התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג אפריל 26, 2009 7:37 pm

ביד"צ

סתם פאר אינטערעסאנטקייט,
אזוי ווי מ'רעדט דאך יעצט פון פלייש האט איר דעם לינק:
http://www.theyeshivaworld.info/rndm/ad ... n%3Dnikkur
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » זונטאג אפריל 26, 2009 7:39 pm

כ'האב נישט געזאגט אז היינט איז נישט דא קיין פראבלעימען, אבער די מעלה אז מ'האט נישט מורה פונעם קצב ווי אמאל איז גארנישט אזוי אוועקצימאכען במחי יד, ס'איז א גרויסער עיקר.
דאס אז א שוחט מיז זיין א ירא שמים איז נישט פון וואס צירעדן, אין כאטש די דורות זענען היינט שוואך זענען דאך נאך דא שוחטים יראים ושלמים, אין דרך אגב איז געווען אמאל שטעטלעך וואס די שוחטים האבן כלל נישט דארט געוואוינט, נאר דארט געשחטען פון פסח ביז סכות אן זיין אין שטוב.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג אפריל 26, 2009 8:30 pm

יאסל, קיינער האט עס נישט אוועק געמאכט.
דאס וואס דו שרייבסט אז דער שוחט איז בכלל נישט געווען אין שטוב, ס'איז נישט שייך צו זאגן אויף אלע דורות צוריק און אויף אלע שטעטלעך אז ס'איז נישט געווען אזא מין זאך, אבער ס'איז זיכער נישט געווען דער נארמאלער סיסטעם אזוי ווי ס'איז היינט ליידער,
בכלל איז אמאל געווען מער איינגעפירט די זאך פון אוועק פארן פונדערהיים אנגעפאנגען ביי א קינד צום לערנען, סוחרים, מלמדים אא"וו. היינט ווען כמעט קיינער דארף נישט אוועק פארן אויף אזא מאסיווען פארנעם ווי א שוחט, איז דאס אן ערנסטער פראבלעם לגבי די שחיטה, וואס האט ליידער נישט קיין עצה שרוב הציבור יכולים לעמוד בה, דאס אלעס וואס איך האב געזאגט.

איך בעט נאך אמאל ביד"צ
טו א טובה נעם שוין אראפ דיינע לעצטע צוויי פאראגראפן, אטאקירסט א רב בפומבי.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג אפריל 26, 2009 10:09 pm

lebediger berel האט געשריבן:יאסל, קיינער האט עס נישט אוועק געמאכט.


איך בעט נאך אמאל ביד"צ
טו א טובה נעם שוין אראפ דיינע לעצטע צוויי פאראגראפן, אטאקירסט א רב בפומבי.


ב''ה
כבוד אי''ש ח''י ורב פעלים ..סלח לי אני לא רואה שח''ו התקפתי רב בפומבי----חס לי' לזרעא דאבא ------
רק כתבתי שכמעט כל הגלאט פלייש שנמכר בארה''ב וגם כמה וכמה הכשרים והשגחות הם ע''י בעל מכשיר אחד יחיד ומיוחד .
כמה סייעתא דשמיא צריך בן אדם כזה .אם אתה רואה בזה התקפה זה בעייתך .

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג אפריל 26, 2009 10:13 pm

יאסל האט געשריבן: אין דרך אגב איז געווען אמאל שטעטלעך וואס די שוחטים האבן כלל נישט דארט געוואוינט, נאר דארט געשחטען פון פסח ביז סכות אן זיין אין שטוב.

ב''ה
דבר כזה לא הי'. רק מלמדים הי' כאלה .השוחט של העיירה או גרעסער דארף הי' הולך לכל הדערפער לשחוט פעם בשבוע .
למשל השוחט מוואלאץ הלך ביום ד'וה' בדערפער ארום אין ארים וכדומה .זאת שמעתי ממו''ח ז''ל כמה פעמים שהי' ממשפחת
זובחים מכל הצדדים .

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 27, 2009 11:04 am

אויף די פאלגענדע צוויי שאלות האב איך ננאכנישט געקריגן קיין ענטפער:
farshlufen האט געשריבן:5) ווען האט התאחדות אנגעהויבן פירן דיני תורות?
6) ווער זענען געווען די אקטיווע [דיני תורה] דיינים אין בי"ד?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 5:58 pm

איך האב שוין פון לאנג געוואלט דא מגיב זיין, אבער די סיסטעם דא אפצילאודן א פיקטשער נעמט ארויס די קישקעס.

