די שטעט וואו דער ייטב לב האט משמש געווען ברבנות

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

הרבנות בעיר סיגעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

badatz האט געשריבן:ב''ה

אודות הרבנות של ר' אלעזר ניסן בסיגעט ואח''כ בדרהוביטש ישנו אריכות בזה בספרו של ר' זלמן לייב גרינוואלד "אדמת קודש ".וישנו תשובה ארוכה בשו''ת
שואל ומשיב לגבי לקבל את בנו הייטב לב בדרהוביטש.והוא מעולם לא הי' רב במונקאטש .
ר' מנחם נחום צבי המכונה ר' נחום הערש מעולם לא שימש באדמורות רק ברבנות .
בכלל לא כל בנש''ק ולא כל רב הי' אדמור אפילו אם קיבל עשרה קוויטלעך בשנה .או הזכירו לפניו חולה ל''ע .זה לא לוקח ממנו את הצידקות .אך צריך לדעת
את המציאות .יש רבי ! יש רב ! ויש ראש ישיבה ! ולא צריך לעשות עירוב תבשילין !!!!!!!!

איך האב אמאל געזעהן דאכט זיך אין איינע פון די ספרים פון ר' זלמן לייב גרינוואלד, אז איינע פון די סיבות וואס ר' אלעזר ניסן האט פארלאזט סיגעט איז געווען, ווייל אין זיינע צייטען איז נאך סיגוט געווען זייער פויעריש אין פארגרעבט אין די מענטשען זענען דארט רוב צייט געגאנגען מיט נאקעטע פיס! (ווי מזעט נאך היינט אין געוויסע מדינות) אין זיין רעבעצין וואס איז געקומען לויט אים פון גאליציע האט דאס ממש נישט געקענט פארנעמען.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה

אודות הרבנות של ר' אלעזר ניסן בסיגעט ואח''כ בדרהוביטש ישנו אריכות בזה בספרו של ר' זלמן לייב גרינוואלד "אדמת קודש ".וישנו תשובה ארוכה בשו''ת
שואל ומשיב לגבי לקבל את בנו הייטב לב בדרהוביטש.והוא מעולם לא הי' רב במונקאטש .
ר' מנחם נחום צבי המכונה ר' נחום הערש מעולם לא שימש באדמורות רק ברבנות .
בכלל לא כל בנש''ק ולא כל רב הי' אדמור אפילו אם קיבל עשרה קוויטלעך בשנה .או הזכירו לפניו חולה ל''ע .זה לא לוקח ממנו את הצידקות .אך צריך לדעת
את המציאות .יש רבי ! יש רב ! ויש ראש ישיבה ! ולא צריך לעשות עירוב תבשילין !!!!!!!!

איך האב אמאל געזעהן דאכט זיך אין איינע פון די ספרים פון ר' זלמן לייב גרינוואלד, אז איינע פון די סיבות וואס ר' אלעזר ניסן האט פארלאזט סיגעט איז געווען, ווייל אין זיינע צייטען איז נאך סיגוט געווען זייער פויעריש אין פארגרעבט אין די מענטשען זענען דארט רוב צייט געגאנגען מיט נאקעטע פיס! (ווי מזעט נאך היינט אין געוויסע מדינות) אין זיין רעבעצין וואס איז געקומען לויט אים פון גאליציע האט דאס ממש נישט געקענט פארנעמען.

ב''ה
הישמח משה הביא את בנו ר' אלעזר ניסן לסיגוט ולא עלתה בידו .ואמר אז שרואה את ר' איציקל סטרעמטערער עם שולחנו בבי''ד של מעלה ומשתדל בעד זרעו . ואמר אז בני חוזר בן בני אינו חוזר.
זאת שמעתי מאאמו''ר ז''ל לפני הרבה שנים .
הרבנות של סיגוט פירושה שליטה על כל פלך מארמאראש . והיו צריכים לזה הסכמת קאסוב כשאדמורי בית קאסוב וויזניץ באו לסיגוט הלך הייטב -לב לשולחן כחסיד אע''פ שהיו לו בנים יותר מבוגרים מהצמח .
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

badatz האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה

אודות הרבנות של ר' אלעזר ניסן בסיגעט ואח''כ בדרהוביטש ישנו אריכות בזה בספרו של ר' זלמן לייב גרינוואלד "אדמת קודש ".וישנו תשובה ארוכה בשו''ת
שואל ומשיב לגבי לקבל את בנו הייטב לב בדרהוביטש.והוא מעולם לא הי' רב במונקאטש .
ר' מנחם נחום צבי המכונה ר' נחום הערש מעולם לא שימש באדמורות רק ברבנות .
בכלל לא כל בנש''ק ולא כל רב הי' אדמור אפילו אם קיבל עשרה קוויטלעך בשנה .או הזכירו לפניו חולה ל''ע .זה לא לוקח ממנו את הצידקות .אך צריך לדעת
את המציאות .יש רבי ! יש רב ! ויש ראש ישיבה ! ולא צריך לעשות עירוב תבשילין !!!!!!!!

איך האב אמאל געזעהן דאכט זיך אין איינע פון די ספרים פון ר' זלמן לייב גרינוואלד, אז איינע פון די סיבות וואס ר' אלעזר ניסן האט פארלאזט סיגעט איז געווען, ווייל אין זיינע צייטען איז נאך סיגוט געווען זייער פויעריש אין פארגרעבט אין די מענטשען זענען דארט רוב צייט געגאנגען מיט נאקעטע פיס! (ווי מזעט נאך היינט אין געוויסע מדינות) אין זיין רעבעצין וואס איז געקומען לויט אים פון גאליציע האט דאס ממש נישט געקענט פארנעמען.

ב''ה
הישמח משה הביא את בנו ר' אלעזר ניסן לסיגוט ולא עלתה בידו .ואמר אז שרואה את ר' איציקל סטרעמטערער עם שולחנו בבי''ד של מעלה ומשתדל בעד זרעו . ואמר אז בני חוזר בן בני אינו חוזר.
זאת שמעתי מאאמו''ר ז''ל לפני הרבה שנים .
הרבנות של סיגוט פירושה שליטה על כל פלך מארמאראש . והיו צריכים לזה הסכמת קאסוב כשאדמורי בית קאסוב וויזניץ באו לסיגוט הלך הייטב -לב לשולחן כחסיד אע''פ שהיו לו בנים יותר מבוגרים מהצמח .

ווייסעך אז דאס איז געווען דער עיקר טעם פון זיין פארלאזן די רבנות, כ'האב נאר געוואלט ציברענגען פאר אינטערסאנטקייט די אויבדערמאנטע מעשה'לע.
זאג א מקור אז דער ייט"ל איז געזיצן ביים צמח'ס טיש האסטע???
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
מאלופי ומיודעי הרה'ג ר' ישראל חיים מנשה שליט''א דומ''ץ [ראב''ד] סאטמאר ששמע מבעל דברי יואל .ויש לזה המשך אך זה מפה לאוזן .
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כ'האב גע'הערט פונעם סאטמאר'ן רבי שליט"א. מארומארוש איז בימים ההם געווען זייער פארגרעבט, די רביצין פונעם רבי אלעזר ניסן וועלכע איז געווען א גרויסע מלומדת זי איז געווען א טאכטער פונעם רבי אהרן חודרוב'ער זי"ע, זי האט זייער נישט געקענט פארליידן די פארגרעבטקייט, אזש די פרויען זענען געקומען צום דאווענען אין ווייבער שוהל אן די זאקען.
שפעטער האט אויסגעבראכן מחלוקה, די קאסוב'ער רבי'ס פלעגן אכט געבן אויף די אידישקייט אין מארמארוש, שטעלן שוחטים וכדו'. דער רבי רבי אלעזר ניסן האט גע'אסר'ט דעם שוחט אין קרעטשניף, א דערפל נעבן סיגעט. דער שוחט אבער האט גע'טענה'ט אז סאיז נישט זיין עסק, ס'געהער צום קאסוב'ער רבי'ן, פארשטייט זיך אז סאיז געווארן א פייער. הגם רוב רבנים האבן זיך געשטעלט צום צד פונעם רבי'ן ר' אלעזר ניסן וואס איז געווען רב אויך אויף די גלילות (ס'איז דא א בריוו פונעם מעגלי צדק ווי ער שטיצט שטארק דעם רבי אלעזר ניסן). אבער היות דער רבי ר' אלעזר ניסן האט סייווי נישט הנאה געהאט פון סיגוט און פונקט דאן איז נפטר געווארן רבי אלי' איבנוב'ער דער דרהוביטשער רב, און דרוהביטש האט זיך געוואנדן צו רבי אלעזר ניסן אנצונעמען די רבנות האט ער באשלאסן צו גיין קיין דרוביטש.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

בנוגע דאס וואס דער ייטב לב איז געווען ביים צמח צדיק, האב איך געהערט פונעם סאטמארן רבי'ן.
דער ייטב לב איז אמאל געפארן מנחם אבל זיין דעם צמח צדיק (ער איז דעמאלט געזעצן שבעה נאך זיין מאמע'ן) און דער צמח האט אים געזאגט אז ער איז נישט מקבל תנחומין נאר אויב ער וועט פארבלייבן אויף שב"ק, איז דער ייטב לב פארבליבן. (פון דא נעמט זיך דער טעות אז דער ייטב פלעגט פארן אויף שבתים צום צמח).
נאכדעם האב איז געהערט א מעשה, איינמאל ווען דער צמח איז געקומען קיין סיגוט, דאס איז געווען אין סאמען פונעם מחלוקה פון וויזשניץ סיגוט. דער ייטב לב האט געהאלטן משום דרכי שלום דארף ער גיין צום טיש דער קדיו"ט האט אבער מורא געהאט אז מ'וועט אים טשעפענען. צו סויף זענען זיי געגאנגען. אריינקומענדיג איז דארט געשטאנען ביים טיש א נגיד א וויזשניצער חסיד, סהאט אים זייער פארדראסן אז דער ייטב לב קומט אן מיט די גאנצע רבישקייט, ס'געווען א שטופעניש ארום מיט די ווייסע בעקיטשע, האט ער זיך אנגערופן גיי שוין אהיים מיט די שמיציגע בעקיטשע. דער קדיו"ט האט עס פארדראסן האט ער זיך אנגערופן צו אים, דו וועסט נאך אין דיינע אייגענע מלבישים נישט גיין, פארשטייט זיך אז מיט די צייט איז דער איד געווארן א יורד ביז ער איז ארומגעגאנגען אין די גאסן מיט צוריסענע קליידער, איז ער געקומען איבערבעטן דעם ייטב לב לב, האט אים דער ייטב לב געזאגט אז סהאט נישט מיט אים ער האט אים בכלל נישט געטשעפעט, ער דארף גיין איבערבעטן זיין זוהן דעם קדיו"ט, דער קדושת יו"ט אבער האט גע'טענה'ט אז האט זיך בלויז אנגענומען פארן טאטן'ס כבוד, אזוי איז דער אלעמאל געבליבן אן גארנישט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אלף בית האט געשריבן:נאכדעם האב איז געהערט א מעשה, איינמאל ווען דער צמח איז געקומען קיין סיגוט, דאס איז געווען אין סאמען פונעם מחלוקה פון וויזשניץ סיגוט. דער ייטב לב האט געהאלטן משום דרכי שלום דארף ער גיין צום טיש דער קדיו"ט האט אבער מורא געהאט אז מ'וועט אים טשעפענען.

צוויי שאלות די דאזיגע מיישעלע האסטי אויך געהערט פונעם רבין??
סצווייטע וואסערע ברענעדיגע מחלוקה איז געווען צווישען סיגוט וויזניץ ביים ייטב לב?
לויט ווי כווייס איז די מחלוקה ענדערש געווען שפעטער ווען דער קדושת יו"ט איז געווען רב איבער דעם ספרדישער שוחט
אין נאך שפעטער ביים עצי חיים איבער די רבי מאיר בעל הנס געלטער.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

די צווייטע מעשה האב איך אויך געהערט פונעם רבי'ן, (דער רבי האט מוסיף געווען אז פון די מעשה זעהט ער אז דער ייטב לב איז געגאנגען מיט א ווייסע בעקיטשע) סאיז אלעמאל געווען האמפערנישן צווישן וויזניץ און סיגעט בנוגע שטעלן שוחטים.
חוץ פון דעם האט נישט געשמעקט פאר די וויזשניצע אז סיגעט די הויפטשטאט פון מארמארוש וואס איז געווען א וויזשניצע באזע זאל דער רב נישט זיין קיין וויזשניצע חסיד.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

אלף בית האט געשריבן:די צווייטע מעשה האב איך אויך געהערט פונעם רבי'ן, (דער רבי האט מוסיף געווען אז פון די מעשה זעהט ער אז דער ייטב לב איז געגאנגען מיט א ווייסע בעקיטשע) סאיז אלעמאל געווען האמפערנישן צווישן וויזניץ און סיגעט בנוגע שטעלן שוחטים.
חוץ פון דעם האט נישט געשמעקט פאר די וויזשניצע אז סיגעט די הויפטשטאט פון מארמארוש וואס איז געווען א וויזשניצע באזע זאל דער רב נישט זיין קיין וויזשניצע חסיד.



ב''ה
פין דעם דיין - --ראב''ד --דקהילתנו האב איך גיהערט בשם בעל דברי-יואל -ויואל משה -אז דער פראבלעם איז געווען אז עהר איז געקומען מיט א געבלימטע בעקיטשע .אני הקטן עוד זוכר שחסיד לא בא לרבו לטיש רק מיט דיא זיידענע בעקיטשע .אין אזוי אויך ציא א חתונה .דער בעל אמרי אמת מגור לא הירשה לירד לפני התיבה עם געבלימטע בעקיטשע כי אמר שזה חלוק רק לאכילה ולא מלבוש דרך כבוד .בענגליש זה נקרא "ביב " בלע''ז
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

הייסט דעריבער האט דער חסיד עס גערופן שמיציגע בעקיטעשע
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

badatz האט געשריבן:ב''ה

אודות הרבנות של ר' אלעזר ניסן בסיגעט ואח''כ בדרהוביטש ישנו אריכות בזה בספרו של ר' זלמן לייב גרינוואלד "אדמת קודש ".וישנו תשובה ארוכה בשו''ת
שואל ומשיב לגבי לקבל את בנו הייטב לב בדרהוביטש.

דא האט איר א לינק צו די תשובה פון דעם שואל ומשיב תשובה י"ט, איבער די דראהביטש'ער רבנות.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

די שטעט וואו דער ייטב לב האט משמש געווען ברבנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

איידער מהייבט אהן צו שפרעכין איבער די פאסטענס פינעם ייטב לב וויל איך קלארשטעלין די מטרה אויף וואס די אשכול איז געווידמעט, און אזוי אויך די סדר הכתיבה.

תהלות ד' אזכיר אז ביים אשכול פינעם "הפלא"ה וחת"ס ביחס לחסידים וחסידות" האט זיך דער ציבור ניין און ניינציג פראצענט אהערגישטעלט לויט ווי סגיווען פאראויס געשריבען, און דערפאר בעט איך איידער איר זענט מגיב אויף דעם איצטיגען געביט, נעמטס די מיה און לייענטס דורך די קורצע הקדמה, ויהיו רצון שיצא מתחת ידינו דבר נאה ומתוקן.

די מטרה

להיות די ייטב לב האט משמש גיווען אין פינעף שטעט וואס דאס איז צוזאמען גישטעלט פון דריי תקופות

א' עוד בחיי זקינו הרב ישמח משה פון אויהעל
ב' ווען ער איז גיווען נע ונד אין כמה קהילות
ג' ווען ער איז נתעטר גיווארען גיווארען בנזר רבנות סיגעט און איבערגידרייט די שטאט סיגוט אלס מטרופולין ליהדות אין "מארומארוש", און אלס חומה בצורה פארן דת און "אונגארין".

דעריבער ארויסצוהאבען א קלארע בילד אודות קורות חייו, און פארשידענע געשעהנישען ארום די ייטב לב, איז כדי צו מברר זיין א בירור מקיף על סדר נכון, פון ווען די ייטב לב האט אנגעהויבען מיט די רבנות ביז צו זיין פטירה, און אזוי ארום האבען א קלארע בילד פון אלע "דעסטינעישאנס" [מקום מגורים בלע"ז] אויף א פונקטליכען סדר.

ובכן וויל איך באטאנען אז אלע סיפורים ארום די ייטב לב וואס האט נישט קיין שייכות זעלבסט מיט זיין פאסטענעס, וואס דאס אליין איז א כמות אדירה, פארשטייט זיך איז אין כאן מקומו כלל וכלל, דא וועט ארומגירעדט ווערין נאר אודות די רבנות'ער זעלבסט און אלע התרפקאות וואס סאיז אריבער אודות די אלע שטעלעס, ותו לא.

[דערנאך וועט מען נאכדעם פארשטיין פיהל סיפורים וענינים ארום די ייטב לב וואס האט נישט דייקא צוטוהן מיטן רבנות זעלבסט און אויך פארשידענע ענינים פון זיין יו"ח, מיט פיהל א גרעסערע בהירות, אבער ווי פריער גיזאגט דאס עט זיין א פועל יוצא, אבער די ענינים וואס מוועט דא ארומרעדין איז וועגין די רבנות זעלבס]

סדר הענינים

די ייט"ב האט משמש גיווען אין פינעף שטעט ברבנות

1 סראפקוב
2 אויהעל
3 גארליץ
4 דרוהביטש
5 סיגוט

מוועט אנהייבען מיטן רבנות אין סטראפקוב, און אזוי ווייטער, אבער איך בעט פון די חשובע מגיבים אז מזאל נישט מגיב אויף אנדערע שטעהט ווילאנג מענדיגט נישט מיט די וואס מ'איז עוסק, ולהיות אויף געוויסע שטעהט איז דא מערערע כמות און און אויף געוויסע שטעהט ווייניגער, וועט מען שוין אליין זעהן ווען מקען אנגיין ווייטער, ודי לחכימא.

דערווייל איז די פלאץ אפען אויף באגריסינגען, כבעט אויסצו-ווארטין א קורצע זמן.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מרן הייט"ל היה אב"ד סטראפקוב משנת תקצ"ג עד שנת תר"א (שנת פטירת זקינו היש"מ), ובסטראפקוב נולד לו בנו הקדושת יו"ט (בשנת תקצ"ו). לאחר שהלך מסטראפקוב (לאיהעל) מילא מקומו הה"ק ר'חיים יוסף גאטליב, שהיה אב"ד סטראפקוב עד תרכ"ד, ואז מילא מקומו מרן הגה"ק משינאווא זי"ע, עד שנת תרמ"א, ומקומו מילא הה"ק בעל שם שלמה ממונקאטש שהיה שם זמן קצר, עד שמילא מקומו הה"ק ר' משה יוסף ט"ב בן הייט"ל עד שנת תרנ"ח שמקומו מילא הה"ק רבי אברהם שלו' מסטראפקוב בנו של מרן משינאוווא עד שנת תרצ"א, מילא מקומו בנו הה"ק ר' מנחם מענדל זכר כולם לברכה וזכותם יגן עלינו
הארכתי בכל זה כי אולי יהיה מזה לתועלת לדעת סדר שנות תקופת סטראפקוב להמשך תולדות מרן הייט"ל.
ועתה רבי סמיטשיק נעמט צוריק דעם מייקראפאן
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

סטראפקוב

דער ייט"ב איז געבוירען לאביו ר' אלעזר ניסן בנו פין הרב ישמח משה מאויהעל, בשנת תקס"ח לפ"ק.

אין תהלה למשה שרייבט ר' יוקל ט"ב [הגם ר' משה דוד לאפישער איז דארט בא על החתום המעיין בתחילת הדברים וועט זעהן אז רוב הדברים יצאו מעטו של ר' יוקל ט"ב חתן הייט"ב], אז דעריבער באטיטעלט דער ייט"ב זיין פאטער ר' אלעזר ניסן "אבא מארי" נישט "אבא מורי", ווייל בהיותו ילד בן עשר שנים האט אים זיין פאטער געשיקט צום זיידען לערנען און אזוי ארום איז רוב חכמתו פון זיין זיידע הרב ישמח משה נישט פון זיין טאטע, דעריבער פאסט נישט דעם טיטול "מורי" נאר "מארי".

דהיינו בשנת תקע"ח איז דער ייטב שוין גיווען אין אויהעל ביים זיידען, [ווער עס ווייסט וועלכע יאהר דער ייט"ב האט חתונה גיהאט זאל ביטע מגיב זיין].

אויף די באקאנטע מכתב ווי דער ישמח משה שרייבט צו נכדו ר' שמואל ט"ב בשבח זיין ברודער די ייטב לב וז"ל:
בעזה"י, שיל"ת אור ליום ה' י"ג שבט, תקצ"ה לפ"ק


רב שלום וברכה לראש נכדי ב"ב [בן בני] הרבני החריף האברך כ"ש מו' שמואל נ"י לנצח.

אחרי דרך מבא ההשלום, אין חדשות בפי רק אודיע כי ת"ל אתנו החי' והשלום כה לחי, ונזכה תמיד לשמוע רק בשורות טובות זה מזה ומכל ישראל אכי"ר.

ראשית חכמה יראת ה' להתחזק במעוזך בתורה וביראה בהתמדה גדולה ביגיעה כאמרם ז"ל יגעת ומצאת תאמין, ושניהם כאחד טובים הא למגמר והא למסבר, ולקבוע עתים הא לגרס' והא לעיוני, ואל תבלבל מחשבתך בהבלי עולם רק בתורה וביראת ה' כל הימים, ומלאכתך יה' נעשית ע"י אחרים בעלי אמונה, ותדע באמת כי גרס' דינקות' הוא העיקר, ולע"ע [=ולעת עתה] אל תזוז מביתך עד שיבא אביך ה' הרב הגאון נ"י למכונו, ויהי' שם אי"ה עידן עידנים עד שיתוודע לנו היטב מהות ענין הרבנות הנ"ל [=דהיינו רבנות סיגעט ואין כאן מקום להאריך], אז נחקור איך יהי בקביעת אהלך אהל של של תורה אי"ה.

ודברתי עם חותנך הנגיד נ"י שבאם שיהי' באפשרי שתקבע אהלך כעת אצל אחיך הרב הגדול החריף ובקי ותמים במעשיו כו' הי' טוב מאוד מאוד, רק באופן ובתנאי שתשמע לקולו בכל אשר יאמר כי הוא זה ואל תט ימין ושמאל מדבריו, כי אז תצליח בעזה"י את דרכך ואז תשכיל, כי אחיך נ"י הוא איש נבון ומשכיל ומתון, וכל פינותיו לש"ש ומשתוקק מאוד מאוד לזכות לכל איש ישראל אשר יוכל לזכותו ומכ"ש לאחיו אשר כנפשו ובזה אצא ואומר שלום מא"ה [=מאת השם, ווער קען בעסער מפענח זיין זאל מגיב זיין ביטע].

ה' יזכני לראות בגדולתך יושב על כסא ישראל, ועיני רואות ולראות ממך בנים ובני בנים גדולי ישראל בתורה ובמצות כולם חיים וקיימים, ונזכה במהרה דידן לשמע קול מבשר לאמר להאסירים צאו.

דברי זקינך המעתיר בעדכם, הק' משה טייטל בוים

ושלום לזוגתך הצנועה תחי', זוגתי הרבנית אמא רבת' דידך דש"כ [דורש שלום כבודו] לטובה, נשים לקראת נשים נכדי טאבא ביילא ת' ובעלה החריף נ"י [דהיינו שינאווער רב, וואס איז דאן גיווען סמוך על שולחן זק' הרב ישמח משה, זייענדיג א איידעם ביים ארי' דבי עילאי וואס איז גיווען א איידעם ביים ישמח משה] ד"ש לטובה.


שרייבט ר' משה דוד לאפישער אין די הקדמה צו שו"ת אבני צדק [תשו' פון ייט"ב] אז דאס איז געשריבען גיווארען ווען די ייט"ב איז שוין גיווען רב אין סטראפקוב, דהיינו אז בשנת תקצ"ה [דאטום פון כתיבת המכתב] איז די ייט"ב שוין גיזעסין על כסא רבנות סטראפקוב זייענדיג אלט בס"ה 27 יאהר.

די כותבי הדורות [גרינוואלד וכו'] ווייסען אנצודייטען אז משנת תקצ"ג איז דער ייט"ב שוין גיזעסין אויף די רבנות אין סטראפקוב און אזוי האט ידידינו יהי כן ערווענט, אבער א קראנטע מקור אויף דעם לא ידוע לי.

ווי אזוי די שטאט סטרופקוב איז אנה לידו פינעם ייט"ב ווייס איך נישט אויך ווער עס איז דארט גיווען רב ביז דאן אדער אונטער וועמענס גלילות דאס האט געהערט ווייס איך אויך נישט, נאר אזוי פיהל איז, אז די שטאט געפינט זיך צווישען אויהעל אין סאנז, ויתכן אז די השפעה פון ישמח משה האט געפועלט, אדער די השפעה פון סאנזער רב וואס איז שוין דאן גיווען א מחותן מיטן ישמח משה [בשנת תק"ץ איז זיין זוהן די שינאווער רב גיווארען אן איידעם ביים ארי' דבי עילאי חתן הישמח משה, ווי עס ווערט טאקע דערמאנט אינעם מכתת הנ"ל], האט געפועלט, [ווי מוועט שפעטיר זעהן אז אין אנדערע שטעהט האט דער סאנזער רב אסאך ארויסגיהאלפען די ייט"ב].

דאס סטראפקובער רבנות האט אנגעהאלטען ביז צום פטירה פון זק' הרב ישמח משה, כ"ח תמוז שנת תר"א.

ווער עס קען מער פרטים אודות די רבנות "סטראפקוב" ודו"ק זאל נעמען דאס ווארט ביטע.
לעצט פארראכטן דורך סעמיטשקע אום זונטאג יוני 28, 2009 3:13 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

כנראה איז סטראפקוב גיווען אונטער סאנזער רב, ווייל ר' חיים יוסף גוטליב וואס האט איבער גענומען איז גיווען א חסיד סאנז.

דערנאך זעהט מען טאקע האט שינאווער רב איבערגענומען.

דערנאך די שם משלמה וואס איז גיווען א מחותן מיטן סאנזער רב [בנו ר' משה ליב איז גיווען אן איידעם ביים גארליצער].

דערנאך ר' משה יוסף ט"ב אה"נ ער איז גיווען בנו פינעם ייט"ב אבער אויך אן איידעם פון ר' דודל קשאנובער בנו פון סאנזער רב.

דערנאך ר' אברהם שלום ובנו ר' מענדל מיו"ח הרב משינאווא, [סנישט מסתבר אז יו"ח משינאווא האבען עס באקומען מכח ישמח משה ע"י ארי' דבי עילאי, ווייל מגעפונט נישט אז די נכדי סיגעט זאלען מערער זיין אויף די רבנות]
לעצט פארראכטן דורך סעמיטשקע אום זונטאג יוני 28, 2009 3:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

ר' ישראל בערגיר שרייבט, אין עשר צחצחות מערכת סאנז אות ט"ז, אז ר' משה מראזוואדוב חתן הייטב לב האט אמאהל געזאגט:

"ווען איך האב חתונה גיהאט צום טאכטער פון ייטב לב איז ער דאן גיווען רב אין גארליץ"

עד כאן הנוגע לענינינו.

דא איז דא א פליטת סופר, ווייל כידוע האט נאך ר' משה מראזוואדוב אריינגעכאפט כמה שבתים ביים ישמח משה, וואס דאן איז נאך די ייט"ב גיווען רב אין סטראפקוב, ודי בזה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

סעמיטשקע האט געשריבן:כ
דערנאך ר' אברהם שלום ובנו ר' מענדל מיו"ח הרב משינאווא, [סנישט מסתבר אז יו"ח משינאווא האבען עס באקומען מכח ישמח משה ע"י ארי' דבי עילאי, ווייל מגעפונט נישט אז די נכדי סיגעט זאלען מערער זיין אויף די רבנות]


טעות! הה"ק רא"ש מסטראפקוב לא היה נכדו של הישמח משה, כי הה"ק משינאווא הוליד מהרבנית בתו של הארי' דבי עלאי רק בן א' (הה"ק ר' נפתלי שנפטר על פני אביו) ואחר שנפטרה נשא את בת גיסו הרב מהאלשיץ (חתן הארי' דבי עילאי) ממנה הוליד את הה"ק ר' משה ובת אחת (אשת רבי נפתלי פרענקל), אחר פטירתה נשא את בת הה"ק מראזדל שמתה בלא בנים, ואח"ז נשא את בתו של הה"ק ר' צבי הירש אבד"ק לענשוב (גיסו של הה"ק שר שלום מבעלזא) והיא היתה אמו של הה"ק רא"ש מסטראפקאב (יש סיפור אודות אמו של הה"ק מסטראפקוב ונישואי' עם מרן משינאווא, וכדי שלא לצאת מן הענין לא אאריך בזה).
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

יהיה כן האט געשריבן:טעות! הה"ק רא"ש מסטראפקוב לא היה נכדו של הישמח משה, כי הה"ק משינאווא הוליד מהרבנית בתו של הארי' דבי עלאי רק בן א' (הה"ק ר' נפתלי שנפטר על פני אביו) ואחר שנפטרה נשא את בת גיסו הרב מהאלשיץ (חתן הארי' דבי עילאי) ממנה הוליד את הה"ק ר' משה ובת אחת (אשת רבי נפתלי פרענקל), אחר פטירתה נשא את בת הה"ק מראזדל שמתה בלא בנים, ואח"ז נשא את בתו של הה"ק ר' צבי הירש אבד"ק לענשוב (גיסו של הה"ק שר שלום מבעלזא) והיא היתה אמו של הה"ק רא"ש מסטראפקאב (יש סיפור אודות אמו של הה"ק מסטראפקוב ונישואי' עם מרן משינאווא, וכדי שלא לצאת מן הענין לא אאריך בזה).


כוותני הוא שלא יטעה הטועה לומר, שר' אברהם שלום ירש הרבנות מכח אביו הרב משינאווא, אשר הרב משינאווא קיבלו דרך הרב ישמח משה.

וזה מ"ש לאח"ז שלא ראינו שהיו נכדי סיגעט מערערים על הרבנות דשם, ועל כרחך שירש הרב משינאווא הרבנות מכח אביו מסאנז, ואח"כ יו"ח, רא"ש ור' מענדל [שהם "לא היו" מיו"ח הרב מאויהעל, רק נכדי סאנז], קצרתי והבן.
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

סעמיטשקע האט געשריבן:וזה מ"ש לאח"ז שלא ראינו שהיו נכדי סיגעט מערערים על הרבנות דשם, ועל כרחך שירש הרב משינאווא הרבנות מכח אביו מסאנז, ואח"כ יו"ח, רא"ש ור' מענדל [שהם "לא היו" מיו"ח הרב מאויהעל, רק נכדי סאנז], קצרתי והבן.


איך דערמאן זיך נישט אויפן מינוט גענוי וויאזוי [אויב בכלל אלס א 'ירושה'] דער שינאווער רב האט באקומען דאס סטראפקעווער רבנות, אבער זיין זון רבי אברהם שלום האט זיכער נישט איבערגענומען דאס רבנות אלס ירושה פון זיין פאטער, נאר ער האט דארט געווינען וואלן פאר'ן רבנות.

גראדע האב איך לעצטנס געליינט אין ר' פרץ לעפקאוויטש'נס ספר, אז דאס איז אויך געווען פארבינדען מיט זייער א אינטערסאנטע מעשה:

דער שינאווער רב אלס געוועזענער רב אין די שטאט האט פרובירט אויסצונוצן זיין השפעה אז די שטאטסלייט זאלן אויפנעמען זיין זון אלס רב, אבער די שטאטסלייט האט געהאט געלייגט אן אויג אויף אן אנדערן קאנדידאט וועלכער האט געשמ'ט אלס א גרויסער גאון אבער נישט קיין חסיד, הקיצור, וויבאלד "יעדער" האט דאך געוואוסט אז "יעדער" וויל סייווי דעם אנדערן, האט "יעדער" ביי זיך באשלאסן אז לכבודו פון זייער געוועזענעם רב וועט "ער" כאטש יא פאלגן און שטימען פאר זיין זון...

און כך הוה... רבי אברהם שלום איז "איינשטימיג" ערוויילט געווארן אלס סטראפקובער רב!
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

לדעתי הקלושה קען מען ווייטער ממשיך זיין צו די רבנות אין אויהעל.

פון יעצט ווער עס האט מגיב צוזיין ברבנות "סטראפקוב" זאל דאס ביטע מגיב זיין מיט א קעפיל אין "באלד" אנהויב די תגובה, ודי בזה למבין.

כזה:

סטראפקוב

... ... ... ... ... ...
... ... ... ... ... ...
לעצט פארראכטן דורך סעמיטשקע אום מאנטאג יוני 29, 2009 1:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

אויהעל

פאר די פטירה פון ישמח משה האט ער פארבעטין ביי די ראשי הק' אז זיי זאלען אויפנעמין אלס רב זיין זוהן ר' אלעזר ניסן ט"ב [דאן רב אין דרוהביטש], נאך זיין מאה ועשרים.
למעשה נאכן פטירה פינעם ישמח משה כ"ח תמוז תר"א לפ"ק, האט ר' אלעזר ניסן אפגעזאגט פון אננעמין דאס רבנות אין אויהעל, אנשטאט האט ער פארגעשלאגען זיין זוהן די ייט"ב, און אזוי ארום האבען זיי אויפגענומען די ייט"ב אלס רב.

אזוי ווערט ערווענט אינעם "כתב הרבנות" וואס די קהילה האט מגיש גיווען פארן ייט"ב:

הן צדיק כתמר יפרח נשא פרי בן נתן לנו כמוהו, תהי המשרה הזאת על שכמו, בהתאסף ראשי עדתנו, יחד יושבי עירנו, ותהי נחרצת מאתנו, לתת מקל רועה ב[י]די הרב הגאון המה"ג כקש"מ מ' אלעזר ניסן נ"י והוא ימלא תחת אביו הקדוש זצוק"ל, עקבותיהו בל תמחנה יהי הוא דורך מדריך רגליו, אכן נכזבה תוחלתנו, לא אוכל מלאות משאלותיכם המשרה היקרה עלי, אם יש את נפשכם הנדיבה יקרא שם בני עליהם, הנהו, והשיבהו לכסא הוראה, אות ניחומים ומופת ישע היו לנו דבריו הנעימים, חיש מהר כולנו פה אחד הסכמנו, כי כפלים לתושיה תאות לבו, זה כמה בחיים חיתו הודיענו רבנו הקדוש זצוק"ל (אלעזר בני יכהן תחתי) [די איינגערינגעלטע צום סוף איז פון ארגינעלע כתב].


אנדערש שרייבט ר' מענדיל פאנעט מדעעש [תלמיד הישמח משה, וואס ער איז דאן גיווען סמוך על שולחן חותנו אין אויהעל ר' ליבוש קרויס], אין א מכתב צו זיין ברודער, ווי ער שילדערט וואס איז פארגעקומען באחרית ימיו פון ישמח משה, בין הדברים שרייבט ער אז טרם הפט' האט דער ישמח משה פארבעטין אז מזאל אויפנעמין סטראפקובער רב דהיינו נכדו די ייט"ב, און טייל האבין נישט מסכים גיווען, וויטער שרייבט ער אז ביום הפטירה האבין טייל אירע אויפגענומען ר' אלעזר ניסן אלס רב שלא במוסכם אלע אנשי העיר.

הערשט נאך תשעה באב בשנת "בשר שלום על י"ד יקותיא"ל יהוד"ה" [תר"א] איז דער ייט"ב אנגעקומען קיין אויהעל מקבל זיין די רבנות בהסכמת כל בני העיר, און האט גע'דרש'נט די אנצוגס דרשה יענעם שבת נחמו.

ומעשה אבות סימן לבנים, אינטערסאנט איז אז ווען זיין זיידע דער ישמח משה איז אנגעקומען קיין אויהעל בשנת תקס"ח, האט ער אויך געדרשנט צום ערשטען מאהל בשבת נחמו.

קטעים ממכבת ר' מענדיל הנוגע לעניננו:
אז [=פאר די פט' פון יש"מ] קרא לבני קהלתו לקבל עליהם את נכדו הרב מסטראפקאף ולא היה במוסכם כולם
ובאותו היום [=ביים פט' פון יש"מ] נתקבל הרב דק' דראביטש, אבל לא היה במוסכם רק בהכרח, ואחר תשעה באב נתקבל במוסכם כולם להרב אבד"ק, הרב מסטראפקאף, אמנם יען וזה ל"ג שנים בשבת נחמו דרש רבינו הק' זצוק"ל הדרשה ראשונה פ"ק, וזה נכדו גם נתקבל בזמן הזה ודרש בחריפות ומגידות.


די סיבה פארוואס ס'איז גיווען התנגדות צום בקשה פון יש"מ אויפצונעמין נכדו הייט"ב, איז ווייל אין די שטאט אויהעל איז גיווען א שטארקע באוועגונג אקעגין חסידות, בשעתו פון יש"מ איז דער ראב"ד פינעם שטאט אויהעל ר' דוד הכהן פריעזענהויזען [כרעד נישט פון ר' ישראל זאב הלוי איש הורוויץ, וואס אלס מעשה שהיה האט אים דער יש"מ באטיטולט אלס ראב"ד, נאר כוונתי על ר' דוד הכהן הנ"ל וואס איז עמטליך גיווען די ראב"ד פון שטאט], וואס איז אנהויב גיווען א תומך גדול פארין יש"מ, ולימים איז ער נתהפך גיווארען אלס מנגד מופלא קעגין די יש"מ, אין זיין ספר מוסדות תבל [אגב האט דער ס' באקומען הסכמת הישמח משה], שרייבט ער "פקודי המחבר לבניו אחריו", ווי דארט שרייבט ער הארבע זאכען אקעגין איינע פון די ראשי החסידים אין מזעהט קלאר אז די ווערטער זיינען כלפי דער יש"מ.

דעריבער איז נישט פשוט גיווען אז אלע זאלען תיכף מסכים זיין אויפצונעמין די ייט"ב אלס רב.

און די "כתב הרבנות" וואס די ייט"ב האט באקומען פין די קהילה וואס איז ערשט אריין אין קראפט א' ראה תר"א [צוויי וואכען נאך די די איינצוגס דרשה] זעהט מען פארשידענע תנאים וואס די אנשי העיר האבין זיך אויסגענומען מיטן ייט"ב, אויסער די זאכען וואס זיי האבין זיך אויסגענומען מיט יעדע רב [ווי דאס גיהאלט אין פארשידענע אנדערע אנגעלעגענהייטען], וואס די אלע תנאים זענין דייקא געציהלט אנצוצוימען די חסידישע הנהגות.

מתוך "כתב הרבנות" הנוגע לענין:
ו) הפקד פקודה חדש חדשות כבסדר תפלתינו, בדברים שונים או הקהל אליו את העם אך ע"פ מנהיגם יוכל

ט) כבבית רבינו כחצר בית תפלתנו, סדר בלתי אשכנז לא יתפלל

1. הרב דארף בפני העמוד קיין מוסף דאווענען 2. אונטער קיינען פארוואנד קיין קמיע צו געבען הן בחנם והן במעות 3. ניעמאנדען קיין קוויטליך אויסצופאלגען 4. בתוך הדרשה קיינען ניכט מקלל צו זיין און מבזה צו זיין הן בכלל והן בפרט 5. ניכט לענגער צו דרשנן אלס איין אונד האלב שטונד.


א. "הקהל אליו את העם" – דהיינו התקבצות חסידים ווי פירען טיש וכדומה.

ב. "סדר בלתי אשכנז לא יתפלל – דהיינו נאר דאווענין נוסח אשכנז, לאפוקי נוסח ספרד וואס די חסידים האבען איינגעפירט עפ"י אר"י.

ג. "קיין מוסף דאווענין" – נישט יורד זיין לפני התיב צו תפילות מוסף.

ד. "קיין קמיע צו געבען" – נישט פארשפרעכין קיין קמיעות [נארישע מענשין, שטעלט אייך פאר כהיום איינער וואס שרייבט קמיעות וואס פועלט, וואלט מען געקומען מד' פינות העולם].

ה. "קיין קוויטלעך אויסצופאלגין" – נישט נעמין קיין קוויטלעך.

די לעצטע צוויי תנאים נישט מקלל זיין און נישט צו האלטען דרשות לענגיר ווי א שטונדע און א האלב, הגם סהאט נישט קעגין חסידות זעלבסט, מסתמא האט זיך עס גימאכט ביים יש"מ.

אינטערסאנט איז אז איין זאך האבין זיי דייקא פארגעשריבען כהנהנגת חסידים, דאס איז אז די עליה לתורה וואס גיהערט צום רב איז "שישי" [קען זיין די מנגדים האבין מסכים גיווען אזוי ארום איז זיי פארבליבען דעם "שלישי"...]

א נקודה וואס מדארף באטאנען איז, אז סרגיל בפי העולם [גם שמעתי זה מפי מהר"א] אז די אנשי העיר האבן נישט מסכים גיווען אז דער ייטב זאל אנפיהרען א ישיבה, וואס די מסורה איז בניגוד וואס עס שטייט מפורש אין די "כתב הרבנות":

א) יום יום נערי בני ישראל יבואו לשמוע תורה מפיו בלימודים
י) קיימנו עלינו לסעוד עשרה בחורי חמד (ארך) [מארץ] הגר, תורה יבקשו מפי מורנו


זונטאג נאך שבת נחמו האט זיך אנגעהויבען א געפעך, די אנשי העיר האבין געוואלט מבטל זיין די חסידישער מנין וואס דער ישמח משה האט איינגעפיהרט וואס איז גיווען קיים אין די חצר פון שוהל, דער ייט"ב האט זייער פארדראסען די ענין אין האט מחליט גיווען אפצולאזען צוליב דעם די גאנצע רבנות.
אבער די חסידים פון שטאט האבין מפציר גיווען אז אויב ער וועט פארלאזען די שטאט וועל די חסידים אונטערברעכין, אזוי אויך איז געקומען א באפעהל פון ר' הירשלי מרימנוב און פון סאנזער רב אז ער זאל נישט פארלאזען די שטאט, וכך הוה און ער איז נעתר לבקשתם און פארבליבען אין אויהעל.

והא לך מתוך מכתב ר' מענדל הנ"ל הנוגע לענין:
אמנם להיות כי רבים המתפרצים ורצו לבטל את המנין חסידים מהחצר ביהכנ"ס שלא יתפלל הרב עם החסידים רק בביהכ"נ, אז אמר הרב נ"י ביום א' שבאופן זה אינו רוצה בשום אופן להיות רב פ"ק לבטל את אשר יסד זקינו זצוק"ל, ואחרי שכל הקהילה גם החסידים הפצירו בו כי אם הוא לא יהיה רב כאן מי יבוא אחר המלך אשר צוה רבינו הק' זצוק"ל ליקח מפרי בטנו, ותהיה העיר כצאן בלי רועה וגם כתב לרימונאב [דהיינו ר' הירשלי, ווי דער ייט"ב איז גיווען רגיל דארטען], וגם הרב דסאנץ הפציר בו מטעם הנ"ל, אז קיבל עליו הרבנות, ומנין החסידים הוא בחצר השניה.
ועתה נסע הרב לביתו, והנה קול רעש מהפוחזים והמוסרים שמסרו לפני הקאמידט על ה' ועל משיחו, השי"ת יהיה בעזרינו ויתמו חטאים מן הארץ, ןכל האפיקורסים והמוסרים כרגע יאבדו, ויעשה עמנו ניסים לטובה וישלח לנו גואל צדק בב"א.


אין די כתב הרבנות ווערט אויסגענומען אז די רבנות איז אויף 6 יאהר.

למעשה איז דער ייט"ב אריבער אין די תקופה געציפטע צרות פון די מנגדים [בפרט ווייל ער האט זיך למעשה מתנהג בחסידות גיווען כאוות נפשו הטהור], און צוליב א מלשינות האט ער געמוזט פארלאזען די שטאט אויהעל [תהלה למשה], ווייל די מוסרים האבען אויסגעזאגט פאר די רעגירונג אז ער האט נישט די אונגארישער בירגערשאפט [מפי מהר"א, דער ייט"ב איז גיווען א גאליציאנער געבוירענער און האט גערעדט מיט א רי"ש] און אזוי ארום האט מען אים פארטריבען פון שטאט ערב ר"ה [דוד שן, בס' שוחרי השם בהרי הקארפטים].

וועלכער יאהר פונקט ער איז ארויס פון אויהעל איז אזוי:

בשנת תר"ה חתמ'עט זיך נאך דער ייט"ב "חופ"ק אויהעל" [תורת הקנאות מחברת שניה אין כאן מקום להאריך].

