מרן בעל דברי יחזקאל משינאווא זצ"ל - ו' טבת תרנ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

יא דעם ביכעל האמיר אלס קינד דורך געליינט צענדליגער מאל בלי גוזמא
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

צורת הרה"ק מ'שינאווא זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פון צאנזער רב'ס זיע"א צורה האט זיך נישט אזוי ארויס געזען זיי קדושה און זיין גדלות וואס ער איז באמת געווען,נאר פון זיינע מעשים האט זיך עס דערקענט,

משא"כ שינאווא'ער רב זיע"א האט זיך יא ארויס דערקענט פון זיין צורה זיין גדלות מיט זיין צדקות און אפילו זייענדיג צווישען טויזענטער מענטשען האט זיך דערקענט אז ער איז געהויבענער איד א'צדיק און אקדוש.

געהערט מפי הרה"ק רבי יענקעלע מ'פשעווארסק זיע"א וואס האט עס געהערט פון רבו הרה"ק מ'קאלשיטץ הי"ד.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 10:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ביים בעש"ט זיע"א צייטן זענען די רבנים מיט די חשובע חסידים געגאנגען ספאדיק'ס אינמיטן די וואך .

האט די בעש"ט געזאגט אז ס'וועט נאך זיין רבי'ס מיט קאפילישן און חסידים מיט דאשיקעס.

און היות זיינע ווערטער וועט זיכער מקוים ווערן פאר ביאת משיח האט שינאווא רב זיע"א געהייסן זיינע קינדער גיין מיט קאפילישן אינמיטן די וואך כדי די גאולה זאל זיך נישט אויפהאלטן.
אבער זיי זוהן צעשינאווער רב זצוק"ל איז יא געגאנגען א'ספאדיק אינדערוואכען זייענדיג א'איידים און בעלזא וואס דארט איז מען געגאנגען ספאדיק'ס.

הרה"ק רבי יענקעלע זיע"א מ'פשעווארסק געהערט פון רבי יחזקאל'י הי"ד פון צעשינאוו.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דער קדושת ציון זצ"ל איז אויך געגאנגען א קאלפיק אין דער וואכען
נאר אויף דער פליכט איז ער געגאנגען א קאפעליטש
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עדות שינאווע רב על הטשארטקאווער רבי זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הרה"צ רבי ישכר בער ראטענבערג וואידיסלאווער רב זצ"ל,אז זיי טאטע הרה"צ רבי יעקב יצחק אלחנן זצ"ל אפטא רבי פון פון מעיכיוו (בן אחר בן צו הרה"ק רבי מאירל פון אפטא זיע"א), איז געבוירן כ"ד אב תרמ"ד ,אין יאר תרנ"ז איז געווען די ערשטע קאנגרעס (אסיפה) פון די ציונים אין שטאט באזעל שווייטץ,אין די יאר האט ער בר מצוה געהאט.

פאר די בר מצוה האט אים זיין טאטע הרה"ק רבי אברהם פנחס שלום זצוק"ל פון אפטא גענומען צום שינאווע רב זיע"א,האט אים שינאווע רב פארציילט,אז סאיז געקומען צו אים א'דאקטאר פון יעריסלאוו,וואס וויל רעדן מיט מיר,אבער קיינער זאל זיך נישט געפונען דארט.

אבער איך האב זיך נישט געוואלט מייחד זיין מיט א'מגולח ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס,ער וויל זיך אויסדריקליך טרעפען ביחידות,האב יעך געזאגט צו זלמן דער גבאי,אז ער זאל לאזען די טיר אפען,אז ס'זאל נישט זיין קיין יחוד.

האב איך אים געפרעגט,וואס ער וויל,האט ער מיר געזאגט,אז ער וויל איך זאל צו שטיין צו די ציונים,און וועגן דעם,וועט ער מיר באלוינען און צו שטעלן טעגליך א'וואגען מיט דייטשען פאר חסידים, (מסתמא האט שינאווער רב גערעדט מער באריכות מיטן דאקטאר ארום און ארום,אבער פאר מיין זיידע האט עס די רבי פארציילט בקיצור פשט פון דעם גאנצען שמועס).

האב איך אים געזאגט, איך וויל ענק נישט קענען,און איך וויל נישט קענען ענקערע געלט,דוד המלך זאגט אין תהילים "תכלית שנאה שנאתים".

זיי האבן מעליל געווען אויף רבי דוד משה (טשארטקאווער רבי זיע"א זון פונעם הייליגן ריזשינער זיע"א) אז ער איז א'ציוניסט ,חס ושלום, רבי דוד משה איז א'ירא שמים,נאר דארט איז דא א'רב א'זקן אשמאי,און ער איז א'ציוניסט.
מ'זאגט אז די טשארטקאווער איז א'ציוניסט,ווייל ס'זאל אויסקוקען אז מ'מיינט רבי דוד משה ,חס ושלום ,רבי דוד משה איז א'ירא שמים,און איך מאך אייך א'שליח אז איר זאלט דאס פארציילען אין פוילין.

האט וואידיסלאווער רב זצ"ל אויסגעפירט איך האב עס אסאך מאל געהערט פון מיין זיידע ,און שפעטער פון מיין טאטע ,ס'איז ביי זיי געווען א'חוב צו פארציילן די מעשה בכל עת מצוא.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 7:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

שטארקע מעשה, יישר כח. היכן שמעו מעלת כבודו ?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

נדפס בהקדמה לירבה תורה, ובשיח זקנים
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

כתר ישועה האט געשריבן:שטארקע מעשה, יישר כח. היכן שמעו מעלת כבודו ?

הרה"ג רבי ישראל חיים אשרי שליט"א ששמעו מ'זקינו ה'וואדיסלאווער רב זצ"ל,והוא לו נדפסה בספרו "שיח זקנים".
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

יישר כחכם
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ממתיק געווען שינאווא רב'ס קפידא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

לכבוד די יארצייט היינט ו' טבת .
כידוע איז שינאווא רב זיע"א געווען א'מחותן מיט'ן בעלזא רב רבי יהושע'לע זצוק"ל,(זיין זוהן צעשינאווער רב זצוק"ל איז געווען א'איידים אין בעלזא).

איינמאל ווען שינאווא רב איז געווען אין בעלזא,ביים דאווענען שחרית,זעהט ער וואו בעלזא רב לייגט זיין תפילין של ראש אביסל אויף די שטערן,און פארשטייט זיך אז אין שינאווא רב האט געברענט א'פייער דק'דושה,וען ער האט געזעהן א' מ'רוקט זיך אוועק אפילו א'טראפעלע פונעם שלחן ערוך, איז ער צו געגאנגן צום מחותן בעלזא רב,און אים געוואלט רוקן זיין של ראש א'ביסל העכער ,ס'זאל ליגן כהלכה, האט אים בעלזא רב געזאגט,"מחותן,לאזט געמאכט,אזוי האט מיר דער טאטע אנגעטוהן".

האט שינאווא רב געזעהן אז די יושבים טוהן אויך אזוי,האט ער זיי געזאגט,ענק האט דאך נישט בעלזא רב ,(רבי שלום) אזוי געלייגט,און ממילא דארפט איר זיך פירן ווי ס'שטייט אין שלחן ערוך.

איז געווען דארט א' חסיד מיט די נאמען ר' זיילא,און ער האט זיך זייער גע'חוצפט צום שינאווא רב ,(יש אומרים, ער האט אים געזאגט הקה את שיניו ,מלשון שינאווא, און ער האט אים באהאלטן זיין תפילין),האט שינאווע רב זייער מקפיד געווען אויף אים,זאגענדיג,אז ער וועט נישט מוציא שנתו זיין,ל"ע,האט זיך בעלזא רב אנגערופן,"מחותן איהר מיינט דאך נישט דאס,איהר מיינט ער גייט זיך נישט אויסשלאפען",וכך הוה,זייט דעמאלטס איז ר' זיילא אלע מאל זיין גאנץ לעבן,געווען מיד בייטאג און ביינאכט.

(הרה"ק רבי יהודא'לע הורוויץ זצוק"ל פון סטיטישין ) .
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 8:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:לכבוד די יארצייט היינט ו' טבת .
כידוע איז שינאווא רב זיע"א געווען א'מחותן מיט'ן בעלזא רב רבי יהושע'לע זצוק"ל,(זיין זוהן צעשינאווער רב זצוק"ל איז געווען א'איידים אין בעלזא).

איינמאל ווען שינאווא רב איז געווען אין בעלזא,ביים דאווענען שחרית,זעהט ער וואו בעלזא רב לייגט זיין תפילין של ראש אביסל אויף די שטערן,און פארשטייט זיך אז אין שינאווא רב האט געברענט א'פייער דק'דושה,וען ער האט געזעהן א' מרוקט זיך אוועק אפילו א'טראפעלע פונעם שלחן ערוך, איז ער צו געגאנגן צום מחותן בעלזא רב,און אים געוואלט רוקן זיין של ראש א'ביסל העכער ,ס'זאל ליגן כהלכה, האט אים בעלזא רב געזאגט,"מחותן,לאזט געמאכט,אזוי האט מיר דער טאטע אנגעטוהן".

האט שינאווא רב געזעהן אז די יושבים טוהן אויך אזוי,האט ער זיי געזאגט,ענק האט דאך נישט בעלזא רב ,רבי שלום אזוי געלייגט,און ממילא דארפט איר זיך פירן ווי ס'שטייט אין שלחן ערוך.

איז געווען דארט א' חסיד מיט די נאמען ר' זיילא,און ער האט זיך זייער גע'חוצפט צום שינאווא רב ,(יש אומרים, ער האט אים געזאגט הקה את שיניו ,מלשון שינאווא, און ער האט אים געגאנבעט זיין תפילין),האט שינאווע רב זייער מקפיד געווען אויף אים,זאגענדיג,אז ער וועט נישט מוציא שנתו זיין,ל"ע,האט זיך בעלזא רב אנגערופן,"מחותן איהר מיינט דאך נישט דאס,איהר מיינט ער גייט זיך נישט אויסשלאפען",וכך הוה,זייט דעמאלטס איז ר' זיילא אלע מאל זיין גאנץ לעבן,געווען מיד בייטאג און ביינאכט.

(הרה"ק רבי יהודא'לע הורוויץ זצוק"ל פון סטיטישין ) .

נורא נוראות
זכותם הגדול יגן עלינו
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עדות הרה"ק מצאנז על בנו השינאווא רב זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אמאל ווען בלאזשעווער רב ,הרה"ק רבי הערש מיילעך זיע"א "בעל צבי לצדיק",איז געווען ביים הייליגן "דברי חיים" אין צאנז,זענען געווען דארטן מער ווי צאוונציג חשובע רבי'ס,האט צאנזער רב זיע"א געזעצט ממש נעבן אים בלאזשעווער רב.

האט בלאזשעוו'ער רב פארציילט ווען צאנזער רב האט תורה געזאגט,האט ער עס געזאגט מיט אזא ברען,אז ס'איז אויף אים געפאלן א'שרעק און א'ציטער,און ער האט דערווייטערט זיין בעקיטשע פון צאנזער רב , אזוי ווי מ'דערווייטערט עס,פון א'פייער, אז ס'זאל זיך נישט אפברענען פון זיין גרויסען ברען .

ווי צאנזער רב האט געענדיגט תורה זאגן,איז שינאווא רב זיעי"א ארויף אויפן באלעמער,און אויסגערופן,אז זיין טאטע איז מתיר חילול שבת,ווייל דעמאלטס האט צאנזער רב מתיר געווען "א'שטר מכירה אין שבת",צאנזער רב איז געווען זייער פאר דביקות'עט,און ער האט זיך אויפגעכאפט פון שינאווא רב'ס ווערטער,און ער האט א'פרעג געטוהן,ווער איז דאס?,אה רבי יחזקאל'ע,וואס כל מעשיו זענען לשם שמים.

(פארציילט הרה"ק רבי יענקל'ע פון פשעווארסק זיע"א ,געהערט פון רבי יהודה טייטלבוים זצ"ל יאווארניק'ע רב ,בן בתו פונעם "צבי לצדיק" פון בלאזשעוו זיע"א).
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 8:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

די דיבוק פון אמעריקא וועלכע האט געהאט א תיקון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

בין איך געווען היינט מנחם אבל זיין ביי משפחת פריעדמאן היושבים מרה על פטירת אמם
viewtopic.php?p=985705#p985705
, איז דארט געווען א איד רב אוהר וועלכע האט פארציילט אן אונטערסאנטע מעשה וועלכע ער האט אליינס געהערט פון מרן הגה"ק מקאשוי זצ"ל:
אין שטאט קאשיצע (קאשוי) אינדערהיים ביפאר רבי שאול בראך זי"ע איז געווען רב הגאון רבי משה יונגרייז זצ"ל, זייענדיג רב איז ער געגאנגן כסדר האלטן אן עינא פקיחא אינעם שחט הויז, ער האט ליידער געכאפט דעם שוחט מיט שרעקליכע מכשולות.
האט ער איהם אפיר גענומען און איהם גוט אויסגעמוסרט זאגענדיג דערביי פאלג מיך און פאר קיין אמעריקא און דארטן וועל איך דיר פארזארגן מיט א גוטע פאסטן, דו וועסט ווערן א שאץ מאץ (נד"נ) איך וועל נישט מפרסם זיין דיינע מעשים, אבער מיט איין תנאי דו מוזט מיר גיבן תקיעת כף אז דו וועסט מער צו קיין שוחט חלף נישט צורירן!, דער איד האט געגעבן תקיעת כף פאר רבי משה און געפארן קיין אמעריקא, ווי ער איז טאקע אויפגענומען געווארן אלס שאץ מאץ און איינע פון די קהילות, מיט די צייט האט זיך געפענט א אידישע פלייש באנק, און מען האט געברויכט א שוחט און א בעל מכשיר, דער שאץ מאץ האט זיך אנגעטראגן אז ער קען זייענדיג א שוחט נאך אין יוראפ (נד"נ).
גלייך ביים ערשטן שחיטה איז די חלף בשעת'ן שחט'ן אריין אין זיין בויך רחמנא ליצלן און איז אוועק אויפן פלאץ, צוליב דעם וועלכע ער האט נישט אויסגעפאלגט די תקיעת כף.
די מעשה האט הגאון רבי דוד יונגרייז זצ"ל א פלומעניק פון רבי משה פארציילט אין ירושלים אז עס איז געווען א רב אינדערהיים נישט דערמאנענדיג די נאמען, און א געוויסע שטאט אינדערהיים אויך נישט ארויס זאגענדיג די נאמען: ווי נאר רבי דוד האט פארענדיגט די מעשה איז א אידל אויפגעשפרונגען פון ארט אויסרופנדיג אמת ויציב!
דער איד פארציילט אז בעפאר ער האט עולה געווען קיין ארץ ישראל איז ער גקומען פון שינאווא, און ער האט אליינס געהערט די מעשה פון די שוחט.
מעשה שהיה כך היה א דיבוק האט זיך ל"ע אריינגעכאפט אין איינעם מען האט יענעם געברענגט צום שינאווער רב זי"ע, דער הייליגער דברי יחזקאל האט אנגעהויבן שמועסן מיטן דיבוק, און ער האט פארציילט אז ער איז דער שוחט, און פארציילט די גאנצע מעשה מיט אלע דעטאלן וואס רבי דוד האט דא פארציילט.
דער שינאווע רב זי"ע האט איהם געגעבן א תיקון און ער איז ארויס פון די אינגערמאן.
נורא נוראות!
לעצט פארראכטן דורך סביב העולם אום מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וע"ז הגיב ר' אלעזר ריישער, לאמיר זען אויב איר קענט דעם דלות ארויסטרייבן פון א איד.

זכותיהם יגינו עלינו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יידישע קהילות האט געשריבן:נד"נ = ??

נד"נ = נ'ישט ד'י נ'יק (זינט עס איז דא א ניק שאץ-מאץ און יוראפ, פירט מען זיך צו באצייכענען ביי אזעלכע פעלער אז די רעדע איז נישט פונעם ניק)
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

יומם השמש לא יככה וירח לא יבעכא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

נאך א אינטערסאנטע עפיזאד האב איך געהערט נעכטן ביים ניחום אבלים, פון די מונקאטשע דיין הרב יאזעפאוויטש שליט"א וועלכע האט עס געהערט פון ריסקעווא רב ז"ל.
אינדערהיים איז געווען א מנהג אז מען האט פארקויפט די זכות פון וועטשערע ווי דער הייליגער דברי יחזקאל האט געגעסן יעדע נאכט. און די הכנסה האבן די גבאים גענוצט פאר די הויף.
איינמאל בשעת'ן מכירת הוועטשערע איז צוגעקומען א איד וועלכע האט געוואוינט די אנדערע עק שטאט און זיך פארגעשטעלט פארן שינאווער רב אז ער איז זיינס א קרוב און ער פארבעט איהם ער זאל קומען צו איהם עסן היינט נאכט. פארשטייט זיך פאר די גבאים האט עס גאר שטארק פארדראסן ווייל זיי וועלן פארלירן זייער געלט וועלכע פלעגט זיין א גרויסע הכנסה.
האבן זיי זיך געבעטן ביים רב אז ער זאל נישט איינגיין דערויף, האט דער הייליגער רב גענטפערט "מבשרך אל תתעלם" איז א מצות עשה דאורייתא, אז כ'קען זוכה זיין מקיים צו זיין א מצוה וועל איך עס נישט דורכלאזן.
האבהן זיי אנגעפאנגען טענה'ן אז יענער וואוינט די אנדערע עק שטאט און עס איז צו ווייט, האט דער רב געזאגט נישט קיין פראבלעם מען וועט איינשפאנען א פיאקער און אהין פארן, אבער די גבאים האבן זיכער געמאכט אז קיין איין וואגן זאל נישט זיין צובאקומען דעמאלט.
האט דער הייליגער רב געזאגט דעמאלטס וועל איך גיין צופיס מקיים זיין די מצוה, אזוי גייענדיג אויפן גאס קומט א איד אנטקעגן צו לויפן צום רב מיט א היסטעריע אז ער האט נישט צולאנג צוריק חתונה געמאכט זיין טאכטער צו א חשוב'ע אינגערמאן, און לעצטענס איז ער ליידער אינגאנצן יצא מדעתו און דרייט זיך ארום אין די גאסן און שרייט מאדנע לאוזונגען..... ויהי טרם כלה לדבר זעהט מען אט די אינגערמאן קומען פון דערווייטענס, די שינאווע רב האט איהם צוגערופן צו זיך און איהם אנגעכאפט ביים האנט און געזאגט: אינגערמאן זיך שוין גענוג נאריש געמאכט! שוין צייט דו זאלסט זיך אויפירן נארמאל!.
תיכף אויפן ארט איז די אינגערמאן גענצליך צוריק צו זיין געהעריגע לעבענס שטייגער.
די אלע ארומיגע זענען מורא'דיג נתפעל געווארן פון די מופת, מען האט אנגעהויבן שושקענען צווישן זיך אויפן ארט, דער דברי יחזקאל פרעגט מיט וואונדער וואס שושקעט מען דא?, האט מען איהם געזאגט הלמאי דער רב האט דאך דא באוויזן מורא'דיגע וואונדער!
האט ער גענטפערט: אך די אינגעלייט מיינען אויף יעדע זאך אז דאס איז רוח הקודש, ס'איז זייער פשוט וואס דא איז געשעהן, איך בין דאך איצט אויפן וועג מקיים צו זיין א מצוה פון "מבשרך אל תתעלם", האב איך אוועקגעשענקט די זכות פון די מצוה אזוי ארום איז ער אויסגעהיילט געווארן.
געווען א איד פון שינאווע וואס האט געהערט די מעשה וויאזוי די ריסקעווע רב פארציילט עס, האט ער זיך אנגערופן אודאי ווער געדענקט דען נישט יענעם משוגענעם, ער פלעגט זיך ארומדרייען און זינגען א גראם "יומם השמש לא יככה- וירח בלילה לא יאבעכא..............
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

די טומל וועגן דאס רבנות אין צאנז.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

נאכן צאנזער רב'ס פטירה, איז שינאווא רב געבליבן וואינען אין צאנז,ער האט געהאט בדעה ממלא מקום זיין צאנזער רב זיע"א,ווייל ער איז געווען דעם בכור,און געהאלטן אז דאס רבנות באלאנגט צו אים,אבער זיין ברודער קרייזער רב זצ"ל האט געהאלטן אז דאס רבנות קומט זיך אים,ווייל די לעצטע יארן פונעם צאנזער רב האט קרייזער רב געפירט דאס רבנות,די חסידים ואנשי מעשה האבן געוואלט אז שינאווא רב זאל איבער נעמען,אבער די המון עם ,וואס האבן נישט געגליכן דאס תקיפות פונעם שינאווא רב,האבן ענדערש געוואלט קרייזער רב אלס ממלא מקום.

געהערט פו רבי לייביש פון טאמשוב זצ"ל (צעשינאווער רב'ס איידים ) אז אויך די ברודערס פונעם שינאווא רב האבן נישט געוואלט ער זאל איבער נעמען ווייל ער האט משנה געווען אפאר זאכן אינעם טאטענס הויז, למשל אין צאנזער רב'ס צימער ווי ער האט געלערנט איז געווען געקאלעכט מיט קאלעך,און שינאווא רב האט עס אראפגעקראצט אלס זכר לחורבן,און ער האט אויך געקריגט מיטן פאטער אין פארשידענע זאכן,און צוווישן איז דאס רבנות געבליבן שטעקן.

איבער א'יאר האט איינער געשריבן אין די צייטונג,נישט קייין שיינע זאכן אויפן שינאווא רב ,האט זיך שינאווא רב אנגערופן,אויב אזוי,אז מ'לייגט שוין אין די צייטונגען וועל איך גיין,און ער האט פארלאזט די שטאט.

אמאל איז שינאווא רב געקומען קיין צאנז,איז ער געגאנגען באזוכן די ברודער קרייזער רב ,האט אים קרייזער רב געפרעגט פשט אין א' שווערע שטיקל זוהר,האט אים שינאווא רב געזאגט נו,(געמיינט , אז ער זאל זאגן וואס ס'איז אים איינגעפאלן) האט קרייזער רב געזאגט א'ביאור,און ס'איז זייער געפאלן שינאווא רב דעם פשט,האט ער א'קלאפ געגעבן אויפן טיש,און אויסגערופן ,אז ער איז מוחל זיין ברודער דאס רבנות,וויבאלד ער איז געוואויר געווארן זיין גדלות אין תורה.

ווען שינאווא רב איז א'היים געקומען,האט אים זיין זון הגה"ק רבי משה'לע פון שינאווא זצוק"ל געפרעגט וואס האסטו געטוהן?,האט אים שינאווא רב גענטפערט "לו ולא לזרעו",אז נאר פאר אים האט ער עס מוחל געווען אבער נישט פאר זיינע קינדער.

נאכן פטירה פונעם קרייזער רב זצוק"ל (וואס איז אוועק נאך שינאווא רב),איז רבי משה'לע פון שינאווא געפארן קיין צאנז און געפאדערט דאס רבנות,אויפן סמך אז די טאטע האט געזאגט לו ולא לזרעו.האט מען אנגעפרעגט דעם מהרש"ם בערזשאנער רב זצ"ל ,און ער האט געפסק'נט אז דאס רבנות באלאנגט צום זון פונעם קרייזער רב ,וכך הוה מ'האט אויפגענומען זיין זון,הגה"ק רבי ארי לייביש זצוק"ל אלס רב.

געהערט פארציילן פון הרה"ק רבי יענקעלע פון פשעווארסק זצוק"ל.
אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חניוק »

ווי ווערט געשריבן וועגן זיין נסיעה קיין אה"ק און תימן?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת הרה"ק משינאווא זי"ע לפני בניית האהל
אטעטשמענטס
10691270509578343599.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

די אריינגאנג צום ביה"ח אין שינאווא - אמאל און היינט
אטעטשמענטס
3503388439191500713.jpg
Jewish_cemetery_Sieniawa_IMGP4507.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת הרה"ק רבי אברהם שלום מסטראפקוב זי"ע בעיר קאשוי
אטעטשמענטס
IMG_0711.JPG
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

חניוק האט געשריבן:ווי ווערט געשריבן וועגן זיין נסיעה קיין אה"ק און תימן?

תימן?
איז שינאווער רב געווען אויך אין תימן ווען ער האט באזוכט ארץ ישראל?
---
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

א זענדונג פון שינאווע נאוועמבער 26 1883 {כו חשון תרמ"ד} אין די ווינע צייטונג "ניי-צייט"
עפעס א רעדע פון א מי שברך וואס מ'האט געמאכט אין בית המדרש פאר אונזער הערן ר' יחזקאל שרגא האלבערשטאם.

Sicniawa, 26. November. Unsere Gemeinde, von der ein Theil dem
Fortschritte geneigt ist, betheiligt sich stets an allen das Judcnthum und den
Fortschritt betrtffenden Fragen. Am verwichenen Simchath-Thora hat unsere
kleine Gemeinde aus Initiative unseres Herrn Bürgermeisters David Weiß
und mehrerer Leser der „Neuzeit" das 100jährige Jubiläum des Sir Moses
Montefiore in der Synagoge gefeiert. Am Schmini-Azereth wurde ,der

von Herrn Ephraim Leisner verfaßte hebräische Aufruf den Anwesenden in
allen Bethäusern vorgelesen, in welchem dem Publicum das Leben Montefiore's
wie auch sein Streben und Wirken im Interesse jüdischer Wissenschaft, seine
dem Judcnthum geleisteten Dienste zur Zeit ihrer Unterdrückung, seine wilde
und offene Hand gegen jeden Hilfsbedürftigen, geschildert wird. — Am darauf
folgenden Tage hat unser Obercantor Herr Nusan Kohn. das von oben
erwähnten Herru Leisner verfaßte Gebet und Mischeberach bei offener Lade vor
zahlreicher Versammlung mit Chorbcgleitung vorgetragen, worauf alle An Andächtigen ­
dächtigen Andächtigen mit herzlichen Amen einstimmten. Auch im Bet Ha-Midräsch wurde
dem Jubilar von: unseren Rabbinen Herren Ezechiel S. Halberstam
und dessen Sohn, ein Mischeberach gemacht. Um auch den zu gründenden
Moutefiore-Fond zu unterstützen hat jeder der zur ThorasAufgerufenen dem Jubilar
einen Mischeberach machen lassen und einen Beitrag gespendet.
A. Butterweich.
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

אין די צייטונג "יידישע קארעספאנדענז" אין אידישע אינטערעסן וואס איז ארויסגעקומען אין ווין רעדאקטירט דורך יונה קרעפל, ווערט געמאלדן די פטירת הרה"ק ר' משה'לע שינאווער אין נאוועמבער 1 1918 {כו חשון תרעט}

דער גראסראבינער פאן שיניווא פארשוואונדן,
נאך לאנגע שווערע ליידען גראס ראבינער משה האלבערשטאם אין אלטער פון 76 יארן פארשוואונדן.
אייניקל דאס בארימטען סאנדזער גראסראבינער ראביי חיים זכרונו לברכה, וואר אויבערראבינער אין סטראפקוב אונגארן, צודען אויבערראבינער אין שיניווא גאליציען,
און דען לעצטען יארען וואר ער נאכפאלגער דער בארימטען גראסראבינער אין ניי-סאנדז,
די לוי' איז געווען מוצאי שבת, טויזנטער און טויזנטער מענטשען, פארעהרער פון רבין פון אונגארן און גאליציע.
פייערליכע הספדים רעדעס
זיין ממלא מקום רב אין שינאווא ר' ליבוש מרדכי.
זונטאג איז אין ווינער סאנזער קלויז און אין תלמוד תורה אפגעהאלטן געווארן הספדים. דורך הרב ירוחם פון סאמבור ישן [הגאון מאלטשטאט הי' מחותנו], און הרב שטיינבערג פון בראד, [מחזה אברהם] זכר צדיק לברכה

(Der Großrabbiner von Sieniawa
verschieden.) Am 17. d. M. ist in Neu-
Sandez nach langem, schwerem Leiden Groß-
rabbiner Moses Halberstam im Alter von
76 Jahren verschieden. Der Verewigte (Enkel
des berühmten Sandzer Großrabbiners Rabbi
Chaim,sichrono liwnocho) war Oberrabbiner in
Stropkow (Ungarn), sodann Oberrabbiner
in Sieniawa (Galizien), in den letzen Jahren
war er Nachfolger der berühmten Groß-
rabbinen in Neu-Sandez. Samstag nacht
fand das Leichenbegängnis statt. Tausende
und tausende Menschen, Verehrer des ver-
ewigten Rabbiners aus Ungarn und Galizien,

aus weitester Ferne, sind zusammengeströmt,
um an dieser Trauerfeier teilzunehmen. Viele
Rabbinen hielten feierliche Trauerreden. Zu
seinem Nachfolger ist sein Sohn, Oberrabbiner
aus Sieniawa, Leibisch Markus Halberstam,
berufen worden. Das Ableben dieses hervor-
ragenden Großrabbiners hat in allen jüdischen
Kreisen große Trauer hervorgerufen. Sonntag,
den 27. d. M., wurden denselben in der
Wiener Sandzer Klaus und in der Talmud-
Thora„Hefpedim"gemacht. Rabbiner Jeruchem-
Sharry-Sambor und Oberrabbiner Stein-
berg-Brody widmeten dem Verblichenen tief-
empfundene Nachrufe. Secher Zaddik livrocho!

גוגל טרענסלעיט

(The Chief Rabbi of Sieniawa
 different.) On the 17th inst.'s new
 Sandez after a long and severe suffering Wholesale
 rabbi Moses Halberstam at the age of
 Different 76 years. The immortalized (grandson
 the famous Sandzer Chief Rabbi Rabbi
 Chaim, sichrono liwnocho) was chief rabbi in
 Stropkow (Hungary), then Chief Rabbi
 in Sieniawa (Galicia), in recent years,
 He was the successor of the famous wholesale
 Rabbis in New Sącz. Saturday night
 The funeral took place. Thousands
 and thousands of people, worshipers of the method
 ewigten rabbi from Hungary and Galicia,

 from a great distance, have flocked together,
 to participate in the funeral service. Many
 Rabbis held solemn funeral orations. To
 his successor was his son, Chief Rabbi
 from Sieniawa, Leibisch Markus Halberstam,
 been appointed. The demise of this out-
 Chief Rabbi has outstanding Jewish in all
 Circles caused great sorrow. Sunday,
 27th inst., were the same in the
 Vienna Sandzer Klaus and in the Talmud
 Torah "Hefpedim" made. Rabbi Jeruchem-
 Sharry-Sambor and Chief Rabbi Stone
 mountain-Brody dedicated to the deceased deep
 perceived obituaries. Secher tzaddik livrocho!
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עדות הרה"ק מ'אסטראווצע זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

האט פארציילט הגאון הקדוש דער אסטראווצע רב זיע"א,אז אמאל פארענדיג צום שינאווא רב זיע"א האט ער געזאגט פאר די מיט רייזענדע,אז אין די בית יוסף'ס צייטן האבן אסאך גדולים געוואלט מסמיך זיין איינעם ,א'אדם גדול און א'הייליגע איד וואס האט געוואוינט אין ארץ ישראל, בתנאי אז אלע זאלן אים מסמיך זיין, ,און הגם אז די טור מיטן בית יוסף פסקענען אז היינטיגע צייטן איז מען נישט סומך ווייל ס'דארף זיין סמיכה איש מפי איש ביז משה רבינו ע"ה וואס ער האט מסמיך געווען יהושע,און די גאנצע סמיכה איז בטל געווארן,מיט אלמען האבן אסאך גדולים געהאלטן אז אויב אלע חכמי ארץ ישראל מיט חוץ לארץ וועלן מסמיך זיין איין מענטש וועט עס זיין א'גוטע סמיכה,און דער מוסמך וועט קענען איינעם אנדערש מסמיך זיין,און אזוי ווייטער בי משיח'ס טאג.
און די נסמכים וועלען קענען דן זיין דיני קנסות,און געבן מלקות פאר וועם עס קומט זיך,און ממילא וועט יענער האבן א'כפרת עוונות דורך די מלקות,אבער אסאך פון די גדולי ישראל האבן נישט צו געשטמיט צו דעם,זאגענדיג אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה,און קיינער קען נישט מסמיך זיין היינטיגע צייטן. (ועיין בתשובת מהר"ל בן חביב במשפט הסמיכה).

האט דער אסטראווצע גאון אויס געפירט אז אויך ער האלט אז מ'קען היינטיגע טאג מסמיך זיין,און אים קוקט אויס אז אויב וואלט מען אזוי גע'פסק'ענט וואלט מען זיכער מסמיך געווען שינאווא רב זיע"א זייענדיג אין ארץ ישראל אלס צדיק הדור,און שינאווא רב וואלט אים געשמיסן מלקות,אזוי וועט ער האבן א'כפרת עוונות.


אנקומענדיג צום שינאווא רב געבענדיג שלום,האט אים שינאווא רב אזוי געזאגט,די תורה זאגט דאך (דברים כ"ה,ג) ארבעים יכנו,ואתו רבנן ובצרי חדא (מכות כב:) און די חכמים האבן אראפ גענומען איין שמיס, לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס האבן זיי אראפ גענומען איינס?,נאר די זאך איז,אז ווען איינער מאכט א'עבירה וואס ס'קומט דערויף מלקות,איז ער פוגם אין אלע פיר עולמות ל"ע, אין עשי' יצירה בריאה אצילות,און ער איז פוגם אין די עשר ספירות פון יעדעם וועלט,וועגען דען האט די תורה געהייסן מ'זאל געבן פערציג מלקות,(צען מאל פיר=איז פערציג),נאר וויבאלד די חכמים האבן געזעהן ,אז ס'וועט זיך מאכן א'פערשוין וואס וועט וועלן און וועט הנאה האבן פון די מלקות וויל ס'וועט אים זיין פאר א'כפרת עוונות וואס ער האט געזינדיגט,און ממילא פון די הנאה וואס ער וועט האבן וועט נישט די קלעפ זיין א'כפרת עוונות,וועגען דעם האבן די חכמים אראפ גענומען איינס,אז ער זאל האבן יסורים וועגען דעם,און דאס וועט אים זיין א'כפרת עוונות.

ווען שינאאוא רב האט דאס געזאגט ,האט די אסטראווצער גאון געטראכט ביי זיך אפשר איז דאס נישט רוח הקודש,נאר פון הימעל האט מען אים אריינגעלייגט די ווערטער אין זיין מויל,טראכטענדיג אזוי רופט זיך אן שינאווא רב "איך בין נישט אזוי געוועזין",ווען איך בין געווען אויף קעסט אין איהעל,ביים "ישמח משה זיע"א,האב איך געזינדיגט,און איך האב געהאלטן אז איך דארף פאסטן דערויף,בין איך געגאנגען צום ישמח משה אים פרעגן וואס ער האלט דערויף,ווען איך בין אנגעקומען צו אים אין שטוב,האט ער גענומען א'קוויטל פון א'מענטש ,און אים געזאגט אז ער מוז נישט פאסטן,און איך האב אים מער נישט געפרעגט דערוועגען און אים נישט פארציילט וואס איך האב געטוהן,ווייל איך האב געזעהן,אז ער ווייסט אלעס.

פון כתב יד הגה"ק רבי סיני הלברשטאם זצוק"ל פון זשמיגראד (זון פון גארליצער רב זיע"א) ,והיא לו נדפסה בספר "חמדה גנוזה".
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”