ההפלאה ותלמידו החתם סופר ביחס לחסידות וחסידים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

א שיינע מעשה מיטן חתם סופר און דעם ישמח משה, כאב נישט קיין געדולד מעתיק צו זיין קוקטס אריין (אות שז)
אטעטשמענטס
chasm_0001.jpg
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

סעמיטשקע האט געשריבן:
סעמיטשקע האט געשריבן:ביי ר' שמעון סופר איז גילעגין א בריוו פון ישמח משה ווי ער האט פארבעטין די חת"ס זאל שתלדן ביים וויענער רעגירונג אודות די ריזינער, בתוה"ד שטייט אין די מכתב "הגם שאין אני מכיר ערכו בפלפלי התורה אוכל להעיד שאלפים בישראל הולכים בלב נשבר מחמת מעמדו", דער חת"ס האט טאקע געשתדלט לטובתו און דבריו עשו רושם.


הקדמה קצרה: די רוזינער איז אנטלאפען פון רוסלאנד קיין אוסראה צו טרעפין א מקום מנוחה אבער דערנאך האט זיך געשאפין א פראבלעם ווייל די רעגירונג האט אים גיוואלט צוריקשיקען צו זיין היימלאנד צוריק קיין רוסיה.

לפי"ז איז דער מכתב קצת תימה, להיות די רוזינער איז אנטלאפען קיין אוסטראה-הוגריה הערשט בסביבות שנת ת"ר אין דער פראצעס אין וויען האט אנגעהאלטין א שטיק צייט, ביז זיי האבין געשאנקען בירגערשאפט פארן רוזינער, און דער חת"ס איז שוין נסתלק גיוועראן תשרי ת"ר, והוא פלאי.


לויט ווי דער סיפור ווערט דערציילט אין ספר 'בית רוזין' (ע"י הסופר המפורסם ר' ישראל יעקב קלאפהולץ) איז דער רוזינער ארעסטירט געווארן אייר תקצ"ח און באפרייט געווארן פון תפיסה נאך צוויי און צוואנציג חדשים שושן פורים ת"ר, שוין נאכן הסתלקות פון חת"ס, און איז צוריק קיין רוזין, פון דארט קיין קישינוב, און פון דארט אנטלאפן קיין עסטרייך, און דארט דערציילט ער דעם סיפור, לפי זה שטימט עס לגמרי נישט, ווי סעמיטשקע פרעגט.
נאר עס איז דא אן אנדערע עדות אויף דעם בריוו, דער טענקא רב זצ"ל האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון זיין שווער הגאון מנאדיפולי זצ"ל ששמע מהה"ג ר' פנחס האלצער וואלקויא, שהוא שמע כמה פעמים מהגאון ר' מרדכי צבי שלעזינגער זצ"ל אבד"ק נאדיפולי ומח"ס זכרון מנחם שראה את המכתב באוצרותיו של הגאון ר"ש סופר זצ"ל אב"ד קראקא כשעדיין היה במאטערסדארף (גדול בישראל, טענקא, מדור בית סופרים עמוד ר"ד) נאר מיט איין משמעות'דיגער שינוי, אז דארט פארציילט ער אז דאס איז געווען ווען דער רוזינער איז געזעצן אין תפיסה (דהיינו צווישן תקצ"ח און שושן פורים ת"ר) לפי"ז שטימט אלעס.
אין קובץ 'אוצרות הסופר' (חלק י"ג עמוד קכח) איז דא א המשך צו דעם פון איינעם וואס האט דאס געהערט פון קראסנער רב הה"ק ר' הלל ל"ש זצ"ל, וז"ל שכשהיה הה"ק מרוזין זצ"ל כבר בעסטרייך, ומלכות רוסיא עשו כל מיני השתדלויות להחזירו, שלח הה"ק מרוזין שני חסידים לפרעשבורג אל הגה"ק החת"ס לבקשו שישתדל אצל שרי המלוכה לבל יוכלו הרוסים להפק זמם, המה באו לשם ונשתהו שם ימים אחדים, והחת"ס עשה בקשתם והשתדל ופעל בעזר השם, ואחרי שכבר הצליח הדבר, שבו בחזרה אל רבם הקדוש וסיפרו לו אודות עבודתו בקודש של החת"ס כל ימות החול, והיה להם התפעלות גדולה מתפלותיו ושיעוריו וכל סדר התנהגותו, אך הוסיפו שמכל מקום בשבת קודש לא התפעלו כל כך, כמו בימות השבוע, כאשר שמע הה"ק מרוזין זי"ע את דבריהם ענה להם מה לכם פלא הלא בשבת אני הוא המלך, אבל בימות השבוע הרי הוא (החת"ס) המלך, עכ"ל.
נו, דא בינעך שוין אינגאנצן צימישט ווי דאס קען שטימען, העלעכמעך מדחיק זיין אז דאס איז אויך א טעות נאר עס איז געווען נאך פאר דער רוזינער איז באפרייט געווארן, ווי האט דער רוזינער זיך נאכדעם געטראפן מיט זיינע צוויי חסידים, אין תפיסה?, והדבר צ"ע רב

עוד עובדא
הה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא אין די הקדמה צום ויגד יעקב (ספר דברים) פארציילט בשם דו"ז הה"ח ר' יעקב יחזקי' מחוסט, בשם זקינו הה"ק בעל ערוגת הבשם ששמע מפ"ק של מרן הק' משינאווא זי"ע וז"ל וכה אמר אספר לכם רוה"ק מרבי הה"ק ר' אשר מראפשיטץ זצ"ל, בהיותי אברך סמוך על שולחן חותני זקני בעל ישמח משה זצ"ל בעיר אוהעל נסעתי פע"א על ימים נוראים לראפשיטץ והייתי שם עד אחר סוכות ובאסרו חג סוכות בא אדמו"ר לבית המדרש ושאל אם אין כאן אנשים מאונגארן והראו לו עלי, ושאל אותי לא שמעת איזה דבר מפרעשבורג ולא הבינו כלל כונתו ולא השיבו לו דבר ואח"כ נודע שביום אחר זה נפטר החתם סופר בפרעשבורג והבינו למפרע מה היה שאלתו עכ"ל.

אין הקדמה צום ספר מכתב סופר להגאון ר"ש סופר (בקונטרס באר מרים עמ' י') יש סיפור מהגאון ר' שמעון שנפגש עם הישמח משה באוהעל, כשנסע לעיר קראלי לנישואיו, בנסיעתו לקראלי שבת בק"ק אוהעל והלך לבית מדרשו של הישמח משה זצוק"ל לתפילת שחרית ועמד בתוך ד' אמותיו במשך התפילה וכשהגיע הישמח משה זי"ע לפסוק בק"ש וחרה אף עזב רבינו ז"ל מקומו (עי' במס' שבועות דף ל"ו יתיב ר' כהנא דר' יהודה ויתיב וקאמר הא מתני' כדתנן יככה א"ל ר"י כנה) ואח"כ התקרב אל הצדיק עד גמר התפילה ואז הלך לאכסניה שלו כדי שלא יכבדוהו אולם בעל הישמח משה ז"ל הרגיש בדבר ושאל מי זה שעמד אצלי בשעת התפילה ולא ידעו מי היה ולאן הלך שלח אנשים לחפשו וכשמצאו אותו אמרו לו שהרב מבקשו לבוא אליו והלך תיכף ובהודעו שהוא בן הרב מפ"ב כבדו
והשתעשע עמו ואחר שליוה אותו אמר למקורביו "הוא בר דעת מזהיר"
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מיללער האט געשריבן:א חידוש אז דער הפלאה איז דאך געווען א תלמיד פון רבי'ן ר' בער און האט גארנישט געפירט קיין חסידות אין פראנקפורט, אלע תלמידי בעש"ט האבן פארשפרייט חסידות, אבער דער הפלא"ה איז געקומען קיין פראנקפורט און ער איז געווען א כובש נבואתו, ס'איז א חידוש, ער האט אוודאי געזעהן אין פראנקפורט אז ער קען נישט פארשפרייטן חסידות.


זעה דעם הייליג לשון החת"ס (שו"ת או"ח סי' קצ"ז) וואס איז שטארק נוגע צו דיין הערה אויפן הפלאה בנוגע פארשפרייטן חסידות
האמת לא אכחיד כי מרגלא בפומי כי כל האמור להלכה בש"ע היא תורה נתונה לכל ישראל בשוה ואין בודד במועדיו, אכן מי שאין לו אלא תורה אפילו תורה אין לו [עי' יבמות ק"ט ע"ב] כי זה נעשה מצות אנשים מלומדה ואב לבנים יודיע, ע"כ כל המתחסד עם קונו ניכר במעלליו מה שלבו בודה לשם ה' להזיר נזיר מכל מה אשר ידבנו לבו ובזה אין סגנון א' עולה לשנים כי אין לב ב' בני אדם שוה באהבת ה', ולכן נקראים בני כושיים משונה במעשיו [כמו"ק ט"ז ע"ב] אך רק משונה באורו אבל תוכו מתאחד עם כל ישראל, ואך לעשות עדה שלמה כלם יתחסדו במנהג א' לכולם א"כ היא גופי' נעשה חק לישראל ומצות אנשים וזה אי אפשר, ולכן ראיתי רבותי הגאון הפלאה ז"ל ומורי החסיד שבכהונה מהו' נתן אדליר זצ"ל והגאון מהו' זלמן חסיד ז"ל שלא המשיכו עדה, מעיד אני עלי שמימי לא שמעתי מפי קדושי ישראל הנ"ל ס' הזוהר יוצא מפי קדשם בשום דרוש, ותלי"ת לא זזה ידי מתוך ידם ולא חסרתי מהם וכו', ותלי"ת תלמידיהם אין פרץ וכו'

סעמיטשקע האט געשריבן
כשרייב שבת צונאכטס עפ"י קפידת החת"ס לאפוקי פרייטיג צונאכטס ווייל דאס נעמט זיך פון די גוים וואס לילה הולך אחר היום, דאכט זיך אויף א פלאץ גייט דער חת"ס ארויס היבש שארף אויף דעם ווער קען צושטעלען א מראה מקום

אזוי איז מעיד הה"ק ר' הלל קאלאמייער זי"ע אין אבקת רוכל ח"א דף מ"ו ע"ב ששמע כן מפ"ק 'שמדרך הכופרים הוא שאומרים לילה הולכות אחר יום שלפניו'
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

יהיה כן האט געשריבן:העלעכמעך מדחיק זיין אז דאס איז אויך א טעות נאר עס איז געווען נאך פאר דער רוזינער איז באפרייט געווארן.


סשווער אזוי מדחיק זיין ווייל וואסארא השפעה האט דער חת"ס גיהאט אויף די שרים אין רוסיה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דורך די עסטרייכישע מלוכה, אפשר האט ער געקענט שתדלן דורך זיי אויב זיי האבן געהאט פאליטישע קשר איינעם צו צווייטן, אולי, כאב אויך געשריבן אז סיז א דוחק
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

סאנזער רב אין תשו' ד"ח או"ח ח"ב סימן ח' ווי ער איז דן צו ממעג משנה זיין מנוסח אשכנז צו דער נוסח וואס דער אר"י הק' האט מנסח גיווען, אפי' פאר די פשוטי עם, דער סאנזער רב באציהט זיך צום תשו' חת"ס או"ח סימן ט"ו ב' [סדא צוויי תשו' אינטער סימן ט"ו סאיז א טעות הדפוס] ובעיקר אין סימן ט"ז, ווי דער חת"ס פרעגט אויפן דברי ליקוטי אמרים [מגיד דבריו ליעקב פון ר"ר בער] אז סדא י"ב שערים פאר יעדן שבט און דער ארי האט מנסח גיווען א נוסח הראוי פאר יעדן איינעם אזוי ארום אפי' מווייסט נישט צו וועלכער שבט מגיהערט איז דא א נוסח שוה לכל נפש.

וז"ל הדברי חיים שם:
ובחינם התרעם החתם סופר על ליקוטי אמרים ואולי מחמת שמחברו ראש קהל חסידים לא נכנסו דבריו באזניו.


ע"כ מלש' דברי חיים, דער סאנזער דינגט זיך מיטן חת"ס און צום סוף פירט ער אויס וז"ל:

ולכן כל דברי התשובה הזאת [פינעם חת"ס] נפלאה, ומי שנפשו יפה יוכל לסמוך על גדולי הדור קדושי עליונים ששינו הנוסח אשכנז לנוסח ספרד, ואיננו ח"ו כחולק על מרן רבן של כל בני הגולה החתם סופר ז"ל כי איננו בקי בשיחחת חולין דיליה.


ע"כ מלש' דברי חיים.

אין אגרות סופר מערכת החת"ס מכתב מ' איז דא א בריוו פינעם חת"ס צו ר' אייזיקל מקאליב, די בריוו באצוהט זיך איבער א היתר עגונה וואס כמה גדולים האבין מתיר גיווען ובתוכם די חת"ס און ר' אייזיקל איז ארויס זייער שארף און האט נישם מסכים גיווען דערצו, און ער האט נישט גילאזט די פארפאלק וואס האט חתונה גיהאט אויפן סמך ההיתר זאל וואונען און די גלילות זיינער, וז"ל החת"ס.

שיל"ת פ"ב, יום ב' אדר"ח חנוכה ע"ט לפ"ק
החיים והשלום יחדיו יהיו תמים ישתרגו ויעלו על ראש צדיק ונשגב חסידא ופרישא הרב המאור הגדול מו"ה אייזיק נ"י אבדק"ק קאליף והגליל.


בתוה"ד שרייבט דער חת"ס וז"ל:
ושמעתי כי פאר רום מעלתו, עוד מחזיק בתומתו וחסידתו להחמיר שלא ליתן מקום להזוג לשוב לשבת בעיר לוק אשר הוא תחת ממשלתו האמת לולא שתלמידי הרבני ר' גדליה מפאפא סיפר לי משבחו וצדקתו דפרו"מ לולא כן היה מקום [דא איז דא כמה ווערטער וואס איז נשמט בנדפס] ח"ו, אבל מ"מ התמיה נשגבה וכו'.
אבל לא ידום וישתוק כי מבואו דבריו אלינו אם כנים הם אהיה כמודה ועוזב וד' יצילנו לעשות סנגורים לדברי אפי' נגד א' מתלמידים קטנים, ואם לא מצא דבר להרהר על גוף הפסק אקוה ברוב צדקו וחסידתו כי יסור ידו ויתן מקום להזוג לדור במקומם ולחסות תחת צל כנפיו, ולא יהי' ח"ו בעומד על דעתו לאהבת הנצוח או לנקום נקם, כי לא משנת חסידים היא זו ולא מדת חכמים, ודי לחכם וחסיד כמותו ודברי מועטים המחזיקים כמובים, והריני מצפה לתשובתו הרמתה וד' ירים קרנו ירים ונשא וגבה מאד, דברי אוהבו בנפש מאוד החותם בכל חותמי ברכות,
משה"ק סופר מפ"פדמיין.


ע"כ המכתב, די מונקאטשער רב אין נימוקי או"ח גייט ארויס קעגען ר' שלמה סופר [מבערעגסאז, נכד החתם סופר] און זיינע חיבורים איגרות סופרים, ער האט אפאר טענות.

א' וויבאלד ער האט אריינגישטעלט בילדער פון די גדולים וואס ווערין דערמאנט אינעם חיבור [רעק"א, חת"ס, כת"ס ר' שמעון סופ, בדרך אגב און דער באקאנטער בילד פין ר' שמעון סופר דער קראקאווער רב, זעהט זיך כאילו ער טראגט נישט מער און נישט ווייניגער "סטראקעס" ווער קען מסביר זיין דער ענין זאל דאס ביטע מסביר זיין, סקען זיין אז דאס איז גיווען א מלבוש רבנות, אדער גאר האט דער מעהלער גימאכט וואס ער האט גיוואלט].

ב' וועגין א געוויסער מכתב וואס איז אויך געדריקט און איגרות סופרים ווי דער חת"ס ציהט צוריק פון זיין הסכמה אויף איבערזעצין די ש"ס אויף דויטש, דורך ד"ר פיננער, און סמשמע אז דער חת"ס האט בעצם מסכים גיווען אויף איבערטייטשען נאר מחמת אנדערע טעמים האט ער חוזר גיווען, און אזא זאך האלט מוקאטשער רב איז נישט מסתבר, [ועי' בקובץ "ירושתנו" חלק ג' ארויסגיגעבן דורך "מכון מורשת אשכנז" ווי ר' יחיאל גולדהבער האט א מאמר מקיף איבער דעם מכתב חזרה].

ג', דאס איז די אויבינדערמאנטער מכתב וואס באציהט זיך צום קאליבער, ווי כאילו דער חת"ס האט נישט גיוואלט אויסהערין ביידע צדדים.

דעריבער האלט מונקאטשער רב אז זיינע ספרים האבין נישט קיין נאמנות.

אין דברי ברוך ווערט גיברענגט [דא שרייב איך פון זכרון ארויס און יכול להיות משגה הוא] אז א בעלזער חסיד איז אמאל נחית גיווען ביים חת"ס און האט גיהערט ווי דער חת"ס מאכט שפייז פון חסידישער תורות און האט גיזאגט אז ביי די חסידים וואלט מען גיטייטשט די פסוק "עוג מלך הבשן", "עוג" מלשון עוגה, "מלך" מלשון גיזאלצען, "הבשן" א פעטע, דהיינו א פעטע געזאלצענער קוכין [בדרך אגב אמאהל האט זיך איינער אין די ליטא אויסגעדרוקט ווי מען טייטשט אין די מגילה והמלך ואסתר ישבו לשתות יין [בערך אזוי שטייט אין פסוק] אז "המלך" איז ג-ט ברון הוא, "אסתר" איז כנסת ישראל, "ישבו לשתות" א לחיים, האט דער ליטוויק זיך מתרעם גיווען אז דאס אז "לשתות יין" גייט ארויף אויף "יינה של תורה" איז זיי נישט איינגיפאלען"...] דער חסיד האט דאס נישט אויסגיהאלטען און ווען ער איז אנגעקומען אהיים האט ער געשיקט קיין פרעשבורג כמה תורות פינעם שר שלום.

דער חת"ס האט שטארק מחבב גיווען די תורות און האט דאס געהאלטען צמוד צו זיינע אייגענע כתבים, מיט די יארען איז אויסגעקומען אז ביים דרוקען די ספרי חת"ס איז אריינגעפאלען אפאר בעלזער תורות.

אויב בין איך זיך נישט טועה איז דאס איינע פון די זאכען וואס דער ברך משה פון סאטמר האט מקבל גיווען ר' פינינלע מאוסטילי, [אפשר דער סקרענטינער רב קען דא ארויסהעלפין].

מיט א שטיק צייט צוריק האב איך גיזעהן צוברענגין אין א גליון בשם תשו' חת"ס אבה"ע ח"א סי' ע"ט ווי ער שרייבט בגדולת ר' מענדעלע מרימנוב [דאכט זיך דער ענין איז אז דער חת"ס שרייבט אז אמאהל האט מען זיך נישט גידארפט מיטשען מיט היתר עגונות מאיז גיגאנגען צו ר' מענדלי און מאיז גיהאלפען גיווארען, סקען גאר זיין איך חלום יעצט בהקיץ, אבער דאס איז זיכער ער שרייבט בגדולת ר' מענדלי מרימנוב], דער פראבלעם איז אז דער מראה מקום איז נישט קיין אויסגיהאלטענע מראה מקום, דעריבער האב איך עס נישט גיקענט נאכקוקען גיהעריג, ווער עס ווייסט פון דעם תשו' צו זאגען זאל ביטע צושטעלין א מראה מקום, און דער פונקטליכקייט פון דער ענין.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין סימן פ"ט אבה"ע ח"א ברענגדט דער חת"ס אינמיטן א גביית עדות א נאמען:
שהי' אצל הרב החסיד מה"ו מענדל רומנאב סקען אבער נישט זיין הה"ק מרימאנאוו, ווייל לויט די תשובה (סי' צ') וואס דער חת"ס איז דאס מברר איז דער דאטום תקע"ז ווען דער רימאנאווער זי"ע האט שוין נישט געלעבט
אין א בריוו פון הה"ק ר' מענדלע זי"ע געדרוקט אין דברי מנחם בתחלתו, דערמאנט ער מען זאל מזכיר זיין אין פרעסבורג (דער בריוו איז געשריבן להרב החסיד רבי חיים צארטיל'ס, אין דעם בריוו אין הה"ק מתריע אויף מלבושי עכו"ם כנודע)
וזל"ק בא"ד "גם ירומו ידם להודיע בנידון צערם לק"ק פרעסבורג (מיינט ער דעם חת"ס) ולק"ק אויבן ישן (מיינט ער דעם מהר"י מינץ) כי שמה חכמים וסופרים ויעוררו עליכם רחמים גם חשובים הם במקומות גבוהים וכו' עכ"ל עיי"ש והמכתב נכתב בשנת תקע"ב שכבר זרח אור שמשו של החתם סופר בק"ק פרעשבורג ומהלשון משמע שהזכיר א"ע ואת כל ב"ב אצל החתם סופר זיע"א
דאכט זיך מיר אז דער בריוו פון יש"מ וכו' וואס ס'איז פריער דערמאנט געווארן האט גאר שייכות מיט דעם (און נישט מיטן ארעסט פונם רוזינער).
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג יוני 16, 2009 12:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

לא לזה נתכוונתי, ואולי משגה הוא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סעמיטשקע האט געשריבן:
אין דברי ברוך ווערט גיברענגט [דא שרייב איך פון זכרון ארויס און יכול להיות משגה הוא] אז א בעלזער חסיד איז אמאל נחית גיווען ביים חת"ס און האט גיהערט ווי דער חת"ס מאכט שפייז פון חסידישער תורות און האט גיזאגט אז ביי די חסידים וואלט מען גיטייטשט די פסוק "עוג מלך הבשן", "עוג" מלשון עוגה, "מלך" מלשון גיזאלצען, "הבשן" א פעטע, דהיינו א פעטע געזאלצענער קוכין [בדרך אגב אמאהל האט זיך איינער אין די ליטא אויסגעדרוקט ווי מען טייטשט אין די מגילה והמלך ואסתר ישבו לשתות יין [בערך אזוי שטייט אין פסוק] אז "המלך" איז ג-ט ברון הוא, "אסתר" איז כנסת ישראל, "ישבו לשתות" א לחיים, האט דער ליטוויק זיך מתרעם גיווען אז דאס אז "לשתות יין" גייט ארויף אויף "יינה של תורה" איז זיי נישט איינגיפאלען"...] דער חסיד האט דאס נישט אויסגיהאלטען און ווען ער איז אנגעקומען אהיים האט ער געשיקט קיין פרעשבורג כמה תורות פינעם שר שלום.

דער חת"ס האט שטארק מחבב גיווען די תורות און האט דאס געהאלטען צמוד צו זיינע אייגענע כתבים, מיט די יארען איז אויסגעקומען אז ביים דרוקען די ספרי חת"ס איז אריינגעפאלען אפאר בעלזער תורות.

אויב בין איך זיך נישט טועה איז דאס איינע פון די זאכען וואס דער ברך משה פון סאטמר האט מקבל גיווען ר' פינינלע מאוסטילי, [אפשר דער סקרענטינער רב קען דא ארויסהעלפין].


אין לי מידע כעת, אבל אם יתוודע לי בוודאי שלא אמנע טוב.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

ר' יצחק שלמה אונגער אב"ד חוג חת"ס אין זיין ספר "רשומים בשמך", ברענגט מה ששמע מפי ר' יוסף נפתלי שטערין [די מסדר כל כתבי חת"ס באומנות יתירה ונפלאה] וואס ער האט גיהערט מפי חותנו ר' שלמה אלכסנדרי סופר בן ר' שמעון סופר די קראקאווער רב, וואס מיט ר' שלמה אלכסנדרי בדידיה הוי עובדא.

ביי א גילעגנהייט איז ר' שלמה אלכסנדרי איקלע צום בעלזער רב ר' ישכר בער, און די רב פארבעט אים ער זאל אים דערציילען מגדולת זק' די חתם סופר און פון אביו קראקאווער רב, ר' ש"א ענפערט מיט איין עובדא וואס מזעהט גדולת שניהן בבת אחת.

און פרעשבורג איז גיווען נהוג ווי אלע אנדערע ערטער אין אויבער לאנד, אז נאך תפילת שחרית בצפרא דשבתא האט מען גיזאגט עלינו און דער ציבור איז צוגאנגען אהיים קידושמאכען אויף מיני תרגומא, און ארום זייגער עלעף איז דער ציבור צוריק אויף קריאת התורה און תפילת מוסף [אויך איז גיווען טייל אירע וואס האבען תיכף דערויף גידאווענט מוסף, אבער צו קריה"ת איז איעדער צוריק].

פאסירט איינע פון די שבתים וואס דער חת"ס איז אהיימגעקומען און אזוי דורכגייענדיג די קיך באמערקט ער ווי בנו שמעו'לע שלעפט דאס קלייד פון אמו הרבנית און פארבעט איהר זיי זאל איהם עפעס ענפערין, די מאמע האט זיך אבער נישט געקומערט אין אים, מיט א צייט דערויף גייט דער חת"ס נאכאמאהל פארביי די קיך און עס חזרט זיך איבער דאס זעלביגע, אבער דאס מאהל האט אים די מאמע אנגעשריגען "לאז אפ און פרעג מער נישט דיין שטענדיגע פראגעס".

דער חת"ס רופט צו בנו הילד און פרעגט אים וואס איז זיין פראגע, ענפערט ער אז מזאגט די נוסח פון קדושה [נוסח אשכנז] "נקדש את שמך בעולם, כשם שמקדישים אותו בשמי מרום", פרעגט דאס קינד א הארבע קשיא ווער פון אונז האט דען גיהערט די קדושה פון די מלאכי השרת אז די באגער ביים דאווענין איז נקדש את שמך כשם שמקדישים.

דער חת"ס ענפערט ליבלעך "פרעגסט גוט, און קום יעצט מיט מיר אין שוהל אריין", אנקומענדיג און שוהל האט אים דער חת"ס גישטעלט לצידו, און ווען דער ש"ץ האט זיך גיגרייט צו די עמידה [=הויכע שמונה עשרה] האט אים די חת"ס ארויפגישטעלט אויף זיין בענקיל און גיהייסען ער זאל זיך אנכאפען אין סטענדער און גוט צו הערין, דאס קינד האט גיפאלגט און צוגילייגט אויער און מוח.

נאכען דאווענין פרעגט אים אביו "נו סנאך עפעס שווער", "ניין!" ענפערט ער מיט שטאלץ "אלעס איז שוין קלאר", זיין טאטע לאזט נישט נאך אין פרעגט "זאג מיין קינד אים וואס האסטו גיהערט", ענפערט שמעו'לע, "קודם שמעתי שרעקליך שרייען, און דערנאך געהערט זייער שיין זינגען".

ווען ר' שלמה אלכסנדרי ענדיגט שילדערין די עובדא, רופט זיך אהן דער בעלזער רב "א פלא א טאטע, א פלא א קינד".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב נאך די מעשה נישט געהערט, טאקע א פלא, יישר כח הרב סמיצ'קה פאר די העתקה.

איך האב שוין כמ"פ געהערט פון כ"ק סאטמאר רבי מהר"א שליט"א, די מעשה פון ר' שמעון סופר אנקומענדיג קיין קראקא ווען געוויסע תלמידי חכמים האבן אים געוואלט מקפח זיין ביי די איינצוגס דרשה און ער האט פארציילט א מעשה ווען דער פאטער האט אים אויסגעלערנט א שם ווען עס האט זיך אויסגעפעלט אין פרעשבורג ביי א אומצניעותדיגע חתונה, ער האט אויסגעפירט 'איך געדענק נאך דעם שם'.

ביחס פונעם חתם סופר צו חסידות, קען מען מוסיף זיין די תשובה שהשיב לבן גיסו מהרי"ל אייגער מלובלין וועלכער איז כידוע נתקרב געווארן לחסידות למורת רוח אביו הגדול ר' שלמה אייגער, דער חתם סופר רעדט דארט וועגן די ענין פון השכמה לדבר מצוה איך מיין אז דאס האט עפעס מיט חסידים וחסידות, אפשר קען איינער געבן דעם מראי מקום.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, אינטערעסאנט אז די האסט מעשה מיט קדושה נאך נישט געהערט, איך האב עס געהערט כמה פעמים מפי הנ"ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

[quote="סעמיטשקע"]

דער חת"ס ענפערט ליבלעך "פרעגסט גוט, און קום יעצט מיט מיר אין שוהל אריין", אנקומענדיג און שוהל האט אים דער חת"ס גישטעלט לצידו, און ווען דער ש"ץ האט זיך גיגרייט צו די עמידה [=הויכע שמונה עשרה] האט אים די חת"ס ארויפגישטעלט אויף זיין בענקיל און גיהייסען ער זאל זיך אנכאפען אין סטענדער און גוט צו הערין, דאס קינד האט גיפאלגט און צוגילייגט אויער און מוח.

נאכען דאווענין פרעגט אים אביו "נו סנאך עפעס שווער", "ניין!" ענפערט ער מיט שטאלץ "אלעס איז שוין קלאר", זיין טאטע לאזט נישט נאך אין פרעגט "זאג מיין קינד אים וואס האסטו גיהערט", ענפערט שמעו'לע, "קודם שמעתי שרעקליך שרייען, און דערנאך געהערט זייער שיין זינגען".

ווען ר' שלמה אלכסנדרי ענדיגט שילדערין די עובדא, רופט זיך אהן דער בעלזער רב "א פלא א טאטע, א פלא א קינד".[/quote

בקובץ אוצרות הסופר (ח"ז עמ' מ"ה) מובא כעי"ז לא על הרש"ס רק על הכת"ס, מאחד ששמע מפ"ק של הגאון בעל התעוררות תשובה מערלוי, שאביו הכתב סופר סיפר לו:
סיפר רבינו הכתב סופר שבילדותו אחרי שהבריא ממחלתו שנטה ממנה כמעט למות רח"ל וכידוע העובדא שמרן החת"ס זיע"א אמר שעל יובל שנה פעל בשמים להחיותו מ"מ היה חלוש בטבעו ולא היה חזק במזגו ומיטתו היתה מונחת בחדר הורתו ותלמודו של מרן החת"ס שישגיח עליו בעת שינתו ופע"א באמצע הלילה ראה שפניו של אביו הוארו בשמחה ופניו מבהיקים ויתמה ע"ז מאוד וישאל לאביו מה הוא זה ועל מה הוא זה ורבינו החת"ס בענותנותו ניסה להשתמט מלהשיב ויאזור אומץ בנפשו ואמר שאם לא יפרש לו שיחתו ונימוקו ירד מעל מיטתו רבינו החת"ס שחס על בריאות בנו וחלישות גופו לא יכול לסרב ואמר לו שכיון שעכשיו חצות הלילה ומתחלפים המשמרות בשמים וכששמע את קול שירם וזמרם באימה ובנעימה הביא לו הדבר שמחה וגילה ובירכו שכשיגדל הוא גם יזכה לשמוע שירתם
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מיללער האט געשריבן:ביחס פונעם חתם סופר צו חסידות, קען מען מוסיף זיין די תשובה שהשיב לבן גיסו מהרי"ל אייגער מלובלין וועלכער איז כידוע נתקרב געווארן לחסידות למורת רוח אביו הגדול ר' שלמה אייגער, דער חתם סופר רעדט דארט וועגן די ענין פון השכמה לדבר מצוה איך מיין אז דאס האט עפעס מיט חסידים וחסידות, אפשר קען איינער געבן דעם מראי מקום.


טעות טעות טעות!!! דער בריוו איז נישט פון חתם סופר נאר פון זיין זון רבי שמעון סופר אבד"ק קראקא, געדרוקט אין אגרות סופרים מערכת ר' שמעון סופר מכתב כ"ג, ווי ער פארטיידיגט ר' לייבעלעס מנהג לאחר ברית מילה עד מאוד, שהיה עליו הרבה מתנגדים שהריבו עמו על זה, ועמדו לצידו הגה"ק החידושי הרי"ם והה"ק הכהן הגדול מלובלין זי"ע ושלח הרי"ל לש"ב רש"ס, וזאת היתה תשובתו שם.
והכותב ר' מיללער חשב שהוא מהחת"ס לפי שלו נדפסה בספר האגרות, ר' לייבעלע היה אברך צעיר לימים כשנסתלק דודו החת"ס (לא היה יותר מבן 24 שנה), וגם אולי טעה מתשובת החת"ס בקובץ תשובות להג"ר זאבל איגר ב"ר יהודה ליב איגר אבד"ק הלברשטאט שהיה ש"ב של הגרעק"א חותנו של החת"ס.
און פון רבי שמעון'ן האבן מיר אסאך התקשרות פון אים צו גדולי החסידות, ואין בזה משום חידוש
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

טעות לעולם חוזר, עס איז טאקע געדרוקט אין מכתב סופר, וזכרוני הטעה אותי תשוח"ח לר' יחי' הכהן על העמדתי על נכון.

אין ביהמ"ד בלא חידוש, אז איר דערמאנט דעם ר' זאבל איגר ב"ר יהודה ליב איגר אב"ד האלבערשטאט בעמח"ס עטרת פז, דער ר' זאבל איז געווען רב אין ברוינשוויג, זיין טאטע מהרי"ל איז געווען בנו פון ר' עקיבא איגר הראשון אב"ד פרעשבורג אבי אמו של הגרעק"א שסיבב שמו האריגינלי גינז לשם משפחת אמו איגר.

אז דער באשעפער וועט געבן געזונט אין לעבן, ברויך מען מיט דער צייט עפענען אן אשכול איבער די משפחות רבנים איגר-גינז-שלזינגער אשר כבודם התפרסמו ברחבי העולם במשך השנים.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

מיללער האט געשריבן:איך האב שוין כמ"פ געהערט פון כ"ק סאטמאר רבי מהר"א שליט"א, די מעשה פון ר' שמעון סופר אנקומענדיג קיין קראקא ווען געוויסע תלמידי חכמים האבן אים געוואלט מקפח זיין ביי די איינצוגס דרשה און ער האט פארציילט א מעשה ווען דער פאטער האט אים אויסגעלערנט א שם ווען עס האט זיך אויסגעפעלט אין פרעשבורג ביי א אומצניעותדיגע חתונה, ער האט אויסגעפירט 'איך געדענק נאך דעם שם'.


הואיל ואתא לידן נימא בן מילתא.

די סיפור שטייט אויך אין רשומים בשמך מיט פיהל שיינע הוספות כהעל נישט אריין דערין יעצט ווייל מרעדט פון חת"ס זעלבסט, אויך האט דער סיפור קנאפע שייכות מיט חסידות אויסער די פאקט אז איינע פון די סיבות וואס סהאט אזוי לאנג גענומין קראקא זאל אויף נעמין א רב [אויסער די סיבה אז סהאבין זיך געפונען דארט פיהל תלמידי חכמים] איז צוליב די חילוקי דעות צווישען די חסידים וועם איינער האט גיוואלט איז ביים צווייטען גאר פסול גיווען, גאנץ רעלעווענט צו די היינטיגע עפאכע... אבער גופא דעובדא האט נישט קיין שייכות צו חסידות.

אבער אפ"ה עצור במילין אי אפשר, אויף דעם סיפור איז צריך עיון גדול, ווייל ר' שלמה אלכסדרי בנו פינעם מכתב סופר שרייבט אין די הקדמה צום מכתב סופר אלע פרקי תולדות פון מר אביו, ביניהם שרייבט ער באריכות די מינוי אין די שטאט קראקא, ער לאט נישט אויס קיין פרט, און אפי' די גאר אינטערסאנטע עפיזאדען ווי למשל אז איינע פון די קברי צדיקים הטמונים אינעם ביה"ח דקראקא איז גיווען טמיר ונעלם א שטיק צייט און הפלא ופלא ווען ר' שמעון איז אנגעקומען איז דער ציון געפינען גיווארען [דאכט זיך ציון מגלה עמוקות], און ער האלט זיך ניטאמאהל איין צורייבען אפי' די מילין דתמיה בעיני אינשי [מחמת כשם שמצוה לומר דבר דמשתמע אין לומר מלי דלא מישתמע].

דעריבער איז א תימה גדולה אז די זוהן פון מכתב סופר אליין איז זיך מתעלם פון די גאנצע עובדא מיט די שם וכו' וואס דאס איז לכאורה א פרט וואס ער וואלט נישט גידארפט פארגעסין אדער אויסלאזען.

נאר להיות די סיפור האט טשיבינער רב נאכדערציילט בשם אביו ר' יעקעלע מהרימלוב בשם אביו וואס איז גיווען נוכח ביי די גישעהניש, איז א מצוה ווער עס קען פארענפערין די תימה.

ולולא הנ"ל הייתי אומר אז עירוב פרשיות שנו כאן, אין מען מישט זיך מיט די סיפור אין חוט המשולש, ווי עס ווערט געשילדערט אן עובדא ווי ר' נתן אדלער האט געשיקט תלמידו החת"ס צו אפשטילען שחוק וקלות ראש ביי א געוויסע חתונה, און ווען די חתן האט אים געסטראשעט האט שוין די חת"ס מורא גיהאט צוריקגיין האט אים ר' נתן אדליר געשיקט מיט א שופר אן גהעייסין מכוון זיין ווי און סהאט נישט גענומען קיין מעת לעת אין די סנישט גיווען קיין חתן וכלה, דאס האט גורם גיווען אז ר' נתן אדליר האט געמוזט פארלאזין פ"פ.

און לדעתי האט מען אויפגעמישט די צוויי עובדות, פון די אויבינדערמאנטע מעשה זעהט מען כוחן פון אמאהליגע גדולים, האט אבער אמאהל א גדול זיך אנגערופען פארקערט אמאהל איז דער דרך ארץ גיווען פיל גרעסער ווען די רב האט גיהייסין שטארבען איז מען גיגאנגען שטארבען...
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

מיללער האט געשריבן:איך האב נאך די מעשה נישט געהערט, טאקע א פלא, יישר כח הרב סמיצ'קה פאר די העתקה.


עצה טובה קמ"ל סכדי צו אינוועסטין און די ספר "רשומים בשמך" סזיך צובאלעקין יעדע ווארט.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

אין חמדה גנוזה [חלק תלמידי הבעשט] ווערט גיברענגט דאכט זיך בשם שינאווער רב אז ר' הירשלי ליסקער איז גיווען אויף א חתונה ביחד מיטן לת"ס און דער חתן האט אנגעהויבן דרשנען כנהוג, ר' הערשילי האט אים מפסיק גיווען נאך די קשיא, דער חת"ס האט באפוילען דער חתן זאל יא ממשיך זיין ווייטער ר' הערשעלי לאזט נישט נאך און הייסט אויפהערין.

די חת"ס האט פארגעהאלטן ר' הירשילי הלמאי ער איז אים מפסיק, האט אים ר' הירשלי גיענפערט סאיז א סוד וואס מקען נישט אויסזאגען, מיינענדיג אז די חתן וועט נישט קענין אויסזאגען די פשטיל וועט עס זיין בזיונות.

סאיז אינטערסאנט ווי איז איקלע ר' הירשלי צו א חתונה וואס דער חת"ס איז גיווען נוכח, און אויב איז דאס גיווען סוף ימיו פינם חת"ס איז ער דאך שוין גיווען מנהיג הדור און סנישט מסתבר אז ר' הירשלי האט זיך ארומגעטענהט אזוי מיטן חת"ס, ווידעראום וועמיר זאגין אז סגיווען און מיטעלע יארען פון חת"ס איז דאך ר' הערשילי גיווען א יונגערמאן, איז וויטער שווער ווי אזוי האט ער גענומען די קוראזש צו גיין קעגין די חת"ס אין אזא יונגען עלטער און די חתן זאל אים פאלגין ווי איידער דער חת"ס.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

סעמיטשקע האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אבער אפ"ה עצור במילין אי אפשר, אויף דעם סיפור איז צריך עיון גדול, ווייל ר' שלמה אלכסדרי בנו פינעם מכתב סופר שרייבט אין די הקדמה צום מכתב סופר אלע פרקי תולדות פון מר אביו, ביניהם שרייבט ער באריכות די מינוי אין די שטאט קראקא, ער לאט נישט אויס קיין פרט, און אפי' די גאר אינטערסאנטע עפיזאדען ווי למשל אז איינע פון די קברי צדיקים הטמונים אינעם ביה"ח דקראקא איז גיווען טמיר ונעלם א שטיק צייט און הפלא ופלא ווען ר' שמעון איז אנגעקומען איז דער ציון געפינען גיווארען [דאכט זיך ציון מגלה עמוקות], און ער האלט זיך ניטאמאהל איין צורייבען אפי' די מילין דתמיה בעיני אינשי [מחמת כשם שמצוה לומר דבר דמשתמע אין לומר מלי דלא מישתמע].

דעריבער איז א תימה גדולה אז די זוהן פון מכתב סופר אליין איז זיך מתעלם פון די גאנצע עובדא מיט די שם וכו' וואס דאס איז לכאורה א פרט וואס ער וואלט נישט גידארפט פארגעסין אדער אויסלאזען.

רבי שלמה אלכסנדרי ז"ל האט נאר געשריבן ממש די אנהויב פון די הקדמה, זעה דארט (קונטרס באר מרים) עמוד ח' ד"ה עד כאן, וואס פון דארט און ווייטער שרייבט דער איידערם זיינער ר' יוסף נפתלי ז"ל, ואינו מוכרח אז ער האט געוויסט דערפון
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

סעמיטשקע האט געשריבן:אבער אפ"ה עצור במילין אי אפשר, אויף דעם סיפור איז צריך עיון גדול, ווייל ר' שלמה אלכסדרי בנו פינעם מכתב סופר שרייבט אין די הקדמה צום מכתב סופר אלע פרקי תולדות פון מר אביו, ביניהם שרייבט ער באריכות די מינוי אין די שטאט קראקא, ער לאט נישט אויס קיין פרט, און אפי' די גאר אינטערסאנטע עפיזאדען ווי למשל אז איינע פון די קברי צדיקים הטמונים אינעם ביה"ח דקראקא איז גיווען טמיר ונעלם א שטיק צייט און הפלא ופלא ווען ר' שמעון איז אנגעקומען איז דער ציון געפינען גיווארען [דאכט זיך ציון מגלה עמוקות], און ער האלט זיך ניטאמאהל איין צורייבען אפי' די מילין דתמיה בעיני אינשי [מחמת כשם שמצוה לומר דבר דמשתמע אין לומר מלי דלא מישתמע].

איר רעדט פון דעם ציון פון החַכַם הגדול בעל מעשי ה' שמנוחתו כבוד בקראקא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

יהיה כן האט געשריבן:רבי שלמה אלכסנדרי ז"ל האט נאר געשריבן ממש די אנהויב פון די הקדמה, זעה דארט (קונטרס באר מרים) עמוד ח' ד"ה עד כאן, וואס פון דארט און ווייטער שרייבט דער איידערם זיינער ר' יוסף נפתלי ז"ל, ואינו מוכרח אז ער האט געוויסט דערפון


ווער נאך ווי ר' יוסף נפתלי האט גיקענט אזוי גוט תולדות בית הסופרים, ובפרט רוב דברים האט ער גיהערט פון זיין שווער ר' שלמה אלכסנדרי אליין אין סנישט מסתבר אז אלע פרטים האט ער אים איבערגיגעבין אויסער די עובדא מפליאה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין שו"ת חתם סופר אבהע"ז סי' פ"ט איז פארהאן אן עגונה שאלה, ביי די גביית עדות וואס ר' שמואל ב"ר יעקב מבולחאב פארציילט איבער דעם נפטר, זאגט ער אז ער האט אנגעטראפן אין טאקיי א וואגן אין וועלכע עס זענען געפארן א איד און להבדיל א גוי וואס איז געווען אויפן וועג קיין אטווע.
שמועסענדיג אויפן וועג מיט דעם איד ר' יוסף פון וואו ער קומט, האט אים דער איד פארציילט אז ער האט געהאט אן ארענדע וואס מ'האט פון אים אוועקגענומען זייענדיג צובראכען איז ער געפארן "אצל הרב החסיד מה"ו מענדל רומנאב" וועלכער האט אים גע'עצה'ט צו פארן קיין פעסט צו שתדלן "ופעל בעזה"י מבוקשו".
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

סקרענטאנער רב מורינו ר' מיללער
דעם חת"ס האבעך שוין פריער דערמאנט און ציגעציייכנט, אבער עס איז נישט - און עס קען נישט זיין - הה"ק ר' מענדל מרימאנאוו, אזוי ווי מיר האבן שוין פריער ערווענט, הבט נא וראה
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

אין זכות ישראל - עשר אורות מערכת ר' לוי יצחק מבארדיטשוב אות לו, שרייבט ר' ישראל בערגיר די פאלגענדע עובדא בשם ר' אברהם יודא הכהן שווארץ מבעריגסאז.

די בארדיטשובער איז אמאהל אנגעקומען למעונו פינעם חת"ס, די חת"ס האט זיך דאן מתעמק גיווען אין א שווערע תוספות, און ווען ער האט באמערקט די בארדיטשובער איז עומד לפניו האט ער אים שלום גיגעבין און תוך כדי דיבור פרעגט די חת"ס צו ער איז א תלמוד חכם ובר אוריין, דער בארדיטשובער ענפערט אויב וואלט ער גיהאט די זעלבע מנוחה ווי פרעשבורגער רב און גיגעסיןן א סעודה ווי דער פר"ב רב, וואלט איך אויך גיקענט לערנין, די חת"ס האט פארשטאנען פון די ווערטער אז דער בארדיטשובער איז דייער אויסגעמוטשעט פון טלטול הדרך און שוין נישט גיגעסין היבשא צייט, און תיכף גיהייסן צו שטעלין ברוינפען מיט מיני מתוקה לכבודו פינעם גאסט און עס געשטעלט פארן קדושת לוי, די חת"ס האט זיך תיכף ומיד ממשיך גיווען בעומק דברי התוספות.

נאך א ציט באמערקט ער ווי דער בארדיטשובער האט גארנישט טועם גיווען האט ער אים גיפרעגט פשר הדברים, ענפערט די קדושת לוי אין די גמרא ווערט גיפרעגט א סתירת הכתובים, דא שטייט "לד' הארץ ומלואה" אז אלץ גיהערט פארן הער, און א צווייט פלאץ שטייט "והארץ נתן לבני אדם" אז האי עלמא גיהערט פאר די בני אדם, ענפערט די גמרא כאן קודם ברכה איז לד' הארץ, כאן אחר הברכה איז הארץ לבני אדם, פירט אויס די בארדיטשובער, איך האב פארבעטין פר"ב רב זאל צושטעלין עסין און טרינקען, אבער ווי לאנג כבודו מאכט נישט קיין ברכה, גיהערט עס נישט פאר כבודו און ער קען נישט אוועקגעבין דבר שאינו שלו, דער חת"ס האט טאקע טועם גיווען און אזוי ארום האט דער קדושת לוי גיקענט עסען.

דערנאך פרעגט אים די חת"ס צו ער קען לערנין ענפערט די בארדיטשובער מיט עניוות אז ער פארשטייט וואס מזאגט אים, און פארבעט די חת"ס זאל אים זאגין א דבר תורה, דער חת"ס צייגט אים די דברי התוס' וואס ער מוטשעט זיך שוין א שטיק צייט און פרעגט אים פשר דבריהם, דער בארדיטשובער ווערט פארדביקעט און פאנגעט זאגען קפיטאל כד פון תהילים מיט א התלהבות גדול כדרכו, ווען ער פארענדיגט די קאפיטאל האט ער אים מסביר גיווען דברי התוס' בטוב טעם ודעת.

דער חת"ס האט שטארק הנאה גיהאט פינעם פשט, אבער די חת"ס פרעגט מיט וואונדער וואס איז די קשר פון די תוספות מיט די קאפיטל כד וואס ער האט מקדים גיווען איידער ער האט גיזאגט פשט, דער קדושת לוי ענפערט אז די בעלי התוס וואס כבודו האט שווער גיהאט א קשיא ווערין מרומז אין די דאזיגע קאפיטל דעריבער האט ער פארבעטין די בעלי התוס' זאלין אים מגלה זיין די פשט אמיתי פינעם תוס' וכך הוה.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

כהאב גיהערט די פאלגענדע עובדא פון איד וואס האט דאס גיהערט פון איינע פון די נוכחים, דער נוכח וואונט אין בארא פארק ער הייסט פראנקעל א זוהן פון די יו"ר פון די ארטאדאקסישען לישכה אין פעסט, [די מעשה האב איך גיהערט א לאנגע צייט צוריק, בשעתו האט נאך די נוכח גילעבט, היינט ווייס איך נישט כהאף נאך צו קאנפארמין די פונקטליכע דעטאלין, און נעמין].

בשעת ווען מונקאטש איז נאך גיווען א טייל פון די אונגרישער לישכה [דער מנ"א האט זיך למעשה אפגעטיילט ווען מונקאטש האט שוין נישט גיהערט צו אונגארין, אויך צוליב וואס יונגערע רבנים האבען גענומען פירן די רעדער ואכ"מ] האט דער מונקאטשער רב [דער מנח"א] געשפילט א גרויסע ראלע אין די הלך ילך און פעסט און פלעגט היבש אפט ערשיינען בבית משפחת פראנקעל דורכצורעדין ענינים העומדים על הפרק, פאסירט אמאהל ווען די מנ"א קומט אן אינמיטען די נאכט צו זיי און שטוב, ווען מהאט אים מכבד גיווען אריינקומען אין די הויז האט ער מסרב גיווען און אזוי ארום געבליבען שטיין אידערויסען אויף די טרעפ, דער מנח"א גייט צו צום ענין און פרעגט "ילמדנו פארוואס אין די וועלט איז אנגענומען די חת"ס גרעסיר און "גדלות" [נישט תורה נישט עבודה וכו' נאר בהאי לישנא "גדלות"] מער ווי דער סאנזער רב, די יו"ר ווייסט נישט וואס צו ענפירען און פארטראכט זיך א מינוט.

נאך אפאר מינוט ענפירט ער מיט א סיפור וואס ער האט גיהערט פון ר' -- [ווי גיזאגט פריער גידענק איך נישט די פרטים כהאף נאך אריינצופילען די בלענקס] בשם א תלמיד חת"ס.

איינע פון די מובחרי תלמידי חת"ס ר' -- וואס האט שוין גילערינט ביים חת"ס א גאנצע מחזור, דהיינו אלע מסכתות וואס איז גיווען רגיל אין פרעשבורגער ישיבה צו לערנין, און יעצט האט ער זיך גיגרייט אנצוהייבען איינע פון די מסכתות וואס ער האט שוין גילערנט ביים חת"ס, דער חת"ס האט פאראויסגיזאגט די מראה מקומות צום שיעור אין די תלמידים האבען זיך גענומען גרייטען, היות דער תלמיד האט שוין גיהערט אזויפיל שיעורים פון חת"ס ובפרט אויך אויף די דאזיגע מסכת, האט ער זיך ערלויבט און האט גיזאגט פאר זיינע חברים אז לויט די מראה מקומות וואס די רבי האט געגעבין גייט ער מחדש זיין אזוי און אזוי און ער האט אפי' נאכגימאכט די תנועות פון חת"ס וואס ער גייט מאכען בשעת די קשיא און די תנועה בשעתן תירוץ וכו'.

דער חת"ס קומט אריין צום שיעור און נעמט זיך פארלערנין, און וואנדער איבער וואונדער די חת"ס זאגט גענוי ווי דער תלמיד האט פאראויסגיזאגט און טאקע מיט די גענוי תנועות, פארשטייט זיך סגיווארען א שטיקל שמייכלעריי, נאך אפאר מינוט האט זיך שוין אנגעזעהן אויף אביסעל העכירע טעניר אזוי ארום אז די חת"ס האט באמערקט וואס עס גייט פאר, ער שטעלט זיך אפ און פרעגט "ולשמחה מה זו עושה", קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו זאגען די סיבה ביז דער חת"ס האט גוזר גיווען אויף איינע פון די תלמידים אז ער מוז אויסזאגען, ווען די חת"ס הערט ואס סליגט אונטער דעם האט ער פארמאכט די גמרא, און פארן פארלאזען די שיעור שטובל זאגט ער מיט א שטרענגע מינע, "אויב מווייסט סיי ווי מיין שיעורים פון פאראויס, וואס פעלט אויס פארלערנין", און אזוי האט ער פארלאזט די שיעור שטיבעל.

ווי די קול איז ארויס אז דער חת"ס האט מפסיק גיווען די שיעור, ותהום כל העיר, אזאנס האט נאך קיינמאהל נישט פאסירט, די ראשים פון שטאט האבען מחליט גיווען אז אולי זאל מען די תלמיד באשטראפען וכו', דער תלמיד האט פאר פחד זיך אויסבאהאלטען אין זיין אכסניא פאר דריי טעג, מורא האבענדיג פאר א קפידא פון זיין רבין, נאך דריי טעג האט ער ערשיינט ביים שיעור, און פאר די חת"ס האט נאר אנגעהויבען צו דרשנען, רופט ער זיך אהן אז דער תלמיד זאל ארויפקומען צום שטענדיר, דער תלמיד איז גיווארען פארציטערט דא וועט אים זיין רבי שוין פארווארפען פון ביידע עולמות און זיינע אברים זענין גיווארען דא לדא נקשן, דער חת"ס זעהט ווי דער תלמיד פארזוימט זיך הייסט ער נאכאמאהל ארויפקומען, ווי די חת"ס פארענדיגט דאס צווייטע באפעהל גייען צו כמה בחורים און שטופין אים צו צום שטענדיר.

ווען די תלמיד איז אנגקומען צום חת"ס פאנגט אהן די חת"ס בדמעות שליש איבער בעטין די תלמיד, "ווי גרויס איז מיין פשיעה כלפי אזא תלמוד, אנשטאט זיך פרייען מיט אזא תלמיד אז ער קען מיינע שיעורים פון פאראויס מיט אלע קנייטשען און תנועות בין איך צוגעקומען צו שטיקעל כעס, און גורם גיווען צער פאר אזא לאנגע צייט", דער תלמיד הערנדיג די רייד איז גיווארען ממש צושאקעלט, אבער די חת"ס האט נישט נאכגילאזט ביז דער תלמיד האט בפה מלא מוחל גיווען.

ווען די יו"ר האט פארענדיגט די סיפור, איז נתחוורו פניו פון מנחת אלעזר, און האט גיזאגט "אכן נודע הדבר", און האט זיך צוריק גילאזט אויפן וועג אהיים אנא דעם ער זאל אפי' אריין א ברכה מאכען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”