דורשי רשימות ווייסען אנצודייטען אויף ערב ר"ה תר"ז.

אויף דעם דאטום איז דא שטארקע סמוכין ווייל ווי געשריבען אויבען איז די גאינצע רבנות גיווען אויף ביז זעקס יאהר איז דעריבער האבען די מוסרים זיך ערלויבט און געטראפען די געלעגענהייט "מיט רעכט" אים צופארטרייבען, אבער למעשה ווען ממאכט די חשבון איז פון סוף שנת תר"א ביז ערב ר"ה תר"ז איז דא בס"ה פינעף יאהר, אפשר קען זיין די כוונה, אז ערב ר"ה איז נאך גיווען פון שנת תר"ז, און ר"ה איז דער נייער יאהר פון תר"ח [אבער דאס איז שוין א פשעטיל אין די כוונה פינעם חוקר והרוצה לחלוק על איך נישט זיין ברוגז, ווייל איך בין אויך נישט אזוי העפי מיט דעם].

אזויפיהל איז זיכער אז כ"ט סיון תר"ז איז דער ייט"ב נאך גיווען אין אויהעל, ווי עס ווערט אראפגעברענגט פינעם פנקס הקהילה אין אויהעל אז june 13 1847 האט דער ייט"ב געשריבען א מכתב פאר די קהילה [היות די מכתב איז אין אונגאריש שרייב איך לויט ווי א אונגערישער האט מיך מפענח גיווען] אין די תוכן הדברים איז אז ער שרייבט פאר די קהילהאז ער האט באקומען פון קופת הקהל וואס עס קומט אים, ומהיום והלאה האט ער נישט קיין טענות ומענות.

כהעל מעתיק זיין די מכתב כמות שהוא אויף אונגאריש אולי וועט איינער קענין מפענח זיין כראוי אזוי ארום וועט אפשר נתחדש ווערין עפעס:
Alabb irt ezennel bizonyitom, hogy mai alolirtt napon a hellybeli Eloljarosag a nekem illeto hetekenti fizetesement rabinusi szerzodesem meg szunesig ugy szinte a Jegyzo Konyv 501 ik szam alatti az egesz kozongsegtol risolvaltatott 500 pengo ftot keszpenzben lefizetven, ennek kovetkezteben matol fogva a kozonseg ellen semmi fele kigondolhato praetensiot nem formalhatok, Kolt S. a. Ujhely Junius 13-an 1847 Teitelbaum Salamon


ווען דער ייט"ב איז פארטריבען גיווארען פון אויהעל איז ער אריבער צו זיין פעטער דער ארי' דבי עילאי קיין בריגעל, וואס האט דארט געוויילט צוליב רדיפות אין זיין רבנות שטאט ווישניצא, ווען דער ייט"ב איז אהינגעקומען האט ער זיך אויסגירעדט זיין הארץ אויף אלעס וואס ער איז אריבער, ווען ער ענדיגט שילדערין זיין געשיכטע זעהט ער ווי זיין פעטיר גאר שמייכעלט, אויפען וואונדער פון ייטב לב האט אים זיין פעטער ערקלערט "ווען פרייט זיך איינער וואס איז בצער, ווען ער געפונט אן אח לצרה".

[אזוי ווערט געבריינגט אין "מפיהם ומפי כתבם" מערכת יש"מ אות מ"ד, בשם ר' שמואל אבערלענדיר ששמעו מפי הרב מסאטמיר, ווען דער סאטמיר רב האט פארענדיגט דעם סיפור האט ער געזאגט אז תמיד פלעגט די ייט"ב זיך בענקען נאך אויהעל, ווי ער האט גיהאלטין אז דאס אוועקגיין פון דארט האט געשטערט פון זיינע מדריגות, בפשטות צוליב וואס זיין זיידע האט דארט געוואונט ווי מגעפונט ביי אנדערע צדיקים די ענין, די יש"מ צום ר"ר שמעלקי אין שינאווא, סאנזער רב אין קאלוב ועוד הרבה]
לעצט פארראכטן דורך סעמיטשקע אום מאנטאג יוני 29, 2009 1:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד ידידינו הסעמיטשקא שיחי' דרב גובריה בתולדות וקורות הדורות ובפרט בשושלת איהעל-סיגוט, א שיינעם דאנק פארן מנהל זיין דאס ענין מיט א געניטע סדר, מיר האבן הנאה פון די ידיעות וואס קומען ארויס מביני עמודי דגירסא, ובחדא מחתא נברך ונהלל את חברו ורעו ר' יהי' כן על אדיבתו ומפעלותיו הכבירים.

איך וויל פשוט געבן דעם אפעטיט ווייטער צו גיין, וועל איך אנהייבן די תקופת איהעל נאר אויף צו שטעלן די פלאטפארמע פאר די וואס ווייסען בעסער פון מיר.

אין איהעל האט דער ייטב לב געליטען רידפות אזש אז ער האט געברויכט אנטלויפען אינמיטען די נאכט, אויסער דעם וואס די בני העיר האבן ארויפגעשטעלט שווערער תנאים ביים מקבל זיין די רבנות, ברבות הימים האט בנו ר' משה יוסף משמש געווען ברבנות איהעל ולאחריו בנו ר' ברכי' וחתנו ר' דוד דוב מייזליש הבנין דוד, שעליהם ועל רבנות איהעל וחלוקות הקהילות האבן מיר שוין מאריך געווען אינעם אשכול לתולדות ר' משה יוסף מאיהעל.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

"יתוש קדמך"
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

סעמיטשקע, מיר ליינען מיט נייגער.

איך האב געהערט אמאל פון ר' משה פאלקאוויטש'ן אז דעם ייטב לב האט דאס מערסטע וויי געטאן דאס וואס אויפן וועג אנטלויפענדיג האט ער פארלוירן גאר אסאך פון כתבי הישמח משה, ער האט דערציילט נאך און נאך איבער איהעל בכלל און דאס רבנות בפרט וחבל וואס איך האב נישט געהאט דעם קאפ איז צו פארצייכענען דאן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

להיות איך בין נישט פין די "גאר היימישע" ווי מרופט דאס אין סאטמיר,

זייט מוחל אין שרייבט ווער דער פאלקאוויטש איז,

ווי וואונט ער?
און צו ער לעבט היינט?
און פון וואנט שטאמט ער צי פון איהעל אדער אנדערש?
און ביי וועם האט ער גיהערט די עובדות?

דיין באמערקונג איז זייער וויכטיג ווען סוועט קומען די רייע אויף די שטאט "גארליץ", מיט אביסל געדולד.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”