם, סקען גאר זיין סתם אלס כיבוד ווכדומה, אבער אזויפיהל איז זיכער אז די משפחת הורשובסקי זיינען גיווען חסידי זידוטשוב, און סמעגליך אז ר' אייזיקל האט גיוואלט צוריקהאלטען דער סאנזער רב צו משפיע זיין אקעגן ר' אליהו.

די סיבה פארוואס די סאנזער רב האט זיך מטריח גיווען פאר זיין מחותן אזוי ווייט, ווייס איך נישט פונקט, אבער סקען זיין אז אזוי ארום האט ער גיקענט שטעלין זיין זוהן ר' ברוכל און גארליץ, [למעשה האט זיין ר' ברכול איבערגענומען לתקופה קצרה, אבער האט אפגיטרעטין עפ"י פקודת אבוי און עס איבער גיגעבין פאר ר' שמואל ט"ב אחי הייט"ב, און ר' ברוכל איז אריבער קיין רודניק].

למעשה האט מען גימאכט א פשרה און מהאט אויפגענומען ביידע, [ווי דער שואל ומשיב פירט אויס די תשובה].

טייל מקורות ווילען אנדייטען אז די סיבה פארוואס די ייט"ב האט פארלאזט דרוהביטש דריי יאהר דערויף, איז צוליב ווייל ער האט זיך נישט אויסגעקומען מיט די קהילה און אזוי אויך נישט מיט ר' אליהו, אבער די מסורות האט נישט האפט, ווייל און תשו' אבני צדק [פון ייט"ב] בחלק יו"ד סימן צ"ג, זעהט מען ווי ר' אליהו האט זיך גיוואנדען צום ייט"ב מיט שאלות [הגם די יט"ב איז גיווען יונגער] און די ייט"ב שרייבט אים צוריק, און פון די טיטלען זעהט מען אז סהאט גיהערשט שלום ושלוה צווישען די צוויי.
החיים והשלום וכל טוב לכבוד אהובי ידי"ע וידיד נפשי הרב --- זקן שקנה חכמה, ובינה יתירה נודעת לו, המפורסם מו"ה אלי' נ"י אבד"ק דראהביטש עוד יניב בשיבה


אזוי אויך זעהט מען אז די אנשי דרוהביטש האבין זיך נישט גיקענט גיזעגענין מיטן ייט"ב ווי מוועט שפעטיר זעהן און א מכתב וואס די ייט"ב שרייבט צו די קהילה און סיגוט און בתוה"ד כתוב לאמר.

כי מי זה האיש כאן אשר ירצה להתאמץ בזה הלא יותר נוח להם בהיותי פה

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג יולי 05, 2009 6:20 pm

זייער שיין
יש להעיר שזקינו של הייטב לב הג"ר יקותיאל זלמן לאנדא זקינו של הייטב לב ועל שמו נקרא, היה גם כן רב ואב"ד בק"ק דרוביטש

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » זונטאג יולי 05, 2009 6:32 pm

יהיה כן האט געשריבן:יש להעיר שזקינו של הייטב לב הג"ר יקותיאל זלמן לאנדא זקינו של הייטב לב


לדוקיא דמילתא בין איך מגיב אז ס'נישט גיווען זקינו ממש נאר די ייט"ב איז פון זיינע יו"ח, דהיינו פינף צו זעקס דורות.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג יולי 05, 2009 6:35 pm

אבער דער ייטב לב האט געהאט א ספעציעלע שייכות מיט אים כנודע העובדא שסיפר מרן מסאטמאר זי"ע על זקינו שהיש"מ שלח לבנו רא"נ שילך להתפלל על קברו, ונקרא על שמו, והלא דבר הוא

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » זונטאג יולי 05, 2009 7:31 pm

די מקור הדברים איז ר' יוקל ט"ב אבד"ק וואלאווא - גארליץ, ווי ער שרייבט און די הגהות צום כתב יד פינעם ישמח משה ווי ער רעכנט אויס זיין יחוס, און צו גרויס וואונדער דערמאנט ער צום סוף ר' יקותיאל זלמן אבד"ק דראהביטש, וואס האט נישט קיין שייכות מיט משפחת הרב ישמח משה.

שרייבט ר' יוקל, אז ער האט גיהערט פין זיין באבע הרבנית רוזא בלומא אשת ר' אלעזר ניסן ט"ב, אז די ערשטע פאר יאהר נאכען חתונה האט זיך ביי זיי נישט גיהאלטן קיין קינדער, אין א שיינע טאג קומט אהן א בריוו פון ישמח משה ווי ער שרייבט אז להיות זי האט גיהאט א גרויסער זיידע וואס ליגט דארט אין דראהביטש זאעל זי גיין צום קבר אין בעטין רחמים און צוזאגען אז אויב זי וועט גיבוירען א בן זכר וועט זי א נאמען געבין נאך אים, וכך הוה אז ווען זיי זענין גיהאלפין גיווארען האבען זיי א נאמען גיגעבין זלמן נאכן דראהביטשער רב.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מאנטאג יולי 06, 2009 3:10 am

הרב סעמיטשקע זייער שיין באשריבן, איך וויל נאר צולייגען אן הגה, איך וואלט בעסער געשפירט ווען איר שרייבט א ר' וואס ווערט געווענליך געניצט ווי א ראשי תיבות פאר רבי, פארן נאמען פונעם הייליגן ייטב לב, אדער קענט איר אנרופען ר' ייט"ב'ן מיטען נאמען פין זיין ספר וואס הייסט ייטב לב, אדער ייטב פנים, אפי' רב טוב, קענט איר אים רופען.

און יעצט לאמיר אריינווארפען וואס איך האב געהערט, קודם און א שמיעס פון דינוב'ער רב מיטען כ"ק אדמו"ר מהר"א האב איך געהערט איך געדענק נישט ווער פין די צוויי רבי'ס האבען עס געזאגט אפשר וועט מיללער וויסען פון די שמיעס, האב איך געהערט אז דער ר' ייטב האט געגעבן דאס רבנות פאר'ן ר' שם'ן.

אין איבער די איהעלע תנאים האב איך געהערט פינעם זעלבן רבי'ן ווי דיר עטליכע מאל און אגב אויך פון מיין טאטען זז"ג וואס האט געהערט די השתלשלות הדברים פונעם זעלבן מקור, א שבת אין שעראן ספרינגס, ביים דברי יואל, וואו רביה"ק האט פארציילט די השתלשלות הדברים, אז מען האט פארלאנגט עטליכע תנאים, איינס פין די איז טאקע געווען דאס לערנען מיט די בחורים, אבער דער ר' ייטב האט אראפ געהאנדעלט אויף 5, דער רבי דער דבר"י האט בין הדברים אויך ארויסגעברענגט חוץ די חלק פון די רדיפות, ווי שטארק עס איז געגאנגען פארן ר ייטב אין לעבן די ישיבה.

נאכאמאל, אנטשולדיגט מיר אבער דאס אנרופען א רבי וואס האט אידישירט גאנץ מארמארש געגנט ביים נאמען אן א ר', דאס נעמט אין מיינע אויגען אוועק זייער א גרויס חלק פון די שיינקייט וואס דער אשכול וואלט ווען געהאט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 06, 2009 8:10 am

ר' קאנא ברוך הבא, אויף אייך האבן מיר דא געווארט, איך זע אז עס נישט געווען אומזינסט, האלטס א מינוט אנטלויפט נישט פון דא אזוי שנעל, מיר קענען נוצן אייערע הערות אין דעם צוקונפט אויך.

ערשטנס, איך באגרייף נישט וואס אייך דריקט, אין יעדע מדינה און סביבה איז דא אנדערע אופנים ווי אזוי מען טיטולירט מענטשן, ידידנו ר' סעמיטשקא איז אויך מיט דעם נישט אנדערש און ער טיטולירט וויאזוי ער איז געוואוינט, איך האף אז איר פארשטייט.

איר האט דערמאנט אז איר האט געהערט פון איעער פאטער זז"ג, איר האט אבער נאר געברענגט גאר בקיצור ולבי אומר לי אז איר האט נאך סחורה אויפן צונג, טוט אונז אלע א טובה און צייגט דעם אשכול פאר אייער פאטער מיר קענען נוצן זיינע ידיעות, דאנקע שעהן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט