ההפלאה ותלמידו החתם סופר ביחס לחסידות וחסידים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » פרייטאג יוני 12, 2009 9:08 am

מיללער האט געשריבן:די איינציגסטע זאך וואס איך דערמאן זיך היצט בנוגע דעם הפלא"ה און חסידות, איך האב אמאל געהערט (איך בין כמעט זיכער אז איך האב עס געהערט מפי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א) אז דער סיבה וואס דער הפלא"ה האט מסתיר געווען זיין חסידות איז געווען ווייל די בעה"ב אין פראנקפורט זענען דאך געווען מתנגדים און ער האט נישט געוואלט פירען קיין קריג מיט זיי.

ולפי"ז איז מסתבר אז דער הפלא"ה זעלבסט האט משמיט געווען דעם שם המגיד פון זיין חיבור, אפי' לו יציור אז ער איז געווען א תלמיד, איך שרייב נאר השערה בעלמא.


דאס געט צו אז די מעשה המבואר בשבחי הבעשט דלעיל האט נישט קיין זין ווייל ווי די שרייבסט און סטאקע אזוי גיווען און רוב אשכנזישע [אויבערלאנד וכו'] קהילות איז חסידות קיינמאהל אנגעקומען און סהאט ליידיר גיהאט אן עפעקט, די אידיש קייט איז גיווען היפש אפגישוואכט און די געגינטער [אויסער די וואס האבין גיהאט פעסטע רבנים תלמידי חת"ס וכו'].

די ריכטיקער סיבה וואס די פ"פ קהילה האט גערודפט די הפלא"ה איז טאקע צוליב זיין חסידות אבער נישט חסידות מתורת הבעשט נאר חסידות דהיינו זיין פרישות און שארפקייט [כידוע די סיפור מיט חתונה אכ"מ], ווי דער בריסקע רב האט זיך אויסגידריקט "איר מיינט אז ביז דער בע"ש איז אנגעקומען האט די גן עד געפוסטעוועט" ודפח"ח, סמוז גארנישט זיין אז זיי האבין געוואוסט פון חסידות צוזאגען זיי זענען פשוט געווען גאר שוואך און אסאך ענינים, און האבין נישט גיקענט סובל זיין זיין פרישות.

ייש"כ פאר מגיב זיין סגיווען א בחינה פון חלישת הדעת צוליב מדשתקי רבנן, גם אתם פארשלאפען.

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » פרייטאג יוני 12, 2009 9:23 am

מכאן ואילך נחזור צום קעפיל פינעם אשכול בנוגע יחס החת"ס צו חסידים [כבעט ווי פריער נישט צו דערמאנען די קשר צום ישמח משה דאס פארדינט א עקסטערע אשכול].

כהעל פותח זיין מיטן צוברענגין, וואס ר' יוסף נפתלי שטערין שרייבט אין זיינע הגהות צום "קרית סופרים" [געשריבען דורך זיין שווער ר' שלמה אלכסנדרי סופר זוהן פון קראקאווער רב ר' שמעון, געדרוקט אנהויב דרשות חת"ס, ר' יוסף נפתלי האט מסדר גיווען אלע כתבי חתם סופר]

"ר' שלמה זלמן עהרנרייך פון שאמלוי, שרייבט משמו פון זיין זיידע די קול ארי' אז ר' חיים יוסף אב"ד סטראפקוב מח"ס טיב גיטין וקידושין, [א תלמיד פון חת"ס, וואס האט שפעטיר משמש גיווען גרויסע רביס ובתוכם ר' מענדלי מרימנוב, און די ראפשיצער רב], אז די אלע מדרגות וואס ער האט גיזעהן ביי זיי האט ער אויך גיזעהן בי זיין רבין די חת"ס.

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » פרייטאג יוני 12, 2009 10:10 am

כיהודה ועוד לקרא. מיר האבן געליינט און הנאה געהאט פון דעם גאנצן שמועס דא. וייש"כ לסעמיטשקע.

הרבה הרבה יש להוסיף ולהעיר עליו, אך אין לי הפנאי. איך וויל נאר בקיצור צולייגן אייניגע נקודות.

1] עס איז פאראן א קונטרס'ל וועלכע איז ארויס געקומען צום 100'סטן יאצ"ט פונעם חת"ס, (דענק איך נישט דעם נאמען פונעם קונטרס'ל), וואס דארט איז פאראן זייער אסאך סיפורים מקוריים איש מפי איש פונעם חת"ס, פון גדולי אונגארין בימים ההם וועלכע האבן זיך פארצייכנט וואס זיי האבן געהאט מקובל איש מבית אבותיו ורבותיו.

פון צווישן אנדערע איז פאראן דארט א מעשה (איך שרייב מזכרוני דעריבער איז דאס נישט פונקטליך) אז א תלמיד פון חת"ס האט חתונה געהאט קיין גאליציע, און איז מיט די צייט נתקרב געווארן לחסידות ביז ער איז געווארן מתלמידי החוזה מלובלין זי"ע. יארן זענען דורך און דער חת"ס האט פון דעם תלמיד נישט געהערט, אבער ער האט געהאט חלישות הדעת דערפון. איינמאל האט דעם תלמיד אנגעכאפט א מורא'דיגע תשוקה צו זיין רבי'ן צום חת"ס, האט ער זיך אויפגעהויבן און געפארן קיין פרעשבורג. אנקומענדיג האט דער חת"ס געהאלטן אינמיטן פארלערנען, און אזוי ווי דער תלמיד איז אריינגעקומען האט דער חת"ס (תופס געווען עפעס א תערומות'דיגע מחשבה'לע מיט וואס דער תלמיד האט זיך ארומגעטראגן בשייכות צום חת"ס לחסידות, איך דענק נישט וואס, און האט) זיך אראפגעלייגט דעם קאפ בין ברכיו אויף א שטיק צייט. דערויף האט ער זיך אויפגעהויבן און געזאגט:

(ער האט עפעס מקדים געווען זיין רעיון מיט א משל, און דער שפיץ דערפון איז געווען) אז ס'פאראן פארשידענע דרכים אנצוקומען צום מלך, און מיר ניצן דעם אור אלטן אויסגעטראטענעם דרך המלך פון תורה, מיר האקן דורך אלע וועלדער דורך תורה. (אין דעם משל האט ער מסביר געווען דעם דרך החסידות מיט וועלכן דרך די חסידים קומען אן צום מלך).

2] דאכט זיך אז אין בית רבי פארקויפן די חבד'סקע, אז דער גרויסער מגיד זעלבסט האט ארויסגעשיקט זיינע תלמידים איבער די מדינות מפיץ צו זיין תורת החסידות. לויט זיי האט דער מגיד געשיקט דעם רבי'ן ר' אלימלך קיין גאליציע, דארט מפיץ זיין חסידות; דעם רבי'ן ר' שמעלקע קיין מדינת מעהרין; דעם הפלא"ה קיין דייטשלאנד און דעם אלטן רבי'ן פארשטייט זיך קיין רייסין וליטא.

3] אינטערסאנט צו נאטירן, אז עס איז לעצטענס געדרוקט געווארן א פונקטליכע העתקה פון א קאסעטע, ווי דער סאטמאר רב זצ"ל דערציילט פונקטליך די באקאנטע עובדא פונעם בריוו וואס דער חת"ס האט געשיקט צום יש"מ, ווי אויך די גילוי צורתו הק' יוה"ק ביינאכט.

(איך דענק אז איך האב אמאל געהערט די מעשה אויך פון ר' יודל רז"ב ע"ה (נכד החת"ס), און ביים ענדיגן האט ער מוסיף געווען, אז כידוע די מדרגה פון זיך מגלה זיין בהקיץ צו א צווייטן צדיק איז גערעסער ווי גילוי אליהו, און צו די מדריגה פון גילוי צדיקים האבן נאר זוכה געווען תלמידי בע"ש, איז א ראי' - האט ר' יודל אויסגעפירט - אז דער חת"ס איז געווען פון די תלמידי בעש"ש...)

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » פרייטאג יוני 12, 2009 10:20 am

יישר כח פאר אלע פאר די שיינע עניינים.

איך וויל נאר מעיר זיין מיין קליינע מיינונג.
איך זעה נישט קיין שום צוזאמענהאנג פון דעם אז דער חת"ס האט געהאט מדרגות ווי חסיד'ישע רביים, צו דעם אז ער האט געהאט שייכות צו חסידות. איז דען אויסגעשלאסן אנצוקומען צו אט די מדרגות אן חסידות. [אוודאי איז עס פיל שווערער, ווי צדיקים האבן אונז געלערנט אז דורך חסידות קען מען אנקומען גרינגער און שנעלער, אבער ס'איז נישט אויסגעשלאסן פאר נישט-חסידים].

