נאך די קריג: פוילישע חסידים אין סאטמאר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

נאך די קריג: פוילישע חסידים אין סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

יאסל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:די נאכט איז ארויס די לוי' פון הרה"ח ר' אברהם שמואל וויזנפעלד ע"ה תנצב"ה

געווען פון די לעצטע פארבליבענע פוילישע אידן אין וויליאמסבורג, פלעגט דאווענען אין ווייצען (מלפנים בארדיוב).

איך האב שוין לאנג חשק צי עפענען אן אשכול איבער די פולישע אידן וואס האבן זיך נאכן קריג פלאצירט אין סאטמאר, וואס איז לכאורה א חידוש גדול ווייל די קולטורען אין די צוויי מדינות פולין אין אונגארען איז געווען גאר אנדערש,
נעמט למשל אזא איד ווי ר' אברהם שמואל א חנטשינער חסיד פון אינדערהיים פאר אזא איינעם איז געווען א היבשער הקרבה זיך צי פלאצירען אין סאטמאר.

יאסל האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:און ר' לייבל קופטשיק ז"ל א אלכסנדער חסיד פון דערהיים.

אזוי נישט געוויסט זיינע קינדער גייען דאך מיט פלאכע בובער היטן?
אגב איז געווען א היבש ביסל פולישע חסידים אין סאטמאר,
אלכסנדר איז אויך דא ר' ישראל יצחק דאמב שליט"א.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך געדענק נישט זיין נאמען, אבער אין ראדני איז געווען א לעבעדיגער פוילישער אידל, א נידריגער מיט א הויעכע-הוט ער פלעגט צאמנעמען די צוקערליך אין בית-שני, איינער ווייסט פון וועם איך רעד?

עס איז דא די באקאנטע 'פוילישע זילבערשטיינס' פון ביהמ"ד שערי תורה אויף הויפפער סט. וועלכע האבן אויך געלאנדעט אין סאטמאר.

עס איז דא א 'לאנדא' משפחה פון די פוילישע אפשטאם (דאכציך ר' שמחה נפתלי) איינער איז געווען א מלמד אין מיינע צייטן אין סאטמאר וומ"ס.

איך דערמאן מיך פון א 'פאזנער' משפחה אין ווייצענער ביהמ"ד.
משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש »

מיללער האט געשריבן:עס איז דא די באקאנטע 'פוילישע זילבערשטיינס' פון ביהמ"ד שערי תורה אויף הויפפער סט. וועלכע האבן אויך געלאנדעט אין סאטמאר.

ר' נתן דוד זילבערשטיין ע"ה

כפי השמועה איז ער געווען אדוק אין איינע פון די פוילישע רבי'ס וועלכע האבן אים אנגעזאגט ער זאל זיך נישט לאזן פארפירן פון רביים, ווייל בעיקבתא דמשיחא וועלן נישט זיין [אסאך] ערליכע מנהיגים.
ווען ער איז געקומען אויף וויליאמסבורג איז ער מהאי טעמא נישט געגאנגען צום רביה"ק מסאטמאר זי"ע, זיין עווענטולע התקשרות איז געקומען דורך אן קורצע עפיזאד וואס כ'דענק נישט אויפן מאמענט.
זייענדיג א פוילישער און א אנדערע סארט פונעם אלגעמיינעם עולם, האט ער געהאט אן אנדערע צוגאנג צום רבי'ן, דער רבי האט אים זייער געגליכן.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ר' נתן דוד איז געווען פאר די קריג א ראדאמסק'ער חסיד און דער נאך פון באבוב,

משפחות גלאנץ און קלאגסברוין זענען אויך פון גאליציא במקורם.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ר' נתן דוד זילבערשטיין איז געווען א באבובער תלמיד אין אזוי אויך ר' ...... קלאגסברוין,
סאיז דא א היבשע פאר קאלשיצער חסידים וואס האבען זיך געטראפן דאס פלאץ אין סאטמאר מכוח קנאות
בראש וראשון איז דאך ר' יעקעלע ז"ל, אויך איז דא די וואגשאל ברודער, אין ווי האט ער נאך געהייסן קלאגסבאלד וואס איז אפאר יאר צירוק אוועק?
דערנאך נאך אפאר פולישע אידן וואס קימען מיר אויפן געדאק די מינוט,וואס כ'ווייס נישט ווי זיי האבן זיך געדרייט פארן קריג,
ר' ישראל ניימאן ז"ל
ר' אברהם יעקב גלאנצער ז"ל
ר' ..... גאטליב וואס איז לעצטענס אוועק אין איז געגאנגען מיט א ספאדיק
לעצט פארראכטן דורך יאסל אום דאנערשטאג אפריל 30, 2009 4:07 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

און קרית יואל איז געווען א ליזענסקער איד, ר' ישראל ניימאן ז"ל.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאסל האט געשריבן:ר' נתן דוד זילבערשטיין איז געווען א באבובער תלמיד אין אזוי אויך ר' ...... קלאגסברוין,
ר' אברהם יעקב גלאנצער ז"ל
וועגען ר' נתן דוד האבן מיר געשריבן פריערט אין קורצן, מען האט פון אים געדרוקט א ספר משנת דוד,
זיין קהלה האט א באזונדערע חלקה אין נ"דזש, אהינטער האדאס-סאלקא, ושם מנו"כ.

ר' [חיים] אברהם אלטר קלאגסברוין, זיין זוהן האט פון פריש איבער געזעצט דעם זרע קודש פון זייער זיידן מ'ראפשיץ,
וואס האט אגב צו געלייגט איטליכע פרישע פראבלעימען און איהרטום'ער.

דער זיידע פון ר' אברהם יעקב גלאנצער איז געווען א חסיד פון צבי לצדיק פון בלאזשוב,
וואס זיין רבי האט אים געשיקט קיין אמעריקא בימים ההם וואו ער האט געדינט אלס דער רב פון די בלאזשוב'ער חסידים.

ר' אהרן יעקב רייכמאן קאן מען אויך צו רעכענען.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

גארנישט געוויסט אז ר' אהרן יעקב רייכמאן איז געווען א פוילישער ווי האט ער געווינט פארן קריג?
ר' אברהם יעקב זיידע איז דאכט זיך געווען ארגינעל פון אונגארען.
אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קבל את האמת »

משמש האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:עס איז דא די באקאנטע 'פוילישע זילבערשטיינס' פון ביהמ"ד שערי תורה אויף הויפפער סט. וועלכע האבן אויך געלאנדעט אין סאטמאר.

ר' נתן דוד זילבערשטיין ע"ה

כפי השמועה איז ער געווען אדוק אין איינע פון די פוילישע רבי'ס וועלכע האבן אים אנגעזאגט ער זאל זיך נישט לאזן פארפירן פון רביים, ווייל בעיקבתא דמשיחא וועלן נישט זיין [אסאך] ערליכע מנהיגים.
ווען ער איז געקומען אויף וויליאמסבורג איז ער מהאי טעמא נישט געגאנגען צום רביה"ק מסאטמאר זי"ע, זיין עווענטולע התקשרות איז געקומען דורך אן קורצע עפיזאד וואס כ'דענק נישט אויפן מאמענט.
זייענדיג א פוילישער און א אנדערע סארט פונעם אלגעמיינעם עולם, האט ער געהאט אן אנדערע צוגאנג צום רבי'ן, דער רבי האט אים זייער געגליכן.

די מעשה איז אביסל אנדערש,אז מען רעדט פון דעם פולישען איד
ר' נתן דוד זילבערשטיין ע"ה פון קראקא פלעגט זיך דרייען און פייעא בהמד"ר
,ער אז ארגינעל פון ראדומסק חסידות, און געלערענט וועגן מיליטער און באבוב,
און נאך די קריג און בערגען בעלזען האט ער זך זייער באפריינדעט מיטן ווייצנער רב הר"ר הערשל מייזליש זי"ע,
איז אמאל האט עם דער ווייצנער געבעטן אז ער זאל גיין צום סאטמער רעבין צוזאגענדיג וועסט זען אז פון עם וועסטו האלטען,האט ר נתן דוד געזאגט אויף זיך אז וועט שוין פון קיינעם נישט האלטען. ווייל ער האט געזאגט אז ער האט געקענט רבנים אינדערהיים וואס סאיז נישט געווען מי יודע.
למעשה איז ער עפעס איינמאל אריין און א ביהמד"ר און דער רבי האט דארט פארגעלערענט פאר א פאר קריגס אידן מסכת בבא מציעא און ער זייענדיג א תלמוד חכם האט אנגעהויבן מפלפל זיין נישט וויסענדיג אז דאס איז דער רבי
און פוןדעמאלס איז געווארן א חסיד נלהב
שפעטער איז געווען די באקאנטע מעשה מיט פדיון נפש מיז זיין רעביצין לאוי"ט.

נעמען פון פוילישע און סאטמער זיי האבען זיךגעהאלטען נאנט, שפעטער משדך געווען
ר' לייבעל קופטשיק ע"ה
ר' באכנער פון ב.פ. זיינע קינדער
ר' אברהם חיים קלאגסברוין ע"ה
ר' יעקב פאזנער ני"ו
ר' נתן דוד זילבערשטיין ע"ה
הישיש ר' חיים שמואל וואלהענדלער ני"ו
הישיש ר' ישראל פרנס ני"ו
ר' הערשל ציטרענבוים ע"ה שפעטער באבוב
ר' אברהם שמואל וויזענפעלד ע"ה
ר' שמעון לאנדא ע"ה
ר' הערשעל קערנקרויט ע"ה
ר' משה ראבי ע"ה
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

קבל את האמת האט געשריבן:

די פולישע אידן האבן זיך געדרייט אינעם ווייצענער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג בעפאר דעם איז עס געווען דער בארדיובער שול
ר' קבל קענסט ביטע מער צילייגען ווי די אויבנדערמאנטע אידן האבען באלאנגט פארן קריג??
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינטערעסאנא צו באמערקן אז דער זיידער פון ר' אברהם יעקב גלאנצער ז"ל, ר' אברהם מאיר גלאנצער בעמח"ס אגם מים, ליגט דא אין אמעריקא ער איז דא געווען פאר די קריג און ער איז דא נפטר געווארן, ער איז געווען א בורר אינערהיים.

זיין זוהן ר' אלחנן צבי (אבי ר' אברהם יעקב) איז אוועק אין די קריג, אבער א זוהן ר' משה האט יא איבערגעלעבט.

ספר אגם מים

יעצט זעה איך דא א קונטרס 'אגם מים' אויך פון ר' אברהם מאיר, וועלכער זעהט אויס ווי א ירחון, געדרוקט אין גראסווארדיין בשנת תר"ס, מיט די הסכמה פון אונגארישע רבנים ווי דער ערוגת הבשם און דער יד רמ"ה, עס זעהט טאקע אויס אז דאן האט ער געוואונט אין אונגארן-טראנסילוואניע.

דאכציך אז ר' הערשל איז אנגעקומען קיין קראקא.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך וואונדער מיך אז קיינער האט נאך נישט דערמאנט הרה"ח ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער זז"ג עמו"ש, א געווייקטער קאלאשיצער חסיד פונדערהיים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

farshlufen האט געשריבן:איך וואונדער מיך אז קיינער האט נאך נישט דערמאנט הרה"ח ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער זז"ג עמו"ש, א געווייקטער קאלאשיצער חסיד פונדערהיים.

טאקע קאלשיץ, אבער שוין געווינט די לעצטע יארן אין אונגארען.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

קבל את האמת האט געשריבן:,ער אז ארגינעל פון ראדומסק חסידות, און געלערענט וועגן מיליטער און באבוב,

ר' אברהם חיים קלאגסברוין ע"ה

ר' משה ראבי ע"ה
ר' נתן דוד איז נישט אריבער קיין באבוב וועגען מיליטער,
ביטע פארדרייט נישט קיין פאקטן, עס איז געווען נאך די נפילה אין ראדאמסק, ודי.

ר' אברהם חיים קלאגסברוין איז אויך פון דערהיים א באבוב'ער.

ר' משה ראבי האט נאך דא געהאט זיין פאטער ר' שלום שכנא, אייניקלעך באח"ב פון חכם צבי.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קבל את האמת »

הרב ביקסאד

וואס הייסט נפילה ראדומסק ודי
עפעס וואס מען טאר נישט שרייבען ?
אפשר מיינט איר שותפות מיט די משפת פורכטגוט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאך האב שוין גענטפערט פאר א צווייטן באישית, עס רעדט זעך וועגען געלט,
און יאך זיך נישט צו שרייבן אויף שוכני עפר, נאך דערצו קדושים, ביטע נישט איבער פרעגן.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב מביקסאד, אז מ'וויל באמת נישט שרייבן שרייבט מען נישט אפילו ברמיזה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

צוריק צום נושא, ווער האט מער אינפארמאציע איבער די אויבענדערמאנטע אידן ביי וועלכע רביס זיי האבן זיך געדרייט בעפארן קריג?
אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קבל את האמת »

ר' אברהם שמואל וואלהענדלער
חאנטשיענער חסיד
אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קבל את האמת »

הישיש ר' ישראל פרנס ני"ו
סטראפקעווער אייניקעל
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

איך געדענק נישט זיין נאמען, אבער אין ראדני איז געווען א לעבעדיגער פוילישער אידל, א נידריגער מיט א הויעכע-הוט ער פלעגט צאמנעמען די צוקערליך אין בית-שני, איינער ווייסט פון וועם איך רעד?

ער האט געהייסן ר' שמעון (שמעון'לע) לאנדאו ז"ל
א חסיד פון הגה"ק מקאלאשיץ זי"ע ער אלס נאכזאגן ד"ת אין מעשיות פון קאלשיצער רב זי"ע

בדרך אגב יבלח"ט ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער שליט"א איז אויך א חסיד פון הגה"ק מקאלשיץ זי"ע

אויך איז דא א פוילישער חסיד הרה"ח יעקב מתתי' זעליגפעלד נ"י
שטאמט פון קשוינז פוילן ער איז איבערגעבליבן אחד מעיר איין איינציגער פון די שטאט...
דא האט ער זיך מדבק געווען אין הגה"ק מסאטמאר זי"ע
ער האט מנדב געווען אסאך געלט פאר סאטמאר למשל עטליכע ארון הקודש אין סאטמאר - ראדני, ספרים, מקוה קעמפ (איבעראל זעט מען ז"נ יעקב מתתי' וזוגתו חנה..................
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מחזור,
איך האב טאקע געמיינט דעם ר' שמעונלע לאנדא.

-
וזוגתו חנה קיילא....
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

רבי משה טארעם ז"ל
איז א פולישער
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

הרב מיללער אפשר געדענקט איהר די 2 גיטע ווערטער וואס ר' שמעון'לע לאנדא פלעגט נאכזאגן פון קאלאשיצער רב זי"ע??????
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ר' נפתלי רובינפעלד ע"ה, דער פאטער פון ר' פנחס חיים פון וומ"ס איז געווען א פולישער אין א דינוב'ער חסיד פון אינדערהיים.
אזוי אויך דער אויבן דערמאנטער ר' אהרן יעקב רייכמאן ע"ה האט געשטאמט פון דינובער חסידים.
ר' יושע דוד באכנער דער פאטער פון ר' איילוש איז געווען א באבוב'ער תלמיד פארן קריג.
ווייסט איינער ווי ר' משה טארעם ע"ה האט באלאנגט פארן קריג?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”