רבי צבי הירש אשכנזי ה"חכם צבי" זצ"ל - ר"ח אייר תע"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי צבי הירש אשכנזי ה"חכם צבי" זצ"ל - ר"ח אייר תע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער "חכם צבי" ז"ל האט איינמאל, צוליב א מחלוקה, געמוזט פארלאזן זיין שטאט אמסטערדאם און אוועק קיין פוילין, וואו ער איז שפעטער געווארן דער רב אין לעמבערג. אויפ'ן וועג האבן איהם מענטשן געפרעגט, וואו ער גרייט זיך צו גיין? האט ער געענטפערט אז אין די תורה שטייט, אז דער מלאך האט געפרעגט הגר'ן צוויי שאלות. פונוואנען קומסטו און וואוהין גייסטו? הגר האט נאר געענטפערט "מפני שרה גבירתי אנכי בורחת" בלויז אויף איין שאלה האט זי געענטפערט. אויף די שאלה וואו גייסטו האט זי נישט געענטפערט! איז א ראיה אז ווען איינער אנטלויפט, קען ער נישט ענטפערן וואוהין ער גייט, אבי מ'אנטלויפט פון פייער...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער חכם צבי האט געהאט 15 קינדער,

1. מרים, אשתו של רבי אריה לייב מאמסטרדם, בן בנו של רבי השל מלובלין.
2. רחל, אשתו של רבי יצחק, בנו של רבי מאיר איזנשטט.
3. נחמה, אשתו של הרב נפתלי הירץ שכיהן כרב בפשדבורז. הייתה אלמנה שנים רבות, והתגוררה בבית גיסה רבה של אמסטרדם.
4. רבי יעקב עמדין, היעב"ץ.
5. הרב אפרים, מרבני הקלויז בברודי.
6. הרב נתן, מרבני הקלויז בברודי, אבי אביו של רבי יעקב מליסא.
7. הרב אברהם משולם זלמן, כיהן כרב באוסטרהא ובלונדון.
8. הרב משה, אב"ד בקמינקא.
9. הרב דוד, אב"ד ירטשוב, זקנו של רבי חיים הלברשטאם.
10. הרב אליקים גצל, אב"ד רקובי.
11. דבורה.
12. פריידה, אשתו של הרב יעקב חריף, רבה של לשנוב וגליל פודוליה.
13. אשתו של הרב מרדכי כ"ץ אב"ד ברודא.
14. לאה, שדעות כותבי היחוסין חלוקות בדבר זהות בעלה וצאצאיה.

און נאך איין טאכטערוואס איז געהרג'ט געווארן אינגערהייט רח"ל
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

ביינונז אין די משפחה ווייסט מען אז מיר זענען אייניקלעך פונעם חכם צבי זצ"ל; וואו קען מען אויסגעפונען מער יחוס?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לחיים,
די צאנזער אייניקלעך און די אייניקלעך פונעם חוות דעת איז דאך פשוט זייער יחוס צום חכם צבי, פון די אנדערע ווענד זיך, מיין זיידע ע"ה פלעגט מיר אויך אלס בעטן אז ער האט מקבל געווען אז מיר זענען אייניקלעך פונעם חכם צבי איך זאל פרוביערען צו דערגיין.

למעשה האב איך נישט געקענט דערווייל טרעפן קיין קאנעקשאן, דער זוהן ר' משולם זלמן איז אוועק אינגערהייט ער האט איבער געלאזט א זוהן מיטן זעלבען נאמען ווערנדיג געבוירן נאך די פטירה, עס איז דא א ספר פונעם זוהן (לא זוכר כעת שם הספר) דער פלונסקער רב הרב מיכלזוהן שרייבט דארט אראפ זיין יחוס מיט די סדר הצאצאים פונעם חכם צבי, דארט קענסטו טרעפן מער חומר.

אז די ווייסט כאטש איין באקאנטער מענטש אין די משפחה מיט א 5-6 דורות צוריק, קען מען פרוביערען צאמצושטעלן דעם בילד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר למפרע מיללער.

דו שרייבסט אז פון צאנז און חוות דעת איז פשוט. ביטע שרייב עס מיר אראפ (אויב ס'נישט קיין טירחא).
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער, פשוט. לכאורה דער חות דעת פאטער איז געווען א זוהן פון ר' נתן מבראד דער 6סטער אויפען ליסט פונעם זיידען.

איך ווייס אז אינז זעמער אויך אייניקלעך פונעם חכם צבי, און אויך דורך דעם ר' נתן.
אינז זעמער אייניקלעך פון ר' ישעיה בנעט, וואס און זיין אשכול האמער געטראפען א פינף חברים דא אייניקלעך פון ר' ישעיה ז"ל. איך, מאשקע, יעקעלע, וכו'

זיין טאטע איז געווען ר' מרדכי בנעט ז"ל
ר' מרדכי בנעט'ס טאטע האט געהייסען ר' אברהם
דער ר' אברהם איז געווען א זוהן פון ר' יהודא אשכנזי, וואס ער איז געווען א זוהן פון דער ר' נתן. בנו של החכם צבי
ר' מרדכי בנעט'ס ריכטיגע נאמען וואלט געדארפט זיין ר' מרדכי אשכנזי, נאר דער נאמען בנעט איז געקומען פון ר' מרדכי בנעט מאמע (זי איז געווען א בנעט)

דאס זעלבע איז מיטען חות דעת. ער איז אויך אן איר אייניקעל פונעם חכם צבי בן אחר בן דורך דעם ר' נתן.

לויט דעם חשבון דא קומט אויס אז ר' מרדכי בנעט'ס פאטער מיטען חות דעת זענען געווען סעקענד קאזין'ס
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:יישר למפרע מיללער.

דו שרייבסט אז פון צאנז און חוות דעת איז פשוט. ביטע שרייב עס מיר אראפ (אויב ס'נישט קיין טירחא).



איך זעה אז ר' שמחה האט שוין געענטפערט כלפי ר' יעקב ב"ר יעקב משה מליסא החוות דעת.

דער הייליגער צאנזער רב געדענק איך לעת עתה נישט דעם סדר היחוס, אדרבא, ווער עס קען עס אראפשרייבן תבא עליו ברכה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער דברי חיים'ס מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' דוד מבראד, אן אייניקעל פונעם חכם צבי דורך דעם חכם צבי'ס זוהן ר' דוד אב"ד ירטשוב.
(עס קען גאר זיין אז ער האט געהייסען דוד על שמו של זקנו בן החכם צבי)
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קענסט פלעכטן ווייטער, אז נאך אים האט דער דברי חיים א נאמען געגעבן זיין זוהן ר' דוד מ'קשאנוב.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ער איז געוועהן א אשכנז, אבער געלערנט ביי ספרדים, און ביי ספרדים רופט מען א גדול "חכם" דעריבער הייסט ער "חכם" צבי,
לפלא אין די תשובות איז דא זיין חתימה מיטן אויסלאז ס"ט ווי די ספרדים שרייבן,

איבער דאס בילד פונעם חכם צבי, האט דער יעב"ץ מעיד געוועהן אז ס'איז 100 פראצענט ריכטיג,

זיין טאטע האט געהייסן ר' יעקב חתן הגאון בעל שער אפרים,

ער ליגט אין ביה"ח אין לעמבערג (אזוי שטייט אין די הקדמה פון די תשובות) כהיום איז ליידער נישטא קיין זכר פון ביה"ח די דייטשע רשעים האבן עס צושטערט.
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שאץ מאץ האט געשריבן:ער ליגט אין ביה"ח אין לעמבערג (אזוי שטייט אין די הקדמה פון די תשובות) כהיום איז ליידער נישטא קיין זכר פון ביה"ח די דייטשע רשעים האבן עס צושטערט.
.

ווען איך ווייס ווען פאר שבת....
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:ער ליגט אין ביה"ח אין לעמבערג (אזוי שטייט אין די הקדמה פון די תשובות) כהיום איז ליידער נישטא קיין זכר פון ביה"ח די דייטשע רשעים האבן עס צושטערט.
.

ווען איך ווייס ווען פאר שבת....



איינער וואס איז געווען ביים טיש ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר פאריגע שב"ק האט מיר טאקע נאכגעזאגט אז ער האט געפרעגט דארט ווי דער ח'כם צבי' ליגט און איינער האט זיך אנגערופען אז ער ליגט אין אמסטערדאם, איך האב גלייך געטראכט אז דאס איז נישט מסתבר.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

לחיים ולברכה [חיים ברוך], סקרענטאן'ער רב [יעקב דוב (אביגדור ?) מיללער], איר זענט שוין געהאלפן געווארן ?
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד הרב מביקסאד,
מיר זיינען נישט געהאלפן געווארן דערווייל אינעם נושא פון טרעפן א קשר-משפחתי צום חכם צבי.

[ובנוגע שמי מעריסה, יעקב דוב הוא שמי האמיתי ואביגדור לא שימש אלא לצורך שעה כפסוודנים, ומיללער אינו מעריסה אלא שם משפחה כללי כאשר נפוץ בין האשכנזים לספח שם למשפחה על שום אומנות וכדו']
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

scy4851 האט געשריבן:קרעמער, פשוט. לכאורה דער חות דעת פאטער איז געווען א זוהן פון ר' נתן מבראד דער 6סטער אויפען ליסט פונעם זיידען.

איך ווייס אז אינז זעמער אויך אייניקלעך פונעם חכם צבי, און אויך דורך דעם ר' נתן.
אינז זעמער אייניקלעך פון ר' ישעיה בנעט, וואס און זיין אשכול האמער געטראפען א פינף חברים דא אייניקלעך פון ר' ישעיה ז"ל. איך, מאשקע, יעקעלע, וכו'

זיין טאטע איז געווען ר' מרדכי בנעט ז"ל
ר' מרדכי בנעט'ס טאטע האט געהייסען ר' אברהם
דער ר' אברהם איז געווען א זוהן פון ר' יהודא אשכנזי, וואס ער איז געווען א זוהן פון דער ר' נתן. בנו של החכם צבי
ר' מרדכי בנעט'ס ריכטיגע נאמען וואלט געדארפט זיין ר' מרדכי אשכנזי, נאר דער נאמען בנעט איז געקומען פון ר' מרדכי בנעט מאמע (זי איז געווען א בנעט)

דאס זעלבע איז מיטען חות דעת. ער איז אויך אן איר אייניקעל פונעם חכם צבי בן אחר בן דורך דעם ר' נתן.

לויט דעם חשבון דא קומט אויס אז ר' מרדכי בנעט'ס פאטער מיטען חות דעת זענען געווען סעקענד קאזין'ס


אין איין ארטיקל און צפונות גל' י"ב שרייבט ר' אברהם בענעדיקט אז חאטשיק אז עס איז קלאר אז ר' מרדכי בנעט'ס פאטער איז געווען איין אייניקל פון'ם חכם צבי, דער "סדר הדורות" וואס ווערט אויסגערעכנט אין ספרים האט נישט קיין פארלעסטליכן מקור.

דער בעל המאמר דארט שרייבט זיין אייגענע השערה, אבער לענ"ד איז עס אויך נישט מוכרח.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

יעצט טרעף איך אז עס פרעגט שוין איינער אפ דעם אויבן-דערמאנטער השערה: toladot.blogspot.com/2009/03/blog-post.html סוף פון די תגובות
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

farshlufen האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:ער ליגט אין ביה"ח אין לעמבערג (אזוי שטייט אין די הקדמה פון די תשובות) כהיום איז ליידער נישטא קיין זכר פון ביה"ח די דייטשע רשעים האבן עס צושטערט.
.

ווען איך ווייס ווען פאר שבת....


יא ליידער דער גאנצער ביה''ח איז חרוב ונחרב ואין זכר למו, איך ווייס נישט צו דורך די דייטשע אדער דורך די אוקריינישע רשעים.

עס אינטערעסאנט צו באמערקן, אז אינעם ביה''ח אין לעמבערג געפונט זיך נאך א גדול וואס איז געקומען פון אמסטערדאם, און פונקט ווי דער חכם צבי האט ער געדארפט אנטלויפן ומנו''כ בלעמבערג, ה''ה הגאון הגדול רבי דוד מלידא זצ''ל מח''ס עיר דוד, וועלכער איז געווען רב אין לידא און אין מיינץ, ואח''כ נתקבל לאב''ד בק''ק אמסטערדאם קהלת האשכנזים, אבער צוליב א סכסוך מיט די דארטיגע ראשי הקהלה, האט ער געמוזט איבערלאזן זיין רבנות און גענומען די וואנדער שטעקן און זיך געצויגן קיין לעמבערג ושמנו''כ.

דער חכם צבי איז געווארן אן איידעם ביי הג''ר זלמן מירליש זללה''ה אב''ד אה''ו, און נאך זיין פטירה איז דער חכם צבי געווארן רב אין א''ו, אבער אין האמבורג האט ער געטיילט דאס רבנות מיט הג''ר משה ראט'''ב זיסקינד, אבער צוליב א באקאנטער מחלוקת איז ער פון דארטן אריבער קיין אמסטערדאם, וואו נאך א שטיק צייט האט ער געדארפט עוקר זיין, נאכ'ן זיך מתסכסך זיין מיט'ן ספרד'ישן רב הגאון רבי שלמה איאיליון זצ''ל איבער דעם שבתי צבי'ניק נחמי' חיון שר''י.

פון אמסטערדאם איז ער אריבער קיין לאנדאן, וואו ס'איז געווען א רעדע ער זאל ווערן רב דארטן, אבער דער חכ''צ לא הסכים, ווייל ער האט געוואלט זיינע קינדער זאלן בלייבן צווישן די די אשכנזים, אבער מחמת גודל אהבתם אליו האבן זיי געברענגט א מעלער וואס האט אויסגעמאלן זיין צורה הקדושה, און דער יעב''ץ איז מעיד אז דאס קוקט אויס ממש ווי ער נאר ס'פעלט א רוח חיים בקרבו.

פון לאנדאן האט ער וווייטער געוואנדערט, און ענווענטועל איז ער אויפגנומען געווארן אלס רב אין למעבערג, אבער נאך א קורצע צייט פון איין אדער צוויי יאר איז ער נסתלק געווארן, בשנת תע''ח.

איבער זיין חתימה ס''ט טוט זיך דערויף, וי''א כי חתם כן כי אביו ר' יעקב ז''ק [זרע קודש] שהי' חתנו של הגאון בעל שער אפרים אב''ד אויבן, הי' נשבה בין העכו''ם, וגבו עדות עליו כי כבר מת, ואשתו רצתה לינשא שנית, ורק בדקה האחרונה ניצלה מאיסור חמור, איסור א''א, וע''ש זה נקרא ס''ט. אבל יש עוד גירסאות שונות בהענין, ואכמ''ל.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שני מאמרים הבאים כאחד לתולדות הגה"ק החכם צבי זצ"ל, מהרב הסופר הנכבד ר' יוסף נחמי' קוואדראט שיחי' נצח מעיר לאנדאן הבירה, שנכתבו ונדפסו בשעתם בהמכתב-עת הנהדר 'שערי ציון'.

תשוח"ח להמשלח החשוב, חמרא למריה ושקייה לטיבותא, יתברכו כולם ממעון הברכות, בברכת כו"ח טובה.
אטעטשמענטס
שערי ציון כח - ניסן אייר תשעא.pdf
(5.71 MiB) געווארן דאונלאודעד 292 מאל
שערי ציון כט - תמוז אב תשעא.pdf
(5.11 MiB) געווארן דאונלאודעד 274 מאל
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

היעב"ץ ומשפחת מרגליות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

ב"ה

האם לדעתכם הכותב כאן יודע כיצד הוא נכד אלא שהוא מתכוון להסתיר משהו?
או שהוא לא יודע כלום והוא פשוט מסתמך על אבא שלו בעיניים עצומות?
המצו"ב - מתוך הספר "כתנות אור" עם "קול הרמ''ז". בסופו.
הכותב, הוא ר' שלמה גבריאל מרגליות רוזנטל.
אחיו של הגאון הנודע בירושלים בשם רבי אברהם צבי מרגליות - בעל "קרן אורה" - הרב מגלוסקא,
מי שהיה זקינם של משפחות מרגליות ורושגולד וגולדקנופף וקעניג ועוד.
אביהם, הוא הגאון רבי מרדכי זאב מרגליות - הרב מקאלביעל.
למעשה.
האם משתמע מכאן שהוא היה אכן מצאצאיו של הגאון הקדוש היעב''ץ זי"ע?
אטעטשמענטס
ללא שם.png
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

רבי יעקב ז"ק מווילנא אביו של ה"חכם צבי" נלב"ע בירושלים. האם מקום קבורתו מצוי וידוע כהיום הזה?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

פון "די צייטונג" ביי די באשרייבונג פון הגה"צ מסטאניסלאוו-לאנדאן זצ"ל
אטעטשמענטס
SNC07150.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אן אייניקל פון חכם צבי אויפן ביה"ח אין טארנא (שפעטער האט מען מפנה געווען די עצמות)

ר' ישראל עקיבא ב"ר יעקב אשנכזי, נכד ר' נתן לייב אב"ד טיסמניץ
אטעטשמענטס
74226343_d33ef2ab81_o.jpg
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מעשה נורא פונעם חכם צבי זיע"א,ותגזור אומר ויקם לך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הרה"צ רבי שלמלה'לע זצ"ל באבוב'ער רב, אז זיין צאנזער זיידע איז דאך געווען א'אייניקל פונעם חכם צבי זיע"א,און ס'איז באוואוסט אז די חכם צבי איז געווען א'אש להבה,און די צאנז'ער זיידע פלעגט צו זאגן ביי יעדן פירצה וואס מ'האט געדארפט מאכן א'גדר,וואס זאל איך טוהן אז יעך בין א'אייניקל פונעם חכם צבי זיע"א,און ער האט לוחם געווען אנטקעגן דעם מיט א'ברען.

אמאל ווען די חכם צבי איז געווען רב אין אמסטערדאם,איז געווען א'שבתי צבי'ניק וואס האט געמאכט א'ספר,אין די ספר איז געשטאנען פיל מיט מינות ואפיקרסות רח"ל,און ער האט געברענגט דעם ספר צום חכם צבי אז ער זאל געבען א'הסכמה דערויף.

און יענע צייטן פלעגט מען ברענגן די כתב יד ,און די כתב יד איז געווען שווער צו ליינען,האט די רב אריין געבליקט דא און דארטן,און ער האט געזעהן אז ס'איז דא ריכטיגע זאכן,און אויף דעם קען מען זיך אפלערנען אויף די איבריגע זאכן וואס שטיט אין ספר,און ממילא האט די חכם צבי נאר געזעהן צוויי פלפולים,און ער האט געזעהן אסאך חריפות אין דעם,האט ער געגעבן זיין הסכמה.

שפעטער ווען ער האט געברענגט די ספר צום דרוק האט מען געזהען אז די ספר איז פיל מיט אפיקורסות,און די חכם צבי האט דערויף געגעבן א'הסכמה,איז מען געגאנגען צום חכם צבי,אים פרעגן ווי אזוי האט ער געגעבן הסכמה דערויף?.

ווען די חכם צבי האט עס געהערט,און ער איז דאך געווען פון די גרויסע לוחמים א'קעגן ש"ץ,האט ער געלאזט רופן דעם מחבר און אים צוריק געבעטן זיין הסכמה,און פארדעם וועט ער אים באצאלען האלב פון די הוצאות פונעם דרוק וואס ס'האט אים געקאסט,און ער האט בשום אין אופן נישט געוואלט,האט ער אים געזאגט אז ער וועט אים באצאלען די גאנצע הוצאות, און מיט דעם אלעם האט ער נישט געוואלט,זאגענדיג אז איך האב הסכמה פונעם גדול הדור, און איך קען פארדינען אסאך געלט,וועל איך צוריק געבן די הסכמה?.

אז די חכם צבי האט געזעהן אז ער וויל נישט,האט ער אנגעהויבן צו טראכטן וואס מ'טהוט דא,האט ער מחליט געווען,ער וועט שיקן איינעם צו פארברענען דעם גאנצן דרוק,און אזוי וועט אויך די ספר מיט'ן הסכמה פארברענט ווערן,ווייל ווען נישט, וועט ארויס קומען זיין הסכמה אויף א'ספר וואס איז פיל מיט אפיקורסות,און ער איז גרייט פאר מסירות נפש.

וכך הוה,אין דעם נאכט איז איינער געגאנגען בשליחותו און אנגעצינדן דעם דרוק און אלצעדינג איז פארברענט געווארן,און זיי האבן געוואוסט אז דאס האט די רב אנגעווערטשאפט,דעריבער האבן זיי באשלאסען אז מ'דארף הרגענען דעם רב.

אין אמסטערדאם איז דאך באוואוסט ,אז די געסער זענען געבויט אויף וואסער,און פון איין גאס צום אנדערן איז דא א'בריק,און פון די חכם צבי'ס הויז ביז צום שוהל איז דא אפאר בריקן,האבן זיי געדינגען א'ארימער בחור וואס האט געהייסן "מאיר אנטשיל און זיי האבען אים אזוי געזאגט ,אז ווען די רב גייט צום שוהל ווען ער וועט זיין אויף די בריק,זאל ער שנעל צו לויפן צו אים ,און אים אריין ווארפן אין וואסער ר"ל,אויב וועט ער דאס טוהן,קריגט ער פון זיי דריי הונדערט גילדין.

אויף צומארגענס ווען די רב איז געגאנגן צום שוהל,האט ער געזהען ווי א'בחור לויפט אים נאך און ווען ער קומט צו נאנט צום רב לויפט ער אוועק,און אזוי איז געווען אפאר מאל,און די דריטער מאל וואס ער איז צוגעלויפן, האט זיך די חכם צבי אויסגעדרייט און אים געפרעגט וואס ווילסטו?,אבער דעם אמת זאלסטו זאגען.

האט די בחור אנגעהויבן צו וויינען,און אים פארציילט אז איך בין א'ארימער בחור און מ'האט מיר אנגעטראגן אז אויב איך גיי הארגענען דעם רב וועט מען מיר געבן דריי הונדערט גילדין,וועגען דעם בין איך נאכגעלויפן דעם רב אים צו הארגענען,אבער ווי איך בין אנגעקומען נאנט צום רב האב איך אנגעהויבן צו חרטה האבען,וואס גיי איך טוהן דא,הארגענען א'נפש בישראל און בפרט א'צדיק,וועגען דעם בין איך אנטלויפן,אבער שפעטער האב איך ווייטער געטראכט אז איך האב א'געלגענהייט רייך צו וווערן און איך וועל נישט דארפן שלעפן שווערע פעקלך,בין איך נאכאמאל צו גלויפן צו הארגענען,אבער ווען איך בין אנגעקומען צום רב האב איך חרטה געהאט,איך זעה יעצט טאקע אז דעם רב גיי איך נישט אריין ווארפן אין די וואסער,איך קען דאס נישט טוהן,מיין הארץ לאזט מיך נישט.

האט אים די רב געזאגט,וועגען דעם וואס די האסט שאדן געהאט דריי הונדערט גילדין וועגן מיר,זאג איך דיר צו, רייכטום פאר דיר מיט דיינע קינדער עד סוף כל הדורות.

און ער איז געווען די ערשטע באראן ראטשילד,און טאקע די וועלט זאגט אז באראן ראטשילד איז רייך געווארן דורך די ברכה פון הרה"ק רבי הערשילי פון טשארטקוב (טאטע פונעם הפלאה מיטן רבי רבי שמעלקע זיע"א) אבער דאס איז נישט קיין סתירה,פון ביידע ברכות איז ער רייך געווארען.

דאס האט באבובער רב זצ"ל געהערט פון זיין טאטע דעם "קדושת ציון הי"ד ,אז צאנזער רב זיע"א פלעגט עס כסדר פארציילען.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 6:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דער חכם צבי איז אוועק פון אמסטערדאם שנת ת״ע לפ״ק.
מאיר אנשיל איז געבוירן אין פראנקפורט שנת תק״ד לפ״ק.
ר׳ הירש׳לי טשארטקובער איז נסתלק געווארן שנת תקי״ד לפ״ק.

איז דער מעשה מיט׳ן חכם צבי קען נישט במציאות זיין אמת.
די מעשה מיט׳ן טשארטקובער איז ווי ״פארשטענדליך״ אויך נישט אמת.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”