און לגבי אלע ראיות וואס סעמיטשקע ברענגט, אז דער הפלאה איז נישט געווען קיין תלמוד פונעם מגיד.
ווי מיר ליגט אין זכרון, פארציילט די חסיד'ישע אגדה, אז דער הפלאה האט נישט געוויילט צו לאנג ביים מגיד, נאר האט דארט מקבל געווען דעם דרך החסידות, און דערנאך געגאנגען אויף זיין אייגנארטיגע מהלך. על כן איז מעגליך פאר דעם רופט ער אים נישט רבי, ווייל ער איז נישט געווען רבו שלמדו תורה. נאר א דרך אין עבודה. [אנדערש ווי די הונדערטער תלמידי המגיד וועלכע זענען געזעסן ביי אים א לאנגע צייט, און מקבל געווען דברי תורה, און הנהגה אין פיל הינזיכטן. והבן.]

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » פרייטאג יוני 12, 2009 11:29 am

מחמת שב"ק הממשמש ובא בין איך מגיב בקצרה:

די קונטרס איז "זכרון למשה" וואס דער עורך ר' יוסף הכהן שווארץ מגרוו"ד, האט ארויסגיגעבין לקראת די הונדערטסטע יארצייט, ער האט ארויסגישיקט בריווען צו אלע גדולי הדור ההוא בעיקר תלמוד תלמידי חת"ס, זאלען אים שרייבין עובדות וענינם וכו' לתולדות החתם סופר, סאיז ארויס דאכציך אין סאטמאר תרצ"ט, טאקע אנגעפילט מיט שיחות און עובדות יקרות ערשט האנטיק, סאיז א זעלטינער חיבור יחיד במינו מיט א טעם זקינים, מכון קול ארי' האט עס איבער גידריקט שנת תש"נ לקראת די ק"ן יומא דהילולא מיט א הערליכע מפתחות שמות הנזכרים.

די ספר איז דא אויף אוצר החכמה [אולי אויך אויף היברו בוקס, לא חפשתי], איך בעט די מומחים וואס ווייסען ווי אזוי אריינצושטעלין לינקס, זאלן עס ביטע אהער שטעלין, און וועלין זיין בגדר מזכי את הרבים.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 12, 2009 11:56 am

לכבודו פון הרב סעמיטשקא, עטליכע ספרים וואס זענען עוסק בתולדות מרן החתם סופר זצ"ל

מנהגי החתם סופר לר' יהושי לייב שילל אב"ד פעזונג - פרשוברג תר"ץ

תולדות החתם סופר לר' אברהם פייגעלשטאק חתן נכדו - ניו יארק תשי"ג

חוט המשולש לר' שלמה סופר מבערעגסאז בן הכת"ס - מונקאטש תרנ"ד

דעם 'זכרון למשה' האב איך דערווייל נישט געפונען.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 12, 2009 1:27 pm

קיין גרויסער חקרן און היסטאריקער בין איך ליידער נישט, בלייבט מיר נאר איבער צו באדאנקן סעמיטשע פאר די אינהאלטסרייכע באשרייבונגען וואס ווערט געליינט דורך מיר און צענדליגער אנדערע מיט גרויס דורשט.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג יוני 12, 2009 1:40 pm

הרב סעמיטשקע
אט האט איר אן עדות פון הה"ק רבי יצחק מייזליש א ברודער מיט הה"ק רבי עוזיאל מייזליש מתלמידי הה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע ועמיתו וריעו הטוב של מרנא ורבנא הה"ק הרבי ר' אלימלך זי"ע וואס ער שרייבט אין די הקדמה פון דעם ספר תפארת הצבי אויף מסכת ביצה וזל"ק
חיבור נפלא הפלא ופלא עמ"ס ביצה אשר חיבר הנשר הגדול הרב המאור הגאון הגדול המקובל האמיתי החסיד והעניו איש אלקים ייאמר לו שלשלת היוחסין ציץ זהב נזר הקודש וכו' ... כאשר העידו והגידו עליו גאוני זמנינו מאורי עינינו וחסידי דורינו בהייתי בצוותא חדא עם האחים הגאונים הגדולים החסידים המפורסמים מקובלים האמיתיים פארי דורינו ימחמדי תפארתינו נשיאי הלויים והר"ר שמואל שמעלקא האב"ד ור"ם דק"ק ניקלשפורג ואחיו מוהר"ר פנחס האב"ד ור"מ דק"ק פראנקפורט דמיין ובמעמד האחים המאורות הגדולים חסידים מפורסמים אשר מימיהם אנו שותים קדושי ישראל ומלכיהם כל רז לא אניס לפניהם נ"י עמודי העולם מהור"ר משולם זוסמאן ואחיו מהור"ר אלימלך זללה"ה מק"ק ליזענסק והיה באותו מעמד שארי גדולי וגאוני הדור וחסידי עולם וקדושי עליון בצוותא חדא ובזמן אחד היו כולם אצל רבן של כל בני הגולה אב החכמה הגאון המקובל הקדוש החסיד והטהור אור שבעת הימים המאיר לארץ ולדרים והעמיד תלמידים הרבה כבד קדושת שם תפארתו מוהר"ר דוב בעריש זללה"ה מק"ק מעזריטש שהיה נקרא רבי בער ראווער, והעידו כולם וכו', עכל"ק
אט האט איר מפורש יוצא אז דער הפלאה איז יא געווען ביים הייליגן מגיד צוזאמען מיט הה"ק הרבי ר' אלימלך והה"ק ר' זושא, און ווער עס וויל זאגן אנדערשט, איז אזוי ווי דו האסט אליין געשריבן א משל דעם בני יששכר אז ער איז קיין חסיד נישט געווען.....

דא האסטו נאכאיינס
אט האבעך געפינען א בריוו פון דעם הפלאה ווי ער דרוקט זיך אויס אויף הה"ק רבי אברהם מקאליסק זי"ע
'וכאשר יעיד עליהם רעי וחביבי הרב המאור הגדול החסיד המפורסם כמוהר"ר אברהם הכהן מטבריא תוב"ב במכתב פרט לי לשמי על כל הדבר
(געדרוקט אין יסוד המעלה, סורסקי ח"ב עמ' קע"ו), ווי איז ער געווארן אזא גוטער חבר פאר עם אויב נישט ביים מגיד זי"ע (אדער ביי זיינע תלמידים)

די הערות וואס סעמיטשקע האט אויפן בעל התניא'ס בריוו צום הפלאה אין בית רבי, דער מו"ל אין די הגהות איז דאס שוין מיישב דארט בדברים של טעם עיי"ש ופוק חזי הפולמוס בין הר"ר דוד קאמינעצקי, והר"ר יושע מונדשיין בקובצי ישורון האחרונים, בענין נכונות הספר 'בית רבי'.

די ראיה פון אגרת הקודש פון הה"ק ר' זכריה מענדל, זה ראיה של סרק, ביזטו דען גוט מיט אלע דיינע פעטער'ס?, מיט הה"ק רבי שמעלקא האט ער געהאט שייכות, צי ער האט גאר מקבל געווען פון אים, ווידער אום מיטן הפלאה מיז נישט זיין אז ער האט געהאט שייכות מיט אים דאן, ממילא דערמאנט ער עם נישט.

דאס פאלגנדע קען מען זיך דינגען וויבאלד עס שטאמט לכאורה פון די חרסונע גניזה:
אין די ליובאוויטשע התמים איז געדריקט א כתב פון תלמידי המגיד ווען דער מגיד איז נישט געזונט געווען, ווי זיי שיקן א פ"נ צום ציון פון בעש"ט הק' דארט זענען אויך אינטערגעשריבן דער ר"ר שמעלקא און זיין ברודער דער הפלאה.

דאס וואס דו שרייבט וועגן די קעגנערשאפט פון די פראנקפורטער קהלה צום הפלאה, דאס האט נאך א סיבה צוליב הה"ק רבי נתן אדלער זי"ע וואס איז אויסגעשטאנען גרויסע רדיפות מצד די פראנקפורטער קהלה, און דער הפלאה איז געשטאנען לצידו, און כידוע מיט אסאך ענינים איז דער דרך פון הה"ק רנ"א געווען דומה צום דרך החסידות.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 12, 2009 3:30 pm

אלס קינד האב איך געליינט א מעשה אז ווען ר"ר שמעלקא און זיין ברודער דער הפלאה זענען געקומען צום מגיד פרעגן וויאזוי מען קען זיין א מברך על הרעה מעין על הטובה, האט ער זיי געשיקט צו ר"ר זושא. האט די מעשה א מקור?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג יוני 12, 2009 3:31 pm

סעמיטשקע האט געשריבן:ייש"כ פאר מגיב זיין סגיווען א בחינה פון חלישת הדעת צוליב מדשתקי רבנן, גם אתם פארשלאפען.

הרב סעמיטשקע,
איך וויל איייך אויך שטארק באדאנקען פאר אייער אונהאלטסרייכע תגבות.
עס איז ממש א מחי' צי ליינען און קריגען פרישע ידעות,
און איך ערלויב מיך צי זאגען בשם א גרויסער עולם דא,
אז מיר ווארטען מיט דורשט פאר א יעדע נייע תגובה פון אייער רייכע פען
the SCY is the limit

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג יוני 12, 2009 4:00 pm

יהיה כן האט געשריבן:דאס פאלגנדע קען מען זיך דינגען וויבאלד עס שטאמט לכאורה פון די חרסונע גניזה:
אין די ליובאוויטשע התמים איז געדריקט א כתב פון תלמידי המגיד ווען דער מגיד איז נישט געזונט געווען, ווי זיי שיקן א פ"נ צום ציון פון בעש"ט הק' דארט זענען אויך אינטערגעשריבן דער ר"ר שמעלקא און זיין ברודער דער הפלאה.

איצטער געפינען דעם כתב אין ספר 'אגרות בעל התניא', און צום סוף הספר טענ'ט דער מו"ל ר' דוד צבי הילמאן ער ברענגט צו א הסכמה פונעם הפלאה צום ספר תוצאות חיים דאטירט 'ט"ו חשון תקל"ב בראדי', און דער אויבנדערמאנטער כתב איז דער דאטום לכאורה י"ב חשון אין האניפאלי, לויטן מרחק פון האניפולי ביז בראד (איבער 100 ק"מ) ווי אזוי איז דער הפלאה 'געפלויגן' פון האניפאלי ביז בראד אין צוויי דריי טאג??
אבער דאס וואס כהאב געברענגט פון די הקדמה צום ספר תפארת הצבי, בנוגע דעם הפלאה ביים הייליגן מגיד צוזאמען מיט די איבריגע תלמידי הבעש"ט, איז א ראיה שאין עליה תשובה לענ"ד.

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג יוני 12, 2009 6:35 pm

סעמיטשקע האט געשריבן:
אין אגרת הקדש געדריקט הונטערין נועם אלימלך איז פארהאנען א בריוו ווי א חסיד בשם ר' זכריה מענדיל שרייבט א בריוו צו זיין פעטיר זיך צופארענטפירען אויף זיין הנהגת החסידית, איינער פון די זאכען וואס זיין פעטיר האלט אים פאר היתכן משנה זיין מדרכי אבותיו, שרייבט ר' זכריה מענדיל צוריק, ער ווייסט נישט פון וועלכע אבותיו ער רעדט ווייל ער איז נתגדל גיווארען בבית דודו ר' שמעלקא מניקלשבורג, וואס כידוע האט ער זיךאויך אזוי מתנהג גיווען, לכאורה אויב דודו איז גיווען ר' שמעלקא איז דער הפלא"ה אויך גיווען דודו און אויב ער דערמאנט דודו ר' שמעלקא ואס האט זיך נוהג גיווען עפ"י חסידות זאל ער שוין אריינווארפען איינוועגס דודו הפלא"ה לו יהא ער איז אויך גיווען תלמיד מובהק צום מגיד.
ואם ירצה העיקש להתעקש אז ר' שמעלקא איז גיווען א שוואגער צו איינע פון זיינע עלטערין און דעריבער איז נישט קיין שייכות דער הפלא"ה, אבער המעיין אין די בריוו ווייטער וועט זעהן ווי ר' זכריה שרייבט אז מיט רעכט איז ער בוחר אין דרך דודו ר' שמעלקא היות "רוב בנים הולכין אחר אחי האם" און אויב ר' שמעלקא איז גיווען מאחי האם איז הפלאה אויך גיווען.
.

במחילת כבודו איז דאס א פילפול של הבל, עס האט נישט קיין שום פשט, אויב איז ער געווארן אויפגעצויגן ביי רבי ר' שמעלקא דעמאלס מיז ער שרייבן אז ער איז אויך אויפגעצויגן געווארן ביי דער הפלא"ה? קשיא אויף א מעשה, ביי ר"ר שמעלקא איז ער יא געווארן אויפגעצויגן און וועגן דעם דערמאנט ער אז ער האט מקבל געווען זיינע מנהגים פון אים, און ביי דער הפלא"ה איז ער נישט געווארן אויפגעצויגן וועגן דעם דערמאנט ער נישט וואס ער האט מקבל געווען פון אים,
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מוצ"ש יוני 13, 2009 3:02 pm

יהיה כן האט געשריבן:אט האט איר אן עדות פון הה"ק רבי יצחק מייזליש א ברודער מיט הה"ק רבי עוזיאל מייזליש מתלמידי הה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע ועמיתו וריעו הטוב של מרנא ורבנא הה"ק הרבי ר' אלימלך זי"ע וואס ער שרייבט אין די הקדמה פון דעם ספר תפארת הצבי אויף מסכת ביצה וזל"ק
חיבור נפלא הפלא ופלא עמ"ס ביצה אשר חיבר הנשר הגדול הרב המאור הגאון הגדול המקובל האמיתי החסיד והעניו איש אלקים ייאמר לו שלשלת היוחסין ציץ זהב נזר הקודש וכו' ... כאשר העידו והגידו עליו גאוני זמנינו מאורי עינינו וחסידי דורינו בהייתי בצוותא חדא עם האחים הגאונים הגדולים החסידים המפורסמים מקובלים האמיתיים פארי דורינו ימחמדי תפארתינו נשיאי הלויים והר"ר שמואל שמעלקא האב"ד ור"ם דק"ק ניקלשפורג ואחיו מוהר"ר פנחס האב"ד ור"מ דק"ק פראנקפורט דמיין ובמעמד האחים המאורות הגדולים חסידים מפורסמים אשר מימיהם אנו שותים קדושי ישראל ומלכיהם כל רז לא אניס לפניהם נ"י עמודי העולם מהור"ר משולם זוסמאן ואחיו מהור"ר אלימלך זללה"ה מק"ק ליזענסק והיה באותו מעמד שארי גדולי וגאוני הדור וחסידי עולם וקדושי עליון בצוותא חדא ובזמן אחד היו כולם אצל רבן של כל בני הגולה אב החכמה הגאון המקובל הקדוש החסיד והטהור אור שבעת הימים המאיר לארץ ולדרים והעמיד תלמידים הרבה כבד קדושת שם תפארתו מוהר"ר דוב בעריש זללה"ה מק"ק מעזריטש שהיה נקרא רבי בער ראווער, והעידו כולם וכו', עכל"ק
אט האט איר מפורש יוצא אז דער הפלאה איז יא געווען ביים הייליגן מגיד צוזאמען מיט הה"ק הרבי ר' אלימלך והה"ק ר' זושא, און ווער עס וויל זאגן אנדערשט, איז אזוי ווי דו האסט אליין געשריבן א משל דעם בני יששכר אז ער איז קיין חסיד נישט געווען.....


לא רציתי אריינצוגיין אין דעם אבער הואיל ואתא לידן נימא בן מילתא.

דער ספר איז געדריקט גיווארען אין זאלקאווע תקס"ג [בחייו פון הפלא"ה שנפ' תקס"ה] און טאקע דורך אחיו ר' יצחק.

דאס וואס די שרייבסט אז ר' יצחק זעלבסט איז גיווען א תלמיד פינעם מגיד, איז קשה.

ווייל דאס וואס ער שרייבט אין די הקדמה בנוגע די התחברות פון זיין ברודער ר' עוזיאל צו ר' שמעלקא ואחיו הפלא"ה, קומט אויס אז ער האט אויך בייגעוואונט די קשר און גיווען א חלק פון דעם אדער עכ"פ גוט גיקענט די דאזיגע בני ענק ובתוכם די הפלא"ה, שטעלט זיך א פראגע דער שנת הדפסה איז גיווען תקס"ג נאך בחייו פון הפלא"ה, און ר' יצחק דערמאנט אים און די הקדמה בברכת המתים, און אויב איז ר' יצחק גיווען נמנה מבין החבריא האט ער נישט געוויסט צו די הפלא"ה איז נאך בחיים.

