ההפלאה ותלמידו החתם סופר ביחס לחסידות וחסידים
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7214
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
בענין החסידות בפראנקפורט עיר רבנותו של ההפלאה, מצאתי בקובץ צפונות חלק ח' עמ' נ"ח בשם אחד ששמע מפ"ק של החקל יצחק מספינקא זצ"ל הי"ד שסיפר בשם הגה"ק ר"י אייזיק מזידיטשוב שסיפר שהגה"ק הר"ר בער המגיד ממעזריטש ז"ל באשר הי' חולה ברגליו הי' רגיל ליסע מדי שנה בשנה לקארלסבאד ונסע תמיד דרך פפד"מ להתראות עם הפנ"י ז"ל ובאשר הי' גאון גדול תמיד כשבא לפני יהושע הי' ביניהם פלפולים גדולים כמה שעות ואח"כ הי' רגילים ביחד שני הגאונים להקשות קושיות על הבעש"ט הק' זי"ע ואח"כ כשנעשה תלמידו של הבעש"ט הק' אמר שעוד פ"א יסע לרפאות לרגליו ומקוה שיהי' לו רפואה בפעם הזה ועבר ג"כ דרך פפד"מ ופלפל בתורה כמה שעות עם הג' פני יהושע ז"ל ולאחר הדברי תורה שתק ולא הקשה שום קושיא על בעש"ט הק' שאלו הפנ"י אם כבר נעשה חסיד ולמה אינו מקשה עוד והשיב הר"ר בער ז"ל שעד שלא הכיר את הבעש"ט הק' וסבר שהוא ילוד אשה בן אדם הקשה עליו קושיות אבל עתה זכה להכירו ורואה שהוא מלאך ועל מלאך אין להקשות קושיות
בקשר ההפלאה לחסידות יש לציין שהה"ק רבי אברהם חיים מזלאטשוב בעל מח"ס אורח לחיים תלמידו של המגיד ממעזריטש והה"ק ר"פ מקאריץ, היה בזיוו"ר חתן ההפלאה, ובספר הפלאה מסכת כתובות (במהדורות האחרונות הושמט) בסוה"ס מופיע מחידושיו 'חידושי חתן המחבר'

-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
סעמיטשקע האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:איך האב שוין כמ"פ געהערט פון כ"ק סאטמאר רבי מהר"א שליט"א, די מעשה פון ר' שמעון סופר אנקומענדיג קיין קראקא ווען געוויסע תלמידי חכמים האבן אים געוואלט מקפח זיין ביי די איינצוגס דרשה און ער האט פארציילט א מעשה ווען דער פאטער האט אים אויסגעלערנט א שם ווען עס האט זיך אויסגעפעלט אין פרעשבורג ביי א אומצניעותדיגע חתונה, ער האט אויסגעפירט 'איך געדענק נאך דעם שם'.
הואיל ואתא לידן נימא בן מילתא.
די סיפור שטייט אויך אין רשומים בשמך מיט פיהל שיינע הוספות כהעל נישט אריין דערין יעצט ווייל מרעדט פון חת"ס זעלבסט, אויך האט דער סיפור קנאפע שייכות מיט חסידות אויסער די פאקט אז איינע פון די סיבות וואס סהאט אזוי לאנג גענומין קראקא זאל אויף נעמין א רב [אויסער די סיבה אז סהאבין זיך געפונען דארט פיהל תלמידי חכמים] איז צוליב די חילוקי דעות צווישען די חסידים וועם איינער האט גיוואלט איז ביים צווייטען גאר פסול גיווען, גאנץ רעלעווענט צו די היינטיגע עפאכע... אבער גופא דעובדא האט נישט קיין שייכות צו חסידות.
אבער אפ"ה עצור במילין אי אפשר, אויף דעם סיפור איז צריך עיון גדול, ווייל ר' שלמה אלכסדרי בנו פינעם מכתב סופר שרייבט אין די הקדמה צום מכתב סופר אלע פרקי תולדות פון מר אביו, ביניהם שרייבט ער באריכות די מינוי אין די שטאט קראקא, ער לאט נישט אויס קיין פרט, און אפי' די גאר אינטערסאנטע עפיזאדען ווי למשל אז איינע פון די קברי צדיקים הטמונים אינעם ביה"ח דקראקא איז גיווען טמיר ונעלם א שטיק צייט און הפלא ופלא ווען ר' שמעון איז אנגעקומען איז דער ציון געפינען גיווארען [דאכט זיך ציון מגלה עמוקות], און ער האלט זיך ניטאמאהל איין צורייבען אפי' די מילין דתמיה בעיני אינשי [מחמת כשם שמצוה לומר דבר דמשתמע אין לומר מלי דלא מישתמע].
דעריבער איז א תימה גדולה אז די זוהן פון מכתב סופר אליין איז זיך מתעלם פון די גאנצע עובדא מיט די שם וכו' וואס דאס איז לכאורה א פרט וואס ער וואלט נישט גידארפט פארגעסין אדער אויסלאזען.
נאר להיות די סיפור האט טשיבינער רב נאכדערציילט בשם אביו ר' יעקעלע מהרימלוב בשם אביו וואס איז גיווען נוכח ביי די גישעהניש, איז א מצוה ווער עס קען פארענפערין די תימה.
ולולא הנ"ל הייתי אומר אז עירוב פרשיות שנו כאן, אין מען מישט זיך מיט די סיפור אין חוט המשולש, ווי עס ווערט געשילדערט אן עובדא ווי ר' נתן אדלער האט געשיקט תלמידו החת"ס צו אפשטילען שחוק וקלות ראש ביי א געוויסע חתונה, און ווען די חתן האט אים געסטראשעט האט שוין די חת"ס מורא גיהאט צוריקגיין האט אים ר' נתן אדליר געשיקט מיט א שופר אן גהעייסין מכוון זיין ווי און סהאט נישט גענומען קיין מעת לעת אין די סנישט גיווען קיין חתן וכלה, דאס האט גורם גיווען אז ר' נתן אדליר האט געמוזט פארלאזין פ"פ.
און לדעתי האט מען אויפגעמישט די צוויי עובדות, פון די אויבינדערמאנטע מעשה זעהט מען כוחן פון אמאהליגע גדולים, האט אבער אמאהל א גדול זיך אנגערופען פארקערט אמאהל איז דער דרך ארץ גיווען פיל גרעסער ווען די רב האט גיהייסין שטארבען איז מען גיגאנגען שטארבען...
לענ"ד איז דיין קשיא (פארוואס ר' שלמה אלכסנדרי בהקדמתו למכתב סופר דערמאנט נישט דעם סיפור) נישט אזא שטארקע קשיא. כ'האב שוין אין די פארגענהייט זיך אנגעשטויסן מיט אסאך אזעלכע עפיזאדן, ווי איינער ברענגט א געוויסן מציאות וואס זאל זיך האבן אפגעשפילט ביי א געוויסן אומשטענד, ווידער דער אנדערער וואס ברענגט קלארע פאקטן פונעם זעלבן אומשטענד איז זיך גענצליך מעלים עין דערפון. טא, צוליב דעם מיינט דאס אז דער ערשטער וואס האט עפעס פארציילט איז נישט ריכטיג?! לאו דוקא!
ואהיה לך מראה באצבע על דוגמא אחת העולה כעת בזכרוני:
באוואוסט איז גאר שטארק אין דער גאנצער וועלט אז ביים "מונקאטשער חתונה" וועלכער איז פארגעקומען אום אדר תרצ"ג, האט דער מנחת אלעזר זצ"ל גערעדט אפאר ווערטער צו די אמעריקאנע אידן בנוגע שמירת שבת. דער חתונה איז געווען גאר היסטאריש, ווען א ריזן ציבור לאלפים האבן אנטייל גענומען. אלע צייטונגען וכדו' האבן געשריבן פון דעם חתונה. עס איז זיכער אז דער מיוחד'יגער פרט פון רעדן דברי כבושין אין אזעלכע געהויבענע מאמענטן צו די אמעריקאנער אידן וועגן שמירת שבת, וואלט זיכער געדארפט געדעקט ווערן אין אלע - אדער כאטש אין געוויסע - קוועלער וועלכע האבן באריכטעט דעם געהויבענעם חתונה. אבער, ווי אינטערעסאנט איז, אז דער נקודה חשובה, ווערט נישט דערמאנט בכתובים אין ערגעץ נישט וואס באריכטעט דעם חתונה.
באזונדער איז דער פלא אויפן ספר "תולדות רבינו" ווי עס ווערט באשריבן די תולדות פונעם מנח"א מיום עמדו על דעתו, און אלע פרטים פון די גרויסע חתונה זעלבסט, האט אויסגעלאזט דעם חשובען פרט שלאו בכל יומא התרחש. פארוואס עס ווערט נישט דערמאנט קען זיין צענדליגע תירוצים, אבער דער טרוקענער פאקט אז ער האט גערעדט צו אמעריקאנע אידן אין אזא געהויבענעם מאמענט ווערט נישט געדעקט כלל וכלל!
ופלא הוא!
וועלן קענען היסטאריקער קומען אפאר יאהר ארום און זאגען אז וויבאלד עס ווערט נישט געשריבען וועגען דעם אין די נייעס אגענטורען אדער אין מונקאטשע באשרייבונגען פון יענעם תקופה, ממילא איז פשט אז דאס האט קיינמאן פאסירט??? אודאי און אודאי נישט, עס איז דאך קלאר פאר יעדן דעם מציאות אז ער האט יא גערעדט צו אמעריקאנע אידן דעמאלסט!
ממילא קען מען נישט קיין ראי' ברענגען אז וויבאלד רבי שלמה אלכסנדרי האט אין זיין הקדמה ארויסגעלאזט דעם געוואלדיגען סיפור, ממילא איז דא א מקום צו מערער זיין אויפן אמיתיות פונעם הערליכען סיפור. לא ולא! ס'קען זיין אז ס'איז געווען א כונה דערביי, ס'קען זיין ס'איז בטעות ארויסגעפאלן וכו' וכו' (או משום איזה סיבה אחרת), און דער ספור איז במקומה עומדת אן קיין עירוב פרשיות.
הנלע"ד כתבתי. ואידך פירושא זיל גמור.
לחיים ולברכה!
אהָ קאַמאַן!
טענו לו בחיטים והודו לו בשעורים, דיין באמערקונג וועגין די מונקאטשער חתונה איז זייער שיין און עס איז כדי דאס צובאמערקען אינעם אשכול פינעם מנחת אלעזר.
אבער דא רעדט זיך פינעם כותב "בה"א הידועה" פון די תולדות החתם סופר, פון די מעתיקי השמועה לבית סופר, און ער זעצט זיך שרייבען די פונקליכער קורות פון די התמנות פינעם מכתב סופר מיט אלע פיטשעווקעס אן אויסלאזען א פרט, נישט ער קומט פארציילען א איינצינלע מעשה, ווי סשייך צו זאגען תנא ושייר, און אויך איז נישט דא קיין סיבה מעלים צוזיין די דאזיגער סיפור צוליב פארשידענע טעמים.
און איינמאהל די סיפור איז שוין אויף שוואכע יסודות האב איך זיך ערלויבט צוזגען אז די מעשה איז אפשר נובע פון אן עירוב פרשיות.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35429
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
בילדער פון די מציבות פון הרה"ק בעל ההפלאה זצ"ל ובנו ר' צבי הירש המחנה לוי זצ"ל בביה"י בפראנקפורט-דמיין (קרעדיט לבן הרחמן על הלינק)
די נוסחאות:
די נוסחאות:
פה טמון וגנוז הגאון הגדול המפורסם יחיד בדורו רבן של כל בני הגולה החסיד ועניו ראש גולת אריאל נפטר ונק׳ יו׳ ב׳ ב׳תמוז תקס״ה לפ״ק רב פעלים מקבציאל העמיד תלמידים הרבה והרביץ תורה בישראל כבוד מהור״ר פנחס הלוי איש הורוויץ זצ״ל ה״ה אב״ד דקהילתינו יע״א אשר האיר פני כל הגולה בחיבוריו הקדושים ספרי הפלאה ספר כתובה וספר המקנה חכמתו בחוץ תרונה פנה ופנה תהילתו מלאה הארץ גודר גדר ועומד בפרץ.
פ״ט כבוד הגאון הגדול אב״ד ור״מ יחיד בדורו רבן של בני הגולה החסיד ועניו ה המפורסם מהור״ר צבי הירש בן לאותו צדיק החסיד הגאון אב״ד מהור״ר פנחס הלוי זצ״ל איש הורוויץ נפטר ליל מש״ק כ״ו ונקבר ביום ב׳ כ״ו אלול תקעזי״ן לפ״ק אשר הרביץ תורה בישראל והעמיד תלמידים הרבה והאיר פני כל הגולה בחיבוריו היקרים ספר מחנה לוי וספר לחמי תורה חכמתו בחוץ תרונה בכל תפוצות ישראל תהלתו מלאה ארץ גודר גדר ועומד בפרץ ענוונתו צדקתו וחסידתו לרוב יפרוץ פי שנים ברוחו שבחו מי ימלל גדלו ורב כוחו ב״ז תנצב״ה
שוין גערעדט פין דעם ענין פריער, איך וויל נאר מוסיף זיין אפאר נקודות.
דע חת"ס זי"ע האט געהאט הערצה גדולה פאר די גדולי החסידים. אזוי מ'זעט אז ער האט אראפגעברענגט זייערע ספרים (ליקוטי אמרים לר"ר בער זי"ע).
אויך איז באקאנט די מעשה (ואעתיק מספר פרי העץ):
בתוך אחת השיחים [של המהר"י מודרן עם רבו החת"ס], ביקש רבו להתוודע ממנו מהותה של דרך החסידות, מאחרי שידע משייכותו של רבינו לגדולי תלמידי בעש"ט הק'. רבינו מסר לרבו רשמים על גדולי החסידות שהכיר וגם על המוני החסידים שראה והתנכר עמהם באונגארין ובגליציה . יסופר כי החת"ס בשמעו את דבריו של רבינו [המהר"י מודרן] בתארו את גדולתם של גדולי החסידות הגיב בגודל ענותנותו וצדקתו: למלך יש עבדים שונים, ולכל אחד יש תפקיד ודרך מיוחד למלאות רצונו, וכולם מהם נצרכים למלך וכולם עושים לו נחת רוח. הנה אני הנני מסיק תנורו של מלך ביגיעת תוה"ק ללמוד וללמד ולהשיב תשובות כהלכה, ובקשתי דלא איעול בכסופא לעלמא דאתי לפני מלכו של עולם הקב"ה.
(אויך זאגט מען, אז די חת"ס האט געבעטן פין די גדולי ליטא אפצישטעלן די מלחמה קעגן די חסידים. אין ווי באקאנט האבען זיי געהאט גרויס רעספעקט פארן חת"ס. - די נצי"ב שרייבט אויפען חת"ס: רבשכה"ג וכו').
פין די אנדערע זייט האט די חת"ס נישט געקענט ליידען די המוני עם חסידים וואס האבען אוועקגעמאכט גדולי תורה, וויבאלד זיי זענען נישט געווען חסידים (אדער געהאט שייכות מיט זייערע רבי'ס). קיק אין תורת משה פ' האזינו ווי שארפט ער דריק זיך אויס קעגען החסידים וואס פירען אן די מחלוקת.
אויך איז דא מימרות פין עם בנוגע דעם (עי' בספר ארחות הסופר).

בנוגע די מערכה וואס אני הקטן האט געהאט דא מיט המנוח סעמיטשקע זכרונו לעראכע בענין שייכות ההפלאה צי חסידיםף האצעך דערקייקלט צי מיר א מאמר פון דעם באקאנטן 'חסידים פְּרַאקער' ר' דוד קאמנצקי (כותב מאמרים רבים בענינים אלה בקובצי 'ישורון') אין דעם ענין, כ'לייג עס דא ארויף
צי באמערקן, ער ערווענט נישט זייער אסאך פרטים וואס איז אויפגעברענגט געווארן אין דעם אשכול, ווי אויך נישט מיינע ראיות חזקות הנ"ל
צי באמערקן, ער ערווענט נישט זייער אסאך פרטים וואס איז אויפגעברענגט געווארן אין דעם אשכול, ווי אויך נישט מיינע ראיות חזקות הנ"ל
- אטעטשמענטס
-
- על חסידותו של ההפלאה1.pdf
- (171.56 KiB) געווארן דאונלאודעד 225 מאל
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35429
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
farshlufen האט געשריבן:סעמיטשקע האט געשריבן:אבער אפ"ה עצור במילין אי אפשר, אויף דעם סיפור איז צריך עיון גדול, ווייל ר' שלמה אלכסדרי בנו פינעם מכתב סופר שרייבט אין די הקדמה צום מכתב סופר אלע פרקי תולדות פון מר אביו, ביניהם שרייבט ער באריכות די מינוי אין די שטאט קראקא, ער לאט נישט אויס קיין פרט, און אפי' די גאר אינטערסאנטע עפיזאדען ווי למשל אז איינע פון די קברי צדיקים הטמונים אינעם ביה"ח דקראקא איז גיווען טמיר ונעלם א שטיק צייט און הפלא ופלא ווען ר' שמעון איז אנגעקומען איז דער ציון געפינען גיווארען [דאכט זיך ציון מגלה עמוקות], און ער האלט זיך ניטאמאהל איין צורייבען אפי' די מילין דתמיה בעיני אינשי [מחמת כשם שמצוה לומר דבר דמשתמע אין לומר מלי דלא מישתמע].
איר רעדט פון דעם ציון פון החַכַם הגדול בעל מעשי ה' שמנוחתו כבוד בקראקא.
אידן אויפן ציון פון בעל מעשי ה' ביום היארצייט פון דעם הייליגן רמ"א, איידער די ביטערע קריג.
- אטעטשמענטס
-
- בעל מעשי ה.jpg (26.64 KiB) געזען 4179 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35429
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
טעמיטשקע כתב:
אין זכות ישראל - עשר אורות מערכת ר' לוי יצחק מבארדיטשוב אות לו, שרייבט ר' ישראל בערגיר די פאלגענדע עובדא בשם ר' אברהם יודא הכהן שווארץ מבעריגסאז.
די בארדיטשובער איז אמאהל אנגעקומען למעונו פינעם חת"ס, די חת"ס האט זיך דאן מתעמק גיווען אין א שווערע תוספות, און ווען ער האט באמערקט די בארדיטשובער איז עומד לפניו האט ער אים שלום גיגעבין און תוך כדי דיבור פרעגט די חת"ס צו ער איז א תלמוד חכם ובר אוריין, דער בארדיטשובער ענפערט אויב וואלט ער גיהאט די זעלבע מנוחה ווי פרעשבורגער רב און גיגעסיןן א סעודה ווי דער פר"ב רב וכו' וכו'
דאס איז א טעות! די הייליגער באדיטשובער האט זיך קיינמאל נישט געטראפן מיטן חת"ס. די בארדיטשובער איז ווי באקאנט געגאנגען באזוכען אונגארן אין די יאהרן תקמ"א - תקמ"ג בערך. עס איז אן אריכות הדברים דער באזוך אליינס און דער באזוך פון זיין תלמיד הרה"ק ר' אהרן מזיטאמיר זי"ע. די רב אין פרעשבורג איז דאן געוועהן מהר"ם ברביזי"ע. די טעות איז אריין געפאלן ווייל אין ערשטן דרוק פון עשר אורות איז געשטאנען מהר"מ אב"ד פרעשבורג, זענען געגאנגן די היינטיגע איבערזעצערס און עס מפענח געוועהן אלס מה"ר משה אנשטאט מאיר, קען זיין וויבאלד די קול ארי' איז געוועהן א תלמיד האבן זיי אזוי געמיינט. ויצא שכרו בהפסדו
די מעשה ווערט אויך געברענגט אין אלף כתב חלק א' ערגעץ צום סוף [עס איז אן הוספה פון הרה"ג ר' ישכר שלמה טייכטאל] אז ר' שאול ליטשיקער איז געפארן אויפן וואגן מיטן הייליגן צאנזער רב און האט איהם פארציילט די מעשה, אין דארט שטייט אויך אז ס'איז געוועהן מיט מהר"ם ברבי. עפעס האט זיך די דברי חיים אנגערופן אויפן קדושת לוי, איך געדענקט נישט פונקטליך וואס כי הספר תחת ידי כעת.
לעצט פארראכטן דורך ללמוד וללמד אום מיטוואך פעברואר 10, 2010 9:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
סעמיטשקע האט געשריבן:כהאב גיהערט די פאלגענדע עובדא פון איד וואס האט דאס גיהערט פון איינע פון די נוכחים, דער נוכח וואונט אין בארא פארק ער הייסט פראנקעל א זוהן פון די יו"ר פון די ארטאדאקסישען לישכה אין פעסט, [די מעשה האב איך גיהערט א לאנגע צייט צוריק, בשעתו האט נאך די נוכח גילעבט, היינט ווייס איך נישט כהאף נאך צו קאנפארמין די פונקטליכע דעטאלין, און נעמין].
בשעת ווען מונקאטש איז נאך גיווען א טייל פון די אונגרישער לישכה [דער מנ"א האט זיך למעשה אפגעטיילט ווען מונקאטש האט שוין נישט גיהערט צו אונגארין, אויך צוליב וואס יונגערע רבנים האבען גענומען פירן די רעדער ואכ"מ] האט דער מונקאטשער רב [דער מנח"א] געשפילט א גרויסע ראלע אין די הלך ילך און פעסט און פלעגט היבש אפט ערשיינען בבית משפחת פראנקעל דורכצורעדין ענינים העומדים על הפרק, פאסירט אמאהל ווען די מנ"א קומט אן אינמיטען די נאכט צו זיי און שטוב, ווען מהאט אים מכבד גיווען אריינקומען אין די הויז האט ער מסרב גיווען און אזוי ארום געבליבען שטיין אידערויסען אויף די טרעפ, דער מנח"א גייט צו צום ענין און פרעגט "ילמדנו פארוואס אין די וועלט איז אנגענומען די חת"ס גרעסיר און "גדלות" [נישט תורה נישט עבודה וכו' נאר בהאי לישנא "גדלות"] מער ווי דער סאנזער רב, די יו"ר ווייסט נישט וואס צו ענפירען און פארטראכט זיך א מינוט.
נאך אפאר מינוט ענפירט ער מיט א סיפור וואס ער האט גיהערט פון ר' -- [ווי גיזאגט פריער גידענק איך נישט די פרטים כהאף נאך אריינצופילען די בלענקס] בשם א תלמיד חת"ס.
איינע פון די מובחרי תלמידי חת"ס ר' -- וואס האט שוין גילערינט ביים חת"ס א גאנצע מחזור, דהיינו אלע מסכתות וואס איז גיווען רגיל אין פרעשבורגער ישיבה צו לערנין, און יעצט האט ער זיך גיגרייט אנצוהייבען איינע פון די מסכתות וואס ער האט שוין גילערנט ביים חת"ס, דער חת"ס האט פאראויסגיזאגט די מראה מקומות צום שיעור אין די תלמידים האבען זיך גענומען גרייטען, היות דער תלמיד האט שוין גיהערט אזויפיל שיעורים פון חת"ס ובפרט אויך אויף די דאזיגע מסכת, האט ער זיך ערלויבט און האט גיזאגט פאר זיינע חברים אז לויט די מראה מקומות וואס די רבי האט געגעבין גייט ער מחדש זיין אזוי און אזוי און ער האט אפי' נאכגימאכט די תנועות פון חת"ס וואס ער גייט מאכען בשעת די קשיא און די תנועה בשעתן תירוץ וכו'.
דער חת"ס קומט אריין צום שיעור און נעמט זיך פארלערנין, און וואנדער איבער וואונדער די חת"ס זאגט גענוי ווי דער תלמיד האט פאראויסגיזאגט און טאקע מיט די גענוי תנועות, פארשטייט זיך סגיווארען א שטיקל שמייכלעריי, נאך אפאר מינוט האט זיך שוין אנגעזעהן אויף אביסעל העכירע טעניר אזוי ארום אז די חת"ס האט באמערקט וואס עס גייט פאר, ער שטעלט זיך אפ און פרעגט "ולשמחה מה זו עושה", קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו זאגען די סיבה ביז דער חת"ס האט גוזר גיווען אויף איינע פון די תלמידים אז ער מוז אויסזאגען, ווען די חת"ס הערט ואס סליגט אונטער דעם האט ער פארמאכט די גמרא, און פארן פארלאזען די שיעור שטובל זאגט ער מיט א שטרענגע מינע, "אויב מווייסט סיי ווי מיין שיעורים פון פאראויס, וואס פעלט אויס פארלערנין", און אזוי האט ער פארלאזט די שיעור שטיבעל.
ווי די קול איז ארויס אז דער חת"ס האט מפסיק גיווען די שיעור, ותהום כל העיר, אזאנס האט נאך קיינמאהל נישט פאסירט, די ראשים פון שטאט האבען מחליט גיווען אז אולי זאל מען די תלמיד באשטראפען וכו', דער תלמיד האט פאר פחד זיך אויסבאהאלטען אין זיין אכסניא פאר דריי טעג, מורא האבענדיג פאר א קפידא פון זיין רבין, נאך דריי טעג האט ער ערשיינט ביים שיעור, און פאר די חת"ס האט נאר אנגעהויבען צו דרשנען, רופט ער זיך אהן אז דער תלמיד זאל ארויפקומען צום שטענדיר, דער תלמיד איז גיווארען פארציטערט דא וועט אים זיין רבי שוין פארווארפען פון ביידע עולמות און זיינע אברים זענין גיווארען דא לדא נקשן, דער חת"ס זעהט ווי דער תלמיד פארזוימט זיך הייסט ער נאכאמאהל ארויפקומען, ווי די חת"ס פארענדיגט דאס צווייטע באפעהל גייען צו כמה בחורים און שטופין אים צו צום שטענדיר.
ווען די תלמיד איז אנגקומען צום חת"ס פאנגט אהן די חת"ס בדמעות שליש איבער בעטין די תלמיד, "ווי גרויס איז מיין פשיעה כלפי אזא תלמוד, אנשטאט זיך פרייען מיט אזא תלמיד אז ער קען מיינע שיעורים פון פאראויס מיט אלע קנייטשען און תנועות בין איך צוגעקומען צו שטיקעל כעס, און גורם גיווען צער פאר אזא לאנגע צייט", דער תלמיד הערנדיג די רייד איז גיווארען ממש צושאקעלט, אבער די חת"ס האט נישט נאכגילאזט ביז דער תלמיד האט בפה מלא מוחל גיווען.
ווען די יו"ר האט פארענדיגט די סיפור, איז נתחוורו פניו פון מנחת אלעזר, און האט גיזאגט "אכן נודע הדבר", און האט זיך צוריק גילאזט אויפן וועג אהיים אנא דעם ער זאל אפי' אריין א ברכה מאכען.
די מעשה איז אמת ויציב. איך האב עס אויך געהערט פון א תלמיד פון וויענער רב זצ"ל וואס האט עס געהערט פון זיין רבי'ן, כמעט ווארט ביי ווארט כדבריך.
די פראנקל האט געהייסן הרבני ר' אברהם פראנקל ע"ה ער איז טאקע געוועהן די ראש פון די קאנצעליי. ער האט איבערגענומען די שטעלע פון הצדיק המפורסם הרבני ר' איצק רייך ז"ל.
די תלמיד איז געוועהן הגה"צ ר' יצחק אהרן לאנדסבערג זצוק"ל אב"ד גראסווארדיין - רבו של הלבושי מרדכי זצ"ל. מען האט איהם דאן גערופן "איצק שוסבורג" דען ער איז געקומען פון דעם שטאט.
צוויי קליינע הוספות: ער איז געוועהן אן ארום בחור און די תלמידים וואוסנדיג זיין חריפות וזכרון האבן איהם פאר א פאר גראצעס אונטערגעקויפט ער זאל דאס פון פאראויס באווייזן
די הייליגער חת"ס האט געלאזט דורך זיין גבאי אויסרופן אז אלע בחורים זאלן זיך היינט צונויפקומען צום שיעור אפי' די וואס קומען נישט געווענטליך, ווייל עס פלעגן זיין אזעלכע וואס זענען געבליבן לערנען אין קוואטיר.
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
חידוש נפלא האט געשריבן:איך בין פארקראכן פון דעם ענין, איך האב אמאל ערגעץ געזעהן איך געדענק שוין נישט ווי, אז דער הייליגער בני יששכר (באלד ברענג אויף א קאנטראווערסיע פון שרייבערלעך צו ער איז אפשר אויך שוין באלד נישט געווען... איך ווייס שוין נישט מיט וואסארא ספיקות די היסטאריקערס זענען אלס אויפגעקומען) האט געזאגט לגבי שטאב גענז ווען דער הייליגער חתם סופר ווילנדיג וויסן די מציאות לגבי די שטאב גענז האט ער געהאלטן ביי זיך אין שטוב א גאנז און עס געשטאפט צו זעהן אויב עס ווערט טריפה אדער נישט, און עס איז טאקע נישט געווארן טריפה האט דער בנ"י געזאגט אז דער קדושה פון די חתם סופר האט באשיצט אז דאס זאל נישט קענען ווערן טריפה אבער דאך איז עס אסור, ווער עס ווייסט א מקור קען עס ברענגען
איך האב געזעהן צוברענגן די מעשה אין די גאר אינהאלטרייכע ספר "החתם סופר ותלמידיו" וועלכע איז ארויסגעקומען מיט 5 יאהר צוריק ע"י הידען המפורסם ר' משה אלכסנדר קונטסליכער.
ער ברענגט דאס ביי מערכת רבי גדלי' גליק מבוקין תלמיד החת"ס וז"ל:
הצדיק רצ"א מדינוב זצ"ל אסר אווזים פטומים... כאשר ר' גדלי' ביקינער תלמיד החת"ס, סיפר לרבו את דבריו של הצדיק מדינוב, לקח החת"ס שני אווזים פטומים, החזיקם זמן מסוים, ושמו לפניהם אוכל, על מנת לבחון מציאות זו, והם אכלו ונשארו בחיים... כאשר סיפרו זאת לצדיק מדינוב, אמר: בעצם אווזים אלה כבר היו צריכים למות מזמן, אבל מה הפלא שהם נשארו בחיים בהיותם בקודש פנימה אצל החת"ס.
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
עובדא שצריך ביאור לפענ"ד
כ'עט געמיינט אז ס'אי פאסיג צוצוברענגן 2 עובדות פון די הייליגער חת"ס וואס אנבאלאנגט צו די אשכול וואס ברעגט די יחס פון איהם צו חסידישע רבי'ס:
א) די הייליגער דברי חיים באזוכנדיג אמאל די מהר"ם אש, האט זיך די מהר"ם אש מפלפל געוועהן מיטן דברי חיים אויף זיין דברי תורה און ער האט איהם גארנישט געענטפערט. שפעטער האט ער איבערגעגעבען פארן זון הגאון ר' מנחם אש מראה מקומות צו ווייזן פארן טאטען. ווי די מהר"ם האט דאס נאכגעקוקט איז ער ערשטוינט געווארן צו זעהן ווי ער האט אפגעוואנדן די אלע פלפולים פון פריער, און מרוב ענוותנותו האט ער עס נישט געוואלט זאגן בפניו פונעם מהר"ם אש.
די מהר"ם אש האט דאן פארציילט פאר זיין בני הקהל אז יעצט פארשטייט ער שוין די רמז פון זיין הייליגן רבי'ן די חתם סופר.
ומעשה שהי' כך הי', די הייליגער חת"ס האט קיינמאל נישט ערלויבט אז מיר זאלן איהם איבערגעבן די בריעווען וואס פלעגן טעגליך אנקומען מכל קצוי תבל אין מיטן זיין שיעור צו די בחורים. אבער איינמאל האבן די תלמידים יא איבערגעגעבן א בריעוו וואס איז געקומען פון צאנזער רב וואוסנדיג אז ס'איז נוגע צו א גט וואס די חת"ס האט גע'אסרט און די דב"ח האט מתיר געוועהן. די דב"ח איז נאך געוועהן דענסטמאל גאר יונג. ווי די חת"ס ענדיגט לייענען דעם בריעף, דרייט ער זיך אויס צום מיר (די מהר"ם אש) און רופט זיך אהן "דער פאללאק שטרייט גוט" (שטרייט מיינט ער קריגט גוט) און ער האט איבערגעזאגט די ווערטער עטליכע מאל זיך ווענדענדיג צו מיין ריכטונג. איך האב מיר אייביג געוואונדערט פארוואס האט ער דאס געזאגט דווקא צו מיר? רבותי, יעצט פארשטיי איך שוין. ער האט געזעהן מיט זיין ליכטיגע אויגען אז איך וועל זיך אויך מיט איהם אמאל מפלפל זיין זאל איך וואוסן אז ער וועט באזיגן ווייל ער שטרייט גוט...
די מעשה ווערט געברעגט דא. . אבער לפענ"ד איז עס צריך ביאור, ווייל די מהר"ם אש האט לכאורה געלערנט ביים חת"ס נאך אין מאטערסדארף אין די הויכע תק"ן יאהרן, דען ער איז דאך געבוירן אין תק"מ און האט חתונה געהאט שנת תקס"ב. וואו אלט איז די צאנזער רב דעמאלס געוועהן? ער איז דאך אוועק שנת תרל"ו, האט ער דאך לכל היותר געקענט זיין א בר מצוה בחור דעמאלס?

די צווייטע מעשה ווערט געברענגט אין ספר אביר הרועים תולדות פון די הייליגער קאלעווער. עס האט פארציילט ר' ?מנחם פאלאטשעק? אז הרה"ג ר' שאול ענגל דומ"ץ קאלוב (מחסידי אשוואר וזקינו של הרה"ג בעל חמדת שאול מראצפערט) איז מתחלה געוועהן א מתנגד לחסידות און געלערנט ביי מרן החת"ס. איז ער איינמאהל געגאנגען אויף אפרוה צו א קור ארט, האט ער זיך דארט געטראפן מיט הרה"ק ר' מאיר'ל מפרימישלאן זי"ע. ר' מאיר'ל האט דאן געזאגט די פאלגענדע תורה: הגוזר ים סוף לגזרים כי לעולם חסדו. זאגט ער, ים סוף מיינט יום סוֹף די לעצטער טאג פון לעבען. זאגט ער, הגם ס'איז באשערט גרויסע יסורים פארן מענטש צום סוף פון זיין לעבען כדי אפצוקומען אלע זיינע חטאים, גייט דער אייבירשטער ברוב רחמיו וחסדיו און צוטיילט די יסורים דורכאויס די לעבען פון די מענטש אז ער זאל נישט מוזן ליידן אויף איינמאל אלס. דאס איז פשט לגוזר יום סוף לגזרים - ער צושניידט די יסורים פון די לעצטער טאג אויף שטיקלעך במשך ימי חייו, כי לעולם חסדו! ר' שאול הערנדיג די טייטש איז ויצחק בקרבו לאמר, וואו קומט דער ווארט ים סוף צו יום סוף? ער איז נישט געוועהן צוגעוואוינט צו די סארט טייטשן.
די קומנדיגע מאל ווען ער איז געוועהן ביי זיין רבי'ן האט ער איהם דאס איבערגעזאגט. ווי דער חת"ס האט דאס געהערט איז ער אויפגעשפרינגען! זאגט ער, דאס איז דאך א בפירוש'ער מדרש אל תקרי ים סוף אלא יום סוף, און איך האב אלע יאהרן נישט פארשטאנען פשט אין דעם מדרש, ואכן נודע הפשט, וקלסי' רבו. פון דאן אהן איז ר' שאול נתקרב געווארן לחסידות ביז ער איז געוועהן פון די געהויבענע חסידים ביים הייליגען קאלובער זי"ע
די קומנדיגע מאל ווען ער איז געוועהן ביי זיין רבי'ן האט ער איהם דאס איבערגעזאגט. ווי דער חת"ס האט דאס געהערט איז ער אויפגעשפרינגען! זאגט ער, דאס איז דאך א בפירוש'ער מדרש אל תקרי ים סוף אלא יום סוף, און איך האב אלע יאהרן נישט פארשטאנען פשט אין דעם מדרש, ואכן נודע הפשט, וקלסי' רבו. פון דאן אהן איז ר' שאול נתקרב געווארן לחסידות ביז ער איז געוועהן פון די געהויבענע חסידים ביים הייליגען קאלובער זי"ע
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
ללמוד וללמד האט געשריבן: אבער לפענ"ד איז עס צריך ביאור, ווייל די מהר"ם אש האט לכאורה געלערנט ביים חת"ס נאך אין מאטערסדארף אין די הויכע תק"ן יאהרן, דען ער איז דאך געבוירן אין תק"מ און האט חתונה געהאט שנת תקס"ב. וואו אלט איז די צאנזער רב דעמאלס געוועהן? ער איז דאך אוועק שנת תרל"ו, האט ער דאך לכל היותר געקענט זיין א בר מצוה בחור דעמאלס?
נאכקוקגנדיג יעצט מער פונקטליכער, זעה איך אז דער צאנזער רב איז געבוירן שנת תקנ"ג, ווערט נאך מער מבוכה די פריער דערמאנטע עובדא, ווייל דעמאלס קומט אויס ברור מללו אז דער צאנזער רב איז נאך נישט געוועהן בר מצוה ווען די מהר"ם אש האט געלערנט ביים חת"ס. אויסער אז מיר וועלן אננעמען אז די מהר"ם א"ש האט א שטיק צייט געלערנט ביי זיין רבי'ן אויך נאך די חתונה, ווי מיר טרעפן ביי אנדערע תלמידי החת"ס.
נו! רבותי! העלפט מיר ארויס לעזען דעם פראבלעם. ביי יעצט, ווייסט איהר דאך שוין דאס איך בין א מקבל.
סעמיטשקע האט געשריבן:סאנזער רב אין תשו' ד"ח או"ח ח"ב סימן ח' ווי ער איז דן צו ממעג משנה זיין מנוסח אשכנז צו דער נוסח וואס דער אר"י הק' האט מנסח גיווען, אפי' פאר די פשוטי עם, דער סאנזער רב באציהט זיך צום תשו' חת"ס או"ח סימן ט"ו ב' [סדא צוויי תשו' אינטער סימן ט"ו סאיז א טעות הדפוס] ובעיקר אין סימן ט"ז, ווי דער חת"ס פרעגט אויפן דברי ליקוטי אמרים [מגיד דבריו ליעקב פון ר"ר בער] אז סדא י"ב שערים פאר יעדן שבט און דער ארי האט מנסח גיווען א נוסח הראוי פאר יעדן איינעם אזוי ארום אפי' מווייסט נישט צו וועלכער שבט מגיהערט איז דא א נוסח שוה לכל נפש.
וז"ל הדברי חיים שם:ובחינם התרעם החתם סופר על ליקוטי אמרים ואולי מחמת שמחברו ראש קהל חסידים לא נכנסו דבריו באזניו.
ע"כ מלש' דברי חיים, דער סאנזער דינגט זיך מיטן חת"ס און צום סוף פירט ער אויס וז"ל:ולכן כל דברי התשובה הזאת [פינעם חת"ס] נפלאה, ומי שנפשו יפה יוכל לסמוך על גדולי הדור קדושי עליונים ששינו הנוסח אשכנז לנוסח ספרד, ואיננו ח"ו כחולק על מרן רבן של כל בני הגולה החתם סופר ז"ל כי איננו בקי בשיחחת חולין דיליה.
ע"כ מלש' דברי חיים.
איך האב דעם שבת באגעגנט די תשובה, נישט געדענקענדיג אז מ'האט עס שוין דא מעתיק געווען, עס איז באמת א שטארקע ראי' קען די וואס זאגן אז דער חת"ס האט געהאט א שייכות צו חסידים וחסידות ווייל דער הייליגער דברי חיים איז דאך נישט געווען אזויפיל שפעטער ווי דעם חת"ס און מ'זעהט זיין בליק כלפי דעם חת"ס און חסידות.
בייגעלייגט איז דער שטיקל במילואו
- אטעטשמענטס
-
- New Picture.JPG (30.07 KiB) געזען 3929 מאל
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 317
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm
סחורה בענינים אלו, להנאתכם ולטובתכם
ידענים, גייטס תיכף אריין
ויסלח לי ה' שאני מציין למקום כזה.
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... m_id=19616
ידענים, גייטס תיכף אריין
ויסלח לי ה' שאני מציין למקום כזה.
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... m_id=19616
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
ללמוד וללמד האט געשריבן:ללמוד וללמד האט געשריבן: אבער לפענ"ד איז עס צריך ביאור, ווייל די מהר"ם אש האט לכאורה געלערנט ביים חת"ס נאך אין מאטערסדארף אין די הויכע תק"ן יאהרן, דען ער איז דאך געבוירן אין תק"מ און האט חתונה געהאט שנת תקס"ב. וואו אלט איז די צאנזער רב דעמאלס געוועהן? ער איז דאך אוועק שנת תרל"ו, האט ער דאך לכל היותר געקענט זיין א בר מצוה בחור דעמאלס?
נאכקוקגנדיג יעצט מער פונקטליכער, זעה איך אז דער צאנזער רב איז געבוירן שנת תקנ"ג, ווערט נאך מער מבוכה די פריער דערמאנטע עובדא, ווייל דעמאלס קומט אויס ברור מללו אז דער צאנזער רב איז נאך נישט געוועהן בר מצוה ווען די מהר"ם אש האט געלערנט ביים חת"ס. אויסער אז מיר וועלן אננעמען אז די מהר"ם א"ש האט א שטיק צייט געלערנט ביי זיין רבי'ן אויך נאך די חתונה, ווי מיר טרעפן ביי אנדערע תלמידי החת"ס.
נו! רבותי! העלפט מיר ארויס לעזען דעם פראבלעם. ביי יעצט, ווייסט איהר דאך שוין דאס איך בין א מקבל.
לפי המונח בזכרוני, יש סיפור שהדברי חיים שלח מכתבו להחתם סופר מבית חותנו הברוך טעם.
ועמך כולם צדיקים
דער נייער קובץ ישורון - פנים יפות מכתב יד
ס'קומט נייעט!!
דער כתב יד פון פנים יפות
אין דעם צוקונפטיגן קובץ 'ישורון'
זעה דא:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=4457
דער כתב יד פון פנים יפות
אין דעם צוקונפטיגן קובץ 'ישורון'
זעה דא:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=4457
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
מיר האבן אויבן געשמועסט (הרחיב בזה הדיבור אהובי ידידי מחו' מו"ה סעמיטשקע שיחי' - וואס מיר בענקן זיך נאך איהם), איבער דעם ענין פארוואס ר' שלמה אלכסנדרי סופר זצ"ל ברענגט נישט אין תולדות מכתב סופר איבער דאס באקאנטער סיפור וואס האט זיך אפגעשפילט ווען זיין פאטער דער 'מכתב סופר', הרה"ק ר' שמעון סופר זצ"ל, איז געקומען אויף קראקא צו ערפילן דאס רבנות אמט אין שטאט.
פארשידענע סברות לכאן ולכאן קאן מען זאגן, איינס פון די סברות האב איך געהערט מפי אחד מחברי הקרעטשמע שיחי' אין א שמועס מיט איהם דעם וואך, אז עס קאן זיין אז ר' שלמה אלכסנדרי האט זיך מונע געווען דערפון, כדי נישט צו פוגע זיין אין תושבי קראקא אז ביי אין שטאט האט אזאנס געקענט פאסירן, וואס יתכן לומר אז ר' שלמה אלכסנדרי - אדער 'די גאס' מענטשן - האבן געוואוסט אפי' די נעמען (אדער געקענט די קינדער) פון אט די יעניגע וואס האבן זיך געטרויעט צו (וועלן) זיך מתחצף זיין פארן נייעם מרא דאתרא.
בד"א, היינט האט מיר איינער מזכה געווען מיטן ספר 'הליכות הסופר' (וואס מ'האט געטיילט ביים כולל שומרי החומות דינער אין וומסב"ג היי-יאהר), און דארט האב איך געטראפן דאס פאלגענדע, אז דער דברי חיים זצ"ל האט געזאגט אז דער חתם סופר האט זיכער געקענט קבלה מעשית, און עס דאכט-זיך איהם אז ר' שמעון סופר קאן דאס אויך.
ס'איז א אסמכתא צו זאגן אז דא ליגט א שטיקל רמז, מְאַמֵת צו זיין דעם אויבן-דערמאנטן סיפור מיטן 'שם'.
וואס איז אייער מיינונג?