בלאט 1 פון 1

נייע בילד פון בעל התניא

געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2009 4:54 pm
דורך שטיקל גבאי
אויף שטורעם.קאם איז דא א נייע בילד וואס זיי האבן באקומען, און זיי זאגן אז סקען זיין אז דאס איז די ריכטיגע בילד.

געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2009 4:55 pm
דורך שטיקל גבאי

געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2009 5:27 pm
דורך סעמיטשקע
סקומט מיר פאר ווי די קאנטערווארסיא אויפן בילד פינעם חפץ חיים, ודי בזה.

געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2009 5:57 pm
דורך א גוט ווארט
דער אופן ווען און וואו מ'האט געטראפן דעם באקאנטן בילד איז אויך נישט געווען בימיו, נאר היפש שפעטער.
וואו האט מען געטראפן דעם בילד?

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2009 1:28 pm
דורך בן בוזי
דאס בילד ענדעלט זייער שטארק צום בילד פונעם צמח צדק

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2009 2:13 pm
דורך כתר ישועה
ס'איז מיר שווער צו גלייבען אז דאס איז אן אמת'ן בילד. ס'זעהט אויס מער עפעס א דאקטער. אויף אסאך גדולי הדורות איז דא חילוקי דעות וואס איז זייערע ריכטיגע בילד. אזוי אוין בעשטה"ק אדער דעם הייליגען גר"א זי"ע וכן דעם רמב"ם וואס יש אף דעות אז ס'איז געווען טאקע א גרויסע פראפעסאר בימיו און די היסטאריא האט עס אנגעטון אוין היילגען רמב"ם משום שגם הוא היה רופא ישראל כנודע. מה גם היינט איז אויך נתגלה געווארען א מאדנע בילד פון ר' נחמן ברעסלעבר. בקיצור הדברים תלויים בספק גדול ואף גדול מאד.

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2009 2:53 pm
דורך סעמיטשקע
כתר ישועה האט געשריבן:אזוי אוין בעשטה"ק אדער דעם הייליגען גר"א זי"ע


די בילד וואס מאיז מייחס צום בעשט איז כידוע הבע"ש פון מיכלשטאט ר' זעקיל ליב,

ובכלל פון אלע גדולים וואס סזענען דא בילדער, איך רעד נישט פון די ווי למשל ר"ר בונם צו ר' ברוך גארליצער וכדומה וואס זענען ניכר בגדלותם ביים כלל ישראל דייקא און סקען זיין סתם דמיונות, איך רעד פון די וואס זענען גיווען אויסגערופען צווישין די אומה"ע אלס גרויסע קענערס אין חכמת חיצונית, ווי למשל די רמב"ם אדער מהרשא, ר"ר יהונתן, די נודע ביהודא, [אדער להבדיל בין טומאה לטהרה שבתאי צבי שר"י וואס איז גיווען גאר מפורסם אף בין האומות] וואס סאיז שטארק מסתבר אז די גויעשע מעהלערס אדער מטעם די שרים האט מען זיי אפגעמאלען, אזוי ווי סגיווען נהוג ביי זיי צו פאראייביגען א אנדענק פון זייערע חכמים [אריסטו, ניוטען, וכו'], און פארשטייט זיך די מעהלער האט צוגעלייגט פיטשעווקעס כאוות נפשו, ווי למשל ברייטע בערד [ר' יהונתן] לאנגע האר [מהרשא] אדער אנכאפענדיג טאוולען, אדער פארשידענע מלכותדיקער בגדים, און ממילא אפי' סקוקט אויס "גויעש" יכול להיות אז די מעהלערס האבען עס אוועקגישטעלט לויט זייער געשמאק.

ותן לחכם ויחכם עוד

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2009 3:07 pm
דורך בן בוזי
פונעם בע"ש ממיכלשטאט איז דא באוואוסטע בילדער, דאס בילד וואס מ'איז מייחס צום בעשה"ק איז פון א געוואוסער ענגלישער גוי, מ'האט שוין דערפון גערעדט אין איינע פון די אשכולות

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2009 3:09 pm
דורך בן בוזי
ציורו של הצמח צדק

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2009 3:14 pm
דורך א גוט ווארט
עס זענען פאראן עטליכע ווערסיעס פון די בילדער מבעל התניא. אזוי אויך די בילדער פון בעל צמח צדק.
ביטע ארויפשטעלן עס וועט זיין אינטרעסאנט צו זעהן די חילוקים. כידוע איז דא אויף יעדע זאך א סיפור, ירא הקהל וישפוט.

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2009 3:47 pm
דורך בן בוזי
דער ריכטיגער בילד וואס איז מיוחס צום צמח צדק, דאס האט א גוי געמאלן, ער האט באטראכט דעם צמח צדק און איז אהיים געגאנגען מיט פארמאכטע אויגן כדי נישט צו פארגעסן דער ציור, אבער איין זאך האט ער נישט באמערקט און ער האט געמאכט דעם בגד לינקס אויף רעכטס (איך האף אז הירשל ציג וועט נישט מאכן קיין צימעס אז מיר ברענגען דעם בילד דא לינקס אויף רעכטס....) דאס אויבירשטע בילד איז אן איבערגעמאכטע און דאס איז געווען מקובל אלע יאהרן דארט איז עס שוין יא רעכטס אויף לינקס און מיט א לענגערער בארד וכו', דאס בילד איז נישט לאנג צוריק נתגלה געווארן.

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2009 3:51 pm
דורך צדיק מושל
בן בוזי האט געשריבן:דאס בילד וואס מ'איז מייחס צום בעשה"ק איז פון א געוואוסער ענגלישער גוי,

ער האט געהערט צו דעם גוי קדוש,
צו ער איז געווען א ערליכער איז שוין א צווייטער דיון,
עס זענען פון אים געבליבען דורות עד היום.

געשריבן: פרייטאג יוני 05, 2009 12:38 pm
דורך נחמן נתן
אין ספר "בית רבי" ווערט שטארק ארום גערעדט איבער דאס התפשטות פונעם בילד פון הגה"ק בעל התניא זצ"ל. אויב האב איך נישט קיין טעות ווערט אויך ארויסגעברענגט וויפיל קאפיעס עס זענען פארשפרייט געווארן.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:07 pm
דורך לכתחילה אריבער
אין די נייע אוצרות, א אפהאנדלנג איבער די בילד. נאר געזעהן די דעקל.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:25 am
דורך farshlufen
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אין די נייע אוצרות, א אפהאנדלנג איבער די בילד. נאר געזעהן די דעקל.

א רייכע היסטארישע אפהאנדלונג, מעשי ידי ר' יואל ברמ"י הירש נ"י.

בלייבט אז עלובה עיסה שנחתומה מעיד עלי', דער מעלער אליין האט לבסוף ימיו מודה געוועזן שבשקר יסודה.

ווי האט אן אלטער געווייקטער חב"ד'סקער חסיד געזאגט?

"דער פארטרעט פון אלטן רבי'ן זעהט מען אין זיינע ספרים".

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:40 pm
דורך בן בוזי
וויאזוי פארענטפערט זיך דאס וואס עטליכע האבן מעיד געווען אז דאס בילד האט זייער געענדלט און ר' חיים אברהם און משה בני אדה"ז?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:54 pm
דורך יהיה כן

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
יהיה כן האט געשריבן:זעהט דא:
http://chabadpedia.co.il/index.php?titl ... 7%A7%D7%9F

דארף מען וויסען.... לויט זיי איז די רעבי משיח.......

דער בילד פון הרה"ק בעל התניא איז א אמת'ר?

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2015 5:08 pm
דורך וויטעבסקער
מצו"ב איז א ארטיקל פון יהושע מונדשיין וואס איז מיר לעצטנס דערגאנגען (ס'דא אויך נאך אן ארטיקל - א פריערדיקן - פון שמואל קראוס, אין 'בית משיח נומער 67) וואו ער איז איז כביכול מוכיח אז דער בילד איז אטענטיש. מיר האט ער דערווייל ניט אינגאנצן איינגערעדט.
דער עיקר טענה איז אז דער צייר - וואס לכו"ע איז דער ערשטע געדרוקטע בילד זיינער - האט אליין פארציילט אז דאס איז פאלש. איך זע ניט קיין אינטערעס וואס ער, אדער די וואס זאגן דאס בשמו, זאלן האבן פון אויסטראכטן אזא משונה'דיקער סיפור. די איינציקע ראיות זענען תעודות וואס קומען פון דעם מדפיס אליין (שמרי' שניאורסון) וואס בזה גופא זענען דא סתירות. (פון די 'יומנים' פון ריי"ץ איז נישטא וואס צו ריידן כידוע ליודעים).
קען עמעצער ארויפשטעלן דער ארטיקל פון מנשה אונגאר, אפשר לייגט ער עפעס צו.
קען עמעצער געפינען א בילד פון ר' שמרי' דנן, וועט מען קענען פארגלייכן. און אויך מער פארטראטן פון ב' שץ, מ'זאל קענען זעען צי האט ער געהאט די חושים דאס צו באווייזן.
וואס האלטן די היינטיקע חכמי האקדמי'?

און וואס האלט איר, חשוב'ע חברים? מינאי ומינייכו תסתיים שמעתתא

געשריבן: מוצ"ש מארטש 28, 2015 11:06 pm
דורך ברעקל
און וואס זאגט דער ליאזשנער? האט ער אויך א מיינונג איבער דעם בילד?