ס'איז דא בכי"ק פון מרן הקדוש מסאטמאר פון די יארן בערך תשי"ז תשי"ח, וואס עפ"י ציווי פון די דאקטוירים האט די רבי נישט גערעדט נאר געשריבן, און מען האט שוין פארשידענע זאכן געברענגט פון די צעטלעך.
דער באטורער רב האט לעצטענס געדריקט א ספר אויף ניקור האב איך געזעהן אז ער ברענגט דארט אויך אזא צעטל, אינטערסאנט אז ער מאכט דארט נישט קיין גרויס עסק פון דעם אבער איך זעה דארט אסאך שטארקע נקודות.

און דאס איז דער טעקסט.
אמרתי לו אז, שתלוי הרבה באיזה אופן עושין אותו, ובאיזה מקום. אעפי"כ, כשאבוא לביתי אי"ה אראה עוד הפעם. זה איזה שנים שראיתיו, והי' ממש נגיעה קלה במקום שלא עשה שום שינוי בהבהמה, אלא שהלכה ממקומה. כעת שאני שומע שאפשר שיהי' הנגיעה במקום שנעשה שינוי בהבהמה, ונתת דבריך לשיעורין, אתבונן עוד בדבר.
ובכל אותו הזמן לא הייתי עם השו"ב, כי לא הייתי בביתי, רק עם שלמה שו"ב שהי' בכאן. שאלתי, ואמר לי שפ"א אירע שראה שנעשה שינוי בהבהמה, ולא שחט אותה. ואצלינו בנקל שיבחרו השובי"ם מה לשחוט או לא, כי בלא"ה רובא דרובא אינם לוקחים. משא"כ בשאר מקומות שאין ביד השובי"ם כ"כ לבחור, שאימת הבעה"ב תקיפה.
אעפי"כ כשאבא לביתי אי"ה אתבונן עוד בבית המטבחים בפרטי הענין.

דער שמיעס זעהט אויס, אז ווען דער רבי איז ערגעץ געפארן האט אים איינער מעורר געווען אז מען קלאפט די בהמות מיט א לעקטערישע שטעקן, קען דאס טרפנען די בהמה, און אויף דעם ענטפערט ער כנ"ל,

פון די ווערטער האב איך ארויסגענימען אזוי.

א) אז די רבי ז"ל האט געהאלטן די שחיטה אלץ זיין שחיטה, און ער איז געווען אינוואלווד אין אלע כשרות אנגעלעגנהייטן.
ב) אז ער האט שטארק געטראסט די הנהגה פון די בע"ב אין די שחיטה.
ג) פון דעם צעטל אליין קען מען זעהן אז ער האט באזיכט ביי די שחיטה מער ווי איין מאל,
צוגעלייגטע
Copy of High Res.jpg
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 12:05 pm

יאסל האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:4) ווער זענען געווען די אקטיווע רבנים לעניני השגחות?

4) מרן הברך משה ז"ל, הרב מנירבאטור ז"ל, קאשוי רב ז"ל ועוד


דער ברך משה מיטן נירבאטער האבן נישט געגעבן קיין השגחות תחת כותרת 'התאחדות הרבנים'. זיי זענען געווען פריוואטע בעלי מכשירים, א שטייגער ווי דער היינטיגער וואלאווער. דער קאשוי'ער רב האט געגעבן אמאל השגחות, אדער איז אמאל געווען אקטיוו אין די ענינים?

כפי ידיעתי האט דער נשיא פון התאחה"ר, מרן מהר"י ט"ב זצוק"ל, אין תחילת נישט מסכים געווען אז די התאחדות זאל געבן השגחות. ער האט געהאלטן אז אויב לאזט מען זיך אריין אין די ענינים וועט דאס ווערן א געלט קאמפאני וואס דאס וועט פירן צו אינטערעסן, און עס וועט אוועק נעמען די ארגינאלע מטרה פון די ארגאניזאציע, ודו"ק.

.

כ'ווייס נישט ווי קראנט דאס איז אז זיי האבן נישט געטוען אין השגחות,
ווייל אויפן איינע פון די טעיפס אין די סוף יו"ד יארן הערט מען ווי דער וואוידסלאבער רב איז מסביר בטוב טעם ווי זיי זענען אראפ געפארן באקוקען פעקטאריס וועגן כשרות דאכט זיך אז זיי רעדן דארט פון די פלעיווער וואנילע,
קען נאר זיין אז נאר דזשענערל פראבלעמען האבן זיי קעיר גענומען אבער נישט ממש געגעבן השגחות.

אויפן טעיפ פון די התאחדות הרבנים "קאנווענשאן" בשנת תשי"ט בהשתתפות ר' דוד יונגרייז ור' אלי' זלאטניק, רעדט וואוידעסלאווער רב ארום פון די חששות אויף וואנילע פלעיווארינג וואס קאן זיין טריפה ממש. דער קיוויאשדער רב פון קווינס רעדט דארט אויך פון השגחות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 24, 2009 12:13 pm

אויפן זעלבן טעיפ רעדט וואוידעסלאווער רב איבערן נחיצות פון האבן א פול טיים בית הוראה פאר שאלות בד' חלקי שו"ע, ס'איז מסתבר אז דער בית הוראה איז טאקע דאן נולד געווארן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 11:37 pm

אינעם לעצטן קובץ "בית ועד לחכמים" איז דא אן אינטערעסאנטער פראטאקאל פון א אסיפה ביי די התאחדות הרבנים, אויב איינער איז א בר הכי זאל ער עס דא אפלוידן (אדער דאונלוידן) און מ'זאל קענען מגיב זיין כדרכו של תורה
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 12:31 pm

lebediger berel האט געשריבן:אינעם לעצטן קובץ "בית ועד לחכמים" איז דא אן אינטערעסאנטער טיילווייזער פראטאקאל פון א אסיפה ביי די התאחדות הרבנים, אויב איינער איז א בר הכי זאל ער עס דא אפלוידן (אדער דאונלוידן) און מ'זאל קענען מגיב זיין כדרכו של תורה
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 12:15 pm

לעווי האט געשריבן:די יארדענאווער רב זצ"ל האט אויך דאכצעך געהאט א זון אדער איידעם וועלכער האט געהאט א שול אויף 49 סטריט צווישן 15 און 14.

ער איז נפטר געוואן פלוצלינג ווען ער האט זיך דערטרונקען ראש חדש אלול גייענדיג זיך טובל'ן אין טייך (אדער מקוה), כך שמעתי.

די מציבה פונעם יארדונובער רב אינעם באבובער חלקה אין נ. זש.
צוגעלייגטע
Yardanov.JPG

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 5:51 pm

בנוגע השחיטה כאן בארה"ב:
שמעתי מבנו של השו"ב הח' ר' משה שווארץ ז"ל שהי' מפורסם כת"ח ויר"ש מרבים, שבעת שקמו מערערים על השחיטה בעניני ניקור וכדו' אמר אז למכיריו, שהשחיטה כאן באמעריקע הינה מהודרה פי כמה ממה שהיה 'אינדערהיים', ששם סמכו על כמה וכמה קולות וחזקות מחמת דוחק העוני, וכהיום אם רק יש איזה חשש קטן, כבר מטרפים את הבהמה כולה.
ע"כ מה ששמעתי מבנו.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 02, 2010 4:01 pm

מיללער האט געשריבן:יישר כחכם!

אולי תרחיב הדיבור אודות אלו שלא שמעתי עליהם;
ר' מאטל שפאלטער מסאניק
הרב זויבערמאן מיארדינוב
ר' חנני' דוב קאהן מבודאפעסט
הרב גארטענהויז מפראכניק
הרב אלעווסקי מגער


הרב גארטענהויז אידז געווען אן אייניקל פונעם רבי ר' אלימלך, גיימיר שרייבען דערוועגן אין יענעם אשכול.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 11, 2014 3:57 pm

הזמנת כבוד להרבנים להשתתף בכינוס הכללי של התחה"ר בשנת תשכ"א עם הוספה וחתימה בכת"י המזכיר ומנהל ר' שבתי מרדכי בערקאוויטש ע"ה
צוגעלייגטע
chaimbloch00reel02_0671.jpg

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 10:02 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
באתי למלאות חסרונך ע''פ הסדר !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אונסדארף--ר' יוסף יונה צבי האראוויץ
באסטאן--ר' משה האראוויץ
דעש--ר' יוסף פאנעט
לאהנצוט--ר' אלטר יעקב יצחק וואגשאהל
שטיין--ר' ישראל אברהם
הרב באב''ד--ר' אלכסנדר אשר מטארטיקעוו
בארדיוב--ר' זלמן לייב האלברשטאם
הרב קאהן -בודאפעסט--ר' חנני' דוב
טארנא ר' יוסף הירש
יארדינאוו--הרב זויבערמאן
מישקאלץ--ר' יהודא גאטליעב
נאנאש--ר' זלמן לייב האלפערין
סאניק--ר' מאטעל שפאלטער
פראג--ר' יצחק מאיר ראפאפארט
סטריזוב--ר' חיים שלמה האראוויץ
שאמשאן--ר' גבריאל יודא אילאוויטש
גארטענהויז--הרב מפראכניק
אלעווסקי---גער


ה"ה הרה"ג רבי אלעזר אליעזר ליפא גארטינהויז זצ"ל אב"ד פראכניק וסוף ימיו בבענסאן הוירסט או בבארא פארק מח"ס אשל הגדולים על השם הגדולים מהחיד"א
איינער האט אפשר אדער ווייסט ווי ס'איז באשריבן מער איבער איהם?
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 06, 2017 12:11 pm

פון דא

סאדע_באטל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יישר כחכם!

אולי תרחיב הדיבור אודות אלו שלא שמעתי עליהם;
ר' מאטל שפאלטער מסאניק


ר' מרדכי גרשון שפאלטער, ראב"ד סאניק, כמדומה לי אז עס איז דא שו"ת ספר פון אים,

badatz האט געשריבן:ב''ה
מר' מאטעל שפאלטער יש ספר גדול והי' מהאברכים המופלגים אצל הבלוזשעווער רב
בעל צבי לצדיק חסיד ובעל הוראה .הי' לו בן יחיד בשם הערש מיילעך חסיד ליובאוויטש .
אי''ה עוד נאריך עליהם .

https://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?165350&&lang=eng

נס' י"א תמוז תשכ"ב ומנו"כ בהר המנוחות.
צוגעלייגטע
getimg (2).jpg
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג מאי 29, 2017 11:27 am

מיללער האט געשריבן:
לעווי האט געשריבן:די יארדענאווער רב זצ"ל האט אויך דאכצעך געהאט א זון אדער איידעם וועלכער האט געהאט א שול אויף 49 סטריט צווישן 15 און 14.

ער איז נפטר געוואן פלוצלינג ווען ער האט זיך דערטרונקען ראש חדש אלול גייענדיג זיך טובל'ן אין טייך (אדער מקוה), כך שמעתי.

די מציבה פונעם יארדונובער רב אינעם באבובער חלקה אין נ. זש.


באשרייבונג אין המאור חודש אלול תשי"ט איבער די פטירה פון יארדענאווער רב זצ"ל

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 30&hilite=

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג מאי 29, 2017 12:04 pm

אין די די קינדליין די וואך שבועות תשע"ז איז דא א לאנגס און א ברייט'ס איבער די קאמפעני התאחדות הרבנים
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

שיף
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2013 4:27 pm

תגובהדורך שיף » מיטוואך מאי 31, 2017 5:48 pm

יודל קליין האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה

גארטענהויז--הרב מפראכניק


ה"ה הרה"ג רבי אלעזר אליעזר ליפא גארטינהויז זצ"ל אב"ד פראכניק וסוף ימיו בבענסאן הוירסט או בבארא פארק מח"ס אשל הגדולים על השם הגדולים מהחיד"א
איינער האט אפשר אדער ווייסט ווי ס'איז באשריבן מער איבער איהם?

האם מצאצאיו רבי אלתר יוסף חתן הגר"ש זאהן ואחין רבי צבי מנחם מ- bodek'

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

מתי נתייסד "התאחדות הרבנים"

תגובהדורך dovidal » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:31 pm

איזה שנה
צוגעלייגטע
HISACHDOS.jpg
HISACHDOS.jpg (223.8 KiB) געזעהן 1803 מאל
לעצט פאראכטן דורך dovidal אום מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:39 pm

ידוע ונדפס, נעקסט פליעז.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 3:36 pm

dovidal האט געשריבן:איזה שנה

אויף די קאפי וואס איר האט געלייגט שטייט תשט"ו, וואס ווילט איר וויסן?

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:06 pm

מיללער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:איזה שנה

אויף די קאפי וואס איר האט געלייגט שטייט תשט"ו, וואס ווילט איר וויסן?

ווען איז נתייסד געווארן די התאחדות הרבנים ? קען זיין אז דער צעטיל רעדט פון געוויסע נקודות אבער עס האט שוין עקזיסטערט פריער

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 10:25 pm

געדרוקט אין אגרות מהרי"ט ח"ב


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט