ר' יוסף לויער ממאלציב-ניו יארק ז"ל, כ"א אדר' א תרצ"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' יוסף לויער ממאלציב-ניו יארק ז"ל, כ"א אדר' א תרצ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אונזער ידיד ר' ברוך אמסעל פון אתר 'קברי צדיקים' האט לעצטענס געשטעלט א בילד פון גאר א מערקווידיגע מצבה אויפן מט. חברון ביה"ח אין פלאשינג נ.י., נעמליך די מצבה פון הרב ר' יוסף ב"ר נתנאל לאער (לויער) וועלכער איז נפטר געווארן דא אין ניו יארק בשנת תרצ"ב.

פון אנפאנג האט ר' ברוך נישט געוואוסט פונקטליך פון וועם עס רעדט זיך נאר כדרכו האט ער געשטעלט דעם בילד און געווארט אז גוטע אידן זאלען צוריקומען מיט אינפארמאציע עד כמה שידם מגעת. זיין האפענונג האט נישט פארשפעטיגט מקוים צו ווערן און איינער פון די חשובע באגלייטערס פון זיי סייט האבן אים מזכה געווען מיט א אויסשניט פון א באבובער אויסגאבע מיטן נאמען 'יסוד מלכות' (אדר תשס"ט) וועלכע באשרייבט דעם ר' יוסף לויער אלס א גרויסער באבובער חסיד און שפעטער רב בקהל נחלת צבי אין די איסט-סייט פון מאנהעטן.

איך שטעל דא ארויך דעם שטיקל פון יסוד מלכות, וועלכע אנטהאלט אביסל תולדות און א בילד פוןן הרב לאוער, און אויך צוויי בילדער פון די מצבה אין פלאשינג, פון די צוויי חלקים פון די מצבה.
אטעטשמענטס
Bobov Lauer.JPG
yosef-lauer.jpg
Lauer Foot Stone.JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם רב, איז פאהאן דורות פון אים אין באבוב, פארוואס האט אים דער 'יסוד מלכות' באשריבען, וואספארא אויסגאבע איז 'יסוד מלכות', וואסאפארא קהילה איז 'נחלת צבי' אין די איסט סייד??
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
ביהמד''ר נחלת צבי איז געווען אויף דיא פערדע סטריט צווישען סי אונד די נענעטער ציא די א קעגען איבער ישיבת חתן-סופר .
מען פלעגט אסאך מאהל אין דיא שפעטע כ'ף יאהרען ריפען ציא מנין מנחה-מעריב בחורים פין דיא ישיבה .
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער נאמען לויער איז געטוישט פון לוריא אזוי איז משמע פונעם מאמר אין כתר מלכות
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין אן אנדערן אשכול אין זכור ימות עולם האבן מיר געשריבן די פאלגענדע אינפארמאציע:
מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מציבה פון הרב ר' יוסף לאער ז"ל רב דק"ק נחלת צבי בניו יארק:
http://kevarim.com/rabbi-yosef-lauer/
רבי יוסף איז געווען א זון פון רבי נתנאל לאער אב"ד מאלציב, דאס איז א דארף נעבן בארדיוב, ר' יוסף איז געווען א שינאווער חסיד ער האט געלערנט אינעם קלויז אין שינאווא ביים הייליגען שינאווער רב זצ"ל.
בשנת תרס"ד איז ער געקומען קיין אמעריקא, דאהי האט ער געטאן אסאך פאר אידישקייט במיוחד אהאט ער פארארבייט איינצוהאנדלען די ד' מינים פאר סוכות אין די צייטן פון ערשטן וועלט קריג, וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן דערפאר א הון תעופות בימים ההם.

אינעם דערמאנטן לינק שרייבט זיינס אן אייניקל אינטערסאנטע פרטים איבער אים אוןן די משפחה.

יהא זכרו ברוך


ר' חעזקל אויף קברים.קאם האט מוסיף געווען דעם פאלגענדן לינק:
http://www.ics.uci.edu/~dan/genealogy/M ... raroza.htm
דארט איז פארהאן נאך אינפארמאציע איבער די לאער פאמיליע, דער פאטער ר' נתנאל אב"ד מאלצוב איז אריגינעל געווען פון באבוב.



היצטערט נאך א באזוך פון חברי מורשת חכמי אמעריקא אויפן ביה"ח מט. חברון זענען אפעגפונען געווארן נאך מציבות ממשפחת לאוער

מציבות ר' אליעזר לאוער אחיו של ר' יוסף הנ"ל ומציבת זוגתו מרת הינדא מינדל ב"ר משה זאב
אטעטשמענטס
IMG_2751.JPG
IMG_2750.JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מצבות ר' ישראל יצחק ב"ר אליעזר לאוער הנ"ל עם זוגתו טויבא חיה ב"ר טוביה
אטעטשמענטס
IMG_2753.JPG
IMG_2754.JPG
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

א יישר כח פאר דעם וואס האט געשיקט א לינק צו דעם אשכול פון מיין זיידעס זיידע
אויב איימעצער ווייס מער פרטים וואגען אים און זיין טאטען וואלט איך געווען דאנק באר

אינטרעסאנט וועגן דעם מצבה פון ר' ישראל יצחק לוער דאס איז מן הסתם זיין ברודער
דער נאמען ישראל יצחק איז נאך זיין מאמעס טאטע ר' ישראל יצחק מיללער
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אין ארטיקול פון יסוד מלכות שרייבן זיי אז ר' יוסף יארצייט איז כ אדר ב
און דא אין קעפל שטייט כ"א אדר א'
וועלכע איז עס

פריער האט איינער געשריבען אז לוער איז מסתמה געטוישט פון לוריא
דאס איז אמת מיר זיינען איינעקלאך פון מהרש"ל און משפחה נאמען איז טאקע געטוישט פון לוריא צו לאוער
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אט די צוויי מציבות האב איך אפגעפונען אין דער חלקה פונעם רעים האהובים שטיבל, איך בין נישט באקאנט אין די פרטי המשפחה, אבער אויב עס איז בשייכות דערמיט, דאן דא האט איר עס.
אטעטשמענטס
IMG_0453.JPG
IMG_0443.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינעם נייעם גליון "עלי זכרון" גליון י"ג:
שווער האט געשריבן:דא איז דא נומער 13.

https://copy.com/3QNKPyoB1AyVlfL1


ברענגט הרב קינסטליכער אז דער אונגווארער דיין רבי ישראל יודא מיטטעלמאן ז"ל איז געווען אן איידעם ביי ר' נתנאל לויער ממאלציב פאטער פון די לויער משפחה פון ניו יארק. זעה דארט בפנים א בילד פון מצבת רבי ישראל יודא וזוגתו הרבנית חי' מרים בת רבי נתנאל לויער.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הרב יוסף לויער ז"ל

zaidy_lauer_2_large.jpg
zaidy_lauer_2_large.jpg (14.55 KiB) געזען 4624 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הרב חיים לויער ז"ל

Chaim_Lauer_large.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מימין הרב אליעזר לויער ז"ל

YLauer_R_large.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הרב גרשון יהודה לויער ז"ל (אחיו של הגאון רבי נתנאל אב"ד מאלציב זצ"ל)

gershon_lauer_large.jpg
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

zugurnish האט געשריבן:א יישר כח פאר דעם וואס האט געשיקט א לינק צו דעם אשכול פון מיין זיידעס זיידע
אויב איימעצער ווייס מער פרטים וואגען אים און זיין טאטען וואלט איך געווען דאנק באר

אינטרעסאנט וועגן דעם מצבה פון ר' ישראל יצחק לוער דאס איז מן הסתם זיין ברודער
דער נאמען ישראל יצחק איז נאך זיין מאמעס טאטע ר' ישראל יצחק מיללער

עיין בס' מגן אבות - מנהגי באבוב לשבת, עמ' תשל"א - תשל"ב.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”