ולהיות "יהי כן" האט נישט מעתיק גיווען כדבעי ציטיר איך עס ווידער און באמערקט די "מודגש" [דהיינו די ווערטער אין באל"ד בלע"ז]

בהיותו [דהיינו ר' יצחק שרייבט וועגין זיין ברודער ר' עוזיאל] בצוותא חדא עם האחים הגאונים הגדולים החסידים המפורסמים מקובלים האמיתיים פארי דורינו ימחמדי תפארתינו נשיאי הלויים והר"ר שמואל שמעלקא האב"ד ור"ם דק"ק ניקלשפורג ואחיו מוהר"ר פנחס האב"ד ור"מ דק"ק פראנקפורט דמיין ובמעמד האחים המאורות הגדולים חסידים מפורסמים אשר מימיהם אנו שותים קדושי ישראל ומלכיהם כל רז לא אניס לפניהם נ"י עמודי העולם מהור"ר משולם זוסמאן ואחיו מהור"ר אלימלך זללה"ה מק"ק ליזענסק נשמתם "כולם" בגנזי מרומים זכותם יעמוד לנו ולזרענו ולזרע זרענו עד עולם והיה באותו מעמד שארי גדולי וגאוני הדור וחסידי עולם וקדושי עליון.

אלא מאי ר' יצחק זעלבסט איז נישט גיווען באותו מעמד, נאר האט געשריבען מפי השמועה, און ווי מהאט שוין פריער דערמאנט אז סאפילו שטארק יתכן אז דער הפלא"ה איז גיווען ביים מגיד אבער נישט בקביעות נאר ער איז איקלע להתם איינס אדער צוויי מאהל [צו תחת הפעת אחיו אדער מרצון עצמו, אבער נישט בתור תלמיד ווי ר"ר אלימלך וכו'], דעריבער איז שוין רגיל גיווארען אז ווען מדערמאנט ר' שמעלקאס זיין ביים מגיד קומט שוין ממילא ארויף לזכרון אחיו דער הפלא"ה.

בנוגע די פתקא פון די גניזה און בכלל די גאנצע חרסונ'ער גניזה האב איך איין ווארט און סאיז אויף ענגליש "איטס טאָ גאָד טאָ בי טראָ". [וכבד נשתברו הרבה קולמוסון אויף דעם געביט]
לעצט פאראכטן דורך סעמיטשקע אום מוצ"ש יוני 13, 2009 8:07 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מוצ"ש יוני 13, 2009 3:09 pm

יהיה כן האט געשריבן:די ראיה פון אגרת הקודש פון הה"ק ר' זכריה מענדל, זה ראיה של סרק, ביזטו דען גוט מיט אלע דיינע פעטער'ס?, מיט הה"ק רבי שמעלקא האט ער געהאט שייכות, צי ער האט גאר מקבל געווען פון אים, ווידער אום מיטן הפלאה מיז נישט זיין אז ער האט געהאט שייכות מיט אים דאן, ממילא דערמאנט ער עם נישט.


קיין ראי' איז עס נישט אבער פארט א באמערקונג.

און וואס די טענהסט ווי באלד ער איז נתגדל גיווארען בבית ר' שמעלקא דעריבער באגניגט ער זיך מיט דעם אליין, המעיין באגרת שם זעהט ווי ער וויל זיך ריינוואשען פון די טענה אז ער איז משנה מדרכי אבותיו, גוט, ער איז טאקע נתגדל גיווארען בבית ר' שמעלקא אבער זאל ער כאטש דערמאנען דודו הפלא"ה, איז נישט שענער ווען רוב בני המשפחה זענין נוטה צו זיין דרך כדי ער זאל נישט הייסען א משנה מדרכי אבות, [גילטיג גם פארן טראק דרייווער]

צו דען ביסטו "צוקריגט" מיט דיינע פעטערס.... :P

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מוצ"ש יוני 13, 2009 7:35 pm

חוקר האט געשריבן:וועגן דער חת"ס התקשרות צו חסידת
און ספר החסידת פון בעלז שטייט בשם מהרי"ד מבעלז זי"ע אז איין יאר זענען פאר שבעות געווען חסידים און פרעשבורג און זיי האבן נישט געקענט אנקימן קיין בעלז אויף יו"ט ווען זיי זענען אנגעקימן נאך יו"ט קיין בעלז האט דער שר שלו' זי"ע זיי אויסגעפרעגט וואס איז געווען ביים חת"ס האבן זיי אראפגעשילדערט פינקטלך די גאנצע יו"ט אז מען איז אויפגעווען א גאנצע נאכט און דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאוונען וותיקן מיט אזא דערהויבנקייט וכו' וכו' ווען זיי האבן גענדיגט האט דער שר שלו' זיך אנגעריפן "דער התלהבות פונם חתם סופר שחרית שבעות האבן מיר נישט אפי' יו"כ ביי נעליה" פון דאן האט מען און בעלז געריפן דער חת"ס הקדוש (אפשר מיינט ער "דער הייליגער חת"ס)


באשכול "שבועות בצל הקודש" ווערט דערמטאנט מיט א פונקטליכקיט די עובדא וז"ל:

ר' משה דייטש אב"ד סובוטיצא שרייבט אין א מכתב [גידרקט אין "זכרון למשה" ירחון לרגל ק' שנה להסתלקות החת"ס], ווען איך בין געפארען אויף ראצפערט מקבל זיין פני בעלזער רב [וואס האט דאן גיוויילט דארט צוליב די ערשטע קריג] צוזאמען מיט מיין שוואגער ר' אברהם סופר [זוהן פון ערלויער רב], האב איך אים פארגישטעלט אלס נכד החת"ס, האט זיך בעלזער רב אויף גישטעלט און זיך אנגערופן שטילער הייט "די הייליגער חת"ס", ווען די בעלזער האט זיך אראפגיזעצט רופט ער זיך אהן כהעל ענק זאגען פארוואס דער חת"ס איז אנגענומען אלס דער "הייליגער חת"ס" אף צווישען חסידים, טייל ועלן זאגען צוליב גדלותו בתורה אבער דאס קען נישט זיין וויל בתקופתו האט נישט גיפעלט קיין גאונים, נאר ואסזשע דען, ע"פ ואס כהאב מקבל גיווען פון זיידען די שר שלום, אונזערע לייט [מיינענדיג אנשי בעלזא] זענען גיווען בין פסחא לעצרתא אויף מסחר אין די שטאט ווינה אוןזיי האבן זיך נישט גיקענט זיך אהיים קערין אויף שבועות, אבער אין ווינה האבן זיי זיכער נישט גיוואלט פארברענגען די יו"ט, האבן זיי מחליט גיווען צו פארן צום חת"ס אין פרעשבורג, די חת"ס האט זיי גיוויזן פנים מאירות און שטארק מקרב גיוועהן, די מנהג אין פר"ב איז גיווען נאכן ניעור זיין כל הלילה האט די חת"ס זיך גישטעלט צו שחרית, די צוויי חסידים האבן מיטגידווענט מיטן חת"ס מנין.
פירט די בעלזער רב אויס, ווען די חסידים האבן זיך גיקערט אהיים האבן זיי געשילדערט אז די עבודה וואס זיי האבן גיזעהן ביים חת"ס זעהט מען נישט ביי אונז אפי בעצם יום הכיפורים, דעריבער איז רגיל בפי העולם "דער הייליגער חת"ס".

נאך אן עובדא וואס ווערט דערמאנט אין "שבועות בצל הקודש"

עס שרייבט ר' אנשיל וויס אב"ד נאדיפולא, [אויך בירחון הנ"ל] אין בעלזא איז דער מנהג אז בשעת די מילכיגער קידוש אום שבועות [ווי עס זענען נאר אריין יחידי סגולה], איז גיווען רגיל צו דערציילען פון די ראשונים כגון די רי"ף די רמב"ם רש"י אדער רב האי, צו רב שרירא גאון, מאכט זיך אמאהל ווי ווי דער בעלזער רב ר' ישכר בער, ביים קידוש האט זיך פארשמועסט וועגין די חת"ס, די ארומיגע האבן זיך שטארק גיווינדערט ווי זייער רבי איז משנה פון מנהגו בקודש, ווען דער רב האט דאס באמערקט האט ער זיך אנגערפון די ציבור ווארט צו הערן אודות די ראשונים, וויסען זאלט עטס די חת"ס איז אחד מן הראשונים.

ע"כ מהנעתק.

אין גדולת יהושע [ח"א שיחות קודש אות פ"ב] ווערט דערציילט אז ר' משה ארי' פריינד פרנס עיר סיגעט איז אמאהל גיפארין אויף בעלז צו ר' יושעלי, אויפן וועג איז ער אדורך די שטאט קאלאמייא, האט ער מחליט גיווען אריין צו צוגיין צו ר' הלל ליכטענשטיין די דארטיגע רב, ר' הלל האט יענע תקופה ארויסגיגעבין זיין ספר עת לעשות לאור עולם, ווען ער האט זיך דערוואוסט אז ר' משה ארי' איז אויפן וועג קיין בעלז האט ער מיטגישיקט מיט אים א ספר כדי ער זאל דאס איבערגעבין פארן בעלזער רב במתנה.
היות דער עת לעשות איז געשריבען גיווארין אויף אידיש [דער ספר איז געווידמיט מעורר צו זיין די המון עם בשעתו ווען סהאט געבוזשעוועט קאלטע ווינטען און לתועלת האט ער דאס מפרסם גיווען אויף זארגאן אידיש, בדרך שאלה ותשובה], האט ר' משה ארי גיקווענקעלט צו ער זאל דאס איבערגעבין פארן בעלזער רב להיות ספאסט נישט איבערצוגעבין א ספר אויף די אידישער שפראך, אבער נישט ווילנדיג מועל זיין בשליחותו האט ער באין ברירה איבערגיגעבין די ספר.
שבת צופרי האט דער בעלזער רב זיך שארק פארזוימט פארן דאווינען און ר' משה ארי' זייענדיג פון די נכבדים איז ער גערופען געווארין לבא אל בית המלך טרינקען א קאווע, ר' משה ארי' האט אויסגענוצט די געלעגינהייט און האט אריינגעקוקט בקודש פנימה צוזעהן די עבודה פון בעלזער רב, אזוי קוקענדיג באמערקט ער ווי ער איז מעיין אינעם עת לעשות, דאס איז שוין גיוען א תימה בעיניו, ווען בעלזער רב האט זיך אויפגישטעלט גייענדיג צום דאווינען רופט ער זיך אן צו ר' משה ארי', כבין דיר מכיר טובה אויך די מתנה טובה וואס האסט מיר גיבריינגט פאר שבת, און בעלזער האט מסביר גיווען "אלעס וואס מיר ריידין די אלע יארען שטייט דא אין ספר".

בעלזער רב האט ממשיך גיווען, "ווען די טאטע [שר שלום] פלעגט מיר שיקן אויף לעמברג קויפן נייע ספרים פלעגט ער מיר אנזאגען נאר צובריינגען פון אלטע מחברים די קדמונים וראשונים, ווען דער תשו' חתם סופר איז ארויס לאור עולם האב איך פארשטאנען נישט צוקופין די תשו', אהיימקומענדיג האט מיר טאטע פארגעהאלטען היתכן כהאב נישט אהיימגבריינגט א תשו' חתם סופר, האב איך גיענפערט אז כהאב פארשטאנען אז ספרים פון נייע מחברים זאל איך נישט אהייבריינגען, האט מיר די טאטע גיענטפערט, וואס איז די מעלה פון די חיבורי הראשונים ווייל זיי האבין גילערינט תורה לשמה און נאר מכוון גיווען לשם ד', דער חתם סופר גייט אויך אריין אין די גדר, דעריבער זאלסטו דאס קומענדיגע מאהל אהיימבריינגען א תשו' חת"ס, אזוי אויך, פירט דער רב אויס, איז מיט דער עת לעשות, ווי דער מחבר מיינט נאר לשם ד'.

האט ר' יושעלע אויסגיפירט אז דעריבער האלט ער די תשו' חת"ס צוזאמען מיט די ספרי הראשונים.

און הדרת קודש ווערט גיבריינגט פון נאסוידער רב בשם שינאווער רב, אז נייע ספרים קויפט ער א שטייגער ווי חתם סופר וואס איז באטעמט, און ווי ארי' דבי עילאי וואס יעדער ווארט איז מטהר ומקדש.

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מוצ"ש יוני 13, 2009 7:43 pm

יהיה כן האט געשריבן:אט האבעך געפינען א בריוו פון דעם הפלאה ווי ער דרוקט זיך אויס אויף הה"ק רבי אברהם מקאליסק זי"ע
'וכאשר יעיד עליהם רעי וחביבי הרב המאור הגדול החסיד המפורסם כמוהר"ר אברהם הכהן מטבריא תוב"ב במכתב פרט לי לשמי על כל הדבר
(געדרוקט אין יסוד המעלה, סורסקי ח"ב עמ' קע"ו), ווי איז ער געווארן אזא גוטער חבר פאר עם אויב נישט ביים מגיד זי"ע (אדער ביי זיינע תלמידים)


שכוח פאר די ידעיה דאס איז שוין א "סורפרייז", ולהיות כהאב נישט די ספר תחת ידי אויב מעגליך שטעלטס אהער אן "עטעטשמענט" [כהאף כהאב געניצט די ריכטיגער טער"ם]

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג יוני 14, 2009 12:46 am

כבוד ר' סעמיטשקע
איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז ר' יצחק מייזליש איז געווען ביים מגיד (דער יוד אויף בהיות'י' איז א טעות מחמת כהאב מיך משתמש געווען מיט OCR וואס מאכט טעותים) ער באציהט זיך אויף זיין ברודער הה"ק ר' עוזיאל זי"ע בעל מנוה"ט.
וואס כ'מיין צו זאגן איז, אז דאס איז דער פריסטער עדות אויף דעם פאקט אז דער הפלאה איז געווען ביים הייליגן מגיד צוזאמען מיטן רבין אלימלך און רבי זושא, שוין אזוי פרי ווי אין שנת תקס"ג. [דער ברכת המתים איז אה"נ באציט זיך אויף די לעצטע צוויי הה"ק הר"ר אלימלך ואחיו הה"ק הר"ר זושא]
און לשיטתך אז דער הפלאה איז נאר געווען ביים מגיד באקראי, און זיין נאמען איז נאר אגב דערמאנט וועגן זיין ברודער הר"ר שמעלקא, אויב אזוי פארוואס האט רבי זכריה מענדל אויך נישט 'אגב' אריינגעווארפן דעם הפלאה צוזאמען מיט דודו הה"ק ר' שמעלקא, אויב מען האט זיך שוין דעמאלט נוהג געווען צו צאמכאפן די ביידע ברודער..... אלא מאי....

בכל אופן דיין הערה איז באגריסנד ווערד אז דאס איז נאך געשריבן געווארן בחייו פון דעם הפלאה, אבער לענ"ד איז א גרויסער דוחק צו זאגן אז בחייו פון דעם הפלאה האט מען 'סתם' אזוי 'אריינגעריקט' זיין נאמען צווישן די תלמידי המגיד, טאמער איז ער נישט געווען ביים מגיד נאר געציילטע מאל ווי דו ווילסט זאגן, (און אין די געציילטע מאל האט ער באוויזן אזוי פיל זאכן, ווי זיך באקענען מיט הה"ק ר' אברהם קאליסקער, און דעם תניא'ס שו"ע....).

יעצט זעה איך אין ספר מליצי אש פון הג"ר ר' אברהם שטערן זצ"ל (יום ד' תמוז ערך של ההפלאה) שרייבט ער דארט אז דער הפלאה האט געבעטן זיין מחותן דעם נודע ביהודה ער זאל נישט מצער זיין הה"ק רבי מיכל מזלאטשוב זי"ע שכל כוונתו לשם שמים ע"כ, כ'ווייס נישט פון ווי דער מקור פון די עובדא איז.

דאס וואס דו שרייבסט וועגן דעם כת"י זעה איך איצט אין די הקדמה פון ר' אברהם שלמה רוזנבלאט מו"ל פון פנים יפות הוצאת מישור, שרייבט ער דארט אנדערש ווי דו זאגסט און באשטעטיגט יא די השמטות, אבער כנראה מתוך דבריו האט ער דעם כת"י נישט געזעהן נאר געהערט.

דא שטעל איך דיר אהער א צילום פון ספר יסוד המעלה וואס כהאב דיר אנגעצייכנט פריער:
צוגעלייגטע
haflooe1.pdf
(49.73 KiB) דאונלאודעד 271 מאל

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » זונטאג יוני 14, 2009 9:30 am

יהיה כן האט געשריבן:די הערות וואס סעמיטשקע האט אויפן בעל התניא'ס בריוו צום הפלאה אין בית רבי, דער מו"ל אין די הגהות איז דאס שוין מיישב דארט בדברים של טעם עיי"ש.


חדא המעיין שם לא ימצא דברים של טעם, אלא דברים של דוחק, שנית דאס וואס כהאב צוגיבריינגט פינעם בית רבי די סתירת המכתבים איז נאר גיווען כיהודא ועוד לקרא, די עיקר תימה פון די מכתב איז ווי קומט דער הפלא"ה אין פראנקפורט זיך צו ספראווען מיט דער נאמן הקה' פון ווילנא.

גם די הזכרה בשם אמו איז מעלה תימה.

יהיה כן האט געשריבן:וואס כ'מיין צו זאגן איז, אז דאס איז דער פריסטער עדות אויף דעם פאקט אז דער הפלאה איז געווען ביים הייליגן מגיד צוזאמען מיטן רבין אלימלך און רבי זושא, שוין אזוי פרי ווי אין שנת תקס"ג. [דער ברכת המתים איז אה"נ באציט זיך אויף די לעצטע צוויי הה"ק הר"ר אלימלך ואחיו הה"ק הר"ר זושא]
בכל אופן דיין הערה איז באגריסנד ווערד אז דאס איז נאך געשריבן געווארן בחייו פון דעם הפלאה, אבער לענ"ד איז א גרויסער דוחק צו זאגן אז בחייו פון דעם הפלאה האט מען 'סתם' אזוי 'אריינגעריקט' זיין נאמען צווישן די תלמידי המגיד, טאמער איז ער נישט געווען ביים מגיד נאר געציילטע מאל ווי דו ווילסט זאגן, (און אין די געציילטע מאל האט ער באוויזן אזוי פיל זאכן, ווי זיך באקענען מיט הה"ק ר' אברהם קאליסקער, און דעם תניא'ס שו"ע....).


אה"נ, אבער כיון דאית בהו ריעותא וואס לדעתי איז עס מער ווי סתם באגריסענד, אי אפשר למידרש מינה מידי, ווען סדא אנדערע פעסטע ראיות ואלט מען זיך גיקענט פארענפערין, מיט כמב אופנים אז די דאטום איז נישט מדויק מחמת די צענזור [לפעמים האט מען מקדים גיווען די דאטום אזוי ארום האבין זיי זיך נישט געקימערט דערמיט, סדא אסאך ארום צורעדין וועגין די נושא], אדער סתם א פליטת פה פון די כותב, וכו' וכו', אבער סנישט ריכטיג ארויסצובויען פון דעם אליין.

יהיה כן האט געשריבן:יעצט זעה איך אין ספר מליצי אש פון הג"ר ר' אברהם שטערן זצ"ל (יום ד' תמוז ערך של ההפלאה) שרייבט ער דארט אז דער הפלאה האט געבעטן זיין מחותן דעם נודע ביהודה ער זאל נישט מצער זיין הה"ק רבי מיכל מזלאטשוב זי"ע שכל כוונתו לשם שמים ע"כ, כ'ווייס נישט פון ווי דער מקור פון די עובדא איז.


גם אני ווייס נישט קיין גיהעריגע מקור [סווערט אויך גיברינגט אין די מבוא פון הוצאת מישור/רוזנבלאט].

עוה"פ ייש"כ פאר די הערות מועיליות.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג יוני 14, 2009 9:59 am

נעכטן דורכגעלעזט דעם מאמר פון ר' דוד קאמינעצקי אין קובץ ישורון חלק כ', ער נעמט זיך איבער די ביינער פון דעם מכתב אין בית רבי פונם בעל התניא צום הפלאה, ער דעמאנט דיינע טענות וועגן דעם גר"א און די חתימה מיט זיין מאמעס נאמען, אולי האסטעס גענומען פון אים, אבער זיי שטערקסטע קשיא אין יענעם בריוו איז דאס וואס דער תניא דערמאנט דארט די קינדער פון הפלאה 'בניו הגאונים המסולאים בפז' אינדערצייט ווען דער הפלאה האט נאר געהאט איין זון בחיים דאמאלטס (זיין אנדערער זון ר' מאיר יעקב איז נפטר געווען נאך פאר דעם דאטום פון דעם מכתב איז בית רבי) טא וואס איז דער לשון רבים 'בניו', מיט די טענה ווערט אויך נפרך דאס וואס מע"כ ידידינו הג"ר סעמיטשקע האט געבויט אויף דעם אז די זון פון הפלאה זענען געווען חסידים....
אויך זעה איך דארט אין יענעם מאמר ווי ער איז מעתיק (אין די הגהות אינטן) פון דעם באקאנטן שונא חסידים ר' דוד מאקוב אין זיין ביכל 'זמיר עריצים' וועלכע האט שוין גענוצט די טענה הלמאי די חסידים האבן 'אריינגענומען' די צוויי ברודער דעם רבי ר' שמעלקא ואחיו ההפלאה, אין זייער קרייז, ווען זיי זענען קיינמאל קיין חסידים נישט געווען!..., נו, ער פארגינט ניטאמאל דעם רבין ר' שמעלקא פאר די חסידים...
(דעם זמיר עריצים האבעך געליינט מיט יארן צוריק, לדעתי טאר מען דאס נישט אין די האנט נעמען, עס איז פול מיט גיפט און ליצנות אויף קדושי עליון, שאין לנו השגה אפס קצהו בגודל קדושתם, והזהרו בגחלתם שלא תכוה, דער קאמינעצקי מרוב אהבתו וחיבתו פאר די מתנגדים, נעמט זיך דארט אן אויף כבודו פון דעם מאקוב דער מחבר פון דעם זמיר עריצים, און פארטיידיגט אים ציטירנדיג פון א שו"ת חמדת שלמה, וואס עס מוז נישט זיין אז דער חמדת שלמה האט בכלל געהאט א ריכטיגע ידיעה אויף דעם פארשוין (א שטייגער ווי אהרן חרינער כנודע מיטן בית אפרים), ווען דער חמדת שלמה אליינס איז קיין חסיד נישט געווען).

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » זונטאג יוני 14, 2009 10:17 am

במאמר המוסגר,

כתבתי מכבר שהחברים בעלמא הדין [אידישע וועלט] ב"ה יש להם סבלנות דהיינו שיכולים לסבול, ובאמת צריכין לסבול, ואפי' קוראים אודות התנגדות ב' גדולים מבינים שלא גרע מגדלותם אפס קצהו.

גם ב"ה מבינים שאין לפשקעווילים הללו שוויות אפי' לצור ע"פ צלוחות, רק רוצים לדעת על מה יצא הקצף, ואיך הביטו צד א' על השני וכו', לכן לא ראיתי לנכון מה שכתבת על ה"זמיר עריצים" שאפי' לאוחזו ביד אינו ראוי, כי מי שהוא מבין כנ"ל ומביט על דברים הללו בהבטה נכונה, לדעתי אינו נכוה בה.

ובאמת יש כהיום רוח להעלם, יתכן שיש להעלם ואיכא להתווכח ע"ז, אבל אנחנו אחים לדעה קוראים וסובלים ומבינים שאין הכל עק וועלט, בוודאי אינו נכון להעלם אדרבה הפוך בה והפוך, לדעת תולדות ימי עולם על נכון ועל בוריום.

יש לי הרבה הרהורים על זה הענין ובאמת צריכין לפתוח דיון רחב ע"ז, ואין כאן מקומו, אבל כעת די בזה וכתבתי את אשר עם לבבי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג יוני 14, 2009 2:07 pm

נע לאמיר טאקע נישט פארקריכן
כבוד ידידינו ר' סעמיטשקע, אויב מעמער מאכן אן אשכול אויפן זמיר עריצים, אה"נ דער עולם דא וועט אפשר האבן סבלנות, אבער ווען מעמער מעתיק זיין זיינע לשונות דארט, וועט דער מנהל דא אונז ביידע חוסם זיין..........

צוריק צום נידון, דער שייכות פונם הפלאה צו חסידות, ווי אויך צום שכינות'דיגן אשכול בנוגע דעם חת"ס צו חסידות בכלל און צום יש"מ בפרט
ווער ס'האט מוסיף צו זיין צו ביטע נעמען דאס ווארט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 14, 2009 2:33 pm

מיללער האט געשריבן:די איינציגסטע זאך וואס איך דערמאן זיך היצט בנוגע דעם הפלא"ה און חסידות, איך האב אמאל געהערט (איך בין כמעט זיכער אז איך האב עס געהערט מפי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א) אז דער סיבה וואס דער הפלא"ה האט מסתיר געווען זיין חסידות איז געווען ווייל די בעה"ב אין פראנקפורט זענען דאך געווען מתנגדים און ער האט נישט געוואלט פירען קיין קריג מיט זיי.

ולפי"ז איז מסתבר אז דער הפלא"ה זעלבסט האט משמיט געווען דעם שם המגיד פון זיין חיבור, אפי' לו יציור אז ער איז געווען א תלמיד, איך שרייב נאר השערה בעלמא.


פונקט די פארגאנגע וואך איז געווען געדרוקט אין 'קול התאחדותינו' פון סאטמאר-ב"ב, א שמועס פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר מיט אב"ד גארליץ, ווי דער סאטמאר רבי רעדט וועגן דעם הפלא"ה און חסידות וז"ל:
א חידוש אז דער הפלאה איז דאך געווען א תלמיד פון רבי'ן ר' בער און האט גארנישט געפירט קיין חסידות אין פראנקפורט, אלע תלמידי בעש"ט האבן פארשפרייט חסידות, אבער דער הפלא"ה איז געקומען קיין פראנקפורט און ער איז געווען א כובש נבואתו, ס'איז א חידוש, ער האט אוודאי געזעהן אין פראנקפורט אז ער קען נישט פארשפרייטן חסידות.

והדברים מתאימים למה שכתבתי מקודם משמו, לכתבה המלאה;

http://www.mysatmar.com/docs/bb/5769/behaloischu.pdf

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » זונטאג יוני 14, 2009 4:31 pm

מיללער האט געשריבן:פונקט די פארגאנגע וואך איז געווען געדרוקט אין 'קול התאחדותינו' פון סאטמאר-ב"ב, א שמועס פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר מיט אב"ד גארליץ, ווי דער סאטמאר רבי רעדט וועגן דעם הפלא"ה און חסידות וז"ל:


רב טייערער האסט מיר האסט מיר אויסגיכאפט [באמצע דברי להלן על איך דערמאנען א צווייטער נקודה פינעם שלחן מלכים] למען די דאקומענטירונג מוז באטאנט ווערין אז היות די שלחן מלכים גייט ארויס אין אה"ק איז די סדרה'ס פאריקט א וואך פאראויס.

כהעל מעתיק זיין כמה ענינים נאים פינעם ספר "זכרון למשה" [געדרוקט תרצ"ח נישט צ"ט].

אויף עמ' ס"א [די נייע מהד' פון מכו' קול ארי' האט הישט קיין עמ' איך צייכען לויט די אלטע מהד' וואס געפונט זיך אויך אינעם אוצר החכמה], ווערט גיבריינגט בשם ר' בנימין מפערבעניאק, מתלמידי חת"ס אז במשך די כמה שנים וואס ער האט גיהערט שיעורים ביי זיין רבין, האט ער צוויי מאהל גיהערט ער זאל נאכדערציילע פארן שיעור אן עובדא פון בעשט הקדוש.

עמ' 134
ביי ר' שמעון סופר איז גילעגין א בריוו פון ישמח משה ווי ער האט פארבעטין די חת"ס זאל שתלדן ביים וויענער רעגירונג אודות די ריזינער, בתוה"ד שטייט אין די מכתב "הגם שאין אני מכיר ערכו בפלפלי התורה אוכל להעיד שאלפים בישראל הולכים בלב נשבר מחמת מעמדו", דער חת"ס האט טאקע געשתדלט לטובתו און דבריו עשו רושם.

עמ' פ"ט
עס האט איבערגיגעבען ר' משה דוד מלאפיש נכד הייטב לב אז איינע פון די דריי זאכען וואס זיין זיידע האט זיך מתחרט סוף ימיו איז גיווען, ווי ער האט מסרב גיווען צו ז' די ישמח משה וואס האט אים גיוואלט שיקען לערנען ביים חת"ס, דער וועלט האט גיזאגט אויפן ייט"ל אז ער האט מוח ווי די נודע ביהודא און ווען ער העט ווען גילערינט ביים חת"ס וואלט ער גיקאנט שרייבען תשו' כמותו [עי' שלחן מלכים פ' שלח [למנין ארץ ישראל] ווי ר"א זאגט אז ער האט מתאונן גיווען ווייל סוואלט אים צונוץ געקומען ביים שרייבען תשו' אין דער גורליצער פון ב"פ זאגט אויך אלס די שטאפ גענז וואס מהאט גיגעסן עפ"י הוראת החת"ס, אין סוגריים אין זכרון למשה ברענגט ער צו אויך אלס די שינוי המלבושים ועי' וואס כהעל בע"ה צוברענגען וועגין די קול ארי'].

עמ' פ"ט
ר' ישכר שלמה טייכטאל [עי' שפעטיר אודותיו] בשם זיין שווער ר' יעקב יוסף גינז אב"ד בעסערמין תלמיד מהרם שיק, וואס איז גיווען אן איידעם אין די שטאט סיגעט, אמאהל האט די ייטב לב אים פארבעטין די כתבים פון זיין רבין די מהרם שיק דורכצוקוקען אן ענין פון היתר עגונות, אזוי אין איינוועגס האט ער דורכגיבלעטערט די גאנצע חיבור, ווען ר' יעקב יוסף איז געקומען אפנעמין די כתבים האט אים די ייטב לב באפוילען אז ווען מגייט לאזין דרוקען די כתבים זאל מען משמט זיין צוויי זאכען.
א. וואס ער שרייבט אז רבו החתם סופר האט נישט נוהג גיווען צו זאגין שלום עליכם שבת צונאכטס [כשרייב שבת צונאכטס עפ"י קפידת החת"ס לאפוקי פרייטיג צונאכטס ווייל דאס נעמט זיך פון די גוים וואס לילה הולך אחר היום, דאכט זיך אויף א פלאץ גייט דער חת"ס ארויס היבש שארף אויף דעם ווער קען צושטעלען א מראה מקום?] ב. אז רבו החתם סופר האט מקפיד גיווען נישט אויפצוהענגין בבית היולדות די טאוועלן מיט די שמות.
דער ייטב לב האט מסביר גיווען ווייל להיות דאס איז נהוג ביי כלל ישראל להיפך וועט מען נאך קומען זאגען אז דער חתם סופר איז גיווען פון די מחדשים ח"ו.

עמ' ס"א
דער שינאווער רב האט דערציילט, אמאהל איז דער חת"ס גיזעצין מיט זיין שטערין אויף די צוויי הענט און גיווען שקוע טראכטענדיג אויף די אלע צדיקים וואס געפונען זיך אין זיין דור [דהיינו גדולי החסידים] און האט נישט זוכה גיווען זיי צו קענין פנים אל פנים ואולי וועט מען אים תובע זיין לעתיד אויף דעם, פון די אנדערע זייט האט ער גיקלערט אז ער קען נישט איינשטעלין מיט אזא גיפארעכץ להיות די דרך החסידים איז צו רעדן בהפלגה והגזמה ואולי איז נישט ריכטיג ווי זיי געבין איבער כדי מזאל דארפין מבטל תורה זיין אויף אזוינע נסיעות.
דער חת"ס האט זיך דערמאנט פון א תלמיד זיינע וואס וואלט נישט משנה גיווען בדיבורו אפי' בעד כל חללי דעלמא, דער תלמיד האט זיך באזעצט אין קראקא, און איז גיווען רגיל ביים חוזה פון לובלין, האט דער חת"ס גיקלערט לו יהא ער וואלט מיר גיקומען מעיד זיין בגדלות החוזה וואלט ער ביי זיך גיקענט פועלין ער זאל פארין צום חוזה, די מחשבות האט געווירקט אז דער תלמיד האט פלוצלינג זיך געבענקט נאך זיין רבין און האט זיך אזוי ארום ארויסגילאזט קיין פר"ב.
אנקומענדיג איז פונקט דאן דער חת"ס ווידער גיווען שקוע אין די סארט מחשבות און אודות תלמידו, אזוי ארום ווען די חת"ס הייבט אויף זיין קאפ און באמערקט זיין תלמיד איז ער גיווארין מלא שמחה לקראתו, און האט אים פארבעטין ער זאל אים זאגין מגדולת החוזה, דער תלמיד האט נישט געפוילט און איבערגיגעבין אלעס מהחל ועד כלה, ווען ער פארענדיגט רופט זיך דער חת"ס אהן "איך האבע מיך ענטשלאהסען איך בלייב אויפען הייצער" דהיינו ער האט מחליט גיווען צו בלייבען דער הייצער פון אויבן.
דער חת"ס האט מסביר גיווען די רייד מיט א משל, ווי באקאנט איז מלכותא דרקיעא כעין מלכותא דארעא, פונקט ווי במלכותא דארעא געפונט זיך שרים וואס גיבען זיך איבער בהנהגת הממשלה זעלבסט אזוי אויך איז דא אזעלכע עבדים וואס שטייען גרייט אז אין בית המלך זאל אלעס קלאפען, אזוי אויך איז במלכותא דרקיעא די אלע קדושים זענין עומד על משמרתם און זענין מייחד יחודים להנהגת מלכות שמים, אבער אויב וועל איך אויך זיך אריינלאזען אין די ענינים ווער וועט ענפערין תשו' להמון שואלים בדבר ד' זו הלכה, אז דער בית המלך זאל אנגין כשורה.

עמ' 122
אן ענליכען סיפור שרייבט ר' ישכר שלמה טייכטאהל [ער איז גיווען רב אין פישטיאן תלמיד פינעם מונקאטשער רב, ער האט מחבר גיווען די ערשטע חיבור מיוסד עפ"י דברי חזל בנוגע די אלע אנגעלעגינהייטען צו דח חובבי ציון, ראוי להקדיש אשכול מיוחד בגינו], אבער דאס האט זיך שוין אויסגילאזט זייער זויער, ומעשה שהיה כך היה.

[די ערשטע טייל עובדא בין איך מעתיק בקצרה] א נגיד א בר אוריין איז אנגעקומען קיין פרעשבורג און פארבעטין די חת"ס זאל אים אנשדכן'נען א בחור פאר אן איידעם, די חת"ס האט אים געצייגט ממובחרי התלמידים, בשעטו"מ איז די חתונה פארגעקומען און דער איידעם האט זיך גיזעצט אין ווינקל פון שוהל און גיהקאט שטיקער יומם ולילה, דער שווער איז גיווען א חסיד פון ראפשיצער [אדער א זידיטשובער חסיד, דער כותב אין זכרון למשה איז מסופק], און פלעגט כסדר פארין אהין און ביי זיך אין שטוב פלעגט מען אלס רעדין בגדולת פון רבין, דער שווער האט אבער שטארק גיבאדערט היתכן זיין איידעם פאראינטערסירט זיך ניטאמאל דערין, בפרט דער ראפשיצער אליין האט גיוואלט מקרב זיין די איידים א פרעשבורגער תלמיד, אבער דער שווער האט אים נישט גיואלט שטערין אדער צווינגען צו קומען וויבאלד ער איז גיווען איינגעוואונט אויפן אשכנזישין שטייגער וואס ער האט גיעזעהן ביי רבו דער חת"ס.
מאכט זיך אמאהל א גוטע גילעגינהייט וואס דער שווער האט גיקענט פארהאלטען זיין איידים היתכן ער פרעגט זיך ניטאמאל נאך די דרכי החסידות, די איידים ענפערט אדרבה ואדרבה נאר להיות ער איז גיווען כה שקוע בלימודו איז אים נישט איינגיפאלען צו פרעגין און טאקע דאס קומענדיקער מאהל זאל ער אים מיטנעמין, אנקומענדיג אהין איז ער שטארק נתפעל גיווארען אזוי אז ער איז שוין גיווארין א חסיד נלהב פון ראפשיצער ביז ער האט שוין כמעט נישט גידענקט זיין רבין דער חת"ס, מאכט זיך אמאהל ווי דער איידים האט זיך פארבענקט נאך פרעשבורג אן האט פארבעטין זיין שווער זאל אים ערלויבין צו פארען קיין פרעשבורג מקבל זיין פני רבו דער חת"ס, זיין שווער האט שטארק גיפאלין די פלאן און האט אים אויסגערישט די נסיעה.
די חתם סופר האט אינמיטען די שיעור נישט מפסיק גיווען פאר קיינעם נאר פאר א תלמיד חביב האט ער אין קורצען גיפרעגט בשלומו מחמת ארויסצוווייזען זיין חביבות צום תלמיד, ווען דער אויבינדערמאנטער תלמיד איז אנגעקומען קיין פר"ב איז דער חת"ס גיווען אינמיטען פארלערנען און ווען דער תלמיד איז אריין האט אים דער חת"ס באמערקט און האט אים באגריסט מיט גרויס חביבות, אבער דערנאך האט זיך דער חת"ס אנגערופין "אבער דיא האסט דיך אין מיר עראינערט", דהיינו האסט מיך פארטוישט מיט א צווייטען, דער תלמיד האט צוריקגיענטפערט "ווען די רבי וואלט געשפירט כאטש איינמאהל א טעם אין א דאווינען ביים ראפשיצער וואלט דער רבין ניכט קיין חידוש גיווען דאס איך האב אים פערגעסען", די חת"ס הערינדיג דאס האט זיך זיין פנים געטוישט קאלירען און געטראכט א רגע, דערנאך האט ער פותח גיווען מיט די ווערטער "ווינטער ווען סדא בבית המלך קעלטען האט ער גענוג משרתים און אויבענעס, אבל לולא די העלצער העטטען זיא אללע ערפרארען גיווארען, כמו כן מה נותן החמימה גדולה נאר די תורה הקדושה, און תורה איז ב"ה דא ביי אונז אויך" דער חת"ס האט אויסגעפירט "אויף מיין כבוד בין איך מוחל אבער אויפן כבוד פון די תלמידים און די תורה קען איך נישט מוחל זיין", דער תלמיד האט גיזעהן ווי סכלתה אליו הרעה האט ער אויסגיטוהן די שיך כדי מקבל נזיפה זיין, סהאט נישט גיהאלפען און דער חת"ס האט נישט געוולאט הערין פון גארנישט, דער תלמיד האט זיך ארויסגילאזט אויפן וועג אהיים, אבער ליידער אויפן וועג איז לא עלתה לו יפה און ער איז שוין נישט אנגעקומען אהיים.
ביי דעם שיעור איז גיזעסען די מחנה חיים ר' חיים סופר.

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

תגובהדורך סעמיטשקע » מאנטאג יוני 15, 2009 8:31 am

סעמיטשקע האט געשריבן:ביי ר' שמעון סופר איז גילעגין א בריוו פון ישמח משה ווי ער האט פארבעטין די חת"ס זאל שתלדן ביים וויענער רעגירונג אודות די ריזינער, בתוה"ד שטייט אין די מכתב "הגם שאין אני מכיר ערכו בפלפלי התורה אוכל להעיד שאלפים בישראל הולכים בלב נשבר מחמת מעמדו", דער חת"ס האט טאקע געשתדלט לטובתו און דבריו עשו רושם.


הקדמה קצרה: די רוזינער איז אנטלאפען פון רוסלאנד קיין אוסראה צו טרעפין א מקום מנוחה אבער דערנאך האט זיך געשאפין א פראבלעם ווייל די רעגירונג האט אים גיוואלט צוריקשיקען צו זיין היימלאנד צוריק קיין רוסיה.

לפי"ז איז דער מכתב קצת תימה, להיות די רוזינער איז אנטלאפען קיין אוסטראה-הוגריה הערשט בסביבות שנת ת"ר אין דער פראצעס אין וויען האט אנגעהאלטין א שטיק צייט, ביז זיי האבין געשאנקען בירגערשאפט פארן רוזינער, און דער חת"ס איז שוין נסתלק גיוועראן תשרי ת"ר, והוא פלאי.

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג יוני 15, 2009 1:08 pm

א מעשה נורא געהערט פון זלאטשובער רבי פון נתני' (בנו של הרה"צ ר' מיכלי) בשמו פון הגאון רבי שמואל וואזנער שליט"א בעל שבט הלוי, וואס ער האט דאס אליין געהערט פון א איד אין קראקא וואס דאכט זיך אז מיט אים איז געווען די מעשה, כידוע איז געווען רב אין קראקא הגאון רבי שמעון סופר זצוק"ל א זוהן פונעם הייליגן חתם סופר, פאר ער איז געווארן רב דארט האט זיך געטוהן אביסל וועמען מען זאל אויפנעמען אלס רב, די חסידים וואס האבן געוואוינט דארט האבן געוואלט מען זאל אויפנעמען א קאנדידאט וועם זיי האבן פארגעשלאגן,

דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט אבער יא געשתדל'ט אז מען זאל אויפנעמען רבי שמעון סופר אלס רב אין קראקא און אזוי האט מען טאקע געטוהן צום סוף, בשעת די פרשה איז די איד געגאנגען צום הייליגן צאנזער רב און זיך עפעס אויסגעדריקט אנטקעגן רבי שמעון סופר, האט דער הייליגער צאנזער רב זיך צושריגן "וויאזוי ציטערט מען נישט צו רעדן אויף א קינד פונעם הייליגן חתם סופר"
האט דער איד פארציילט אז פון דעמאלס אן האט ער אנגעהויבן צו ציטערן און עס האט נישט אויפגעהערט, ער האט שוין אזוי געציטערט עד סוף ימיו.

אויב איך געדענק גיט האט רבי שמואל וואזנער נאכדערציילט די מעשה פון דעם איד אליין וואס ער האט געטראפן אין קראקא ציטערנדיג, און ער האט פארציילט פון וואס דאס קומט.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט