די שטעט וואו דער ייטב לב האט משמש געווען ברבנות

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

סשטייט אין מושיען אין איינע פון די חלקים
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

סעמיטשקע האט געשריבן:שרייבט ר' משה דוד לאפישער אין די הקדמה צו שו"ת אבני צדק [תשו' פון ייט"ב] אז דאס איז געשריבען גיווארען ווען די ייט"ב איז שוין גיווען רב אין סטראפקוב, דהיינו אז בשנת תקצ"ה [דאטום פון כתיבת המכתב] איז די ייט"ב שוין גיזעסין על כסא רבנות סטראפקוב זייענדיג אלט בס"ה 27 יאהר.

די כותבי הדורות [גרינוואלד וכו'] ווייסען אנצודייטען אז משנת תקצ"ג איז דער ייט"ב שוין גיזעסין אויף די רבנות אין סטראפקוב און אזוי האט ידידינו יהי כן ערווענט, אבער א קראנטע מקור אויף דעם לא ידוע לי.

ווי אזוי די שטאט סטרופקוב איז אנה לידו פינעם ייט"ב ווייס איך נישט אויך ווער עס איז דארט גיווען רב ביז דאן אדער אונטער וועמענס גלילות דאס האט געהערט ווייס איך אויך נישט, נאר אזוי פיהל איז, אז די שטאט געפינט זיך צווישען אויהעל אין סאנז, ויתכן אז די השפעה פון ישמח משה האט געפועלט, אדער די השפעה פון סאנזער רב וואס איז שוין דאן גיווען א מחותן מיטן ישמח משה [בשנת תק"ץ איז זיין זוהן די שינאווער רב גיווארען אן איידעם ביים ארי' דבי עילאי חתן הישמח משה, ווי עס ווערט טאקע דערמאנט אינעם מכתת הנ"ל], האט געפועלט, [ווי מוועט שפעטיר זעהן אז אין אנדערע שטעהט האט דער סאנזער רב אסאך ארויסגיהאלפען די ייט"ב].

דאס סטראפקובער רבנות האט אנגעהאלטען ביז צום פטירה פון זק' הרב ישמח משה, כ"ח תמוז שנת תר"א.

ווער עס קען מער פרטים אודות די רבנות "סטראפקוב" ודו"ק זאל נעמען דאס ווארט ביטע.

האב איך געזען שרייבן אז דער רב וואס איז געווען אין סטראפקוב בעפאר האט געהייסן ר' משה שאהנפעלד ער איז געווען רב דארט ביז תק"ף, ער איז דערנאך געווען אין ווראנוב און דארט אוועק תקפ"ו.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”